☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

258 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14864
בלאט: 1 2 3 4 5 6

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 12:52 pm

· #483541
נישט געזארגט חביבי, ארז ימש''ו איז יעצט אויך פארוואגעלט און קיינער קימערט זיך נישט מיט זיין פארפוילטע געביין.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 9:17 am

· #483591
א אינגערמאן וועלכע איז געווען אין גואטעמאלע זיי באזוכען אין די לעצטע יארן האט פארציילט אז ער האט זייער שטארק געמוטשעט די בבל איינוואוינער זיי זאלן איהם צוצייגן דעם מקום קבורתו פונעם פריערדיגען פירער אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.

עד כאן המעשה.

היסטאריע » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:07 am

· #483629
משם ראי' פארקערט. טאמער וואלט ער געלעבט וואלטען זיי געמאכט א מציבה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:20 am

· #483632
אינגערמאנטשיקל
א אינגערמאן וועלכע איז געווען אין גואטעמאלע זיי באזוכען אין די לעצטע יארן האט פארציילט אז ער האט זייער שטארק געמוטשעט די בבל איינוואוינער זיי זאלן איהם צוצייגן דעם מקום קבורתו פונעם פריערדיגען פירער אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.

עד כאן המעשה.

וואס איז דער חידוש? מ'האנדלט דען מיט נארמאלע מענטשן...?!

חכמת שלמה » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:02 pm

· #483852
מ'קען יעצט מיטהאלטן די טרייעל:
877.336.1839
1231334

חכמת שלמה » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:25 pm

· #483873
היינט איז געווען די אפען סטעטמענטס וכו', דערנאך האט אויפגעטראטן די ערשטע עדות, א פאליס אינוועסטיגעיטער. מען האלט אינמיטן קראס עגזעם.

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:50 pm

· #483913
מ'האלט יעצט אינמיטן די קראס שאלות. דערווייל האט צד לב טהור געמאכט זייער א גוטע רושם, אויפגעוויזן עטליכע נקודות שווארץ אויף ווייס. לדוגמא,

1. אז די קינדער זענען געווען די וואס האבן געוואלט אוועקגיין, זיי האבן מאנאווירט די גאנצע זאך און גענוצט הילף פונדרויסן, נישט אז מען האט זיי אוועקגעכאפט וכו'.

2. אז די מעשה איז שוין געשען 3:05 אינמיטן נאכט, די מאמע איז געוואויער געווארן דערפון עטליכע מינוט דערויף און דערציילט תיכף פאר די עסקנים אויפן פלאץ, אבער די פאליס האט מען גערופן הערשט 8:30 אינדערפרי, בשעת עס איז דאקיומענטירט געווארן אז מען האט עס הערשט באמערקט 8:30 אינדערפרי. דאס מיינט אז פאר א סיבה האט מען דאס געוואלט באהאלטן און פאר א סיבה האט מען נישט גערופן תיכף די פאליציי.

3. מען האט באוויזן צו ווייזן דירעקטע אומבאלימפערטקייט, סתירות און שקרים פון די אינוועסטעגעיטער, בשעת ער האט געוואוסט און געזען אויף די ווידאו, אז עס טומלט זיך דארט 3:05 פארטאגס, אבער ער האט נישט געפינען פאר וויכטיג אויסצופרעגן די מאמע, וואס האט זיך דארט געדרייט, אדער האט ער יא געפרעגט און בכוונה באהאלטן וואס זי האט דערציילט. אזוי אויך האט ער זיך עטליכע מאל סותר געווען און טייל מאל געענטפערט אז ער וויל נישט ענטפערן אויף געוויסע נקודות. צווישן אנדערע האט ער באהאלט אז עס איז געווען נאך ווידאוס ארום, וואו מען קען זען זאכן, און ער האט דאס נישט אריינגעלייגט אין די דאקיומענטן וכו'. אין קורצן, אז ער האט קלאר געארבעט אויף איין צד, נישט וועלנדיג ארבעטן אביעקטיוו.

4. מען האט געצימבלט די אינוועסטיגעיטער, פארוואס ער האט נישט גענומען אן אפציע, אז די קינדער זענען אליין אנטלאפן, א זאך וואס מאכט זיך אסאך מאל, נאר ענדערש גראד אנגענומען די צד פון 'קידנעפינג', אן איבערקלערן צוויי מאל און אן טראכטן אז אפשר איז דא געשען עפעס אנדערש.

5. מען האט געלייגט אונטער פראגע צייכן די עדות'שאפט פון שמעון מלכה (נאך איידער ער טרעט אויף אלס עדות), וויבאלד מען האט אים ערקלערט אז ער איז א שולדיגער אינעם קעיס, און טאמער ארבעט ער מיט, וועט מען אים גארנישט טון. מען האט געוויזן ווי אזוי די רעגירונג האט ארגאניזירט מיטונגען צווישן שמעון און אהרן ראזנער, ועוד ועוד.

דאס איז ביז אהער. איך האב געמוזט לויפן דאווענען (ששששששש זאג נישט אויס קיינעם). אויב איינער האלט מיט, זאל ער ביטע איבערגעבן וואס עס האט זיך דארט געטון פון 12:30 און ווייטער.

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 1:21 pm

· #483914
יעצט טרעט אויף א לעידי ביי די טשעק פוינט אין עירפארט.

אויב איינער האט מיטגעהאלטן די לעצטע שעה צייט, זאל זיך ביטע אנרופן.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 4:27 pm

· #483927
א גרויסן ייש"כ פאר די אביעקטיווע שרייב ארבייט.

moneyminded » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 5:09 pm

· #483932
איך הער אז די מלכה האט אויפגעוויזן וועגן סעקס אין מקוה, אלע סעקס אביוז וואס דארט קומט פאר און וויאזוי חתן שיעורים ארבעטן, איך הער ס'איז הויעך יום טוב וואס ער האט דארט אלס אויפגעדעקט, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 6:01 pm

· #483933
איז דא ערגעץ צו באקומען די אפיציעלע טרענסקריפטס פון די היערינג?

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:10 pm

· #483935
יאפ! - די צווייטע האלב טאג איז געווען זייער א שווערע. בשעת די ערשטע האלב טאג האט אויסגעקוקט זייער גוט פאר לב-טהור, איז די צווייטע האלב טאג צוגעגאנגען זייער שווער (במאמר המוסגר; יא, איך פראביר צו זיין אביעקטיוו און נישט איינזייטיג - ווען איך זאג אז די ערשטע האלב טאג איז געווען גוט פאר לב-טהור, ווייס איך וואס איך רעד).

אבער... מצד שני, די קראס עקזעם וועט פארקומען הערשט מארגן, וועלן מיר זען וואס דארט וועט זיין.

אבער לאמיר גיין מיט א סדר:

די עירפארט פרוי האט אויפגעטרעטן, די ערשטע האלב בין איך נישט געווען, ווי געשמועסט אין פאריגן תגובה, דעריבער קען איך נישט קלאר זאגן וועלכע פוינטס די גאווערמענט האט ארויסגעברענגט. די צווייטע האלב וואס איך בין יא געווען, האט מיר אויסגעקוקט אומאינטערעסאנט און בלויז טעכנישע פרטים און חלקים.

שפעטער איז געווען די קראס-עקזעם, וואס צד לב טהור (ווי אזוי הייסט עס? - דיפענס? - איינער זאל מיר קלארשטעלן, איך זאל קענען אין די קומענדיגע באריכטן זיי אנרופן ריכטיג) האט איר אויסגעפרעגט, בשעת זיי האבן פראבירט צו מאכן א פוינט, אז זי איז טרענירט צו דערקענען קינדער וואס אנטלויפן, אדער קינדער טרעפיקינג וכדו', און למעשה האט זי גארנישט דערקענט און גארנישט חושד געווען. דאס זעלבע האבן זיי ארויסגעברענגט אז עס זענען געווען כאטש זעקס פאליס מיט מיליטער לייט, וואס אלע גייען דורך אזעלכע טרענירונגען, און קיינער האט גארנישט פארדעכטיגט. אויך איז ארויסגעברענגט געווארן אז אין געוויסע פלעצער איז זי געגאנגען אליין, דורכגייענדיג פאליציי, זי איז נישט געגאנגען אין קיין באגלייטונג פון קיינעם, זי האט זיך צו קיינעם נישט געוואנדן און קיינעם נישט מרמז געווען אז זי איז אונטער סכנה וכדו'. די ערשטע האלב, ווי דער גאווערמענט האט איר אויסגעפרעגט, האב איך נישט מיטגעהאלטן בשלימות.

דערנאך האט אויפגעטרעטן א געוויסער 'דוד ברוין', א פראפעסאר וואס האט איבערגעזעצט געוויסע דאקומענטן פון לב טהור אויף ענגליש. ס'איז געווען זייער אומאינטערעסאנט. צד לב טהור האט כמעט נישט געהאט קיין שאלות צו פרעגן ביי קראס עקזעם. זיי האבן בלויז געוואלט וויסן צי ער האט איבערגעזעצט אלעס וואס מען האט אים געגעבן, און צו ער האט געזען א פיר זייטיגע בריוו געשריבן אין האנט שריפט, אויף וואס ער האט געענטפערט אז ניין.

דאן איז געקומען די ריכטיגע סחורה: שמעון מלכה האט אויפגעטראטן, און דאס איז געווען געפערליך... די לויערס פון לב-טהור זענען ווילד געווארן און זיי האבן געשריגן "אבדזשעקשן" אויף יעדע צווייטע שאלה, ס'איז געווען געפערליך אנגעצויגן. (וואס עס האט מיר פריוואט געוואונדערט איז, אז מען האט געהאט געשמועסט פאר די טרייעל, אז מען גייט נישט רעדן פון לב-טהור, מען גייט בלויז רעדן וועגן דעם ספעציפישן קעיס. דערווייל האט דער גאווערמענט אנגעהויבן אויספרעגן אינערליכע זאכן, די לויערס האבן געשריגן "אבדזשעקשן", אבער דער דזשאדזש האט אלעס דורכגעלאזט און געלאזט פרעגן די קושיות... איך פארשטיי נישט פארוואס).

איין גוטע מאמענט איז געווען פאר לב-טהור, ווען מען האט געפרעגט שמעון מלכה, צי ער האט געהאט א חלק אין די קידנעפינג, אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא, און מען האט אים געפרעגט, צי בשעת ער האט עס געטון, האט ער געוואוסט אז ער טוט עפעס ראנג, ער האט נישט געוואלט ענטפערן דערויף און האט געזאגט, אז עס איז נישט קיין יעס אדער נאו קוועסטשן, מען האט אים געדרוקט, ביז ער האט געזאגט אז ער האט געוואוסט אז עס איז ראנג, אבער ער האט עס געטון ווייל די לידערס פון לב-טהור האבן אים געזאגט אז ער טוט א גוטע זאך, אויף וואס מען האט אים געצימבלט, ווייל ער האט געהאט געזאגט פריער, אז ער האט שוין אפגעלאזט לב טהור צוויי חדשים איידער די קידנעפינג. ער האט געדרייט מיט די צונג און געשטאטערט, ביז ער האט זיך ארויסגעברענגט, אז וויבאלד זיין ווייב איז פארבליבן דארט, און ער האט געוואלט קענען רעדן מיט איר, האט ער געהאפט אז טאמער וועט ער העלפן לב טהור, וועט מען אים לאזן רעדן מיט זיין ווייב.

דאן האט מען אים אנגעהויבן אויסצופרעגן איבער די משפחה לעבן אין לב טהור, אויף וואס די לויערס זענען געווארן צעווילדעוועט. מען האט אים קודם געפרעגט ווי אלט ער איז געווען ביי זיין חתונה, אויף וואס ער האט געענטפערט אכצן (אדער ניינצן - געדענק נישט), און ווי אלט זיין ווייב איז געווען - זיבעצן. מען האט אים אויך געפרעגט אויף די עלטער פון דעם ספעציפישן קעיס, אויף וואס ער האט געזאגט אז די טעלער מיידל איז געווען דרייצן און איר מאן איז געווען אכצן. מען האט אים געפרעגט וואס ער האט געוויסט וועגן סע.. פאר די חתונה, האט ער געזאגט אז גארנישט. מען האט אים געפרעגט וואס די ראלע פון דער רבי איז אין שידוכים, האט ער געזאגט אז דער רבי איז מחליט ווער זאל חתונה האבן מיט וועמען און ווען די חתונה זאל זיין. מען האט אים געפרעגט ווער עס האט מחליט געווען ביי אים, האט ער געזאגט אז דער רבי זצוק"ל תמ"ל איז געווען דער שדכן, און דער רבי שליט"א האט ביי א געוויסע נקודה מחליט געווען אז די חתונה זאל זיין אין צען טאג ארום. ער איז געגאנגען קאמפלעינען ביי די הנהלה, אבער אזוי איז געבליבן דער ציווי.

מען האט אים געפרעגט ווען ער האט געזען די כלה די ערשטע מאל, האט ער געזאגט, אינמיטן די חתונה. מען האט אים געפרעגט ווער עס האט אים אויסגעלערנט וכו', האט ער געזאגט "אהרן טעלער". די חברה האבן אזוי געדרייט, אז אהרן טעלער האט אים געהייסן האבן סעק. מיט א מיינער? - ס'האט אויסגעקוקט געפערליך.

דאן האט מען אים געפרעגט איבער די פרטים, צי דער רבי דיקטירט ווען מען זאל האבן סע.. האט ער געזאגט אז יא, מען האט אים געבעטן מפרט זיין, האט ער געזאגט אז דער רבי זאגט אז מען זאל עס טון פרייטאג-צו-נאכטס, און נאך ווען מען קומט אהיים פון א טריפ/נסיעה, און ליל טבילה. מען האט אים אביסל אויסגעפרעגט וועגן ליל טבילה והמסתעף. די לויערס האבן א גאנצע צייט געשריגן אבדזשעקשן און דער דזשאדזש האט כמעט אלעס אפגעווארפן. דאן האט מען געפרעגט ווי אזוי מען גייט אנגעטון בשעת מעשה וכו', האט ער געזאגט אז ער גייט מיטן העמד און זי גייט אנגעטון געהעריג, אזוי ווי ווען זי גייט אראפ אין גאס, מען האט אים אויסגעפרעגט מער גראפיש, און ער האט מסביר געווען אז די טייץ טוט זי אויס (זאכן וואס זענען אפענע שקרים - ביודעי ומכירי קאמינא - מען טוט עס אזוי ווי ביי אלע אידישע קינדער אין שטוב...).

אויך האט מען געפרעגט צי זי האט א רעכט אפצוזאגן טאמער זי וויל נישט, האט ער געענטפערט אז די פרוי האט נישט קיין רעכט דערצו, מען האט אים געצימבלט פון וואו ער ווייסט, און ער האט געזאגט אז מען האט אים אזוי אויסגעלערנט, און ער האט אויך געהערט פון זיינע חברים אז אזוי האט מען זיי אויסגעלערנט. ער האט אויך דערציילט אז נאך די חתונה איז עס געווען שווער, ווייל עס האט איר וויי-געטון, און אהרן טעלער האט אים געזאגט אז ער זאל איר איגנארירן, אפילו זי שרייעט, און עס דורכפירן מיט געוואלד וכו'.

דאס איז בערך געווען די שמועס.

...
יעצט מיינע צוויי סענט:
פאר די דזשורי האט די עדות ווארשיינליך אויסגעקוקט געפערליך, אבער צווישן אונז גערעדט, איז דאס אזוי דראסטיש אנדערש ווי אין אנדערע אידישע מקומות? - נעם עני חסידי'שע ראביי (גוט, נישט ממש יעדע, נאר אכציג פראצענט), און זיי וועלן דיר זאגן די זעלבע זאך. מען לערנט אויס די פרויען נישט אפצוזאגן, מען לערנט אויס אז די צייט איז פרייטאג צו נאכטס (אין טייל קהילות צוויי מאל א וואך אבער אין אנדערע קהילות איין מאל א וואך), נאך א טריפ און ליל טבילה. די פראצעדור פון ליל טבילה איז איבעראל די זעלבע. מען זאגט פארן בחור מיט וועמען חתונה צו האבן, נישט אלעמאל האט ער א ווארט, אדער איז ער אין די מצב אפצוזאגן, דאס זעלבע איז מיט די פרויען, כלות. אויך פאר די חתנים וואס מוטשענען זיך ווייל עס טוט וויי פאר זייערע ווייבער, זאגט מען די זעלבע זאך, אז מען זאל עס טון איינס צוויי, נישט קוקן און געגאנגען ווייטער. בנוגע דער ענין פון לבוש איז דאך גלאט שקר.

יעצט, אויב זאלסטו נעמען סקווירא אויפן צימבל אין קארט, אדער באבוב, סאטמאר וכו', וועט ארויסקומען די זעלבע שרעקעדיגע עדות'שאפט, און א גוי'איש דזשורי וועט עס אנקוקן אלס ממש געפערליך.

די אומ'מזל פון לב-טהור אין יעצטיגן פאל איז, אז זיי האבן נישט צוגעגרייט די לויערס אויף אזא סיטועישן. מען האט נישט געטראכט אז די שמועס וועט זיך דערקייקלען אויף דעם אופן. צווישן זיך האט מען גראדע געשמועסט אז מען זאל סובפינען א היימישן רב, זאל דערציילן ווי אזוי עס גייט צו ביי היימישע אידן, אז די דזשורי און דער דזשאדזש זאל נישט ווערן סורפרייזט ווען מען הערט אזעלכע ווערטער, אבער מען האט געקלערט אז ס'איז נישט וויכטיג אויפצוברענגען די נושא. למעשה זענען די לויערס נישט צוגעגרייט מארגן פאר אזא פארהער, און ווער ווייסט וואס עס וועט זיין מארגן.

ממש א שאד. ווייל ס'וועט אויסקומען אז די גוים וועלן האבן א פאלשן רושם אויף דעם גאנצן ענין.

אבער אין א זייט געלייגט אלעס: איז דאס ממש א פארברעכן וואס מען טוט. בשעת מען האט געשמועסט אז לב טהור וועט נישט זיין קיין נושא דא, רעדט מען אינגרויסן פון לב טהור און מען איגנארירט דאס וואס מען האט געשמועסט.

איך בין זיכער אז דער אויבערשטער וועט האלטן די רעכטע האנט דארט.

מצפצף » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:09 pm

· #483945
חכמת שלמה
יעצט מיינע צוויי סענט:
פאר די דזשורי האט די עדות ווארשיינליך אויסגעקוקט געפערליך, אבער צווישן אונז גערעדט, איז דאס אזוי דראסטיש אנדערש ווי אין אנדערע אידישע מקומות?

אוודאי דראסטיש אנדערש.

yn.NY » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:21 pm

· #483946
berlbalaguleh
איך אויך: א יעדער נארמאלער מענטש איז אפסעט איבער דעם מצב. אבער למעשה איז דא זייער ווייניג וואס מ'קען טון. מ'קען דאך סוכ"ס נישט אריינגיין מיט א בריגאדע קנאים און זיי צוטרייבן און פאריאגן. די איינציגע וועג איז דורך לעגאלע מיטלען. אין א יעדן לאנד וואו זיי געפונען זיך אלס גרופ. יעצט איז עס גואטעמאלא. דארף מען אנווענדן אלע (לעגאלע) מיטלען אז זייער גרופ זאלל צושטערט ווערן דורך די רעגירונג...!

מ'וואלט געדארפט גלייך אין אנהייב ווען דער גרינדער פון די צודרייטע קולט שלמה העלבראנס האט אנגעהויבן ארומצורידערן, איהם צושטערן און ארעסטירן. ווייל ער איז געווען נישט מער ווי א פשוט'ער קרימינאל...!

דו זעהסט דאך אפילו די לאקאלע (גוי'אישע) רעגירונג פון קוויבעק אד'ער פונ'ם שטעטל וואו זיין קולט האטציך אויפגעהאלטן האבן אויך אין אנהייב זיך נישט געוואלט אריינמישן. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען אנטיסעמיטיש. נאר ווען די מעשים תעתועים פון די פאררוקטע גרופ איז שוין אנגעקומען צו די אלגעמיינע מידיא האבן זיי אנגעהויבן טון עפעס ...!

איין פראבלעם מיט די תגובה: ס'ווארט ביי ווארט פון וואס כ'הער פון "מאסטער" אויף די היימישע עולם... 😞

- צוריק צום ענין האשכול

yn.NY » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:49 pm

· #483948
חכמת שלמה

פאר די דזשורי האט די עדות ווארשיינליך אויסגעקוקט געפערליך, אבער צווישן אונז גערעדט, איז דאס אזוי דראסטיש אנדערש ווי אין אנדערע אידישע מקומות? - נעם עני חסידי'שע ראביי (גוט, נישט ממש יעדע, נאר אכציג פראצענט), און זיי וועלן דיר זאגן די זעלבע זאך. מען לערנט אויס די פרויען נישט אפצוזאגן, מען לערנט אויס אז די צייט איז פרייטאג צו נאכטס (אין טייל קהילות צוויי מאל א וואך אבער אין אנדערע קהילות איין מאל א וואך), נאך א טריפ און נאך ליל טבילה. די פראצודור פון ליל טבילה איז איבעראל די זעלבע. מען זאגט פארן בחור מיט וועמען חתונה צו האבן, נישט אלעמאל האט ער א ווארט, אדער איז ער אין די מצב אפצוזאגן, דאס זעלבע איז מיט די פרויען, כלות. אויך פאר די חתנים וואס מוטשענען זיך ווייל עס טוט וויי פאר זייערע ווייבער, זאגט מען די זעלבע זאך, אז מען זאל עס טון איינס צוויי, נישט קוקן און געגאנגען ווייטער. בנוגע דער ענין פון לבוש איז דאך גלאט שקר.

יעצט, אויב זאלסטו נעמען סקווירא אויפן צימבל אין קארט, אדער באבוב, סאטמאר וכו', וועט ארויסקומען די זעלבע שרעקעדיגע עדות'שאפט, און א גוי'איש דזשורי וועט עס אנקוקן אלס ממש געפערליך.


אנדערע קהלות דארפ'ן אויך גרויסע תיקונים... אבער דו פארגלייכסט עס בכלל צו לב טהור?!! דו ווייסט אפילו וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער?!!
אגב, כ'בין געגאנגן צו א היימישע חתן רבי, און כ'האב בכלל נישט געהערט פון איהם עני לימיטס בנוגע ווען און וויפיל נעכט א וואך מ'מעג טוען ... (כ'ווייס אז ס'זענען נאך דא אסאך חתן רבי'ס וואס זענען נאך סטאק - און ס'איז טאקע א גרויסע עוולה - אבער ס'קיין פארגלייך)

אגב, אויב ס'איז אמת אז מ'טוט עס מיט די שווארצע גארבידזש בעגס, איז עס אן ערענסטע שאלה פון האומר אי אפשי אלא אני בבגדי והיא בבגדה יוציא ונותן כתובה (כתובות מח.)

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:03 pm

· #483949
וויי.ען ען.וויי: בנוגע דיין פריער'דיגע תגובה. אז איך זאג די זעלבע וואס מאסטער זאגט. מעגליך. אבער דער ביטערער אמת איז אזוי ווי איך האב עס ארויסגעזאגט...!

לענין דעם פערזאן נפתלי מאסטער און זיין מעסעדזש.ער האט אנגעהויבן מיט א גוטן געדאנק. אז מ'דארף פארבעסערן די ענגלישע און וועלטליכע לימודים אין אונזערע ישיבות און חדרים. נאר ער איז פארגאנגען צו ווייט און עקסטרעם. אויך. ער איז געטריבן פון שנאה אדער א קאמפלעקס. איך ווייס נישט. ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז מיט מאסטער קענען מיר נישט פיהרן א דיאלאג. ווייל אין די אונטערשטע שורה מיינט ער נישט אונזער טובה. אדער צו פארריכטן אונזער סיסטעם...!

סאנטיאגא » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:46 pm

· #483959
וואס איז די מעשה מיט דעם גאלדמאן? מיט א זיבן יארע צוריק ווען דער אלא אכבאר שלמה העלבראנץ איז נאך געווען אויפן טראן, איז גאלדמאן געווען דער אפיציעלע ווארטזאגער פונעם קולט. איך געדענק אין די מצליח ע"ה האט ער געגעבן די אינטערוויא, נאך אין אנטעריא דאכט זיך. אויך איז ער געווען אין די באריכטן פון די פרעסע. (ווען די אינסטאנצן זענען אנגעקומען זעהט מען ווי ער הייסט איינעם לויפן אין אפיס אויסשאלטערן אלע קאמפיוטערס) לעצטנס אין די גואטאמאלא אומרוען איז ער ווידער דא, איז געווען עפעס א פאליטיק מיט אים?

נחום הסופר » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:45 am

· #483972
yn.NY
אנדערע קהלות דארפן אויך גרויסע תיקונים... אבער דו פארגלייכסט עס בכלל צו לב טהור?!! דו ווייסט אפילו וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער?!!
אגב, כ'בין געגאנגן צו א היימישע חתן רבי, און כ'האב בכלל נישט געהערט פון איהם עני לימיטס בנוגע ווען און וויפיל נעכט א וואך מ'מעג טוען... (כ'ווייס אז ס'זענען נאך דא אסאך חתן רבי'ס וואס זענען נאך סטאק - און ס'איז טאקע א גרויסע עוולה - אבער ס'קיין פארגלייך).

אגב, אויב ס'איז אמת אז מ'טוט עס מיט די שווארצע גארבידזש בעגס, איז עס אן ערענסטע שאלה פון האומר אי אפשי אלא אני בבגדי והיא בבגדה יוציא ונותן כתובה (כתובות מח.)

ס'אויך דא חסידישע חצירות ווי מ'הייסט האבן בגדים, עכ"פ בנוגע די ט"ק ווייס איך זיכער אז יש מורין כן, ואכמ"ל במקום הזה.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:51 am

· #483975
נחום הסופר: א נארמאלער מענטש מוז נישט טון אלעס וואס די חצירות הייסן. מ'דארף נוצן א ביסל שכל...!

נחום הסופר » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:37 am

· #483986
berlbalaguleh
נחום הסופר: א נארמאלער מענטש מוז נישט טון אלעס וואס די חצירות הייסן. מ'דארף נוצן א ביסל שכל...!

כמובן מאליו

Lesser » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 2:00 pm

· #483992
נחום הסופר

ס'אויך דא חסיד'ישע חצירות ווי מ'הייסט האבן בגדים, עכ"פ בנוגע די ט"ק ווייס איך זיכער אז יש מורין כן, ואכמ"ל במקום הזה


געב מיר איין חסידישע חצר וואס זאגט אזוי, ביסיידס גער און לב טהור פארשטייטסעך.

לאמיר זאגן » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 2:28 pm

· #483994
איך קום פון סאטמאר. מיר האט מען נישט געזאגט אויף געוויסע אדער וויפיל טעג. אדער אז מען אינגנאריריט די פרוי ווען עס טוט איר וויי. אזוי אויך האט מען נישט געזאגט פאר מיין ב"ב אז מען דארף גיין בגדים. וכו' וכו'.

היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 3:37 pm

· #483997
אביסל צו זאגן פאר דער עולם וואס האט א קלער פין גלייבען די שקרים פין חכמת. דארט למשל שלאפן די מענער נישט אינדערהיים גאנצע וואך!!! כדי זיי זאלען חלילה נישט האבן שייכות מיט די ווייבער. פרייטאג ביינאכט איז יא ערלויבט אבער מיט א טוויסט. דער רבי (אדער זיין ממלא מקום) דרשנט פרייטאג ביי נאכט און מאלט וואסער גאנצע נאכט, און מען "לאזט" אהיים די אינגעלייט פאר די עלות השחר, לויט וויפיל צייט דער קאקער הגדול דארט האלט איז גענוג צו מאכען די פרויען שוואנגער, דאס איז די גאנצע וואס מען מעג דארט.

איך קען מאריך זיין היבש מער מיט די נידריגע מעשים פין די מענטשן דארט. אבער משום טעם הכמוס וויל איך נישט.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 4:02 pm

· #484001
וואס איז די מקור פאר דיינע ווערטער?

שושן פורים » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:06 pm

· #484003
Lesser
געב מיר איין חסידישע חצר וואס זאגט אזוי, ביסיידס גער און לב טהור פארשטייטסעך.


איך קען נישט אנדערע חסידות'ער, אבער מיין חתן רבי האט מיר געזאגט אז ער ווייסט טאקע אז אסאך לערנען אויס אזוי, אבער ע"פ זוהר קומט אויס אנדערש, ממילא זאגט ער יא צו זיין אינגאנצן אויסגעטאן.

שושן פורים » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:11 pm

· #484004
לאמיר זאגן
איך קום פון סאטמאר. מיר האט מען נישט געזאגט אויף געוויסע אדער וויפיל טעג. אדער אז מען אינגנאריריט די פרוי ווען עס טוט איר וויי. אזוי אויך האט מען נישט געזאגט פאר מיין ב"ב אז מען דארף גיין בגדים. וכו' וכו'.


עס ווערט געזאגט אין א וועג וואס קען ווערן אזוי אויסגעטייטשט, מיין חתן רבי למשל האט געזאגט אז אפילו זי שרייט אז עס טוט וויי טאר מען זיך ח"ו נישט אפשטעלן נאר מען זאל פראבירן צו בארואיגן מיט ווערטער אז עס איז נאר פאר א קורצע צייט און עס גייט שוין אויפהערן.

ווען איך וויל ווען גיין אין קאורט קעגן דעם וואלט איך אויך געזאגט אז מען האט מיר געהייסן איגנארירן און עס וועט נישט זיין ליגנט.

חכמת שלמה » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:15 pm

· #484018
נחום הסופר
berlbalaguleh
נחום הסופר: א נארמאלער מענטש מוז נישט טון אלעס וואס די חצירות הייסן. מ'דארף נוצן א ביסל שכל...!

כמובן מאליו


ביי אונז איז נישט אנדערש - כמובן מאליו.

yn.NY » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:28 pm

· #484021
חכמת שלמה
נחום הסופר
berlbalaguleh
נחום הסופר: א נארמאלער מענטש מוז נישט טון אלעס וואס די חצירות הייסן. מ'דארף נוצן א ביסל שכל...!

כמובן מאליו


ביי אונז איז נישט אנדערש - כמובן מאליו.

ביי ענק איז זייער אנדערש - כמובן מאליו.

חכמת שלמה » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:45 pm

· #484024
עס ווערט געזוכט איינער וואס זאל זיין וויליג מיטצוהאלטן און איבערגעבן באריכטן דאהי אויף קאווע שטיבל, אין פאל איך קען נישט מיטהאלטן. איינער וואס זאל מיר איבערנעמען לעת הצורך. מיין אישי איז אפן.
...

היינט בין איך געווען דארט מיט א האלבן אויער, און עטליכע מאל געמוזט אראפלייגן דעם טעלפאן אינמיטן. איך קען שרייבן דעריבער, בערך וואס האט זיך דארט אפגעטון.

די ערשטע האלבע טאג האט דער גאווערמענט ווייטער אויסגעפרעגט שמעון מלכה, און דער בילד איז אויסגעקומען זייער שרעקעדיג. ער האט אראפגעלייגט דעם רבי'ן ווי א שרעקעדיגער מאנסטער, געפערליך ממש... ער האט ארויסגעברענגט, אז דער פריעדיגע רבי האט חתונה געמאכט ביי די פופצן זעכצן, די היינטיגע רבי מאכט עס ביי די צוועלף דרייצן. מען האט אים אויסגעפרעגט וועגן מיינערס וואס זענען פרעגנענט, און צי ער ווייסט אז אויך אנדערע מיינערס הייסט מען טון מיט געוואלד און זיי קענען נישט אפזאגן, וכו' וכו'... מען האט אזוי אויסגעשטעלט די שאלות, אז דער בילד האט אויסגעקוקט ממש געפערליך.

ער האט אויך דערציילט אז ער האט עכט נישט געוואלט חתונה האבן מיט זיין ווייב, ווייל זי איז צי יונג, דאס מיינט אז זיין חתונה איז געווען געצווינגען. ער האט אויך געזאגט אז דער יעצטיגער ראזנער יונגערמאן (וואס זיין ווייב איז דער נושא אין דעם קעיס), איז זיין יוגנט חבר, און ער האט אים געזאגט אלס חתן, אז ער וויל נישט חתונה האבן מיט זיין כלה, ווייל זי איז א בעיבי (צו יונג). די בילד איז אראפגעלייגט געווארן געפערליך, געפערליך ממש...

מען האט אויך גערעדט איבער זיין ראלע אין די קידנעפינג און פארוואס ער האט עס געטון. ער האט געזאגט אז ער האט עס געטון וועגן זיין ווייב און ווייל ער וויל איר זען, און אינמיטן האט ער זיך צעוויינט, און מען האט געדארפט צואווארטן.

איך האב נישט מיטגעהאלטן די גאנצע צייט, אבער איך האב פארשטאנען אז מען האט אויפגעשפילט א רעקארדירונג ווי ר' מאיר יששכר ראזנער האט אים געהייסן טון זאכן בנוגע די א.ג. קידנעפינג. איך האב עס נישט געהערט פערזענליך.

שפעטער איז געקומען די קראס עקזעם, דארט האב איך אויך נישט מיטגעהאלטן אלעס. זיי האבן באוויזן צו ווייזן לעכער אינעם עדות פון שמעון, אבער נישט גענוג שטארק. צווישן אנדערע האבן זיי געפרעגט ווי אזוי עס קען זיין, אז ער האט נישט געוואלט חתונה האבן מיט איר, און די ערשטע מאל האט ער איר בכלל געזען ביי די חתונה, אבער בלויז עטליכע חדשים שפעטער האט ער איר שוין אזוי שטארק ליב, אז ער איז גרייט צו ריזיקירן מיט אומלעגאלע אקטן, אבי איר צו זען, און זיין ליבשאפט איז אזוי גרויס אז ער צעוויינט זיך אויפן סטענד.

די קראז עקזעם האט אים אראפגעמאלן אלס מענטש מלא סתירות, וואס שפילט אויף אלע זייטן, מאכט זיך ווי יעדנ'ס חבר און ארבעט אונטער יעדנ'ס רוקן. זיי האבן געוויזן אז אפילו נאך וואס ער האט שוין געארבעט פאר די רעגירונג, האט ער נאך געהאט רצונות צוריקצוקומען צו לב-טהור און האט פראבירט צו ארבעטן אויף די פארקערטע זייט. ער האט עס פארענטפערט אז אים איז געלעגן אין קאפ איין זאך, זיין ווייב, און אפצואווישן זיין פלעק אז ער זאל נישט זיין פארפלאנטערט מיט די רעגירונג, און פאר דעם האט ער אלעס געטון.

איבער די סעק. נושא האט מען אים נישט אויסגעפרעגט. אפשר וועט דאס קומען מארגן.

די קראס עקזעם גייט ממשיך זיין מארגן אי"ה.

...
במאמר המוסגר, היינט איז געווען אויפן ליין דריי מאל אזויפיל מענטשן ווי נעכטן - קוקט אויס אז מען האט געהערט איבער וואס מען רעדט דארט, זענען אלע געקומען צו לויפן... געוויסע מענטשן גלייכן די סארט נושאים... 🙄

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:05 pm

· #484026
דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס זאל זיין א ציענדיגע נושא למען קיום המין האנושי, נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט.

דו (מיט אלע דיינע ניקס) האסט גאנץ ליב צו שרייבן דערפון כידוע.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:50 am

· #484046
@חכמת שלמה א גרויסע שכח פאר גיבן אזא שיינע באריכט.
גיי ווייטער אן

היסטאריע » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:00 am

· #484049
איך אויך
דער באשעפער האט אזוי געמאכט עס זאל זיין א ציענדיגע נושא למען קיום המין האנושי, נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט.
.


מחלוקת ראשונים

חכמת שלמה » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

· #484051
שמעון וואלף
@חכמת שלמה א גרויסע שכח פאר גיבן אזא שיינע באריכט.
גיי ווייטער אן


איך באקום אבער פעטש דערפאר, דאס מאכט נישט קיין סך חשק צו אפדעיטן דעם עולם דא.

דו ביסט דער ערשטער קאמפלעמענט דא.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:25 pm

· #484056
חכמת שלמה

דו ביסט דער ערשטער קאמפלעמענט דא.

א לייק איז ווי א קאמפלימענט, איך זע עטליכע.

ווען מען מען ברענגט פאקטן מיט וואס ווייניגער געפילן און מיינונגען, האט דער עולם הנאה. ביטע זיי ממשיך.

Joseph » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:48 pm

· #484059
יעקב מעקסוועל
חכמת שלמה

דו ביסט דער ערשטער קאמפלעמענט דא.

א לייק איז ווי א קאמפלימענט, איך זע עטליכע.

ווען מען מען ברענגט פאקטן מיט וואס ווייניגער געפילן און מיינונגען, האט דער עולם הנאה. ביטע זיי ממשיך.

חכמת שלמה: זיי ממשך. דער עולם האט הנאה
ישר כוח פאר דיין ארבעט

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:46 pm

· #484061
חכמת שלמה
נחום הסופר
berlbalaguleh
נחום הסופר: א נארמאלער מענטש מוז נישט טון אלעס וואס די חצירות הייסן. מ'דארף נוצן א ביסל שכל...!

כמובן מאליו

ביי אונז איז נישט אנדערש - כמובן מאליו.

זיכער. הייליגער חכמת שלמה דו קענסט גלייבן און האלטן וואס דו ווילסט, אבער איך האב אינסייד אינפארמעישן אז די אלע "בייזוויליגע" לשון הרע'ס זענען אמת ויציב...! סיי מיט שלאגן מלקות, און סיי מיט מחליפין נשותיהם. כ'מיין די גארבידזש בעגס...!

סמבטיון » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:58 pm

· #484098
ווען דו זאגסט סעק. רעדסטו פון סעקשן 8 ? איך פרעג פאר א פרענד

בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 4:56 pm

· #484110
סמבטיון
ווען דו זאגסט סעק. רעדסטו פון סעקשן 8 ? איך פרעג פאר א פרענד


יא
ע”פ הגדה ש”פ שיר של שמנה מי יודע

חכמת שלמה » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:25 pm

· #484113
קודם כל א הערה: איך וועל נישט דא זיין פון דינסטאג ביז מאנטאג א וואך שפעטער. איך גלויב אז דער טרייעל וועט זיך ציען נאך אפאר וואכן. אויב איינער איז וויליג מיר איבערצונעמען, מיטהאלטן טעלעפאניש דעם טרייעל און איבערגעבן אינפארמאציע, זאל זיך ווענדן צו מיר אין אישי.

...
היינטיגן טאג אין קארט!

היינט האט מען ממשיך געווען מיט קראס עקזעם פאר שמעון מלכה. היינט איז ער געווען עטוואס קלוגער און כמעט אויף יעדע שאלה האט ער געענטפערט אז ער ווייסט נישט אדער אז ער געדענקט נישט. וויפיל מען האט אים געדרייט, האט ער פארלוירן זיין זכרון און דעת. אבער ער איז געווען שטארק, ער האט זיך געהאלטן און גארנישט גערעדט. עס איז געווען ניכר אז ער איז נישט עכט וויליג צו רעדן צו די לויערס פון לב-טהור.

איבער די גאנצע סעקס אישו האבן די לב טהור לויערס נישט דערמאנט קיין פיפס.

נאך די קראס, האט די גאווערמענט געבעטן רשות עטליכע מינוט צו קלארמאכן עטליכע קלייניגקייטן, ווי פאלגענד:

א. שמעון מלכה האט אונטערגעשריבן א דאקיומענט אז כל זמן ער זאגט דעם אמת, איז ער באשיצט פון אלע קלאגעס, אבער אויב כאפט מען אים ביי איין ליגנט, ווערט ער פראסעקיוטעט ביי די רעגירונג. דערויף האט דער לויער שפעטער רעאגירט און געפרעגט: "ווער דארף מחליט זיין צי שמעון האט געזאגט אמת אדער נישט? - דער גאווערמענט! - ווער איז מחליט צי דאס וואס שמעון האט געזאגט בנוגע לב טהור איז אמת? - גאווערמענט! - ווער איז מחליט צי דאס וואס שמעון האט געזאגט וועגן די קינדנעפינג איז אמת? - גאווערמענט! - און אזוי ווייטער.

ב. זיי האבן געפרעגט שמעון עטליכע שאלות:

פון די פאר יאר וואס ער לעבט אין אנדערע חסידי'שע קהילות, איז דא אזא זאך ביי חסידים אז מיידלעך פון צוועלף יאר זאלן חתונה האבן צו עלטערע מענטשן? - נעווער!

איז דא אזא זאך אז מען טוט עס מיט פרויען מיט געוואלד? - נעווער!

איז דא אזא זאך אז פרויען קענען נישט זאגן, ניין? - נעווער!

איז דא אזא זאך, אז מיידלעך קענען נישט אריינרעדן ביי זייערע שידוכים? - נעווער! (המם...)

איז דא אזא זאך, אז א לידער קען סעפערעיטן משפחות מיט געוואלד? - נעווער!

(קוקט אויס אז די גאווערמענט ליינט קאווע שטיבל - זיי האבן דאס נישט געפרעגט נעכטן, נאר בלויז היינט מחליט געווען דאס קלארצושטעלן...)

נאך ריסעס האט דער גאווערמענט ארויפגערופן אלס עדות מרת שרה העלבראנץ (מלפנים טעללער). זי האט תיכף קלארגעשטעלט אז זי קומט נישט דא מרצונה הטוב, זי וויל עכט נישט דא זיין, נאר מען האט איר געהייסן געזעצליך קומען, דעריבער האט זי נישט קיין ברירה. איר גאנצע אופן פון רעדן איז געווען אויף אן אופן אז עס איז געווען ניכר אז זי נעמט עס אויף זייער שווער, זי וויל עכט נישט רעדן.

אויך דארט האט די גאווערמענט איר אנגעהויבן אויספרעגן אויף פריוואטע ענינים, אויף וואס זי האט קודם געזאגט אז זי וויל נישט און זי שעמט זיך צו רעדן פון פריוואטע זאכן, אבער מען האט איר קלארגעשטעלט אז וויבאלד זי קומט נישט מרצונה הטוב, מוז זי ענטפערן אויף וואס מען פרעגט איר. זי האט גערעדט זייער איינגעהאלטן און די מערסטע איידל וואס איז שייך, פראבירנדיג צו דרייען מיט ווערטער אזוי ווי א צניעות'דיגע אידישע טאכטער. זי האט שווער געאטעמט און געענטפערט אויף וואס מען האט איר געפרעגט. עס איז געווען עטליכע מאל וואס זי האט זיך געדארפט אפשטעלן און קומען צו זיך. איינמאל איז זי אפילו ארויסגעגאנגען פון זאל - עס איז נישט קלאר וואס עס איז דעמאלס געווען. אבער די גאנצע עדות'שאפט איז איר אנגעקומען שווער.

ווען זי איז צוריקגעקומען אין זאל, האט מען אנגעהויבן רעדן וועגן די קידנעפינג, אנגעהויבן פון די חתונה פון איר טאכטער, איר רעאקציע במשך די גאנצע צייט, איר אנטלויפן פון לב טהור מיט צוויי קינדער, איר צוריקקומען מוצאי שבת וכו'. דעמאלס האט זי שוין גערעדט מער פרייוויליג, עס איז איר שוין געווען לייכטער. מען האט גערעדט איבער איר לעבן אין אמעריקע און ווי אזוי די איבעריגע קינדער זענען נאכגעקומען. מען איז אריין אין די דעטאלן פון יענעם שבת חנוכה און ווי אזוי די סעודות זענען געווען, און וואס זי ווייסט איבער די קידנעפינג.

מארגן גייט מען ממשיך זיין.

...
מיינע צוויי סענט:

ווען נישט די גאנצע סע.. נושא, וואלט לב טהור געווען על העליונה. די דאזיגע נושא פארשווארצט שטארק לב טהור'ס בליק ביי דער דזשארדזש און די דזשורי. דאס מיינט, אז מען באטראכט די געשפרעכן אין קארט, אראפנעמענדיג יענע נושא, נאר בלויז רעדנדיג איבער די קידנעפינג א.א.וו. האט לב טהור גאנץ א שטארקע קעיס און די דזשורי קען דערהערן די זייט פון לב טהור.

שמעון מלכה'ס עדות'שאפט איז געווען געפערליך און איבערגעלאזט (אין מיינע אויגן) א שרעקליכע רושם אויף די דזשורי - טאקע נאר בלויז וועגן די דאזיגע נושא, ביז מען איז צוגעקומען צו יענע נושא איז ער געווען גאנץ שוואך. שרה העלבראנץ'ס עדות'שאפט האלט נאך אינמיטן. פארשטייט זיך אז דערווייל ברענגט דער גאווערמענט ארויס דאס וואס זיי ווילן, אבער מיר וועלן דארפן ווארטן אויף די קראס עקזעם.

נאך א זאך:
אויף שמעון מלכה איז באמת א רחמנות נעבעך. ער איז קרח מכאן ומכאן און נטרד משני עולמות, עס דערקענט זיך היבש אויף אים. מען דארף פארשטיין וואס דא קומט פאר. נאך די פטירה פונעם רבי'ן תמ"ל, זענען געווען א היבשע פאר מענטשן וואס האבן זיך נישט פארשטאנען און זיך נישט דורכגעקומען מיט די נייע הנהלה. א היבשע פאר מענטשן זענען דעמאלס אוועקגעגאנגען פון דארט, אזוי ווי עס איז דעמאלס געווען באריכטעט. כמעט אלע פון די מענטשן זענען עווענטואל צוריקגעקומען, נאך וואס מען איז זיך דורכגעקומען למחצה ולשליש. מען האט גערעדט מיט מענטשן, זיך אויסגענומען, אדער זענען זיי קעגנגעקומען, יעדער אויף זיין אופן.

שמעון מלכה איז געווען איינע פון נאך עטליכע וואס זענען געווען אוועק פון דארט. ער איז געווען א יונגער שנוק פון ניינצן יאר און ער וואלט גאנץ זיכער צוריקגעקומען, אדער מעגליך אז ער וואלט געבליבן אינדרויסן פון לב-טהור, אזוי ווי עס זענען געווען עטליכע אזעלכע. דא איז עפעס געשען. זייענדיג אין אמעריקע, האט מען זיך פארבינדן מיט אים צו בעטן הילף דורכצופירן די אקציע. ער האט געשפירט אז ער מוז עס טון, אדער ווייל ער האט געוואלט צוריקקומען (לפי טייל דעות), אדער ווייל ער האט געוואלט רעדן צו זיין ווייב און איר צוריקבאקומען (לויט זיין ווערסיע). דער רבי האט אים אנגעבליך (לויט זיין ווערסיע) צוזגעזאגט, אז טאמער העלפט ער ארויס, וועט מען אים אלעס מוחל זיין, ער וועט קענען צוריקקומען, זיך פאראייניגן מיט זיין ווייב, והכל על מקומו יבוא בשלום. ער האט עס געטון מתוך לחץ ודוחק.

דערווייל איז ער אריינגעפאלן אין פראבלעמען. די גאווערמענט האט אים אראפגעלייגט דעם בילד שווארץ, מען האט אים ערקלערט אז ער איז יעצט א מענטש אליין אויף די וועלט. פון לב-טהור איז ער אויסגעשפיגן, און אויב נעמט מען אים אפיר, וועט די גאנצע וועלט אים אראפקוקן. ער וועט שימלען אין תפיסה אן דעם וואס איינער זאל זיך אומקוקן אויף אים, נישט משפחה, נישט ווייב, נישט קהילה, און נישט כלל-ישראל. מען וועט אים נישט מוחל זיין אויף דעם קידנעפינג. ער האט זיך בעצם געשפירט א פארלוירענער און פארווארפענער פון ביידע וועלטן. ער האט פראבירט צו ראטעווען וואס ער קען נאך, ביי א געוויסע פוינט האט ער געקלערט צו נעלם ווערן פון אמעריקע און מעגליך צוריקקומען צו לב-טהור, אבער ער האט זיכער געמאכט פאר דעם צי ער וועט באקומען זיין ווייב. עס איז נישט קלאר צי דאס איז אים נאכגעגעבן געווארן. בקיצור, ער איז געווען עכט פארלוירן און מיט אויסזיכטן אויף גרויסע פראבלעמען.

די גאווערמענט האט אים קלארגעשטעלט אין די אויגן וואו ער האלט - אין אנדערע ווערטער, א מענטש אן קיין שום ידיד אויף דער וועלט. זיי האבן אים געגעבן איין וועג ארויס, מיטארבעטן מיט די רעגירונג און ארויסקריכן פון דעם פלאנטער. אזוי שאקללט ער זיך אטאמאטיש אפ פון לב-טהור, ארויס פון פראבלעמען, און ער ווערט א נארמאלע מענטש.

דאס קומט אים אבער נישט אן לייכט. ער דארף זיך ארויסשטעלן קעגן זיין אייגענע ברודער, פעטער'ס און קרובים, זיי זאגן אין פנים אריין און עדות זאגן מיט די וויסן אז ער שלייכט זיי אריין אין טורמע פאר לאנגע יארן. ס'איז אים זייער שווער.

(אויב די הנהלה שפירט אז די לעצטע פאר שטיקלעך איז קעגן די תקנות, אדער אז איך בא'עול א יחיד, זאל מען עס ביטע אויסמעקן. איך וויל נישט וויי טון קיין איין מענטש.)

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 8:17 pm

· #484117
חכמת שלמה: דו ביסט א צדיק. זיסע חלומות. דו דערמאנסט מיך א מעשה. איינער איז אמאל געקומען צו א רב (אן דעם צווייטן בעל דין). און פארציילט א מעשה. האט איהם דער רב געענטפערט: "לויט ווי דו פארציילסט עס זעה איך אז דו ביסט שולדיג"...

פון דיינע דיבורים אליין קען מען ארויסדרינגען (אויסער די ידיעות אמיתיות וואס דער עולם האט) אז די חברה "לב טהור" זענען א באנדע צודרייטע קרימינאלן וועלכע ניצן אויס אומגליקליכע מענטשן פאר זייערע בארבארישע צוועקן, און נגד תורתינו הקדושה...!

מצפצף » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 8:55 pm

· #484119
וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

yn.NY » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:12 pm

· #484120
מצפצף
וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

ט'ויט מ'שוגענע ל'יצים

("ת" און "ט" זענען זיך מתחלף)

יהודי פשוט » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:46 pm

· #484123
מצפצף
וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

תורתו מגן לנו

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:02 pm

· #484124
מצפצף
וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

ניין: ערנסט. תורתו מגן לנו...!

אונטער חכם » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:39 pm

· #484130
חכמת שלמה

נאך ריסעס האט דער גאווערמענט ארויפגערופן אלס עדות מרת שרה העלבראנץ (מלפנים טעללער). זי האט תיכף קלארגעשטעלט אז זי קומט נישט דא מרצונה הטוב, זי וויל עכט נישט דא זיין, נאר מען האט איר געהייסן געזעצליך קומען, דעריבער האט זי נישט קיין ברירה. איר גאנצע אופן פון רעדן איז געווען אויף אן אופן אז עס איז געווען ניכר אז זי נעמט עס אויף זייער שווער, זי וויל עכט נישט רעדן.

אויך דארט האט די גאווערמענט איר אנגעהויבן אויספרעגן אויף פריוואטע ענינים, אויף וואס זי האט קודם געזאגט אז זי וויל נישט און זי שעמט זיך צו רעדן פון פריוואטע זאכן, אבער מען האט איר קלארגעשטעלט אז וויבאלד זי קומט נישט מרצונה הטוב, מוז זי ענטפערן אויף וואס מען פרעגט איר. זי האט גערעדט זייער איינגעהאלטן און די מערסטע איידל וואס איז שייך, פראבירנדיג צו דרייען מיט ווערטער אזוי ווי א צניעות'דיגע אידישע טאכטער. זי האט שווער געאטעמט און געענטפערט אויף וואס מען האט איר געפרעגט. עס איז געווען עטליכע מאל וואס זי האט זיך געדארפט אפשטעלן און קומען צו זיך. איינמאל איז זי אפילו ארויסגעגאנגען פון זאל - עס איז נישט קלאר וואס עס איז דעמאלס געווען. אבער די גאנצע עדות'שאפט איז איר אנגעקומען שווער.



איך ווייס נישט צו עס איז אינגאנצן אמת ווי חכמת לייגט עס אראפ, אבער אויב יא איז עס א געפערליכע אכזריות מצד די קאורט, איז נישטא קיין געזעצן אין די היינטיגע אמעריקע צו פראטעקטן פרויען פון אזעלכע זאכן?

חכמת שלמה » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:47 am

· #484143
חכמת שלמה


שמעון מלכה איז געווען איינע פון נאך עטליכע וואס זענען געווען אוועק פון דארט. ער איז געווען א יונגער שנוק פון ניינצן יאר און ער וואלט גאנץ זיכער צוריקגעקומען, אדער מעגליך אז ער וואלט געבליבן אינדרויסן פון לב-טהור, אזוי ווי עס זענען געווען עטליכע אזעלכע. דא איז עפעס געשען. זייענדיג אין אמעריקע, האט מען זיך פארבינדן מיט אים צו בעטן הילף דורכצופירן די אקציע. ער האט געשפירט אז ער מוז עס טון, אדער ווייל ער האט געוואלט צוריקקומען (לפי טייל דעות), אדער ווייל ער האט געוואלט רעדן צו זיין ווייב און איר צוריקבאקומען (לויט זיין ווערסיע). דער רבי האט אים אנגעבליך (לויט זיין ווערסיע) צוזגעזאגט, אז טאמער העלפט ער ארויס, וועט מען אים אלעס מוחל זיין, ער וועט קענען צוריקקומען, זיך פאראייניגן מיט זיין ווייב, והכל על מקומו יבוא בשלום. ער האט עס געטון מתוך לחץ ודוחק.

דערווייל איז ער אריינגעפאלן אין פראבלעמען. די גאווערמענט האט אים אראפגעלייגט דעם בילד שווארץ, מען האט אים ערקלערט אז ער איז יעצט א מענטש אליין אויף די וועלט. פון לב-טהור איז ער אויסגעשפיגן, און אויב נעמט מען אים אפיר, וועט די גאנצע וועלט אים אראפקוקן. ער וועט שימלען אין תפיסה אן דעם וואס איינער זאל זיך אומקוקן אויף אים, נישט משפחה, נישט ווייב, נישט קהילה, און נישט כלל-ישראל. מען וועט אים נישט מוחל זיין אויף דעם קידנעפינג. ער האט זיך בעצם געשפירט א פארלוירענער און פארווארפענער פון ביידע וועלטן. ער האט פראבירט צו ראטעווען וואס ער קען נאך, ביי א געוויסע פוינט האט ער געקלערט צו נעלם ווערן פון אמעריקע און מעגליך צוריקקומען צו לב-טהור, אבער ער האט זיכער געמאכט פאר דעם צי ער וועט באקומען זיין ווייב. עס איז נישט קלאר צי דאס איז אים נאכגעגעבן געווארן. בקיצור, ער איז געווען עכט פארלוירן און מיט אויסזיכטן אויף גרויסע פראבלעמען.

די גאווערמענט האט אים קלארגעשטעלט אין די אויגן וואו ער האלט - אין אנדערע ווערטער, א מענטש אן קיין שום ידיד אויף דער וועלט. זיי האבן אים געגעבן איין וועג ארויס, מיטארבעטן מיט די רעגירונג און ארויסקריכן פון דעם פלאנטער. אזוי שאקללט ער זיך אטאמאטיש אפ פון לב-טהור, ארויס פון פראבלעמען, און ער ווערט א נארמאלע מענטש.

דאס קומט אים אבער נישט אן לייכט. ער דארף זיך ארויסשטעלן קעגן זיין אייגענע ברודער, פעטער'ס און קרובים, זיי זאגן אין פנים אריין און עדות זאגן מיט די וויסן אז ער שלייכט זיי אריין אין טורמע פאר לאנגע יארן. ס'איז אים זייער שווער.

(אויב די הנהלה שפירט אז די לעצטע פאר שטיקלעך איז קעגן די תקנות, אדער אז איך בא'עול א יחיד, זאל מען עס ביטע אויסמעקן. איך וויל נישט וויי טון קיין איין מענטש.)


איך וויל צולייגן אן אייגענע שפעקולאציע, אז עס איז מעגליך אז שמעון האט מורא געהאט, אז דער סוף וועט זיין אז די אנדערע לב טהור חברה וועלן אלעס אויף אים ארויפווארפן און אזוי זיך ריינוואשן די הענט. זיי האבן אים דאך ממילא פיינט. עס קען זיין אז די רעגירונג האט אים דאס מסביר געווען, אז באמת האט ער געטון א פארברעכן, און זיי וועלן עס אנלייגן אויף אים, זייענדיג דער שענסטער כפרה הינדל. איז דער דעריבער שנעל געגאנגען אויף די אנדערע זייט און געטון וואס ער האט נאר געקענט אז דאס זאל נישט געשען.

חכמת שלמה » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 2:36 am

· #484145
זייער קעיס איז געבויט ווי פאלגענד:

1. די צוויי קינדער זענען נישט געהעריג געווען אונטער די מאמע, אין פאקט האבן זיי נישט געוואוינט מיט די מאמע, נאר בלויז אויף יענעם שבת זענען זיי געקומען.

2. די צוויי קינדער האבן אין פאקט נישט געוואלט זיין מיט די מאמע, זיי האבן געוואלט זיין מיט די טאטע, און זיי האבן זיך געבעטן אז מען זאל זיי העלפן אוועקגיין פון דארט.

3. דא רעדט זיך פון א שלום-בית קעיס, וואו די קינדער זענען ביז נישט לאנג פריער געווען מיט די טאטע, אינאיינעם אין די קהילה וואו זיי זענען אויפגעוואקסן. די מאמע איז פון דארט אוועק, אבער די קינדער האבן די גאנצע צייט געוואלט בלייבן אין זייער קהילה וואו זיי זענען געווען באקוועם. זיי זענען קוים אנגעקומען קיין אמעריקע מיט געוואלד, עטליכע וואכן פריער. זיי האבן זיך געבעטן פאר הילף, און די חברי קהילת לב טהור האבן זיי געהאלפן.

4. לויטן געזעץ, אז א טאטע אדער א פעטער טוט דאס, אונטער א שלום-בית קעיס, הייסט דאס נישט קיין קידנעפינג. דא איז געקומען דער רבי, וואס איז א פעטער פון די קינדער, און איז געקומען בשליחות פון דער טאטע. די זאכן זענען מעשים בכל יום אין די וועלט ליידער. עס ווערט נישט גערופן קידנעפינג.

דאס איז דער עיקר, אויסער דעם איז דא נאך קליינע פיטשיפקעס.

1. די מאמע איז גאר די וואס האט פארכאפט די קינדער. אין גוטאמאלא זענען זיי געווען אונטער די טאטע'ס רשות, וויבאלד זי איז אנטלאפן פון דארט און איבערגעלאזט די קינדער אויפן פלאץ. הערשט שפעטער איז זי געקומען און אוועקגעכאפט די קינדער ווי א רויבער. איך בין נישט באקאנט, אבער מעגליך אז דאס איז נישט געזעצליך אין גוטאמאלא.

2. די קינדער זענען דא געפייניגט געווארן די ערשטע שטיק צייט, נאכדעם וואס זיי האבן די גאנצע צייט געוואלט אוועקגיין און צוריקגיין פון וואו זיי זענען געקומען.

דאס איז מער ווייניגער זייער קעיס וואס זיי טוען פארשטעלן.

יעקב מעקסוועל » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:34 am

· #484146
חכמת, פארגעס נישט צוצולייגן אז די "קינד" וואס מען האט געקידנעפט איז דאך געווען חתונה געהאט, און זי האט געוואלט גיין צו איר מאן...

אונטער חכם
איך ווייס נישט צו עס איז אינגאנצן אמת ווי חכמת לייגט עס אראפ, אבער אויב יא איז עס א געפערליכע אכזריות מצד די קאורט, איז נישטא קיין געזעצן אין די היינטיגע אמעריקע צו פראטעקטן פרויען פון אזעלכע זאכן?

יא, עס איז אמת ווי ער לייגט עס אראפ, איך האב עס אויך געהערט פון א צווייטן וואס האט אויסגעהערט.

די עיקר סיבה פארוואס די קאורט קוקט עס נישט אן ווי קיין אכזריות, ווייל זיי לעבן אין אנדערע קולטור ווי אונז. ווען זיי פרעגן למשל איז דיין טאכטער געשלאפן מיט איר מאן, איז עס גאנץ א נארמאלע שאלה אין די גוי'שע וועלט, עס איז פשוט קלארצושטעלן אויב די חתונה איז געווען א חתונה מיט די פולע באדייט.

פארשטייט זיך זי פילט נישט באקוועם צו ענטפערן די שאלה, ווייל ביי לב טהור (און ביי אונז) רעדט מען נישט פון די ענין בכלל. זי פילט אויב זאגט זי עפעס אין די ענין איז זי מגלה פריוואטע סודות צווישן איר און איר טאכטער, ווייל ביי אונז איז עס טאקע פריוואטע סודות צווישן א מאמע און א טאכטער.

און ווען זי ענטפערט בלית ברירה זיי האבן "עס" געטון, פרעגט מען איר איבער וואס מיינט "it"... און פון וואו ווייסטו they did it... איז פארשטענדליך פארוואס זי נעמט עס אן אזוי שווער, בעת די קאורט טראכט זיי פרעגן גאנץ נארמאלע שאלות.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:21 am

· #484152
יעקב מעקסוועל: איך האב נאר איין קשיא. וואס טוט זיך מיט די טשארדזש פון מחליפין נשותיהם. זאלל זיין מיט די..."גושפנקא דמלכא"... די רבי אליינס, תמ"ל האט געהייסן ווער זאלל חתונה האבן מיט וועם. און ווער זאלל זיך גט'ן פון וועם...!

cictim » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:50 am

· #484159
חוטף הילדים החרדי בעצם יום השבת, יוסגר לארה"ב ויעמוד לדין
יעקב ויינגרטן, ממנהיגי כת 'לב טהור', יוסגר לארצות הברית, שם יעמוד למשפט בגין מעורבותו בחטיפת ילדים בעצם יום השבת. הוא נעצר לפני שבעה חודשים בגואטמלה, שם הוא עצור עדיין וצפוי להיות מוסגר בשבוע הבא לידי ארה"ב. בתוך כך, אישומים חדשים נגד חמשת מנהיגי הכת

יעקב ויינגרטן ממנהיגי כת 'לב טהור' העצור בימים אלה בגואטמלה, יוסגר לארצות הברית בעוון חטיפת ילדים. ויינגרטן חטף את הילדים, לאחר שנמלטו יחד עם אמם מהכת. הוא נעצר בגואטמלה לפני שבעה חודשים.

יעקב ויינגרטן מראשי כת 'לב טהור' נעצר בעיצומו של חג ראשון של פסח 2020 בחשד לחטיפת ילדים בחודש מרץ בשנה שעברה ובגין התעללות בצעירי הכת השוכנת באחד היערות בגואטמלה. הוא יעמוד לדין בארה"ב בגין חטיפה, התעללות, וכן שימוש בזהות מזויפת. ויינגרטן היה חלק מכנופיה שחטפה בשטתיות ילדים מהוריהם בעצם יום השבת בכדי שיהיה קשה יותר לעלות על עקבותיהם. הם המריאו בעיצומה של שבת קודש למקסיקו, אך נתפסו כעבור מספר ימים. מאז הם מרצים עונש מאסר.

העסקן החסידי יעקב פליטשקין, אמר אז בשיחה עם 'בחדרי חרדים', בשנה שעברה, כי "מאחר וכל כנופיית לב טהור עצורה בניו יורק, לאחר שחטפו ילדים מהוריהם, יש שלושה אחים בשם וינגרטן, שמטילים טרור איום ונורא על המשפחות". ואכן כאמור, ביום טוב ראשון של חג הפסח נעצר יעקב וינגרטן, ובשבוע הקרוב הוא יוסגר לארה"ב כאמור.

בתוך כך, ל'בחדרי חרדים' נודע כי אודרי שטראוס, התובעת של המחוז הדרומי של ניו יורק, הכריזה על אישומים חדשים נגד מנהיגי 'לב טהור'; נחמן הלברנץ, מאיר רוזנר, יעקב ויינגרטן, שמואל ויינגרטן ויואל ויינגרטן, בגין קשירת קשר לחטיפתה של ילדה בת 14 מניו יורק לפני כשנתיים. הנאשמים, הואשמו בעבר במספר עבירות נוספות הקשורות לחטיפת קטינים. בכתב האישום נאמר כי הנאשמים ביצעו דברים מחרידים וסדיסטיאיים בילדי ואנשי הכת.

מטעם משרד המשפטים האמריקאי נמסר: "אנו אסירי תודה על שיתוף הפעולה המצוין של השותפים שלנו במקסיקו ובגואטמלה שעזרו לנו להעמיד את המנהיגים הללו של לב טהור לדין, הגנה על ילדים חפים מפשע צריכה להיות בראש סדר העדיפויות של כל חברה".

יצוין כי הנהגת 'לב טהור' דרשה ממספר קטינים שנישאו, לספר לאנשים מחוץ ל'לב טהור' שהם אינם נשואים, בכדי להעמיד פנים שהם מבוגרים יותר וכן אילצו את הקטינות שנישאו בכת, ללדת תינוקות בתוך בתיהן במקום בבית חולים, ולהסתיר מהציבור את הגילאים הצעירים של האמהות בכת.

בעבר דיווחנו ותיארנו ב'בחדרי חרדים' את מצבן המחריד של אותן אמהות וילדיהן שלעיתים רעבים ללחם ימים ארוכים בעקבות מחסור במאכלים כשרים הנובע מקושי להשיגו בגואטמלה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6