היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אבער וועגן תורה מן השמיים ווייס איך נאכנישט קלאר וואס ער האלט. אבער מ'זעהט אז ער איז מחשיב סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבע"פ און מדרשים. ווייל אין א יעדן סערמאן ברענגט ער פון די פ' השבוע. און אויך פון גמ' און מדרשים. נאר ער פלעכט עס אריין קונצליך מיט די פאליטישע און אנדערע וויכטיגע געשעענישן פון די וואך. איך בין זיכער אז נישט אלע פון זיין אוידיענץ האלטן מיט זיינע חידושים. ווייל ער איז א ת"ח און זייער א געלערנטער מענטש. דארט איז אויך דא דער חזן ביהכנ"ס. ער קומט פון ארץ ישראל. דער רב געט איהם א סאך מאל אזא פריינטליכן טשעפע אינמיטן די דרשה. דער מענטש קען שוואך ענגליש. אויך איז ער נישט באקאנט מיט די אמעריקאנער קולטור פון ספארטס. איבער וואס דער ראביי דרשנ'ט (כמעט) א יעדע וואך. פאר זיין אוידיענץ אין שול.
איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14909
בלאט: 1 2
היסטאריעאפאר אונגארישע רבנים האבן מחדש געווען אז מען דארף זיין אנגערופן "ארטאדאקסיש" צו ווערען אנגענומען אין גן עדן, אויסער דעם שטייט עס נישט אין די תורה, און ווען רבנים שרייבען תשובות און זענען מחדש איסורים מיינט נישט אז מען טאר דאס נישט טוהן. פארוואס? בל תוסיף. אויב זיי וועלען זאגן אז זיי מאכן א גזירה א תקנה, דארטן מען פאלגען, אבער ווען זיי פארשטייען אז מען דארף זאגן ליגענט, און כדי דער עולם זאל פאלגען דארף מען זאגן ליגענט אז א זאך איז אסור מעיקר הדין, זענען זיי ליגנערס, און מען דארף זיי נישט פאלגען.
אויב דיין שאלה איז צו ר' אבי ווייס ווערט אנגערופן"ארטאדאקסיש" ווייל ער שיקט צו פרויען בעלי תפלה, איז דער תירוץ, ניין. אבער עס מיינט נישט אז יינו יין נסך, און אז ער איז פסול לעדות, און זיין גיטין וקידושין זענען פסול, ווייל ער איז בארעכטיגט צו האבן זיין שיטה אין הלכה. כאטש אפאר בלאפערס ווילען נישט מודה זיין אז די זאכען האבן נישט מיט אידישקייט.
פשיהא איך בין מקנא דיין 'קיהלשאפט'. איי איי ווי נעמט מען אביסל שכל.
berlbalagulehאיבער וואס דער ראביי דרשנ'ט (כמעט) א יעדע וואך. פאר זיין אוידיענץ אין שול.
ס' דא צוויי זאכן וואס קומען אריין און יעדע דרשה פון מ"א און אראפ..
עפעס א זשאוק פון ספארטס, און פון בעיגעל מיט לאקס.
דאס גייט שוין אזוי פון איין ראביי צום צווייטן. ווערט זאגט אז זיי זענען נישט טראדישענעל!
כפתור: יא. אבער דו דארפסט פארשטיין אז ער האט אין זיין אוידיענץ לאיערס און דאקטוירים און סטאקבראוקערס. דאס איז א היי קלעס שול. און זיי זענען אמעריקאנער מבטן ולידה. נישט אימיגראנטן. אזוי ווי (רוב פון) אונז. און אונזערע עלטערן. ביי זיי ליגט ספארטס אין די בלוט. ספעציעל ווען דער ראביי קען אריינפלעכטן דערין א אידישן מאמענט. און עס פארבונדן מיט די לויפנדע פרשה פון די וואך...אויף דעם איז ער א קונטסלער. דער ראביי קאסגראוו שליט"א. זיינע דרשות און השקפות זענען אויך אולטרא-ליבעראל פאליטיש. אזוי ווי זיין אוידיענץ..!
אבי אונז האמיר געמיינט (די מער נאאיווע צווישן אונז) אז די חב"ד/ליובאוויטש חסידים זענען נישט עכט קיין ערליכע אידן...האביך ערגעץ געזעהן א קליפ ווי א קאנסערוואטיוו ראביי רעדט זיך אפ (מיט גרויס צער און פארוואונדערונג) אז ער האט אמאל גערופן איינעם פון די רבנים אין חב"ד אז ער זאלל קומען האלטן א דרשה אין זיין שול. דער חב"ד רב האט איהם אפגעזאגט. דערפאר פיהלט ער זיך זייער שטארק געטראפן. און ער ווייסט נישט פארוואס...ווילל איך איהם לאזן וויסן פארוואס... איך גיי דא לייגן מיין פאון נאמבער און מיין אי.מעיל. ווער ס'וילל זאלל לאזן דעם ראביי וויסן אז ער קען מיך קאנטאקטן. און איך וועלל איהם זאגן (אפשר) פארוואס יענער חב"ד רב האט נישט געוואלט קומען צו איהם.
*אז די מענער און פרויען דאווענען צוזאמען. ס'נישטא קיין מחיצה:
*מ'ניצט א סאונד סיסטעם (אוידיא-וויזשועל) אום שב"ק?
*ס'זענען דא פרויען שליחי/ות ציבור:
ווען מ'וועט פאררעכטן די אלע זאכן ביניך זיכער אז דער חב"ד רב און אפילו איך, אני הקטן בערל בעל עגלה) וועט זיין וויליג צו קומען רעדן אין זייער שול...!
מיין פאון# איז (123)-456-7890.
די אי מעיל אדרעסס איז:...moishezichmech@gmail.com...!
רבותיי: אויף דעם פאון נאמבער האביך נישט מורא. נאר דעם אימעיל בעט איך אז דער עולם זאלל (דערווייל) נישט ניצן. ווייל דער ר' משה (זיכמעך) הי"ו וועט פלוצלינג באקומען הונדערטער אי-מעילס. און ער'ט נישט וויסן פון וואו...!
*אז די מענער און פרויען דאווענען צוזאמען. ס'נישטא קיין מחיצה:
*מ'ניצט א סאונד סיסטעם (אוידיא-וויזשועל) אום שב"ק?
*ס'זענען דא פרויען שליחי/ות ציבור:
ווען מ'וועט פאררעכטן די אלע זאכן ביניך זיכער אז דער חב"ד רב און אפילו איך, אני הקטן בערל בעל עגלה) וועט זיין וויליג צו קומען רעדן אין זייער שול...!
מיין פאון# איז (123)-456-7890.
די אי מעיל אדרעסס איז:...moishezichmech@gmail.com...!
רבותיי: אויף דעם פאון נאמבער האביך נישט מורא. נאר דעם אימעיל בעט איך אז דער עולם זאלל (דערווייל) נישט ניצן. ווייל דער ר' משה (זיכמעך) הי"ו וועט פלוצלינג באקומען הונדערטער אי-מעילס. און ער'ט נישט וויסן פון וואו...!
איך אויךהיסטאריעאפאר אונגארישע רבנים האבן מחדש געווען אז מען דארף זיין אנגערופן "ארטאדאקסיש" צו ווערען אנגענומען אין גן עדן, אויסער דעם שטייט עס נישט אין די תורה, און ווען רבנים שרייבען תשובות און זענען מחדש איסורים מיינט נישט אז מען טאר דאס נישט טוהן. פארוואס? בל תוסיף. אויב זיי וועלען זאגן אז זיי מאכן א גזירה א תקנה, דארטן מען פאלגען, אבער ווען זיי פארשטייען אז מען דארף זאגן ליגענט, און כדי דער עולם זאל פאלגען דארף מען זאגן ליגענט אז א זאך איז אסור מעיקר הדין, זענען זיי ליגנערס, און מען דארף זיי נישט פאלגען.
אויב דיין שאלה איז צו ר' אבי ווייס ווערט אנגערופן"ארטאדאקסיש" ווייל ער שיקט צו פרויען בעלי תפלה, איז דער תירוץ, ניין. אבער עס מיינט נישט אז יינו יין נסך, און אז ער איז פסול לעדות, און זיין גיטין וקידושין זענען פסול, ווייל ער איז בארעכטיגט צו האבן זיין שיטה אין הלכה. כאטש אפאר בלאפערס ווילען נישט מודה זיין אז די זאכען האבן נישט מיט אידישקייט.
פשיהא איך בין מקנא דיין 'קיהלשאפט'. איי איי ווי נעמט מען אביסל שכל.
אין בין נישט מקנא דיין שכל, דאס איז זיכער.
היסטאריע: אבער דו דארפסט פארשטיין וואס ס'באדערט (שטערט) מענטשן. אפילו ליבעראלן אזוי ווי איך,איז אז הרב אבי ווייס (וואס איז פערזענליך זייער א וואוילער איד. און פארדינט אנערקענונג פאר זיינע גוטע מעשים.) געבט זיך אן אלס אן ארטאדאקסישער רב וועלכער פיהרט אן ארטאדאקסישע קהילה. און ער טוט אלעס אין די וועלט צו צוברעכן די גדרים און סייגים (טאבוס) וואס די ערליכע אידן האבן געהאלטן אין אלע דורות.אין פאקט. מיט זיינע נייע (רעוואלוציאנערע) איינפיהרונגען שטייט ער דארט וואו די מער טראדיציאנאלע קאנסערוואטיוו קהילות שטייען...ווילן מענטשן וויסן פארוואס ער עקשנ'ט זיך צו פאררופן אלס א רב אין אן ארטאדאקסישע קהילה.
כ'האב יעצט געזעהן א קליפ ווי דער ..."ראביי"... אין סענטראל סינאגאג גייט שבת אינדערפריה א הוילן קאפ. אבער מיט א טלית. אויך דער בר מצוה בחור וועלכע האט ..."עולה" געווען און געליינט אין די תורה די פרשת השבוע איז געגאנגען א הוילן קאפ...!
אינטערסאנט ווי מ'מאכט אזא עסק פון א יארמילקע וואס איז נישט אזא יסוד אין די תורה, סאיז אפילו נישט פון די תרי"ג מצוות.
תרמב: דו זאגסט גוט. אבער די מעשה איז א ביסל אנדערש. מ'פארציילט אויפ'ן חפץ חיים אז איינער האט זיך אויסגעטון זיין קאפל. און מענטשן האבן איהם גוט אנגעשריגן דערפאר. איז ער געגאנגען צום חפץ חיים און ר'האט געפרעגט א שאלה מיט א געמאכטן תמימות..."רבי. אויב מ'גייט אן א קאפל איז מען א שייגעץ?"...האט איהם דער ח"ח געענטפערט. ניין...אבער א שייגעץ גייט אן א קאפל...!
כ'האף אז דו (ווילסט) פארשטייסט די טיעפזיניגקייט פון דעם ענטפער...!
כ'האף אז דו (ווילסט) פארשטייסט די טיעפזיניגקייט פון דעם ענטפער...!
די חזנית (איינע פון עטליכע חזנים וחזניות) איז גאנץ א גוטע (גרויסע?) תלמידה חכמה. ווען דער בר מצווה בחור (אויך א גרויסער גאון און מתמיד) איז סטאק געווארן איבער א ווארט ..." וטבח"...טבח, אינמיטן קריאת התורה וואס ער האט געפראוועט, האט זי איהם ארוסגעהאלפן, פון א ..."תיקון"...U'tevoach...!
בלאט: 1 2