טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14864
moneymindedסא למעשה זעט זיך אויס אז פליטשקין מיט נאך חברה האלטען א וואכזאם אויג אויף די חברה און מאכן זיכער אז קיין איין לאנד זאל זיי נישט אריינלאזן
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
איך ווייס נישט פון וואו די נעמסט די נאמען פליטשקין אלץ איינער וואס גייט זיי נאך, פליטשקין איז געווארן אינוואלווד דורך שרה העלבראנץ צו ארויסראטעווען אירע קינדער און אויך העלפט ער די אלע אנטלאפענע פון דארט אזוי ווי ר׳ יוחנן וואזנער שליט״א האט געשריבען בשעתו ביי פרשת נתן העלבראנץ ״ להבריחם ולהצילם והוא עניין של מסירות נפש״
עס אזוי ווי דו גייסט זאגען אז העסקן אייזיק ווייס פון טאהש שתדל׳עט אז מען זאל זיי קיין ערגעץ אריינלאזן
מיט ראיות פון מענדי לעווי האט מען גאר א שוואכן קעיס........
פרייוויליג@חכמת שלמהמיך באדערט איין זאך מיט דיינע באריכטן.
ווי אנדערע האבן שוין ערווענט דא ווייסטו גאנץ גוט אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, און קאווע שטיבל בפרט, איז נישט אין די גייסט פון לב טהור, די עולם האלט לב טמא פאר א קראנקער גרופע. אבער אעפ"כ טרעפסטו קאווע שטיבל אלס א מקום וואו צו ריליסען דיין ענקזייעטי און די גלייכסט די טיעז וואס דו עולם געבט דיך. דו אינזשויסט די פיינטליכע מעסעדזשעס, און דאס געבט דיך די הנאה זיך צו שטארקן אויף די פיינט, און זיך באפעסטיגן אין דיינע שיטות.
און דאס קומט אין די זעלבע צייט ווען דער עולם האט עקסעס צו די לייוו טריילס, און יעדער קען דאס דן זיין פאר זיך, אן דארפן צו קומען צו די פילטער פון א גייסטליכער קולט מעמבער.
דאס קומט אויך אין די זעלבע צייט ווען צענדליגער קינדער און פרויען לעבן אין פיין, שמערצן און יסורים, און ווערן גייסטליך מאלעסטעט און פיזיש דיפרייווט פון אלעס וואס די מענטשהייט און אידישקייט שטעלט אלץ ארויס. די מעבערס ווייסן נישט וואס גוגל איז, אבער די פירער שרייבן אויף קאווע שטיבל, און אינדזשויען די געשמאק צו אויסליפטערן זייערע שווערע לאגע, און הערן די פידבעק, וויסענדיג אז ווען זיי מאכן צו זייער בראזער זעען זיי מענטשן אין גארבעטש בעגס וואס גייען אדורך אוישוויץ און בוכענוואלד א יעדן טאג פון זייערע לעבן.
איך האב גראדע הנאה פון חכמת שלמהס באריכטן, נישט יעדער האט געדולד אפצוזיצן פאר שעהן מיטהאלטן די טרייעלס, און חכמת ברענגט א היפש קלארן בילד פון וואס דארט טוט זיך, זיינע אנאליזן זענען א געשיכטע פאר זיך אבער די באריכטן זענען גאר גוט.
זופ מיט מאנדלעןפרייוויליג@חכמת שלמהאיך האב גראדע הנאה פון חכמת שלמהס באריכטן, נישט יעדער האט געדולד אפצוזיצן פאר שעהן מיטהאלטן די טרייעלס, און חכמת ברענגט א היפש קלארן בילד פון וואס דארט טוט זיך, זיינע אנאליזן זענען א געשיכטע פאר זיך אבער די באריכטן זענען גאר גוט.
זיינע באריכטען זענען זייער נישט באגלייבט און אובייקטיב
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נפהזופ מיט מאנדלעןפרייוויליג@חכמת שלמהאיך האב גראדע הנאה פון חכמת שלמהס באריכטן, נישט יעדער האט געדולד אפצוזיצן פאר שעהן מיטהאלטן די טרייעלס, און חכמת ברענגט א היפש קלארן בילד פון וואס דארט טוט זיך, זיינע אנאליזן זענען א געשיכטע פאר זיך אבער די באריכטן זענען גאר גוט.
זיינע באריכטען זענען זייער נישט באגלייבט און אובייקטיב
איך האב אויך הנאה. ער לייגט אמאל צו א האפענונג אז זיי וועלן געוואונען אדער אזוינע מימרות ווי 'היינט איז געווען גוט' וכו' באהאלט ער דאך נישט ווי ער שטייט.
@נפה קענסט אפשר אנווייזן וואו איר האט איינגעזען אז ער באריכטעט נישט אמת'דיג אין זיינע לענגערע באריכטן (וואב אגב, יעדער קען אליין מיטהאלטן רוב פון זיי) אז איר מאכט אים אזוי אוועק מיט א פערטל תגובה?
דעס אז ער פילט אפענערהייט פאר איין זייט מאכט אים לדעתי נאך מער נאמן זעענדיג וואו ער באריכטעט פונקט אזוי זאכן וואס זענען געווען "שלעכט" פאר זיי
.
נפהזופ מיט מאנדלעןפרייוויליג@חכמת שלמהאיך האב גראדע הנאה פון חכמת שלמהס באריכטן, נישט יעדער האט געדולד אפצוזיצן פאר שעהן מיטהאלטן די טרייעלס, און חכמת ברענגט א היפש קלארן בילד פון וואס דארט טוט זיך, זיינע אנאליזן זענען א געשיכטע פאר זיך אבער די באריכטן זענען גאר גוט.
זיינע באריכטען זענען זייער נישט באגלייבט און אובייקטיב
איך האלט אז עס איז א מעלה אז א מענטש זאגט אויף וועלכע זייט ער איז אזוי ווייסט מען צי נעמען זיינע נייעס מיט א לעפל זאלץ.
משא"כ די "געוועיזענע צייטונג" די נ.י. טיימס (קרעדיט: המשומד אנדרו קלאוואן) וואס קומט מיט א מכלומר'שטן אביעקטיווער שטאנדפונקט, זענען דא מענטשן וואס גלייבן זייערע פאלשע נייעס.
כ'פארשטיי אז מיין Opinion אין די נושא איז זייער נישט פאפולאר,
פארט פיל איך פאר וויכטיג זיי ארויפצוברענגען. (מיט אנטשולדיגונג פאר די אלע וואס איך צושטער זייערע "קנאות'דיגע" תגובות 😂 ).
אפט געשריבענע תגובה דא:
לב טהור פירן זיך אויף ווי אכזרים, משוגעים וכו, און דעריבער דארף מען זיי דערביטערן די יארן, אוועקנעמען זייערע קינדער, און זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין וואוין ארט.
נקודה למחשבה:
וואס פונקטליך אין זייערע מעשים גיט די רעכט אזוי צו האלטן?
דאס אז זיי פירן זיך אויף עקסטרעם?? פאני לבוש?? שטרענגע מאדנע סדר הלימודים?? עסן ווייניג סארט עסן??
נו, אונז פירן זיך אויך אויף עקסטרעם און מאדנע אין די גוים'ס אויגן..!
ווער איז דער וואס מאכט אפ אז אונזער מאדנעקייט איז אויסגעהאלטן אבער זייערס דארף מען עוקר מן השורש זיין, אזש ביז צוכאפן זייערע קינדער?
דאס אז זיי מאכן חתונה ביי די 12, 13??
נו, אונז מאכן חתונה ביי די 17, 18.. א זאך וואס איז אפגעפרעגט אין סיי וועלכע מאדערנע סאסייעטי.
שוין אפגערעדט אז ביז 100 יאר צוריק האבן אונז אויך חתונה געמאכט ביי די 12... נו, אז איינער איז אונז אונטערשטעליג מיט 100 יאר דארף מען שוין צוכאפן זיינע קינדער??
מען קען גיין אזוי ווייטער און ווייטער.
מיין הויפט נקודה איז: די טענות דא זעהן אויס ווי די טענה פון יענקי אויף שראלי.. שראלי דו ביסט זייער נישט וואויל! פארוואס האסטו גענומען 3 לאלי'ס אן מאמי'ס רשות? איך האב דאך נאר גענומען 1...
(כמובן אז אויב די מעשה פון די פרוי וואס מען האט געצווינגען צו עסן תחינה איז אמת, איז עס א גאנץ אנדערע הלכה. אבער כ'בין דאך אבער דייקא נישט קיין גלייבער פון מעשיות..)
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
[ציטאט אראפגענומען]
המממ..
און ביינונז?
טראכטכמוני
@נפה קענסט אפשר אנווייזן וואו איר האט איינגעזען אז ער באריכטעט נישט אמת'דיג אין זיינע לענגערע באריכטן (וואב אגב, יעדער קען אליין מיטהאלטן רוב פון זיי) אז איר מאכט אים אזוי אוועק מיט א פערטל תגובה?
דעס אז ער פילט אפענערהייט פאר איין זייט מאכט אים לדעתי נאך מער נאמן זעענדיג וואו ער באריכטעט פונקט אזוי זאכן וואס זענען געווען "שלעכט" פאר זיי
למשל
די תגובה שרייבט ער ״ . זי האט געזאגט אז זי וויל נישט זען איר ברודער נחמן אין תפיסה און זי איז אים מוחל אויף אלעס, זי וויל פשוט טון אלעס וואס זי קען צו האבן אירע קינדער. זי האט געזאגט אז זי זאגט אלס פאר אירע קינדער יעדע נאכט ווען מען גייט שלאפן, און מען זאגט רבונו של עולם הריני מוחל (זי האט ערקלערט די תפילה), אז אונז זענען מוחל יעדן איינעם, און דער אויבערשטער זאל אונז מוחל זיין. עס איז געווען זייער הארציג״ ע״כ
און די ווארהייט האט זי דערציילט ווי נחמן האט איר געטריט געמיין און געפייניגט און ווען מען האט איר געפרעגט צו זי וויל זען נחמן אין תפיסה האט זי געזאגט אונזער רעליגיע לערנט אונז אויס אז מיר דארפן מוחל זיין יעדעם און זי האט צוטירט דעם ריבונו של עולם הריני מוחל
״אויך איז געווען זייער פילפארביג, ווען מען האט אויפגעשפילט עטליכע רעקארדירונגען ווי די וויינגארטן ברידער רעדן מיט איר און מיט די צוויי קינדער, ווי אויך א טעלעפאנישע געשפרעך פונעם רבי'ן שליט"א. טייל שמועסן איז גאנץ נארמאל, אנדערע זענען טענה'רייען מיט קולות. כמובן אז אלעס איז אויף אידיש, בשעת עס איז געווען ענגלישע טרענסקיפס (איך שרייב עס גוט?). מען האט איר אויסגעפרעגט איבער דעם.״ ע״כ
באמת איז דארט געווען זידלינגען און סטראשערייען ווי אזוי איינער פון די הנהלה ( איך האב פארגעסן ווער) זאגט איר אז אונז גייען גיין ביז בלוט די לעצטע אראפ בלוט מיט קולי קולות אין א געפערליכער כעס אויסברוך
ווייטער, ״דאן האט זיך אנגעהויבן די קראס עקזעמענעישן. דער לויער האט איר אויסגעפרעגט, ארויסברענגענדיג די געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט ווען זי איז אנטלאפן פון גוטאמאלא, אז זי האט גענומען די גאנצע קהילה פון גרים, זיי זענען דארט אנגעקומען צווייע פארטאגס און געמאכט א חורבן, ארומגעגאנגען מיט שטעקענעס און געהאקט יעדן וואס איז זיי געשטאנען אין וועג, כולל די טאטע וואס איז געלעגן אויפן ערד, און אזוי האבן זיי ארויסגענומען די קינדער פון די קהילה. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז זי איז געקומען מיט די קינדער קיין ניו יארק, אן זאגן די טאטע פון דעם, וואס דאס איז אומלעגאל״ ע״כ
דער לויער האט עס טאקע געפרעגט אבער עס איז געווארן אויפגעוויזן אז די פעטש וואס איז געגאנגען צווישן די גרים און לב טהור האט גארנישט געהאט מיט איר און אויך אז פון לב טהור׳ס זייט האט מען געשאסן מיט גאנס און אז ווען זי איז ארויסגעגאנגען האט איר איינער באפאלן מיט א מעסער
און אויך אז די גוטעמאלא פאליס האבן איר געגעבן די קינדער זי האט נישט זיי אליין גענומען
מען קען מאריך זיין און איבערגיין יעדע תגובה זיינע אבער איך האב נישט געהערט רוב פון די טרייעל והאמת עד לעצמה
תוהו ובוהו[ציטאט אראפגענומען]
המממ..
און ביינונז?
דו דערמאנסט מיר פון יענע מעשה פון יענער רב וואס האט אין א דרשה פארפירט איבער דאס הארבקייט פון רעדן לשון הרע, ״רעדן לשון הרע איז פונקט אזא עבירה ווי עסן חזיר!!״ האט ער אויסגעשריגן מיט פאטאס, הערט ער ווי איינער שושקעט זיך אונטער צו זיין חבר ״האסטו געהערט וואס דער רב האט אקוראשט געזאגט?! עסן חזיר איז נישט אזוי געפערליך, סך הכל איז עס ווי רעדן לשון הרע...״
נפה, ביסט א ליגענער!
חכמת שלמהנפה, ביסט א ליגענער!
זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א ליגענער, @נפה האט זיך מסביר געוועין פארוואס ער האלט דיך פאר א ליגענער, די קענסט עים נישט אפפרעיגן מיט א פראסטע "די ביסט א ליגענער" די דארפסט זיך מסביר זיין.
איך ווייס נישט ווער איז די אמת'ע ליגענער (אקסי-מורון 😛 ), אבער סתם אויסברעכן א סטעיטמענט אן קיין דעקונג, איז נישט אויף ק"ש סטאנדארט.
חכמת שלמהנפה, ביסט א ליגענער!
יוש
ליגענט איך ???
קהל'ס נערחכמת שלמהנפה, ביסט א ליגענער!
זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א ליגענער, @נפה האט זיך מסביר געוועין פארוואס ער האלט דיך פאר א ליגענער, די קענסט עים נישט אפפרעיגן מיט א פראסטע "די ביסט א ליגענער" די דארפסט זיך מסביר זיין.
איך ווייס נישט ווער איז די אמת'ע ליגענער (אקסי-מורון 😛 ), אבער סתם אויסברעכן א סטעיטמענט אן קיין דעקונג, איז נישט אויף ק"ש סטאנדארט.
ער האט קודם אויסגעבראכן, נישט איך (קוק דרייצן תגובות צוריק).
יעדער וואס האט בפועל מיטגעהאלטן די קארט, וועט מודה זיין און מסכים זיין אז איך בין געווען אקאראט. מיינע אייגענע אנאליזן זענען דאך געווען אייגנס, אבער די באריכטן פון קארט זענען געווען פונקטליך, אפילו ווען עס איז געווען קעגן לב-טהור, האב איך גערעדט און געזאגט אביעקטיוו, וועלכע עדות עס איז געווען גוט פאר וועלכע זייט. איך האב גארנישט באהאלטן. נפה קומט און פארדרייט זאכן, זאגנדיג אפענע שקרים. מען האט איר קיינמאל נישט געפרעגט צי זי וויל זען נחמן אין תפיסה. זי האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען איז איר באפאלן מיט גאנס און מיט א רעוואלווער. זי האט קלאר געזאגט אז זי האט אליין גענומען די קינדער, אדער אז זי האט געבעטן אנדערע זאלן דאס נעמען פאר איר. דאס וואס נפה שרייבט איז נישט אקאראט.
יעדער וואס האט מיטגעהאלטן דעם קארט, וועט מסכים זיין צו מיר.
און... איך גיי זיך נישט אראפלאזן און זיך דינגען מיט נפה אויף יעדע שטות.
חכמת שלמהקהל'ס נערחכמת שלמהנפה, ביסט א ליגענער!
זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א ליגענער, @נפה האט זיך מסביר געוועין פארוואס ער האלט דיך פאר א ליגענער, די קענסט עים נישט אפפרעיגן מיט א פראסטע "די ביסט א ליגענער" די דארפסט זיך מסביר זיין.
איך ווייס נישט ווער איז די אמת'ע ליגענער (אקסי-מורון 😛 ), אבער סתם אויסברעכן א סטעיטמענט אן קיין דעקונג, איז נישט אויף ק"ש סטאנדארט.
ער האט קודם אויסגעבראכן, נישט איך (קוק דרייצן תגובות צוריק).
גערעכט ס'קומט אויך פעטש פאר דעים, (כ'האב עים ערשט יעצט
דא אנגעפראסקעט, זיינע באקען זענען עים נאך רויט)
אז די ווילסט זיך נישט טענה׳ען איז נישט
עס קען אז איך בין נישט אזוי מדייק איך האב עס נישט געהערט אראפצושרייבן עס קען זיין אז מען האט איר געפרעגט צו זי איז ברוגז אויף נחמן נישט צו וויל אים זען אין תפיסה
לגבי די גאנס האט מען נישט גערעדט אז מען איז איר באפאלען נאר אז בשעת די פייט איז געווען גאן פיינר מצד לב טהור
לגבי די מעסער האב איך עס נישט געהערט פון איר נאר נאכגעהערט סא ווייס איך נישט
לגבי די קינדער ווענדט זיך וועלכע קינדער אזוי עטס אליין שרייבט
דאאון אנפאנג האב איך אויך געטראכט wow קוק ווי אזוי ער שרייבט אזוי אמת׳דיג אבער נאכען זען די תגובה וואס איך האב צוגעלינקט
האב איך געטוישט מיין מיינונג
דער עיקר האט מיר דארט געבאדערט די וועג ווי אזוי דו לייגסט אראפ די רעקארדינגס פון די טעלעפאון קאלס
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
ווען האט די זשורי אנגעפאנגען די דעליבערעישאנס?
נחמן העלבראנץ און מאיר ראזנער זענען געפונען געווארען שולדיג אויף אלע קאנטס
יעצט רעדט מען פון די צוויי לב טהור וועבסיידס וואס פאבלישען דאקומענטס און רעקארדינגס פון די קעיס אנטקעגן די געזעץ
נפהנחמן העלבראנץ און מאיר ראזנער זענען געפונען געווארען שולדיג אויף אלע קאנטס
יעצט רעדט מען פון די צוויי לב טהור וועבסיידס וואס פאבלישען דאקומענטס און רעקארדינגס פון די קעיס אנטקעגן די געזעץ
וואס ערווארט זיי?
זיי זיצן יעצט אין תפיסה ? אויב יא, וואו?
איז ערווארטעט יעצט נאך אזא שטרענגע פסק אז די גאנצע קולט וועט נעלם ווערן?
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
לך לךנפהנחמן העלבראנץ און מאיר ראזנער זענען געפונען געווארען שולדיג אויף אלע קאנטס
יעצט רעדט מען פון די צוויי לב טהור וועבסיידס וואס פאבלישען דאקומענטס און רעקארדינגס פון די קעיס אנטקעגן די געזעץ
וואס ערווארט זיי?
Two leaders of the Lev Tahor cult have been found guilty by a jury on all charges pertaining to the 2018 Shabbos kidnapping of two children who escaped the cult, and now face life in prison.
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/2026824/guilty-on-all-charges-two-lev-tahor-cult-leaders-face-life-in-prison-after-jury-finds-them-guilty-of-all-charges.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... arges.html</a>
moneymindedזיי זיצן יעצט אין תפיסה? אויב יא, וואו?
איז ערווארטעט יעצט נאך אזא שטרענגע פסק אז די גאנצע קולט וועט נעלם ווערן?
זיי זיצן דא אין ניו יארק,
און לכאורה גייט זיך ליידער גארנישט טוישן אזוי ווי ביז יעצט ווען זיי וואנדערן ארום איבעראל רח"ל.
אגב עס איז נאכנישט דא קיין פסק נאר דער דזשורי האט געזאגט גילטי, אבער דער שופט האט נישט געאורטיילט קיין יארן וכדומה.
פאר מער קענסטו זען
דאאיך האב נישט מיטגעהאלטן היינט ביים טרייעל. אבער איך האב געהערט, אז דער דזשארדזש האט עפעס גערעדט איבער נייעס פון קארט וואס מען האט ארויסגעליקט. האט ער געמיינט דאס וואס מיר שרייבן דא?
ער האט גערעדט וועגן 'עווידענס' וואס איז געליקט, לכאו' אויף די צוויי סייטס 'דשאסטיס פאר יאנטע' און 'לב טהור אינפא'
יא ער האט קלאר גערעדט פון דאקומענטן וואס ליגט אויף א סייט און עס איז אנטקעגן די געזעץ.
די שאלה צו די געזעץ איז חל נאר אויף די באשולדיגטע, און אפי' אויב נישט, ווייס איך נישט צו עס גייט אן אין גוטעמאלא.
ער האט געזאגט אז מען דארף אויסגעפינען צו די אנגעקלאגטע האבן עס ארויסגעלייגט, למעשה האט עס א נאמען ווער עס פירט די סייטס און אויך ליגט עס שוין כמדומני נאך פאר די קארט.
קודם כל, איך מוז באדויערן דעם געפערליכן פסק וואס איז היינט ארויסגעקומען. איך ווייס נישט וואס צו זאגן, בפרט אז די קהילה בכלל איז אויף צרות, צושפרייט אויף דריי פלעצער, וואס פון יעדע פלאץ וויל מען זיי ארויסווארפן. זיי דרייען זיך ארום בעירום ובחוסר כל, מען האט זיי אוועקגענומען זייערע רענצלעך, זיי האבן גארנישט מיט זיך, קוים די קליידער וואס איז אויף זיי, און דאס איז אויך טיילווייז צוריסן, נאך די קלעפ וואס זיי האבן דארט געכאפט. א פרוי איז היינט אריין אין שפיטאל, מען האט איר צוגענומען פון דארט אלע קליידער. איך קען אייך נישט זאגן וואס מען מאכט מיט דארט. מען נוצט די אונטערוועש פאר דייפערס פאר די קינדער, ס'איז ממש גארנישט דא. דאס אלעס איז בשעת די ראשי העדה זענען אין תפיסה, יעדער איינער פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען... אוי, גאט זאל אפהיטן. ווער ווייסט וואס וואס דא וועט זיין...
צו אונזער ענין: דעם געפערליכן פסק איז בלויז צו פארדאנקען די כתב אישום וואס די גאווערמענט האט שפעטער פארראכטן. פון אנהויב האט מען נישט גערעדט פון טשיילד אביוז, און פון סעק.. קריימס. ס'איז געווען א פשוט'ע קידנעפינג קעיס. דאס וואלט נאך אריבערגעגאנגען גאנץ בחסד. מיטהאלטנדיג דעם טרייעל קען איך זאגן אז דאס האט געהאט געזונטע לעכער און ס'וואלט נישט געווען אזוי געפערליך. די צווייטע העלפט, וואס מען האט צוגעלייגט שפעטער, דאס האט געמאכט דעם שווארצן בילד און דאס האט גורם געווען צו די געפערליכע מצב.
צווישן מיר און ענק: פון אנהויב האט דאס קיינער נישט אנגעקוקט ווי א סעק. קריים. ווער האט געקלערט דערפון? - ס'איז געווען א פשוט'ער קידנעפינג קעיס, אזוי איז געווען די כתב אישום, אזוי האט מען געשמועסט איבעראל, עס האט נישט עולה על הדעת געווען פון קיינעם - כולל די גאווערמענט - אז מען רעדט פון אזעלכע סארט זאכן. יעדער פארשטייט אז נישט דאס איז געווען די כוונה דא. ווען זיי נעמען דעמאלס א פליה, וואלטן זיי אפגעקומען מיט צוויי דריי יאר, און מען האט זיי דעמאלס געגעבן אזא פליה, וואס זיי האבן אפגעווארפן. זענען זיי דעריבער געזעצן דריי יאר, נאך איידערן משפט. חיים יאנקל אליינס, האט געהאט די געלעגנהייט - עטליכע מאל - ארויסצוגיין פון תפיסה, אן גארנישט. ער האט כמעט גארנישט געדארפט זיך מחייב זיין און ער וואלט געקענט בלייבן מיט א קלין רעקארד. האט ער נישט געוואלט, כהוראת כ"ק מרן אדמו"ר תמ"ל (באמת האט ער געקלערט דערפון, דער רבי האט אים נישט געלאזט - די רעגירונג האט נישט ממש עפעס קעגן אים, זיי וואלטן אים געוואלט באפרייען).
צוריק צו אונזער נושא: פון אנהויב איז דאס נישט אנגעקוקט געווארן פאר א שמוץ קריים. שפעטער ווען די רעגירונג האט געזען אז זיי האבן גאנץ א שוואכע קעיס, האבן זיי צוגעלייגט געפערליכע טשארדזשעס. פון אנהויב האבן מיר געקלערט אז די גאנצע מטרה איז, דערמיט צו ברענגען די וויינגארטן ברידער קיין אמעריקע, מיר האבן געהאלטן אז עס מיינט נישט די ארעסטירטע אין אמעריקע. ליידער שטעלט זיך ארויס אז יא, דאס האבן זיי געמיינט. פשוט, ווייל אן דעם וואלט די קעיס נישט געווען אזוי שטארק. דערמיט האבן זיי געבויט א שטארקע קעיס.
ווער ס'האט מיטגעהאלטן דעם טרייעל, האט געזען, אז דער נושא האט בעיקר פארשווארצט די צורה פון לב-טהור בכלל, און פון די מעשה בפרט (מיר האבן אייך אראפגעגעבן טעגליכע באריכטן, טריט ביי טריט). עס איז קלאר אז ווען נישט די נושא, וואלט דער מצב נישט געווען אזוי געפערליך. אבער וואס קען מען טון? - אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט.
וואס דאס מיינט, יעדער וואס טראכט אביסל אריין (און ביטע טראכטן מיט לאגיק, נישט בלויז מיט אטאקירן - איך בין אויך א מענטש), אז באמת זענען זיי נישט אזוי שולדיג אין די ספעציפישע געשיכטע. והראיה, אז קיינער האט לכתחילה נישט געטראכט אז עס האט צו טון מיט סעק. ס'האט פשוט נישט עולה על הדעת געווען. בלויז שפעטער האט מען דאס צוגענייט אויפן קעיס. דאס מיינט אז מען דארף האבן א גאוניש'ן פשעטל ארויפצודרייען די נושא, אז מען האט געמיינט סעק. אביוז, אז די פירער פון לב-טהור האבן געהאט די איינציגסטע כוונה, צו ברענגען די מיידל צו א פלאץ, אז דער זכר זאל עס טון צו איר, דוגמת די גוי'אישע רויבער וואס כאפן מיידלעך און פארקויפן זיי אלס שפחות מין צו דריטע וועלט לענדער, היל"ת רח"ל. מיטן צווייטן כתב אישום, האט עס די גאווערמענט אראפגעלייגט אויף דעם וועג, אז פשוט דאס איז געווען די כוונה פון די קינדנעפינג, איר צו ברענגען צום זכר וכו'.... און אלס ראיה דערצו האט מען אראפגעברענגט די נושא פון מיינערס אין לב טהור, און נאך ענינים וואס מען קען דאס פונקט אזוי ארויפפאקן אויף אנדערע חסידי'שע מקומות, וואס ברענגט ארויס אז די כוונה פון די קידנעפינג איז געווען בלויז דערפאר.
אין אנדערע ווערטער, מען האט עס געמאכט אויסקוקן, אז די דזשורי זאל דאס זען ווי א קארניבאלישע געשיכטע, ווי מען כאפט מיידלעך אינמיטן גאס, זיי צו ברענגען צו זכרים פון די קהילה וכו' (איך האב זיך שוין אויסגעלערנט דער ווארט דא אויף דעם - "מאחורי אלערט"...). דאס, און בלויז דאס, האט געמאכט א גאר טונקעלע בילד אויף די דזשורי, און דאס האט געמאכט דעם שווערן פסק.
אבער אזוי ווי מיר האבן שוין ערווענט, פון אנהויב האט קיינער נישט געקלערט דעם וועג. יעדער האט פארשטאנען אז די כוונה איז געווען, אז זי זאל צוריקקומען צו לב טהור, און אטאמאטיש אויך צו איר מאן (די גוי'אישע געריכטן האבן פיל מאל אנערקענט נישואין אין אזעלכע פעלער), קיינער האט נישט געקלערט פון איר מאכן א שפחת מין - סעק. סלעיוו וכו'. און טאמער וואלט דאס געווען די נושא, וואלטן זיי געהאט גוטע שאנסן צו געווינען דער משפט.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס: אז באמת זענען זיי נישט אזוי שולדיג, אבער דאס איז די גאווערמענט! - זיי האבן זיך פארטשעפעט מיטן גאווערמענט, זיי האבן נישט געוואלט נעמען קיין פליה, און זיי האבן פארפירט דא און דארט, ואכמ"ל, האט מען זיי געוויזן דעם וועג... טשעפע זיך נישט מיט אונז...
לסיום, איך וויל שטארק בעטן. איך בין א מענטש מיט געפילן, פונקט ווי יעדער איינער. ביטע נישט שעלטן, אטאקירן און באליידיגן. עס קלאפט מיר שטארק אראפ און עס טוט מיר וויי ווען מען טוט דאס. איר קענט רעדן לגופו של נושא, אבער נישט אראפקלאפן. איך ווער זייער וויי-געטון ווען מען טוט דאס. איך בין אויך א מענטש און איך האב געפילן פונקט ווי יעדער אנדערער. למעשה טוה איך אייך א טובה, איך האב געברענגט טעגליכע באריכטן און איך מיין אז איך בין געווען זייער אויפריכטיג, און יעצט בין איך אויך מיט דעם דאזיגן באריכט. באציט זיך צו מיר מענטשליך, רעדטס לגופו של ענין און קלאפט מיר נישט אראפ, ביטע.
ב"ה די קארט האט איינגעזעהן וואס דאס איז. סעקס טרעפיקינג בתפארתו.
נעמט איז די צייט פאר עסקנים זיך צו ווענדן צו די משפחות און זיי העלפן קומען קיין אמעריקא זיך שטעלן אויף די פיס.
זיי צושפרייטן- א משפחה אין מאנסי, א משפחה אין ק"י א.א.וו. אז די פארשאלטענע כת זאל מער נישט האבן קיין קיום.
חכמת שלמהקודם כל, איך מוז באדויערן דעם געפערליכן פסק וואס איז היינט ארויסגעקומען. איך ווייס נישט וואס צו זאגן, בפרט אז די קהילה בכלל איז אויף צרות, צושפרייט אויף דריי פלעצער, וואס פון יעדע פלאץ וויל מען זיי ארויסווארפן. זיי דרייען זיך ארום בעירום ובחוסר כל, מען האט זיי אוועקגענומען זייערע רענצלעך, זיי האבן גארנישט מיט זיך, קוים די קליידער וואס איז אויף זיי, און דאס איז אויך טיילווייז צוריסן, נאך די קלעפ וואס זיי האבן דארט געכאפט. א פרוי איז היינט אריין אין שפיטאל, מען האט איר צוגענומען פון דארט אלע קליידער. איך קען אייך נישט זאגן וואס מען מאכט מיט דארט. מען נוצט די אונטערוועש פאר דייפערס פאר די קינדער, ס'איז ממש גארנישט דא. דאס אלעס איז בשעת די ראשי העדה זענען אין תפיסה, יעדער איינער פארנומען מיט די אייגענע פראבלעמען... אוי, גאט זאל אפהיטן. ווער ווייסט וואס וואס דא וועט זיין...
איך קען דיר נישט דאנקבאר זיין גענוג פאר דיינע ווערטער, האסט מיר געברענגט א מוראדיגע קלארקייט היינט און מיין מהלך המחשבה אויף צו פארשטיין די חרידישע סאציאלע געזעלשאפט, די גערע חסידים וואס זענען פארכאפט און אויך און געוויסע הינזיכטן אויף מיין אייגענע לעבן. שכוח שכוח שכוח.
איך פיל אויך זייער שלעכט פאר דיינע שטארקע פיין. איי אים סארי פאר דיר.
אגב, אויב קען איך זיך משתתף זיין מיט געלט לצרכי פעימפערס וכדו' לאז מיך וויסען וויאזוי מ'שיקט דאס
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו – מיט א אויסערגעוויינליכע פרייד, נעמט כלל ישראל אויף די גאר גינסטיגע נייעס, אז די פירער פונעם פארשאלטאנעם קולט לב טמא, זענען געפונען געווארן שולדיג אין פעדעראלע געריכט אויף הארבע קלאגעס, און זיי וועלן ווארשיינדליך אריינגעשליידערט ווערן אין פינצטערע טורמע, וואו זיי וועלן האפנטליך שמאכטן אויף א לאנגע צייט. און זיי וועלן שפירן אויף זייער אייגענע הויט וואס דאס מיינט נישט לעבן אויף די פריי, און זיי וועלן ליידן דאס זעלבע פיין ווי די אומשולדיגע טייערע אידישע נשמות, אויף וועלכע זיי האבן זיך יארן לאנג אינזדעקעוועט מיטן גרעסטן מאס ברוטאליטעט. השם ינוקם.
עס איז נישט קיין שום צוויייפל, אז דער שארמאשער רב, רבי יואל מארגנשטערן ז''ל, און רבי דוד טעלער ע''ה, און נאך ערליכע חשובע תורה-טרייע אידן, וועלכע האבן אזויפיל פעסער הייסע טרערן פארגאסן, און מיטגעמאכט אזויפיל שלאפ-לאזע נעכט, ווען זייערע געליבטע זענען טראגיש פארכאפט געווארן אינעם נץ פון דעם ארז הנגדע שר''י, האבן זיך געמיהט פארן הייליגן כסא הכבוד, און זיך געזארגט פאר זייער קינדער און אייניקליך זאלן צוריק ווערן תורה-טרייע אידן.
כלל ישראל, אטעמט עטוואס אפ. אז דאס פארשאלטענער קולט, וואס גיבט זיך ליידער אן אלס א אידישע. האבן פאראורזאכט אזויפיל פיין און ווייטאג פארן אידישער פאלק, אזויפיל חרפות און בושות, אצינד ב''ה, זעט זיך שוין ענדליך אויפן האריזאנט דאס שיין פון דעם ענדע פונעם טינקלען טונעל.
אצינד ליגט א הייליגען פליכט אויף גאנץ כלל ישראל, צו ראטעווען די פארוואגלטע נשמות, וועלכע וואנדערן אויף די געפארפולע וועגן און שטראזן לענגאויס די גאנצע וועלט. מ'דארף זיי מקרב זיין צו אידישקייט און אריינברענגן צווישן אונז. זיי דארפן נעבאך דורך גיין ערענסטע דיטאקציע פון די אלע סובסטאנצען, מיט וועלכע די קולט-פירער האבן זיך באנוצט צו פארטעמפטן און צו פארשלייפן זייערע מוחות, מיטן ציל צו קענען געוועלטיגן סיי אויף זייער קערפער און סיי אויף זייערע גייסטער, און פון די אלע שוידערליכע מוח-שווענקעריי און די געפארפולע ארז הנגדע גיפט, וועלכע די קולט פירער שר''י האבן זיי געשוואנקן און געפיטערט לאנגע יארן. מ'דארף מיט זיי לערנען די אמת'ע תורה'דיגע וועג, און ווי אזוי צו לעבן ווי א אמת'סע ערליכע איד. זאל דער אויבישטער טאקע העלפן אז ס'זאל שוין ווירקליך מקיום ווערן וואס דוד במלך זאגט אין תהלים וכל קרני רשעים אגדע, און די קולט פירער זאלן האבן א ענדע גענוי ווי זייער פירער דער ארז הנגדע שר''י.
איך ווייס נישט וועלכע לויער איר האט געהייערט, אבער יעדער נארמאלער לויער וואלט געדארפט וויסן אז מען גייט דא אויפבויען א סעקס טרעפיקינג קעיס, אפי' דו קוקסט עס אן ווי להחזיר אשה לבעלה, איז עס אין די אויגן פון געזעץ א סעקס טרעפיקינג פון א מיינער.
איך האף אז דאס הייסט נישט אטאקירט. אויב יא וועל איך עס רעדאַגירן.
לויט מיין ידיעה האבן זיי נישט גענומען קיין לויער אנפאנג, ווייל זיי זענען געווען קאנפידענט אין זיך אליינס.
נאכן זעהן כי כלתה עליהם הרעה האבן זיי אנגענומען די לויער וואס די שטאט שטעלט צו בחינם, און אזוי קוקן זיי אויס.
איך פיהל שלעכט אפילו פאר שלעכטע מענטשן וואס באקומען דיספראפארשענעל דזשעיל טיים. די מצווה פון פדיון שבויים איז אפילו ביי שלעכטע מענטשן.
אִם תִּכְתּוֹשׁ אֶת הָאֱוִיל בַּמַּכְתֵּשׁ בְּתוֹךְ הָרִיפוֹת בַּעֱלִי לֹא תָסוּר מֵעָלָיו אִוַּלְתּוֹ
די דריי וויינגארטן ברידער זענען דאך אויך א חלק פון די געשיכטע, ניין?
האבן זיי נישט געלערנט פון זייער טאטע'ס ערפארונג אז גיין אליינס אן א לאיער איז א דרך מובטח צו פארלירן? וויאזוי לערנן מענטשן נישט פון די אייגענע ערפארונג? ווי איז זייער שכל?
למעשה, איז דא עפעס א וועג צו העלפן די שארית הפליטה וואס זענען נע ונד? איז שייך צו אראפ-פארן אין זיי אויף א געוויסע וועג ברענגען קיין למשל קיין אמעריקע?
בכלל וויזוי ווייסן די מדינות ווער זיי זענען אויף נישט אריינצולאזן, זענען אלע נעמען געליסטעד אדער מ׳דערקענט זיי דורך די לבושים וכדו׳???
בְּתוֹךְ עַמִּילמעשה, איז דא עפעס א וועג צו העלפן די שארית הפליטה וואס זענען נע ונד? איז שייך צו אראפ-פארן אין זיי אויף א געוויסע וועג ברענגען קיין למשל קיין אמעריקע?
בכלל וויזוי ווייסן די מדינות ווער זיי זענען אויף נישט אריינצולאזן, זענען אלע נעמען געליסטעד אדער מ׳דערקענט זיי דורך די לבושים וכדו׳???
למעשה אסאך מיטגלידער פארמאגן אמעריקאנער און קאנאדישע פאספארטען.
יעצט געליינט אלעס.
דער רבי האט נישט געוואלט האבן קיין לויער, האלטנדיג אז א לויער היט אויף זיין נאמען, ענדערש ווי ריינצואוואשן דער מענטש. דער רבי תמ"ל האט זיך במשך די תקופה שטארק אריינגעלייגט אין געזעץ בכלל און אין די קעיס בפרט, און ער האט אויסגעבויט א וועג ווי אזוי דאס צו באקעמפן. במשך די גאנצע צייט האט די רעגירונג אונטערגעלייגט אלע סארט פיסלעך, אז מען זאל זיך נישט קענען אליין פארטרעטן, מען האט נישט צוגעלאזט קיין דאקיומענטן אין תפיסה ועוד ועוד, אז מען זאל זיך נישט קענען אנגרייטן. עם כל זה איז דער רבי געשטאנען שטארק אז ער וויל זיך אליין פארטרעטן.
בערך א חודש פארן געריכט האט דער שופט געזאגט אז דער רבי קען נישט קומען אליין און זיי מוזן האבן א לויער. בלית ברירה האט מען גענומען דער לויער צוגעשטעלט דורך די רעגירונג. בשעת זיי האבן נישט געהאט געהעריג צייט זיך צוצוגרייטן צו דעם קעיס. למעשה האבן זיי געטון גאנץ א גוטע ארבעט, בשעת דער לויער פונעם רבי'ן איז געווען שוואכער און דער לויער פון ר' שכנא מאיר יששכר איז געווען שטערקער.
דער שופט (וואס איז סתם אזוי נישט פון די בעסטע, און איז באקאנט אלס נישט די שטערקסטע אידן ליבהאבער...) האט עטליכע מאל ארויסגעוויזן זיין ליבשאפט צום רבי'ן און ר' מאיר יששכר. קודם כל האט ער בכלל, כמעט אלע אבדזשעסטשנס פון די לויערס, אפגעווארפן, בשעת די אבדזשעסטשנס פון דער גאווערמענט האט ער געלאזט על מקומו. ס'איז געווען איין פוינט, בשעת דער קראס עקזעם האט געפערעגט וועגן די צווייטע פראבע אויף קידנעפינג, צו חיים יאנקל איז געווען דעמאלס אין תפיסה, און דער צד שכנגד האט געשטעלט אן אבדזשעקשן. דער שופט האט ארויסגעשיקט די דזשורי און געפרעגט דעם לויער מצד לב טהור, פארוואס ער דארף דאס וויסן. האט דער לויער געענטפערט, אז ער פראבירט ארויסצוברענגען אז זיי האבן איר געוואלט צוריקברענגען קיין גואטאמאלא, אפילו איר מאן איז געווען אין תפיסה, וואס דאס ווייזט קלאר אז די כוונה איז נישט געווען סעק.. וכו', ווייל ער זיצט דאך אין תפיסה. דער לויער האט זיך כמעט ווי געבעטן, זאגנדיג אז די דזשורי דארף דאס הערן און ס'איז א וויכטיגע צד פון די דעפענס. דער שופט האט נישט געלאזט און געזאגט אז מען טאר נישט פרעגן די פראגע.
כדוגמתו זענען געווען נאך פילע אנדערע אזעלכע פעלער במשך די קארט.
בכלל, פאר דער קארט, איז קלארגעשטעלט געווארן דורך דער דזשארדזש און די לויערס, אז מען גייט נישט רעדן איבער לב טהור, דאס איז נישט די נושא דא און מען ברענגט דאס נישט ארויף. דער קעיס איז בלויז איבער דער ספעציפישע קידנעפינג. אבער - א נעכטיגן טאג - דיבורים לחוד ומעשים לחוד - אוי האט מען גערעדט דארט...
...
בנוגע העלפן די קהילה אין די יעצטיגע נויט.
אדרבה ואדרבה, לאמיר זען די הארץ פון אידישע קינדער. לאמיר זען אויב מענטשן זענען דא סתם צו אטאקירן און בארעדן, אדער קען מען יעצט העלפן. יעצט זענען שוין נישטא דארט קיין פירער, ס'איז אלעס פשוט'ע מענטשן. אידן וואס האבן נישט קיין לחם לאכול און הונגערן כפשוטו. במשך שבת איז געווען א געלעגנהייט, מען האט געגעבן פאר יעדן מענטש איין לעפל האניג... דאס איז סך-הכל געווען. מ'רעדט פון קינדערליך, עוללי תפוחים אשר לא טעמו טעם חטא, ואלה הצאן מה חטאו... קענען מענטשן קומען, מיט א בלוטיגע לצנות און חוזק מאכן פרעגנדיג "וואו קען מען שיקן געלט פאר דייפערס"..., שפעטנדיג אויף די בלוטיגע נויט פון אומשולדיגע שעפעלעך, ווי אזוי קען מען דאס בכלל טון?! הזאת עם ישראל רחמנים בני רחמנים?
לאמיר זען יעצט, אין די קריטישע צייט, וואו אייער אידיש הארץ איז. לאמיר זען צי די רחמנות פון געוויסע זענען בלויז ווען עס קומט אראפצורייסן די פירער (און די גאנצע קהילה) פון לב טהור, לאמיר זען וואס עס פאסירט ווען מען דארף זיי באמת העלפן. פירער זענען שוין נישטא דארט, ס'איז פשוט'ע אידן וואס הונגערן און שמאכטן פון קעלט. זיי האבן גארנישט אויסער די צוריסענע קליידער אויף זייער לייב, און צומאל דאס אויך נישט. לאמיר זען ווער עס קען עפעס העלפן...
לאמיר זען ווער עס קען העלפן מיט עסקנות, מסדר זיין די אידן אויף א מסודר'דיגע פלאץ, אויף סיי וועלכע אופן ס'זאל זיין, , לאמיר זען וואו כלל ישראל איז... אדרבה ואדרבה, מיר דארפן צוקומען צו הילף, פיזישע און עסקנות לטובת אונזער עתיד. מיר שטייען א גאנצע קהילה על אם הדרך, מיר קוקן ארויס אויף קהילות ישראל איבער די וועלט, איינער זאל זיך קומערן מיט אונז. מיר דארפן געלט אויף יעצט תיכף, צו עסן, צו לעבן, און יא - אויף פעמפערס - אז נאצישע חיות ווילן חוזק מאכן פון אונזערע פעמפערס, ווילן מיר נאר דערמאנען ווי אזוי אונזערע זיידעס האבן אויסגעקוקט מיט זיבעציג יאר צוריק אין אוישוויץ, אויך דעמאלס אויף די נאצישע צייטונגען (פארומ'ס), האט מען געלאזט דרוקן חוזק קארטאנען פון יענע אומשטענדן. מיר דארפן לעבן. כמובן אז מיר דארפן מסודר ווערן אויפן עתיד, עס פעלט אונז קריטיש וויכטיג אויס, מיר קענען נישט אזוי פארבלייבן.
פאר די וואס האבן געפרעגט וואו מען קען שיקן געלט אדער זיך ווענדן צו הילף. עס איז דא ביי אייך אין אמעריקע א איד, ר' אוריאל גאלדמאן, ער געפינט זיך אין בארא פארק. ער זעלבסט מוטשעט זיך פאר זיך אליין, אבער ער איז עוסק יומם ולילה ארויסצוהעלפן און טון וואס ער קען נאר, און ליידער קען ער כמעט גארנישט טון. מען קען רעדן מיט אים, זיין נומער געפינט זיך ביי מיר און איינער וואס איז אינטערעסירט, קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי. אז עס פעלט אויס, קען מען זיכער מאכן אז די געלט קומט אן אויף די ריכטיגע פלאץ, מען קען מאכן א ווידאו ווי מען גייט איינקויפן, פונקטליך ווי אזוי מען קויפט איין און מען ברענגט די זעלבע עסן פאר די אידישע קינדערליך, ביז די עסן גייט אריין אין מויל אריין... מען קען העלפן מיט אנדערע זאכן און מען קען פארזיכערן אז די געלט גייט אויף די ריכטיגע פלעצער וואס מען וויל אז ס'זאל גיין.
אדדבה, אידישע קינדער: מיר דארפן האבן אייער הילף, מיר דארפן די הילף פון אונזערע ברידער. געדענקט! סוף כל סוף זענען מיר ברידער! - מיר האבן טאקע מיינונגס פארשידנהייטן, אבער מיר בלייבן ברידער. צדיקים האבן אונז געזאגט אז דער ערגסטער איד איז בעסער פון דער בעסטער גוי, מיר ווייסן דעם ווארט פון צדיקים אז ווען משיח וועט קומען וועלן די גוים ברענגען א מתנה פאר משיח, דער ערגסטער איד פון די וועלט (ס'איז א מאמר באריכות ואכמ"ל), און משיח וועט אים נעמען, ארומקושן און ארומהאלזן. מיר זענען פארט אידישע קינדער וואס נויטיגן זיך אין הילף. ווייזט ארויס אייערע ברידערליכע געפילן און קומט אונז אנטקעגן מיט וואס עס איז נאר מעגליך, כי באו מים עד נפש.
מיר האפן אז עס וועט זיין די וואס דערהערן אונזער רוף, און וועלן טון עפעס פאר אונזער הילף, און אין דעם זכות זאל אייך דער אויבערשטער העלפן מיט אלע גוטע ברכות האמורות בתורה.
זיי קענען אליין קומען דא, קיינער שטערט זיי נישט.
זיי קענען קומען אין מיין הויז, אבער מוזן זיך מגייר זיין און מקבל זיין תורת משה.
אמתדיג גערעדט אז עס איז אזא מצב וואלט מען טאקע געדארפט געבן פאר עסן דייעפערס קליידער טיקעטס צו קומען אויף אמעריקע/קענעדע וכדומה.
די שאלה איז וויאזוי קען מען וויסן אז עס גייט טאקע אנקומען צו זיי, און נישט גיין פאר די פירערס? איז דא עפעס א דרויסנדיגע ארגענעזאציע וואס מען וואלט געקענט טראסטן מיט דעים?
Nanachאמתדיג גערעדט אז עס איז אזא מצב וואלט מען טאקע געדארפט געבן פאר עסן דייעפערס קליידער טיקעטס צו קומען אויף אמעריקע/קענעדע וכדומה.
די שאלה איז וויאזוי קען מען וויסן אז עס גייט טאקע אנקומען צו זיי, און נישט גיין פאר די פירערס? איז דא עפעס א דרויסנדיגע ארגענעזאציע וואס מען וואלט געקענט טראסטן מיט דעים?
Red cross?
יין שרףNanachאמתדיג גערעדט אז עס איז אזא מצב וואלט מען טאקע געדארפט געבן פאר עסן דייעפערס קליידער טיקעטס צו קומען אויף אמעריקע/קענעדע וכדומה.
די שאלה איז וויאזוי קען מען וויסן אז עס גייט טאקע אנקומען צו זיי, און נישט גיין פאר די פירערס? איז דא עפעס א דרויסנדיגע ארגענעזאציע וואס מען וואלט געקענט טראסטן מיט דעים?
Red cross?
זענען זיי דא אריין געמישט? אדרבה איז דא איינער וואס קען זיי אריין מישן? ביי אומן-בעלארוס האבן זיי היפש ארויסגעהאלפן
לכבוד הרב חכמת שלמה איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אז די זאלסט אריינטאנצן און איבער נעמען די לייצעס און פירן די הנהגה און ווערן מנהג פון קהל לב טהור נאך וואס זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי פירן ווי די שרייבסט עס קען חס ושלום ווערן א מצב פון איש הישר בעינו יעשה ואם לא עכשב אימותי
יחי אדונינו מורנו ורבינו הרב חכמת שלמה מלב טהור שליט”א יחי
איין פרוי האט פראבירט... זי האט געכאפט אזעלכע מכות, אז זי איז געבליבן אן קיין קליידער און אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. איך וויל נישט בלייבן אן קיין קליידער...
ווערטלעך אין א זייט געלייגט. ס'איז נישט די צייט צו פראווען לצנות אויף יענעמ'ס בלוט.
בן נוןלכבוד הרב חכמת שלמה איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אז די זאלסט אריינטאנצן און איבער נעמען די לייצעס און פירן די הנהגה און ווערן מנהג פון קהל לב טהור נאך וואס זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי פירן ווי די שרייבסט עס קען חס ושלום ווערן א מצב פון איש הישר בעינו יעשה ואם לא עכשב אימותי
יחי אדונינו מורנו ורבינו הרב חכמת שלמה מלב טהור שליט”א יחי
איך פארשטיי גענצליך נישט וואס דו ווילסט.
חכמת שלמה איז שוין א גרויסע מנהיג לאלפים. הוא ניהו
@מורינו ורבנו אויף ק"ש, וואס פירט א ריייייייייייייייזיגע ציבור אידן. פרעגטס נאר אים אליינס (אגב, אונטערן ניק מורינו ורבנו האט ער שוין נישט געשריבן פאר אפאר וואכן. זעט אויס אז די מצב פון כת לב טהור איז צו ערנסט זיך צו שפילן מיט די אנדערע פאלשע רבי'סטעווע).
אגב, איך זאג איבער וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בעבר, און כמדומה אז כ'האב עטוואס באגלייבטקייט אויף מיין קאנטע: חכמת שלמה וואוינט ניטאמאל מיט די חברי הכת ,[ נמחק]. ער האט ליב די כת און דערפאר - אלס טראלל - באשרייבט ער די נייעס פונעם כת כאילו ער וואוינט דארטן.
עוד אחת אדבר ובזה אסיים: אבשלום בן מעכה רינגט ביי איינעם א בעלל?
שוין, גענוג געווען פאר יעצט.
ארי נוהםבן נוןלכבוד הרב חכמת שלמה איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אז די זאלסט אריינטאנצן און איבער נעמען די לייצעס און פירן די הנהגה און ווערן מנהג פון קהל לב טהור נאך וואס זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי פירן ווי די שרייבסט עס קען חס ושלום ווערן א מצב פון איש הישר בעינו יעשה ואם לא עכשב אימותי
יחי אדונינו מורנו ורבינו הרב חכמת שלמה מלב טהור שליט”א יחי
איך פארשטיי גענצליך נישט וואס דו ווילסט.
חכמת שלמה איז שוין א גרויסע מנהיג לאלפים. הוא ניהו
@מורינו ורבנו אויף ק"ש, וואס פירט א ריייייייייייייייזיגע ציבור אידן. פרעגטס נאר אים אליינס (אגב, אונטערן ניק מורינו ורבנו האט ער שוין נישט געשריבן פאר אפאר וואכן. זעט אויס אז די מצב פון כת לב טהור איז צו ערנסט זיך צו שפילן מיט די אנדערע פאלשע רבי'סטעווע).
אגב, איך זאג איבער וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בעבר, און כמדומה אז כ'האב עטוואס באגלייבטקייט אויף מיין קאנטע: חכמת שלמה וואוינט ניטאמאל מיט די חברי הכת, און ער איז א פשוט'ע טראלל/לץ וואס וואוינט אין אמעריקע (כ'ווייס אויך וואו, און כ'וועל עס אפשר מודיע זיין א צווייט מאל). ער האט ליב די כת און דערפאר - אלס טראלל - באשרייבט ער די נייעס פונעם כת כאילו ער וואוינט דארטן.
עוד אחת אדבר ובזה אסיים: אבשלום בן מעכה רינגט ביי איינעם א בעלל?
שוין, גענוג געווען פאר יעצט.
דאכט זיך מיר אז ער לייקענט נישט אז ער וואונט נישט מיט זיי.
ארי נוהםבן נוןלכבוד הרב חכמת שלמה איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אז די זאלסט אריינטאנצן און איבער נעמען די לייצעס און פירן די הנהגה און ווערן מנהג פון קהל לב טהור נאך וואס זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי פירן ווי די שרייבסט עס קען חס ושלום ווערן א מצב פון איש הישר בעינו יעשה ואם לא עכשב אימותי
יחי אדונינו מורנו ורבינו הרב חכמת שלמה מלב טהור שליט”א יחי
איך פארשטיי גענצליך נישט וואס דו ווילסט.
חכמת שלמה איז שוין א גרויסע מנהיג לאלפים. הוא ניהו
@מורינו ורבנו אויף ק"ש, וואס פירט א ריייייייייייייייזיגע ציבור אידן. פרעגטס נאר אים אליינס (אגב, אונטערן ניק מורינו ורבנו האט ער שוין נישט געשריבן פאר אפאר וואכן. זעט אויס אז די מצב פון כת לב טהור איז צו ערנסט זיך צו שפילן מיט די אנדערע פאלשע רבי'סטעווע).
אגב, איך זאג איבער וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בעבר, און כמדומה אז כ'האב עטוואס באגלייבטקייט אויף מיין קאנטע: חכמת שלמה וואוינט ניטאמאל מיט די חברי הכת, און ער איז א פשוט'ע טראלל/לץ וואס וואוינט אין אמעריקע (כ'ווייס אויך וואו, און כ'וועל עס אפשר מודיע זיין א צווייט מאל). ער האט ליב די כת און דערפאר - אלס טראלל - באשרייבט ער די נייעס פונעם כת כאילו ער וואוינט דארטן.
עוד אחת אדבר ובזה אסיים: אבשלום בן מעכה רינגט ביי איינעם א בעלל?
שוין, גענוג געווען פאר יעצט.
לזה נתכוונתי כשכתבתי מורנו ורבינו חכמת שלמה ודו”ק
אבער אז ער שרייבט גוט וואס שטערט דיך?
ארי נוהםחכמת שלמה וואוינט ניטאמאל מיט די חברי הכת, און ער איז א פשוט'ע טראלל/לץ וואס וואוינט אין אמעריקע (כ'ווייס אויך וואו, און כ'וועל עס אפשר מודיע זיין א צווייט מאל).
חס ושלום. טו דאס נישט.
פארוואס נישט?
ארי נוהםבן נוןלכבוד הרב חכמת שלמה איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אז די זאלסט אריינטאנצן און איבער נעמען די לייצעס און פירן די הנהגה און ווערן מנהג פון קהל לב טהור נאך וואס זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי פירן ווי די שרייבסט עס קען חס ושלום ווערן א מצב פון איש הישר בעינו יעשה ואם לא עכשב אימותי
יחי אדונינו מורנו ורבינו הרב חכמת שלמה מלב טהור שליט”א יחי
איך פארשטיי גענצליך נישט וואס דו ווילסט.
חכמת שלמה איז שוין א גרויסע מנהיג לאלפים. הוא ניהו
@מורינו ורבנו אויף ק"ש, וואס פירט א ריייייייייייייייזיגע ציבור אידן. פרעגטס נאר אים אליינס (אגב, אונטערן ניק מורינו ורבנו האט ער שוין נישט געשריבן פאר אפאר וואכן. זעט אויס אז די מצב פון כת לב טהור איז צו ערנסט זיך צו שפילן מיט די אנדערע פאלשע רבי'סטעווע).
אגב, איך זאג איבער וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן בעבר, און כמדומה אז כ'האב עטוואס באגלייבטקייט אויף מיין קאנטע: חכמת שלמה וואוינט ניטאמאל מיט די חברי הכת, און ער איז א פשוט'ע טראלל/לץ וואס וואוינט אין אמעריקע (כ'ווייס אויך וואו, און כ'וועל עס אפשר מודיע זיין א צווייט מאל). ער האט ליב די כת און דערפאר - אלס טראלל - באשרייבט ער די נייעס פונעם כת כאילו ער וואוינט דארטן.
עוד אחת אדבר ובזה אסיים: אבשלום בן מעכה רינגט ביי איינעם א בעלל?
שוין, גענוג געווען פאר יעצט.
איך פארשטיי נישט פארוואס אזעלכע תגובות זענען ערלויבט.
אויב האלסטו ער איז א טראל רעפארט זיינע תגובות און לאז סדרן מחליט זיין. און אויב ער איז נישט, איז נישט גערעכט אז מען פויקט עס אויס ברבים .
ע"פ תרגום המילה טראלל - איז ער א טראלל, און על פי חוקי הפארום דארף מען אויסשפארן א טראלל.
אויב די מנהלים באשליסן משום איזה סיבה שהוא נישט אויסצופאלגן קיין חוקי הפארום, וועל איך אויך גיין אין די מנהלים'ס דרכים.
[אגב, איך זע נישט וועלכע חוקי הפארום ערלויבן נישט צו זאגן וואס מיין חוות דעת איז בנוגע א מענטש וואס פויקט אלעס אויס אין פובליק. סך הכל גיי איך נאך די אינפארמאציע וואס ער זעלבסט דערציילט דאהי, און לויט דעם באשליס איך טייל פון זיין אידענטיפיקאציע. איך געב נישט ארויס קיין שום אינפארמאציע וואס מ'וואלט נישט געקענט זעלבסט פארשטיין נאכן אדורכגיין אלע תגובות און לשונות פון דעם פארשוין.
אבער ווי שוין געזאגט, אפילו אויב ס'איז נישט ערלויבט - פארלאז איך מיך אויף די מנהלים אליינס וואס 'קוקן אוועק' פון געוויסע חוקי הפארום, און כ'גיי נישט זיין פויבסטליכער פון פויבסט]