☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן

אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14939

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:46 pm

· #486412
אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
שאולי גראסמאן איז א באוואוסטער נאמען פאר יעדן דא. אין די מוזיק וועלט איז ער באקאנט פון זיינע ניגונים וואס ער האט ארויסגעגיבן אדער פארפאסט פאר אנדערע ווען ער איז נאך געווען אין אונזער געזעלשאפט. ווער געדענקט נישט די פאפולערע סינגעל ״איך וויל זיין א רבי״?

שפעטער האט ער געמאכט ניגונים פאר ליפא צווישן זיי די הערליכע ניגון ״א פשוטע איד״ אויך האט ער געמאכט ״א גוט ווארט״ וואס ליפא זינגט אויף
מעומקא דליבא.

דערנאך האט ער זיך אינגאנצן ארויסגעלאזט און איז געגאנגען אויף א צווייטע דרך אין לעבן, און האט פארלאזט אונזער ערליכע לעבענסשטייגער.

לעצטענס האט ער זיך צוריק אויפגעוועקט מיט זיין טאלאנט און גיבט ווייטער ארויס אידישע ניגונים. די וואך האט ער ארויסגעגיבן א סינגל ״ווער ביזטו״ ווי ער מאכט ליצנות פון די א.ג עסקנים און רייסערס.

https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:49 pm

· #486413
אנדערע ניגונים וואס ער האט פארפאסט און לעצטענס ארויסגעגיבן.

א שיינע איד.
https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI

טראמא
https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:17 pm

· #486417
זייער שיין? איך ווינטש איהם די בעסטע. ער און מרס. זיסהאלץ זענען נאך אן אייטעם...?!

קויפער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:24 pm

· #486418
שטארקע טאלאנט.

Ride With Me איז נישט פשוט.

דָּוִד » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:27 pm

· #486421
היכי דמי
אנדערע ניגונים וואס ער האט פארפאסט און לעצטענס ארויסגעגיבן.

א שיינע איד.
https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI

טראמא
https://www.youtube.com/watch?v=kBPqmy_l3OI

ביידע לינקס זענען די זעלבע ווי די לינק אין די פריערדיגע תגובה.

דא איז זיין Ride with me https://www.youtube.com/watch?v=lILbRIG ... nel=Shauly
(ס' נעמט א געוויסע חוצפה וואס ער זאגט דארט ״אלע בעלי חובות זיך אינטערווישן״ האבענדיג געלאזט שטעקן אסאך אזעליכע.)

כפתור » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 11:41 pm

· #486501
berlbalaguleh
זייער שיין? איך ווינטש איהם די בעסטע. ער און מרס. זיסהאלץ זענען נאך אן אייטעם...?!

שוין לאנג נישט. זיי האבן זיך צוהארגעט.
זי האט זיך געהאט אריינגעלאזט און ארטיסטישע באדי פעינט, קען זיין אז דארט האט זיך עס געענדיגט.

אייגעס ער האט באשלאסן (ווי אנדערע) צו קוקן אויף צוריק ווי ס'איז גרינגער צו באקומען אביסל אנערקענונג ווי איידער און די גרויסע גאס ווי דו ביסט נישט מער ווי א ברעקל זאמט אינעם ים הגדול

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:27 am

· #486521
כפתור: דאס איז דער פראבלעם מיט א סאך פון די או.טי.די.'ס. צוערשט אנטלויפן זיי פון זייער סביבה וואו זיי זענען אויפגעוואקסן. נאכדעם זעהען זיי איין די שוועריגקייטן מיט זיך אריינפאסן אין די אלגעמיינע (גוי'אישע) קולטור. ער איז נישט דער ערשטער . און וועט (מסתמא) נישט זיין דער לעצטער. מיט עטליכע יאר צוריק האטציך אפגעשפיעלט א מעשה ווי א טאטע, א גאנץ וואוילער יונגערמאן און א שווערער ארבעטער, איז נכנס בו רוח שטות. ער האטציך געג'ט פון זיין ווייב און געווארן או.טי.די. נאכ'ן חרוב מאכן 2 סוקסעספולע סטארס וואס ער האט געהאט אויפגעבויעט בזיעת אפיו. אלץ צוליעב זיין מחלה פון געמבלינג. ער האט מיטגענומען זיינע 2 קינדער אויף זיין דזשוירני. האט דער נ.י. פאוסט אמאל געברענגט א רעפארט ווי ער מוטשעט זיך, צוזאמען מיט זיינע קינדער, אריינצופאסן אין די גוי'אישע סאסייעטי...!

צום סוף האט א איד א גביר זיך אריינגעלייגט אין דעם קעיס. און מיט א סאך געלט און הארעוואניע האט ער איהם צוריקגעברענגט מיט זיינע קינדער. תרתי משמע...!

פערינא » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:38 pm

· #486554
מכאפט די עולם מיט אזא ווילדקייט אז אמאל דארף איינער נאר אביסל לופט צו אטעמען אבער ליידער קען מען נישט טרעפען לופט דארף מען זיכען אקסיגען טענקס און ני זשורסי און מ'מיינט נעבעך טאקע אז ס'איז בעסער פאר די קינדער וכו'

אבער דאס איז ליידער די שליסל צו אונזער עקזיסטענץ. ווייל, מלאך רע יענה אמן. מ'קען מיר אלע מודה זיין אז היימיש אידיש קען נישט עקזעסטירן מיט לופט. ומי שאמר די יאמר להיימישקייט די.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:45 pm

· #486564
פערינא: היימישקייט קען יא עקזיסטירן צוזאמען מיט אידישקייט. נאר מ'דארף מאכן א שטיקל בירור. ארויסקלויבן די גוטע חלקים. און אוועקווארפן די שטותים און אומנוצבארע זאכן וועלכע האבן זיך אנגעזאמלט אין משך פון יארן. אזוי ווי שטויב...!

קויפער » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:10 pm

· #486566
ער שרייבט אז ער האט אויך פארפאסט די ניגונים: ״אשמנו״ און ״מלך״.
עמיציר ווייסט אפשר וואו עס איז ערשינען אדער וואו מען קען דאס הערן?

good news » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:49 pm

· #486582
שאולי גראסמאן? - איך געדענק האבן געזען פון אים פעסטע פיקטשערס מיט זיין הייליגע רביצין.

דאס איז ער?

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:12 pm

· #486601
די רביצין, ווייס איך נישט. לויט ווי מ'שמועסט איז זי געווארן אויס (זיין) רביצין. און זי איז אויפ'ן וועג פון ווערן א ..."בעלת תשובה"...ווארט נאך א ביסל. און זי וועט ווערן א בעלת דרשנית. מעורר זיין די פרויען איבער צניעות... מיינד יו...איבער די לאנגע שייטלעך, מעיקאפ און געפאסטע קליידער...! איהר געשריי (צו די פרויען) וועט זיין..."איך בין געווען דארט. איך קום פון דארט...דארט איז גארנישט דא. דארט איז דער וועג צום שאול התחתית...!

Moshe123 » מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:58 pm

· #486965
אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
איך דריי מיך אויף דעם פאָרום שוין אַ שטיק צייט אָבער דעס איז מיין ערשטער פּאָסט ..
אָנליין גיי איך מיט די נאמן מוישעלע
איך בון שאלי׳ס סאמוואט באהאלטינע שיתוף, כ׳האָב געשריבען, רעקאָרדירט ​​און פּראָדוצירט זיינע לעצטיגע נגונים (זייט רייד מיט מיר) כבין גאר העפי אַז אונדזער מוזיק ווערט באקאנט אין די עולם החרדי (ווער ביסטי האט געכאבט ניינצן טויזינט קוקן אין די ערשטע וואך, די טשענעל האט געכאפט א הינדרעט טויזינט קוקן אין די לעצטע פיר חדשים, דעס איז דשאסט אויף יוטוב אליין, אלץ פון מענטשען וואס האבן געשערט די לינק אויף וואטסעפ. די עכטע נאמבער פון מענטשן וואס האבן אינס געהערט איז פיל גרעסער

זשאסט א נקודה…ווער ביסטי איז נישט סתם א זשאק וואס שפעדט אויף וויכטיג מאכערס - אויף א טיפירע מדרגה איז עס א סאשיל קאמענטארי אויף יעדן מענטש וואס לעבט, עט ליסט סאמטיימס, אויף א געוויסע וועג זשאסט זיך צו חנפענען צו יענעם. עס איז אַ טעגלעכע געראַנגל פאר מיר צו זיין באמת עכט, און דאס איז די עכטע פוינט פון די ניגון.

אגב די טעראפיסט וואס איך זע שוין עטלעכע יאר איז גאנץ באקאנט אין דער וועלט פון אסקנים, ער דרריט זיך אלץ מיט רבנים און ראש ישיבות וכדומה און ער זאגט מיר אלץ אויב די אלע חשובה אידן אין אונזער קהילה וואלטן זיך אויפגעשטעלט לפני כל עם ועדה, תחות אויפן טיש, און געמאלדן זייערע מענטעל פראבלעמען וואלטן רוב פון אונזערע אישאז שוין לאנג פארשווינדן ..מע מיז שוין ווערן עכט, דעה פעקנעס הארגעט אינס אוועק.

אויף א זייטיגע פוינט, מענטשען בעטן שאולי יעדן טאג צו זינגען לייוו אין קאנצערט, זיי זענען גרייט עס צוזאם צו שטעלן.. און ער׳ז נישט מסקים ווייל ער וויל נישט זיין פעמיס.. מיר זענען העפי אַז די מוזיק ווערט געהערט אָבער מע זיכט נישט צו שטיין אויף סטעזשיס... איך זאג דעס זשאסט אין ריספאנס צו עניבאדי וואס טראכט אז מע זיכט דא כבוד. דעס איז פלען א שטיק ארט אלץ א האבי, דעטס אל.

איך בין העפי צו ענטפערען עני שעלות דא אדער אויף אינסטעגראם .. און אויב וויל איינער האָבן א ביהיינד די סינז בליק ווי מע מאַכט "שאַולי" קענסטי מיך טרעפן אויף אינסטעגראם its_moishele

ברוינשטיין » מאנטאג אפריל 25, 2022 10:04 pm

· #498583
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
דער גראָסמאַן ריקט אַרויס שיינע סחורה יעדעס שטיק צייט, "איי לאָוו היס סטייל" ער איז אָריגינעל, בליציג, און ברענגט אַרויס שטאַרקע געפילן.

מרדכי מרדכי » דינסטאג אפריל 26, 2022 8:04 am

· #498603
איך געדענק אז שאולי האט געהאט אפאר ניגונים יארן צירוק
מאמע און אהיים איך קען עס אבער נישט טרעפן

גליקלעך » פרייטאג אפריל 29, 2022 1:03 am

· #498768
יאפ, אויך עפעס אן אשמנו בגדנו ניגון... און עפעס א ניגון פאר בין איש לבין אחיו, אויך א ניגון איבער ’א בחור אין ישיבה’... און לכאורה נאך.

איך זוך עס שוין ארום פאר יארן, יעדע נעפיו מיינע שטעל איך אפ און טשעק דורך זיין מפ3 צו ער האט נישט דעם אלטן שאולי קאללעקשן... דערווייל איז עס נישט צום געפינען!

די אשמנו ניגון איז געווען אויף דעם ניגון.

קהל'ס נער » פרייטאג אפריל 29, 2022 5:40 pm

· #498836
אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה

https://open.spotify.com/playlist/1OPErInmXKAhXpq8MqZ1Sq?si=IslypwaXQ5yPpbK3u3Fitg&utm_source=copy-link

פאלגזאם » פרייטאג אפריל 29, 2022 6:23 pm

· #498841
קהל'ס נער
אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה
y-link[/url]

I'm ok without it.

קהל'ס נער » פרייטאג אפריל 29, 2022 6:25 pm

· #498843
פאלגזאם
קהל'ס נער
אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה
y-link[/url]

I'm ok without it.
פארוואס ביסטו אזוי באבלאזן?

פאלגזאם » פרייטאג אפריל 29, 2022 6:27 pm

· #498844
קהל'ס נער
פאלגזאם
קהל'ס נער
אט איז מיין שאולי פלעיליסט
הערט און האט הנאה
y-link[/url]

I'm ok without it.
פארוואס ביסטו אזוי באבלאזן?
חס ושלום!
האב א זיסע און לעכטיגע שבת!

שמן למאור » פרייטאג אפריל 29, 2022 6:44 pm

· #498850
טעלעגראם טשענעל פון שאולי'ס ניגונים

https://t.me/+jL5n6jbhYoMyNDYx

גליקלעך » פרייטאג אפריל 29, 2022 7:21 pm

· #498854
דאס איז דאך עקזעקטלי וואס איך זוך שוין יארן...! אוי ברענגט עס זכרונות.

איך קען דיר נישט גענוג דאנקן

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 1, 2022 12:32 am

· #498869
כ'האב נישט געטראפן דארט די לידער וואס איך זיך

גליקלעך » זונטאג מאי 1, 2022 10:49 pm

· #498966
די ’בחור אין ישיבה’ ניגון האב איך אויך נישט געזען דארט.

אבער רובא דרובא פון אים איז דארט.

never » דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:38 am

· #532355
ביזטו טאקע דארט אויף יעדן ארט? טאטע כ'וויל אהיימקומען מאמע איך וויל אהיימגיין... אסאך געפילן האב איך פארגאסן אויף די ניגון! שכח משה'לע! שכח שאולי! עט'ס האט'ס גע'עפענט מיינע ציבראכענע דערשטיקטע געפילן, האבן'דיג אסאך שווערע מצבים אין מיין פארטראכטע לעבן! געפילן אין מחשבות וואס כ'האב געמיינט אז קיינער וועט עס קיינמאל נישט וועלן אויסהערן-אין פארשטיין, האב איך ענק ארויסגע'געבן שטיל'ערהייט, בשעת'ן הערן ענקער ניגונים! יעדע ניגון וואס ענק געבן ארויס, פיל איך ווי אן ארימאן וואס יעדע שטיק צייט קימט צי א עושר אין העלפט אים ארויס מיט זיינע שוועריקייטן! מיט יעדע ניגון פיל איך אז ס'נאך דא אפען עולם הזה מענטשן, וואס טראכטן פין מיינע אינערליכע פראבלעימען אין פראבירן מיט צי העלפן! שכח שכח שכח!

never » זונטאג אקטאבער 29, 2023 4:43 am

· #538384
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
שאולי איז זייער שטיל לעצטענס.
וואס גייט פאר-
כ'ווארט פאר נאך!

never » זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:40 pm

· #538407
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
לעצטנ'ס געטראפן די אריזשינעל ניגון אויף וואס שאולי האט ארויפגעלייגט די ווערטער אשמנו,
פיינע נייעס!

קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:04 pm

· #538440
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
never #
לעצטנ'ס געטראפן די אריזשינעל ניגון אויף וואס שאולי האט ארויפגעלייגט די ווערטער אשמנו,
פיינע נייעס!
נו לינק עס ביטע?

ששון ושמחה » זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:09 pm

· #538445
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
never #
שאולי איז זייער שטיל לעצטענס.
וואס גייט פאר-
כ'ווארט פאר נאך!
זאג דו וואס ס'גייט פאר.

א ניק וואס די איינציגסטע זאך וואס אינטערסירט אים איז שאולי ווייסט בעסער ווי יעדעם וואס ס'גייט פאר....!!

בלויע בעקיטשע » פרייטאג יולי 19, 2024 1:39 pm

· #568331
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
ווי קען מען הערן אלע זיינע יצירות?

סקעפטיקער » פרייטאג יולי 19, 2024 2:46 pm

· #568335
Re: אידישע ניגונים פון שאולי גראסמאן
בלויע בעקיטשע #
ווי קען מען הערן אלע זיינע יצירות?
https://www.youtube.com/@ShauliGros