איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14909
איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
הרב אברהם חיים יוסף הכהן ווייס, 77 יאר אלט איז דער רב אין די קאנגרעגעישן ..."היברו אינסטיטוט אוו ריווערדעיל"... אין די בראנקס. אויך האט ער געגרינדעט א ישיבה מיט'ן נאמען ..."חובבי תורה"... פאר בחורים. און אן אינסטיטוט צו לערנען הוראה פאר פרויען ער האט אויך ..."מסמיך" געווען א פרוי להוראה מיט'ן נאמען...שרה הורביץ. און נאך אנדערע ...""... און היתירים וואס אפילו מאדערן ארטאדאקס אידן האלטן זיך צוריק דערפון.
די ראביניקל קאונסיל אוו אמעריקא ...(RCA)... האט איהם טאקע פארגעהאלטן איבער דעים. אויך איבער דעם פאקט אז ער שיקט צו פרויען אלס שליחי ציבור. נאר ווען די ווארנונגען האבן נישט געהאלפן האבן זיי איהם ארויסגעווארפן פון די ארגאניזאציע. ער איז נישט קיין מעמבער אין די (מאדערן) ארטאדאקס ארגאניזאציע. ער רופט זיך נאך אלס ..."ארטאדאקס"... נאר א נייע מין ארטאדאקסי. ער האט עס א נאמען געגעבן ..."אפענע ארטאדאקסי"...!
יעצט איז די שאלה. אויב ער איז נאך בכלל ..."ארטאדאקס"... אדער איז ער שוין אריבער די גרעניץ און זיין פארם פן אידישקייט הייסט שוין קאנסערוואטיוו אדער רעפארם. ווייל מ'דארף געדענקען אז די קאנסערוואטיווע און רעפארם קאנגרעגעישנס האבן ראבייס וועלכע קענען לערנען און זיי זאגן פייער'דיגע דרשות אז מ'דארף האלטן תורה און מצוות. אבער זיי זענען נאר נאה דורש. און נישט נאה מקיים. ווייל זענען עובר אויף א סאך איסורי דרבנן. און אפילו איסורי דאורייתא בשאט נפש.
מ'קען א סאך מאריך זיין איבער דעם. אבער אונז עמיר נאר אנכאפן איין קליינע נקודה וואס די רעפארם קאנגרעגעישנס טוען. און דאס איז, נוצן אן אודיאו (מייק) סיסטעם אום שבת ויום טוב. ס'איז דא גאר הארבע איסורים ביי דעם. אויסער דער פאקט וואס מ'באנוצט זיך מיט אן עלעקטרישע מאשין. אויף דעים וואלט מען נאך געקענט טרעפן עפעס א..."היתר"... די עיקר פראבלעם איז השמעת קול בשבת...( שמא יתקן כלי שיר)... וואס אלע ערליכע פוסקים זענען אויסגעשפראכן אקעגן דעם.
די שאלה איז אויב ..."הרב" אבי ווייס באנוצט זיך מיט דעם אום שב"ק. אויב יא איז ער גארנישט אנדערש ווי די רעפארמערס. ער איז אבער געפערליך באליידיגט אויב מ'זאגט אז ער איז א רעפארמער...!
דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט אינפארמאציע איבער דעם פארשוין און זיינע ארגאניזאציעס...!!
rca)
Re: איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
איך בין נישט באקאנט מיט רוב זאכן וואס דו ערווענסט. אבער איין זאך איז קלאר אז די איסור פון נוצן א מייק (וה"ה אנדערע עלעקטאראנישע כלים) איז גאר א שווערע איסור צי פארשטיין, בבחינת ויש להחמיר בדוחק
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
טמיר: ס'איז דא א סאך תשובות פון די היינטיגע פוסקים איבער נוצן אן אודיא סיסטעם אום שבת. כמעט אלע פוסקים קומען ארויס זייער שטארק לאיסור. אבער די רעפארמערס און קאנסערוואטיוון באנוצן זיך מיט דעם סיסטעם אויף א נארמאלן אופן. איך האב געזעהן קליפס פון זייערע תפילות און דרשות. אלעס גייט דורך דעם (סאפיסטיקירטן) אודיא סיסטעם. אויסער דעם פאקט וואס די קאנסוו. און רעפארמער האבן אויסגעשניטן און משנה געווען דעם נוסח פון די מערסטע תפילות. זיי האבן עס געמאכט מער ..."איקוואל"...און אפ-דעיטעד. למשל. אין די פארק עוועניו סינאגאג זאגט א פרוי, א חזנית/אינטערן די ברכות השחר. זי זאגט נישט שלא עשני גוי. דאס איז אלטמאדיש. זי זאגט שעשני ישראל. אבער. סורפרייזנג. די ברכה וואס א פרוי דארף צו זאגן ..."שעשני כרצונו"... האבן זיי איבערגעלאזט אין דער אריגינאלער פארם. ביי די שמונה עשרה זאגן זיי ברוך אתה ה' מגן אברהם ושרה...! דער ראביי
האט אין זיין דרשה געזאגט אז ביי איהם, אזוי ווי אין א יעדן אידיש הויז טוט זיך פרייטיג נאכמיטאג א קרוגעריי צוישן זיינע קינדער ווער ס'זאלל פריער גיין אין שאוער. כדי צו זיין גרייט פאר לעכט צינדן פון די מאמע. אבער דער ראביי האט נישט קיין שום פראבלעם צו פארן נאך דעם זמן הדלקת הנרות צום שול מיט זיין קאר. און אהיימפארן ביינאכט נאך מעריב...!
פון מצות נטילת ידים האלטן זיי עפעס. אבער נישט פון לחם משנה.יום כיפור ביי די כל נדרי דרשה זעהט מען דער ראביי אז ער גייט מיט סניקערס. די שאלה איז אויב ער גייט וועגן באקוועמליכקייט אדער וועגן די הלכה...!
טאקע אין די פארק עוועניו סינאגאג זענען זיי יא א ביסל מקפיד אויף די הלכות פון קריאת ספר תורה. דער בעל מפטיר הייבט נישט אן צו זאגן די הפטורה ביז די ס"ת איז אינגאננצן נגלל. אבער אין א צווייטע רעפארם שול. די סענטראל סינאגאג זענען זיי בכלל נישט מקפיד אויף דעם. די ס"ת ליגט אויף די בימה אפן. און א יעדער אריינגערעכנט די בר מצוה באי און זיין פעמילי זאגן ספיטשעס. אויך דער ראביי. ביי די אפענע ס"ת...!
קארעקשאן: די פארק עוועניו סינאגאג האלטן זיך פאר א קאנסערוואטיוו סינאגאג. נישט קיין רעפארם. זיי באלאנגען נישט צו די . .רעפארם באוועגונג...! ואיתם הסליחה סאררי. ראביי דזשאועל קאסגראוו. דער אייניקל פון ר' יואל קאסלאווסקי, דער ראביי פון די ארטאדאקסישע קהילה אין סקאטלאנד..!.
די קאנסערוואטיווע אידן האבן נאך אן אינטרעסאנטן מנהג ביי קביעת מזוזה. זיי האלטן נישט אין די הענט א האמער'ל מיט נעגל אדער א סקרודרייווער. אדער גאר אזוי ווי מהר"א שליט"א א קארדלעסס דרילל. ווען א קאפל איז מכובד געווארן מיט קביעת מזוזה האבן זיי ביידע געמאכט די ברכה לקבוע מזוזה. און נאכדעים אראפגעשלעפט א האנטוכ'ל וואס האט פארדעקט די שוין צוגעפעסטיגטע מזוזה...!
Re: איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
berlbalagulehדי קאנסערוואטיווע אידן האבן נאך אן אינטרעסאנטן מנהג ביי קביעת מזוזה. זיי האלטן נישט אין די הענט א האמער'ל מיט נעגל אדער א סקרודרייווער. אדער גאר אזוי ווי מהר"א שליט"א א קארדלעסס דרילל. ווען א קאפל איז מכובד געווארן מיט קביעת מזוזה האבן זיי ביידע געמאכט די ברכה לקבוע מזוזה. און נאכדעים אראפגעשלעפט א האנטוכ'ל וואס האט פארדעקט די שוין צוגעפעסטיגטע מזוזה...!
איך קען אן ענליכן מנהג ביי ארטאדאקסישע אידן..
שבת ביי די לעכט מאכן זיי נישט קיין ברכה בעפאר צינדן, נאר נאכן מאכן די ברכה געבן זיי א שלעפ אראפ די הענט וואס באדעקן די שוין אנגעצונדענע ליכט.. [emoji3]
אפילו אויב בית דין וועט פסק׳נען אז ער טאר זיך נישט רופן ארטאדאקס קען ער זיך נאכאלץ רופן ארטאדאקס-45 אדער ארטאדאקס-מאחנובקא.
אפאר אונגארישע רבנים האבן מחדש געווען אז מען דארף זיין אנגערופן "ארטאדאקסיש" צו ווערען אנגענומען אין גן עדן, אויסער דעם שטייט עס נישט אין די תורה, און ווען רבנים שרייבען תשובות און זענען מחדש איסורים מיינט נישט אז מען טאר דאס נישט טוהן. פארוואס? בל תוסיף. אויב זיי וועלען זאגן אז זיי מאכן א גזירה א תקנה, דארטן מען פאלגען, אבער ווען זיי פארשטייען אז מען דארף זאגן ליגענט, און כדי דער עולם זאל פאלגען דארף מען זאגן ליגענט אז א זאך איז אסור מעיקר הדין, זענען זיי ליגנערס, און מען דארף זיי נישט פאלגען.
אויב דיין שאלה איז צו ר' אבי ווייס ווערט אנגערופן"ארטאדאקסיש" ווייל ער שיקט צו פרויען בעלי תפלה, איז דער תירוץ, ניין. אבער עס מיינט נישט אז יינו יין נסך, און אז ער איז פסול לעדות, און זיין גיטין וקידושין זענען פסול, ווייל ער איז בארעכטיגט צו האבן זיין שיטה אין הלכה. כאטש אפאר בלאפערס ווילען נישט מודה זיין אז די זאכען האבן נישט מיט אידישקייט.
תוהו ובוהוberlbalagulehדי קאנסערוואטיווע אידן האבן נאך אן אינטרעסאנטן מנהג ביי קביעת מזוזה. זיי האלטן נישט אין די הענט א האמער'ל מיט נעגל אדער א סקרודרייווער. אדער גאר אזוי ווי מהר"א שליט"א א קארדלעסס דרילל. ווען א קאפל איז מכובד געווארן מיט קביעת מזוזה האבן זיי ביידע געמאכט די ברכה לקבוע מזוזה. און נאכדעים אראפגעשלעפט א האנטוכ'ל וואס האט פארדעקט די שוין צוגעפעסטיגטע מזוזה...!
איך קען אן ענליכן מנהג ביי ארטאדאקסישע אידן..
שבת ביי די לעכט מאכן זיי נישט קיין ברכה בעפאר צינדן, נאר נאכן מאכן די ברכה געבן זיי א שלעפ אראפ די הענט וואס באדעקן די שוין אנגעצונדענע ליכט.. [emoji3]
תוהו ובוהו: דיין פארגלייך איז גוט פאר א פורים תורה. אדער צו מאכן בערל בעל עגלה קוילערן פאר געלעכטער. ווייל דו פארשטייסט אליינס אז ערנסט גערעדט איז דא א חשש פון ברכה לבטלה. די מזוזה איז דאך שוין געווען באפעסטיגט פון פריער. ווען זיי זאגן א יהי רצון אדער עפעס א תחינה וואלט גוט געווען...! אבער א ברכה לבטלה איז נישט קיין דזשאוק.
היסטאריעאפאר אונגארישע רבנים האבן מחדש געווען אז מען דארף זיין אנגערופן "ארטאדאקסיש" צו ווערען אנגענומען אין גן עדן, אויסער דעם שטייט עס נישט אין די תורה, און ווען רבנים שרייבען תשובות און זענען מחדש איסורים מיינט נישט אז מען טאר דאס נישט טוהן. פארוואס? בל תוסיף. אויב זיי וועלען זאגן אז זיי מאכן א גזירה א תקנה, דארטן מען פאלגען, אבער ווען זיי פארשטייען אז מען דארף זאגן ליגענט, און כדי דער עולם זאל פאלגען דארף מען זאגן ליגענט אז א זאך איז אסור מעיקר הדין, זענען זיי ליגנערס, און מען דארף זיי נישט פאלגען.
אויב דיין שאלה איז צו ר' אבי ווייס ווערט אנגערופן"ארטאדאקסיש" ווייל ער שיקט צו פרויען בעלי תפלה, איז דער תירוץ, ניין. אבער עס מיינט נישט אז יינו יין נסך, און אז ער איז פסול לעדות, און זיין גיטין וקידושין זענען פסול, ווייל ער איז בארעכטיגט צו האבן זיין שיטה אין הלכה. כאטש אפאר בלאפערס ווילען נישט מודה זיין אז די זאכען האבן נישט מיט אידישקייט.
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. איך האלט טאקע אזוי. ביי מיר זענען קאנסערוואטיווע אידן אויך חשוב. אויף א געוויסן לעוול קען איך און איך טו טאקע זיי רעספעקטירן. זייער ראביי ראביי דזשאועל (יואל) קאזגראוו, איז א איד א תלמיד חכם. (זיין זיידע האט געהייסן קאזלאווסקי. ער האט עס געטוישט צו קאסגראוו). נאר דאך. זייער שיטה אין הלכה און מקיים זיין מצוות מעשיות איז נישט וואס אונז האמיר געמיינט. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען (און איך וויל נאכאלץ) די נקודה אז מ'דארף דעפינירן א יעדן און אויב זייער לייפסטייל איז ווי די קאנסערוואטיווע אידן, קען ער זיך נישט רופן ארטאדאקס...! ס'איז דא גבולים. אבער דאס מיינט נישט אז דער איד אויף די אנדערע זייט איז (ח"ו) נישט קיין איד...!
רביה''ק זי''עאפילו אויב בית דין וועט פסק׳נען אז ער טאר זיך נישט רופן ארטאדאקס קען ער זיך נאכאלץ רופן ארטאדאקס-45 אדער ארטאדאקס-מאחנובקא.
רביה"ק זי"ע: ער רופט זיך טאקע (און זיין קאנגרעגעישן) אלס ..."אפען ארטאדאקס"...! אבער פאקטיש טוען זיי אלעס אזוי ווי די קאנסערוואטיווע קהילות...!
אין פאקט דער בית דין האט שוין געפסקנ'ט. די אראגאניזאציע פון מאדערן ארטאדאקס רבנים און קהילות ...(RCA)...האט איהם געווארנט אז ער זאלל נישט גיין ווייטער מיט זיינע ..."רעפארמען"... אין הלכה. און ווען ער האט נישט געפאלגט האבן זיי איהם און זיין קהילה ארויסגעלייגט פון די ארגאניזאציע...!
Re: איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
אגב ווען מ'ליינט אביסל איבער די רעפארמען וואס די פריע קאנסערוואטיווע / זיינע-היסטארישע אידן האבן איינגעפירט, איז עס אפשר אזוי ראדיקאל ווי ווייס'נס.
פארשטייט זיך מיט די יארן האבן די קאנסערוואטיווע זיך גנויגט א סאך מער לינקס, אין למעשה 'הלכה' האט היינט גאנץ א קנאפע ווארט דארט, ס'איז מער ווייניגער דא א רייע 'טרעדישאנס' וואס זיי האלטן וזהו.
אבי ווייס'ס רעפארמס עכ"פ טרייען זיך כאטש צו האלטן צו הלכה. אדער בעסער געזאגט צו וואס זיי דעפינירן ווי הלכה. ער מאכט טאקע הלכה המסורתית רך כקנה - מ'קען זי בייגן ווי אימער ס'יעדעם געפעלט, לדוגמא אפי' א זאך וואס וועט זיין מוסכם לכל הפוסקים לאיסור וועלן זיי זיך רואיג פארלאזן לכתחילה אויף עפעס א דעה יחידאה פון א ראשון אדער אפי' עפעס א משמעות פון א קדמון. צומאל וועלן זיי פלעין נישט אננעמען עפעס א פסק מיט עפעס א סברה'לה פארוואס יענער האט אזוי געהאלטן, און צומאל איז זייערס אן אייגענע סברה שטערקער פון הלכה פסוקה.
למעשה, דעס וואס זיי רופן הלכה גיבט זיי עפעס א סארט פרעימווארק וואס זיי ניצן אויף פסק לעת עתה. אבער די גרעניצן פון ביז וויי מ'גיייט מיט מסורה און פון ווי מ'קען רעפארמען, טוישן, און איגנארירן הלכה המסורתית זענען זייער fluid, יעדער ראביי קען זיך דאס מחליט זיין פאר זיך ולכה"פ ווילאנג עס איז נאך אין די ראמען פון די "אווערטאן פענסטער" פון אלגעמיינע נישט-ארטאדאקסישע סאסייעטי.
berlbalagulehתוהו ובוהוberlbalagulehדי קאנסערוואטיווע אידן האבן נאך אן אינטרעסאנטן מנהג ביי קביעת מזוזה. זיי האלטן נישט אין די הענט א האמער'ל מיט נעגל אדער א סקרודרייווער. אדער גאר אזוי ווי מהר"א שליט"א א קארדלעסס דרילל. ווען א קאפל איז מכובד געווארן מיט קביעת מזוזה האבן זיי ביידע געמאכט די ברכה לקבוע מזוזה. און נאכדעים אראפגעשלעפט א האנטוכ'ל וואס האט פארדעקט די שוין צוגעפעסטיגטע מזוזה...!
איך קען אן ענליכן מנהג ביי ארטאדאקסישע אידן..
שבת ביי די לעכט מאכן זיי נישט קיין ברכה בעפאר צינדן, נאר נאכן מאכן די ברכה געבן זיי א שלעפ אראפ די הענט וואס באדעקן די שוין אנגעצונדענע ליכט.. [emoji3]
תוהו ובוהו: דיין פארגלייך איז גוט פאר א פורים תורה. אדער צו מאכן בערל בעל עגלה קוילערן פאר געלעכטער. ווייל דו פארשטייסט אליינס אז ערנסט גערעדט איז דא א חשש פון ברכה לבטלה. די מזוזה איז דאך שוין געווען באפעסטיגט פון פריער. ווען זיי זאגן א יהי רצון אדער עפעס א תחינה וואלט גוט געווען...! אבער א ברכה לבטלה איז נישט קיין דזשאוק.
איך ווייס נישט צו דער מנהג איז פין רעפארמער אדער קאנסערוואטיוו, רעפארמער טוהן וואס זיי ווילען, קאנסערוואטיוו האט א מקום אין הלכה. אבער דער מנהג איז נישט פין דער שווערע מנהגים, כידוע האלט דער מג"א אז מען דארף מאכן א ברכה ווען מען מופט אריין אין א הויז וואס האט א מזוזה (א אנדערע ברכה, אבער דאך א ברכה).
היסטאריע: די פראבלעם איז מיט די ווערטער (אויסער שם ומלכות)..."לקבוע"... מזוזה. די מזוזה איז דאך שוין געווען באפעסטיגט פון פריער. מען האט זי נאר יעצט אויפגעדעקט.
וואס וואלט שלעכט געווען ווען זיי טוען עס דעם טראדיציאנאלן וועג וואס די סטאנדארד ערליכע אידן טוען. מ'מאכט די ברכה און מ'באפעסטיגט די מזוזה. ווער מיט א האמער'ל. ווער מיט א סקרודרייווער. און די לעצטע פאר יאר טוען מענטשן די ארבעט מיט א קארדלעסס דריל..!
ווילאנג איינער קען ארויסקוועטשן א היתר ע"פ תורה, איז ער ארטאדאקס, משא"כ די רעפארמער פרובירן אפילו נישט צי קוועטשען קיין היתרים.
איז לגבי פרויען בעלי תפילה, שטייט ערגעץ אין מסכת מגילה אז די טעם איז נאר מפני כבוד הציבור אבער קיין איסור איז נישטא, נא מיט כבוד הציבור קען מען זיך גאנץ גרינג א עצה געיבן, פינקט אזוי ווי מען טאר נישט מאכן קיין סעודה'ס אין בית המדרש מפני כבוד בית המדרש, און אינז געבן זיך גאנץ גרינג א עצה מיט דעים.
לגבי א מייק און שבת, האסטו שוין געזאגט אז לגבי די עלאקטראניקס איז בעצם נישטא קיין איסור נאר די היינטיגע פוסקים קריכן אויף גראדע ווענט צי טרעפן א איסור, און מיט השמעת קול איז פינקט ווי אינז מעיגען פאטשן ביי לכה דודי כאטש וואס עס איז אסור מפני השמעת קול די זעלבע היתר ניצט ער פאר א מייק.
(איך ווייס נישט צי ס'טאקע דא א היתר צי פאטשן אום שבת, אבער אפילו אויב נישט איז ער נישט ערגער פון אינז, וואס אינז האלטן זיך פאר די עפידעמיע פון ארטאדאקסיע).
דיסקלעימער: איך ווייס בכלל נישט צי די זאכן וואס מען זאגט אויף עים איז אמת, איך שרייב נאר על הצד אז יא.
.
קהל'ס נער: מזל טוב. דו האסט געוואונען. די פאזיציע. איך הער אז די סענטראל סינאגאג (איבער וועם איך וועל באריכטן א ביסל שפעטער) זוכט אן אסיסטענט ראביי. מעיל. אר פימעיל. על.דזשי.בי.טי.קיו. אר סטרעיט (אלד פעשאנד). דער טאסק איז צו העלפן פאר'ן הויפט ראביי מיט זאגן ספיטשעס און פסקנ'ען שאלות. וואס די קאנגרעגעישן מעמבערס פרעגן. דורך אי. מעיל, פעיסבוק, טוויטער און אינסטאגראם.
איין שאלה וועלכע איז אריינגעקומען די טעג...אויב מ'מעג געבן פאר'ן דאכהסהונד אום פסח חמצ'דיגע דאג פאאד.
נאך אן אינטרעסאנטע שאלה (אויפ'ן נוסח פון אונזער פעטער עשיו. נאך ווען ער איז געווען א יונגל.)...אויב. נאכ'ן עסן א טשיעזבורגער דארף מען ווארטן א האלבע שעה. אדער זעקס שעה. די פראגע איז וועלכע איז שטערקער. די מליכיגע פארט. אדער די פליישיגע פארט
(די גרויסע עקספערטן אין ..."הלכה"...האבן אויפגעוויזן אז די מילכיגס . די טשיעז איז שטארקער. ממילא דארף מען נאר ווארטן א האלבע שעה...לאל)
דאס אויבנדערמאנטע איז א סאטירע. אויפצווייזן די אבסורד פון די אלע אזוי גערופענע..."היתרים"...אלעס איז מותר. טשיעזבורגערס. אודיא סיסטעם אום שבת ויום טוב. פארן מיט די קארס אום שבת ויו"ט. דאס מיינט א ריכטיגער נבל ברשות התורה. ער טוט וואס איהם געפעלט. און ער זוכט נאך א..."היתר"...דערויף.
berlbalagulehאויך האט ער געגרינדעט אן אינסטיטוט צו לערנען הוראה פאר פרויען ער האט אויך ..."מסמיך" געווען א פרוי להוראה מיט'ן נאמען...שרה הורביץ. און נאך אנדערע ...""... און היתירים וואס אפילו מאדערן ארטאדאקס אידן האלטן זיך צוריק דערפון.
מסמיך זיין פרויען, האט נאך קיינער נישט (ווי ווייט איך ווייס) אנגעיאגט צו טרעפן אן איסור.., דרך אגב איז יעצט דורך א
רעפארם אין מדינת ישראל אז פרויען זאלן קענען נעמען ענליכע מבחנים ווי די פון די רבנות.
שטעלן פרויען אויף סמכות'דיגע פאזיציעס, דארף מען זיך ספראווען מיט א רמב"ם וואס איז לכאורה דער איינציגסטער וואס אסר'ט (ס'נישט קלאר זיין מקור, און אפילו לשיטתיה איז עס מעגליך נאר מדרבנן און צוליב כבוד הציבור וואס איז מעגליך היינט נישט נוגע).
זיין א דיין (לדון בכפייה), האלטן יא רוב ראשונים אז א פרוי איז פסול וכך נפסק בשו"ע (אולם תוס' בב"ק ט"ו ובעוד מקומות מתירים וגם הרמב"ם אינו מזכיר שום איסור).
תוהו ובוהו: דו מאכסט 2 טעותים. (אזוי ווי ראביי טענדלער האט געזאגט ביי די לויה פון הרב משה פיינשטיין זצ"ל.) איך בין נישט קיין תלמיד חכם. איך קען נישט די גאנצע תלמוד'ישע שקלא וטריא. ממילא ווייס איך נישט צי א פרוי זאלל פסק'ען שאלות איז יא גוט. אדער נישט. צווייטנס. איך בין זייער א גרויסער ליבעראל. איך האלט אז פרויען וואלטן געדארפט אנטייל נעמען אין אלע רעליגיעזע צערעמאניעס. גלייך מיט די מענער. דאווענען פאר'ן עמוד. פסקנ'ען שאלות. זיין ראשי הקהל און גבאים ( גבאיות).
קהל'ס נערווילאנג איינער קען ארויסקוועטשן א היתר ע"פ תורה, איז ער ארטאדאקס, משא"כ די רעפארמער פרובירן אפילו נישט צי קוועטשען קיין היתרים.
איז לגבי פרויען בעלי תפילה, שטייט ערגעץ אין מסכת מגילה אז די טעם איז נאר מפני כבוד הציבור אבער קיין איסור איז נישטא, נא מיט כבוד הציבור קען מען זיך גאנץ גרינג א עצה געיבן, פינקט אזוי ווי מען טאר נישט מאכן קיין סעודה'ס אין בית המדרש מפני כבוד בית המדרש, און אינז געבן זיך גאנץ גרינג א עצה מיט דעים.
לגבי א מייק און שבת, האסטו שוין געזאגט אז לגבי די עלאקטראניקס איז בעצם נישטא קיין איסור נאר די היינטיגע פוסקים קריכן אויף גראדע ווענט צי טרעפן א איסור, און מיט השמעת קול איז פינקט ווי אינז מעיגען פאטשן ביי לכה דודי כאטש וואס עס איז אסור מפני השמעת קול די זעלבע היתר ניצט ער פאר א מייק.
(איך ווייס נישט צי ס'טאקע דא א היתר צי פאטשן אום שבת, אבער אפילו אויב נישט איז ער נישט ערגער פון אינז, וואס אינז האלטן זיך פאר די עפידעמיע פון ארטאדאקסיע).
דיסקלעימער: איך ווייס בכלל נישט צי די זאכן וואס מען זאגט אויף עים איז אמת, איך שרייב נאר על הצד אז יא.
קהל'ס נער: זיכער. די אלע זאכן זענען אויסגעטראכטע בילבולים אויף הרב אבי ווייס פון ריווערדעיל.ערשטנס. ער שערט זיך מיט א טריפל זירא אויפ'ן שער מאשינדל. ער קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות.ער איז זייער שטארק מחמיר. ספעציעל אין הילכות שבת. נישט נאר לאזט ער נישט נוצן א מייק אום שבת. אפילו א האנטוך אסר'ט ער אויך צו נוצן ווען מ'קומט ארויס פון מקווה. וועגן חשש פון סחיטה...! ווען ער גייט ארויס פון מקווה ניצט ער קיינמאל נישט קיין האנטוך. נאר ער טוט גלייך אן די בעקישע...! אונז חסידים האמיר זיך אנגעטשעפעט אין אזא ריינע נשמה...!
berlbalagulehקהל'ס נער: מזל טוב. דו האסט געוואונען. די פאזיציע. איך הער אז די סענטראל סינאגאג (איבער וועם איך וועל באריכטן א ביסל שפעטער) זוכט אן אסיסטענט ראביי. מעיל. אר פימעיל. על.דזשי.בי.טי.קיו. אר סטרעיט (אלד פעשאנד). דער טאסק איז צו העלפן פאר'ן הויפט ראביי מיט זאגן ספיטשעס און פסקנ'ען שאלות. וואס די קאנגרעגעישן מעמבערס פרעגן. דורך אי. מעיל, פעיסבוק, טוויטער און אינסטאגראם.
איין שאלה וועלכע איז אריינגעקומען די טעג...אויב מ'מעג געבן פאר'ן דאכהסהונד אום פסח חמצ'דיגע דאג פאאד.
נאך אן אינטרעסאנטע שאלה (אויפ'ן נוסח פון אונזער פעטער עשיו. נאך ווען ער איז געווען א יונגל.)...אויב. נאכ'ן עסן א טשיעזבורגער דארף מען ווארטן א האלבע שעה. אדער זעקס שעה. די פראגע איז וועלכע איז שטערקער. די מליכיגע פארט. אדער די פליישיגע פארט
(די גרויסע עקספערטן אין ..."הלכה"...האבן אויפגעוויזן אז די מילכיגס . די טשיעז איז שטארקער. ממילא דארף מען נאר ווארטן א האלבע שעה...לאל)
דאס אויבנדערמאנטע איז א סאטירע. אויפצווייזן די אבסורד פון די אלע אזוי גערופענע..."היתרים"...אלעס איז מותר. טשיעזבורגערס. אודיא סיסטעם אום שבת ויום טוב. פארן מיט די קארס אום שבת ויו"ט. דאס מיינט א ריכטיגער נבל ברשות התורה. ער טוט וואס איהם געפעלט. און ער זוכט נאך א..."היתר"...דערויף.
ר' בערל איך שרייב לאגיק און די ענטפערסט מיך מיט א אונגערישען רענט?!?!?!?... (rant)
וואס מיינט דאכהסהונד?
berlbalagulehקהל'ס נערווילאנג איינער קען ארויסקוועטשן א היתר ע"פ תורה, איז ער ארטאדאקס, משא"כ די רעפארמער פרובירן אפילו נישט צי קוועטשען קיין היתרים.
איז לגבי פרויען בעלי תפילה, שטייט ערגעץ אין מסכת מגילה אז די טעם איז נאר מפני כבוד הציבור אבער קיין איסור איז נישטא, נא מיט כבוד הציבור קען מען זיך גאנץ גרינג א עצה געיבן, פינקט אזוי ווי מען טאר נישט מאכן קיין סעודה'ס אין בית המדרש מפני כבוד בית המדרש, און אינז געבן זיך גאנץ גרינג א עצה מיט דעים.
לגבי א מייק און שבת, האסטו שוין געזאגט אז לגבי די עלאקטראניקס איז בעצם נישטא קיין איסור נאר די היינטיגע פוסקים קריכן אויף גראדע ווענט צי טרעפן א איסור, און מיט השמעת קול איז פינקט ווי אינז מעיגען פאטשן ביי לכה דודי כאטש וואס עס איז אסור מפני השמעת קול די זעלבע היתר ניצט ער פאר א מייק.
(איך ווייס נישט צי ס'טאקע דא א היתר צי פאטשן אום שבת, אבער אפילו אויב נישט איז ער נישט ערגער פון אינז, וואס אינז האלטן זיך פאר די עפידעמיע פון ארטאדאקסיע).
דיסקלעימער: איך ווייס בכלל נישט צי די זאכן וואס מען זאגט אויף עים איז אמת, איך שרייב נאר על הצד אז יא.
קהל'ס נער: זיכער. די אלע זאכן זענען אויסגעטראכטע בילבולים אויף הרב אבי ווייס פון ריווערדעיל.ערשטנס. ער שערט זיך מיט א טריפל זירא אויפ'ן שער מאשינדל. ער קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות.ער איז זייער שטארק מחמיר. ספעציעל אין הילכות שבת. נישט נאר לאזט ער נישט נוצן א מייק אום שבת. אפילו א האנטוך אסר'ט ער אויך צו נוצן ווען מ'קומט ארויס פון מקווה. וועגן חשש פון סחיטה...! ווען ער גייט ארויס פון מקווה ניצט ער קיינמאל נישט קיין האנטוך. נאר ער טוט גלייך אן די בעקישע...! אונז חסידים האמיר זיך אנגעטשעפעט אין אזא ריינע נשמה...!
ביי אונז חסידים ווייסט מען זייער גוט אז ווען מען האט א פערסענאל פייט מיט איינעם איז די גרינגסטע וועיג יענעם איטערציברעינגען איז יענעם צי באשילדיגען אלץ א רעפארמער/אפיקורוס/משכיל.
ר' שמואל ניימאן יוכיח, ר' יואל ראטה יוכיח.
די שאלה איז לויט וועמען מען רעכנט עס
לויט א דארעכשניטליכע עמך איד אזא תלמידי חתם סופר סארט איז ער זיכער א ריפארמער
לויט די חכמי הק”ש איז עס אזא צדיק וואס קומט נאר אראפ איינמאל און 200 יאר
סיריעסלי
א מענטש וואס וועט זיך אן עצה געבן מיט אלע תרי”ג מוצוות אויב עס וועט עים שטיין און וועג
א מענטש וואס גלייבט און זיין אייגן חכמה און קאנטשעס מער פון וויפיל ער גלייבט אז עס איז דא א גאט
א מענטש וואס איז אויסגעשפיגן אפי’ דארעך די לינקע מאדערנע ארטעדאקסן
א מענטש וואס איז נישט געבינדן צו קיין שום אטאריטעט די איינציגע זאך צו וואס ער איז געבינדן צו איז די נשים ממילא וואס איז די חידוש אז ער מאכט זיי פאר רבנים אנטשילדיגט רבנית ורביית
איך שעם זיך אז עס זענען דא מענטשן וואס שעימען זיך נישט עהם צוצוגלייכען צו הגאון הפוסק ר’ שמואל ניימאן לרפ”ש
.
קהל'ס נערבן נוןדי שאלה איז לויט וועמען מען רעכנט עס
לויט א דארעכשניטליכע עמך איד אזא תלמידי חתם סופר סארט איז ער זיכער א ריפארמער
די חתם סופר איז געוועין די פאונדינג פאטהער פון אונגערישע עקסטרעמיזעם מילא זאגט עס מיך גארנישט
לויט די חכמי הק”ש איז עס אזא צדיק וואס קומט נאר אראפ איינמאל און 200 יאר
קיינער האט דעיס דא נישט געזאגט, איך האב בסה"כ געזאגט אז ער איז א ארטהאדקסישער יוד
סיריעסלי
א מענטש וואס וועט זיך אן עצה געבן מיט אלע תרי”ג מוצוות אויב עס וועט עים שטיין און וועג
ווילאנג ער קען טרעפן א היתר ע"פ תורה, איז ער ארטהאדאקס
א מענטש וואס גלייבט און זיין אייגן חכמה און קאנטשעס מער פון וויפיל ער גלייבט אז עס איז דא א גאט
מהיכן דנתני
א מענטש וואס איז אויסגעשפיגן אפי’ דארעך די לינקע מאדערנע ארטעדאקסן
פארוואס האסטו מחליט געוועין אז די מאדערן ארטהאדאקס דעצידירן ביז וואו ארטהאדאקסיע גייט
א מענטש וואס איז נישט געבינדן צו קיין שום אטאריטעט די איינציגע זאך צו וואס ער איז געבינדן צו איז די נשים ממילא וואס איז די חידוש אז ער מאכט זיי פאר רבנים אנטשילדיגט רבנית ורביית
דעיס איז א רענט געבויעט אויף דיינע אייגענע השערות (אסאך מאל ביי מענטשען וואס די קאפ ליגט זיי דארט מוז יעדע געשעיניש זיין ציגעבינדען מיט דעים)
איך שעם זיך אז עס זענען דא מענטשן וואס שעימען זיך נישט עהם צוצוגלייכען צו הגאון הפוסק ר’ שמואל ניימאן לרפ”ש
ווייל ביי ר' שמואל קענסטו די אנדערע זייט מעשה, און ביי ר' אבי נישט.
אגב פארוואס ביי ר' יואל ראטה שעימסט דיך נישט אז איך גלייך עים צי, צי ר' אבי?
ס'איז דא גרויסער חילוק צווישן איין שול און די אנדערע אין די קאנסערוואטיוו מאוומענט אליין.. די פארק עוועניו שול איז א מער ..."טראדיציאנאלע"... שול. לעומת די סענטראל סינאגאג. ביי די ערשטע לאזן זיי איבער (כמעט) אלע תפילות גאנץ.דער חזן זאגט הויעך די ערשטע פרשה פון שמע. די איבריגע זאגן זיי שטיל (ווער ס'זאגט). ר"ה ביינאכט ביי מעריב האבן זיי געזאגט אלע תפילות און געזינגען קדיש מיט דעם זעלבן ניגון וואס אונז זינגען. אבער ביי די סענטראל סינאגאג שניידן זיי די תפילות. זיי זאגן נאר וועלכע שטיקלעך ס'געפעלט זיי.
ביי פארק עוו. גייען אלע ..."סטעף"... מיט א קאפל. אזוי ווי רוב מתפללים. לעומת ביי סענטראל. גייען א סאך מעמבערס, (אויסער די ראביי, אן אזיאטישע פרוי) אן א קאפל. נאך א גאר אינטרעסאנטע און מאדנע זאך האביך באמערקט. וואס אפילו לויט זייערע סענדערדס איז עס א חידוש. איינער פון די סטעף מעמבערס גייט אן א קאפל. אבער מיט א טלית גייט ער יא...לאל
בד"ה: דו האסט נישט געהערט? די 2 אשכולות וואס בערל בעל עגלה האט לעצטנס אויפ-געמאכט זענען (ל"ע) פריצייטיג אפגעשטארבן. אזוי ווי די אנדערע אשכולות וואס ער האט אויפגעמאכט.
נאר די דאקטוירים און פאטאלאגן (ניין. נישט שמעקעדיג און שמעון וואלף.) האבן פעסטגעשטעלט אז די מעגליכע סיבה פאר די פריצייטיגע פטירה (אדער גסיסה?) פון די אשכולות קען זיין ווייל אונז לעבן אין אומגעווענליכע צייטן. ס'טוט זיך אויפ'ן הימל א יריד. ס'איז הימל און ערד און ר' שאול וחסידיו. איך האב אפגעציילט. ס'זענען דא (לכה"פ) 14 אשכולות וואו מ'רעדט פון די גערער גראטשקע.
ס'האט מיך קיינער נישט געפרעגט. און איך זאג טאקע נישט. נאר אויב מ'וואלט מיך געפרעגט וואלט איך געזאגט אז הרהגה"צ (ניין. קיין קדוש איז ער נאכנישט) ר' שאול איז זיך אליינס שולדיג. ער האט גאנץ גוט געוואוסט וואס ס'גייט געשעהן. מ'האלט דאך איהם פאר א גרויסן חכם ופיקח. ווי שטייט נאר אין פסוק...."איזהו חכם הרואה את הנולד"...טייטשט דער (הייליגער) חת"ם סופר...את הנולד כבר. דאס וואס איז שוין געשעהן. און פון דעם זיך ארויסלערנען וויאזוי צו האנדלען אין די צוקונפט...!
די באגרעבעניש צערעמאניע (ווי דער איד און דער בלאט האבן ליעב צו שרייבן איבער די לויה פון נישט קיין אייגענעם) וועט פארקומען נעקסטן מאנטאג 10 אזייגער שארפ. (מ'ווייסט נאכנישט פונקטליך וואו) מ'וועט מאכן א ..."מלא"... און ס'וועט זיין לעקיך מיט בראנפן נאך די צערעמאניע...!
אויף די סגנון פון @רביה"ק זי"ע טראכט איך אז איין טאג וועט זיין א בעל הגעלה וואס וועט אנפרעגן אויב א געוויסע רב איז נאכאלץ "אפענע ארטאדאקסיע" אדער ער איז שוין אינדרויסן פון זייער גבול אויך. און דעמאלס וועט התאחדות הרבנים של ענעפטי ארדאקסיע* ארויסגעבן א פסק באזירט אויף די רבי זי"ע אז זיי קענען זיך רופן Open Orthodoxy-45 ואין לדבר סוף.
*
התאחדות הרבנים ענעפטי איז א ארגענעזאציע וואס האט די דעת תורה און די ריעל וועלט פון NFT ריעל עסטעיט. זעט
דאberlbalagulehהיסטאריע: די פראבלעם איז מיט די ווערטער (אויסער שם ומלכות)..."לקבוע"... מזוזה. די מזוזה איז דאך שוין געווען באפעסטיגט פון פריער. מען האט זי נאר יעצט אויפגעדעקט.
וואס וואלט שלעכט געווען ווען זיי טוען עס דעם טראדיציאנאלן וועג וואס די סטאנדארד ערליכע אידן טוען. מ'מאכט די ברכה און מ'באפעסטיגט די מזוזה. ווער מיט א האמער'ל. ווער מיט א סקרודרייווער. און די לעצטע פאר יאר טוען מענטשן די ארבעט מיט א קארדלעסס דריל..!
טאמער עפעס איז עס א פראבלעם פין עובר לעשייתן, און אויף דעם איז דא דער מגן אברהם, בקיצור, דיין טענה אז א שוואכע. עס איז דא פלענטי אנדערע זאכן וואס איז פיל ערגער פין דעם.
אויב די ווילסט מאכן א באזונדערע אשכול אדורך טוהן נושאים אין הלכה און זעהן ווער איז איז מער גערעכט, אונז אדער זיי, ביסטו מכובד, אבער זיי געווארענט, עס איז גאנץ מעגליך די וועסט פארלירען דיין יעצטיגע זיכערקייט אין דיין נאמנות פין די ארטאדאקסישע הלכה.
היסטאריע: ניין. איך האב א פראבלעם מיט דעם ווארט..."לקבוע"...איך גיי באפעסטיגן. דאס איז דאך נישט אמת...זי איז דאך שוין באפעסטיגט.
ווען מ'קלאפט אן די מזוזה און נאכדעם מאכט מען די ברכה האב איך נישט קיין פראבלעם.
נאר בכלל. איך באמערק אז די קאנסערוואטיווע אידן..."מאכן אויף"... אדער וואס ..."טעמפערן"....מיט זאכן וואס זענען ביאנד אונזער, אדער לכה"פ מיין, פארשטאנד. זאכן וואס רבנים פון אלע דורות, גרויסע פוסקים האבן זיך נישט געטרויעט משנה צו זיין.נאר די פראבלעם איז אז ס'בלייבט נישט שטיין אויף איין פלאץ. די קאנסערוואטיווע אידן רופן עס טאקע..."דינאמישע אידישקייט"...זיי האלטן זיך אין איין רוקן (ליידער, אראפצו). ווייל צווישן זיי זענען דא געוויסע קהילות וועלכע טוען זאכן אפן אקעגן די הלכה. און זיי זענען (כמעט) גלייך מיט די רעפארמער...!
יאסל ראקאוועראויף די סגנון פון @רביה"ק זי"ע טראכט איך אז איין טאג וועט זיין א בעל הגעלה וואס וועט אנפרעגן אויב א געוויסע רב איז נאכאלץ "אפענע ארטאדאקסיע" אדער ער איז שוין אינדרויסן פון זייער גבול אויך. און דעמאלס וועט התאחדות הרבנים של ענעפטי ארדאקסיע* ארויסגעבן א פסק באזירט אויף די רבי זי"ע אז זיי קענען זיך רופן Open Orthodoxy-45 ואין לדבר סוף.
יאסל ראקאווער: דו זאגסט ממש נביאות. ווייל ס'איז א פאקט אז פונקט אזוי ווי די קאנסערוואטיווע קהילות בלייבן נישט שטיין אויף איין פלאץ. זיי רופן עס דינאמישע אידישקייט. די זעלבע איז ביי די ..."קצה המחנה"... אזוי ווי ראביי אבי ווייס און זיין קהילה. און זיין ישיבה ..."חובבי תורה"...וואס איז זייער א שיינער נאמען. אבער איינס פון די טעמים פארוואס ער האט אויפגעמאכט די ישיבה איז געווען ווייל (אפילו) ישיבה יוניווערסיטי האט נישט מסכים געווען מיט זיינע שטיק פון טעמפערן מיט הלכה.
*
התאחדות הרבנים ענעפטי איז א ארגענעזאציע וואס האט די דעת תורה און די ריעל וועלט פון NFT ריעל עסטעיט. זעט
דא
berlbalagulehהיסטאריע: ניין. איך האב א פראבלעם מיט דעם ווארט..."לקבוע"...איך גיי באפעסטיגן. דאס איז דאך נישט אמת...זי איז דאך שוין באפעסטיגט.
ווען מ'קלאפט אן די מזוזה און נאכדעם מאכט מען די ברכה האב איך נישט קיין פראבלעם.
נאר בכלל. איך באמערק אז די קאנסערוואטיווע אידן..."מאכן אויף"... אדער וואס ..."טעמפערן"....מיט זאכן וואס זענען ביאנד אונזער, אדער לכה"פ מיין, פארשטאנד. זאכן וואס רבנים פון אלע דורות, גרויסע פוסקים האבן זיך נישט געטרויעט משנה צו זיין.נאר די פראבלעם איז אז ס'בלייבט נישט שטיין אויף איין פלאץ. די קאנסערוואטיווע אידן רופן עס טאקע..."דינאמישע אידישקייט"...זיי האלטן זיך אין איין רוקן (ליידער, אראפצו). ווייל צווישן זיי זענען דא געוויסע קהילות וועלכע טוען זאכן אפן אקעגן די הלכה. און זיי זענען (כמעט) גלייך מיט די רעפארמער...!
האסט אמאהל דורך געטוהן איין הלכה וואס זיי טוהן? געליינט זייערע תשובות און אונזערע, און איינגעזעהן אז זיי נישט גערעכט?
אויב יא, ביטע זאגן וועלכע הלכה.
און דיין טענה אויף מזוזה מאכט לאכן. זייט ווען דארפען איינער טוהן וואס בערל באשליסט? די האסט א פראבלעם מיט לקבוע? זייער פיין. זיי האבן נישט. האסט א מקור פין פוסקים צו דיין הלכה זאג. דיינע בויך וויי איז זיכער קיינעם נישט מחייב.
די מאכסט אויך על נטילת ידים נאכ'ן וואשען מיט תירוצים שונים. און אגב, דער סיבה איז מער נישט אקטועל, ווייל רוב מענטשן האלטען זיך ריין גאנצע טאג צו קענען מאכען א ברכה אהן וואשען די הענט. און ווען זיי האבן א סיבה עס טוהן ביי מזוזה ווערן זיי נאך נישט אנגעפרעגט.
אבער עס איז דא גרויסע קשיות אויף זייערע הנהגות וואס מען קען יא דעבאטירן, אבער דיין טענה פין מזוזה איז גארנישט.
[..
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. איך בין נישט קיין מורה הוראה אדער פוסק. נאר א לעימען. א פשוט'ער בעל עגלה. אבער פון מיין פערספעקטיוו איז דא א זאך וואס שטערט מיך. ווייל מיט דעם מהלך. אוועקצו ווארפן אלע אונזערע טראדיציעס. און אלעס מתיר זיין איז א פראצעס פון פארוואסערן די גאנצע תורה. ווייל אין די קאנסערוואטיווע מאוומענט (אזוי ווי אין די ארטאדאקסישע) זענען דא גרופס און קהילות וועלכע זענען מער טראדיציאנאל. און אנדערע וועלכע זענען מער ענליך אין זייער..."פולחן"...צו די רעפארמער. אדער די גויים אין זייער טשוירטש...!
חזן אזי שווארץ גייט א טלית מיט א ברייטע בעלזער אדער וויזשניצער געפלאכטענע עטרה. א קאפל, נישט אייביג.
ווייל מיט דעם מהלך. אוועקצו ווארפן אלע אונזערע טראדיציעס. און אלעס מתיר זיין איז א פראצעס פון פארוואסערן די גאנצע תורה
לאמיר מאכן אפאר שמע מינה'ס פין דיינע ווערטער.
א. אונז ארטאדאקסישע אידן האלטען כמה זאכען וואס זענען נישט תורה, עס איז טראדיציעס, ד.ה. מנהגים.
ב. די מנהגים זענען נישט וויכטיג כשלעצמם, אבער עס איז דא א געפאר אז מען וועט "פארוואסערען" די תורה.
מנהגים האבן אויך גדרים אין הלכה. וואס גיבט אונז דער היתר צו זאגן אז מען מוז גיין דער בגד וואס פריצים פלעגן טראגען? דער זעלבער היתר האבן זיי נישט צו האלטען מנהגים וואס איז לדעתם נישט וויכטיג.
אגב, רש"ר הירש דער מייסד פון מ.א. האלט אויך נישט פין מנהגים וואס האבן נישט קיין יסוד אין הלכה.
דער שבת עליוועיטערס יוכיח, אז רבנים האבן נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז א זאך איז אסור, כאטש עס איז נישטא אויף דעם קיין קלארע יוכיח.
די קאנסערוואטיווע האבן און אנדערע פראבלעם. בעת וואס פאר פערציג פופציג יאר צוריק זענען זיי געוואקסן, האבן זיי נישט געמאכט קיין שום השתדלות אויף חינוך הבנים. נאר ד געשיקט קינדער אין פאבליק סקול, און זיך איינגערעדט אז דורך שיקען קינדער צו א אידישע סקול איינמאל א וואך וועלען זיי ווערען אידיש. ווי אויך זענען זיי געהעריג אויסגעמישט מיט גוים אהן קיין שום התבדלות. זייערע קינדער זענען אפגעפארן אין די מאסען, די וואס האבן זיך יא געהאלטן איז נאר געוועהן א דאנק זייערע זומער קעמפס וואס זיי האבן. היינט לייגן זיי אריין שווערע כחות צו האלטען וואס איז איבער געבליבן.
היסטאריע: דו האסט מיך געהערט זאגן אז א יסוד אין אידישקייט איז צו האלטן מנהגים וואס זענען נישט געאנקערט אין הלכה?.
לגבי דעם (גליטשיגן) מצב ביי די קאנסערוואטיוון, זאגסטו די ווערטער וואס איך האב געזאגט. נאר אין די קאנסערוואטיווע מאוומענט אליינס איז דא דרגות. למשל די פארק עוועניו סינאגאג האט 3 רבנים (ראבייס) וועלכע זענען לפי כל משמעות ערליכע אידן. נאר שטארק מאדערן. און זייער טאלעראנט. און אולטרא-ליבעראל. לעומת די סענטראל סינאגאג, וועלכע איז אויך א קאנסערוואטיוו סינאגאג איז כרחוק מזרח ממערב פון די ערשטע. ביי זיי זענען דא ראבייס און אנדערע מעמבערס פון די קלערדזשי וועלכע גייען אן א קאפל. שערן זיך (די פיאות) ווי גויים. און זייער גאנצע..."סערוויס".. איז ווי רעפארם לכל דבר.
הוא אשר דיברתי. אז קיין איין מאוומענט איז נישט סטאטיק. אויך ראביי ווייס. ווייל ער ברעכט אלע טראדיציעס און פריער'דיגע טאבוס גייט אויף דעם וועג. נאכמער. ראביי אבי ווייס און זיין רויווערדעיל קאנגרעגעישן זענען א סאך נענטער צו די שוואכערע און ווייניגער טראדיציאנאלע קאנגערעגעישנס פון די קאנסערוואטיוו מאוומענט...!
איך ווייס נישט וועלכע סענטראל די רעדסט, אבער טאמער די רעדסט פין רעבעצין בוכדאל, איז עס געהעריג רעפארם. זי איז גראדע א חשובע פערזענליכקייט און שטארק אימפרעסיוו מיט אירע אויפטוהן. אבער רעפארם ווי דער נאכט. פארק עוועניו איז קלאסישע קאנסערוואטיוו, מיט פרויען חזנים דער רב איז גראדע א זכר, אבער זיי שפילן מוזיק און האבן מייקס און שבת. גארנישט ערליכע אידן און אונזערע משמעות. איך ווייס נישט פין די נעמסט אז זיי זענען ערליך.
עס איז היינט דא א נייע מאוומענט װאס זענען געהעריג פרום, חוץ מיט איין זאך, אז פרויען און מענער זענען גלייך, סיי לגבי מנין, און זיין שליח צבור וכו', חוץ מיט אפאר געציילטע זאכען וואס זיי וועלען יא מקפיד זיין עס זאל זיין א זכר, תקיעת שופר, אדער מילה, וואס מען דארף מוציא זיין באמת, און א פרוי איז נישט בכלל דער מצוה.
דו מיינסט egalitarian?
היסטאריעאיך ווייס נישט וועלכע סענטראל די רעדסט, אבער טאמער די רעדסט פין רעבעצין בוכדאל, איז עס געהעריג רעפארם. זי איז גראדע א חשובע פערזענליכקייט און שטארק אימפרעסיוו מיט אירע אויפטוהן. אבער רעפארם ווי דער נאכט. פארק עוועניו איז קלאסישע קאנסערוואטיוו, מיט פרויען חזנים דער רב איז גראדע א זכר, אבער זיי שפילן מוזיק און האבן מייקס און שבת. גארנישט ערליכע אידן און אונזערע משמעות. איך ווייס נישט פין די נעמסט אז זיי זענען ערליך.
עס איז היינט דא א נייע מאוומענט װאס זענען געהעריג פרום, חוץ מיט איין זאך, אז פרויען און מענער זענען גלייך, סיי לגבי מנין, און זיין שליח צבור וכו', חוץ מיט אפאר געציילטע זאכען וואס זיי וועלען יא מקפיד זיין עס זאל זיין א זכר, תקיעת שופר, אדער מילה, וואס מען דארף מוציא זיין באמת, און א פרוי איז נישט בכלל דער מצוה.
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אבער זיי (סענטראל סינאגאג) פאררופן זיך אלס א קאנסערוואטיוו טעמפל. אט דאס וואס איך טענה. אויסער דעם פאקט וואס ראביי/חזנית בוכדאל איז איינע פון די ראבייס/חזניות, זענען דא עטליכע פארשוינען אין די ..."קלוירדזשי"... וועלכע גייען א הוילן קאפ אלס א נארמאלע זאך. ס'איז דא איינער א ראביי וועלכער האט געהאלטן א ..."כל נדרי"...דרשה אן א קאפל. מיט א טלית. און ער האט דערמאנט זיין זיידע. א פראמינענטער רב אין ווארשא. זאגנדיג..."זיכרונו ליברכה"...! נאר דער חזן פן די פארק עוועניו סינאגאג, אזי שווארץ, וועלכער גייט צומאל א שיינע, געפלאכטענע בעלזער אדער וויזשניצער עטרה אויף זיין טלית, זאגט די תפילות א סאך מאל אן א קאפל...!
berlbalagulehחזן אזי שווארץ גייט א טלית מיט א ברייטע בעלזער אדער וויזשניצער געפלאכטענע עטרה. א קאפל, נישט אייביג.
berlbalagulehנאר דער חזן פן די פארק עוועניו סינאגאג, אזי שווארץ, וועלכער גייט צומאל א שיינע, געפלאכטענע בעלזער אדער וויזשניצער עטרה אויף זיין טלית, זאגט די תפילות א סאך מאל אן א קאפל...!
ערעב בערל, איר דארפט איינמאל פאר אלעמאל קלאר שטעלן פאר די חשוב'ע לייענער פון ק"ש צו ס'איז א בעלזע געפלאכטענע אדער א וויזניצע..
וואלווי: ביי מיר זעהען זיי אויס אייניג. איך גיי נישט קיין איינס. (א קאפל גיי איך יא (ב"ה). נו, איך בין נישט דער חזן אין א קאנסערוואטיוו סינאגאג...!
חזן אזי שווארץ, וועם מ'האט אימפארטירט ספעציעל פון ארץ ישראל איז איינער פון די גרעסטע ל"ו (אפשר ע"ב) צדיקים. זיין רעבעצין שליט"א האט אנגעטון לכבוד די בר מיצוועה פון זייער זון הבכור, א קלייד מיט זייער קורצע ערמליך. דער מרא דאתרא, דער רב שליט"א האט איהר געזאגט מוסר אז ס'פאסט נישט אזוי צו גיין צו די ס"ת. (ביי זיי איז דער מנהג אז די פרויען גייען אויך צו די ס"ת ביי אן עליה,.)...ס'איז נאר א דזשאוק. די רעבעצין שליט"א גייט אויך מיט קורצע ערמליך. ביי זיי אין שו"ע שטייט אז ס'איז אויסגעהאלטן. זיי זענען נישט אלטמאדיש ווי די חסידים...!
Re: איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
berlbalagulehהיסטאריעאיך ווייס נישט וועלכע סענטראל די רעדסט, אבער טאמער די רעדסט פין רעבעצין בוכדאל, איז עס געהעריג רעפארם. זי איז גראדע א חשובע פערזענליכקייט און שטארק אימפרעסיוו מיט אירע אויפטוהן. אבער רעפארם ווי דער נאכט. פארק עוועניו איז קלאסישע קאנסערוואטיוו, מיט פרויען חזנים דער רב איז גראדע א זכר, אבער זיי שפילן מוזיק און האבן מייקס און שבת. גארנישט ערליכע אידן און אונזערע משמעות. איך ווייס נישט פין די נעמסט אז זיי זענען ערליך.
עס איז היינט דא א נייע מאוומענט װאס זענען געהעריג פרום, חוץ מיט איין זאך, אז פרויען און מענער זענען גלייך, סיי לגבי מנין, און זיין שליח צבור וכו', חוץ מיט אפאר געציילטע זאכען וואס זיי וועלען יא מקפיד זיין עס זאל זיין א זכר, תקיעת שופר, אדער מילה, וואס מען דארף מוציא זיין באמת, און א פרוי איז נישט בכלל דער מצוה.
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אבער זיי (סענטראל סינאגאג) פאררופן זיך אלס א קאנסערוואטיוו טעמפל. אט דאס וואס איך טענה. אויסער דעם פאקט וואס ראביי/חזנית בוכדאל איז איינע פון די ראבייס/חזניות, זענען דא עטליכע פארשוינען אין די ..."קלוירדזשי"... וועלכע גייען א הוילן קאפ אלס א נארמאלע זאך. ס'איז דא איינער א ראביי וועלכער האט געהאלטן א ..."כל נדרי"...דרשה אן א קאפל. מיט א טלית. און ער האט דערמאנט זיין זיידע. א פראמינענטער רב אין ווארשא. זאגנדיג..."זיכרונו ליברכה"...! נאר דער חזן פן די פארק עוועניו סינאגאג, אזי שווארץ, וועלכער גייט צומאל א שיינע, געפלאכטענע בעלזער אדער וויזשניצער עטרה אויף זיין טלית, זאגט די תפילות א סאך מאל אן א קאפל...!
ס'איז דא א וויכטיגע זאך וואס עטס ביידע האטס פארקוקט און דאס איז "השקפה". נישט השקפה פון וויאזוי א חסידישער בחור/מיידל דארף אויסקוקן, אדער וואס וואלט ווען די רבי/רב זכותעליננוללל"ה געזאגט.
מ'רעדט דא הלכה'דיגע השקפה (Edit: הלכות בדעה) ווי למשל וואס האלטן זיי לגבי תורה מן השמים, אדער די סמכות פון הלכה, מיהו יהודי, וואס הייסט אמונה בה' וכו' וכו' זאכן וואס ווי גרויס און געפלאכטן די עטרה זאל נאר זיין קען עס גאר הייסן אפיקורסוס ביי "אונז".
טראכטכמוניberlbalagulehהיסטאריעאיך ווייס נישט וועלכע סענטראל די רעדסט, אבער טאמער די רעדסט פין רעבעצין בוכדאל, איז עס געהעריג רעפארם. זי איז גראדע א חשובע פערזענליכקייט און שטארק אימפרעסיוו מיט אירע אויפטוהן. אבער רעפארם ווי דער נאכט. פארק עוועניו איז קלאסישע קאנסערוואטיוו, מיט פרויען חזנים דער רב איז גראדע א זכר, אבער זיי שפילן מוזיק און האבן מייקס און שבת. גארנישט ערליכע אידן און אונזערע משמעות. איך ווייס נישט פין די נעמסט אז זיי זענען ערליך.
עס איז היינט דא א נייע מאוומענט װאס זענען געהעריג פרום, חוץ מיט איין זאך, אז פרויען און מענער זענען גלייך, סיי לגבי מנין, און זיין שליח צבור וכו', חוץ מיט אפאר געציילטע זאכען וואס זיי וועלען יא מקפיד זיין עס זאל זיין א זכר, תקיעת שופר, אדער מילה, וואס מען דארף מוציא זיין באמת, און א פרוי איז נישט בכלל דער מצוה.
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אבער זיי (סענטראל סינאגאג) פאררופן זיך אלס א קאנסערוואטיוו טעמפל. אט דאס וואס איך טענה. אויסער דעם פאקט וואס ראביי/חזנית בוכדאל איז איינע פון די ראבייס/חזניות, זענען דא עטליכע פארשוינען אין די ..."קלוירדזשי"... וועלכע גייען א הוילן קאפ אלס א נארמאלע זאך. ס'איז דא איינער א ראביי וועלכער האט געהאלטן א ..."כל נדרי"...דרשה אן א קאפל. מיט א טלית. און ער האט דערמאנט זיין זיידע. א פראמינענטער רב אין ווארשא. זאגנדיג..."זיכרונו ליברכה"...! נאר דער חזן פן די פארק עוועניו סינאגאג, אזי שווארץ, וועלכער גייט צומאל א שיינע, געפלאכטענע בעלזער אדער וויזשניצער עטרה אויף זיין טלית, זאגט די תפילות א סאך מאל אן א קאפל...!
ס'איז דא א וויכטיגע זאך וואס עטס ביידע האטס פארקוקט און דאס איז "השקפה". נישט השקפה פון וויאזוי א חסידישער בחור/מיידל דארף אויסקוקן, אדער וואס וואלט ווען די רבי/רב זכותעליננוללל"ה געזאגט.
מ'רעדט דא הלכה'דיגע השקפה ווי למשל וואס האלטן זיי לגבי תורה מן השמים, אדער די סמכות פון הלכה, מיהו יהודי, וואס הייסט אמונה בה' וכו' וכו' זאכן וואס ווי גרויס און געפלאכטן די עטרה זאל נאר זיין קען עס גאר הייסן אפיקורסוס ביי "אונז".
די קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס מיינט הלכה'דיגע השקפה? אדער הלכה אדער השקפה?
איז אזוי געפלאכטענע עטרה פארשטייסטו אז ס'איז א משוגעת/מנהג/טראדיציע ותו לא, משא"כ ביי מיהו יהודי וחבריו זענען יא ערנסטע נושאים.
איז די לייגסט דיין הגדרה פון ארטעדאקסיע ווי ס'געפעלט דיך, ער לייגט עס אביסל ווייטער דארט ווי ס'געפעלט עים.
Re: איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
קהל'ס נערטראכטכמוניberlbalagulehהיסטאריעאיך ווייס נישט וועלכע סענטראל די רעדסט, אבער טאמער די רעדסט פין רעבעצין בוכדאל, איז עס געהעריג רעפארם. זי איז גראדע א חשובע פערזענליכקייט און שטארק אימפרעסיוו מיט אירע אויפטוהן. אבער רעפארם ווי דער נאכט. פארק עוועניו איז קלאסישע קאנסערוואטיוו, מיט פרויען חזנים דער רב איז גראדע א זכר, אבער זיי שפילן מוזיק און האבן מייקס און שבת. גארנישט ערליכע אידן און אונזערע משמעות. איך ווייס נישט פין די נעמסט אז זיי זענען ערליך.
עס איז היינט דא א נייע מאוומענט װאס זענען געהעריג פרום, חוץ מיט איין זאך, אז פרויען און מענער זענען גלייך, סיי לגבי מנין, און זיין שליח צבור וכו', חוץ מיט אפאר געציילטע זאכען וואס זיי וועלען יא מקפיד זיין עס זאל זיין א זכר, תקיעת שופר, אדער מילה, וואס מען דארף מוציא זיין באמת, און א פרוי איז נישט בכלל דער מצוה.
היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אבער זיי (סענטראל סינאגאג) פאררופן זיך אלס א קאנסערוואטיוו טעמפל. אט דאס וואס איך טענה. אויסער דעם פאקט וואס ראביי/חזנית בוכדאל איז איינע פון די ראבייס/חזניות, זענען דא עטליכע פארשוינען אין די ..."קלוירדזשי"... וועלכע גייען א הוילן קאפ אלס א נארמאלע זאך. ס'איז דא איינער א ראביי וועלכער האט געהאלטן א ..."כל נדרי"...דרשה אן א קאפל. מיט א טלית. און ער האט דערמאנט זיין זיידע. א פראמינענטער רב אין ווארשא. זאגנדיג..."זיכרונו ליברכה"...! נאר דער חזן פן די פארק עוועניו סינאגאג, אזי שווארץ, וועלכער גייט צומאל א שיינע, געפלאכטענע בעלזער אדער וויזשניצער עטרה אויף זיין טלית, זאגט די תפילות א סאך מאל אן א קאפל...!
ס'איז דא א וויכטיגע זאך וואס עטס ביידע האטס פארקוקט און דאס איז "השקפה". נישט השקפה פון וויאזוי א חסידישער בחור/מיידל דארף אויסקוקן, אדער וואס וואלט ווען די רבי/רב זכותעליננוללל"ה געזאגט.
מ'רעדט דא הלכה'דיגע השקפה ווי למשל וואס האלטן זיי לגבי תורה מן השמים, אדער די סמכות פון הלכה, מיהו יהודי, וואס הייסט אמונה בה' וכו' וכו' זאכן וואס ווי גרויס און געפלאכטן די עטרה זאל נאר זיין קען עס גאר הייסן אפיקורסוס ביי "אונז".
די קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס מיינט הלכה'דיגע השקפה? אדער הלכה אדער השקפה?
איז אזוי געפלאכטענע עטרה פארשטייסטו אז ס'איז א משוגעת/מנהג/טראדיציע ותו לא, משא"כ ביי מיהו יהודי וחבריו זענען יא ערנסטע נושאים.
איז די לייגסט דיין הגדרה פון ארטעדאקסיע ווי ס'געפעלט דיך, ער לייגט עס אביסל ווייטער דארט ווי ס'געפעלט עים.
איך האב זיך טאקע נישט אויסגעדריקט קלאר, און במחילתך ציה איך צירוק פון די אומ'מדיוק'דיגער אויסדריק 'הלכהדיג'ע השקפה'.
וואס איך מיין איז 'הלכה שאינו מעשית', וואס אין דעם איז נכלל הלכות דעות וענפי' (נישט רמב"ם'ס) וואס דאס איז א געהעריגע חלק פון הלכה נאר ס'זעט זיך נישט אזוי אן ווייל ס'איז נישט למעשה. א ודאי האבן אט די הלכות ווייטע אפשליכטן, און געוויסע פיראכצער און אופני הפסק זענען גאר געבויט אויף די יסודות. אבער איך באציה זיך צו די הלכות זעלבסט וואס אין דעם איז נכלל אלע הלכות וואס איך האב ערווענט אויבן ועוד.
לדעתי וואלט איך מחלק געוועהן צווישן רעפארם און קאנסערוואטיוו, די קאנסערוואטיוו האלטען אלע מצוות, דאס וואס זיי האלטען אנדרעש ווי אונז איז מיט הלכה'דיגע יסודות. למשל וואס זיי האלטען אז מען מעג דרייווען א קאר אין שבת נאר צום דאווענען, איז געבויט אז א מאטאר הגם עס מאכט א פייער איז עס נישט דער זעלבער פייער וואס איז געוועהן אין משכן, ממילא איז עס א מלאכה שאינה צריכה לגופה, און א דרבנן לצורך דאווענען הייסט א צורך גדול.
אבער די רעפארם האלטען באופן כללי אז מען דארף נישט האלטען די מצוות מער, און דאס איז שוין יא קעגען די אני מאמין'ס.
אבער עפר אני תחת כפות רגלי ר' משה פיינשטיין וואס האט געהאלטען אז אפילו די קאנסערוואטיוו זענען נישט קיין אידן בכלל. וצריך עיון לדעת ר' משה אויב ר' אבי ווייס איז א איד.
היסטאריע: דו האסט דא אנגעווארפן עטליכע (וויכטיגע) נושאים. לאמיר זיי צונעמען אחד לאחד. צוערשט לאמיר לייגן אין א זייט די רעפארמער (אפילו די היינטיגע וועלכע כאפן זיך א ביסל צוריק צו טראדיציע.) לאמיר באטראכטן די קאנסערוואטיווע אידן. זייער ראביי עליאט קאסגראוו האט געזאגט אויף איינס פון זיינע קליפס (בדרך אגב) אז ער שפאצירט צו פון זיין הויז צו די שול פרייטיג צו נאכטס. ער גייט א קאפל . ער פיהרט א אידישע שטוב. עסט כשר. איז מקיים אנדערע מצוות מעשיות. אויסער דעם פאקט וואס זיי נוצן אן אודיאו-וויזשועל סיסטעם אום שב"ק האלטן זיי שבת. זיי זענען מחשיב תורה שבכתב און תורה שבע"פ און מדרשים. ער רופט די מענטשן פון זיין שול צו לערנען תורה. ער און די אנדערע 2 רבנים געבן שיעורי תורה. זיי האבן אויך א טעגליכן מנין.זיי האבן אויך אין זייער שול א ביסל שוואכערע סארט אידן. אפילו עטליכע מעמבערס וועלכע זענען ..."מיקס'ד קאפלס"...ער רופט עס מיט א פענסי נאמען..."אינטערפעיטה מערידזש"...! אבער אין שול גייט א יעדער מיט א קאפל בשעת התפילה.
ראביי אבי ווייס און זיין קהילה שטייען מיט עטליכע דרגות שוואכער ווי די פארק עוועניו סינאגאג מיט דעם פאקט אז אלס ..."ארטאדאקסישער"...רב איז ער מתיר אלעס וואס די ארטאדאקסישע רבנים האבן געאסר'ט אין אלע דורות. און ער גייט ..."מדחי אל דחי"...אין ענגליש איז דא אן אויסדרוק..."עי סליפפערי סלאופ"...אויף א גליטשיגן בארג. לאמיר זעהן וואו ראביי אבי ווייס און זיין קהילה וועללן האלטן אין (בערך) 10 יאר ארום.
Re: איז ראביי אבי ווייס א
היסטאריעלדעתי וואלט איך מחלק געוועהן צווישן רעפארם און קאנסערוואטיוו, די קאנסערוואטיוו האלטען אלע מצוות, דאס וואס זיי האלטען אנדרעש ווי אונז איז מיט הלכה'דיגע יסודות. למשל וואס זיי האלטען אז מען מעג דרייווען א קאר אין שבת נאר צום דאווענען, איז געבויט אז א מאטאר הגם עס מאכט א פייער איז עס נישט דער זעלבער פייער וואס איז געוועהן אין משכן, ממילא איז עס א מלאכה שאינה צריכה לגופה, און א דרבנן לצורך דאווענען הייסט א צורך גדול.
אבער די רעפארם האלטען באופן כללי אז מען דארף נישט האלטען די מצוות מער, און דאס איז שוין יא קעגען די אני מאמין'ס.
אבער עפר אני תחת כפות רגלי ר' משה פיינשטיין וואס האט געהאלטען אז אפילו די קאנסערוואטיוו זענען נישט קיין אידן בכלל. וצריך עיון לדעת ר' משה אויב ר' אבי ווייס איז א איד.
ערעב היסטאריע, איר האט זיך בכלל נישט באצויגן צו מיינע טענות אבער ווי דער כלל גדול לויטעט "history repeates itself" האב איך בכלל נישט קיין טענות אז איר חזר'ט זיך איבער.
וואס איז מיט די שאלה פון תורה מן השמים וואס קאנסערוואטיווע ראבייס - ווי לואי דשעיקאבס - האבן רואיג אנגענומען אז ס'איז נישט?
וואס טוהט איר מיט דעם פאקט אז די קאמיטעי האט וואס האט בשעתו צוגעלאזט פרויען רבנים האט אפילו נישט באשטאנען פון זייערע ראבייס, נאר רובא דרובא פון די שטימערס זענען געווען (קאנסערוואטיווע) בעלי בתים מיט א סך הכל פון 'איין' געלערנטער. איי 'הלכה' איז דאך אן עיקר ביי זיי?
איך האב נישט קיין כח זיך יעצט צו נעמן אויף זייערע 'פסקים' זעלבסט און ווי לעכערליך זיי זענען אפטמאל, אבער לייגט אייך אביסל אריין וועט איר זען במו עיניכם.
אויף דאס וואס דו פארציילסט איבער ר' משה האב איך א גוט'ן פשט, ווי באקאנט אויפ'ן לעצטיגן אנקעטע 'ווער הייסט א איד' האבן דריי-פערטל צו צוויי-דריטל קאסעוואטיווס געענפערט 'איינער וואס איז ערצויגן אידיש', ממילא אויב גייט מען אחר הרוב איז אויב זאגט דיר איינער ער איז א קאנסערוואטיוו איד יש לומר ער איז בכלל נישט קיין איד.
טראכטכמוני: דער קאנסערוואטיוו ראביי קאסגראוו האט טענות צו די רבנות אין ארץ ישראל אז זיי טוען (טאקע) נישט אנערקענען קיין שום גיור פון קאנסערוואטיווע און רעפארם ראבייס. מ'זעהט אז ער זאגט דאס מיט גרויס צער. לדעתי. וואלט מען יא געדארםט אנערקענן זייער גיור. נישט ווייל אונז האלטן אז דאס איז גוט. אדער אויסגעהאלטן עפ" הלכה. נאר. זיי טענה'ן אז זיי זענען אויך צווישן די גרעסטע שטיצערס פון מדינת ישאל אלס א אידישע מדינה. און דא דיסקרימינירט מען אזוי שטארק אקעגן זיי. איך האב איהם געזאגט. ..איך בין מסכים אז מ'דארף אנערקענען ענקער גיור און זיי געבן אלע רעכטן. נאר ס'דארף זיין זייער קלאר ארויסגעשריבן דער חילוק פון א גיור עפ"י הלכה. און א קאנסערוואטיוו אדער רעפארם גיור. למשל אויך מיט אן אנדערע קאליר. אז ס'זאלל נישט קענען זיין קיין טעות.
וואס טוהט איר מיט דעם פאקט אז די קאמיטעי האט וואס האט בשעתו צוגעלאזט פרויען רבנים האט אפילו נישט באשטאנען פון זייערע ראבייס, נאר רובא דרובא פון די שטימערס זענען געווען (קאנסערוואטיווע) בעלי בתים מיט א סך הכל פון 'איין' געלערנטער. איי 'הלכה' איז דאך אן עיקר ביי זיי?
דא קענט איר זעהן א געהעריגע תשובה און געהעריגע רבנים דן זיין אין דער נושא פין פרויען.
בנוגע תורה מן השמים, האלטען זיי בדרך כלל אזוי ווי אונז, אז איין רב זאגט פארקערט ווערט עס נאך נישט א פסול אויף אלע.
און איך ווייס נאך נישט וואס דער יעניגער וואס די ברענגסט האט געזאגט. וואס האט ער געזאגט?