☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #14961

אשכול אן א טיטל #14961

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14961

— » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 3:46 pm

· #487193

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 3:56 pm

· #487196
איך מיין אז יעדע נערמאלע דיין לאזט בירט קאנטראול ביז צוויי יאר נאכן האבן א קינד, אויב לאזט ער נישט גיי צי א צווייטע דיין, איך קען א דיין וואס שרייבט אינטער קול קורא'ס און איז מתיר לכתחילה ביז צוויי יאר.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 9:03 pm

· #487204
ביז פאר צעהן פופצן יאר צוריק איז טאקע נישט געווען אזויפיל דיינים / רבנים וואס האבן מתיר געווען בירט קאנטראל, היינט צוטאגס זענען רוב רובם היימישע רבנים מתיר. נאכן צוזעהן אזויפיל סנעפס ל"ע

טשעסטער » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 9:51 pm

· #487213
אויב דארף מען א היתר, קען זיין אז מקען באקומען פון א דיין אויף א וויכטיגע פאל, וואס דער דיין פארשטייט אז סאיז וויכטיג ע"פ תורה משום פיקוח נפש. אבער סתם אזוי איז דאס פארבינדען מיט שטארקע שאלות.

אבער די מעשה וואס די האסט געברענגט וואלט לכאורה דער דיין געזאגט אז די מאן זאל זיך ארויפשארן די ארבעל צו ארבייטען/העלפן אינדערהיים די ב"ב מיט די קינדער עס זאל זיין מער במנוחה.

היכי דמי » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 10:59 pm

· #487217
כמעט אלע דיינים אפילו פון גאר פרומע קרייזן גיבן היינט זייער גרינג היתרים פאר בירט קאנטראל, כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נאך דא געוויסע וואס פלעצער וואס זענען זייער שטרענג. (איך מיין אין באבוב איז בירט קאנטראל א שטארק אפגעפרעגט זאך)

כניאק » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 11:45 pm

· #487221
טשעסטער
אויב דארף מען א היתר, קען זיין אז מקען באקומען פון א דיין אויף א וויכטיגע פאל, וואס דער דיין פארשטייט אז סאיז וויכטיג ע"פ תורה משום פיקוח נפש. אבער סתם אזוי איז דאס פארבינדן מיט שטארקע שאלות.

וועלכע שאלות?

בת קול » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 11:24 pm

· #487459
איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...

סעגאל » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 9:09 pm

· #487575
און לייג נאך צו אזא 2 חדשים נאכדעם וואס מען קען נישט.

וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 10:11 pm

· #487579
בת קול
איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...

א פרוי וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט. זי טראגט ארום דאס קינד פאר ניין חדשים, וואס ווען ווי ברעיק.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 3:27 pm

· #487741
עס נעמט בערך 2 וואכן פאר נייע ניקס אויסצופיגרן דער איז א בן זכר, לאז געמאכט.

מער ווי זאגן א קאפיטל תהלים לרפואתו קען מען סיי ווי גארנישט טוהן.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 10:34 pm

· #487769
צום קעפל: חתונה האבן.

מיסטעריע » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:08 am

· #488648
היכי דמי
כמעט אלע דיינים אפילו פון גאר פרומע קרייזן גיבן היינט זייער גרינג היתרים פאר בירט קאנטראל, כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נאך דא געוויסע וואס פלעצער וואס זענען זייער שטרענג. (איך מיין אין באבוב איז בירט קאנטראל א שטארק אפגעפרעגט זאך)

לויט דער זוהר פון די היינטיגע חק לישראל (יום שני פרשת שמות) איז שווער צו פארשטיין אז "דיינים פון גאר פרומע קרייזן" זאלן גיבן היינט "זייער גרינג" היתרים, עיין שם די שארפע רייד

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:22 am

· #488651
איך אויך
עס נעמט בערך 2 וואכן פאר נייע ניקס אויסצופיגרן דער איז א בן זכר, לאז געמאכט.

מער ווי זאגן א קאפיטל תהלים לרפואתו קען מען סיי ווי גארנישט טוהן.

און דאס איך נישט, ווייל דא איז חל די גדר פון Statue of limitations, ווייל פאר אזעלעכע ענינים העלפט תהלים נאר אין די ערשטע פערציג טעג פונעם יצירה. חוץ אז מ'האנדעלט זיך איין לאה אמנו'ס כוחות...

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:52 am

· #488653
וואלווי
בת קול
איך פלעגט אלעמאל טראכטן פארוואס א פרוי איז מעוברת 9 חדשים, אזא לאנגע צייט.
חיות האבן אין 3 חדשים צו וואס. די באשעפער האט עס נישט געקענט אביסל צואיילן?
נאר וואס דען, דער באשעפער האט איינגעזעהן אז די מענטשן האבן נישט קיין שכל, האט ער געמאכט א נאטירליכע ב.ק. אז די קינדער זאלן זיין כאטש 9 חדשים אפגעריקט...

א פרוי וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט. זי טראגט ארום דאס קינד פאר ניין חדשים, וואס ווען ווי ברעיק.

א פרוי וואס דארף קעיר נעמען פון דאס קינד נאכ'ן געבוירן ווערן, קען זאגן וואס עס איר ענדערש ניחא. טראגן א קינד אינעווייניג אדער נאכלויפן א קינד מיט אן אייגענעם מיינונג.

Sent from my Kyocera 4g LTE phone

בת קול » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:01 pm

· #488656
יָדוֹרָש

זעהט אויס ער האט בכלל נישט פארשטאנען מיין שאלה.
פרעגנענסי איז אזוי שווער אז מיין שאלה איז פארוואס האט עס דער באשעפער נישט געמאכט געדורן קערצער.
אויב ער וויל קומען מיט זיין אגענדע האט ער ניטאמאל פארדינט אן ענטפער.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 6:01 pm

· #488692
0

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 6:04 pm

· #488694
בת קול
אויב ער וויל קומען מיט זיין אגענדע האט ער ניטאמאל פארדינט אן ענטפער.

אנטשולדיגטס פאר'ן מטריח זיין...

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:40 pm

· #543086
מיסטעריע #
היכי דמי
כמעט אלע דיינים אפילו פון גאר פרומע קרייזן גיבן היינט זייער גרינג היתרים פאר בירט קאנטראל, כאטש וואס איך ווייס אז עס איז נאך דא געוויסע וואס פלעצער וואס זענען זייער שטרענג. (איך מיין אין באבוב איז בירט קאנטראל א שטארק אפגעפרעגט זאך)
לויט דער זוהר פון די היינטיגע חק לישראל (יום שני פרשת שמות) איז שווער צו פארשטיין אז "דיינים פון גאר פרומע קרייזן" זאלן גיבן היינט "זייער גרינג" היתרים, עיין שם די שארפע רייד
וואס שטייט אין די היינטיגע זוהר?