☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #14929

אשכול אן א טיטל #14929

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14929
בלאט: 1 2 3

מצפצף » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 7:20 pm

· #486146
דאס איז א נארמאלערע סטעיטמענט.

סמבטיון » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:42 pm

· #486163
דא קען מען זעהן וויאזוי א נארמאלע קאמפעני שטעלט ארויס א צעטל. אויב איינער קען עס צישיקן פאר דעם געץ אפשר וועט ער טראכטן נעקסט טיים (ס'זאל זיך נישט מאכן) אביסעל לענגער פאר ער שיקט ארויס זיין שטעלונג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:43 pm

· #486164
כלבאשבוע
פעלדהיים אויך

כלבא שבוע: איך וואלט דיר געדארפט געבן א לייק. נאר אזוי ווי דו געסט נישט קיין לייקס פאר קיינעם. פארדינסטו אויך נישט קיין לייק...!

mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:57 pm

· #486168
איך זעה אסאך האבן טענות אז מען מאכט א פסקנט אפ א מענטש אן א געריכט
איך פארשטיי די טענה און יש דברים בגוי
פון די אנדערע זייט איז דא גאר א שטארקע אויפטו וואס לכאורה וועגט דאס שטארק איבער אויף פארקערט
די פחד פון וויקטיםס זיך אויפצושטעלן און ארויסרעדן איז אין לשער
די שמיער קאמפיין אויטאמאטיש אז יענער איז סתם אנגעווייטיקט אדער אליין א בעל עבירה ווערט גראד ארויסגעשטעלט ממילא איז גאר וויכטיק צו געבן שטארקייט פאר די וואס שטעלן זיך ארויס הרבים
אוודאי איז דא פראבלעמען אין דעם מהלך אבער די פארקערטע מהלך אז מען רייסט אראפ די וואס רעדן און שטעלן זיך ארויס איז פיל א גרעסערע פראבלעים

קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:30 pm

· #486170
berlbalaguleh
כלבאשבוע
פעלדהיים אויך

כלבא שבוע: איך וואלט דיר געדארפט געבן א לייק. נאר אזוי ווי דו געסט נישט קיין לייקס פאר קיינעם. פארדינסטו אויך נישט קיין לייק...!

ער לייקט מיט זיין צווייטע ניק

תוהו ובוהו » דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 11:08 pm

· #486175
קאצקע ציקער

ער לייקט מיט זיין צווייטע ניק

נו, ר' בערל לייקט אויך יענע ניק.

קויפער » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 1:14 pm

· #486208
איך וויל פרעגן די אלע פיין שמעקער׳ס וועלכע קימערען זיך זייער שטארק וועגן due process, איר פארמאגט נישט קיין זעלבסט-שטענדיגע דעה אזש איר ברויכט אנקומען צום געריכט אדער צום פאליציאנט צו דערגרייכן א החלטה?

יעדער מענטש וואס איז א שטיקל בר דעת און לערנט דורך די פאקטן, קען אליין פארשטיין וואס דער אמת איז.

נישט דער שופט און נישט די אינסטאנצן פארמאגן עפעס העכערע קוואליטעט בהירות הדעת, זיי זענען בלויז באגאבט צו נאכפאלגן געזעצליכע פראצעדורן אבער פארט איז דאך מעשים בכל יום ממש אז זיי מאכן שווערע און שרעקליכע טעותים ביים משפט׳ן.

ווען עס קומען ארויס אין דער עפנטליכקייט אזויפיל עדות׳שאפטן, ספעציעל פון באגלייבטע מענטשן וואס האבן נישט קיין אג׳ענדעס, דארף איך נישט קיין פאליציאנט און נישט קיין שופט וואס זאלן מיר העלפן צו ארטיקולירן מיין מיינונג, עס איז ביי מיר קלאר אז יש דברים בגו.

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 1:43 pm

· #486213
שוין, דו זאגסט קלאר אז דו האלטסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר, ס'איז א שאד ווייטער צו רעדן אויף די נושא.

אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעגן דיר.

ליב צו וויסן » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:57 am

· #486295
קויפער
איך וויל פרעגן די אלע פיין שמעקער׳ס וועלכע קימערען זיך זייער שטארק וועגן due process, איר פארמאגט נישט קיין זעלבסט-שטענדיגע דעה אזש איר ברויכט אנקומען צום געריכט אדער צום פאליציאנט צו דערגרייכן א החלטה?

יעדער מענטש וואס איז א שטיקל בר דעת און לערנט דורך די פאקטן, קען אליין פארשטיין וואס דער אמת איז.

נישט דער שופט און נישט די אינסטאנצן פארמאגן עפעס העכערע קוואליטעט בהירות הדעת, זיי זענען בלויז באגאבט צו נאכפאלגן געזעצליכע פראצעדורן אבער פארט איז דאך מעשים בכל יום ממש אז זיי מאכן שווערע און שרעקליכע טעותים ביים משפט׳ן.

ווען עס קומען ארויס אין דער עפנטליכקייט אזויפיל עדות׳שאפטן, ספעציעל פון באגלייבטע מענטשן וואס האבן נישט קיין אג׳ענדעס, דארף איך נישט קיין פאליציאנט און נישט קיין שופט וואס זאלן מיר העלפן צו ארטיקולירן מיין מיינונג, עס איז ביי מיר קלאר אז יש דברים בגו.

ס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

נעם אזא מעשה פון Kyle Rittenhouse וואס האט פארסירט ממש לעצטע פרייטאג.
דער אינג איז געווארן אפגעסטעמפעלט אלס א ווילדער רוצח און ווייסער סופרעמיסיסט דורך מיליאנען מענטשן, צענדליגער מידיע קאנאלן, און הונדערטער צייטונגען..
די פראבלעם איז, אז סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די קאורט קעיס און געזעהן די ווידעאויס, ווייסט אז לא דובים ולא יער.. די ערגסטע וואס מען קען זאגן אויף אים (איך האלט גראדע נישט אזוי...) איז אז ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט.

אונזערע קאורטס האבן זיכער פראבלעמען, אבער די קאורט פון סאסייעטי האט פיל מער... די אמת איז, אז רוב פעלער ווי קאורטס פאסקענען אום ישרות'דיג איז טאקע ווייל זיי ווערן נשפע פון די קאורט אף סאסייעטי....

ששון ושמחה » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 11:29 am

· #486308
אינטערסאנט אז חיים וואלדער איז אויך א גנב. דא שרייבט @אנאנים אז ער האט גע'גנבעט מעשיות פון אנדערע שרייבער'ס

[ציטאט אראפגענומען]

ששון ושמחה » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 11:33 am

· #486310
נאך א אינטערסאנטע אשכול ווען חיים וואלדער האט געזאגט א יאיר לפיד איז אזוי ווי היטלער.... אויב לפיד איז היטלער, וואס איז וואלדער???

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3694">viewtopic.php?f=24&t=3694</a><!-- l -->

בן ישי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:32 pm

· #486330
פרימארגען
צוויי פון פראמענירסטע עסקנים אין די נושא צבי גלאק און יעקב הורוויץ האבן ביידע געטוויט און שטיצע פון אייכלער׳ס. אנדערע טרעפען אלס א נייע תירוץ, ס׳איז נישט אמת. סאיז מסירה. זי איז משוגע. ער איז נאך א קטן. זיין זיידע איז געווען א גנב אינדערהיים. זיין מומע גייט מיט די אייגענע האר. ושערי תריצים לא ננעלו הצד השוה שבהם אז די קינדער בלייבען הפקר.

יאפפעד אויך
📎 Screenshot_20211117-034400_Twitter.jpg

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 1:17 pm

· #486339
סתם נייגעריג, חיים וואלדער איז אחד משלנו ממש?

נפה » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:42 pm

· #486347
ווענדט זיך וואס עס הייסט משלנו. א ליטווישער מחנך און שרייבער מיט א וועכענטליכער קאלום אין יתד אין א טעגליכער 2 שעות׳דיגער פראגראם אויף קול חי

אברך משי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 2:52 pm

· #486349
א טיפיקל ליטווישע בני ברק'ער אידל ככל הליטאים (א טראפ מער צו די אויפגעקלערטע זייט, אבער מיט א שטארקע בעקינג פון אלע ליטווישע גדולים)

קויפער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 3:06 pm

· #486351
קהל'ס נער
שוין די זאגסט קלאר אז די האלסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר ס'איז א שאד ווייטער צי רעדן אויף די נושא.

אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעיגן דיר.

ליב צו וויסן
ס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

נעם אזא מעשה פון Kyle Rittenhouse וואס האט פארסירט ממש לעצטע פרייטאג.
דער אינג איז געווארן אפגעסטעמפעלט אלס א ווילדער רוצח און ווייסער סופרעמיסיסט דורך מיליאנען מענטשן, צענדליגער מידיע קאנאלן, און הונדערטער צייטונגען..
די פראבלעם איז, אז סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די קאורט קעיס און געזעהן די ווידעאויס, ווייסט אז לא דובים ולא יער.. די ערגסטע וואס מען קען זאגן אויף אים (איך האלט גראדע נישט אזוי...) איז אז ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט.

אונזערע קאורטס האבן זיכער פראבלעמען, אבער די קאורט פון סאסייעטי האט פיל מער... די אמת איז, אז רוב פעלער ווי קאורטס פאסקענען אום ישרות'דיג איז טאקע ווייל זיי ווערן נשפע פון די קאורט אף סאסייעטי....

You are both missing the point.

דער געזעצליכער פראצעדור איז נישט ריין פון קיין טעותים, ווייט דערפון, און אויב וויל מען שטארק, קען מען גרינג באגראבן א שונא דורכ׳ן געריכט און דורך due process מיט אלע מפרשים.

איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען פאראורטיילט געווארן אין געריכט דורך 100% פאלשע באשולדיגונגען.

ריטענהויז האט מזל אז דער שופט איז געווען סימפאטיש גענויגט צו אים און אז Kenosha איז גענויגט אביסל מער אויף רעכט׳ס, אין אן אנדערע קאונטי און מיט אן אנדערן שופט וואלט due process אים באגראבן לעבעדיגערהייט.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 3:15 pm

· #486352
שטיקעל אינטרעסאנט אז פעלדהיים און די היימישע צייטונגען האבן אים געווארפן אונטער די באס.
מצד אחד זעהט אויס ווי אלעס איז אקעי, אבער אפאר פראבלעמען זענען דא.
א. מארדי געטס ווערט אונזער מנהיג.
ב. אויף באשולדיגונג אליין מאכט נישט קיין סענס צו מאכען החלטות.
ג. דאס אז דעת תורה איז כלומרשט מסכים צו דער פסק, איז אינטרעסאנט, און מיינט איינס פין צוויי, א. זיי האבן א אנדערע פראבלעם מיט דער מענטש. ב. זיי ווייסן שוין פין לאנג אז עס איז אמת.

קויפער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 3:52 pm

· #486356
היסטאריע

ב. אויף באשולדיגונג אליין מאכט נישט קיין סענס צו מאכען החלטות.

באשולדיגונג אליין?

רב העיר צפת וחבר מועצת הרבנות הראשית הרב שמואל אליהו: "הדברים מאוד ברורים, זה לא על סמך כתבה בעיתון הארץ. זה על סמך הרבה מאוד עדויות, מסמכים, תמלילים, פרוטוקולים של בתי הדין. תמונות, הקלטות. דברים חד משמעיים".

ליב צו וויסן » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:09 pm

· #486359
קויפער
קהל'ס נער
שוין די זאגסט קלאר אז די האלסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר ס'איז א שאד ווייטער צי רעדן אויף די נושא.

אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעיגן דיר.

ליב צו וויסן
ס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

נעם אזא מעשה פון Kyle Rittenhouse וואס האט פארסירט ממש לעצטע פרייטאג.
דער אינג איז געווארן אפגעסטעמפעלט אלס א ווילדער רוצח און ווייסער סופרעמיסיסט דורך מיליאנען מענטשן, צענדליגער מידיע קאנאלן, און הונדערטער צייטונגען..
די פראבלעם איז, אז סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די קאורט קעיס און געזעהן די ווידעאויס, ווייסט אז לא דובים ולא יער.. די ערגסטע וואס מען קען זאגן אויף אים (איך האלט גראדע נישט אזוי...) איז אז ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט.

אונזערע קאורטס האבן זיכער פראבלעמען, אבער די קאורט פון סאסייעטי האט פיל מער... די אמת איז, אז רוב פעלער ווי קאורטס פאסקענען אום ישרות'דיג איז טאקע ווייל זיי ווערן נשפע פון די קאורט אף סאסייעטי....

You are both missing the point.

דער געזעצליכער פראצעדור איז נישט ריין פון קיין טעותים, ווייט דערפון, און אויב וויל מען שטארק, קען מען גרינג באגראבן א שונא דורכ׳ן געריכט און דורך due process מיט אלע מפרשים.

איך קען פערזענליך מענטשן וואס זענען פאראורטיילט געווארן אין געריכט דורך 100% פאלשע באשולדיגונגען.

You are missing MY point.... 😂
די נקודה איז בכלל נישט אויב גיין אין געריכט איז "אייביג" די בעסטע סאלושן....
די נקודה איז אז "נישט גיין אין געריכט" איז "פיל" ערגער (דאס איז גראדע די Exact סיבה פארוואס מיר זענען געבענטשט מיט מאלעסטארס... וד"ל)

ליב צו וויסן » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:11 pm

· #486360
קויפער
קהל'ס נער
שוין די זאגסט קלאר אז די האלסט נישט פון דו-פראסעס, האב מיר און זיי מיר ס'איז א שאד ווייטער צי רעדן אויף די נושא.

אבער קום נישט וויינען אויב איינער גייט אמאל מאכן
פאלשע אלעגעישענס אקעיגן דיר.

ליב צו וויסן
ס'זעהט אויס אז ביסט אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא, און דו האסט נישט קיין "השגה" וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

נעם אזא מעשה פון Kyle Rittenhouse וואס האט פארסירט ממש לעצטע פרייטאג.
דער אינג איז געווארן אפגעסטעמפעלט אלס א ווילדער רוצח און ווייסער סופרעמיסיסט דורך מיליאנען מענטשן, צענדליגער מידיע קאנאלן, און הונדערטער צייטונגען..
די פראבלעם איז, אז סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן די קאורט קעיס און געזעהן די ווידעאויס, ווייסט אז לא דובים ולא יער.. די ערגסטע וואס מען קען זאגן אויף אים (איך האלט גראדע נישט אזוי...) איז אז ער האט נישט געהאט וואס צו זוכן דארט.

אונזערע קאורטס האבן זיכער פראבלעמען, אבער די קאורט פון סאסייעטי האט פיל מער... די אמת איז, אז רוב פעלער ווי קאורטס פאסקענען אום ישרות'דיג איז טאקע ווייל זיי ווערן נשפע פון די קאורט אף סאסייעטי....

ריטענהויז האט מזל אז דער שופט איז געווען סימפאטיש גענויגט צו אים און אז Kenosha איז גענויגט אביסל מער אויף רעכט׳ס, אין אן אנדערע קאונטי און מיט אן אנדערן שופט וואלט due process אים באגראבן לעבעדיגערהייט.

קענטליך אז דו האסט דעם געריכט פראצעדור נישט געוואטשט.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:13 pm

· #486361
קויפער
היסטאריע

ב. אויף באשולדיגונג אליין מאכט נישט קיין סענס צו מאכען החלטות.

באשולדיגונג אליין?

רב העיר צפת וחבר מועצת הרבנות הראשית הרב שמואל אליהו: "הדברים מאוד ברורים, זה לא על סמך כתבה בעיתון הארץ. זה על סמך הרבה מאוד עדויות, מסמכים, תמלילים, פרוטוקולים של בתי הדין. תמונות, הקלטות. דברים חד משמעיים".

א גרעסערע חידוש, דרייט זיך א איד און איז שוין געוועהן אין בית דין מען האט געברענגט קעגן אים באשולדיגונגען מיט ראיות ברורות, און ער שרייבט אין צייטונג, דרוקט בוכער, ואין פוצה פה. מען הייבט אהן אין קארט, און מיטאמאל שווימט אויף אלע אלטע ראיות ברורות. העלא? ווי זענען ענק געוועהן ביז יעצט?

קויפער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:37 pm

· #486362
ליב צו וויסן
You are missing MY point.... 😂
די נקודה איז בכלל נישט אויב גיין אין געריכט איז "אייביג" די בעסטע סאלושן....
די נקודה איז אז "נישט גיין אין געריכט" איז "פיל" ערגער (דאס איז גראדע די Exact סיבה פארוואס מיר זענען געבענטשט מיט מאלעסטארס... וד"ל)

די דעבאטע איז נישט צו מען זאל גיין אין געריכט אדער נישט, מיין נקודה איז אז דא אין וואלדער׳ס פרשה איז דא גענוג ראיות נאמנות אז א בר דעת דארף נישט אנקומען צום געריכט צו פארשטיין דעם אמת, איר קענט מחולק זיין פארשטייט זיך.

קויפער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 4:38 pm

· #486363
ליב צו וויסן
קענטליך אז דו האסט דעם געריכט פראצעדור נישט געוואטשט.

נו אוודאי נישט, איך בין דאך אריינגעטוהן ראשו ורובו אין די גמרא!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 5:38 pm

· #486371
לאל...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 5:40 pm

· #486372
קויפער
ליב צו וויסן
You are missing MY point.... 😂
די נקודה איז בכלל נישט אויב גיין אין געריכט איז "אייביג" די בעסטע סאלושן....
די נקודה איז אז "נישט גיין אין געריכט" איז "פיל" ערגער (דאס איז גראדע די Exact סיבה פארוואס מיר זענען געבענטשט מיט מאלעסטארס... וד"ל)

די דעבאטע איז נישט צו מען זאל גיין אין געריכט אדער נישט, מיין נקודה איז אז דא אין וואלדער׳ס פרשה איז דא גענוג ראיות נאמנות אז א בר דעת דארף נישט אנקומען צום געריכט צו פארשטיין דעם אמת, איר קענט מחולק זיין פארשטייט זיך.

יא: אבער פאר א געריכט באשטימט אז יענער מענטש איז שולדיג קענמען נישט נעמען א בעל הבת'ישן איד ספעציעל איינער וואס א יעדער קוקט ארויף אויף איהם. און ארויסווארפן פון פאזיציעס און פארשעמען ברבים...!

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:45 pm

· #486382
רבותי. לאמיר מאכן א פשרה!

לאמיר סיינען א פאטיציע אז ער זאל ארויסקומען מיט א שיינעם בוך כדרכו ווי ער וועט דערינען אויפקלערן די יוגנד איבער דעם געפערליכן מאלעסטעישן פראבלעם און וויאזוי זיך צו היטן וכו׳ ובזכות זה וועט מען אים מוחל זיין...

דאס איז א win win סיטוטאציע. נישט אזוי? וואס האלט דער עולם???

נישט יעצט » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:18 pm

· #486389
<a class="postlink" href="https://rotter.net/forum/scoops1/722150.shtml#24">https://rotter.net/forum/scoops1/722150.shtml#24</a>

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:31 pm

· #486391
נישט יעצט
https://rotter.net/forum/scoops1/722150.shtml#24

לויט די חכם אויף די לינק וואס טענה'ט אז בית דין האט שוין לאנג געוויסט פון זיינע מעשים טובים און מיט א פסק אז אסורה לבעלה.
איז מה נפשך, אויב כדבריך אז בי"ד האט געוויסט, ווי זענען זיי געוועין ביז יעצט? פארוואס האבן זיי נישט מפרסם געוועין אז ער איז א הפקר יונג?
אויב האט בי"ד נישט געוויסט, איז פארוואס טאנצן זיי ארויף אויפן כלי-זמר-וואגאן פון די מידיע אז דער איד איז א שייגאץ?

לסיכום. אדער חלומ'ט ער בהקיץ, אדער איז בי"ד קארופטירט.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:41 pm

· #486393
יישר כח פאר איבערשרייבן מיין הערה.

קויפער » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:43 pm

· #486394
📎 Kids.jpg

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:44 pm

· #486410
טעות גדול

פיניע » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:25 pm

· #486419
תרמב
איך האב א שטארקע פראבלעם מיט די פרשה, איך פיל ווי מיינע יסודות צופאלט מיר אונטער די פוס, דהיינו איך קוק ארויף א מענטש איך לייען איינעמס ביכער וכדומה און פון איין מינוט אויפן צווייטן ווער איך געוואור אז איך האב געטון עפעס נישט ריכטיג ווייל יענער איז א שייגעץ, איך האב מורא צו האבן טראסט אין מענטשן, ווער ווייסט וואס איך גיי געוואור ווערן מארגן? איך וועל זיך אנווארעמען פאר די חנוכה ליכט מיט א ספר לאמיר זאגן פון ר' אלימלך בידערמאן אדער ר' יוסף חיים גרינוואלד שפירנדיג ווי די ספר רעדט צו מיר און ס'דערהייבט מיר פאר א חנוכה ליכט צינדן און נאך א פאר חנוכות ווער איך געוואור אז זיי זענען חלילה נכשל געווארן מיט א שמץ פון ציונות צוואנציג יאר צוריק, און זייערע ספרים ווערן ארויסגעטראסקעט פון בית הספר און אלע היימישע שמש שטיבלעך, וואס דארף איך שפירן אזא פאל? אז די אלע טרערן וואס איך האב פארלאזט יעדע יאר ביי די סדר אדער יום כיפור ביינאכט זענען עכט געגאנגען צום שטן? איך האב מורא צו עפענען א ספר.....

איי געסס ס'איז צייט איר זאלט אנהייבן אנצוקוקן מענטשן ווי מענטשן און נישט ווי מלאכים, אדער ראבאטס. און יא, אפילו מענטשן וואס שרייבן דערהויבענע ספרים, פראדוצירן ארט, מוזיק, אין פילמס, קענען האבן א שווארצע זייט.

ווילאנג איר ליינט ספרים וואס זענען געשריבן געווארן דורך מענטשן קענט איר האבן נאר מענטשליכע דערווארטונגען.

ששון ושמחה » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 8:35 am

· #486675
גוטע ארטיקעל אין משפחה
📎 Mishpacha.jpeg

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 9:16 am

· #486680
פיניע: דאס איז דאך געווען דער פאל מיט הרב עדין שטיינזאלץ ז"ל. צוערשט האט מען אין וויליאמסבורג געכאפט נאך זיינע גמרות. (אפשר וועגן די שיינע,קאלירפולע פיקטשערס). כאטש אן אונגעריש יודל וועלכער קען נישט רעדן און פארשטייט נישט מאדערן עברית האט נישט קיין שום ניצן פון די גמרות. אזוי ווי הרב שטיינזאלץ אליינס שרייבט אין די הקדמה אז ער האט געמאכט זיין פירוש (אויף גמ') פאר די מענטשן וועלכע וויללן לערנען און פארשטיין גמ'. אבער זענען אין קיין ישיבות נישט געגאנגען. און די לשון פון די גמ' איז אינגאנצן אומפארשטענדליך פאר זיי. פונדעסטוועגן איז עס געווען א מין סטאטוס סימבאל אין וומסבג. שפעטער ווען די ביד"צ אין ארץ ישראל זענען ארויסגעקומען מיט בויך גרימענישן אז מ'האט געטראפן אפיקורס'ישע ווערטער און אויסדרוקן אין הרב שטיינזאלץ'ס (אנדערע) ספרים. האט ער געטענה'ט אז ער האט נישט געשריבן די ווערטער. נאר מ'האט אפגעכאפט א רעקארדינג פון איהם ווען ער האט געהאלטן א דרשה פאר נישט רעליגיעזע מענטשן. און מ'האט נישט ריכטיג אפגעשאצט זיינע אויסדרוקן. אבער בכל אופן. ווער ס'האט סיי וועלכע פון די ספרים זאלל עס ברענגען צו איהם. און ער וועט צוריקגעבן די געלט...! ס'האט אבער גארנישט געהאלפן. וכבר יצא הקצף. דער עולם אין וויליאמסבורג האט אנגעהויבן אין מאסן אוועקווארפן די גמרות. עפ"י פקודת רבני ההתאחדות...! טייל האבן עס געלייגט אין שמות. הטובים שבהם. יא. פשוטו כמשמעו...! פארשטייצעך. מ'האט שוין געטראפן פעילערס און חסרונות אויף די גמרות אליינס אויך. כאטש. מתחילה איז נישט געווען קיין פראגע אויף די גמרות. אפילו לפי שיטת הביד"צ של העדה החרדית...!

לענייננו. מ'האט געהאנדלט ריכטיג אין ארויסווארפן און באזייטיגן חיים וואלדער'ס ביכער. ווייל מ'האט געטראפן א שחץ פסול. אין דעם מענטש אליינס. (נישט אזוי ווי די גמ' זאגט אין אנהייב מס' פסחים). אז מ'האט געטראפן א שמץ פסול אין דעם כהן וואס האט גערעדט נישט שיין...!

נפה » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:00 am

· #486688
די מערכה אנטקעגן שטיינזאלץ האט רב שך אנגעפירט אין די סעריע פון זיין מלחמה אנטקעגן חב״ד
נאר עס האט נישט געפאסט פאר סאטמאר אז די ליטאים זענען פרומער וואו זיי האבן זיי געמוזט ארויסקומען, די עדה האט קודם נישט געוואלט ארויסקומען ביז דער ברך משה האט געשריבען א בריוו אנטקעגן שטיינזאלץ האבן זיי שוין געמוזט ארויסקומען

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 2:04 pm

· #486696
נפה: איך האב (נאך) א סאך צו זאגן איבער די מערכה אקעגן הרב שטיינזאלץ בכלל און הרב ש"ך בפרט. נאר איך ווילל נישט אז דער אשכול זאל פארפארן . עמיר עס לאזן ביי דעם דערווייל. ועוד חזון למועד...!

nespresso » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 7:31 pm

· #486718
berlbalaguleh
נפה: איך האב (נאך) א סאך צו זאגן איבער די מערכה אקעגן הרב שטיינזאלץ בכלל און הרב ש"ך בפרט. נאר איך ווילל נישט אז דער אשכול זאל פארפארן . עמיר עס לאזן ביי דעם דערווייל. ועוד חזון למועד...!

עפן א אשכול פאר הרב ש"ך

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 4:00 pm

· #486793
<a class="postlink" href="https://t.me/DafLabin/796">https://t.me/DafLabin/796</a>

פיניע » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:54 pm

· #487915
berlbalaguleh
פיניע: דאס איז דאך געווען דער פאל מיט הרב עדין שטיינזאלץ ז"ל. צוערשט האט מען אין וויליאמסבורג געכאפט נאך זיינע גמרות. (אפשר וועגן די שיינע,קאלירפולע פיקטשערס). כאטש אן אונגעריש יודל וועלכער קען נישט רעדן און פארשטייט נישט מאדערן עברית האט נישט קיין שום ניצן פון די גמרות. אזוי ווי הרב שטיינזאלץ אליינס שרייבט אין די הקדמה אז ער האט געמאכט זיין פירוש (אויף גמ') פאר די מענטשן וועלכע וויללן לערנען און פארשטיין גמ'. אבער זענען אין קיין ישיבות נישט געגאנגען. און די לשון פון די גמ' איז אינגאנצן אומפארשטענדליך פאר זיי. פונדעסטוועגן איז עס געווען א מין סטאטוס סימבאל אין וומסבג. שפעטער ווען די ביד"צ אין ארץ ישראל זענען ארויסגעקומען מיט בויך גרימענישן אז מ'האט געטראפן אפיקורס'ישע ווערטער און אויסדרוקן אין הרב שטיינזאלץ'ס (אנדערע) ספרים. האט ער געטענה'ט אז ער האט נישט געשריבן די ווערטער. נאר מ'האט אפגעכאפט א רעקארדינג פון איהם ווען ער האט געהאלטן א דרשה פאר נישט רעליגיעזע מענטשן. און מ'האט נישט ריכטיג אפגעשאצט זיינע אויסדרוקן. אבער בכל אופן. ווער ס'האט סיי וועלכע פון די ספרים זאלל עס ברענגען צו איהם. און ער וועט צוריקגעבן די געלט...! ס'האט אבער גארנישט געהאלפן. וכבר יצא הקצף. דער עולם אין וויליאמסבורג האט אנגעהויבן אין מאסן אוועקווארפן די גמרות. עפ"י פקודת רבני ההתאחדות...! טייל האבן עס געלייגט אין שמות. הטובים שבהם. יא. פשוטו כמשמעו...! פארשטייצעך. מ'האט שוין געטראפן פעילערס און חסרונות אויף די גמרות אליינס אויך. כאטש. מתחילה איז נישט געווען קיין פראגע אויף די גמרות. אפילו לפי שיטת הביד"צ של העדה החרדית...!

לענייננו. מ'האט געהאנדלט ריכטיג אין ארויסווארפן און באזייטיגן חיים וואלדער'ס ביכער. ווייל מ'האט געטראפן א שחץ פסול. אין דעם מענטש אליינס. (נישט אזוי ווי די גמ' זאגט אין אנהייב מס' פסחים). אז מ'האט געטראפן א שמץ פסול אין דעם כהן וואס האט גערעדט נישט שיין...!

מיט הרב וואלדער'ס ביכער איז די פראבלעם נאך מער, וויבאלד ער האט גענוצט זיינע ביכער, אין חינוך פאזיציע, אריינצונער'ן זיינע קרבנות.

נפה » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:28 pm

· #487918
פון ווי נעמסטו אז ער האט גענוצט זיינע ביכער? ער שרייבט זייער שיין וועגן מוגנות.
לפי די חשדות האט ער גענוצט זיין פאזיציע פון יועץ חינוכי אנצוקומען צו די קינדער.

פיניע » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:17 am

· #487932
נפה
פון ווי נעמסטו אז ער האט גענוצט זיינע ביכער? ער שרייבט זייער שיין וועגן מוגנות.
לפי די חשדות האט ער גענוצט זיין פאזיציע פון יועץ חינוכי אנצוקומען צו די קינדער.

ער האט גענוצט זיין שטעלע אין די פעים פין זיינע ביכער.

אגב, הארץ אינעם ערשטן ארטיקל וואס האט פאבליצירט די באשולדיגונגן, ברענגט אראפ ווי פאלגענד:

"He said that she deserved credit for sleeping with him, because the sexual encounters with her gave him the power to write to the children of Israel."

<a class="postlink" href="https://www.haaretz.com/israel-news/chaim-walder-acclaimed-israeli-author-accused-of-sexually-abusingultra-orthodox-girls-1.10383509">https://www.haaretz.com/israel-news/cha ... 1.10383509</a>

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 2:06 am

· #487934
פיניע

דאס איז ארויס פון קאנטעקסט.
ער האט עס (אפשר) נישט געזאגט, זי זאגט אז ער האט עס געזאגט.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:29 am

· #487941
קהל'ס נער: איך זעה נישט וואס איז ארויס פון קאנטעקסט. די שאלה איז נאר אויב מ'גלייבט פאר די אלע באשולדיגערינס.
אויך. אויב ס'זענען דא מערערע באשולדיגערס, מוז דאך עפעס זיין אמת...!

סעגאל » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:32 am

· #487946
האב איך געזען היינט אז די עדה האט אויפגעהאנגען קול קוראס אנטקעגן ליינען זיינע בוקס אפילו די וואס מען האט איבערגעשריבן אין אידיש.

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:34 am

· #487947
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך זעה נישט וואס איז ארויס פון קאנטעקסט. די שאלה איז נאר אויב מ'גלייבט פאר די אלע באשולדיגערינס.
אויך. אויב ס'זענען דא מערערע באשולדיגערס, מוז דאך עפעס זיין אמת...!

העל איך בעסער מסביר'ן
@פיניע האט אראפגעברענגט א שטיקל 'הארץ' וואס שטייט אז חיים ולדר האט געזאגט וכו', איז עס מיר געווען זייער אינטרעסאנט ווייל ער האט דאך הערשט געלייקנט אלע באשולדיגונגען, בלעטער איך אדורך אט די דאזיגע לינק, ענדיגט הארץ צו אז 'אזוי האט די מיידל געזאגט', האב איך געוואלט קלאר מאכן פארן עולם אז נישט חיים האט עס געזאגט נאר די מיידל האט עס געזאגט, פון דא און ווייטער זאל יעדער מחליט זיין וועם צו גלייבן.

(אביסל אזוי די ליטווישער וואס האט געלערנט אין צדין דגים, נאכן מאכן א גאנצע פשעטל פארוואס מען טאר נישט פאנגען פיש מיט בויען לומדותער, זעט ער אז נאכדעם שטייט "ביום טוב" ופרח לו כל הלומדות.)

אוהב ספרים » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:44 am

· #487955
למעשה לעת עתה זעהט אויס [איך רעד נישט לגבי די עדה'ס פראבלעם מיט וואלדער וואס דאס איז פון א אנדערע כאראקטער] איז נישטא קיין שום קראנטע איבערווייזן, א ארטיקל אין א צייטונג, ותו לא, מען הערט נישט פון קיין צענדליגער וואס קומען באשולדיגן [ווי עס איז געווען די פאל אין אנדערע אזעלכע אומשטענדן], די פאליציי אינסטאנצן זענען נישט פארמישט. זעהט מיר דערווייל אויס ווי איינער פירט א מערכה איהם אונטערצוברענגען משום הא ומשום דא.

נפה » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:45 am

· #487956
סעגאל
האב איך געזען היינט אז די עדה האט אויפגעהאנגען קול קורא'ס אנטקעגן ליינען זיינע בוקס אפילו די וואס מען האט איבערגעשריבן אין אידיש.

אן אלטע קול קורא, איין צדיק האט נאר אפגעמאכט עס צו פארשפרייטן נאכאמאל.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 1:47 pm

· #488551
מעגליך צו ברענגען דעם ביכל אין א כשרע לינק? [דרייוו וכדומה]

נפה » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:07 pm

· #489265
דא קען מען ליינען וועגן די עדות אן באצאלן פאר הארץ
אגב ער זאגט אין די רעקארדונג אז אויב עס ווערט מפורסם שיסט ער זיך…

נפה » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:15 pm

· #489268
📎 02BE8B68-064A-4BFD-B590-519D29DEF51B.jpeg
בלאט: 1 2 3