☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #14929

אשכול אן א טיטל #14929

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14929
בלאט: 1 2 3

— » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:08 pm

· #485920

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ישר בעיניו » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:15 pm

· #485921
וויאזוי טוען זיי באשולדיגען א מענטש אויף א חשד פאר מהאט איהם באשולדיגט אין בי"ד אדער להבדיל אין קאורט?

סמבטיון » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:18 pm

· #485922
וואס זאג אך פאר מיין טאכטער ווען זי בעט מיר זי וויל קויפן די לעצטע kids speak?

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:19 pm

· #485923
די מאטי געץ איז שוין א אלטע רודף, ערשט ביי קאוויד יעצט ביי חיים וואלדער, דער איז א סעלף העיטינג דזשו, אויב ס'דא עפעס קעיגן א איד איז ער די ערשטע אויפן שיפל.

#בויקאט_אייכלער'ס

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:26 pm

· #485926
[ציטאט אראפגענומען]


ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.

האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?

רימון » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:27 pm

· #485927
כבר אמרו חז"ל במקום שאין מנהיגים ישתדל באלעבאס להיות מנהיג.

חתן בחור » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:28 pm

· #485928
קהל'ס נער
[ציטאט אראפגענומען]


ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.

האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?

אויף דעם האט ער דאך געענטפערט, ״מענטשן זענען נישט קיין קאורט״.

סמבטיון » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:28 pm

· #485929
איז פשט אז יעצט דארף קינד אין קייט פון גאנץ בארא פארק זיין ביזי און פארשטיין פטארוואס מענעמט אראפ חיים וואלדערס ביכער? ווילסט שטיין מיט די וויקטעמס, פיין כל הכבוד, אבער פארוואס דארף מען עס טוהן מיט אזא אדווערטייזמענט?

רימון » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:28 pm

· #485930
קהל'ס נער
[ציטאט אראפגענומען]


ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.

האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?

דאס איז אין א געריכט הויז, נישט וויאזוי אן אחריותדיגע געזעלשאפט דארף זיך פירן זיך צו באהיטן פון השחתה.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:29 pm

· #485931
.

רימון » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:30 pm

· #485932
קהל'ס נער
[ציטאט אראפגענומען]


ערעב העניך: כ'האב געמיינט אז די ביסט יא פון די קליגע דא.

האסט פארגעסן פון אינעסינט אנטיל פראווען גילטי?

דאס איז אין א געריכט הויז, נישט וויאזוי אן אחריותדיגע געזעלשאפט דארף זיך פירן זיך צו באהיטן פון השחתה.

ישר בעיניו » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:32 pm

· #485933
[ציטאט אראפגענומען]

איז פארוואס דארף בכלל זיין א קאורט סיסטעם זאלן מענטשען זאגן עדות און אוטומאטיש וועט מען ווערן ריינגעוואשן אדער באשולדיגט?
וואס פעלט אויס ריכטערס מיט יארן עקספיריענס מיט הויכע דיגריס און יארן לערנען?

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:33 pm

· #485934
יעדער פארשטייט אז אויב איך גיי דא באשילדיגן איינעם אויף קאווע שטיבל מיט אומאיידעלע מעשים גייט מען נישט אויסמעקן זיין תגובות.

כ'האב געטוישט די שפראך, כ'האף אז יעצט וועט קיינער נישט ווערן אפפענדעד.

חקרן » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 6:47 pm

· #485935
.

ישר בעיניו » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:00 pm

· #485938
[ציטאט אראפגענומען]

ווען די ביסט די וויקטים און איינער האט דיך פערזענליך געטשעפעט דארפסטו טאקע שטיין ווייט אבער א ווען ס'איז א ווארט קעגן א ווארט מיט וועלכע רעכט קענסטו פסקנען אן חוקר ודורש זיין

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:10 pm

· #485939
ס'איז לכאורה בגדר א קלא דלא פסיק ואיתחזק [נישט נאר איינמאל/איינער] און עס גייט אריין אינעם כלל פון (מגילה כה:) האי מאן דסנאי שומעניה וכו', ומה שפסק החפץ חיים בהל' לשה"ר כלל ז הלכה ה ועיין לעיל שם בבאר מים חיים ס"ק ח. און דאס איז בפרט דא וואו עס איז למיגדר מילתא אויך, מחמת דעם אז די (טאקע אלעדזשד) תקלות זענען אינדירעקט צושטאנד געקומען דורך די ביכער וכהתנצלותם.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:18 pm

· #485940
[ציטאט אראפגענומען]

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:23 pm

· #485942
ערשטענס וויל איך בעטן דעם עולם נישט צו טאטשן קהל׳ס נער, כפרשטיי אז די נסיון איז גרויס אבער עס לוינט נישט. צווייטענס האב איך שוין פארגעסן.

תוהו ובוהו » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:25 pm

· #485943
סמבטיון
איז פשט אז יעצט דארף קינד אין קייט פון גאנץ בארא פארק זיין ביזי און פארשטיין פטארוואס מענעמט אראפ חיים וואלדערס ביכער? ווילסט שטיין מיט די וויקטעמס, פיין כל הכבוד, אבער פארוואס דארף מען עס טוהן מיט אזא אדווערטייזמענט?

פונקט פארקערט, די גאנצע ציל פונעם צעטל איז אז יעדער זאל וויסן אז אייכלער'ס בעקט נישט קיין מאלעסטערס.

דאס נישט פארקויפן איז א היכי תמצא צו קענען שרייבן דעם צעטיל.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:26 pm

· #485944
בענדזשאמין פרענקלין
ערשטענס וויל איך בעטן דעם עולם נישט צו טאטשן קהל׳ס נער, כפרשטיי אז די נסיון איז גרויס אבער עס לוינט נישט. צווייטענס האב איך שוין פארגעסן.


כ'האב שוין רעדאגיט מיין הודעה, נאכן ווערט פארבעיטן פון די מנהל, את חטאי אני מזכיר כ'האב מיך נישט געדארפט אויסדריקען אויף יענע וועיג.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:16 pm

· #485964
קהל'ס נער
די מאטי געץ איז שוין א אלטע רודף, ערשט ביי קאוויד יעצט ביי חיים וואלדער, דער איז א סעלף העיטינג דזשו, אויב ס'דא עפעס קעיגן א איד איז ער די ערשטע אויפן שיפל.

#בויקאט_אייכלער'ס

קהל'ס נער: דו ביסט מיר א גוטער פריינט. אבער אין די סוגיא ביניך 100% נישט מסכים מיט דיר. איך קען מארדי געץ פערזענליך. און איך ווייס וואס מאטיווירט איהם. (ער האלט אז ה' האט איהם געגעבן זין לעבן פאר א מתנה. נאכדעם וואס ער האט (ב"ה) ריקאווערד פון די ביטערע מחלה, ל"ע). ממילא איז ער די ערשטע אין די רייע (מ'קען זאגן ..."אוואנט-גארד"...צו קעמפן פאר יושר. אויסער די געוואלדיגע ענייני צדקה וחסד אין וואס ער איז (דירעקט און אומ-דירעקט) אינוואלווד...!

כפתור » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:30 pm

· #485966
איך האב נישט געלייענט די אלע באשילדיגונג קעגן אים.
אבער וויאזוי גייען זיינע בוקס שעדיגען מיינע קינדער?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:50 pm

· #485971
כפתור: זייער פשוט. ווען זיי (דיינע קינדער) וועללן ליינען זיינע בוקס. און נאכזאגן זיינע דברי חכמה. וועט זיך א יעדער אנרופן...אה, ער... ער איז דאך א מאלעסטער פון קינדער

פאליטיקאנט » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:50 pm

· #485972
איך האלט בכלל נישט מיט די באשולדיגונגען קעגן חיים, אבער דאס שמעקט פון אזא לינקע אקטיוויסטישע שריט סתם לשם אגענדע.

לדעתי, ווילאנג ער איז נישט געפונען געווארן שולדיג, הייסט אזא שריט רדיפה (און אפשר מוציא שם רע אויך), דו האלטסט משום איזה סיבה אז די באשולדיגונגען זענען קראנט? פיין, מאך זיכער דיינע קינדער זענען נישט נאנט צו עם, און ווארף ארויס זיינע ביכער פון שטוב (וואטעווער דאס דארף צו אויפטוען), אבער אז א געשעפט וואס האט גארנישט דירעקט מיט די גאנצע נושא זאל סתם טוען אזא שריט אין די יעצטיגע צייט איז אומריכטיג.

(@אנאנים) דאס מאכט ממש נישט אויס פאר די וויקטימס, עס בארואיגט נישט און ווייזט נישט גארנישט. אז די באשולדיגונגען זענען אמת וועט עס איבערגעוויזן ווערן און ער וועט באקומען זיין שטראף.

אז א יחיד זאל טוען אזאנס מדעת עצמו ווען גארנישט איז נישט קלאר, איז לדעתי רשעות. אלס בעל הבית קענסטו עס פשוט נישט פארקויפן, אבער פארוואס די צעטל??
איך בין מוחה!

נחמד » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:06 pm

· #485978
📎 IMG_20211116_230504_788.jpg

קורקלענד » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:20 pm

· #485984
ווי ווייט איך ווייס האנדלט זיך עס פון איין ארטיקל אין א צייטונג וואס ציטירט דריי אנאנימע וויקטים'ס. איז שוין דא איין וויקטים וואס האט מעיז פניו געוועזן בפניו?

דערווייל זענען די באשולדינגון זייער שוואכע. עס דארף אויך באטאנט ווערן אז ער האט דורכאויס די יארן אסאך עוסק געווען אין העלפן מענטל העלטה, וואס איז פיל מאל גורם אז מענטשן ווערן זייער אנגעווייטאגט אויב מ'שטעלט זיך אויף די פארקערטע צד. דאס גיבט צו נאך סיבות פארוואס מענטשן זאלן זיין מאטיווירט צו באשולדיגן. איך האב עס אליינס צוגעזען ערשט האנטיג אין ענליכע פעלער.

לדעתי איז אייכלערס נישט נאר נישט גערעכט נאר אזאנס איז פול מיט רשעות. אויך העניך איז עפעס שטארק נישט צום פארשטיין דא. איך דיסעגרי מיט העניך זייער אפט, אבער רוב מאל קען איך פארשטיין זיין צד. דא אבער איז ער עפעס נישט עולה על הדעת.

לשם יחוד » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:41 pm

· #485988
איך האלט אז ער איז נישט גערעכט, האט מען דען אראפגענומען די ביכער פון קאומאו, ביל קלינטאן אדער טראמפ? אדער האט מען אויפגעהערט שפילן מאוויס פראדוצירט ביי הארווי וויינשטיין?
וואלדער׳ס ביכער ביי אונז איז אזוי אינטעגרעל און וויכטיג ווי זיי, כמעט יעדער היינטיגע חרדישע יוד איז אויפגעוואקסן אויף זיינע ביכער, מקענסעלט נישט אזוי זאכן וואס זענען אזוי אינטעגרעל צו אונזער סיסטעם ווי לאנג סאיז גארנישט שלעכט מיט די ביכער זעלבסט.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:55 pm

· #485989
berlbalaguleh
קהל'ס נער
די מאטי געץ איז שוין א אלטע רודף, ערשט ביי קאוויד יעצט ביי חיים וואלדער, דער איז א סעלף העיטינג דזשו, אויב ס'דא עפעס קעיגן א איד איז ער די ערשטע אויפן שיפל.

#בויקאט_אייכלער'ס

קהל'ס נער: דו ביסט מיר א גוטער פריינט. אבער אין די סוגיא ביניך 100% נישט מסכים מיט דיר. איך קען מארדי געץ פערזענליך. און איך ווייס וואס מאטיווירט איהם. (ער האלט אז ה' האט איהם געגעבן זין לעבן פאר א מתנה. נאכדעם וואס ער האט (ב"ה) ריקאווערד פון די ביטערע מחלה, ל"ע). ממילא איז ער די ערשטע אין די רייע (מ'קען זאגן ..."אוואנט-גארד"...צו קעמפן פאר יושר. אויסער די געוואלדיגע ענייני צדקה וחסד אין וואס ער איז (דירעקט און אומ-דירעקט) אינוואלווד...!


לכבוד ידיד נפשי ר' בערל זז"ג: קען זיין ער האט א דרייוו צי טין גיטס, אבער ער ווייסט נישט וויאזוי עס צי ניצן און ער טיט רשעות מיט דעים, פאר מען טוט א עבירה לשם שמים דארף מען פרעיגן א דיין לדעתי הקטנה והצרה.
פארוואס? ווען מען טיט א געהעריגע מצווה, אפילו אויב מ'איז נישט יוצא לכל הדיעות מיט אלע הידורים, קענסטו נישט גיין ווראנג, אין ערגסטע פאל האסטו נישט קיין מצווה,
משא"כ עבירה לש"ש, אויב ביסטו נישט זיכער אז מען מעיג עס טין, האסטו א פלעינע גראבע עבירה.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:59 pm

· #485990
לשם יחוד
איך האלט אז ער איז נישט גערעכט, האט מען דען אראפגענומען די ביכער פון קאומאו, ביל קלינטאן אדער טראמפ? אדער האט מען אויפגעהערט שפילן מאוויס פראדוצירט ביי הארווי וויינשטיין?
וואלדער׳ס ביכער ביי אונז איז אזוי אינטעגרעל און וויכטיג ווי זיי, כמעט יעדער היינטיגע חרדישע יוד איז אויפגעוואקסן אויף זיינע ביכער, מקענסעלט נישט אזוי זאכן וואס זענען אזוי אינטעגרעל צו אונזער סיסטעם ווי לאנג סאיז גארנישט שלעכט מיט די ביכער זעלבסט.


אז מען רעדט שוין פון קאומא.....
ווי שטארק איך האב עים פיינט, און איך פריי מיך מיט זיין מפלה, און נאך אלץ נישט געוועין גערעכט אז מען האט עים געצווינגען צי ריזיינען, ער וואלט געדארפט בלייבן על כסא ממשלתו ביז ס'דא א קארט קעיס, אויב קימט ער ארויס שילדיג זאל ער גיין שימלען אין תפיסה לאורך ימים ושנים ועד בכלל, אויב ווערט ער ריינגעוואשן זאל ער ווייטער זיצען אויף זיין שטיל, און האפנטליך וועט מען עים ארויסוואוטן.

פתחון פה » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:18 am

· #485994
די גאנצע משוגענע language דו שטייסט מיט די וויקטים אדער מיט די רודף כאילו דו מיזט נעמען א צד אז נישט וועסטוי נישט האבן געקעסט דיין וואוט מיט וועם שטייסטוי מיט די שטערבליך קראנקער אדער מיטן רופא וואס מ'טאר נישט שטיין מן הצד וואספארא משוגענער האט אויסגעטראפען די טערמין שטיין מיטן וויקטים ,

Sent from my moto g(100) using Tapatalk

תרמב » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:25 am

· #485996
איך האב א שטארקע פראבלעם מיט די פרשה, איך פיל ווי מיינע יסודות צופאלט מיר אונטער די פוס, דהיינו איך קוק ארויף א מענטש איך לייען איינעמס ביכער וכדומה און פון איין מינוט אויפן צווייטן ווער איך געוואור אז איך האב געטון עפעס נישט ריכטיג ווייל יענער איז א שייגעץ, איך האב מורא צו האבן טראסט אין מענטשן, ווער ווייסט וואס איך גיי געוואור ווערן מארגן? איך וועל זיך אנווארעמען פאר די חנוכה ליכט מיט א ספר לאמיר זאגן פון ר' אלימלך בידערמאן אדער ר' יוסף חיים גרינוואלד שפירנדיג ווי די ספר רעדט צו מיר און ס'דערהייבט מיר פאר א חנוכה ליכט צינדן און נאך א פאר חנוכות ווער איך געוואור אז זיי זענען חלילה נכשל געווארן מיט א שמץ פון ציונות צוואנציג יאר צוריק, און זייערע ספרים ווערן ארויסגעטראסקעט פון בית הספר און אלע היימישע שמש שטיבלעך, וואס דארף איך שפירן אזא פאל? אז די אלע טרערן וואס איך האב פארלאזט יעדע יאר ביי די סדר אדער יום כיפור ביינאכט זענען עכט געגאנגען צום שטן? איך האב מורא צו עפענען א ספר.....

יאסל ראקאווער » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 1:29 am

· #486004
לשם יחוד
איך האלט אז ער איז נישט גערעכט, האט מען דען אראפגענומען די ביכער פון קאומאו, ביל קלינטאן אדער טראמפ? אדער האט מען אויפגעהערט שפילן מאוויס פראדוצירט ביי הארווי וויינשטיין?
וואלדער׳ס ביכער ביי אונז איז אזוי אינטעגרעל און וויכטיג ווי זיי, כמעט יעדער היינטיגע חרדישע יוד איז אויפגעוואקסן אויף זיינע ביכער, מקענסעלט נישט אזוי זאכן וואס זענען אזוי אינטעגרעל צו אונזער סיסטעם ווי לאנג סאיז גארנישט שלעכט מיט די ביכער זעלבסט.


איינער זאל דאס אפילו קענען זאגען מיט א גראדע פנים! אנטשולדיגט מיר, די ווייסט זיינע ביכער זענען פול מיט דרך החיים? ס'בלייבט אינטעגראלן צו אונזער סיסטעם? סארא מאדנע מענטש שעמט זיך נישט אזוי צו טראכטען. פארקערט איך האב גענוצט די געלעגנהייט צו שיקען א סיגנאל פון חינוך פאר מיינע קינדער, שכויעך הרב מארדי געץ שליט"א.

ס'איז קלאר ווי די טאג אויב די, אדער וואס טענה'ן אויף די קול דלא פסוק איז נישט גענוג אים צו פסל'ן, אויב ווערסט געוואור אז די חיים וואלדער האט פארקויפט טריפה פלייש אלץ כשר, די זעלבע מאס עדות וכו' וואלסטו אויך אזוי גערעדט? קיינמאל נישט. שטעלט דיך פאר די טריפה'נע קצב פינקל איז א שרייבער, וואלסטו געלאזט זיינע ביכער אין א געשעפט? נעבעך מהא דעתה.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 8:14 am

· #486010
מאך זיכער: דו ביסט גערעכט. ס'טוט זיך דא א גאנצער פולמוס (סומאטאכע?) איבער די החלטה פון בעה"ב פון אייכלער'ס ספרים געשעפט אראפצונעמען די ביכער פון חיים וואלדער. און אויך ארויסלייגן אן ערקלערונגס בריעף איבער זייער החלטה. אן נעמען א שטעלונג איבער די גערעכטיגקייט פון זייער החלטה וכל המסתעף, האלט איך אז דאס איז געווען א פשוט'ע ביזנעס דעסיזש'ן. מר'. געץ האט נישט געווארט ביז ס'וועט קומען איינר א מאן דהו און מאכן א טומל איבער די ביכער פון חיים וואלדער. וואס קען שאטן פאר זיין אייגענע ביזנעס אויך. האט ער געמאכט א פריע החלטה און אראפגענומען די ביכער. מיט דעם האטציך געענדיגט די אישו פאר איהם. דאס מיינט נישט אז ער (מארי געץ) נעמט א צד אין די אישו...!

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:55 am

· #486014
אונז נעמען זיך אן פאר באשילדיגטע מאלעסטערס?
מ.ד. איז פיין געגאנגען שמאכטן אין תפיסה, און ווען ער איז ארויס האט ער נישט געקענט באווייזן זיין פנים אויפן גאס האט ער געמיזט אנטלויפן קיין ישראל.
געב מיר א א באשילדיגטע מאלעסטער דורך'ן געריכט וואס דרייט זיך כאחד האדם.
די אלע טענות אז אינז נעמען זיך אן פאר מאלעסטערס, רעדט מען לגבי אומבאשילדיגטע מאלעסטערס, (וואס איך האלט אז מען טאר זיי נישט רודפן, שטיין ווייט יא), זאלן די קרבנות זיי אנקלאגן וועלן זיי באקומען זייער פארדינטע שטראף, סתם שטיין און און באשמיצן מענטשן איז רשעות.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:10 am

· #486015
קהל'ס נער: מיט דעם ביניך מסכים מיט דיר 100%. זאללן די אלע באשולדיגערס, אדער כאטש איינער פון זיי, ארויסקומען אפן, אין קאורט אדער גיין צו די פאליס און פיילן א קאמפלעינט.. ווייל די אלע וועלכע האבן אן אגענדא, אזוי ווי נחום רעדן נאר און ווארפן ארויס באשולדיגונגען. אבער קיין קאנקרעטע עווידענס ברענגען זיי נישט. כ'געדענק ביי דעם פאל פון נ.וו. האט ער געשטורעמט א יעדן טאג אז ס'זענען דא נאך (מיידלעך) וועלכע באשולדיגן איהם (נ.וו.). נו, זאללן זיי קומען אין קאורט עדות זאגן. ס'איז נישט געקומען קיין איינער. (אויסער, פארשטייצעך די קרויס מיידל.)...!

קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:26 am

· #486016
א איד איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן דער ברך משה זי''ע, און זיך אפגערעדט אז מ'איז אים חושד מיט הארבע זינד. האט דער ברך משה שטארק מחזק געווען, און אים געזאגט, זעה מ'זאל דיר נישט חושד זיין ... ויהי לפלא.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:38 am

· #486020
כאטש איך בין אייביג שטארק אנטי מאלעסטערס, אבער דא זאגן ביידע זייטן דברי טעם און כ'קען נאכנישט דיסיידן. ווען מען דארפן אביסל צווארטן און זעהן אויב נאך חומר קומט ארוס לכאן או לכאן.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:36 am

· #486024
איך אויך
כאטש איך בין אייביג שטארק אנטי מאלעסטערס, אבער דא זאגן ביידע זייטן דברי טעם און כ'קען נאכנישט דיסיידן. ווען מען דארפן אביסל צווארטן און זעהן אויב נאך חומר קומט ארוס לכאן או לכאן.


אונז זענען אלע דא אנטי מאלעסטערס (אזוי האף איך), אבער וויל לאנג ס'נישט זיכער אז איינער איז א מאלעסטער טאר מען נישט עים רודף'ן.

פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 2:13 pm

· #486037
[ציטאט אראפגענומען]
זאגסט איבער דיין פונקט דריי מאל.

אמת, אז עס איז שרעקליך די מצב פון אונזער געזעלשאפט אין דעם נושא, אבער דאס גיבט אן נישט גערעכטיגקייט מיטן טון צו די אנדערע עקסטרעם.

דאס אז אונזער געזעלשאפט רעכנט זיך נישט מיט די קאורט און פארטיידיגט נאך אלס אזוינע שעדליכע ברואים, גיבט נישט גערעכט צו טוען שריט קעגן איינער וואס איז נאכנישט שולדיג.

Two wrongs doesn't make one right.

פרימארגען » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 5:28 pm

· #486056
קהל'ס נער
איך אויך
כאטש איך בין אייביג שטארק אנטי מאלעסטערס, אבער דא זאגן ביידע זייטן דברי טעם און כ'קען נאכנישט דיסיידן. ווען מען דארפן אביסל צווארטן און זעהן אויב נאך חומר קומט ארוס לכאן או לכאן.


אונז זענען אלע דא זאגן אז מיר זענען אנטי מאלעסטערס (אזוי האף איך), אבער וויל לאנג ס'נישט זיכער אז איינער איז א מאלעסטער טאר מען נישט עים רודף'ן.

כפתור » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 8:50 pm

· #486062
berlbalaguleh
האט ער געמאכט א פריע החלטה און אראפגענומען די ביכער. מיט דעם האטציך געענדיגט די אישו פאר איהם. דאס מיינט נישט אז ער (מארי געץ) נעמט א צד אין די אישו...!

בערל: ס'איז איין זאך ווען ער נעמט עס סתם אראפ פון די שעלף, ס' איז א צווייטע זאך ווען ער רופט עס אויס אויף טוויטער פאר די גאנצע וועלט.
ס'איז מסתבר אז ער מיינט מער די אטנשען ווי די מצוה פון ולא יהיה בך..
און דאס איז וואס באדערד פארן עולם. ס' שמעקט נישט לשם שמים'דיק

סמבטיון » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:33 pm

· #486065
גוט געזאגט, ווילסט עס אראפ נעמען נעם עס אראפ, אבער דאס ארום שיקן א צעטל באיצטלא פון שטיין מיט די וויקטעמס, כאילו ער האט באקומען 1 פאון קאל ארויס צו נעמען זיינע ספרים פון אייכלערס, מיינט ריין אטענטשן, און בכלל, וויל איך וויסן צו ער האט זיך דורך גערעד מיט עני דעת תורה צו ער מעג עס שוין יעצט טוהן, אויב יא זאל ער פליז עס ארויס שרייבן.
נ.ב. פארשטיינערטס מיר נישט כווייס אז דעת תורה האט נישט קיין ווערט אין קאווע שטיבעל.

קויפער » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:14 pm

· #486071
רבותי, קריכט׳ס אראפ פון די ביימער, וואלדער איז א מאלעסטער מיט אלע מפרשים, there is no point in defending him anymore.

פרימארגען » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:23 pm

· #486072
צוויי פון פראמענירסטע עסקנים אין די נושא צבי גלאק און יעקב הורוויץ האבן ביידע געטוויט און שטיצע פון אייכלער׳ס. אנדערע טרעפען אלס א נייע תירוץ, ס׳איז נישט אמת. סאיז מסירה. זי איז משוגע. ער איז נאך א קטן. זיין זיידע איז געווען א גנב אינדערהיים. זיין מומע גייט מיט די אייגענע האר. ושערי תריצים לא ננעלו הצד השוה שבהם אז די קינדער בלייבען הפקר.

צקון לחש » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:38 pm

· #486074
די וואס טענה'ן אז אייכלער'ס דארף נישט מפרסם זיין פארזעהען זייער עיקר (אפיציעלע) פוינט, נעמליך צו שטיצן די וויקטימס.
אדרבה, דער פשעטל וואס אייכלער'ס שרייבט בתוך הדברים אז ס'קען ארויסקומען א מכשול פון ליינען די ביכער - איז נאנסענס.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 11:36 pm

· #486088
UPDATE: Walder's Books Pulled From Shelves Across Israel; Yated, Otiyot, Radio Kol Chai Remove Columns And Programs


<a class="postlink" href="https://vinnews.com/2021/11/17/update-walders-books-pulled-from-shelves-across-israel-yated-otiyot-radio-kol-chai-remove-columns-and-programs/">https://vinnews.com/2021/11/17/update-w ... -programs/</a>

ליב צו וויסן » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 11:05 am

· #486119
הרב העניך, רימון, וכל אחד בשמו הטוב יבורך.
לדעתי פארזעהט עטס א גאר וויכטיגע פאוינט.

אין די אלגעמיינע גאס איז היינט זייער שטארק די Virtual signaling קולטור, ווי עס איז זייער "טרענדי" צו טוהן "פעולות" א קעגן אזויגערופענע Offenders.
זעלבסט פארשטענדליך אז די טרענד האט זיך אנגעהויבן מיט א גוטע כוונה.
אבער וויבאלד יעדער וויל דאך (ווייזן אז ער איז) [זיין] א גוטער, איז עס זייער שנעל פארוואנדלט געווארן אין א פארמעסט פון ווער ס'קען אטאקירן מער מענטשן (פון דעם איז געבוירן געווארן די היינטיגע Cancel culture), און טאג איין טאג אויס שטייט מען אויף צו די נייעס אז נאך איינער איז געקענסלד געווארן..

לכאורה איז עס א מורא'דיגע גוטע זאך.... סאסייעטי פארדאמט שלעכטס... וואס קען זיין בעסער???....

דא איז אבער דא א פאטאלע פראבלעם.
סאסייעטי פירט זיך נישט אויף ווי א יושר'דיגע קאורט.

אין (א ישרות'דיגע) קאורט ביסטו:
-Innocent until proven guilty
-מען קען נישט סתם ארויפקלעבן א לעיבעל אז דו ביסט א ..... און א ..... ווייל דו האסט געזאגט/געטוהן געוויסע זאכן וואס גיבן אזא "איינדרוק", נאר די זאכן דארפן ווערן געפראווד.

איז אזוי... אין די אלגעמיינע גאס האט שוין "די Virtue signaling/cancel culture" אפגעקאסט טויזנטער "אומשולדיגע" קרבנות.

פילע מענטשן האבן דערלייגט Jobs, קאריערעס, משפחה וכו וכו אלס צוליב א פאפולערע Virtue signaling העלד, וואס האט אפגעמאכט אז א געוויסע דיבור/מחשבה/מעשה וואס דער באשולדיגטער האט יא אדער נישט געטוהן, איז מוכיח אז יענער איז א XYZ.

איז אפילו דא אין דעם פאל האלט מען (מאיזה סיבה שהוא) אז ס'איז קלאר אז וואלדער איז שולדיג, איז פארט פארשטענדליך פארוואס יושר'דיגע מענטשן "עקלען" זיך פון אזא סארט צוגאנג וואס הרב אייכלער'ס האט גענומען, און בענקען נאך די "אמאליגע" סיסטעם (פון בערך 10 יאר צוריק...) ווי א מענטש האט געהאט א רעכט זיך צו פארטיידיגן און זאגן זיין זייט, און באשולדיגט איז מען נאר געווארן דורך א ישרות'דיגע קאורט.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 11:15 am

· #486121
נאך א גאר וויכטיגע פאוינט צו באמערקן (וואס איז בעצם א הסבר פארוואס מען דארף א קאורט..), איז די נאטור פון אלגעמיינע מענטשן צוזאם צומישן א קוגל פון באשולדינגונגען.

ס'איז וויכטיג צו געדענקען!!
- איבעררעדן א פרוי עס צו טוהן מרצונה "הייסט נישט קיין רעיפ" אפילו אויב זי האט שפעטער חרטה (אפילו אויב אין געוויסע אופנים איז עס א שטארקע עוולה).
- גלעטן און קושן א פרעמדע קינד "איז נישט קיין מאלעסטעישן" (אפילו אויב ס'איז מיאוס און עקלדיג).

אין א ישרות'דיגע קאורט וועלן די אלע נקודות קלאר ווערן אויסגעשמועסט, אין די קאורט פון די Mob זענען די אלע חילוקים בכלל נישט נוגע... אויב איז די וויקטים גענוג וויכטיג זיך אנצונעמען פאר איז נישט קיין שום פראבלעם צו באשולדיגן דעם וויקטימייזער אפילו מיט זאכן וואס ער האט קיינמאל געטוהן.. (האסט געזעהן וויאזוי יענק'ל גלעט דעם אינגל?... ער איז ממש א מאלעסטאר...)

מיר בענקען זיך צוריק צו Due process!!!!!!

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:52 pm

· #486128
זייער גיט ארויסגעברעינגט

כלבאשבוע » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 5:17 pm

· #486142
פעלדהיים אויך
📎 4A1FE8F9-CBE0-488C-8179-3AEE007AE556.jpeg
בלאט: 1 2 3