☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » גוי'שע תאוות

גוי'שע תאוות

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14876
בלאט: 1 2

דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:12 pm

· #483178
גוי'שע תאוות
לאור די ניגון פון ''אידישע תאוות'' פון מאטי אילאוויטש'ס לעצטע סידי, דארף מען אויך קלאר מאכן אויך די פארקערטע, דהיינו תאוות וואס א איד וועט קיינמאל נישט טון אדער פארשטיין, פארשטייט זיך נאר פאר קולטור'ישע סיבות. (דהיינו נישט סתם עבירות.)

דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:15 pm

· #483179
1) אויפשטיין אינדערפרי צו כאפן א גוטן זשאג, נאכפאלגענדיג מיט א שעי''וו און א שויער.

2) טרעוולען אויף א פליגער מיט א האלב ליידיגע קע''רי אןן, א רענצל מאן דכר שמי'.

3) גיין מיט א שירעם זיך צו באשיצן פונם זון.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:19 pm

· #483180
גיין צו א מאַגאַ ראלי.

סעגאל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:42 pm

· #483182
איך ווייס נישט די ניו יארקע מאגא ראליס זענען געווען פיל מיט אידן.

אדער אפשר האבן זיי גוישע תאוות.

בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:57 pm

· #483244
גיין מיט א מאסקע און א ליידיגע פלאץ

בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:58 pm

· #483245
זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:35 pm

· #483276
בן נון
זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

דאס איז ליידער ליידער געווארען אידישע תעווה

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:30 pm

· #483281
ריפן יעדע צווייטע מענטש ביים טיטל Boss.

איך געדעינק גלייך נאך איך בין ארויס פון כולל, בין איך געגאנגען ארבייטען אין א גוי'אישע געיגענט, ווען די ערשטע מענטש האט מיך געריפען מיטן טיטל החשוב הלא הוא Boss, האב איך געמיינט אז ער מיינט אז ער ארבעט פאר מיך...איך האב עים געטרייעט צי מסביר זיין אז ער מאכט א טעות.......ביז אונז זענען ביידע געוועין צימישט ווי א חרוסה ביים סדר 😂

בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:08 pm

· #483290
פאלאצ'ינטא
בן נון
זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

דאס איז ליידער ליידער געווארען אידישע תעווה



אזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך
אזוי פלעגן מיינע מלמדים זאגן

צקון לחש » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:12 pm

· #483303
האבן מנוחה אום שבת

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:20 pm

· #483304
מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).

זיך פארלאזן אז גוגל מעפס וועט פירן אויפ׳ן ריכטיגן וועג.

גיין מיט מינימאלע קליידונג ווען ס׳איז הייס.

ליינען היימישע נייעס אין די אלגעמיינע נייעס קוועלער מכלי שישי און זיך פילן כאילו מ׳ליינט דא ערשהאנטיגע אינפארמאציע פון עפעס א מיסטעריעזן קולט.

טראגן בלויז פריש געוואשענע קליידער וואס דארפן נישט קיין דריי קליענינג.

האבן א הינטל.

אנטוהן וועלכע הוט ס׳שמעקט אנדעם וואס איינער זאל זיך וואונדערן צו מ׳שעמט זיך מיט׳ן הוט מיט וואס מ׳איז געגאנגען ביז היינט.

גיין מיט א הוילן קאפ אין די פרעסטן.

קענען פארן וואו אימער ס׳שמעקט אן זיך דארפן זארגן איבער עסן.

(פאר מוסולמענער) עסן א באנאנע (א רייפע באנאנע קען האבן ביז א האלבע פראצענט אלקאהאל, זאג נישט אויס פאר׳ן אימאם ווייל ער קען עס נאך אסר׳ן!)

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:59 pm

· #483311
רביה"ק זי"ע: א העלפט פון די גוי'אישע תאוות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט פארגין איך זיי...! איך זאג נישט. אנטון א בעיסבאל קעפ ווען מ'גייט אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב אן זיין סעלף קאנשיעס איז א גוטע זאך...!

דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:35 am

· #483323
וואקן אויפן גאס אידערויסן פון א היימישע געגנט און נישט פילן אז איינער קוקט דיך אן. ( און איב ס'שמעקט מיך אן קען מען זיך צוזינגען א ניגון הויעך..)

הייקן מיט א טענט אן זיך זארגן פאר עסן, אדער קליידונג און ווי צו איינשטיין.

ארומפארן אין ארבישע מדינות.

שמעון וואלף » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:50 am

· #483324
דער עולם פארקריכט דא. מ'רעדט פון תאוות וואס א גוי האט און נישט א איד. סתם גוטע זאכן וואס די גוי האט, געהערט נישט דא נאר טאמער איז עס עפעס וואס א איד גליסט נישט.

נחמד » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:32 am

· #483326
עסן מאנישעוויץ מצה

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:42 am

· #483329
האסט אויסגעלאזט גיין קאטענע ציצית און פיר סלייסד קאפל.

טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 5:14 am

· #483333
נישט דארפן ארומזוכן א טעפל ווען מ'וואשט זיך פון טוילעט ווען מ'קומט אין א נישט היימישע פלאץ נאר קענען פלעין אריינטריפן אביסל זייף אין די כפיים, זיך משפשף זיין און אפשווענקען.

נישט דארפן זיך מאכן און דרייען די פאות יעדן צופרי

נישט ברויכן זיך זארגן יעדעס מאל מ'זעט זיך הכנות אויב די טלית קטן'ס שטרענגלעך האבן זיך נישט איינגעטונקען אין די צואה

נישט האבן דעם טלית קטן ארויפקומען פון פארנט און דיך דערשטיקן אין א הייסע זומער טאג. לא זו אף זו אפילו אן אונטערהעמד ברויך מען נישט טראגן.

קענען צומאכן עני ביכל פון וועלכע זייט מ'וויל, רעכטס אדער לינקס און אויך קענען עס אראפלייגן אויף וועלכען זייט דעקל מען וויל.

קלונימוס » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 5:40 am

· #483334
טאמבל סאס

נישט דארפן זיך מאכן און דרייען די פאות יעדן צופרי

📎 IMG_20211015_053646_424.jpg

נאך א מיינונג » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:38 am

· #483338
גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו בארעדן אנדערע מענטשן, רעדן לשוה"ר אויף זיי און זיך נישטערן אין זיין ביזנעס. א איד ווייסט אז לשוה"ר איז אזוי הארב, אז ער קוקט ניטאמאל אין יענעמס טאפ.

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.

צקון לחש » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:40 am

· #483339
טאמבל סאס
.

א היימישע גאר פרומע מו"ץ האט מיר אמאל געזאגט אז מ'דארף נישט קיין טעפל נאך בית הכסא!...

וכך אני נוהג במקום עבודתי, פארשטייט זיך אבער אז נישט אינדערהיים אין פארנט פון די קינדער (= כולל האשה שנשאתי לשם שמים 🙂 )...

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:25 pm

· #483361
צקון לחש: זאג פאר דעם מו"ץ אז איך וואלט נישט געוואלט עסן פון זיין שיריים. איינס ווייל ס'רוהט א טומאה דערויף. צווייטנס. ס'איז פול מיט דזשערמס...!

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:06 pm

· #483369
berlbalaguleh
צקון לחש: זאג פאר דעם מו"ץ אז איך וואלט נישט געוואלט עסן פון זיין שיריים. איינס ווייל ס'רוהט א טומאה דערויף. צווייטנס. ס'איז פול מיט דזשערמס...!

ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.

בן נון » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:09 pm

· #483370
די תאווה פון זיך רעקארדירן בשעתן כאפן א שויער איז עפעס וואס מען דארף א גוישע קאפ צו פארשטיין

מאטי » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:38 pm

· #483386
אנהאלטן א טיר פאר א צווייטן

תוהו ובוהו » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:58 pm

· #483387
Re: גוי'שע תאוות
קהל'ס נער

ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.


דאכצעך ביי קטנים אם לא שיפשף, דארף מען זיך בכלל נישט וואשן.

דערהויבענע איד » מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:00 pm

· #483390
רביה''ק זי''ע
מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).


זעט אויס איך בין טאקע א דערהויבענע איד, כאניש קיין בלאסע אנונג וואס עס מיינט די 2 זאכן...ווילסט אביסל מסביר'ן?

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:44 pm

· #483394
תוהו ובוהו
קהל'ס נער

ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.


דאכצעך ביי קטנים אם לא שיפשף, דארף מען זיך בכלל נישט וואשן.

וכן הוא בשו"ע סימן ז'.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:03 am

· #483397
שמעקעדיג: אמת. אזוי איז די הלכה. נאכמער. מ'דארף זיך נאר אפגיסן די הענט נאך גיין קטנים (אם לא שיפשף) ווייל מ'איז אריינגעגאנגען אין ביהכ"ס קבוע. אבער ער ברענגט בשם דעם מו"ץ א דזשענעראל סטעיטמענט פון וואס ס'איז משמע אז מ'דארף קיינמאל נישט אפגיסן די הענט מיט א טעפל נאכ'ן גיין אין בית הכסא...!

שמעון וואלף » זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:13 am

· #483403
berlbalaguleh
שמעקעדיג: אמת. אזוי איז די הלכה. נאכמער. מ'דארף זיך נאר אפגיסן די הענט נאך גיין קטנים (אם לא שיפשף) ווייל מ'איז אריינגעגאנגען אין ביהכ"ס קבוע. אבער ער ברענגט בשם דעם מו"ץ א דזשענעראל סטעיטמענט פון וואס ס'איז משמע אז מ'דארף קיינמאל נישט אפגיסן די הענט מיט א טעפל נאכ'ן גיין אין בית הכסא...!

איך געדענק עפעס אז ס'דא צוויי סיבות פאר זיך וואשן 1) משום נקיות און 2) צו אראפנעמען די רוח רעה, וואס איז נאר נוגע ווען מ'גייט אין א ביה"כ קבוע. משום נקיות איז גענוג אפילו אן א טעפל און מ'מעג שוין זאגן א דבר שבקדושה אבער צו אוועקנעמען די רוח רעה דארף מען גיסן מיט א טעפל דריי מאל בסירוגין.

צקון לחש » זונטאג אקטאבער 17, 2021 5:30 am

· #483406
שמעון וואלף
אבער צו אוועקנעמען די רוח רעה דארף מען גיסן מיט א טעפל דריי מאל בסירוגין.

דריי מאל בסירוגין - אין הכי נמי, אבער צו דארף דאס זיין מיט א כלי? אני קיבלתי שלא, וכנ"ל.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 17, 2021 12:29 pm

· #483414
צקון לחש: אז לא קיבלת נכון...!

פאלאצ'ינטא » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:14 am

· #483538
נאך א מיינונג
גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו בארעדן אנדערע מענטשן, רעדן לשוה"ר אויף זיי און זיך נישטערן אין זיין ביזנעס. א איד ווייסט אז לשוה"ר איז אזוי הארב, אז ער קוקט ניטאמאל אין יענעמס טאפ.

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.


א. נאר מצות און ארבע מינם? וואס איז מיט 3,500.00 דולר רענט פאר א קליינט דירה'לה? אדער די אסטראנאמישע פיגורען וואס מען רעכענט פאר שכר לימוד?

ב. א איד רעדט נישט לשון הרע נאר אויב עס איז נישט זיין רבי עס איז דעם רבי'ןס ברודער אדער "מיין" שוואגער אויף איהם מעג מען ווייל ער איז א שיגץ עס איז א מצוה

ג. א איד עסט נישט? ווער האט די בעסטע רעסטראנטען? און במדה ובמשורה? קוק נאר וואס מען גיבט ביי שמחות?

תרמב » זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:41 pm

· #483809
פאלאצינטא דיין סארקאזם דעטעקטאר איז צובראכן, שוין צייט צו טוישן די באטעריס.....

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:05 pm

· #483811
תרמב: דו טענה'סט אז ס'פייפט צו שטארק...!

סאנטיאגא » מאנטאג יולי 25, 2022 7:57 pm

· #505001
פארופן א ריזן עקספא וואס די ציל איז פאר ביזנעסלייט צו נעטווארקן און אנקניפן קשרים, און קיין שטיקל פלייש אדער גלענליוויט זאל זיך נישט געפינען אויפן גאנצן שטח

סאנטיאגא » מאנטאג יולי 25, 2022 8:06 pm

· #505005
רביה''ק זי''ע
מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).

זיך פארלאזן אז גוגל מעפס וועט פירן אויפ׳ן ריכטיגן וועג.

גיין מיט מינימאלע קליידונג ווען ס׳איז הייס.

ליינען היימישע נייעס אין די אלגעמיינע נייעס קוועלער מכלי שישי און זיך פילן כאילו מ׳ליינט דא ערשהאנטיגע אינפארמאציע פון עפעס א מיסטעריעזן קולט.

טראגן בלויז פריש געוואשענע קליידער וואס דארפן נישט קיין דריי קליענינג.

האבן א הינטל.

אנטוהן וועלכע הוט ס׳שמעקט אנדעם וואס איינער זאל זיך וואונדערן צו מ׳שעמט זיך מיט׳ן הוט מיט וואס מ׳איז געגאנגען ביז היינט.

גיין מיט א הוילן קאפ אין די פרעסטן.

קענען פארן וואו אימער ס׳שמעקט אן זיך דארפן זארגן איבער עסן.

(פאר מוסולמענער) עסן א באנאנע (א רייפע באנאנע קען האבן ביז א האלבע פראצענט אלקאהאל, זאג נישט אויס פאר׳ן אימאם ווייל ער קען עס נאך אסר׳ן!)
זיך צאמנעמען אין א גרופע אינמיטן א פארק זיך אנטאן עירפאונען, און טאנצן אויף די זעלבע ריטם און מאוו'ס (silent disco rave) בעת וואס יעדער ארום באטראכט זיי ווי וואנזיניגע

זיך קענען ארויסלאזן אויף אן אויספלוג, אטראקציע, אדער סיי ווי אן מיטשלעפנדיג גראסערי און ספרים סטאר שאפינג בעגס מיט זיך ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט

מאכן פריינט און פריינדינעס אין באר'ס דורך האבן אינטערסאנטע אינטעלעקטואלע שמועסן אדער קליקן אויף עפעס א טעלעוויזע פראגראם אדער אן איקאנישע ראק בענד

הערן נייעס און זאמלען ידיעות פון פאדקעסטן אנשטאט דארפן דיילן עפעס א טעלעפאן נומער, אדער גיין קויפן א פיזישע צייטונג

זיצן צוגעשמידט צו א סקרין שעות אויף און שפילן מאדנע ווידיאו געימס

צאלן געלט צו קומען הערן א בדחן רעדן אלע מינע נידריגע ניבול פה און טרייבן לצנות אויף אייער חשבון

אפזיצן שעות אין לייבעריס אדער דורכקוקן די פאליצעס פון barnes and noble

מעדיטעישן האב איך אויך געטראכט

סאנטיאגא » מאנטאג יולי 25, 2022 8:40 pm

· #505010
זיצן ביי א פיקטיווע שפיל און נישט קיין איין מאל זאל עס ווערן איבערגעהאקט פון עפעס א בגן פראדוקט עדווערטייזמענט, א פליק פון איין שפילער צום צווייטן אין ריל לייף, אדער א וויץ וואס האט שייכות מיט עפעס וואס האט זיך לעצטנס געדרייט אויף וואטסעפפ. באארררינגגג

סאנטיאגא » מאנטאג יולי 25, 2022 8:44 pm

· #505011
הארגענען קינדער פארן געבוירן...

סאנטיאגא » מאנטאג יולי 25, 2022 8:59 pm

· #505014
נאך א מיינונג
גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.
לאל איך קען קוים ענדיגן די זופ די טעג ווייל כ'עס נישט אזויפיל אויפאמאל א גאנצע וואך ווי שבת... נאכדערצו ווען מ'גיט זיך אזא לאדן אן מיט קידוש וויין פאר שלחן עורך, אזוי אז דאס טאנק איז שוין יעצט האלב פול

ווייסט וואס דערמאנסט מיר? וועלוול כאצאצקער זאגט וואס טראכט א גוי אגאנצן טאג? נשים מיט געלט, און געלט מיט נשים. א איד איז העכער ווי דעם: שידוכים און פרנסה. א העכערקייט!

מרדכי מרדכי » מאנטאג יולי 25, 2022 10:09 pm

· #505021
עטליכע גוי'שע תאוות וואס האבן זיך ליידער אריינגעכאפט ביי אידן
גוי'שע קאפלעך
גוי'שע תפילין בייטלעך
גוי'שע רעקלעך/בעקיטשעס
אד"ג

תרמב » מאנטאג יולי 25, 2022 10:55 pm

· #505025
און שייגעץ בייקס....

קידוש » מאנטאג יולי 25, 2022 11:07 pm

· #505026
קויפען יעדען טאג לאנטש פאר $6.99
גיין שלאפען 7:30 פאר די נאכט
דעטען עטליכע מיידלעך אויף איין מאל

וואלווי » דינסטאג יולי 26, 2022 3:37 am

· #505049
קידוש
קויפען יעדען טאג לאנטש פאר $6.99
גיין שלאפען 7:30 פאר די נאכט
דעטען עטליכע מיידלעך אויף איין מאל
די דריטע איז א יודישע תאוה גאר אויך...

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יולי 26, 2022 12:36 pm

· #505061
Re: גוי'שע תאוות
קייען גאָם

קויפן עסן ווי אימער און וואס אומער

רעדן לשון הרע

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יולי 26, 2022 1:43 pm

· #505066
Re: גוי'שע תאוות
מיטהאלטן א TV show די גאנצע משפחה אינאיינעם

סאנטיאגא » דינסטאג יולי 26, 2022 5:44 pm

· #505080
אפאר האבן דערמאנט די תאווה פון נישט ארויסשטיין, אמאל פלעג איך אויך טראכטן אז דאס איז אויסדריקליך אן ארטאדאקסישע פענאמענאן, אבער בעצם איז דאס א מין ענקזייעטי וואס פילע גייען אריבער.
די פסיכילאגן רופן עס The Spotlight Effect
https://www.verywellmind.com/what-is-the-spotlight-effect-3024470

תרמב » דינסטאג יולי 26, 2022 6:38 pm

· #505084
ס'איז אויך דא א פארקערטע תאווה ארויסצושטארצן, איך געדענק ווי איך האב זיך געשפירט ווי א מיליאן דאלער אלס בחור ווען איך האב אריינשפאצירט מיט א אנדערע סארט הוט אין א בית המדרש ווי יעדער גייט די זעלבע הוט שבת, איך ווייס נישט צו ס'איז דווקא א אידישע תאווה אדער סאיז יוניווערסעל..

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 9:25 pm

· #505094
אביסל פרויערישע תאוות:

קענען אפציעל האבן איין גרויסע בעט, און נישט ווען געסט קומען דארפן שנעל אפרוקן.

קענען ארויסווייזן ליבע ווען מען וויל, און נישט דארפן ווארטן ביז היימישע אויגעלעך זעהן נישט.

נישט דארפן מאכן שבעה נקים. (ענק זאלן נישט מיינען אז עס איז אזוי גרינג)

קענען שיקן די קינדער און וועלכע קורסעס זיי ווילן, ווי למשל בעלעט. ג'ימנעסטיקס.

נישט דארפן האבן גילטי פילינגס ווען מען זעהט די שעהר מאשין.

נישט דארפן כשר'ן קיין קאך ביי א נייע דירה.

קענען גיין אין וועלכע האטעל מען וויל, אן דארפן טשעקן אויב סאיז דא כשר'ס.

שמן למאור » דינסטאג יולי 26, 2022 10:04 pm

· #505096
מי ימצא
אביסל פרויערישע תאוות:

קענען אפציעל האבן איין גרויסע בעט, און נישט ווען געסט קומען דארפן שנעל אפרוקן.

קענען ארויסווייזן ליבע ווען מען וויל, און נישט דארפן ווארטן ביז היימישע אויגעלעך זעהן נישט.

איך פארשטיי נישט פארוואס די ריפסט אהן די צוויי אויבנדעמאנטע, "פרויערישע תאוות" ?

נישט דארפן מאכן שבעה נקים. (ענק זאלן נישט מיינען אז עס איז אזוי גרינג)

אקעי, אבער מיין נישט אז פאר מענער איז עס יא גרינג... יעדער האט זיך זיינע אייגנארטיגע שוועריגקייטן...

קענען שיקן די קינדער און וועלכע קורסעס זיי ווילן, ווי למשל בעלעט. ג'ימנעסטיקס.

נישט דארפן האבן גילטי פילינגס ווען מען זעהט די שעהר מאשין.

למען השם, פארוואס האט איינער א גילטי פילינג ווען זי טוט נישט עפעס א שטות וואס אפאר באבעס האבן איינגעפירט פאר אפאר הונדרעט יאר צירוק?

נישט דארפן כשר'ן קיין קאך ביי א נייע דירה.

קענען גיין אין וועלכע האטעל מען וויל, אן דארפן טשעקן אויב סאיז דא כשר'ס
אויך דא זענען מענער און פרויען אייניג...

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 10:26 pm

· #505099
סוי דאס איז אויך נישט פרויערישע תאוות?

קענען קויפן וועלכע קלייד מען וויל, אן דארפן טראכטן אז מענער וועלן האבן הירהורים.

קענען קאכן חופשי, אן דארפן פונאנדערשיידן בין מילכיג לפליישיג.
בלאט: 1 2