☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם
נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14957
בלאט: 1 2
ששון ושמחה » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 9:49 am
· #487027
נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם
ביי די 99'סטע אגודה קאנווענשאן וואס קומט פאהר די טעג האט דער ר"י פון "מאור יצחק" הרב אפרים וואקסמאן געשריגן קולות אז די פראבלעים היינט אין יודישקייט איז אז "יודען האבן נעטפליקס!!" "וואס טוהט נעטפליקס אין א יודישע שטוב??!!" האט ער געשריגן מנהמת לבו.
נאכדעם וואס די דרשה איז ארומגעפארען, האט דאס געמאכט א שטורעם פון יודען וואס האבן צוריקגעזאגט מעסעדזשעס אז ס'איז א גרעסערע פראבלעים אז ראש ישיבות ווארפען ארויס בחורים. עטליכע מעסעדזשעס פארען ארום פון בחורים אליין וואס הרב וואקסמאן האט ארויסגעווארפען פון זיין ישיבה. אויך איז דא א מעסעדזש פון יונתן שווארטץ וואס הרב וואקסמאן האט ארויסגעווארפען זיין זוהן. יונתן שרייט אז אזא געלונגענע מענטש ווי הרב וואקסמאן וואלט דאך געקענט אזויפיהל אויפטוהן פאר יודען און פאר בחורים, אנשטאטס מאכט ער א ישיבה פאר מציונים און ווארפט ארויס יעדע בחור וואס געפעלט אים נישט אינגאנצען.
קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 9:50 am
· #487028
עעה...
יאסל ראקאווער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:04 am
· #487031
אגודה קאווענשען איז א חוזק ארום גאנץ כלל ישראל ווייל א דאנק פאר TorahAnytime זענען זייער דרשות געזען געווארן דורך טויזענטע ארום די וועלט און איינס ביי איינס איז עס ממש שוואך אדער א חוזק (גאר געלונגענע רעדנער גראדע, אבער גאר שוואכע מעזעדזשעס). רבי חיים איז צעשמירט אלץ די דזשאוק פון כלל ישראל ווייל אדער האט מען אים פארדרייט די די קאפ אדער זאגט מען אים נאך פארדרייט, אז ער האט געפסקנט אז מאריוואנע איז ערגער ווי אלקאהאל פאר די גוף פון א איד. נעבעך נעבעך. און דער זאגט עס נאך מיט אזא אייפער און פייער. יעדער בר דעת זעעט אלעס.
די בחור שילער, וויינט אויף זיין ווייס נאוט. נעטפליקס איז די פראבלעם? Netflix is unbearable and unanswerable? האסט מיך געשאכטען. דאס איז unbearable! יהונתן שווארץ שטעלט זיך ארויס און זאגט א מעשה וועגן זיין זון וואס איז תסמר שערות אנוש. דאס איז unanswerable!
ומלאה הארץ דעה. די גאנצע וועלט זעעט אלעס. די אינטערנעט איז משיח.
לכבוד שבת קודש » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:15 am
· #487032
ברענגט אהער!
געדאנקן » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:28 am
· #487034
לכבוד שבת קודש
ברענגט אהער!
היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:31 am
· #487038
אנשטאטס מאכט ער א ישיבה פאר מציונים און ווארפט ארויס יעדע בחור וואס געפעלט אים נישט אינגאנצען.
א ישיבה פאר מצויינים, נישט אמת.
ווארפט ארויס וכו' וואס געפעלט אים אינגאנצען נישט, כצ"ל.
יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:36 am
· #487041
כמדומה ווארפט ר' אפרים וואקסמאן קיינעם נישט. ער איז א מלך אסור ברהיטים אין זיין אייגענע ישיבה.
די בעל הבית דארט איז די מנהל (שווארץ?), און ער טוט ככל העולה כל רוחו, און די ר"י האט נישט קיין שום ווארט דארט. מאקסימום לאזט ער ר' אפרים פון מאל צו מאל געבן שיעורים אין ישיבה. די ר"י ליידט מער פון עם ווי די בחורים ליידן..(כך שמעתי מכמה יוצאי ישיבתו, וכן מאחד הפועלים).
דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:39 am
· #487043
קיין שום תירץ! ער איז ראשעשיווע טראגט ער די פולע אחריות!
ברוך שאמר » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:37 pm
· #487052
I just heard from Yonoson Schwartz very very different on him
דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:53 pm
· #487054
ברוך שאמר
I just heard from Yonoson Schwartz very very different on him
זיי זיך מסביר ביטע, ס'פארט ארום א לעבעדיגע קליפ פון עם ווי ער שרייט אויס ברחל בתך הקטנה, קוקט נישט אויס ווי ס'אפילו פארהאן צוויי מהלכים דערין.
קויפער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:01 pm
· #487055
דאס איז אפשר ראוי אריינצוגיין אין די סעריע פון פרוקן אויסדרוקן פון ראשי ישיבות.
ר׳ יונתן׳ס רעאקציע: https://voca.ro/1aTXn8CyCK8w
די רעאקציע פון א תלמיד: https://voca.ro/18AmlSzlfxkh
בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:27 pm
· #487060
אגב; וואס מיינט צו ׳סטיקי׳?
סמבטיון » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:40 pm
· #487061
צ"ל שטיקי
היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:48 pm
· #487064
לפי דבריו מיינט עס אז ער האט צופיל ליב געהאט וואקסמאן, און וואקסמאן האט עס נישט געקענט דערהייבן.
רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:48 pm
· #487065
קויפער
דאס איז אפשר ראוי אריינצוגיין אין די סעריע פון פרוקן אויסדרוקן פון ראשי ישיבות.
ר׳ יונתן׳ס רעאקציע: https://voca.ro/1aTXn8CyCK8w
די רעאקציע פון א תלמיד: https://voca.ro/18AmlSzlfxkh
נו מ׳קען דאך נישט לערנען תוספות פאר מ׳קען די גמרא. 😃
nespresso » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:11 pm
· #487086
ברוך שאמר
I just heard from Yonoson Schwartz very very different on him
וואקסמאן האט גארנישט מיט די בחורים ביז די עידזש פון וואס מען קען שוין פארן קיין מיר וכו'
און יונתן זאל מיר מוחל זיין אויב עס איז דא א פראבלעם פון 2 פעסער איז ער נומבער 1
מי אני » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:13 pm
· #487095
אז מ׳רעדט שוין איז אין זיין דרשה דארט זאגט ער, מפי הבעה״ט, אז (דברים ד ו) כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים אשר ישמעון את כל החקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה איז אפילו אויף מצות פרה אדומה, הגם זיי האבן מעיקרא מונה געווען ישראל על זה (רש״י בריש חקת). און דאס איז מכח ווייל היינט-צו-טאג זעהן זיי שוין יא איין אז דאס האט אלס צוגעגעבן צו די גוטסקייט פון אונזערע קינדער לעומת זייערע.
די בעה״ט דארט זאגט דאס אבער לגבי די ווארט ״רק״ אינעם פסוק וואס איז א מיעוט ווייל דאס פארשטייען זיי נישט ע״ש. והיינו אז אויף די סארט חוקים זאגן זיי נישט אז אידן זענען חכמים. הגם פונעם פריערדיגן בעה״ט וואס זאגט אז ר״ת וס״ת ה׳אל׳ה ו׳אמר׳ו ר׳ק ע׳ם איז ״ערוה מקוה״ למה ערות אחותו אסורה ובת אחיו מותרת ולמה מקוה מ׳ סאה מטהר וחסר קורטוב אינו מטהר איז לכאורה יא משמע אז אפילו אויף די סארט אומפארשטענדליכע הלכות האלטן זיי אז אידן זענען דעם עם חכם ונבון.
אזוי צי אזוי איז דאך דאס אחוץ אלס א טייטש נישט מעלה ומוריד, ווייל לכאורה איז די מציאות דאך נישט אזוי. וואס די גמרא זאגט אין שבת עה. אויף די פסוק לגבי חכמת אסטראנאמיע איז דאס יא פארשטענדליך אלס א מציאות ווען עס איז אזוי אז אידן קענען דאס.
היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 11:54 pm
· #487162
לכאורה מיינט ער דער טור הארוך
– לומר כי בחוקים ומשפטים יש תועלת גדולה שהם תפארת לעושיהם מן האדם ואפילו שונאיהם ישבחו אותם בהם ועוד שהם תועלת גדולה שהשם יהיה להם קרוב בכל קראם אליו וגם העמים יתבוננו בזה וידעו כי החוקים נעשים בחכמה ובבינה לקרבה אל האלהים ויראו מהם וזהו מי גוי גדול ועוד שהמשפטים בעצמן הן צדיקים וישרים וטובים
אבער דער שאלה איז צו דער טור לערנט אז חוקים זענען מצוות וואס מען ווייסט נישט דער טעם. דער רמב"ן און אבן עזרא האלטען אז חוקים זענען מדות פין אויבערשטען.
מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 8:23 am
· #487175
ער זאגט [29:45-31:00] בשם הבעה״ט ״כגון פרה אדומה״ (דוקא). איז משמע אז ער באציהט זיך צום בעה״ט בהפסוק. אבער פון דער טור הערוך איז טאקע משמע אזוי ווי ער לערענט אפ דעם בעה״ט אז האומות חושבים את ישראל לעם חכם ונבון אפילו מחמת קיום החוקים שאין בהם טעם.
קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 9:41 pm
· #487211
דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס
אספקלריה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:27 am
· #487236
קאצקע ציקער
דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס
קענסט ביטע עס לייגען דא.
דער גאלדענער אדלער » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:59 am
· #487243
כ'האב שוין פרובירט אבער כ'ווייס נישט פארוואס ס'גייט נישט.
דער גאלדענער אדלער » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 9:02 am
· #487244
אהה ווייל ס'צו א גרויסע פייל, איבער אכציג MB
אספקלריה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 11:05 am
· #487257
קענסט עס לייגען אויף א דראפבאקס אדער אויף גוגעל דרייוו און פאוסטען די לינק.
קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 2:24 pm
· #487267
איז ר' אפרים וואקסמאן סלוי? ער מיינט אז יעדער וואס וואטשט my Unorthodox life האט נעטפליקס?...
קאצקע ציקער » מוצ"ש דעצעמבער 4, 2021 6:13 pm
· #487273
אספקלריה
קאצקע ציקער
דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס
קענסט ביטע עס לייגען דא.
https://drive.google.com/file/d/14rbtb4 ... p=drivesdk
berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 4, 2021 7:19 pm
· #487277
קאצקע ציקער: ייש"כ. דברים חוצבים להבות אש. ווען מ'זאלל געבן אזויפיהל אטענשן פאר אט די (אמת'דיגע) ווערטער ווי מ'געט פאר די נארישקייטן פון די פוסטע , אגענדא=אנגעלאדנטע קול קורא'ס וואלט שוין כלל ישראל געווען אויפגעראכטן. מ'כאפט אייביג אן דעם טפל. און מ'לאזט אפ דעם עיקר...!
בונה של טוב » מוצ"ש דעצעמבער 4, 2021 7:34 pm
· #487279
קויפער
דאס איז אפשר ראוי אריינצוגיין אין די סעריע פון פרוקן אויסדרוקן פון ראשי ישיבות.
ר׳ יונתן׳ס רעאקציע: https://voca.ro/1aTXn8CyCK8w
די רעאקציע פון א תלמיד: https://voca.ro/18AmlSzlfxkh
איין ווארט: א נארסיסיסט
berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 4, 2021 7:46 pm
· #487282
בונה של טוב: ייש"כ. אמת'דיגע דיבורים פון א צובראכענעם, פארווייטאגטן טאטן...!
ס'איז כמעט אזא מצב ווי רש"י הק' ברענגט איבער די אנשי סדום אויפ'ן פסוק..."הכצעקתה הבאה אלי"...!
ווען איך וואלט געווען א פאעט וואלט איך געזאגט..."תורה , תורה חיגרי שק...! געוואלד. בעיקבתא ד'משיחא ביי וועמען די תורה שטייט איין. וואס אונז האמיר געוואוסט אין אלע דורות אז די תורה, סיי צו לערנען און סיי איבערגעבן, א רבי פאר תלמידים איז דער מקור האהבה והחסד...ווי ר' יוחנן האט זיך אויסגעדרוקט...(פרקי אבות).."ומתלמידי יותר מכולם"...!
תרמב » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 12:30 am
· #487354
איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 12:43 am
· #487357
תרמב
איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
קשוט עצמך=ווארף נישט קיין בחורים
ואח"כ קשוט אחרים=נאכדעים זאלסטו רעדן אקעיגן נעטפליקס
יאסל ראקאווער » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 1:29 am
· #487361
תרמב
איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
ס'איז אביסל טיפער. נעטפליקס האט א שוי פון א געוויסע מרס. הארט (אמאל רביצען הארט) וואס האקט שטארק אז ארטאדאקסישע אידן זענען א קולט. און צו דעם האלט די עולם איז רב וואקסמאן איז אזוי צעווילדעוועט. די עולם קוקט שוין מאוויס פאר יארן, ספעציעל די אגודה עולם. אבער אט די שאו ציטערט די הנהלה פון אגודה פון. און ס'איז פשוט פארוואס!. א היימישע פרוי/רביצען ווייזט פאר די וועלט אז ס'איז א קולט און זי וויייזט פאר די אידישע וועלט אז מ'קען ארויס. מ'קען זיך ארויס זעען פון די codependency.
אן אריין גיין און די שוי בעצם וואס מיך פרעזענליך האט עס נישט געכאפט. פארקערט גאר. אבער די מציאות איז אז אסאך מענטשען קוקען עס אן פאזיטיוו. קומט רב וואקסמאן און ווארפט א טענטראם קעגן נעטפליקס ווייל ער קען אפילו נישט רעדן פון די שוי אליין. ווי כאפט ער עס אן. ער רעדט צום שוויגער אבער ער מיינט די שנור.
און דאס שרייט שווארץ/שילער/ און די גאנצע היימישע סאשעל מידיע צוריק אויף אים. פה אחד.. די ביסט שפיץ קולט. די ווארפסט זיך מיט בחורים. דאס איז קולטישע וועגן. די ביסט מקריב אידישע קינדער צום מולך. ביסט די סימבאל פון קולטיזם. גיי צוריק אין דיין לאך.
גוצא » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 1:45 am
· #487364
איין זאך בין איך נישט מסכים מיט יונתן, ער לייגט אראפ דעם רב וואקסמאן כאילו ער איז משה ואהרן וכהניו צוזאמען, באמת איז ער סאך הכל א קאלעגע בדחן וואס פארמאגט אויך א ישיבה. און אה, ער קען אויך שרייען הויעך ביי דרשות.
מהיכי תיתי!
תוהו ובוהו » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 2:10 am
· #487369
Re: נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם
קהל'ס נער
קשוט עצמך=ווארף נישט קיין בחורים
ואח"כ קשוט אחרים=נאכדעים זאלסטו רעדן אקעיגן נעטפליקס
האו אבאוט
קשוט עצמך = [פיל אריין עפעס א שוואכקייט דיינער]
ואח''כ קשוט אחרים = נאכדעם זאלסטו אטאקירן יענעם פארן נישט מקיים זיין "קשוט עצמך וכו'"
איינס האט נישט מיטן צווייטן, ער האט א רעכט צו רעדן וועגן נעטפליקס וואס איז לדעתו אן עוולה, אפגעזעהן צו ער ווארפט בחורים וואס איז לדעתך אן עוולה.
איך פערזענליך האלט גראדע פונקט פארקערט, זיין נעטפליקס אטאקע איז מיר אבסורד. און כ'האב נאכנישט געהערט עפעס זאכליכע טענות קעגן זיין ישיבה פירן, חוץ קינדישע חוזק מאכן פון זיין באנעהמונג, און א האלבע אומפארשטענדליכע סיפור פון יהונתן שווארץ, (דאס עצם קלויבן וועלכע בחורים צו אריינעמען איז לדעתי נישט קיין שום עוולה) ס'איז מעגליך יא דא טענות וואס איך ווייס נישט, אבער מיט זיין נעטפליקס דרשה האט עס זילטש.
ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 8:26 am
· #487379
די סיבה פארוואס מענטשן גייען ארויס פון די כלים איז נישט ווייל "הרב וואקסמאן האט געזאגט אז ער האט נישט ליב נעטפליקס"...
הרב וואקסמאן שטעלט זיך דא אהער אלס א מציל של ישראל, און איינער וואס די המשכה פון כלל ישראל'ס גייט אים אין לעבן!
אויף דעם קומט די מענשטהייט און זאגט:
דו פעיק פאוני פראוד! דיך אינטערסירט "כלל ישראל"?! דיך אינטערסירט דיין כבוד! דיך אינטערסירט דיין באקוועמליכקייט!
דו מיט דיין דרשה אינאיינעם זענען בס"ה דא צו סקאורען נאך אפאר כבוד Points.
ודו"ק וד"ל.
berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 8:53 am
· #487382
גוצא
איין זאך בין איך נישט מסכים מיט יונתן, ער לייגט אראפ דעם רב וואקסמאן כאילו ער איז משה ואהרן וכהניו צוזאמען, באמת איז ער סאך הכל א קאלעגע בדחן וואס פארמאגט אויך א ישיבה. און אה, ער קען אויך שרייען הויעך ביי דרשות.
מהיכי תיתי!
אוועררעיטעד...!
קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 10:43 am
· #487406
תרמב
איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
ער זאגט נישט אז נעטפליקס איז א פראבלעם ער זאגט אז נעטפליקס איז די פראבלעם קימט יונתן און שרייט ניין רעביי וואקסמאן נישט דאס איז די פראבלעם די פראבלעם איז ארויסווארפן בחורים פון ישיבות
מי אני » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 11:46 am
· #487408
די געדאנק איז אויך אז מ׳קען זאגן אז ״די אָנבּירעבּל ענטפער״, אדער עכ״פ ״אן אָנבּירעבּל ענטפער״, צום ״אָנבּירעבּל קשיא״ פון פארוואס נעטפליקס איז דא אין א אידישע שטוב איז ווייל מ׳ווארפט בחורים; עס איז נישט ״אָנענסערעבּל״. מיינענדיג, די געווארפענע בחורים וועלן גאנץ זיכער האבן נעטפליקס אין זייערע שטיבער (און דאס איז שוין צום בעסטענסט וד״ל). ווי איך האב געהערט פונעם וויענער דיין הרה״ג ר׳ הערשל היילפרין שליט״א ביי אן אסיפה קעגן טעכנאלאגיע/אינטערנעט (דאכט זיך מיר ס׳איז געווען אין 18 עוועניו פּארק נישט לאנג נאכ׳ן סיטיפילד אסיפה), אז מ׳דארף אין אכט נעמען אז א בחור וואס טרעפט נישט א ישיבה [צי אלס לא נתקבל צי אלס ארויסגעווארפן] איז אים די אינטערנעט מקבל מיט אפענע ארעמעס.
berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 2:56 pm
· #487424
מי אני: דאס איז א גוט און עמקות'דיג ווארט...!
כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:17 pm
· #487546
קאצקע ציקער
דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס
יונתן שוורץ במונולוג מצמרר: "אחרי המכות בישיבה עליתי לגג ורציתי לקפוץ״
https://go.bhol.co.il/b37b66
לאמיר זאגן » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:29 pm
· #487973
יונתן שפילט דעם וויקטים שפיל. ער איז אנגעווייטאגט אויפ'ן סיסטעם, מיט רעכט, און ניצט זיך דעם ווייטאג זיינעם צו באשולדיגן אלץ און אלעמען, און דו קענסט אים נישט אפווארפן, ווייל ער איז דאך א וויקטים.
יא, עס זענען דא פראבלעמען מיט ארויסווארפן בחורים, אבער נישט אלעס איז שווארץ און ווייס
אוהב ספרים » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:54 pm
· #487976
עפעס א קלוגע באבע האט אמאל געזאגט, יעדע מעשה האט 3 זייטען, זיינ'ס, איהר'ס און די אמת.
דא האט מען נאר געהערט איין זייט, יונתן'ס, וואס איז שייך דן זיין פון הערן איין זייט.
וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:04 pm
· #487988
לייען איבער די אשכול עסטע זעהן אז ער איז נישט די איינציגסטער
רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:09 pm
· #487990
וואקסמאן׳ס זייט האט מען שוין געהערט, נעטפליקס!
קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 7:22 pm
· #488142
איינער ווייסט ר'אפרים וואקסמאן'ס היסטארי? וויזוי האט ער אזא גוטע ענגליש?
ער איז בכלל א חסידישע יונגל?
נפה » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:37 pm
· #488149
ער איז אן אמעריקאנע בויטשיק
וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 3:04 am
· #488356
נפה
ער איז אן אמעריקאנע בויטשיק
מה פתאום, ער איז פון א געהעריגע היימישע אונגערישע משפחה. משפחת לייכטאג/וואקסמאן איז איין משפחה.
קען זיין, אז סך הכל האט ער געלערנט אין ליטווישע ישיבות
berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 8:49 am
· #488367
וואלווי: אויב ס'איז דער אפרים וואקסמאן. האט ער געלערנט צוזאמען מיט מיר אין ישיבה. ער האט זיך אייביג געהאלטן א שטאפל העכער פון די אנדערע בחורים...(דעם אייבישטנ'ס מתנה פאר די וועלט.)...! נאר איך מיין אז זיין טאטע (בג"ע תהא מנוחתו) האט זיך אויך געהאלטן עפעס ספעשל...!
וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:34 am
· #488383
פארוואס האסטו זיך געלאזט? ביסט דאך אויך ספעשל.
נאר די חילוק איז, ער איז געווען אזוי ספעשיל אז ער האט פארשטאנען אז ער דארף טרעטן אויף אנדערע בחורים.
ער טוט עס נאך היינט...
קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:47 am
· #488384
וואלווי
נפה
ער איז אן אמעריקאנע בויטשיק
מה פתאום, ער איז פון א געהעריגע היימישע אונגערישע משפחה. משפחת לייכטאג/וואקסמאן איז איין משפחה.
קען זיין, אז סך הכל האט ער געלערנט אין ליטווישע ישיבות
ווי קימט צו עים אזא פערפעקט ענגליש?
בלאט: 1 2