משה גרונם
קודם קל ער האט פארטיילט פאר יעדעם אינקלאדינג ארעמע, אין פארשטיט זיך אז צו נעמען פון א חלוקה או שטיין אין א לאנגע ליין איז סך מער לייקלי פאר א ארימע מענטש עס צי טון ווי פאר א רייכע מענטש,
און צווייטענס והוא העיקר, ווער ביסטו אים צי איינטיילן פארוועם ער דארף געבן? ס'איז זיין געלט און "ער קימט פאר קיינעם גארנישט".
נאכאמאל, "ער קומט פאר קיינעם גארנישט".
און א דריטע מאל: "ער קומט פאר קיינעם גארנישט"
איר פארפאסט די נקודה. די פראבלעם איז נישט אז די חלוקה איז 'נישט' פאר ארעמע, נאר אז עס איז 'יא' פאר נישט ארעמע. אלס א סאסייעטי איז עס אן אומגעזונטע הנהגה אז יעדער איינער ווערט א מקבץ נדבות. און פאר די סיבה איז דאס פאר די ספאנסער פון די אונטערנעמונג פאררעכנט ווי א זינלאזע געלט גיסעריי. און דאס אלעס בלויז פאר אביסל אטענטשען, ווארום אויב וואלט ער באמת זיך געזארגט פאר נצרכים וואלט ער עס געטון אויף א בעסערן אופן.
און צווייטנס, אויב דו האסט נישט באמערקט, מיינע קאמענטארן זענען נישט געשריבן געווארן אין א פערזענליכע אימייל - אלס זיין בעל הבית, אים איינטיילנדיג ווי אזוי צו שפענדן זיין געלט. עס איז געשריבן געווארן אין א פארום ווי מען דיסקוסירט כל מיני נושאים, אריינגערעכנט קולטור. און אלס א קאמיוניטי קענען מיר קריטיקירן אומגינסטיגע ערשיינונגען אין אונזער סאסייעטי.