אידישקייט אדער הלכה?
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14853
אידישקייט אדער הלכה?
לאמיר גיין גראד צום פוינט: ס׳האט מיר לעצטנס געזאגט איינער אז ער פארשטייט נישט די שוואכע מאדערן-ארטאדאקסן וואס צינדן שבת-ליכט, מאכן קידוש, און עסן א סעודה אויף א ווייסן טישטוך, אבער פאר א נויט וועלן זיי אנצידן א לייט אום שבת, זאגט ער מיר אז אנצידן א לייט גרעניצט זיך מיט א דאורייתא, צינדן שבת-ליכט ווידער איז בכלל נישט אזוי וויכטיג זאגט ער, נאכדערצו היינטיגע צייטן ווען מיר האבן לייטס און די פוסקים מוטשען זיך ארום וויאזוי מ׳קען בכלל מאכן א ברכה דערויף. לאור דעם קומט ער אויף מיט א וואזשנעם חידוש, אז דו צינדסט אן לייטס אום שבת האסטו נישט וואס אנצוצינדן שבת-ליכט, מוחל טובות! דו מיינסט אז גאט דארף דיין קידוש מיט׳ן ווייסן טישטוך? אז דו רייסטסט חלילה טוילעט פאפיר אום שבת וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא לויט געוויסע פוסקים האסטו נישט וואס צו מאכן קידוש וואס לויט געוויסע פוסקים איז נאר א דרבנן (ס׳טוט זיך א טשעריפיקינג פון פוסקים...), ענדערש עס אויף א שווארצן טישטוך און מוחל דיין קידוש! הפלא ופלא.
האב איך איהם איבערגעהאקט און געפרעגט, און דא דארף מען דרייען מיט׳ן פינגער, אויב ס׳איז אמת וואס דו זאגסט אז שבת-ליכט פעלט בעצם נישט אויס היינטיגע צייטן און די גאנצע ברכה מאכן דערויף איז א גרויסע דיעבד וואלטן מיר לכתחילה׳דיגע אידן געדארף זיין די ערשטע צו מבטל זיין די גאנצע שבת-ליכט, אמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!
אלא מאי, האב איך אויסגעפירט, מיר הלכה אידן פארשטייען אויך אז אידישקייט איז וויכטיגער פון הלכה, יא, די שבת-ליכט מיט׳ן ווייסן טישטוך, דאס איז שבת! מאכן קידוש און עסן נאכטמאל מיט׳ן משפחה דאס איז שבת! מיר פארשטייען אויך אז הלכה דארף זיך בייגן צו אידישקייט און נישט פארקערט, און דערפאר דארף מען אויפקומען מיט אויבערחכמישע תירוצים צו פארענטפערן די ברכה אויף די שבת-ליכט הגם על פי הלכה גרעניצט עס זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא.
און דא קומען מיר צוריק full circle, דעם שוואכן מאדערן-ארטעדאקס אינטערעסירט הלכה אין די לינקע פאה (אויך אין די רעכטע ווייל ער האט בכלל נישט קיין פאות), דער חזון איש פארבאט אנצינדן א לייט אום שבת, דער מהרש״ג איז מתיר, ער האט נישט קיין אהנונג וואס זיי ווילן פון זיין לעבן האבן, ער פילט בכלל נישט אז זייערע opinions זענען איהם מחייב. האט ער געזאגט, איז וואס? און דא קומט שטארק אריין דעם ״כלל ישראל׳ס נאז״ דאקטרינע, דער שוואכער מאדערן-ארטעדאקס דארף א שבת פון מנוחה ושמחה אור ליהודים ולמשפחותיהם מיט א קידוש און שבת-ליכט, ער איז אויך גרייט צו הערן אן opinion פונעם חזון איש און ער גייט נישט סתם אזוי זיך נעמען אנצינדן לייטס אין דער וועלט אריין, אבער ווען ס׳וועט איהם שטערן דעם מנוחה ושמחה וועט ער איידעלערהייט זאגן פאר׳ן חזון איש, במחילת כבודך, איר זאגט זייער שיינע opinions אבער מיר איז די מנוחה ושמחה וויכטיגער. אויף אידישקייט וועל איך מיך מוסר נפש זיין, הלכה איז מהיכי תיתי.
הנוגע לעניננו: איך בין חס ושלום נישט געקומען אוועקמאכן די וויכטיגקייט פון הלכה, די שאלה איז דא צו זענט איר מסכים צו מיין חבר׳ס וואזשנעם חידוש מיט וואס כ׳האב אנגעפאנגען צו נישט? צו זענען די סארט מענטשן ממש קלאונס ווי יענער לייגט זיי אראפ אדער קען מען עס יא פארענטפערן?
עס רירט אָן אויף די געדאנק פון
די אשכול אויף בכלל די וויכטיגקייט פון הלכה לעומת דאס ״געפיל״ פון וואס אידישקייט איז/איר טראדישאן און צי מ׳קען פונאנדערטיילן די צוויי. ווי איך פארשטיי איז דא די שאלה אביסל טיפער. והיינו, טאמער אידענטיפיצירט ער זיך אלס ״
ארטאדאקס״ איז יתכן אז ער אידענטיפיצירט זיך אלס איינער וואס איז זיך משעבד להלכה (לעומת, צב״ש, קאנסערוואטיוו). ״הלכה״ אין די קאנטעקסט וועט מיינען ״ווי אזוי מען איז
רשאי זיך צו פירן״ עפ״י אידישקייט; עכ״פ צו האבן א פּרעסעדענט מתוך די ״געזעצן״ פון אידישקייט - צי מכח קאדיפיצירטע הלכה צי מכח טרעדישאן. איז אויב איז ער אליין מסכים מיט די הנחה דאן קומט אויס אז זיין געפירעכץ איז זיך אפשר סותר מיט וואס ער אליין האלט.
רביה''ק: דו רעדסט פון קאנסערוועטיוו אדער מאדערן-ארטעדאקסיע? ווי ווייט איך ווייס צינדן מאדערן-ארטעדאקסיע אידן נישט אן קיין לייט שבת.
מי אניווי איך פארשטיי איז דא די שאלה אביסל טיפער. והיינו, טאמער אידענטיפיצירט ער זיך אלס ״ארטאדאקס״ איז יתכן אז ער אידענטיפיצירט זיך אלס איינער וואס איז זיך משעבד להלכה (לעומת, צב״ש, קאנסערוואטיוו). ״הלכה״ אין די קאנטעקסט וועט מיינען ״ווי אזוי מען איז רשאי זיך צו פירן״ עפ״י אידישקייט; עכ״פ צו האבן א פּרעסעדענט מתוך די ״געזעצן״ פון אידישקייט - צי מכח קאדיפיצירטע הלכה צי מכח טרעדישאן. איז אויב איז ער אליין מסכים מיט די הנחה דאן קומט אויס אז זיין געפירעכץ איז זיך אפשר סותר מיט וואס ער אליין האלט.
איך מיין אז די סארט מענטשן איז זייער זיך אידענטיפיצירן אלס ארטאדאקס מער לאפוקי רעפארם אדער קאנסערוואטיוו ווי איידער אז זיי זענען מחויב צו אלעס וואס די ארטאדאקסישע רבנים זאגן ארויס פון מויל, זיי קוקן אן רעפארם אזויווי מיר קוקן אן נצרות, ס׳איז עפעס אן אנדערע רעליגיע. ווען זיי זאגן אז זיי זענען ארטאדאקס מיינען זיי צו זאגן אז זיי געהערן צו דעם רעליגיע וואס רופט זיך ארטאדאקסישע אידישקייט הגם זיי זענען נישט אינאנצן מסכים מיט׳ן הנהגה.
אין אנדערע ווערטער, די קאנסערוואטיוון האבן זיך אויך זייערע הלכות (אנדערש ווי די רעפארמער), די קאטאליקן האבן זיך אויך הלכות, ס׳דא זייער פרומע קאנסערוואטיוון און קאטאליקן וואס זענען מקפיד על קוצו של יו״ד פון זייער שולחן ערוך, די המון עם אבער נעמט עס with a grain of salt ווי מ׳זאגט אבער זיי האלטן זיך נאכאלץ אלס קאנסערוואטיווע אידן און קאטאליקן הגם זיי מאכן זיך נישט נאריש איבער די דיטעילס.
כדי לשבר את האוזן, כ׳האב לעצטנס געפרעגט א באקאנטער מיינער וואס וואוינט צווישן גוים ערגעץ in the middle of nowhere צו אין די שול וואו ער דאווענט דאווענט מען מוסף האט ער זיך זייער באליידיגט. קודם כל זאגט ער מיר אז ער דאווענט געווענליך אינדערהיים (די נענטסטע ארטאדאקסישע שול צו זיין הויז איז מן הסתם א שעה צו פארן), און בכלל זאגט ער מיר אז דאס נישט דאווענען מוסף איז אויסשליסליך א רעפארם זאך, און ער הייבט אן טרייבן לצנות פון די רעפארמער אז זיי דאווענען אין ענגליש און זיי שניידן ארויס רוב דאווענען וכו׳. פארשטייסטו דער פארמער דארט וואס וואוינט צווישן גוים, גייט אן א קאפל, טרעט אריין אין א שול אפשר פינעף מאל א יאר, זיין ווייב גייט אנגעטוהן ווי אירע שכנות, קוים וואס זיינע קינדער ווייסן פון אידישקייט צו זאגן, אבער ער האלט זיך פאר אן ארטאדאקס און ער ווערט באליידיגט ווען מ׳פארמישט זיך צווישן איהם און רעפארם.
אויף דיין עצם שאלה: ביי אונז גייט מען בייגן די הלכה, ד.ה. מ'גייט טרעפן אן הלכה'דיגע סיבה פ''וו מ'מעג מאכן א ברכה (דא ספעציפיש איז די היתר מוסיף אור וכו', וואס איז גראדע מופרך ווייל נאך א א טשילאר לייגט די לעכט גארנישט צו בבחינת שרגא בטיהרא ואכמ''ל), ווידער סתם איגנארירען איז נישטא אפילו במקום תדמית וצורת האידישקייט.
לסיכום: הלכה איז טאקע נישט די איינציגע מנוע אבער מ'קען איהם נישט אויסקראסען.
איך פארשטיי, די שאלה איז נאר צו די מענטשן וואס איגנארירן יא הלכה זענען סתם קלאונס ווי יענער לייגט זיי אראפ צו נישט.
רביה’’ק דיין סברה ישרה איז שרעקעדיג...... איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן פון דיר לייקן, אפילו עכט וואלט איך נישט געוואלט.....
רביה"ק זי"ע: איך כאפ דיין פאוינט. און איך בין מסכים מיט 90% פון וואס דו זאגסט. נאר אויף איין נקודה (א פאקט.) וועלל איך מחולק זיין מיט דיר. דער מהרש"ג (איך האב אדורכגעליינט אט דעם תשובת מהרש"ג.) כאטש ער זאגט אז עלעקטריציטעט איז נישט קיין הבערה דאורייתא, האלט ער אבער נישט אז מ'מעג אנצינדן אדער אויסלעשן א לייט אום שבת לכתחילה. נאר בדיעבד. אויב ס'איז געשהן איז נישטא קיין איסור דאורייתא (פון הבערה. ביי אנצינדן א לייט.)...!
רביה''ק זי''עמי אניווי איך פארשטיי איז דא די שאלה אביסל טיפער. והיינו, טאמער אידענטיפיצירט ער זיך אלס ״ארטאדאקס״ איז יתכן אז ער אידענטיפיצירט זיך אלס איינער וואס איז זיך משעבד להלכה (לעומת, צב״ש, קאנסערוואטיוו). ״הלכה״ אין די קאנטעקסט וועט מיינען ״ווי אזוי מען איז רשאי זיך צו פירן״ עפ״י אידישקייט; עכ״פ צו האבן א פּרעסעדענט מתוך די ״געזעצן״ פון אידישקייט - צי מכח קאדיפיצירטע הלכה צי מכח טרעדישאן. איז אויב איז ער אליין מסכים מיט די הנחה דאן קומט אויס אז זיין געפירעכץ איז זיך אפשר סותר מיט וואס ער אליין האלט.
איך מיין אז די סארט מענטשן איז זייער זיך אידענטיפיצירן אלס ארטאדאקס מער לאפוקי רעפארם אדער קאנסערוואטיוו ווי איידער אז זיי זענען מחויב צו אלעס וואס די ארטאדאקסישע רבנים זאגן ארויס פון מויל, זיי קוקן אן רעפארם אזויווי מיר קוקן אן נצרות, ס׳איז עפעס אן אנדערע רעליגיע. ווען זיי זאגן אז זיי זענען ארטאדאקס מיינען זיי צו זאגן אז זיי געהערן צו דעם רעליגיע וואס רופט זיך ארטאדאקסישע אידישקייט הגם זיי זענען נישט אינאנצן מסכים מיט׳ן הנהגה.
אין אנדערע ווערטער, די קאנסערוואטיוון האבן זיך אויך זייערע הלכות (אנדערש ווי די רעפארמער), די קאטאליקן האבן זיך אויך הלכות, ס׳דא זייער פרומע קאנסערוואטיוון און קאטאליקן וואס זענען מקפיד על קוצו של יו״ד פון זייער שולחן ערוך, די המון עם אבער נעמט עס with a grain of salt ווי מ׳זאגט אבער זיי האלטן זיך נאכאלץ אלס קאנסערוואטיווע אידן און קאטאליקן הגם זיי מאכן זיך נישט נאריש איבער די דיטעילס.
כדי לשבר את האוזן, כ׳האב לעצטנס געפרעגט א באקאנטער מיינער וואס וואוינט צווישן גוים ערגעץ in the middle of nowhere צו אין די שול וואו ער דאווענט דאווענט מען מוסף האט ער זיך זייער באליידיגט. קודם כל זאגט ער מיר אז ער דאווענט געווענליך אינדערהיים (די נענטסטע ארטאדאקסישע שול צו זיין הויז איז מן הסתם א שעה צו פארן), און בכלל זאגט ער מיר אז דאס נישט דאווענען מוסף איז אויסשליסליך א רעפארם זאך, און ער הייבט אן טרייבן לצנות פון די רעפארמער אז זיי דאווענען אין ענגליש און זיי שניידן ארויס רוב דאווענען וכו׳. פארשטייסטו דער פארמער דארט וואס וואוינט צווישן גוים, גייט אן א קאפל, טרעט אריין אין א שול אפשר פינעף מאל א יאר, זיין ווייב גייט נישט אנגעטוהן ווי אירע שכנות, קוים וואס זיינע קינדער ווייסן פון אידישקייט צו זאגן, אבער ער האלט זיך פאר אן ארטאדאקס און ער ווערט באליידיגט ווען מ׳פארמישט זיך צווישן איהם און רעפארם.
רביה"ק זי"ע: וואס די מענטשן פערזענליך האלטן איז צווייט ראנגיק אין וויכטיגקייט. דער עיקר איז אז די דעפינישן פאר אט די מענטשן (פון ראביי אבי ווייס' שניט) איז אז זיי זענען קאנסערוואטיוו. א פאקט איז אז די מאדערן ארטאדאקס רבנ'ישע ארגאניזאציע האט געשריבן א ווארנונג בריעף צו ראביי אבי ווייס אז אויב ער פיהרט אדורך זיין פראגראם פון מאכן פרויען רבניות און אויטאריזירן זיי אלס שליחי/ות ציבור וועט ער און זיין קהילה אויטאמאטיש קלאסיפיצירט ווערן אלס קאנסערוואטיוו.
לייבל שטילעררביה''ק: דו רעדסט פון קאנסערוועטיוו אדער מאדערן-ארטעדאקסיע? ווי ווייט איך ווייס צינדן מאדערן-ארטעדאקסיע אידן נישט אן קיין לייט שבת.
דאס איז די ארטיקל וואס האט די ערשטע ברייט אויסגעשמועסט דיעס פענאמענאן פון וואס איך רעד רופענדיג עס "Social Orthodoxy", בשעתו האט עס אויפגעשאקלט די וועלט און דיונים ארום דעם האבן נאכגעפאלגט, א
שנעלע גוגל זוך ברענגט ארויף אפאר אזעלכע תגובות.
רביה"ק זי"ע: דו ביסט גערעכט. אבער די וועלכע פראקטיצירן ..."סאושעל ארטאדאקסי"... זענען עטליכע שטאפלען אראפציר פון די אלגעמיינע דעפינישן פאר מאדערן ארטאדאקס...! זיי זענען אין פאקט מער ענליך צו די קאנסערוואטיווס ווי צו די מאדערן ארטאדאקס...!
לייבל שטילעראויף דיין עצם שאלה: ביי אונז גייט מען בייגן די הלכה, ד.ה. מ'גייט טרעפן אן הלכה'דיגע סיבה פ''וו מ'מעג מאכן א ברכה (דא ספעציפיש איז די היתר מוסיף אור וכו', וואס איז גראדע מופרך ווייל נאך א א טשילאר לייגט די לעכט גארנישט צו בבחינת שרגא בטיהרא ואכמ''ל), ווידער סתם איגנארירען איז נישטא אפילו במקום תדמית וצורת האידישקייט.
נוצן א מופרכ׳דיגע היתר איז אינגארירט הלכה by definition, נישט אזוי?
רביה''ק זי''עאמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!
א ברכה לבטלה איז נישט קיין לא תשא, קיק אריין אין גמרא (דעינק איך נישט ווי) וועסטו זעין אז לא תשא איז נאר פאר א שבועת שוא.
איצטער, א ברכה לבטלה איז נישט קיין לאו, עס איז א עשה (אדער א אסמכתא???) פון כי אם ליראה וכו'.
איינמאל עס איז נישט קיין קלארע לאו נאר אזא משמעות פון א עשה גייט מען בתר טעמא, טעמא מאי שאין להציא שם השם לבטלה, משום יראה, הייסט דוקא מיט א זלזול טאר מען נישט זאגן שם השם, אבער מיט כבוד מעג מען יא, מילא איז נישט קיין פראבלעים צי מאכן א ברכה אויף די לעכט.
(הרב יובל שרלו טענה'נט נאכמער, אז מ'טאר אפילו נישט זאגן האשעם אדער עלויקייני, אלץ מכנה שם וואס איז סאך א גרעסערע ביזיון)
Re: אידישקייט אדער הלכה?
מ'דארף וויסן וואו עס ענדיגט זיך הלכה, און וואו אידישקייט הייבט זיך אן..
איך וואלט געזאגט אז ביי דיזע אידן איז ''נישט טוישן זאכן וואס מ'טוט פאר דורות צוליב א געטוישטע מציאות'' אזא סארט ''הלכה'', (וואו שטייט עס?, אין הלכות 'חדש אסור מן התורה' סימן א' סעיף א') און קומט נישט פון א בליק אויף 'שבת', צו א פילאזאפישע פארשטאנד איבער די א.ג. 'מהות' פון אידישקייט..
וואו מ'טרעפט יא אזא הבנה, פון 'אידישקייט' ווערסעס 'הלכה' איז אין די חסידישע מקומות, וואו מ'פארשטייט אז שמחה/דבקות/כוונה איז וויכטיגער און יסודות'דיגער ווי 'הלכה' און געווינט דעריבער די טרוקענע הלכות פון זמן תפלה וכו', און כ'גלייב טאקע אז די וועלן גרינגער פארשטיין דעם סאשעל אקטאדאקס..
קהל'ס נעררביה''ק זי''עאמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!
א ברכה לבטלה איז נישט קיין לא תשא, קיק אריין אין גמרא (דעינק איך נישט ווי) וועסטו זעין אז לא תשא איז נאר פאר א שבועת שוא.
איצטער, א ברכה לבטלה איז נישט קיין לאו, עס איז א עשה (אדער א אסמכתא???) פון כי אם ליראה וכו'.
איינמאל עס איז נישט קיין קלארע לאו נאר אזא משמעות פון א עשה גייט מען בתר טעמא, טעמא מאי שאין להציא שם השם לבטלה, משום יראה, הייסט דוקא מיט א זלזול טאר מען נישט זאגן שם השם, אבער מיט כבוד מעג מען יא, מילא איז נישט קיין פראבלעים צי מאכן א ברכה אויף די לעכט.
(הרב יובל שרלו טענה'נט נאכמער, אז מ'טאר אפילו נישט זאגן האשעם אדער עלויקייני, אלץ מכנה שם וואס איז סאך א גרעסערע ביזיון)
די רא”ש האלט אז ברכה לבטלה איז א דאורייתא אלץ לא תשא
Nanachקהל'ס נעררביה''ק זי''עאמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!
א ברכה לבטלה איז נישט קיין לא תשא, קיק אריין אין גמרא (דעינק איך נישט ווי) וועסטו זעין אז לא תשא איז נאר פאר א שבועת שוא.
איצטער, א ברכה לבטלה איז נישט קיין לאו, עס איז א עשה (אדער א אסמכתא???) פון כי אם ליראה וכו'.
איינמאל עס איז נישט קיין קלארע לאו נאר אזא משמעות פון א עשה גייט מען בתר טעמא, טעמא מאי שאין להציא שם השם לבטלה, משום יראה, הייסט דוקא מיט א זלזול טאר מען נישט זאגן שם השם, אבער מיט כבוד מעג מען יא, מילא איז נישט קיין פראבלעים צי מאכן א ברכה אויף די לעכט.
(הרב יובל שרלו טענה'נט נאכמער, אז מ'טאר אפילו נישט זאגן האשעם אדער עלויקייני, אלץ מכנה שם וואס איז סאך א גרעסערע ביזיון)
די רא”ש האלט אז ברכה לבטלה איז א דאורייתא אלץ לא תשא
די גמרא קריגט זיך אויפן רא"ש אין האלט אז לא תשא איז נאר בשעת א שבועה.
זעיט אויס אז די האסט נישט פארשטאנען די רא"ש.
וואס די גמרא זאגט איבער אנצינדן א לייט אום שבת ווייסטו אויך אדער דארט ביזטו יא מבטל דיין דעת פאר די שפעטערדיגע פוסקים?
איכא דאמרי: דו מיינסט טאקע אז דו מיט דיין קליינעם קעפל פארשטייט די גמרא בעסער פונעם רא״ש?!
לעשרה אחרינא: דו האלטסט טאקע אז דער רא״ש האט נישט געוואוסט וואס דו ווייסט?!
קהל'ס נערNanachקהל'ס נעררביה''ק זי''עאמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!
א ברכה לבטלה איז נישט קיין לא תשא, קיק אריין אין גמרא (דעינק איך נישט ווי) וועסטו זעין אז לא תשא איז נאר פאר א שבועת שוא.
איצטער, א ברכה לבטלה איז נישט קיין לאו, עס איז א עשה (אדער א אסמכתא???) פון כי אם ליראה וכו'.
איינמאל עס איז נישט קיין קלארע לאו נאר אזא משמעות פון א עשה גייט מען בתר טעמא, טעמא מאי שאין להציא שם השם לבטלה, משום יראה, הייסט דוקא מיט א זלזול טאר מען נישט זאגן שם השם, אבער מיט כבוד מעג מען יא, מילא איז נישט קיין פראבלעים צי מאכן א ברכה אויף די לעכט.
(הרב יובל שרלו טענה'נט נאכמער, אז מ'טאר אפילו נישט זאגן האשעם אדער עלויקייני, אלץ מכנה שם וואס איז סאך א גרעסערע ביזיון)
די רא”ש האלט אז ברכה לבטלה איז א דאורייתא אלץ לא תשא
די גמרא קריגט זיך אויפן רא"ש אין האלט אז לא תשא איז נאר בשעת א שבועה.
זעיט אויס אז די האסט נישט פארשטאנען די רא"ש.
אבער ר’ אייזיקל קאמארנער האט אויך אזוי פארשטאנען די רא”ש, און אזוי געפסק’נט להלכה
דער איסור אויף עלעקטריצירט איז אויך, משורשו, מער מתוך סאשעל רילגיעזע סיבות ווי טעקסטאאלע, והא ראי' די בית יצחק און די מהרש"ם און אלעקנגערע פוסקים אין יענע תקופה האבען גאנץ שוואך פארשטאנען צו עלעקטריצטעט און דאך האבען יעדער פארשטאנען אז עס מיז זיין אסור (און טאקע די חזו"א וואס האט יא פארשטאנען, איז, בכדי צו אסר'ן, אויפגעקומען מיט קאמפלעצירטע סברות).
אינדערהיים אין גאליציע האט מען געזאגט: שווער צו טרעפען אן איסור צו פארן מיטן באן אום שבת, שרוור צו טרעפן אן היתר צו גיין אין מקוה שבת, אבער דער וואס פארט אויפן באן איז א שייגאץ, און דער וואס גייט אין מקוה איז אן ערליכע איד.
Re: אידישקייט אדער הלכה?
רביה''ק זי''עלאמיר גיין גראד צום פוינט: ס׳האט מיר לעצטנס געזאגט איינער אז ער פארשטייט נישט די שוואכע מאדערן-ארטאדאקסן וואס צינדן שבת-ליכט, מאכן קידוש, און עסן א סעודה אויף א ווייסן טישטוך, אבער פאר א נויט וועלן זיי אנצידן א לייט אום שבת, זאגט ער מיר אז אנצידן א לייט גרעניצט זיך מיט א דאורייתא, צינדן שבת-ליכט ווידער איז בכלל נישט אזוי וויכטיג זאגט ער, נאכדערצו היינטיגע צייטן ווען מיר האבן לייטס און די פוסקים מוטשען זיך ארום וויאזוי מ׳קען בכלל מאכן א ברכה דערויף. לאור דעם קומט ער אויף מיט א וואזשנעם חידוש, אז דו צינדסט אן לייטס אום שבת האסטו נישט וואס אנצוצינדן שבת-ליכט, מוחל טובות! דו מיינסט אז גאט דארף דיין קידוש מיט׳ן ווייסן טישטוך? אז דו רייסטסט חלילה טוילעט פאפיר אום שבת וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא לויט געוויסע פוסקים האסטו נישט וואס צו מאכן קידוש וואס לויט געוויסע פוסקים איז נאר א דרבנן (ס׳טוט זיך א טשעריפיקינג פון פוסקים...), ענדערש עס אויף א שווארצן טישטוך און מוחל דיין קידוש! הפלא ופלא.
האב איך איהם איבערגעהאקט און געפרעגט, און דא דארף מען דרייען מיט׳ן פינגער, אויב ס׳איז אמת וואס דו זאגסט אז שבת-ליכט פעלט בעצם נישט אויס היינטיגע צייטן און די גאנצע ברכה מאכן דערויף איז א גרויסע דיעבד וואלטן מיר לכתחילה׳דיגע אידן געדארף זיין די ערשטע צו מבטל זיין די גאנצע שבת-ליכט, אמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!
אלא מאי, האב איך אויסגעפירט, מיר הלכה אידן פארשטייען אויך אז אידישקייט איז וויכטיגער פון הלכה, יא, די שבת-ליכט מיט׳ן ווייסן טישטוך, דאס איז שבת! מאכן קידוש און עסן נאכטמאל מיט׳ן משפחה דאס איז שבת! מיר פארשטייען אויך אז הלכה דארף זיך בייגן צו אידישקייט און נישט פארקערט, און דערפאר דארף מען אויפקומען מיט אויבערחכמישע תירוצים צו פארענטפערן די ברכה אויף די שבת-ליכט הגם על פי הלכה גרעניצט עס זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא.
און דא קומען מיר צוריק full circle, דעם שוואכן מאדערן-ארטעדאקס אינטערעסירט הלכה אין די לינקע פאה (אויך אין די רעכטע ווייל ער האט בכלל נישט קיין פאות), דער חזון איש פארבאט אנצינדן א לייט אום שבת, דער מהרש״ג איז מתיר, ער האט נישט קיין אהנונג וואס זיי ווילן פון זיין לעבן האבן, ער פילט בכלל נישט אז זייערע opinions זענען איהם מחייב. האט ער געזאגט, איז וואס? און דא קומט שטארק אריין דעם ״כלל ישראל׳ס נאז״ דאקטרינע, דער שוואכער מאדערן-ארטעדאקס דארף א שבת פון מנוחה ושמחה אור ליהודים ולמשפחותיהם מיט א קידוש און שבת-ליכט, ער איז אויך גרייט צו הערן אן opinion פונעם חזון איש און ער גייט נישט סתם אזוי זיך נעמען אנצינדן לייטס אין דער וועלט אריין, אבער ווען ס׳וועט איהם שטערן דעם מנוחה ושמחה וועט ער איידעלערהייט זאגן פאר׳ן חזון איש, במחילת כבודך, איר זאגט זייער שיינע opinions אבער מיר איז די מנוחה ושמחה וויכטיגער. אויף אידישקייט וועל איך מיך מוסר נפש זיין, הלכה איז מהיכי תיתי.
הנוגע לעניננו: איך בין חס ושלום נישט געקומען אוועקמאכן די וויכטיגקייט פון הלכה, די שאלה איז דא צו זענט איר מסכים צו מיין חבר׳ס וואזשנעם חידוש מיט וואס כ׳האב אנגעפאנגען צו נישט? צו זענען די סארט מענטשן ממש קלאונס ווי יענער לייגט זיי אראפ אדער קען מען עס יא פארענטפערן?
אה שפשים יושק מישוב דברים נכוכים
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
Re: אידישקייט אדער הלכה?
תוהו ובוהומ'דארף וויסן וואו עס ענדיגט זיך הלכה, און וואו אידישקייט הייבט זיך אן..
איך וואלט געזאגט אז ביי דיזע אידן איז ''נישט טוישן זאכן וואס מ'טוט פאר דורות צוליב א געטוישטע מציאות'' אזא סארט ''הלכה'', (וואו שטייט עס?, אין הלכות 'חדש אסור מן התורה' סימן א' סעיף א') און קומט נישט פון א בליק אויף 'שבת', צו א פילאזאפישע פארשטאנד איבער די א.ג. 'מהות' פון אידישקייט..
וואו מ'טרעפט יא אזא הבנה, פון 'אידישקייט' ווערסעס 'הלכה' איז אין די חסידישע מקומות, וואו מ'פארשטייט אז שמחה/דבקות/כוונה איז וויכטיגער און יסודות'דיגער ווי 'הלכה' און געווינט דעריבער די טרוקענע הלכות פון זמן תפלה וכו', און כ'גלייב טאקע אז די וועלן גרינגער פארשטיין דעם סאשעל אקטאדאקס..
די געדאנק פון מסורה, חאמ''ה וכו' וכו' , איז טאקע דעיס אז אפילו נישט פארשטייענדיג סאושעל ארטדאקסי טוען זיי עס צוליב חדש אסור מן התורה, והדברים ארוכים
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
רביה''ק זי''עוואס די גמרא זאגט איבער אנצינדן א לייט אום שבת ווייסטו אויך אדער דארט ביזטו יא מבטל דיין דעת פאר די שפעטערדיגע פוסקים?
איכא דאמרי: דו מיינסט טאקע אז דו מיט דיין קליינעם קעפל פארשטייט די גמרא בעסער פונעם רא״ש?!
לעשרה אחרינא: דו האלטסט טאקע אז דער רא״ש האט נישט געוואוסט וואס דו ווייסט?!
די רעדסט צי פענסי כ'פארשטיי נישט וואס די זאגסט.
.
רביה"ק זי"ע: איך בין נישט קיין ש"ס פאלאק. איך קען נישט און האב נישט אפגעליינט אלע פוסקים ראשונים ואחרונים. און וואס זיי האלטן איבער אנצינדן לייטס אום שבת. אבער דעם שו"ת מהרש"ג האב איך יא געזעהן און אדורכגעלערנט. כאטש ער שפעקולירט אז עלעקטריציטעט (לעקטער) איז נישט שייך קיין איסור הבערה מדאורייתא איז ער אבער נישט מתיר אנצינדן אדער אויסלעשן לייטס אום שבת ויו"ט...!
ס'איז נאך א שטיקל מהלך פון א פוסק וואס טראכט אויב דער איסור איז א דאורייתא אדער א דרבנן ביז מתיר זיין די מלאכה אום שבת...!
היינט איז די נושא נאכאמאל ארויפגעקומען אין א שמועס, ווי אויך האט זיך לעצטנס געיאוועט א נייעם אשכול איבער די הארבע שאלה צו וועם ס׳באלאנגט די נאמען באבוב, כ׳מיין ארטאדאקס, וועל איך אפשרייבן וואס כ׳האב היינט געזאגט פאר איינעם. די אריגינעלע ארטיקל איבער Social Orthodoxy הייבט זיך אן מיט א פראגע וואס איינער האט געפרעגט דעם שרייבער פארוואס ער היט כשרות, דער אמת איז אז ס׳נישט דא קיין נארמאלע תירוץ דערויף, וואס וואלט איך געענטפערט אויף דעם שאלה? איין זאך איז זיכער, איך היט נישט כשרות ווייל דער באשעפער האט געהייסן ווייל 99% דיני כשרות זענען נישט מער ווי חומרות, נערוון, און פאראנויע וואס האבן זיך אנגעזאמעלט און אויפגעבויעט איינס אויפ׳ן אנדערן אין לויף פון די לעצטע צוויי טויזענט יאר און האבן נישט גארנישט מיט׳ן באשעפער איינגעשטויסן, און אפילו די איין פראצענט וואס מ׳קען אפשר יא תולה זיין אין גאט האסטו קעגן דעם הונדערטער אנדערע מצוות וואס שטייען אין די תורה וואס נישט איך און נישט קיינער וואס איך קען היט, פארוואס דאס היט איך יא און יענץ נישט? ווייל דאס האבן די רבנים אפגעמאכט צו האלטן און יענץ האבן זיי אפגעמאכט צו דראפן, ווען חז״ל וואלטן אפגעמאכט צו דראפן חזיר און האלטן קרבנות צ.ב. וואלטן מיר אלע געגעסן חזיר און מקריב געווען קרבנות און ניטאמאל געקענט פארשטיין וויאזוי ס׳זאל קענען זיין אנדערש. ס׳וואלט זיך שוין אפילו אפשר געשאפן א מנהג צו מקריב זיין א חזיר פאר׳ן קרבן מוסף פון ל״ג בעומר, אין קרעטשניף וואלט מען זיך געפירט מקריב צו זיין 33 חזירים און מקריב זיין א קרבן מנחה פון לאקשן קוגל אנשטאט מעהל. יא, מ׳קען תולה זיין הגיון אין די אלע הלכות מיט פילפולים פון היינט ביז איבערמארגן וואס די ספרים זענען פול דערמיט, אבער אויף יעדע סברא קען מען פונקט אזוי דרייען מיט׳ן פינגער פארקערט, פארוואס דרייען מיר אזוי און נישט די פארקערטע וועג? ככה, נישטא קיין תירוץ דערויף, אזוי טוט מען און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות. מ׳היט וויפיל ס׳פילט זיך געשמאק און ס׳גיבט meaning אין לעבן און ווען מ׳האט נישט קיין נערוון שניידט מען קארנערס און דאס לעבן פארט ווייטער, איז עפעס שלעכט דערמיט? אדרבה, אז איינער האט א ווערסיע פון אידישקייט וואס מאכט מער סענס וואלט איך מיך זייער געפריידט צו הערן.
ועוד: די מאדערן ארטאדאקס. מ'רעדט דא פון די קצה המחנה. פון הרב אבי ווייס' טייפ האלטן דארט וואו די קאנסערוואטיוון האבן געהאלטן 80 יאר צוריק. זיי ווילן, און האלטן הלכה אין פרינציפ. נאר אויב שטערט דאס זייער באקוועמליכקייט ווישט מען עס אוועק. זיי האבן נישט קיין שום צוריקהאלט פון טראדיציע אדער אנדערע טאבוס.
די הכתרה צערעמאניע ביי הרב אבי ווייס פאר די רבה, מרס שרה הורביץ איז צוגעגאנגען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכער מעמד הכתרה, לאמיר זאגן פון סאטמארע כולל. הרב אבי שליט"א האט פארגעליינט דעם כתב הכתרה מיט אזא ערנסטקייט און ..."קדושה"?...ווי ס'וואלט זיך געהאנדלט אין א חסיד'ישן כולל...!
רביה''ק זי''ע יא, מ׳קען תולה זיין הגיון אין די אלע הלכות מיט פילפולים פון היינט ביז איבערמארגן וואס די ספרים זענען פול דערמיט, אבער אויף יעדע סברא קען מען פונקט אזוי דרייען מיט׳ן פינגער פארקערט, פארוואס דרייען מיר אזוי און נישט די פארקערטע וועג? ככה, נישטא קיין תירוץ דערויף, אזוי טוט מען און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.
איינער האט מיר פרובירט מסביר זיין אין אישי א רייע פילאזאפיעס פארוואס דער רצון השם איז אז מ׳זאל היטן דווקא די מצוות וואס מיר היטן נאך היינט צוטאגס און נישט די מצוות וואס מ׳האט אפגעלאזט במרוצת הדורות, און פארוואס דווקא אויף די מצוות וועט מען פלאקערן אין גיהנם און באקומען א שטוהל אין גן עדן און איבער די פארפאלענע מצוות האט דער באשעפער אויפגעהערט זיך צו קימערן. האב איך איהם געגעבן צו פארשטיין אז כל זה אכניס בהקל וחומר, ער וואלט פונקט אזוי געקענט אויפקומען מיט פילאזאפישע בנינים אויף פארקערט, נאר פארוואס פילאזאפירט ער אזוי און נישט פארקערט? איז דער ענטפער דער זעלבער, ככה, אזוי פילאזאפירט מען און מ׳פרעגט נישט קיין קשיות.