☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » גוי'שע תאוות

גוי'שע תאוות

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14876
בלאט: 1 2

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 11:33 pm

· #505101
[quote=

נישט דארפן האבן גילטי פילינגס ווען מען זעהט די שעהר מאשין.

למען השם, פארוואס האט איינער א גילטי פילינג ווען זי טוט נישט עפעס א שטות וואס אפאר באבעס האבן איינגעפירט פאר אפאר הונדרעט יאר צירוק?

יא ריכטיג איך ווייס אז סאיז שטותים, אבער וואס זאל איך טוען אז איך בין נישט קיין פיסיכאלאג און נישט קיין פיליזאף. סוי ווייסעך טאקע נישט פארוואס איך פיל מיך גילטי. דאס איז אבער די מציאות, קענסט בלעימען די חינוך פון אמאל.

מתבודד » מיטוואך יולי 27, 2022 12:39 am

· #505102
גילטי פילינגס.... מ’קען אנפילן גאנצע בלעטער פון זאכן וואס אונז וואלטן ווען געוואלט טוהן רואיג און אן קיין גילט פילינג.

גיין צום כותל

זען און הנאה האבן פון א פאראדע/מארש פון די צה”ל חיילים,

וואטשן עני tv show ס’לאזט זיך נאר,

זיך אנטרונקען לעת מצוא...

צינדן חנוכה לעכטעלעך אלס שיינע טראדיצניאלע מצוה אהן לשם יחוד’ס מיט הכנות...

פארן צו אר”י און גיין צו אלע אינטרעסאנטע פלעצער אבער נישט קברי צדיקים

עסן ou

הנאה האבן פון א גוט שטיק פלייש ווען ס’איז לעכטיג אינדרויסן,

וואס נאך?

גיין אין ביהמ”ד צופרי שמועסן מיט חברים מיט קאווע ציגארעטליך און אין מקוה און אהיימקומען עסן פרישטאג מיטן ווייב פאר שחרית...

די ווארט גילטי ביי גוים איז שייך נאר אין א קאורט-ראם.

מי ימצא » מיטוואך יולי 27, 2022 1:46 am

· #505105
כמעט אלעס וואס די האסט אויסגערעכנט האב איך שוין געטאהן

סוי סאיז נישט גוי'שע תאוות - סאיז נאר אז די ביסט א סאטמערע.

מתבודד » מיטוואך יולי 27, 2022 11:17 am

· #505118
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
און ווען כ’וואלט געווען א גוי וואלט איך געהאט א תאווה צו דיך אנקלאגן פאר’ן מיך איידענטיפייען אלס א מינאריטעט וואס כ’בין נישט...

ווען א גוי גייט צום כותל, בפרט קריסטן, איז עס זייער א ספיריטיואלע איבערלעבעניש פאר אים. ער לייגט אריין א צעטל אינעם וואנט ווי ער בעט ווער ס’זאל זיין די נעקסטע פרעזידענט און אז ער זאל געוואונען די לאטערי... דערנאך לאכט ער מיט זייו ווייב פון די האסידיק גיי וואס האט צוליב אומפארשטענדליכע סיבות נישט געוואלט מאכן א בילד פון אים מיט זיין סמארטפאון, גייט ער צו א פרייער וואס מאכט א שיינע בילד ווי ער איז מנשק זיין ווייב מיט די האולי וואל אינעם בעקגראונד, און די מעמד הכותל איז געענדיגט.
ווען איך גיי צום כותל, דארף איך מיך קודם אפטיילן פון מיין ווייב ביים אריינקומען, נאכדעם באקום איך קלאפעס פון אלע סארטן משוגעים און משולחים, ”צדקה פליז!”... איינמאל כ’קום אן צום וואנט דארף איך זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים, יעדע 15 סעקונדעס קומט מיר איינער פרעגן אויב איך וויל מצרף זיין א מנין מעריב, אדער נשמת אדער פרק שירה אדער ווייסעכוואס...
בקיצור מיר ביידע גייען צום כותל אבער ס’איז א אנדערע עקספעריענס.

ווידער די סאטמערער וואס גייט צום הייליג וואנט, אויף אים איז דאך ממש א רחמנות. קודם ציטערט ער אז זיין טאטנ’ס פאפענע חבר וועט אים פונקט באמערקן דארט און לצורך הענין איבערגעבן א ווארעמען גרוס פארן פאטער, און צווייטנ’ס, נאכן מחונך ווערן אלע זיינער יארן מיט די אלע בולתא דשיתא, פרעגט ער זיך אגאנצע צייט איבער, אפשר דין איך יעצט עבודה זרה?? גייט מיך די אויבערשטער פיינט האבן פון היינט אן?? וכו’ וכו’

מרדכי מרדכי » מיטוואך יולי 27, 2022 12:45 pm

· #505124
מי ימצא
סוי דאס איז אויך נישט פרויערישע תאוות?

קענען קויפן וועלכע קלייד מען וויל, אן דארפן טראכטן אז מענער וועלן האבן הירהורים.

קענען קאכן חופשי, אן דארפן פונאנדערשיידן בין מילכיג לפליישיג.
ניין!!
מענער ווילן אויך קויפן קליידער וואס איז נישט שחור/לבן און נישט אזוי חסידישע
אויסמישן צווישן מילכיגס און פליישיגס איז אויך לאו דווקא נוגע פאר ווייבער מער ווי א צווייטע גענדער

מתבודד » מיטוואך יולי 27, 2022 2:23 pm

· #505132
מי ימצא

קענען קויפן וועלכע קלייד מען וויל, אן דארפן טראכטן אז מענער וועלן האבן הירהורים.

.
אין אנדערע נייעס האבן פרויען אויך א תאווה צו קענען קויפן וועלכע קלייד מען וויל, אן דארפן טראכטן אז די מענער וועלן זען די קרעדיט קארד טשארזש...

@אנאנים, דעס איז אויך שייך ביי גוים

מי ימצא » מיטוואך יולי 27, 2022 4:45 pm

· #505136
מי ימצא
סוי דאס איז אויך נישט פרויערישע תאוות?

קענען קויפן וועלכע קלייד מען וויל, אן דארפן טראכטן אז מענער וועלן האבן הירהורים.

קענען קאכן חופשי, אן דארפן פונאנדערשיידן בין מילכיג לפליישיג.
סוי לאמיר קלאר מאכן :
רוב מאל ווען מען שרייבט מיינט מען פשוט פשט.
איך האב יא געמיינט דא אז מען וועט ליינען צווישן די שורות.

1- מענער ווילן אויך קענען גיין ווי אזוי זיי ווילן, נישט נאר שחור לבן, האט מיט די סיסטעם גארנישט מיטן גוי.

קענען קויפן אן דארפן אפגעבן דין וחשבון ווי יעדע פעני איז געגאנגען, איז טאקע א פרויערישע תאווה סהאט אבער גארנישט מיטן גוי.

קענען קויפן וואס מען וויל און ווי מען וויל, אן דארפן טראכטן פון הלכות צניעות אין סטאר קען נאר א גויטע טוען (כאפטס מיך נישט ביים ווארט, אויך א גלויביגע טראכט געווענדליך וואס זי קויפט)

2- קענען עסן העם מיט טשיז צוזאמען האט טאקע נישט מיט פרויען. אבער קאכן חופשי האט געווענדליך מיט דעי וואס קאכן אין עקסטערע טעפ, וואשן דישעס אין עקסטערע סינקס וכו', = וואס לויט איך ווייס טוען עס געווענדליך די פרויען, חוץ אויב דא אין קאווע שטיבל איז אנדערש.

סאנטיאגא » מיטוואך יולי 27, 2022 5:44 pm

· #505144
מי ימצא
אביסל פרויערישע תאוות:

קענען ארויסווייזן ליבע ווען מען וויל, און נישט דארפן ווארטן ביז היימישע אויגעלעך זעהן נישט.
דאס איז מיר קיינמאל נישט אריין קאפ וואס איז אזוי געפערליך ארויסצווייזן אינטימישע געפילן, האלטן הענט, א קוש, א קאדל, פארנט פון די הויז געזונד? בפרט אז מ'וואוינט צווישן גוים, זיי זעהן עס עניוועי אין די טריפה'נע גאס. וואס איז די סוד?

ווען ס'איז עפעס א גויאישע מנהג איז איין זאך, דאס איז דאך וואס א געזונטע רילעשענשיפ איז אלל אבאוט, סא וואס איז די פאפן?

מי ימצא » מיטוואך יולי 27, 2022 5:51 pm

· #505146
אנטשולדיגט פארן זיך נישט ארויסברענגען -
איך האב געמיינט צו זאגן היימישע אידן.
וואס איז די פראבלעם אז קינדער זעהן ווי טאטי און מאמי ליבן זיך?

סאנטיאגא » מיטוואך יולי 27, 2022 5:57 pm

· #505147
תרמב
ס'איז אויך דא א פארקערטע תאווה ארויסצושטארצן, איך געדענק ווי איך האב זיך געשפירט ווי א מיליאן דאלער אלס בחור ווען איך האב אריינשפאצירט מיט א אנדערע סארט הוט אין א בית המדרש ווי יעדער גייט די זעלבע הוט שבת, איך ווייס נישט צו ס'איז דווקא א אידישע תאווה אדער סאיז יוניווערסעל..
אויך אמת. אבער די חילוק איז, ביי אונז שטייט מען אפטמאל טאקע ארויס, נישט ס'איז סתם א איינרעדעניש.

א שטייגער ווי פון איין קרייז צום אנדערן, ווי דער ליטוואק וואס פאלט אריין אין א פרינדזש חסידישע שטיבל, א הויזן זאקן איד אין א סאטמערע אפיס אא"וו...

דערמאנסט מיר די ישיבה נאנסענס ווי מ'פלעגט פיסקענען אויף דער קל וואס געהאט די העזה זיך צו זעצן עסן אנע היט רח"ל!

ליידער איז אויך געווען איינגעריסן גיין מיט א שיפע היט, קרומע קאפל, קאפל פון אנדערע סארט מאטעריאל, אויפפאלנדע רעקל, שיך און גלעזער בעונותנו היחיד

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 6:06 pm

· #505149
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!

סאנטיאגא » מיטוואך יולי 27, 2022 6:11 pm

· #505151
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
און ווען כ’וואלט געווען א גוי וואלט איך געהאט א תאווה צו דיך אנקלאגן פאר’ן מיך איידענטיפייען אלס א מינאריטעט וואס כ’בין נישט...

ווען א גוי גייט צום כותל, בפרט קריסטן, איז עס זייער א ספיריטיואלע איבערלעבעניש פאר אים. ער לייגט אריין א צעטל אינעם וואנט ווי ער בעט ווער ס’זאל זיין די נעקסטע פרעזידענט און אז ער זאל געוואונען די לאטערי... דערנאך לאכט ער מיט זייו ווייב פון די האסידיק גיי וואס האט צוליב אומפארשטענדליכע סיבות נישט געוואלט מאכן א בילד פון אים מיט זיין סמארטפאון, גייט ער צו א פרייער וואס מאכט א שיינע בילד ווי ער איז מנשק זיין ווייב מיט די האולי וואל אינעם בעקגראונד, און די מעמד הכותל איז געענדיגט.
ווען איך גיי צום כותל, דארף איך מיך קודם אפטיילן פון מיין ווייב ביים אריינקומען, נאכדעם באקום איך קלאפעס פון אלע סארטן משוגעים און משולחים, ”צדקה פליז!”... איינמאל כ’קום אן צום וואנט דארף איך זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים, יעדע 15 סעקונדעס קומט מיר איינער פרעגן אויב איך וויל מצרף זיין א מנין מעריב, אדער נשמת אדער פרק שירה אדער ווייסעכוואס...
בקיצור מיר ביידע גייען צום כותל אבער ס’איז א אנדערע עקספעריענס.

ווידער די סאטמערער וואס גייט צום הייליג וואנט, אויף אים איז דאך ממש א רחמנות. קודם ציטערט ער אז זיין טאטנ’ס פאפענע חבר וועט אים פונקט באמערקן דארט און לצורך הענין איבערגעבן א ווארעמען גרוס פארן פאטער, און צווייטנ’ס, נאכן מחונך ווערן אלע זיינער יארן מיט די אלע בולתא דשיתא, פרעגט ער זיך אגאנצע צייט איבער, אפשר דין איך יעצט עבודה זרה?? גייט מיך די אויבערשטער פיינט האבן פון היינט אן?? וכו’ וכו’
פון טיימס סקווער האסטו אמאל געהערט? דארט דרייען זיך אויך אסאך שנארערס און פגעים רעים איינער בעט געלט, דער צווייטער טיילט פלייערס, מ'איגנארירט און מ'גייט זיך די אייגענע וועג און מ'טוט וואס מ'האט צוטוהן.

גילט לעניות דעתי, קוק איך אן ווי זאך וואס מ'דארף אליינס אויסוואקסן, די פראבלעם פארוואס מאנכע ווערן שטעקן מיט גילטישע געפילן, איז ווייל זיי האב נאכנישט מיט וואס עס צו ערזעצן. און דאס אז מ'ווייסט אז ס'איז גילט און גארנישט מער דאס אליין העלפט. (not a doctor. shh)

איך בין גראדע אויפגעוואקסן סאטמאר (בכלל נישט פראוד דערמיט, כ'בין גראדע פערצופאל אריינגעבוירן אין די סעקטע) און כ'האב אלס געלאכט פון די אנטי-כותל בולשיתא. חסידות איז אן אידילאגיע, ס'מוז נישט זיין א לעיבל וואס איז צוגעבינדן צו א סעפטי פין אויפן ווינטער מאנטל, פארשטייסט?

מי ימצא » מיטוואך יולי 27, 2022 6:15 pm

· #505153
עצי שטים
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
מיין קאפי האט זיך אויסגעגאסן פאר געלעכטער. 😂 😂 😂
סאיז נאך דא מענטשן וואס גלייבן אין דעם?
(גראדע בין איך געגאנגען אין סאטמער סקול)

סאנטיאגא » מיטוואך יולי 27, 2022 6:25 pm

· #505154
מי ימצא
עצי שטים
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
מיין קאפי האט זיך אויסגעגאסן פאר געלעכטער. 😂 😂 😂
סאיז נאך דא מענטשן וואס גלייבן אין דעם?
(גראדע בין איך געגאנגען אין סאטמער סקול)
האסטו נאך א גויאישע תאווה. ווערן זאט פון איין 16oz Dunkin קאווע זיבן אזייגער אינדערפרי

מתבודד » מיטוואך יולי 27, 2022 7:53 pm

· #505162
עצי שטים
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
דערמאנסט פון די סאטמערע אינגערמאן, א משיח’יסט האט אים געפרעגט וואס ער וועט טון אויב משיח קומט, און אויפ’ן אייזל זיצט נישט קיין צווייטער ווי די רבי (הרמ’’מ), האט ער אים געענטפערט וואס וועסטו טון אויב משיח קומט און אויפ’ן אייזל זיצט גאר יאשקע אליינ’ס. והה’’ד לענינינו...

מתבודד » מיטוואך יולי 27, 2022 7:57 pm

· #505163
סאנטיאגא

ליין איבער מיין תגובה פליז. מיין פוינט איז נישט געווען צדקה גייערס.

דיין תגובה אויף גילט איז א שטארקע און אמת’ע פוינט.
דערמאנט מיר פון די צוואה פון רביה”ק זי”ע [שליט”א]
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=15109#p492574

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 27, 2022 9:36 pm

· #505170
סאנטיאגא
מי ימצא
עצי שטים
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
מיין קאפי האט זיך אויסגעגאסן פאר געלעכטער. 😂 😂 😂
סאיז נאך דא מענטשן וואס גלייבן אין דעם?
(גראדע בין איך געגאנגען אין סאטמער סקול)
האסטו נאך א גויאישע תאווה. ווערן זאט פון איין 16oz Dunkin קאווע זיבן אזייגער אינדערפרי
פארוואס א גויאישע תאווה?
מותר לכתחילה ,(לשיטת הגר"מ פיינשטיין)!

אגב א טעיסטערטשויס קאווע פון בעסמעדריש איז בעסער פון א דאנקין קאווע, ס'זעיט נאר אויס גיט ווייל מען טאר נישט.

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 27, 2022 9:42 pm

· #505172
מתבודד
עצי שטים
מתבודד
איך? א סאטמערע???! קיינמאל געווען און וועט קיינמאל נישט זיין!
קיינמאל נישט געווען הער איך, אבער קיינמאל זיין?? וויאזוי ווייסטו דאס?
ווען משיח וועט קומען, און ער וועט ווייזן מיט די פינגער אויף די סאטמארע קינדער, "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה" וועסטו דאן אויכעט נישט ווערן קיין סאטמארע?!?!
דערמאנסט פון די סאטמערע אינגערמאן, א משיח’יסט האט אים געפרעגט וואס ער וועט טון אויב משיח קומט, און אויפ’ן אייזל זיצט נישט קיין צווייטער ווי די רבי (הרמ’’מ), האט ער אים געענטפערט וואס וועסטו טון אויב משיח קומט און אויפ’ן אייזל זיצט גאר יאשקע אליינ’ס. והה’’ד לענינינו...

א אינטערעסאנטע שאלה, אבער די תשובה איז זייער פשוט, ס'דא געוויסע זאכן וואס פארלאנגט זיך פון איינעם אויף צי זיין דעם משיח (כדאיתא ברמב"ם)
איז ממה נפשך, אויב קומט יוזל נישט נאך די פארשריפטן קענען רייטן אויפן אייזל ביז מארגן ער איז דאך נישט משיח, ווידער אויב קימט ער נאך די פארשריפטן, איז ער דער משיח ביי דיפאלט, ווי מאדנע ס'הערט זיך צי זאגן יחי אדוננו מורינו יאשקע מלך המשיח לעולם ועד, וועט מען דארפן מקבל מרות זיין, און ער וועט זיין פארנימען ווייזן מיטן פינגער....

וואלווי » מיטוואך יולי 27, 2022 9:49 pm

· #505174
איינער האט דא א תאוה פאר פעפעראני פיצא?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 27, 2022 11:58 pm

· #505193
וואלווי
איינער האט דא א תאוה פאר פעפעראני פיצא?
נאר אויב ס'האט טשיז!

וואלווי » דאנערשטאג יולי 28, 2022 1:47 am

· #505200
איין מינוט, לאמיר דאס צולייגן. בעצם וואלט דא נישט געדארפט זיין קיין איסור. דאס ווייסט א יעדער בר בי רב אז עשה דוחה לא תעשה, מילא קומט די עשה פון טשיז און איז דוחה די ל"ת פון די פעפעראני. נאר ביי דעם פאל קומט ארויף א קאמפליקאציע, ווייל עשה דול"ת איז נאר אויב אלעס איז פשוטע ל"ת'ס, אבער פעפעראני ערהאלט אין זיך חלב וואס איז א כריתות, און לגבי כרת איז דא א כלל אז אין עושה דוחה ל"ת שיש בו כריתות.

אמנם, דא איז אויך דא די איסור פון בשר וחלב. אבער אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור קען זיין אז מ'וועט קענען מאכן אזא מאך אוועק דעם פעפעראני מק"ו, מה-דאך ס'איז אויס כריתות, אודאי און אודאי איז עשה דוחה ל"ת, ויאכלו ענוים וישבעו.

וואס זאל איך אבער טוהן אז די איסור וואס ווערט נגרם מצד די טשיז, איז חל אויף דעם איסור פעפעראני דורך שטיקלעך טשיז וואס זענען חל אזוי פליעדיגערהייט ארויס פון צווישן די אפגעארבעטע און דיקע ציצילישע גבוירענע פינגער שפיצן, און ערשט נאך אזא שוועב, טרעפט די קעז אביסל מנוחה פון העכער די פעפעראני, איז אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור, דעמאלטס ווערט מותר דוקא די קעז, וויבאלד מ'קען טענה'ן אז אין איסור חל אויפ'ן איסור ארויף, וא"כ איסור פעפעראני עדיין קיימת.

***

טייערע @דער גאלדענער אדלער,

כ'האב שטארק פרובירט דורך ע' פנים לתורה, אז כ'זאל דיך מעגן מכבד זיין מיט א הייסע, טשיז באבעלדיגע, קריספי טייגעדיגע, צונג אפבריעדיגע פערסאנעל פיי. אוי לי ולך אז די טויערן אויבן אין הימל זענען פארשפארט געווען. זעהט אויס אז עדיין השטן מרקד און ס'איז נישט געווען באשערט.

מסתם ווייל ס'נישט געווען די ריכטיגע זמן...

יום ה' לסדר והר סיני עשן כולו וגו'
דיין פריינד, וואלווי

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:01 am

· #505202
מרדכי מרדכי
מי ימצא
ניין!!
מענער ווילן אויך קויפן קליידער וואס איז נישט שחור/לבן און נישט אזוי חסידישע
אויסמישן צווישן מילכיגס און פליישיגס איז אויך לאו דווקא נוגע פאר ווייבער מער ווי א צווייטע גענדער
לצערי איז דא אסאך פרויען וואס מיינען אז נאר זיי ליידען, און נאר זיי פייניגט מען.

אנטשולדיגט אויב מי ימצא איז נישט פון די.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:58 am

· #505206
וואלווי
איין מינוט, לאמיר דאס צולייגן. בעצם וואלט דא נישט געדארפט זיין קיין איסור. דאס ווייסט א יעדער בר בי רב אז עשה דוחה לא תעשה, מילא קומט די עשה פון טשיז און איז דוחה די ל"ת פון די פעפעראני. נאר ביי דעם פאל קומט ארויף א קאמפליקאציע, ווייל עשה דול"ת איז נאר אויב אלעס איז פשוטע ל"ת'ס, אבער פעפעראני ערהאלט אין זיך חלב וואס איז א כריתות, און לגבי כרת איז דא א כלל אז אין עושה דוחה ל"ת שיש בו כריתות.

אמנם, דא איז אויך דא די איסור פון בשר וחלב. אבער אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור קען זיין אז מ'וועט קענען מאכן אזא מאך אוועק דעם פעפעראני מק"ו, מה-דאך ס'איז אויס כריתות, אודאי און אודאי איז עשה דוחה ל"ת, ויאכלו ענוים וישבעו.

וואס זאל איך אבער טוהן אז די איסור וואס ווערט נגרם מצד די טשיז, איז חל אויף דעם איסור פעפעראני דורך שטיקלעך טשיז וואס זענען חל אזוי פליעדיגערהייט ארויס פון צווישן די אפגעארבעטע און דיקע ציצילישע גבוירענע פינגער שפיצן, און ערשט נאך אזא שוועב, טרעפט די קעז אביסל מנוחה פון העכער די פעפעראני, איז אויב מ'זאגט אין איסור חל על איסור, דעמאלטס ווערט מותר דוקא די קעז, וויבאלד מ'קען טענה'ן אז אין איסור חל אויפ'ן איסור ארויף, וא"כ איסור פעפעראני עדיין קיימת.

***

טייערע @דער גאלדענער אדלער,

כ'האב שטארק פרובירט דורך ע' פנים לתורה, אז כ'זאל דיך מעגן מכבד זיין מיט א הייסע, טשיז באבעלדיגע, קריספי טייגעדיגע, צונג אפבריעדיגע פערסאנעל פיי. אוי לי ולך אז די טויערן אויבן אין הימל זענען פארשפארט געווען. זעהט אויס אז עדיין השטן מרקד און ס'איז נישט געווען באשערט.

מסתם ווייל ס'נישט געווען די ריכטיגע זמן...

יום ה' לסדר והר סיני עשן כולו וגו'
דיין פריינד, וואלווי
האף מיר אז די תשובה וועט אריינגיין אין שו"ת זאב יטרף חלק כ"א.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:13 pm

· #505251
קהל'ס נער
סאנטיאגא
האסטו נאך א גויאישע תאווה. ווערן זאט פון איין 16oz Dunkin קאווע זיבן אזייגער אינדערפרי
פארוואס א גויאישע תאווה?
מותר לכתחילה ,(לשיטת הגר"מ פיינשטיין)!

אגב א טעיסטערטשויס קאווע פון בעסמעדריש איז בעסער פון א דאנקין קאווע, ס'זעיט נאר אויס גיט ווייל מען טאר נישט.
ס'איז א ווערטל אויף די אידישע נטי' פון מאכן פיר ביז זיבן קאפיס א טאג...

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 12:22 am

· #505468
Re: גוי'שע תאוות
ידידי היקר @וואלווי

דו מאכסט א שיינעם פעפעראני טשיז פשט'ל, און אזוי ליינענדיג און עס אפלערנען'דיג זעה איך דיך קעגן איבער מיר ווי דו זיצט דארט אזוי ערענסט מיט דיין פעדער'ל אין דיין רעכטע האנט און יעדע פאר סעקונדעס טינקסטו איין די שפיץ פונעם פעדער אין די שווארצע טינט קוקסט אויס ממש ווי דזשעימס מעדיסאן ווען ער איז געזעצן פארטיפט שרייבענדיג דעם אמעריקאנער קאנסטיטוציע.

טראכסט פאר א מינוט, גיבסט א הייב אויף דיין לינקע האנט און גיבסט א שארפע דריי מיט די קאפ פון רעכטס צו לינקס כאילו דו האסט געכאפט דעם טוטער! א גוטע סברה פארוואס יא מתיר זיין. אבער גלייך דערנאך באמערק איך ווי דיינע אויגן דרייען אנה ואנה (ווי @שאלתיאל'ס אויגן) און א לאנגע אנגעצויגענעם אטעם קומט ארויסצוגיין פון דיינע נאז לעכער, בשעת דיינע לעפצן זענע הערמאטיש פארמאכט איינס אויפן צווייטן און נאר די שפיצן פון דיין לאנגע בארד האט געהאט פראטעקציע חוצץ צו זיין צווישן דיינע לעפצן.

מ'קען ממש שפירן אין די לופט די אנגעצויגענקייט פון דיין מוח ווי ס'שליט על הלב. דיין הארץ זוכט א היתר און וויל זיך באלעקן מיט די פיינע ווייסע הייסע ציענדיגע טשיז וואס איז צוגאסן איבער די לענג און ברייט אויפן רויטע פעפעראני, ווי הייסע קאכעדיגע פארעמלויזע לאווא וואס גאלאפירט ווי א נחלה בלי מצרים, און ווערט פארקלעבט אויף די הייסע ווייכע טייג ווי מיין שוויציגער פייכטער אינטערהעמעד אויף מיין קלעבעדיגער נאסער לייב נאכ'ן שבת נאכמיטאג שפאציר, מ'קען ליינען אין די לופט דיין תאווה אריינצובייסן אין די ראפאגאש טייג וואס ליגט דארט אויפן הולצערנעם טאץ ווי א פארשלאפענעם עצל.
‏
לאז אפ דיין מח פאר א טשעינדזש און ארבייט מיט דיין הארץ אולי ואולי, אפשר דאך עפעס א היתר, אפשר קענסטו עפעס אויסארבייטן עפעס א היתר בדרך פרד"ס? זוהר, עפעס, פארט איז פארהאן ע' פנים לתורה. אפשר קענסטו אינאיינעם מיט @מי אני געפונען עפעס א מאטעמאטישע וועג אריין אין א פעפעראני ?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 10:57 pm

· #505544
הערליך הערליך מיסטער אדלער.

יותר ממה שקראתי כאן אכלתי שם.

ס'איז אן אור חוזר. ווען די וואלסט גוט געקוקט, וואלסטע באמערקט אז די פאפיר איבער וואס איך שרייב איז גאר אנגעפילט פון פעטע קעז'דיגע פינגערפרינטס. די זקנים געבן דאך אלס איבער דעם כלל "אז פאר א קראנקען פרעגט מען און פאר א געזונטען געבט מען". גלייב מיר, ווען מיר שמעקען נאר די ריח ניחוח פון די פרישע טייג און קעז, גייען מיר זיך נישט אראפזעצן נישט מיט קיין פעדער און נישט מיט קיין פארמעט, נישט אסר'ן און נישט מתיר'ן, נישט פרעגען און נישט פארענטפערן. נאר תיכף ומיד, אזוי ווי די הייליגע בארדיטשוב'ער דעם ערשטען טאג סוכות ביים עלות, ווערען מיר אריינגעטוהן אינעם לא תחסום בדישו, די מכלות שיניים ומשיבות נפש'דיגע סארט, און ווי וואס ווען גייט ארויף די ריח ניחוח פונקט ווי פון די פרים הנשרפים נאך תרומת הדשן.

ערשט נאך אזא high קומען חידושים...

לחיים.

-----
נישט פארקרוכען פון גוי'אישע תאוות צו יודישע תאוות

דערהויבענע איד » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 4:50 pm

· #505579
מי ימצא

קענען קאכן חופשי, אן דארפן פונאנדערשיידן בין מילכיג לפליישיג.
דעיס איז מער אז דו האסט נישט ליב א געוויסע הלכה.
איך האב געפענט די אשכול פאר תאוות וואס א איד גייט קינמאל נישט פארשטיין און טון.

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 8:08 pm

· #505597
~ טוישן די רעדלעך פון די קאר, און ארויפלייגן על אי די לייטס, שבת על הבוקר.
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
~ וואוינען אין די בראנקס.
~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
~ זיך כתובת קעקע'ן.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 12:09 am

· #505618
Re: גוי'שע תאוות
קהל'ס נער
~ טוישן די רעדלעך פון די קאר, און ארויפלייגן על אי די לייטס, שבת על הבוקר.
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
~ וואוינען אין די בראנקס.
~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
~ זיך כתובת קעקע'ן.
בקיצור, צו זיין א פאטריקאנער אדער א טונקל הויטיגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דוד שריפטליך » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 1:16 am

· #505623
פארוואס טאקע איז די איינציגסטע piercing ביי ווייבער אויעררינגליך?

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 1:35 am

· #505625
די אמהות האבן זיך יא געפירט צו האבן מער

מרדכי מרדכי » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 5:32 pm

· #505685
מיינע גוי'שע תאוות איז
קענען האבן אינטערנעט אן א פילטער
עסן עכטע פאטין
גיין מיט קאלירטע קליידער/קורצע הויזן
נישט דארפן דאווענען
אן קיין גילטי פילינגס

סאנטיאגא » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 7:07 pm

· #505759
קהל'ס נער
~
~ צי זיין א געימער.
~ שפילן מיינקרעפט.
איך ליג נישט אין געימס אבער איז נישט ביידע די זעלבע געדאנק; א געים פון ווידיא סאפטוועיר? עניוועי, געימינג האב איך שוין דערמאנט...
קהל'ס נער
~ פארגעטערען סעלעבס.
~ האבן גרינע אדער פערפל האר.
מיר האבן ב"ה פילע חסידים פון רבנים ודיינים, מעריצים פון משפיעים; זילבערבערג, בידערמאן, פראנק, (שפיטיווקא?) וכו' פענס פון זינגערס וילדי פלאים, אוהדים פון דרשנים, אנהענגער פון דזשורנאליסטן... און די ליסט גאוס אן.

שוין געזעהן פרויען מיט קאלירטע שייטלען פורים מער ווי איינמאל, ואידך פרישא זיל גמור.

כ'גיב דיר רשות זיך צו נעמען איבער מיינע עצמות בכבוד גדול

-------
נאך א זאך: מיי ספעיס איז א נושא ביי מילעניעלס, זיי רעדן דערפון מיט נאסטאלגיע. קוקט אויס דער עולם בענקט זיך שטארק דערויף

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 8:14 pm

· #505767

ויש לחלק.
א געימער.
איז א מהות פון א מענטש, אזוי א ר' חיים קנייבסקי ביי אינז, איז ביי זיי דא א געימער, ער ארבעט נישט, עסט נישט, שלאפט נישט, ער קען זיין 40 יאר אלט און וואוינט אין זיין טאטע'ס הויז, זיי האבן א טענדענסי צי זיין אביעס, ער געימט יום ולילה ולא ישבותו א מתמיד עצום אין אונזער שפראך.

שפילן מיינקרעפט.
איז פשוט א נער'ישע געים וואס אפילו (א.ג.) נערמאלע גויים שפילן.

סאנטיאגא: גלייב מיר ס'טיט מיר מער וויי 😂 😂 😂 😂 😂
בלאט: 1 2