☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14898
בלאט: 1 2

רימון » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:16 pm

· #484574
קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי היסטאריע טוט זיך איבערשפילן אין אזא נאנטער צוקונפט. שוין וואכן און חדשים וואס מ'רעדט פון דעם שרעק אנווארפנדן טערמין "גערער טעראר" כאילו דאס איז עפעס א געהיימע אפעראציע וואס לייגט אייסיס און חיזבאלא אין שאטן, און עפעס וואס יעדער מוז פאר דעם פאלן און קיינער קען זיך נישט קעגנשטעלן. די גאנצע באזוך פון גערער רבי מיט אייניגע חדשים צוריק איז לויט יודעי דבר געווען צו באפעסטיגן דעם באדן וואס רופט זיך "גערער טעראר", עס זאל יעדער פארשטיין און געדענקען, אז בל יהין איש און דערוואגן זאל מען זיך נישט, ווייל דאס איז עפעס וואס לוינט זיך נישט פאר סיי וועלכן מאן דהוא צו האבן אפילו א מחשבה זרה דערקעגן.

שטעלט ארויס ווי דער גאנצער בערלינער וואנט איז צעפאלן ווי א זייפן בלאז און ווי דער פאפירענער טיגער זי איז. גאנץ יהדות החרדית בגולה איז אויף די פיס און אין א לבשי בגדי תפארתך גייסט צו באגריסן דעם געערטן גאסט רבי שאול. די יו"ט שטימונג איז אויף די העכסטע אקטאוועס. אלע געווענליכע קלישיים וואס מ'שרייבט ווען רבי'ס קומען איז יעצט פשוט אמת.
ס'געדענקט זיך נישט אין די לעצטע היסטאריע ווי א רב בישראל זאל ענטפאנגען ווערן מיט אזא אינטערעסע און געניסן פון אזא רעספעקט, פון אזא עקסטאז, פון אזא ליבשאפט בין כל שכבות העם. צום ערשטן מאל וואס איך קען געדענקען וואס א באזוך פון א גדול פון ארץ ישראל זאל ממש איבערנעמען דעם סדר היום ביים גאנצן יהדות החרדית.

פלוצלונג זעט מען ווי ס'איז נישטא פון וואס מורא האבן נאר פון מורא אליין. אין כאן לא טעראר ולא גער, לא קאמאנדעוועס ולא וועדה, לא זילבערבערג ולא גארנישט, נאר אנשטאט אנטפלעקט זיך א וואונדערליכע סצענע פון תורה בנעימים, תורה מיט א לקח טוב, תורה וואס לוינט זיך צו זיין א תורתי אל תעזובי.

יעדעס ווארט פון רבי שאול, צי אין אידיש צי אין עברית צי אין א צעקיאליטשן ענגליש איז צום קושן און צום לעקן, יעדעס בריוו זיינע טראגט דאך אזא מתיקות און חן, מיט די פינגער אפדרוקן פון א ריכטיגער גדול בתורה דורכגעפלאכטן מיט ענווה און גדלות אויף יעדע שורה.

אויב האט איינער געמיינט אז די אינטימידאציע און סטראשע דראאונגען וועט אויסמאכן, שטעלט זיך ארויס אז לא מיניה ולא מקצתיה. דא אין קאווע שטיבל איז שוין אנגעוויזן געווארן דעמאלט ביים גרויסן טשערידי קאמפיין ווי כלל ישראל איז ממש ארויס פון וועג צו מחזק זיין די נייע קהלה קדושה אריינגיסנדיג שווערע מיליאנען דאלארן אויף א פארנעם וואס מ'האט נאך קיינמאל געזען. אצינד חזר'ט זיך דאס ווידעראמאל איבער ביתר שאת ויתר עז ווען רבבות אלפי ישראל תושבי בארא פארק גרייטן זיך צו מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש פונעם ראש ישיבה. די גרעסטע גבירים וויינען זיך צום ראש ישיבה זאל ארויפקומען צו זיי פאר א באזוך צי א פרישטאג אדער נאכטמאל. צווישן די משבקים און ביתו נאווה קודש איז געווארן א קאנקורענץ ווער עס קען געלונגען צו האבן א באזוך פון רבי שאול וועלכער וועט אויפגענומען דורך די גרעסטע גדולי ישראל און אדמורים מיט אפענע ארעמס. אין סאמע גערער תלמוד תורה אליין האט דער ראש ישיבה באקומען א פייערליכע אויפנאמע ווען יונג און אלט שטייען באימה וביראה צו באגריסן רבם ומאורם שמביאם לחיי עולם הבא.

איך בין נישט קיין גערער. איך פרוביר צו פארשטיין פארוואס רבי שאול פארכאפט נישט נאר גרויסע שיכטן פון גער נאר נעמט פשוט איין די וועלט און גבירים און חסידים ואנשי מעשה וואס האבן נישט קיין שייכות מיט גער, אדער אפילו ליטווישע אידן (מיין שכן איז א ליטווישע בן תורה א בן שבעים וחמש און ממש קאכט זיך אין די תורות פון רבי שאול) זענען ממש פארקאכט אין רבי שאול.

לבי אומר לי אז דאס איז צוליב וואס רבי שאול איז דער בעסטער קאנטער אילוסטראציע וואס איז ראנג מיט אונזער רביסטעווע היערארכיע. ער איז א מענטש וואס איז נישט אויפגענומען געווארן בלויז ווייל ער איז א בן בנו של קל וחמור, נאר צוליב יחוס עצמו.

ער איז א מענטש וואס ס'שרייט זיך ארויס פון זיך אליין, אז די גאנצע רביסטעווע היינט איז גארבעדזש, ווען רוב רביס זענען עמי הארצים שלא שמשו כל צרכם, און די גאנצע געים פון רבי'ס, שיריים, קוויטלעך, יא אריינלאזן נישט אריינלאזן, גרויסע בענקלעך, מלכות'דיגע חתונות, סדר הבאסעס, איז איין שטיק פוסטקייט און הבל ורעות רוח.

פןן רבי שאול שרייט זיך ארויס אז ערנסטקייט און אהבת התורה, דאס איז די ריכטיגע סחורה, אין א צייט וואס רבי'ס פירן אן אקטיווע קאמפיינען מ'זאל זיי פארגעטערן און פארהייליגן שרייט ער לא ולא. כ'בין נישט קיין רבי און לאזט מיך צורו. כ'בין א פשוטער מענטש, עברי אנוכי, את אלקים ירא, ואת מצותיו שמור און הערט אויף דרייען א קאפ אין נאמען פון חסידות.

כלל ישראל שטייט אין א זמן וואס ס'ווערט מקויים דער לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע ה', אזויפיל טויזנטער און אפשר אפילו מיליאנען אידן זענען פארגרוילט פון דער גאנצער מציאות וואס הייסט רביסטעווע, זיי לעכצן נאך אביסל קרבת אלוקים וואס איז נישט קעדילעקס און עסקעלעידס און עם הארצות, מחלוקת און השחתה, נאר א ואני טוב. זיי ווילן זען אן ערנסטער מנהיג וואס נעמט יהדות, כבוד היהדות, וכבוד ישראל ערנסט, א מענטש וואס איז נישט כבוד עצמי אני דורש, א מענטש וואס חכמתו בחוץ תרונה און נישט מ'דארף גלייבן אז מסתמא לערנט אליהו הנביא מיט'ן רבי'ן ביי חצות ווען קיינער זעט נישט.

אט דערפאר, איז בכלל נישט קיין וואונדער פארוואס רבי שאול ברענגט ממש אן ערדציטערניש אין דער גאנצער יהדות החרדית. גבירים ליידיגן אויס זייערע טייסטער. חסידים ואנשי מעשה זענען גרייט צו מקיים זיין דעם לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, ליידן בזיונות און טעראר און צרות ויסורים אלעס פאר א קורטב של אמת.

דער גאנצער כלל אידישער גאס שטייט באגייסטערט פון דעם מבריק של אמת וצדק וואס האט אויפגעשיינט און קוקט ארויס פאר הצלחת ושגשוג קהילת הקודש פני מנחם בראשות מרן הגאון שר התורה הראש ישיבה שליט"א, וואס האט די פאטענציאל צו פארוואנדלט ווערן אין א תורה'דיגע רעוואלוציע וואס וועט זיך איבערגיסן אין אלע קהלות קדושות בישראל.

yn.NY » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:25 pm

· #484577
WOW! אייזן ארויסגעברענגט די געפילן!

זייער פאזיטיוו 👍

curious » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 6:05 pm

· #484596
טעות

moneyminded » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:05 pm

· #484602
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז די גאנצע מעשה, גור רבי איז נישט געקומען קיין אמעריקע זייט ער איז רבי, ער האט פארלוירן דע גור'ע עולם אין אמעריקא, זייער סימפל.

ארי נוהם » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:18 pm

· #484619
שקר וכזב.
גערער רבי איז דא געווען א שיינע פאר מאל. איך געדענק אליינס אפאר מאל אין די לעצטע פופצן יאר.
נאר וואס דען? דער עולם דא האט נישט מורא פון טעראר אזוי שטארק ווי אין ארץ ישראל, און דא קען מען נישט ברעינוואשן מוחות ווי די תמימים אין ארץ ישראל.
ער האט נישט געדארפט "פארלירן" די אמעריקאנע עולם. ער האט זיי קיינמאל נישט געהאט.

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:33 pm

· #484623
גורע רבי איז דא געווען כמעט יעדע יאר פאר א שבת אין בארא פארק, נאר נישט געמאכט קיין מצב. ער פלעגט פירן אין מתיבתא אויף 16. לעצטע מאל ער איז דא געווען פאר קאראנא איז ער געווען אין די פאלאס זאל. ער איז דא געווען צום לעצט זומער תשפ"א, ביים חתונה פון זיין אייניקל.

מען ברעינוואשט דא אויך, נאר דא ארבעט עס נישט. די אידן אין אמעריקע זעען דעם אמת. מען דרייט זיך מער מיט פרעמדע און די מציאות קומט ארויס.

פארווע חסיד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 11:24 pm

· #484629
וואלט איך געהאט גאלדענע ראמען, וואלט איך די ארטיקל אין זיי אריינגעפאסט.... הערליך!

פתחון פה » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 1:48 am

· #484644
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
וויאזוי האט יענער געזאגט איינער וואס מאכט אוועק רבי זלמן' לייבן איז עס עבו"ז פארוואס ווייל ס'איז עבודתו בכך ודי למבין

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

תרמב » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 8:45 am

· #484653
הערליכע דיבורים! אמתדיגע נקודות!
די ארטיקל פארט שוין ארום אויף די גרופעס, גאנץ א גוטע איידיע אריינצורוקן עפעס א ווארט וועגן קאווע שטיבל ערגעץ אינמיטן אז מ’זאל כאטש וויסן פון ווי ס’קומט.

פארווע חסיד » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 1:04 pm

· #484677
ווער רעדט נאך ווען מען נעמט אין באטראכט די אנדערע זייט. האמיר א פערפעקטע סקריפטעד דראמא פילם.
גור ווערט באטראכט צו זיין די פאן-טרעגער און די שפיץ סימבאל פון רעבי'שע/פארטיי'שע שחיתות און קארופציע. וואס ביי אנדערע איז בדיעבד אונטערן טיש - איז ביי גור לפני ולפנים לכתחילה אריבער. ווער דארף מער ווי די לעצטע פאר וואכן פאר א ראיה... קיינער וואגט זיך נישט צו טון בגלוי ווי ער.
און ער האט אלע סימני דורס, רייך ווי קורח, פאליטישע פאוער אן קיין ברעג, דרייט מיט אגודת ישראל און די גאנצע איזראעלי פאליטיק כרצונו, ברצותו מקים ממשלות וברצותו מפילם, מענטשן כחול הים. דעריבער טוט ער וואס ער וויל, 'ניין' איז קיין ענטפער, הן מי יאמר לו מה תעשה...
איז שפילט זיך אויס די שטרייט צווישן זיי, ווי א פלוגתא צווישן די עליטע פאליטישע פאוער - לעומת דעם המון וואס לעכצט לשמוע את דבר ה' - מיט א משהו של אמת און ארגיענעלקייט.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 2:25 pm

· #484680
תרמב
הערליכע דיבורים! אמתדיגע נקודות!
די ארטיקל פארט שוין ארום אויף די גרופעס, גאנץ א גוטע איידיע אריינצורוקן עפעס א ווארט וועגן קאווע שטיבל ערגעץ אינמיטן אז מ’זאל כאטש וויסן פון ווי ס’קומט.

גראדע שטייט יא ערגעץ אינמיטען וועגן קאווע שטיבל [וועגן דעם געלט קאמפיין- דו"ק וטישטוך]

אונטער חכם » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 2:49 pm

· #484681
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
מסכים מיט רוב פונעם ארטיקל, אבער איין זאך איז נישט אמת, ר' שאול איז יא אויפגענומען געווארן וועגן זיין יחוס.
וואלט ער געבוירן געווארן ביי א פשוט'ע משפחה, וואלט ער געווען א גוטער מגי''ש און רעדנער ותו לא.

תרמב » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 2:55 pm

· #484684
שמחהלע קאפשטיק
תרמב
הערליכע דיבורים! אמתדיגע נקודות!
די ארטיקל פארט שוין ארום אויף די גרופעס, גאנץ א גוטע איידיע אריינצורוקן עפעס א ווארט וועגן קאווע שטיבל ערגעץ אינמיטן אז מ’זאל כאטש וויסן פון ווי ס’קומט.

גראדע שטייט יא ערגעץ אינמיטען וועגן קאווע שטיבל [וועגן דעם געלט קאמפיין- דו"ק וטישטוך]

דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען אז סאיז געווען א גוטע איידיע אריינצורוקן די ווארט ק"ש

מיסטעריע » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:17 pm

· #484714
ק/פ

שמועות דערציילן אז בית יעקב ד'גור סקול ריפט יעצט ביינאכט אן אין אינפארמירט אלע עלטערן וואס האבן זיך משתתף געווען ביי הגר"ש מגור אז זייער קינדער קענען נישט קימען מער אין סקול.

איז דאס אמת אדער סתם שמועות פורחות באוויר?

איינער מחסידי הראש ישיבה שליט"א קען דאס באשטעטיקן?

לך לך » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:24 pm

· #484715
אויב איז עס אמת זענען די בני יעקב אזוי נאריש... אז כקען דיר נישט זאגן

מארגן נאכמיטאג איז דא א נייע סקול! כמיין

מיסטעריע » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:35 pm

· #484718
לך לך
אויב איז עס אמת זענען די בני יעקב אזוי נאריש... אז כקען דיר נישט זאגן

מארגן נאכמיטאג איז דא א נייע סקול! כמיין


כ'האב יעצט טאקע גערעדט מיט צוויי ערליי גערער'ס, איינער א אפענע חסיד, וואס האלט אלעס מיט און האט נישט מורא פאר גארנישט, ער האט מיר באשטעטיגט אז ער האט באקומען א טעלפון קאול, און דער צווייטער איז פון די אנוסים, ער האט זיך ביזדערווייל נאכנישט באוויזן ביי קיין שום צערעמאניע, ער זאגט מיר ער רעדט באהאלטערנערהייט מיט רבי שאול יעדע פאר וואכן, ער רירט זיך נישט אהן איהם, גראדע זאגט ער אז רבי שאול פארשטייט איהם... עניוועי ער זאגט מיר פארוואס פארשטייסטו נישט די גערער סקול פארוואלטונג, טאמער ס'גייט אזוי ווי ס'איז יעצט, און ער לייגט נאך צו א תנאי, אז רבי שאול דארף דא בלייבן לכל הפחות פאר נאך צוויי וואכן, לויט זיין שאצונג וועט 90 פראצענט עולם אריבער גיין פון רבין צו רבי שאול

היכי דמי » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:23 pm

· #484721
עס איז אמת. די שאלה איז ווי סאך.

איינער זאגט 10 מיידלעך זענען געפלויגן און א צווייטער זאגט 20

פערינא » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:29 pm

· #484722
א שטיקל מהלך, הלנו און לצרינו. נדלן דארף נישט קיין האלבע מענטשען, נאר פאנאטישע קולטיסטן

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:54 pm

· #484724
וואס מיינט נדלן?

קויפער » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:57 pm

· #484726
פערינא
א שטיקל מהלך, הלנו און לצרינו. נדלן דארף נישט קיין האלבע מענטשען, נאר פאנאטישע קולטיסטן


אויב איז אמת אז מען האט טאקע געווארפען קינדער, ווייזט דאס אז בנפשם הדבר ממש!

זיי זענען געווארן געווארענט דורך אדוואקאטען אז מען וועט נישט פארשווייגען אזעלכע טעראר אקציעס און מען וועט נעמען לעגאלע שריט אקעגן דעם. עס מוז זיין, אז זייער שרעק פון ר׳ שאול׳ס הצלחה איז גרעסער ווי זייער שרעק פונעם געזעץ.

א פעסטע ריזיקע, ביי בערלינער האבן זיי מיאוס פארלוירן.
📎 11.1.2021 Cease and Desist Letter to Bais Yaakov-1.pdf

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 12:05 am

· #484727
שמעקעדיג
וואס מיינט נדלן?


נדל"ן איז ר"ת נכסי דלא ניידי, ריעל עסטעיט בלע"ז.

די טעראריסטישע גור איז גור נדל"ן, די דרכי נועם גור איז גור תורה.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 5:49 am

· #484732
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
אונטער חכם
מסכים מיט רוב פונעם ארטיקל, אבער איין זאך איז נישט אמת, ר' שאול איז יא אויפגענומען געווארן וועגן זיין יחוס.
וואלט ער געבוירן געווארן ביי א פשוט'ע משפחה, וואלט ער געווען א גוטער מגי''ש און רעדנער ותו לא.


אמת, אבער נישט ממש.
דאס אז ער איז נישט גלייך געווארן רבי נעמט שוין אוועק די עיקר, אז עס איז אריבער העכער פינף און צוואנציג יאר, און ער איז דא מיט א שטארקייטַ(אפי' עס איז אזוי שווער אריבער צו גיין צו עם), דאס איז יחוס עצמו. דאס וואלט נישט געארבייט ביי איינער וואס איז ליידיג און האט בלויז דעם טאטן.

נפה » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:25 am

· #484737
מיסטעריע
לך לך
אויב איז עס אמת זענען די בני יעקב אזוי נאריש... אז כקען דיר נישט זאגן

מארגן נאכמיטאג איז דא א נייע סקול! כמיין


כ'האב יעצט טאקע גערעדט מיט צוויי ערליי גערער'ס, איינער א אפענע חסיד, וואס האלט אלעס מיט און האט נישט מורא פאר גארנישט, ער האט מיר באשטעטיגט אז ער האט באקומען א טעלפון קאול, און דער צווייטער איז פון די אנוסים, ער האט זיך ביזדערווייל נאכנישט באוויזן ביי קיין שום צערעמאניע, ער זאגט מיר ער רעדט באהאלטערנערהייט מיט רבי שאול יעדע פאר וואכן, ער רירט זיך נישט אהן איהם, גראדע זאגט ער אז רבי שאול פארשטייט איהם... עניוועי ער זאגט מיר פארוואס פארשטייסטו נישט די גערער סקול פארוואלטונג, טאמער ס'גייט אזוי ווי ס'איז יעצט, און ער לייגט נאך צו א תנאי, אז רבי שאול דארף דא בלייבן לכל הפחות פאר נאך צוויי וואכן, לויט זיין שאצונג וועט 90 פראצענט עולם אריבער גיין פון רבין צו רבי שאול

על פי רוב עצה׳עט ר׳ שאול אז אויב מען וועט פארלירען א דזשאב אדער מוסדות און עס איז נאך נישט דא קיין אנדערע אין יענע מקום וכדומה זאל מען נישט קומען צו אים אזוי אויכעט אויב מען האט מורא אז מען גייט פארלירען די ווייב און קינדער הייסט ער ארבעטען מיט חכמה ביז זיי גייען עס אנפאנגען פארשטיין
אזוי האב איך געהערט איך בין נישט קיין גורער און איך האב נישט קיין גורע קרובים סא עס קען זיין אז עס איז נישט מדיוק

מצפצף » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:50 am

· #484741
שמעקעדיג
וואס מיינט נדלן?

I guess דו האסט נישט געליינט די ארטיקל אין דער וועקער...

אונטער חכם » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 10:49 am

· #484749
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
פאליטיקאנט
אונטער חכם
מסכים מיט רוב פונעם ארטיקל, אבער איין זאך איז נישט אמת, ר' שאול איז יא אויפגענומען געווארן וועגן זיין יחוס.
וואלט ער געבוירן געווארן ביי א פשוט'ע משפחה, וואלט ער געווען א גוטער מגי''ש און רעדנער ותו לא.


אמת, אבער נישט ממש.
דאס אז ער איז נישט גלייך געווארן רבי נעמט שוין אוועק די עיקר, אז עס איז אריבער העכער פינף און צוואנציג יאר, און ער איז דא מיט א שטארקייטַ(אפי' עס איז אזוי שווער אריבער צו גיין צו עם), דאס איז יחוס עצמו. דאס וואלט נישט געארבייט ביי איינער וואס איז ליידיג און האט בלויז דעם טאטן.


ביי איינעם וואס איז ליידיג וואלט עס טאקע נישט געארבעט, אבער מען מוז אויך נישט זיין ווייס איך וואס דערפאר, גענוג אז ער פארקויפט עפעס כאטש, בעת דער אנדערער פארקויפט נישט גארנישט.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 7:26 pm

· #484782
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

yn.NY » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 8:39 pm

· #484786
כ'הער זאגן אז ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א איז אויך אריבער צו ר' שאול.

קען איינער באשטעטיגן?

סמבטיון » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:25 pm

· #484789
אויב דאס איז אמת איז עס א קלאפ פאר גער וואס גייט וויי טוהן ביזן זיבעטן ריפ, איך גלייב נישט אז אברהם מרדכי וועט טוהן אזא זאך, ער איז צו א פיינער מענטש.

יין שרף » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:53 pm

· #484794
yn.NY
כ'הער זאגן אז ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א איז אויך אריבער צו ר' שאול.

קען איינער באשטעטיגן?

He's not on the list that's circling around

yn.NY » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 9:57 pm

· #484795
יין שרף
yn.NY
כ'הער זאגן אז ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א איז אויך אריבער צו ר' שאול.

קען איינער באשטעטיגן?

He's not on the list that's circling around

אדרבה, ברענג אהער די ליסטע.

בתודה מראש

לך לך » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 10:47 pm

· #484796
מהאט נישט געזעהן א"מ ווען די אדמו"ר איז געווען דא פארגאנגענע זוממער
זאגט עס עפעס ? כווייס נישט

ארי נוהם » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 2:30 am

· #484814
yn.NY
כ'הער זאגן אז ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א איז אויך אריבער צו ר' שאול.

קען איינער באשטעטיגן?

הרב מלאך האט שוין פאר יארן געלאזט פאלן שארפע אויסדרוקן קעגן דעם גערער רבי.
ער האלט פון ר' שאול שוין פאר לאנגע יארן, פיל בעפאר די מחלוקה צוויי יאר צוריק.
כ'האב נישט געהערט קיין אפדעיט וואס ער זאגט יעצט ספעציפיש.

חיימ שמעונ » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 3:10 am

· #484815
.

חיימ שמעונ » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 3:12 am

· #484816
תוהו ובוהו

לינק?

אויסגעהאלטן » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 3:26 am

· #484817
אפיציעל לערנען זיינע קינדער נישט אין גור בכלל - אויך נישט יגדיל תורה ניין?

תפארת » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 8:06 am

· #484820
סמבטיון
אויב דאס איז אמת איז עס א קלאפ פאר גער וואס גייט וויי טוהן ביזן זיבעטן ריפ, איך גלייב נישט אז אברהם מרדכי וועט טוהן אזא זאך, ער איז צו א פיינער מענטש.


צו ר' שאול גייען נאר אריבער נישט קיין פיינע מענטשן?
[איך האב געמיינט נאר אויפגעקלערטע, פארווייטאגטע, אומצופרידענע מענטשן גייען אריבער אבער די אלע זענען נישט קיין פיינע מענטשן?... אוי כ'האב פארגעסן אז איך שרייב אויף אייוועלט...]

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 10:52 am

· #484834
אנדערע מענטשן האבן גענומען די סקרינשאטס.

roiter » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 10:53 am

· #484835
depends how the person saves him on the phone, in this instance i would say two other ppls screenshot

תוהו ובוהו » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 3:01 pm

· #484848
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
חיימ שמעונ
תוהו ובוהו

לינק?

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/f/lets-show-them-terror-doesnt-work">https://www.gofundme.com/f/lets-show-th ... oesnt-work</a>

היכי דמי » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 4:30 pm

· #484863
yn.NY
כ'הער זאגן אז ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א איז אויך אריבער צו ר' שאול.

קען איינער באשטעטיגן?


אברהם מרדכי איז שוין א לאנגע צייט אוועק פון גור.
איך ווייס אבער נישט צו ער אריבער צו רבי שאול.

חזן האלפגערט זע איך איז אויך אריבער צו רבי שאול.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 6, 2021 9:39 pm

· #484878
תוהו ובוהו
חיימ שמעונ
תוהו ובוהו

לינק?

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/f/lets-show-them-terror-doesnt-work">https://www.gofundme.com/f/lets-show-th ... oesnt-work</a>

Today I got the first cancellation of my airline ticket for thinking of going to Reb Shaul. Bring it on/ You're not scaring me/ 'See ya' in Small Claims Court. Judge Judy...!

קהל'ס נער » מוצ"ש נאוועמבער 6, 2021 9:41 pm

· #484879
בערל: כ'זאל דיר עפענען א גאפאנדמי בלאט?

ייעעקקבב » מוצ"ש נאוועמבער 6, 2021 10:14 pm

· #484882
איינער קען ברענגען די קליפ ווי הרב שאול אלטר'ס חסידים ווארפען ארויס הרב יעקב אלטר'ס חסידים פין די בהמ''ד אין בארא פארק אויף דרייוו?

ליב צו וויסן » מוצ"ש נאוועמבער 6, 2021 10:39 pm

· #484888
די וואך איז קלאר געווארן צום ווילפטן מאל אז טעראר איז בכלל נישט קיין זיכערע Winner.

די טעראר פון גור האט גאר אויפגעבויעט ר' שאול מיט א מעכטיגע באזע פון טויזנטער חסידים/פען'ס.

און כאטש אויף דערווייל זענען רוב "גורער" חסידים נאך דערשראקן פון די טעראר (זיי קענען דאך דערלייגן מוסדות/משפחה), איז קלאר אז ס'איז א פראגע פון צייט.

די הנהגה פון גור האט זיך אליין געשאסן אין פיס!

מפיל קינד » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 10:10 pm

· #485066
מער פון דעם. גור האט געלייגט די טעראר צו מאכן א "בירור" אפצוטיילן די חסידים פון די מתנגדים. אויב עפעס האט די טעראר אויפגעטון פארקערט, אין ערגעץ אויף דער וועלט איז נישטא נאך אזא פלאץ וואס איז אויסגעמישט חסידים מיט אנוסים...

בערך 20 פראצענט פון גור בארא פארק איז אריבער צו הגר"ש. 50 פראצענט לאמיר זאגן זענען חסידים פון רבי'ן, און די איבריגע 30 פראצענט זענען חסידים פון ר' שאול, אבער געבליבן אינעם סיסטעם... דאס גייט אזוי אנגיין פאר נאך 10 יאר. זיי זענען מיאוס צופראסקעט.

אגב, פילע משפחות זענען געפלויגן פון די סקול. היינט זענען געפלויגן נאך אפאר. עטליכע מוסדות נעמען אן די קינדער, צווישן זיי בית שרה, בנות חיה, און באבוב 45 - וואס האט עס אמאל אליין געשפירט אויף די אייגענע הויט ווען בית שרה איז זיי דעמאלטטס געקומען צו הילף פאר די משפחות הנזרקות. יזכרם ה' לטובה.

אויך האט מען היינט געווארפן אשת הגאון ר' אברהם שארר שליט"א, א טיטשער אין גורע מיידל סקול.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 10:34 pm

· #485073
ארויסווארפן פון מוסדות איז פון די מערסט אנגענומענע מיטלען אין יעדע איינציגע מחלוקת.

א מוסד וואס ווערט אויפגעהאלטן דורך א חסידות האט אלע רעכטן ארויסצוווארפען איינגעשטעלטע אדער תלמידים.ות פאר פאליטישע סיבות.

דאס איז מיין אפיניען.

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 1:02 am

· #485096
אינגערמאנטשיקל
ארויסווארפן פון מוסדות איז פון די מערסט אנגענומענע מיטלען אין יעדע איינציגע מחלוקת.

א מוסד וואס ווערט אויפגעהאלטן דורך א חסידות האט אלע רעכטן ארויסצוווארפען איינגעשטעלטע אדער תלמידים.ות פאר פאליטישע סיבות.

דאס איז מיין אפיניען.


נניח אז די ביסט גערעכט, זאלן זיי נישט קומען וויינען אז די מוסדות דארפן געלד, די שפילסט פאליטיק מיט דיין מוסדות, קום נישט צי מיר נאך געלט.

פרימארגען » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 12:52 pm

· #485127
אינגערמאנטשיקל
ארויסווארפן פון מוסדות איז פון די מערסט אנגענומענע מיטלען אין יעדע איינציגע מחלוקת.

א מוסד וואס ווערט אויפגעהאלטן דורך א חסידות האט אלע רעכטן ארויסצוווארפען איינגעשטעלטע אדער תלמידים.ות פאר פאליטישע סיבות.

דאס איז מיין אפיניען.

א׳ זיי האלטן נישט אויף די מוסד אליינס זיי נעמען געלט פון די מדינה
ב׳ זיי מוחל און צאל טעקס פארוואס זאל אזא מוסד זיין פטור פון טעקס און נאך טיילען טעקס דידאקשענס?
ג׳ ביסטו מסכים אז א קריסטליכע שפיטאל זאל דיך פארשיקען ווייל ביסט יידיש?

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 12:58 pm

· #485129
אינגערמאנטשיקל
ארויסווארפן פון מוסדות איז פון די מערסט אנגענומענע מיטלען אין יעדע איינציגע מחלוקת.

א מוסד וואס ווערט אויפגעהאלטן דורך א חסידות האט אלע רעכטן ארויסצוווארפען איינגעשטעלטע אדער תלמידים.ות פאר פאליטישע סיבות.

דאס איז מיין אפיניען.

סאטמאר און באבוב האבן געווארפן משפחות בלויז פארן גיין צום צד שכנגד??

ווארפן פון מוסדות איז געווען א מיטל פאר מחוצפים וואס האבן קאמאנדעוועט בפרהסיא, מענטשן וואס האבן אנגעהיצט דעם פייער. פאר'ן בלויז גיין צו א טיש אדער אריינגיין מיט א קוויטל האט מען אין ערגעץ נישט געווארפן.

ארכיטקט » דאנערשטאג מאי 9, 2024 11:00 pm

· #561554
Re: קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר
בלאט: 1 2