☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14868
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:26 pm

· #482919
איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
שוין בערך 2 יאר וואס ר' טוביה מאיר ניימאן הי"ו ערשיינט בקול רעש גדול (אפשר נישט גענוג שטארק). סיי מיט זיינע ארטיקלען אין מאמענט. און סיי מיט די אזויגערופענע..."ראבא-קאלס"...!

שרייבט ער אין דעם ארטיקל פון די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשפ"ב) אז היות מענטשן רופן איהם אן און מ'זאגט איהם מוסר איבער זיינע ראבא-קאלס. זאגט ער לאמור. אזוי צו זאגן...ער ווייסט נישט אויב ער וועט באקומען גן עדן אדער גיהנום. ווייל א סאך מענטשן סטראשען איהם מיט גהינום. זאגט ער אז ער איז גרייט צו גיין אין גהינום פאר העלפן אידן...!

ביי מיר איז אייביג געווען די שאלה אויב דער מצב איז טאקע אזוי ווי ער שילדערט עס. אדער איז ער א ביסל מגזים (או.קעי. מע-גא-זעם). אבער איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי אנשים נאמנים. און זיי זאגן אז וואס ער פארציילט איז אמת ויציב.אויב אזוי האביך נישט קיין פראבלעם מיט זיינע געשריבענע ארטיקלען און מיט די ראבא-קאלס. ווען די ראבא-קאלס קומען אן צו מיר זאגט מיין אידענע, זז"ג אז זי גייט עס אויסמעקן. בעט איך אייביג...לאז איהם רעדן. ווייל דאס איז ווי מוזיק צו מיינע אויערן...!

וואס זאגט דער עולם?. מעג מען א ביסל מוטשען דעם עולם (אויפשאקלען) אז מ'זאלל זיך ווארעם אנרופן. אדער נישט.

לאמיר נישט פארגעסן אז ר' טוביה מאיר אליינס קומט פון זייער א בעל בת'ישע משפחה. נאר ער אליין האט זיך א סאך געמוטשעט אין זיין לעבן. ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט קיין קינדער. . אויך האט ער געהאט אנדערע געזונטהייטס פראבלעמען און זיך אויך געמוטשעט אויף פרנסה. ער האט שוין געוואוינט אין אמעריקע , ארץ ישראל און אנדערע פלעצער. יעצט איז ער חונה כבוד אין די עיה"ק קרית טאהש, יצ"ו.

קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:42 pm

· #482920
אין טוביה-מאיר-גיהנם גייט מען באקומען ראבא קאלס אן אויפהער פון חסדי טובים מאורות, זאלסט נאר וויסן אין וואס די לייגסט דיך אריין.

אגב, בערל די ביסט אייביג ביזי מיט ספעלינג, איז מען שרייבט גיהנם נישט גיהנום, איי אין סידור שטייט גיהנום, ס'איז א טעות.

מפיל קינד » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:04 pm

· #482925
איך בין גרייט צו זיין אין גיהנום, אבי נישט צו זיין מיט טובי' מאיר אין גן עדן.


@קהל'ס נער, צוויי הערות. מ'שרייבט יא גיהנום, הגם אין געוויסע מקורות טרעפט מען גיהנם.

צווייטנס, קהל'ס נער שרייבט מען 'נאר' נישט 'נער'.

יין שרף » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:20 pm

· #482926
קבלתי ממורי אז מען טוט וויי אנדערע ליידט מען, נישט קיין חילוק וואס די חשבון איז.

#איך_וויל_נישט_זיין_אין_טוביה_מאיר_ניימאן'ס_גהנום

קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:23 pm

· #482927
מפיל קינד


צווייטנס, קהל'ס נער שרייבט מען 'נאר' נישט 'נער'.[/size]



מען שרייבט יא נער, והראיה אז בלשון רבים זאגט מען נערנים, לויט דיר וואלט מען געדארפט זאגן נאר'ס.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:45 pm

· #482932
🙄
קהל'ס נער
אין טוביה-מאיר-גיהנם גייט מען באקומען ראבא קאלס אן אויפהער פון חסדי טובים מאורות, זאלסט נאר וויסן אין וואס די לייגסט דיך אריין.

אגב, בערל די ביסט אייביג ביזי מיט ספעלינג, איז מען שרייבט גיהנם נישט גיהנום, איי אין סידור שטייט גיהנום, ס'איז א טעות.

קהל'ס נער: דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער.ס'מאכט נישט אויס. אבער מ'וועט אויך באגקומען די קאללס פון די מענטשן וועלכע זענען געהאלפן געווארן דורך זיין השתדלות. אפילו ווען ער האט געהאט קאפ ווייטאג. און א קאלד. איז ער נאכאלץ נאכגעגאנגען די וועגן צו העלפן צובראכענע אידן...!

לגבי ספעללינג איז דער כלל אזוי. א ווארט וואס שטייט אין חומש אדער אין סידור. און מ'קען עס שרייבן מלא (איך מיין נישט די אנדערע פשט פון מלא. לאמיר זעהן אויב דו ווייסט?) אדער חסר. ווען מ'שרייבט עס אן נקודות שרייבט מען עס אייביג מלא. (כדי לסבר או לשבר, את האוזן.)

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:48 pm

· #482933
קהל'ס נער
מפיל קינד


צווייטנס, קהל'ס נער שרייבט מען 'נאר' נישט 'נער'.[/size]



מען שרייבט יא נער, והראיה אז בלשון רבים זאגט מען נערנים, לויט דיר וואלט מען געדארפט זאגן נאר'ס.

קהל'ס נער/נאר: ביידע זענען גערעכט. ס'איז אנגענומען (ביי וועם? בערל באלאגאלעה!) צו שרייבן ביידע וועגן...! קיינמאל קיין גרעסערע דאגות נישט...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:06 pm

· #482946
יין שרף
קבלתי ממורי אז מען טוט וויי אנדערע ליידט מען, נישט קיין חילוק וואס די חשבון איז.

#איך_וויל_נישט_זיין_אין_טוביה_מאיר_ניימאן'ס_גהנום

יין שרף: ס'ווענדט זיך וואס הייסט וויי געטון. א טעלעפאן האט נאך קיינעם נישט געהרג'עט. אפילו א קאפ-וויי באקומט מען נישט פון דעם. ס'פונקט אזוי ווי א בלעטל אין א צייטונג אדער מעגעזין. אז דו ווילסט נישט מיש איבער....!

נחמד » זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:10 pm

· #482947
berlbalaguleh
יין שרף
קבלתי ממורי אז מען טוט וויי אנדערע ליידט מען, נישט קיין חילוק וואס די חשבון איז.

#איך_וויל_נישט_זיין_אין_טוביה_מאיר_ניימאן'ס_גהנום

יין שרף: ס'ווענדט זיך וואס הייסט וויי געטון. א טעלעפאן האט נאך קיינעם נישט געהרג'עט. אפילו א קאפ-וויי באקומט מען נישט פון דעם. ס'פונקט אזוי ווי א בלעטל אין א צייטונג אדער מעגעזין. אז דו ווילסט נישט מיש איבער....!

אזעלכע שטותים?

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:23 pm

· #482951
די שאלות. אדער די תשובות...! לאל...!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:02 pm

· #482958
מאך זיכער: ווער זאגט דיר אז ער וועט האבן א צעל? זיכער וועט ער האבן א ריזיגן שטוב. ס'איז כדאי די שווערע ארבעט צו זיין צוזאמען מיט א איד וואס העלפט אנדערע אידן. בשעת אונז זיץ מיר אויף קאווע שטיבל. און אנדערע ענטערטעינמענט...!

פאליטיקאנט » זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:03 pm

· #482959
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
די רשעות פון זיך ארויפזעצן אויף א צווייטן און עם רודפ'ן, אפי' פאר גוטס, האט נישט קיין שום הסברה.

אין מאמענט קען ער שרייבן וויפיל ער וויל, און איך אלס קונה קען מחליט זיין מער נישט צו קויפן די מאמענט.
אבער נעמען יענעמ'ס פריוואטע נאמבערס און נישט אויפהערן רופן אן געבן א וועג ארויס?
עס איז די זעלבע ווי איינער זעצט זיך פארנט פון דיין הויז און יעדע מאל דו קומסט ארויס דרייט ער דיר אראפ די קאפ.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:16 pm

· #482962
פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

מאטי » זונטאג אקטאבער 10, 2021 5:44 pm

· #482969
berlbalaguleh
פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!



ממה נפשך. אויב דארף מען מציל זיין אידן פון א צרה פארוואס קאלט ער נישט די מענטשן וואס רופן אים אריין אין אפיסַ אויפצוהערן.

אויב האלט ער אז מ'מעג נישט רופן אן רשות, פארוואס רעכנט ער זיך נישט מיט די טויזענטער וואס רעדן זיך אפ אז מ'רופט?

כניאק » זונטאג אקטאבער 10, 2021 5:59 pm

· #482971
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
ר׳ בערל, איך מיין איר זאלט זיך בעסער נאכפרעגן אויב טובי׳ מאיר העלפט איינעם.

איך ווייס פון איין מעשה וואס איז געווען מיט א נאנטע משפחה, וואס ער האט געמאכט א ראבאקאל, און פארשעמט די משפחה ווייל מענטשן האבן געוויסט פון וועמען ער רעדט (מהאט עם געזאגט פארדעם אז די נצרך וויל בשום אויפן נישט אז מזאל גיין נאך געלט פאר אים)
און מהאט נישט באקומען קיין פעני פון אים..

ישן מלא חדש » זונטאג אקטאבער 10, 2021 8:46 pm

· #482978
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
"" כתיב ופקדתי על כל לוחציו ואמר ר' יצחק בר מרתא משמיה דרב ואפי' על גבאי צדקה ""

בבא בתרא דף ח:
ספר המקראות "ופקדתי" אשגיח להשיב גמול על כל הלוחצים אותם.

וויפיל מאל איך האב שוין געדריקט די נומער 9 קנעפל מיט די גרעסטע רציחה און געהערט די באקאנטע מעסידס
u have now entert the do not call list
אלץ קומט ער צוריק מיט א פרישקייט און אלץ אונעם נישט ריכטיגן מינוט.

איך וויל נישט זיין אין טובי' מאיר'ס גהינום.


Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:31 pm

· #482985
ישן מלא חדש: דאמאלס ווילסטו אין זיין גן עדן אויך נישט זיין...! אזוי האביך פארשטאנען...!

ישן מלא חדש » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:15 pm

· #482996
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
ווער האט גערעדט פון זיין גן עדן?
איהר האט געזאגט איהר ווילט זיין אין זיין גיהנום (גיהנם)!
ואני הקטן האב געזאגט אז אין זיין גיהנום וויל איך נישט זיין.
איך פערזענליך (און אזוי אויך די גמרא) האלט אז עס וועט דארט נישט זיין אזוי באטעמ'ט ווי איהר מיינט.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:23 pm

· #482999
ישן מלא חדש: שוין. לאמיר זעהן. דערווייל זעמיר ב"ה חי וקיים אויף ביידע באקן בעולם הזה...!

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:25 pm

· #483009
זאגט מיר איינער אז ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט טוביה מאיר אפילו אין גן עדן.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:15 am

· #483028
רביה''ק זי''ע
זאגט מיר איינער אז ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט טוביה מאיר אפילו אין גן עדן.

רביה"ק זי"ע: זיכער. ווייל ער האט מורא אז ער וועט באקומען ראבא-קאללס אפילו אין גן עדן...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:23 am

· #483029
מאך זיכער: איך הער וואס דו זאגסט. די גוטסקייט פון ...RCCS... האביך באגעגנט אויף עטליכע פלעצער. איינס איז געווען אין מאימאנידעס האספיטאל אין בארא פארק. וואו מיין אייניקל האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע. די וואלונטירן/ס האבן זיך אהערגעשטעלט במלואו.

מיט בוני עולם האביך נישט געהאט אזא גוטע עקספיריענס. כ'רעד פון חלק פון דאנעישן. ואין צורך ליכנס בפרטים. זאללן זיי מצליח זיין...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:52 pm

· #483051
כ׳בין סתם נייגעריג פון וואו ער ווייסט ער ווער פארשטייט אידיש איהם צו ראבאטן?

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:20 pm

· #483052
איך בין לעצטענס געוואר געווארן דעם סוד ווער סשרייבט זיינע ארטיקלען דאס איז דער באגאבטען שרייבער אליעזר ראזען אוודאי ליינט ר'בערל מיט דארשט זיינע ארטיקלען!!

סעגאל » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:54 pm

· #483053
[ציטאט אראפגענומען]

וואס וועט דעמאלטס זיין ר' בערל וועט מיטגיין אין גן עדן. אדער ער וועט בלייבן אין טוביה מאירס גיהונם הערן די ראבא קאלס?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:21 pm

· #483054
[ציטאט אראפגענומען]

הרב העניך שליט""א: איך הער וואס דו זאגסט און איך קען עס פארשטיין. אבער לאמיר א מינוט באטראכטן וואס דער מצב איז דא. ער (טובי' מאיר) שטעלט אן ראבא-קאללס אז ס'זאלל קלינגען צו מענטשן אין זייער הויז (און אפשר אפיס אויך). אמת. אז ס'קען אמאל זיין נודנע (אין ענגליש, .."עננאיאינג").. אבער היינט האט דאך א יעדער קאללינג איי. די.."...! ווען מ'זעהט (אויפ'ן קאללער איי. די) אז ס'איז ער, דארף מען גארנישט טון. נאר איגנארירן דעם קאלל.

איך פערזענליך קען נישט עמפאטירן מיט דעם שטורם וואס דער עולם מאכט דא, ווייל מיר שטערט עס בכלל נישט. אפגעזעהן פון דעם חסד וואס (לשיטתו) קומט ארויס דערפון. יא. טעלעפאן רופן פון שווינדלערס און ..."קאן-מען"...דאס שטערט מיך דווקא יא. אבער מ'האמיר דאך געשמועסט אז ער טוט דווקא יא חסד. איז דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט קען איך אוועקקוקן. ס'איז דאך נישט סוכ"ס א גאנצן טאג. מאקסימום וואס איך האב באקומען איז 3 קאללס א טאג. אויך נישט יעדן טאג.

ע"כ. לדעתי איז עס נישט אזא הארבע זאך ווי דער עולם (א טייל) שילדערט עס. מ'קען אפשר זאגן אויף דעם וואס די משנה זאגט אין פרקי אבות..."יצא הפסידו בשכרו"...!

נ.ב.: איך בין נישט קיין באצאלטער (אדער אומ-באצאלטער) אגענט פון זיין ארגאניזאציע...!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:35 pm

· #483057
וואס מיינסטו, ר' בערל, זעהט מען אויף די קאללער איי.די.?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:02 pm

· #483063
שמעקעדיג: געוויינליך זעהט מען דעם נאמען אויך. לאמיר זאגן די מור וקציעה, אדער די חלבנה ולבונה ארגאניזאציע. אבער די נאמבער זעהט מען זיכער.

כמו שאמרתי. מיין אידענע, זז"ג, ווען זי באמערקט אויפ'ן קאללער איי.די. דעם אויבנדערמאנטן נומער אדער עטליכע נומערן, ווילל זי עס גלייך אויסמעקן. איך זאג. איך בעט. לאז איהם רעדן. וואס אהרט עס דיך. געלט געסטו (און איך) ממילא נישט...!

פערינא » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:56 pm

· #483064
לכם ולא לי, סקלינגט נישט ביי מיר די ספעם. אבער סקלינגט יא ביי די עניים שאינם הגונים פון אינדיע.

אויב קען איך טוישען, וואלט איך געטוישט צו ר' טובי' מאיר

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:26 am

· #483072
פערינא: לא זכיתי להבין את דברי קדשיך. יאירו נא דבריך לפנינו...! ביטע זיי מסביר מער פונקטליך דיין נקודה...!

פערינא » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:47 am

· #483073
איך בעסיקלי זאג אז ר' טובי' איז נישט ערגער ווי די ראבא קאולס וועגען די קאר וואראנטי. יעדער באקומט ראבא קאולס. איך באקום נישט זיינע קאולס אבער איך הער נישט אויף באקומען קאר וואראנטי קאולס פון אינדיע. וואלט שוין בעסער געווען טובי' מאיר. על כל פנים קיינער זאל זיך נישט אנריידען אז מ'קען לעבען בזמן הזה אן קיין ספעם.

האט שוין ירמיה הנביא געזאגט צו גאט. זיי מעניש מיינע שונאים מיט עניים שאינם הגונים. ליידער בין איך נישט זוכה צו ספעם הגוןַ

ספעם איז א חלק פון די היינטיגע לעבן.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:35 pm

· #483111
פערינא: ייש"כ פאר מסביר זיין בטוב טעם ודעת.

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון ספעם. איך האלט אין איין באקומען בריוון אויף פאסט און אין אי-מעיל פון קאר דילערס וואס לשיטתם גייען זיי דיך גליקלעך מאכן. אבי דו זאלסט נאר קויפן א נייע קאר ביי זיי. אדער לכה"פ איינטוישן דיין איצטיגע קאר. ווען מ'ליינט די קליינע אותיות זעהט מען אז די מציאות איז ממש די פארקערטע פון וואס זיי זאגן דיר צו , לכאורה. יא. זיי געבן דיר א נייע קאר. און אפילו א הלוואה פון ,ביז 40,00 דאללער.אבער דאס מוז זיין ..."סעקיור'ד"... פארזיכערט מיט ריעל עסטעיט אדער א באנק אקאונט וואס דו דארפסט משעבד זיין צו זיי...! אויף א הויעכן יערליכן פראצענט...! די אלע בריוון גייען גלייך אין גארבידזש ...!

ישן מלא חדש » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 4:08 pm

· #487808
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
קען איינער אפשר פרובירן צו מלמד זכות זיין פארוואס איך האב באקומען 3 קאלס פון דער בהמה אין די לעצטע שעה א האלב?
4:07


Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 4:13 pm

· #487810
ישן מלא חדש: יא. איך קען. ווייל דער עול פון אידישע צרות דרוקט אויף איהם...! וויבאלד ער איז אליינס א געליטענער מענטש. ואכמ"ל. שפירט ער דעם צער פון א צווייטן איד...!

פאליטיקאנט » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 6:22 pm

· #487811
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
berlbalaguleh
ישן מלא חדש: יא. איך קען. ווייל דער עול פון אידישע צרות דרוקט אויף איהם...! וויבאלד ער איז אליינס א געליטענער מענטש. ואכמ"ל. שפירט ער דעם צער פון א צווייטן איד...!
ער שפירט די צער ממילא איז ער מצער אנדערע.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 6:47 pm

· #487812
פאליטיקאנט: דאס איז א גוט ווערטל. איך האב געטשעקט. (געפרעגט ביי צענדליגע מענטשן) איז זיין (שנאר און ) צדקה קאמפיין אמת'דיג?. אדער איז ער א שווינדלער. אלע האבן פה אחד געזאגט אז ער טוט אמת'דיג מעשי צדקה מיט צובראכענע אידן און שאר נצרכים. א יעדער האט צוגעלייגט...נאר...ער איז א פגע... דאס האביך געוואלט הערן. וויבאלד זיינע מעשיות זענען אמת, לאז איך איהם שוין א ביסל פגע'ן. כאטש, אני כשלעצמי, באדערט מיך אינגאנצן נישט זיינע ראבא-קאללס. ווען מיין ווייב הערט, נעה זי זעהט נאר זיינע נאמבערס ווילל זי שוין אויסמעקן. איך בעט אייביג אז איך ווילל הערן זייינע מעשה'לעך...לסכם. וויבאלד ער איז נישט קיין שווינדעלר, 'עליך פארנעמען זיין פגע'ן...!

אויך. איך מיין אז ס'איז דא א (שטיקל) באנוס אין די קאללס. ווען מ'וועט קומען (א יעדער איינער) אויף יענע וועלט וועט דער בי"ד של מעלה צו רעכענען (איך ווייס נאכנישט וויאזוי זיי מעסטן עס) א פאר שעה פון מעשי צדקה וואס דער מענטש ווייסט אפילו נישט פון וואו ס'קומט. דאס זענען די ראבא-קאללס פון טוביה מאיר וואס מ'האט אויסגעהערט...!

ישן מלא חדש » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 7:16 pm

· #487818
ער איז א פגע רע און איז עתיד ליתן את הדין איך ווייס נישט צו ער טוהט ריכטיג חסד איך האב שוין נאכגעהערט פון טאהשע אידן אז זיין כח הדמיון איז נורא נוראות איין זאך ווייס איך אבער יא ער גייט פלאקערן אין גיהינום אז עס גייט זיין א נחת.

ערב שבת א צוואנציג מינוט פארן זמן איז נישט קיין צייט צו ארויס גרעפצן די טועמיה פאר גאנץ כלל ישראל.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 7:26 pm

· #487821
ישן מלא חדש: דאמאלס 'עמיר זיך נישט זעהן. ווייל איך וועל (אי"ה) יא זיין אין טוביה מאיר'ס גהינום... און דו וועסט דאך זיין אין גן עדן מיט שאר צדיקי עולם...!

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:36 pm

· #536400
דער אומפארשעמטע הונט טובי' מאיר ניימאן, דער נידריגער עקלהאפטיגער גועל נפש פון וועלכע באדערט און דערגייט מענטשן בכוונה ובמזיד, האט די חוצפה צו מאכן נאך א ספעם ראבא קאל צו טויזענטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען שוין מיד פון זיי גרעפסיגע שטימע, און עפענען זיינע פארשימלטע ליפן צו רעדן קעגן א איד וואס האט אריינגעגאסן מיליאנען פון זיין טאש פאר נצרכים.

קיינער איז נישט גוט, נאר זיין פארשטינקענע "צדקה" מאדעל וואס ארבעט נאר דורכן שטערן אנדערע מענטשן.

דאס הייסט א מקטרג! טאקע אין די עשרת ימי תשובה זוכסטו צו טרעפן די שלעכטס אויף אידן! ולמלשינים אל תהי תקוה, ומהרה יכרתו!

גענומען פון טעלעגראם.
📎 טובים מאורות שברא אלקינו.mp3

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:26 pm

· #536416
אנאנים: איך ווייס נישט וואס ער מיינט. איך ווייס נאר וואס ער טוט. צדקה וחסד.

ס'איז אויך מעגליך אז איך בין אזוי שטארק בארעד אז איך ענזשוי זיינע פאון קאללס.

קלמישל » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:14 pm

· #536424
מרדכי מרדכי
דער אומפארשעמטע הונט טובי' מאיר ניימאן, דער נידריגער עקלהאפטיגער גועל נפש פון וועלכע באדערט און דערגייט מענטשן בכוונה ובמזיד, האט די חוצפה צו מאכן נאך א ספעם ראבא קאל צו טויזענטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען שוין מיד פון זיי גרעפסיגע שטימע, און עפענען זיינע פארשימלטע ליפן צו רעדן קעגן א איד וואס האט אריינגעגאסן מיליאנען פון זיין טאש פאר נצרכים.

קיינער איז נישט גוט, נאר זיין פארשטינקענע "צדקה" מאדעל וואס ארבעט נאר דורכן שטערן אנדערע מענטשן.

דאס הייסט א מקטרג! טאקע אין די עשרת ימי תשובה זוכסטו צו טרעפן די שלעכטס אויף אידן! ולמלשינים אל תהי תקוה, ומהרה יכרתו!

גענומען פון טעלעגראם.
What a disgusting POS!

סקעפטיקער » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:10 pm

· #536440
מרדכי מרדכי
דער אומפארשעמטע הונט טובי' מאיר ניימאן, דער נידריגער עקלהאפטיגער גועל נפש פון וועלכע באדערט און דערגייט מענטשן בכוונה ובמזיד, האט די חוצפה צו מאכן נאך א ספעם ראבא קאל צו טויזענטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען שוין מיד פון זיי גרעפסיגע שטימע, און עפענען זיינע פארשימלטע ליפן צו רעדן קעגן א איד וואס האט אריינגעגאסן מיליאנען פון זיין טאש פאר נצרכים.

קיינער איז נישט גוט, נאר זיין פארשטינקענע "צדקה" מאדעל וואס ארבעט נאר דורכן שטערן אנדערע מענטשן.

דאס הייסט א מקטרג! טאקע אין די עשרת ימי תשובה זוכסטו צו טרעפן די שלעכטס אויף אידן! ולמלשינים אל תהי תקוה, ומהרה יכרתו!

גענומען פון טעלעגראם.
פון וועלכע נומער איז די קאל געקומען?

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:34 am

· #536456
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
גראדע האלט איך אז זיין פוינט האט רעכט, הגם איך קען נישט דעם נדבן פערזענליך.

וואס איז פשט פון אויס'פזר'ן 5 מעלאנעס לכל מאן דבעי, בעסער געזאגט פאר יעדער וואס האט א קאר? ס'זענען נישטא גענוג יודן וואס בלוטיגן און קענען ניצן דאס געלט לעבנסוויכטיג? א חבר ענטפערט מיר, ער טיילט גענוג פאר עניי א"י אויך. אנטשולדיגט: ס'איז "קיינמאל" נישט גענוג. מ'דארף אסאך מער ווי 100 אזאלכע נדבנים'ס גאנצע עשירות צי מסדר זיין אלע לעבנסוויכטיגע צוועקן.

צי ר ט"מ איז גערעכט מיטן עס אויספויקן ברבים? זיכער ניין! אבער די לשונות של גנאי איז ער אויך נישט, לדעתי. עם בלוטיגט יודישע צרות, און דא זעהט ער ווי געלט גיסט זיך פאר פוסטע נארישקייטן. איך פארשטיי זיין ווייטאג

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=15698&start=25

משה גרונם » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:13 am

· #536457
במחילך כבודך אבער איר רעדט גרויסע שטותים. ר' יואל לאנדא האט געטון א געוואלדיגע זאך דעם דינסטיג, ער האט ארויסגענומען פון זיין טאש 7 מיליאן טאלער ווערד און געטיילט פאר יודן אויף יו"ט. ער קומט פאר קיינעם גארנישט, אפגעזען וויפל געלט ער האט, און אפגעזען ווי שטארק דער קראנקער ניימאן האט אים פיינט.

יעצט צי עס איז מעגליך אז ער וואלט ווען געקענט טון געוויסע זאכן דא אנדערש? מעגליך... אבער צו בארעדן איינעם וואס האט פארטיילט אזויפיל געלט פאר מענטשן, איינער "וואס קומט דיר נישט גארנישט", איז זייער א מיאוסע זאך.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:17 am

· #536459
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
יואלי איז קיינעם גארנישט שולדיג. יעדעס פעני וואס ער טיילט, און יעדעס פעני וואס סיי וועלכע מענטש טיילט פאר צדקה דארף מען דאנקבאר זיין.

גראדע איז דא א מאנגל אין הילף פאר פשוטע מענטשן, ארבייטס אינגעלייט וואס זענען נישט דווקא קיין ארעמעלייט, אבער ווען עס קומט צו א יום טוב איינגעזאַלצן אין אינפלאציע, אדער ווען עס קומט צו חתונה מאכן ווערן זיי דערשטיקט ביז גאר.

און פאר ט. מ. ניימאן קומט זיך צוויי קלינגעדיגע פראסקעס אין פנים, אזאנע פראסקעס וואס די מנהל פלעגט געבן פארן רעדן ניבול פה!

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:36 am

· #536462
וואס איז די עיקר נקודה פ"וו מענטשן ווערן אזוי נערווירט פון רט"מ'ס קאללס?

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:41 am

· #536463
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
גלייבט מיר ווען ער וואלט ווען פארטיילט 7 מיליאן דאלער פאר 'עניים' בדרך 'מתן בסתר' אין 'וויליאמסבורג' וואלט אים קיינער קריטיקירט, דאס איז נישט קיין נושא פון אומפארגינערשאפט.
צום עצם נושא. ווי שטארק איך האס דעם טוביה מאיר, בין איך מודה אז ער האט דא א פינטל. און אייגנטליך איז עס בכלל נישט 'טוביה מאיר'ס' שיטה, נאר פילע אנדערע נארמאלע אידן טראכטן די זעלבע.
אין די צייט וואס פילע משפחות מיטשענען זיך באמת צו קענען נאכקומען בעיסיק געברויכן פאר זייערע פאמיליעס, און די טיטל 'עני' פאסט אויף זיי (טראץ דעם וואס פון אויבן אויף זענען זיי טיפישע מיטל קלאס...), און זיי קענען ניצען אביסל הילף צו בלייבן שטיין אויף די פיס. שטעלן זיך מחנות עקספעדישען רייטער - קאנטרי גייער - ברענד נעים איינרישער אויף א ליניע צו באקומען פון די יום טוב חלוקה כאחד העניים. דערביי זאגנדיג איבער די פראזע "איז דען דא עפעס גרעסער ווי געבן צו עסן פאר 'אידן'...?" - און דערביי זיך מאחד מיט כלל ישראל, ווארום עס איז דאך נישט אז איך פערזענליך בין א נצרך - עס איז פשוט געבן עסן פאר 'אידן'... אזא רעבשייעבענרעבמוישע בחינה. עס איך דען נישט תיקון כאחד האדם אין ביהמ''ד יעדן טאג? מאי שנא זו?
און די פראבלעם איז נישט נאר אז די זעלבע געלט קען גיין פאר וויכטיגערע געברויכן, מעגליך אז ער גיבט פאר ביידע. די עצם מושג אז טויזענטע געווענליכע מענטשן שטייען און נעמען פון די זופ קאך איז א פראבלעם פון א סאציאלאגישע שטאנדפונקט.
און ב.ד.וו. איך פארגין אים גערן. איך קען נאר נישט ליידן די פרעצידענלאזע רדיפת הכבוד.

Sent from my Pixel 6a using Tapatalk

קייןנאמען » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:49 am

· #536466
[ציטאט אראפגענומען]
איך קען דעם מיסטער ניימאנן פרעזענליך,

קענען איז נישט געניג פאר די אינפארמאציע וואס דו האסט געברענגט האט ער דיך מסביר געוועהן וואס ער וויל באמת?

דער לעבט אויף אנטעשען און אויפרעגן מענטשן, אבי מזאל רעדן פין אים,

דאס האט ער דיך געזאגט?

עם בלוטיגט בכלל נישט קיין אידישע צרות, ווען יא וואלט ער ווייניגער גערודפט כלל ישראל, מיט ראבא קאלס, וואס ער רעיזט מימלא זייער שוואך, און דאס רוב דערפין בלייבט ביי אים,

דאס האט ער דיך געזאגט?
--


קיינער איז נישט בארעכטיגט צו באשמיצען קיינעם.

מיט וואס זענען אונז שענער ווען אונז גייען אהים צוריק באשמיצען פארן באשמיצען.. ווי דער פאליס וואס שטעלט אפ א פאליס, וואס האט אפגעשטעלט א פאליס.. ווי דער כלבא דנשך לשונרא דאכלה לגדיא..

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:02 am

· #536467
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
פונדאַמענטאַל
די עצם מושג אז טויזענטע געווענליכע מענטשן שטייען און נעמען פון די זופ קאך איז א פראבלעם פון א סאציאלאגישע שטאנדפונקט
האסט מורא אז מענטשן וועלן אויפהערן ארבעטן וויבאלד זיי באקומען סייווי טשיקן זופ בחינם?

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:05 am

· #536468
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
קייןנאמען
מיט וואס זענען אונז שענער ווען אונז גייען אהים צוריק באשמיצען פארן באשמיצען..
1) ער האט אנגעהויבן.

2) ער האט באשמוצט א בעל צדקה און אונז באשמוצן די באשמוצער וועלכע באשמוצט דעם בעל צדקה.
בלאט: 1 2