פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14652
פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
הגיע לידי א רעקארדינג פון ר׳ משה ווייס, ראש ישיבת מאור התלמוד אין בארא פארק, און איך וויל פרעגן דעם עולם דא וואס מען האלט דערפון.
די שמועס איז טאקע געווען פנימי ווי ער האט גערעדט צו די בחורים בין כותלי הישיבה, אבער לפע״ד העני׳ איז די מהות און די לשונות ממש שאקירנד.
אט איז עטליכע ציטאטן:
ווער ביסטו בכלל?
איך דארף דיך עניוועי נישט האבן דא, לאמיר זאגן אפען, ביסט איבריג, ביסט גארנישט ווערט!
א באנטש פון פרעסערס, עולם הזה׳ניקעס, דיין טאטע טוט אזוי, דיין זיידע טוט אזוי, פארגרעבטע מענטשן!
איך וועל הארגענען מענטשן!
איך וועל עס טון מיט די גאנצע רשעות!
מען דארף אויסהערן די גאנצע רעקארדינג צו פארשטיין די קאנטעקסט און וואס ער צילט אויפצוטון,
אבער די גאנצע גערעדעכץ, שפראך און מהלך הערט זיך עפעס געפערליך נישט פאסענד פאר א מחנך בישראל.
<a class="postlink" href="https://voca.ro/1gUR1snwkziu">https://voca.ro/1gUR1snwkziu</a>
וואו בין איך? פארוואס האב איך נישט געהאט אזא מנהל/ראש ישיבה??
[emoji1787]
איך גלייך גראדע די סטייל דרשות...
מיין מנהל פלעגט רעדן אביסל ערגער צי מאל
איך לאוו די סארט דרשות. לעצטנס איז אויך געווען א רעקארדינג ווי א משגיח צוברעכט א ספיקער און שרייעט אויף א בחור.
ווער קען ברענגען נאך פון די סארט?
מיין מנהל האט אויך געקענט רעדן אזוי אדער ערגער, די בחורים ציווישן זיך רעדן דאך אויך אזוי, זעהט אויס אז מ’דארף רעדן צו זיי אויף זייער שפראך אז נישט פארשטייען זיי נישט.
די לעצטע ליין פין די פאדעל פין די אויסגעגאסענע קאווע איז נאך די בעסטע
גיימער גיין דאווענען דארט די נעקסטע ראש חודש צו זעהן אויב זיי גייען מער נישט אונטערברימען פאר מוסף
תרמבמיין מנהל האט אויך געקענט רעדן אזוי אדער ערגער, די בחורים ציווישן זיך רעדן דאך אויך אזוי, זעהט אויס אז מ’דארף רעדן צו זיי אויף זייער שפראך אז נישט פארשטייען זיי נישט.
אויב דאס ווערט די געוונדליכע שפראך פארלירט דאס די "שאק" עפעקט...
.
אוי איז דאס גוט, ס׳האט מיר צוריקגעטראגן צו די זיסע תמימות׳דיגע ישיבה יארן ווען איך בין געזעצן און אויסגעהערט די ראש ישיבה׳ס/מנהל׳ס דרשות מיט אן אפענעם מויל טראכטענדיג ״דער רעדט דאך אזוי צום זאך!״, כ׳האב ממש נישט געקענט פארשטיין וואס גייט דורך אין קאפ פאר די קאלטע פארדארבענע בחורים, אוי די שנאת תלמידי חכמים לעם הארץ. יא יא, ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן, ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין, אוי ווי ער איז גערעכט געווען...
איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
איך וויל וויסן וואס די בחורים טוען א שעה צייט אין ביה"כ, פארוואס זאגט ער נישט קלאר. מסתמא ליינען זיי דער בלאט דארט.
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
Lesserאיי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
קענסט עם לאדענען קיין לינדאן ווי ער קען נאך עפענען א ישיבה
קומזיץ אין מקוה? 😂
שמעקעדיגקומזיץ אין מקוה? 😂
פון די גרעסטע תאווה'ס ביי בחורים.
גיי פרעג 'יואלי בארמינקא' גבאי פון סאטמאר יואל אין א''י.
ס'איז א מצוה לפרסם.
אזוי איז מען מחנך בחורים אין אונזערע בעסערע ישיבות.
ס'איז אן עקל און גרויל אז א ראש ישיבה רעדט אזוי צו בחורים.
כ'האב נייעס פאר אים, יא מיכאל שניצלער פארקויפט מער איידעלע געדאנקען פון ר' משה ווייס.
בחורים ווילן חתונה האבן, יא ס'איז נאטורליך, א מין רשעות, כ'וויל וויסן ווען ער איז געווען לעצט מיט זיין ווייב?
אלעס איז אבאוט עם און זיין ישיבה.
ער מיינט לשם שמים, ס'איז מאכט מיר ווינדערן וויאזוי זיין שמים קוקט אויס.
תרמבמיין מנהל האט אויך געקענט רעדן אזוי אדער ערגער, די בחורים ציווישן זיך רעדן דאך אויך אזוי, זעהט אויס אז מ’דארף רעדן צו זיי אויף זייער שפראך אז נישט פארשטייען זיי נישט.
תרמב: אט דער ..."ראש אדער ..."שור"... ישיבה האט געוואלט ארויסגעבן א ביסל פון דעם ..."כעס אגור"...אין זיין סיסטעם נאר ער האט זיך איינגערעדט אז ער ווילל גיין אויפ'ן נאוואהרדיק'ער ..."דרך"...פון צוברעכן און משפיל זיין דעם אייגענעם עצמיות. נאר מיט אזעלכע דיבורים און אויסדרוקן מאכט ער מער שאדן ווי נוצן. ס'איז קלאר אז יצא שכרו בהפסדו...!
Lesserאיי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
ער איז שוין היפש לאנג א ראש ישיבה, פארדעם איז ער געווען מנהל ביי ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל אין אור ישראל, נאך ר' אליעזר'ס פטירה איז פארגעקומען א רייבעריי צווישען איהם און ר' אליעזר'ס אלמנה, דאכצעך זי האט געטענה'ט אז ער וויל איבערנעמען די ישיבה מיט די בינינים, דאן איז ער ארויס (געפלויגן...) פון דארט און געפענט זיין אייגענע ישיבה.
איך פארשטיי זיין frustration, איך וואלט מן הסתם נישט געווען ווייניגער פרוסטרעטעד, אבער פארדעם בין איך נישט קיין ראש ישיבה. איך מיין זיין טעות איז, אז ער קוט אן א ישיבה ווי א ביזנעסס, און בחורים ווי ן זיינע ארבעטער, וואס שטעלן אים צו די ישיבה וואס איך האב מיך אויסגע'משל'ט צו האבן (פאר תאוה און כבוד אדער פאר לשם שמים).
איך מיין אבער אז די איידע פון א ישיבה איז א בית היוצר פאר תלמידי חכמים און יראי השם. און די ארבעט פון א ראש ישיבה איז טאקע דאס, צו זען פארוואס ער האט נישט קיין הנאה צו לערנען און פארוואס ער האט נישט קיין שאיפות ,און ארבעטן מיטן בחור עס צו טוישן. ווען איינער האלט אזא דרשה איז עס ביי מיר פונקט ווי א טערעפיסט זאל זיך נעמען שרייען אויף זיין גרופע פאציענטן "ווער עס האט ענעקזייטי אדער דיפרעשין איז א piece off shit, און ער זאל זיך גיין זוכן אן אנדערע פלאטץ ".
שטייט א מענטש און שפייעט אויס זיין כעס און עגאיזם פאר צוואנציג מינוט אין איין צי אבער וויבאלד ס'איז דאך אן עמטליכע דרשה פאר בחורים ענדיגט ער מיט די גאנצע תמימות מיט דעם אפישעל משיח ענדינג!
Lol 😃
איך קען נישט דער מענטש און איך בין נישט איבערצייגט אז דאס איז "כעס אגור" און פראסטערעשן וואס שרייט דארט...
מעגליך דאס איז קאלט און קאלקיאלעטעט, ווייל ער ווייסט דאס האט זיין עולם ליעב צי הערען, און לאזט איבער א פאזעטיווע השפעה
יא ס'קוועטשט מיר אויך אזא שפראך זאל פארטרעטן ביים בחור זיין "תורה אטאריטעט"
קען אבער זיין ער האט מער א גלייך-אויף-גלייך רילעשענשיפ מיט זיינע בחורים
מען דארף הערן פין א תלמיד זיינע
הקטן
מעגליך דאס איז קאלט און קאלקיאלעטעט, ווייל ער ווייסט דאס האט זיין עולם ליעב צי הערען, און לאזט איבער א פאזעטיווע השפעה
מיי פוט 😂 😂 😂 איך שטיי דא ביי די ארבעט און קוילער מיך פאר געלעכטער. 😂 😂 😂 #בושות
רביה''ק זי''עהקטן
מעגליך דאס איז קאלט און קאלקיאלעטעט, ווייל ער ווייסט דאס האט זיין עולם ליעב צי הערען, און לאזט איבער א פאזעטיווע השפעה
מיי פוט 😂 😂 😂 איך שטיי דא ביי די ארבעט און קוילער מיך פאר געלעכטער. 😂 😂 😂 #בושות
מיי פוט, ס'איז קאלט און קאלקיאלעטעט? אדער ס'קען האבן א
פאזעטיווע השפעה?
אדער ביידע
(איך מיין גראדע ס'איז פארבינדען)#בושות איז דאס ריגארדלעס...
ואידךשטייט א מענטש און שפייעט אויס זיין כעס און עגאיזם פאר צוואנציג מינוט אין איין צי אבער וויבאלד ס'איז דאך אן עמטליכע דרשה פאר בחורים ענדיגט ער מיט די גאנצע תמימות מיט דעם אפישעל משיח ענדינג!
Lol 😃
אין זיין "משיח ענדינג!" הערט זיך קלאר דאס איז בכלל נישט מיט קיין תמימות...
דאס (צווישען אנדערע) האט מיך אויך געפירט אביסל צי זאגן אז ער איז קאלקיאלעטעט איז ער ביי-עני-טשענס א קרוב מיט הרב יחזקאל שרגא ווייס פין מאנסי?
קאלט און אויסגערעכנט 😂 😂 😂 א גוטע השפעה האט עס אפשר ווייל די בחורים באקומען וועלידעישן פאר זייער "פארגרעבטקייט" ווען זיי זעהען אז ער איז דער זעלבער פאץ און לץ ווי זיי.
אאאםםם... ער סאונד ווי א קינד. ער דארף א גוטע טעראפיסט און זאל צוריק גיין ווערן א כיתה ד רבי, אדער ברויך ער זעלבסט איבערגיין די ישיבה יארן.. ער גלייכט די לעוול אף לינגאו..
My response to that author
A Yeshiva is a place to learn to study Torah. Yes, they don't teach English or Yiddish but they teach learning and they teach (or ought to teach) Midas and more.
Don't demote it to nothing
Your personal story is not reflective of Yeshiva. Neither is mine. (I share your thoughts and pain) But Weiss is a nobody that bullied his way into being a kapo. He personified whats wrong with Yeshivas.
Let me say briefly my point;
If it's true that is a babysitting service, ( and it is) than there is no justification of creating a atmosphere of turture where young kids are subject to Nazi style selections of race and DNA testing
Weiss is a pillar of that Selection Process Yeshiva (רעכטס לינקס סעלעקציעס)
. He brought so much pain into the world. Under the auspecies of being a higher caliber of whatever it is he stands for.
Then this leaks, and viola. A dog from dog land.
קויפערהגיע לידי א רעקארדינג פון ר׳ משה ווייס, ראש ישיבת מאור התלמוד אין בארא פארק, און איך וויל פרעגן דעם עולם דא וואס מען האלט דערפון.
די שמועס איז טאקע געווען פנימי ווי ער האט גערעדט צו די בחורים בין כותלי הישיבה, אבער לפע״ד העני׳ איז די מהות און די לשונות ממש שאקירנד.
אט איז עטליכע ציטאטן
ווער ביסטו בכלל?
איך דארף דיך עניוועי נישט האבן דא, לאמיר זאגן אפען, ביסט איבריג, ביסט גארנישט ווערט!
א באנטש פון פרעסערס, עולם הזה׳ניקעס, דיין טאטע טוט אזוי, דיין זיידע טוט אזוי, פארגרעבטע מענטשן!
איך וועל הארגענען מענטשן!
איך וועל עס טון מיט די גאנצע רשעות!
מען דארף אויסהערן די גאנצע רעקארדינג צו פארשטיין די קאנטעקסט און וואס ער צילט אויפצוטון,
אבער די גאנצע גערעדעכץ, שפראך און מהלך הערט זיך עפעס געפערליך נישט פאסענד פאר א מחנך בישראל.
<a class="postlink" href="https://voca.ro/1gUR1snwkziu">https://voca.ro/1gUR1snwkziu</a>
ליידער איז עס זייער נארמאל און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז דאס איז עפעס אן איינמאליגע געשעהעניש, נאר שפילט זיך אפ טאג טעגליך אין יעדע חסידישע ישיבה.
דאס איז ישיבה!
א שאד יעדע קוואוטעישן וואס דו ציטירסט, טאקע ווייל ס'איז פנימי פארדעם קען מען רעדן אזוי גראב און נאך הייסן פון די אנגעזענענסטע ראש ישיבות אין יהדות החרדית. ס'איז אזוי ווי א מערידזש, אינדערהיים ווען קיינער הערט נישט און זעהט נישט קען פליען די גרעסטע קללות און קלעפ...
וואס איך וויל וויסן איז ווער איז דער פארדארבענער בחור וואס האט געהאט די ביצים דאס צו פארשפרייטן? כל הכבוד! זאל משה ווייס איינעמען בושות נמרצות. אזוי רעדט אן עדאלט?? נאך צו יונגע בחורימ'לעך פון 17-18 יאר אלט? מיט אזעלכע לשונות לערנט ער זיי אויס מענטשליכקייט און מידות טובות גאר...
און נעם נישט זיין זייט אז ס'איז געווען אן אויסנאם, ער האט געכאפט אן אטאקע, ווייל ווי געזאגט דאס איז עמטליך די שפראך אין אסאך ישיבות און ליידער אין חדר אויך...
איך זאג אלס די פיין און דערנידערונג וואס בחורים מאכן מיט אין די ישיבה יארן איז נישט צום גלייבן, אבנארמאלע אביוז. אפילו די מיידלעך האבן נישט אזא הארד טיים. אנגעהויבן פון די אומגעהויערע לאנגע שעה'ן וואס גייט ארויס פון יעדע איבערגעטריבענע גבול, און געענדיגט ביי די אכזריות פון אויסזויגן בלוטיגע געלט (פון די טאטע'ס בערזל) פאר קנסות
איך האלט שוין לאנג: די גרעסטע סקעם וואס כלל ישראל פארמאגט גרעסער פון כולל חצות מיט קופת העיר זענען די היימישע ישיבות. כ'האב עס שוין דא דערמאנט, גיי אריין אין יעדע חסידישע ישיבה און צייל וויפיל בחורים לערנען וויפיל פראצענט פונעם טאג. חרפות און בושות.
אלעס איז דאך די רעקל מיט די פיאות, נישט די פנימיות
נולד מאוחרס'איז א מצוה לפרסם.
אזוי איז מען מחנך בחורים אין אונזערע בעסערע ישיבות.
ס'איז אן עקל און גרויל אז א ראש ישיבה רעדט אזוי צו בחורים.
כ'האב נייעס פאר אים, יא מיכאל שניצלער פארקויפט מער איידעלע געדאנקען פון ר' משה ווייס.
בחורים ווילן חתונה האבן, יא ס'איז נאטורליך, א מין רשעות, כ'וויל וויסן ווען ער איז געווען לעצט מיט זיין ווייב?
אלעס איז אבאוט עם און זיין ישיבה.
ער מיינט לשם שמים, ס'איז מאכט מיר ווינדערן וויאזוי זיין שמים קוקט אויס.
די פאקט אז מיכאל שניצלער איז דערמאנט געווארן איז מיר קלאר אז ער האט נאכנישט אראפגעשלונגען טרעק פייוו...
--------
בעצם איז עס די גרעסטע דזשאוק אף טאון! א יעדע ראש ישיבה, מחנך, מנהל, ר"ם, איז היינט ביזי 24/7 מיט איין זאך: אראפרייסן און אפשפעטן פון די היימישע פאפ קולטור. פרעס, זינגערס, נייעס, און פאליטיק. ווארט א רגע, אויב ביזטו אזוי אינטערסאנט און געשמאק וואלטן דאך די בחורי חמד געדארפט איגנארירן די שטותים, און לויפן אין ישיבה אריין! וואס ביזטו אזוי ביזי אריינצורעדן אין די זאכן? אלא מאי דו פארקויפסט 4 מאל גארנישט, און דיינע תלמידים זעען גאנץ פיין דורך וואסערע היפאקריט דו ביזט...
איך טריי צו פיקטשערן די חפץ חיים אדער ר' מאיר שפירא, א ראש ישיבה אין דער אלטער היים זאל זיך אויפשטעלן אריינרעדן אין זינגערס מיט פרעסעריי, קענסט נישט האבן אביסל קלעס? דאס איז דיין rival וואס דו דארפסט קאמפיעטן מיט?? נישטא ווער ס'זאל לאכן... און די ווייטאג איז דו רעדסט מיט עני נארמאלע מענטש ווייסט גוט דעם פארדרעקטן מציאות אז די שמועס גייט שוין פון די נאז... עד מתי!
ואידךשטייט א מענטש און שפייעט אויס זיין כעס און עגאיזם פאר צוואנציג מינוט אין איין צי אבער וויבאלד ס'איז דאך אן עמטליכע דרשה פאר בחורים ענדיגט ער מיט די גאנצע תמימות מיט דעם אפישעל משיח ענדינג!
Lol 😃
כ'האב אזוי געלאכט פון דעם! ליסן משיח קומט דאך אוודאי פון אזעלכע ליבליכע דרשות...
סאנטיאגא
און נעם נישט זיין זייט אז ס'איז געווען אן אויסנאם, ער האט געכאפט אן אטאקע, ווייל ווי געזאגט דאס איז עמטליך די שפראך אין די ישיבה וועלט! און ליידער אין חדר אויך...
יעדער דא ווייסט צי דאס איז "עמטליך די שפראך אין די ישיבה וועלט"
מיר אלע האבן געהאט מגי"ש און מנהלים, און ווייסן וואס זיי האבן יא אדער נישט גערעדט
דו שרייבסט דא צי אינסיידערס וואס האבן נישט לאנג ציריק געלערענט איו א ישיבה, נישט וויכטיג אויב דו נעמסט יא אדער נישט אן
מיר האט זייער געווינדערט אז א מכלומפערשטער ראש ישיבה זאל רעדן אזוי געמיין און נאך צו בחוריםַ.
אבער צו זאגן אז דאס איז די שפראך אין אלע ישיבות איז איבערגעטריבן.
איך האב געלערנט אין ישיבה, און געשיקט מיינע קינדער אין ישיבות, יעדער אין א אנדערע ישיבה, יעדע מיט אירע מעלות/ חסרונות, אבער אזא שפראך האט מען אין ערגעץ נישט געהערט, דער ווייס איז א זעלטענהייט והוקע אותו לעיני השמש.
ג"א מצטרף. קיינמאל נישט געהערט אזא שפראך.
איך האב אויך קיינמאל נישט געהערט אזא שפראך, נישט פון מיינע ראשי ישיבה און נישט פון מיינע קינדער'ס
אבער ווי איך געדענק האט ר' משה גרין יא גערעדט צו זיינע בחורים ווי א סטריט rapper, מיט לשונות של גנאי וואס מ'קען איינזינקען פון בישה פונקט ווי רבי ווייס.
א חסיד פון ווילנאמיר האט זייער געווינדערט אז א מכלומפערשטער ראש ישיבה זאל רעדן אזוי געמיין און נאך צו בחוריםַ.
אבער צו זאגן אז דאס איז די שפראך אין אלע ישיבות איז איבערגעטריבן.
איך האב געלערנט אין ישיבה, און געשיקט מיינע קינדער אין ישיבות, יעדער אין א אנדערע ישיבה, יעדע מיט אירע מעלות/ חסרונות, אבער אזא שפראך האט מען אין ערגעץ נישט געהערט, דער ווייס איז א זעלטענהייט והוקע אותו לעיני השמש.
ס'זענען דא פילע טאטעס וואס שיקן שוין מערערע קינדער צו משה ווייס פאר לאנגע יארן און האבן הערשט יעצט אויסגעפינען. זענט איר אזוי זיכער אז איר ווייסט וויאזוי די סטעף אין אייער זוהן'ס ישיבה באגייט זיך?
דער איז נעבעך א גרויסע רחמנות
און איך בין נישט מקנא דער בחור וואס האט שופך דם געווען.
מיין שאלה איז עפעס אנדערש:
אויב דאס איז די שפראך - ווער לערנט אויס דעם בחור נישט צו רעדן אזוי צו די ווייב און קינדער?
מיכאל שניצלער ריספאנדט...
📎 WhatsApp Audio 2021-05-27 at 10.04.54 AM.ogg
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
פערינאאיך האב אויך קיינמאל נישט געהערט אזא שפראך, נישט פון מיינע ראשי ישיבה און נישט פון מיינע קינדער'ס
אבער ווי איך געדענק האט ר' משה גרין יא גערעדט צו זיינע בחורים ווי א סטריט rapper, מיט לשונות של גנאי וואס מ'קען איינזינקען פון בישה פונקט ווי רבי ווייס.
שקר וכזב! קיינמאל נישט גערעדט אין פובליק צו זיינע בחורים אין אזא שפראך! איך בין א תלמיד, כ'האב געלערנט דארט עטליכע יאר, און כ'האב גראדע שטארק געגליכן זיינע שמועסן. יא ווען ער האט געגעבן א פסק פאר א בחור, האט דער ראש ישיבה אריינגעריסן אין זיבעטן רופ, אבער דאס איז געווען נאר פריוואט קיינער האט נישט געהערט, ער האט דעם בחור גערופן אין א זייט, און א שטיק צייט דערנאך, אמאל א האלבע שעה אמאל מער האט ער גערופן דעם בחור אין א זייט און מפייס געווען אז ער האט נישט אזוי שטארק געמיינט, וכו' וכו', אזא בחינה פון שמאל דוחה וימין מקרבת, אבער קיינמאל נישט אין פובליק
א חסיד פון ווילנאמיר האט זייער געווינדערט אז א מכלומפערשטער ראש ישיבה זאל רעדן אזוי געמיין און נאך צו בחוריםַ.
אבער צו זאגן אז דאס איז די שפראך אין אלע ישיבות איז איבערגעטריבן.
איך האב געלערנט אין ישיבה, און געשיקט מיינע קינדער אין ישיבות, יעדער אין א אנדערע ישיבה, יעדע מיט אירע מעלות/ חסרונות, אבער אזא שפראך האט מען אין ערגעץ נישט געהערט, דער ווייס איז א זעלטענהייט והוקע אותו לעיני השמש.
איך געדענק נישט זאגן אז דאס איז די שפראך אין אלע ישיבות בלי שום יוצא מן הכלל, בלאז נישט אויף מיינע ווערטער ארויס פון קאנטעקסט, איך זאג דאס איז נארמאל צו הערן פון אסאך ראשי ישיבות, יא נישט פונקטליך מיט די זעלבע גראבע גענגסטער שפראך אבער די יומיליעישן ברבים און די סטיראיטייפינג פון גוטע בחורים, שוואכע בחורים, ווען ס'קומט זומער זמן און דער עולם שטעלט זיך נישט צו ווי אנהייב ווינטער איז עס אטאמאטיש די שוואכע בחורים וואס ברענגן אראפ די פלאץ... די גאנצע סטייל און טאן איז ער בכלל נישט קיין חד בדרא... דאס איז יעדע צווייטע ישיבה די זעלבע גארבעדזש, ס'איז פארהאן אסאך עקסטרעמע ווי זיינס גלייכן. ליידער... אבער שוין כ'האב פאראכטן מיין תגובה...
הער איבער ער שעלט קוים אפשר 20 פראצענט פונעם שמועס, די רעסט איז טיפיקל ישיבה שינעניגענס, די נייטרא משגיח קליפ זינגט ער דעם זעלבן ניגון דו בעבי גייסט חתונה האבן... ס'איז דא.. מ'הערט דאך נישט אלעס וואס טוט זיך אפ אין די פלעצער, נאר דא דארט ווען איינער האט שכל עס צו פארשפרייטן
נ.ב. די גרעסטע cringe איז זיין אומסענסיטיווקייט צו מענטל טריגערס, ער לאכט אפ פון טעראפי "מ'האט אים גערודפ'ט... ווייל ער האט געכאפט איינמאל א פסק..." ווי כאילו ס'איז עפעס א באבע מעשה
מיין ראש ישיבה פלעגט זיכער מאכן ארויס צי שטיין פון אלע גארבעדזש ארבעט אין איבערגעלאזט פאר די מנהל ער פלעגט זיך יא עפענען א מויל מיט מיאוס'ע ווערטער וואס א טייל פון די האב איך אפי' נישט געכאפט דעמאלטס וואס ער מיינט
גיב א שמייכעלLesserאיי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
ער איז שוין היפש לאנג א ראש ישיבה, פארדעם איז ער געווען מנהל ביי ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל אין אור ישראל, נאך ר' אליעזר'ס פטירה איז פארגעקומען א רייבעריי צווישען איהם און ר' אליעזר'ס אלמנה, דאכצעך זי האט געטענה'ט אז ער וויל איבערנעמען די ישיבה מיט די בינינים, דאן איז ער ארויס (געפלויגן...) פון דארט און געפענט זיין אייגענע ישיבה.
פון ווען? ווען ער איז נאך געווען אין פעמפערס...?!
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
עס טוט שטארק וויי צו הערן א ראש ישיבה אזוי רעדן.
מען קען ווען ארויסברענגען די זעלבע נקודה אן אזוי אראפרייסען דעם ״היינטיגען בחור״. ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?
א שאד איך האב נישט געהאט אזעלכע מנהלים. די יארן וואלטן ליכטיגער געווען.
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
אמת וצדקעס טוט שטארק וויי צו הערן א ראש ישיבה אזוי רעדן.
מען קען ווען ארויסברענגען די זעלבע נקודה אן אזוי אראפרייסען דעם ״היינטיגען בחור״. ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?
נישט מיט קיין געפיל בעסער צו ווערן און נישט מיט קיין געשלאגן הארץ, ער האט פשוט וואס צו שמועסן און ארומלאכן פאר די איבעריגע סדרים פונעם טאג (בהנחה אז ער האט שוין געענדיגט לוח הציבור און וויקלי לינק).
בקיצור, אים באדערט נישט אז די בחורים האבן נישט עפעס בעסער אין לעבן ווי פרעסעריי און מיכאל שניצלער, אים באדערט נאר זיין ישיבה, אז דער גוטע בחור פילט זיך נישט באקוועם, און דער עולם הזה'ניק פילט זיך יא באקוועם. און אויף דעם איז ער גרייט צו הרג'נען.
איז אזוי ראש ישיבה, בחורים דארף מען ארבעטען מיט, מען דארף זיי מחנך זיין, מען דארף זיי מאכן וועלען גוטע עולם הזה, און עס קומט נישט צופוס, און נישט דורך אזעלכע דרשות.
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
קאן איינער מסביר זיין ווי אזוי ער דיפיינד א גוטע בחור אין די פארקערטע ? בשורש פינעם פראבלעם קומט אלס אראפ צי די קריקלים
או אינוקאן איינער מסביר זיין ווי אזוי ער דיפיינד א גוטע בחור אין די פארקערטע ? בשורש פינעם פראבלעם קומט אלס אראפ צי די קריקלים
מיר קוקט אויס ער דיפיינד שוואך:
דער בחור דער אויבער חכם וואס זינגט ביי מוסף גיסט אויס די קאפי אויפן פלאר און וואקט אוועק דערפין
עסט VIP טשאלענט און קימט שפעט א יעדע צווייטע טאג,
דער גיטער בחור:
דער בחור וואס האט שאיפות, מיז נישט האבן די בעסטע קאפ, וויל די ישיבה וואו ער לערענט זאל האבן א צורת הישיבה און זיין א ערנסטע פלאץ.
זעט נישט אויס די קריקלים שפילט דא בכלל א ראלע
אמת וצדק ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?
דער סארט שוואכע בחור פין וועם ער רעדט, פילט זיך בכלל נישט געקלאפט נאך אזא דרשה, די אלע זאכן ליגט ביים בחור אין האנט, און קען אויך מחליט זיין צי נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זיין הנהגה און ביהעווען ביז סוף זמן
(באצלן די קנס) כדי נישט צי דארפן פאקען פעק און פליען פין דארט.
אנטשולדיגט מר הקטן, אבער טאמער דער מר ווייס פירט א ישיבה און ער ווייסט נאך נישט וויאזוי צו נעמן רעספאנסיביליטי פאר זיך און זיין חינוך, און ער זעט אונטערברומן פאר מוסף אלס די פעלער פון די יונגער בחור און נישט פון זיך זעלבסט, דארף ער זאפארט פליען פון זיין אמט.
מצד אחד איז א בחור עפעס אראפ צו קוקן, פארשעמן, מבזה זיין ברבים (דו, דו און דו), און דערנידערן, און מצד שני איז דער בחור דער וואס האט די גאנצע רעספאנסיביליטי, און דער ראש ישיבה איז אן אובאלומפעטע נעביך.
א מענטס וואס שטעלט זיך פאר אלס מחנך, מוז וויסן אז די אחריות איז זיינס, נישט דער מחונך. ווען דער בחור דארף נישט קיין חינוך, בלייבסטו אן אומגעלונגענער שוסטער.
נאך א מיינונג
א מענטש וואס שטעלט זיך פאר אלס מחנך, מוז וויסן אז די אחריות איז זיינס, נישט דער מחונך. ווען דער בחור דארף נישט קיין חינוך, בלייבסטו אן אומגעלונגענער שוסטער.
גערעכט.
רב ווייס,זעט אויס, האלט אויך אזוי
און ער נעמט זיין אחריות זייער ערענסט -
ווען נישט רעדט ער נישט!
ער קען נישט לאזן דער בחור אויפוואקסען אן אימציוועלזירעט מוסף-ברימער קאווע-גיסער
פאר דעם האט ער געגעבן אזא שארפע דרשה
זאל דער בחור הערן זייער קלאר "דיינע מעשים האבן קאנסעקווענסען"!!! רעדט דיך נישט אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, דו וועסט פליען פין דא! וכו'
בלייבט איבער צו זען, צו ס'האט אויפגעטון אדער ח"ו פארקערט
איך שרייב לויט די צד אז דאס איז געווען אויסגערעכענט און נישט קיין ווילדע אויסברעך וואס האט אים אנגעכאפט