☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער

מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14948

כלבאשבוע » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:59 pm

· #486691
מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
סהאט זיך געשאפן א גרופע צו באקעמפן די געפערליכע עולה פון ארויסווארפן אומשולדיגע קינדער פון מוסדות פארן בלויזן חטא אז זייערע עלטערן זענען זיך מדבק אין אנדערע ערליכע אידן

The Foundation To Protect Our Children from acts of Revenge, POCOR

<a class="postlink" href="https://youtu.be/1IqecF5gTQs">https://youtu.be/1IqecF5gTQs</a>

ווי קען זיך א מוסד רופן א ״מוסד החינוך״ ווען זיי באגייען עוולות וואס זענען נישט נאר קעגן חינוך נאר קעגן די תורה הק׳?

כלל ישראל שרייט ואלה הצאן מה עשו?

גענוג! תשב״ר זענען נישט קיין פוינדלעך אויפן שאכברעט פון אייער עגאס און מחלוקת, לאזט ארויס די קינדער פונעם געשעפט

מצפצף » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 1:36 pm

· #486693
חוץ יו טוב קליפס פלאנען זיי עפעס צו טון?

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 1:37 pm

· #486694
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

קויפער » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 2:03 pm

· #486695
מצפצף
חוץ יו טוב קליפס פלאנען זיי עפעס צו טון?


לויט ווי איך פארשטיי, זענען די לעגאלע אינציאטיוון דורכגעפאלן, מוז מען פרובירן אנדערע מיטלען.
לכאורה קענען זיי נישט טון קיין סאך מער ווי מאכן א ויצעקו.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 2:10 pm

· #486697
קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

קהל'ס נער :שלא מן העניין.ווייל מ'עט מיינען אז זי איז א יונגל. און דער ויצעקו וועט זיין גרעסער. ווייל ביי יונגלעך איז אויך דא ביטל טעירעה...!

היכי דמי » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 3:23 pm

· #486705
קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?


ווי איך פארשטיי לערענט זיי אין א חדר ביז זי טרעפט א סקול. 🙂

ליב צו וויסן » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 8:06 pm

· #486722
פארוואס עפנט מען נישט אייגענע מוסדות?

Lesser » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 9:17 pm

· #486725
זייער א גיטע איידיע עכ"פ אויב וואלט מען ווען גענוצט א עכטע מיידל וואסהאט געלערנט און גור

כלבאשבוע » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:26 pm

· #486732
פרישע ווידיאו

<a class="postlink" href="https://youtu.be/X4LqbL2Z7ns">https://youtu.be/X4LqbL2Z7ns</a>

Hadasim » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:21 am

· #486742
די רשעות און אכזריות פון גור טוהט גאהר שטארק וויי פאר יעדן נארמאלען מענטש, אלס יחיד זעה איך נישט וואס כ'קען טוהן אז דאס זאהל זיך אויפהערן, וויל איך אויסנוצן די פלאטפארם אויסצושרייען מיין קעגנשאפט און אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם בב"א.

שמעון וואלף » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:25 am

· #486743
קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

ווייל די מענער דארט גייען די פיאות אינטערן קאפל.
ביי אנדערע איז עס טאקע א פראבלעם פון לא תלבש.

nespresso » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:27 am

· #486744
Re: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
איך מיין די קשיא וואס זי פרעגט קען זי זיך אליינס פרעגן ווי אזוי טיט מען עס פאר א קינד זי האט געוויסט אז גור גייט דעס טיען זי האט נישט געקערט פאר איר קינד פארוואס זאל די מוסדות מער טיען ווי זי טיט,
נישט אז איך געב גערעכטיקייט פאר גור ח"ו
אבער נישט האבן קיין פלאן פארן גיין צו שאול מאכט אויך נישט קיין סענס

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:33 am

· #486746
.

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:34 am

· #486747
הייסט זי דארף זיך לאזן פון טעראר? איר נשמה לעכצט קיין ר' שאול וועיגן דעים קימט איר א שטראף?

כ'ווייס די בארעכטיגסט נישט גור, אבער כ'וויל נאכאלץ ארויסברעינגען אז זי האט יא זייער א שטארקע טענה.

יהודי פשוט » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:51 am

· #486750
Re: מערכה קעגן גער פארן ארויסווארפן קינדער
nespresso
איך מיין די קשיא וואס זי פרעגט קען זי זיך אליינס פרעגן ווי אזוי טיט מען עס פאר א קינד זי האט געוויסט אז גור גייט דעס טיען זי האט נישט געקערט פאר איר קינד פארוואס זאל די מוסדות מער טיען ווי זי טיט,

זי האט גארנישט געטון פאר איר קינד, זי איז בלויז אן actress וואס שפילט גוט... אבי מ'רעדט זיך אפ אז די היימישע פרויען האבן נישט ווי אויסצוגעבן זייערע טאלאנטן... טאקע נאך א זאך וואס קומט זיך קרעדיט פאר רבי שאול! אוי, כ'האב כמעט פארגעסן... די ווידיאו'ס האבן דאך גארנישט מיט רבי שאול! ס'איז בכלל א פריוואטע אונטערנעמונג.

בכל אופן... האט מען נישט געשמועסט אז תומר דבורה און בנות חי' נעמען אן אלע מיידלעך וואס גור האט געווארפן??
האט מען נישט ארויסגעשטעלט בילדער פון א גרופע מיידלעך צוזאמען ווי כאילו ס'האלט אינמיטן ווערן א סקול??

בכל אופן מ'האט דאך געשמועסט אז רבי שאול האט רוב עולם דא אין אמעריקא, נו ווי קען זיין אז דאס מיידל האט נישט קיין פריינדינעס וואס זאלן רעדן מיט איר?? ס'הייסט בלויז איין משפחה איז אריבער צו רבי שאול???

פארוואס בכלל האט א מענטש אן אינטערעסע צו שיקן די קינדער אין א מוסד, וואס שטייט אונטער א רבי'ן וואס איז לדעתם ממש דאס ערגסטע וואס קען זיין, אין זיינע ארומיגע מענטשן זענען לדעתם נאך ערגער, טא פארוואס אהין שיקן קינדער?? סתם זיי אריינלייגן אינעם לייבן גרוב אז מ'זאל זיי פייניגן???

nespresso » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 2:24 am

· #486757
nespresso
איך מיין די קשיא וואס זי פרעגט קען זי זיך אליינס פרעגן ווי אזוי טיט מען עס פאר א קינד זי האט געוויסט אז גור גייט דעס טיען זי האט נישט געקערט פאר איר קינד פארוואס זאל די מוסדות מער טיען ווי זי טיט,
נישט אז איך געב גערעכטיקייט פאר גור ח"ו
אבער נישט האבן קיין פלאן פארן גיין צו שאול מאכט אויך נישט קיין סענס

מיין קשיא איז נישט דווקא דא נאר אסאך מאל מענטשען האבן טענות פארוואס מוסדות נעמען נישט אן זייער קינדער ווען זיי קומען נישט נאך די תקנות המוסדות (גערעכטע צו נישט גערעכטע תקנות) פארוואס דארף די מוסדות מער קערן ווי די אליינס?

יאסל ראקאווער » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 3:39 pm

· #486786
נעמט אריין אין קאפ. די גוים האבן ישיבות און סקולס לטובת ציוויליזאציע און לטובת השם.

אידן האבן מוסדות אלץ א קרדום לחפור בו. אדער ביסטו מיין קולט אדער נישט. נישטא קיין ישיבה אדער שולע פאר די ציבור. דאס איז נאר פאר די גוים וואס אלעס וואס זיי טון איז סעלפיש און פאר זיך אליינס.

פובליק סקולס. א גוישע ווארט.

נענה אנשי קאווע שטיבל ואמרו, כל מהא שתקנו לא תקנו אלא לצורך עצמם.
תקנו בתי מדרשות, להושיב בהם טישן, ישיבות לחנך בניהם לשוואנצונעס ובתי חינוך ליטול מהם חופש נפשם

Hadasim » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 4:07 pm

· #486794
ליידער איז אמת אז די גרויסע תאוות השתלטנות פון די אדמו"רים האט חרוב געמאכט חסידות.

Hadasim » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:43 am

· #486931
קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 6:48 pm

· #486986
Hadasim
קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?


זעיט אויס אז כ'האב א פעטיש צי פיאות 😂

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=485662#p485662

כלבאשבוע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 12:31 pm

· #487050
גער ענטפערט צוריק
📎 Bais-Yaakov-Gur-Clarification-1.pdf

Hadasim » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:23 pm

· #487058
קהל'ס נער
Hadasim
קהל'ס נער
שלא מן הענין:
פארוואס האט זי פיאות?

וואס ווערט איהר אזוי צוהיצט פון די פאות?


זעיט אויס אז כ'האב א פעטיש צי פיאות 😂

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=485662#p485662


ואנכי לא ידעתי אז ס'איז א גאנצע סוגיא מיט א קול קורא.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 12:50 am

· #487112
כלבאשבוע
גער ענטפערט צוריק

זייער נאריש לענ"ד.

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 10:03 pm

· #487155
ריספאנס פון עלטערן צו די בריוו פון הנהלה
📎 62F15BD6-EDA2-4C53-9E85-E200FA7528BB.jpeg 📎 434B717F-B5E3-4858-AACC-FC5B5A66FA00.jpeg