פאליטיקאנטלייגענדיג א דגוש ביים ערשטן טייל אויף ריין אידיש, וואונדער איך מיך יעצט, איז די ווערטער קויזאליטעט (causation) און קאֲפאֲבאֲל (capable) אויטענטיש אידיש, אדער סתם פאראידישט פון ענגליש?
דער צווייטער קאַפּיטל פאַרמאָגט געוויס מער אַמעריקאַניזמען.
העק, דער קאַפּיטל הייבט זיך אָן מיט א "תְּמַנְיָא־אַפֵּי
דרייוו." דער ערשטער קאַפּיטל איז אָבער נישט באַשטאַנען בלויז פון ריין אידיש. דער גלאָסאַר האָט דאָך אפילו איינגעשלאָסן אַן אַמעריקאַניזם־אָפּטיילונג.
כ'באַשעפטיג מיך נישט מיט דער הויכגעשפּריצטער ביזנעס
אַציע פון פאַראידישן ענגלישע ווערטער — בכיוון נישט. דאָס איז כּלפּי פאַראידישן ענגלישע ווערטער מיטן אָנקליידן זיי אין רעזשוואָלקעס. כ'וועל סתם אַזוי יאָ ניצן ענגלישע ווערטער אויב שפּיר איך אַז ס'פעלט זיך אויס. כ'וועל זיי אָבער ניצן מיט די אָריגינעלע בִּגְדֵי עֵשָׂו. כ'וועל נישט שרייבן עדוקאַציע אַנשטאָט עדוקעישאָן. לכתחילה וועל איך שרייבן דערציאונג, ווי אין אידיש, און אויב קלער איך אַז דער ספּעציפישער אידישער טערמין איז שטומפּיג, אויסגעטריקנט, אָדער ווילד פרעמד, דאַן וועל איך שרייבן דעם ענגלישן עדוקעישאָן. (אַן אויסנאַם: הומאָריסטישע צוועקן. צום ביישפּיל, טריפּעווען פאַר trippin, ערשטער קאַפּיטל).
קויזאַליטעט איז א אידישער טערמין. אין דער משפּחה פון אוניווערסיטעט, אַקטיוויטעט, קאָמיטעט, קוואַליטעט, קוואַנטיטעט, רעאַליטעט, ועוד ועוד.
— וואָלאַסיטעט?
נישט קיין אידישער טערמין. דערפאַר וועל איך שרייבן וואָלאַסיטי, ווי דער ענגלישער velocity, און נישט וואָלאַסיטעט. (אידיש, אויף וויפיל כ'האָב געזוכט, פאַרמאָגט נישט עכט קיין אונטערשיידונג צווישן speed און velocity. ס'איז אין מיינע אויגן א פּראָבלעם צו שרייבן "גיכקייט" אין ביידע פעלער. דער אונטערשייד איז גאָר וויכטיג אין מעכאַנישער פיזיק. [פיזיק אין אידיש, נישט פיזיק
ס ווי ענגליש. אַזוי אויך זענען פילע אידישע ווערטער וואָס ענדיגן זיך אויף ענגליש אין ics. דינאַמיק, לאָגיסטיק, לינגוויסטיק, מאַטעמאַטיק, אא"וו. אָן דעם
ס']).
כ'האָב באַשלאָסן צו ניצן "קויזאַליטעט" און נישט בלויז אַבי א גורם. דער טערמין פאַרמאָגט שטאַרקע פילאָזאָפישע קרעדענציאַלן; די אַרומנעמיגע פּרינציפּן פון cause און effect. אָט איז דער קאָנטעקסט — דער פולער זאַץ ווי ער דערשיינט אינעם "וועקער":
יוֹנָה מָצְאָה האָט געשריבן:
"דער טאָמלער, א גרויסער מומחה אין דער קויזאַליטעט פון טראַגעדיעס, האָט שוין געדרוקט פילע ספרים און קונטרסים בעניני צניעות; ספּעציעלע עקספּערטיז פאַרמאָגט ער אינעם תּחום פון שייטלען. אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו, לערנט ער פּשט אין גמרא, יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו, מוזן אידישע ווייבער זיך פאַרבעסערן. גאָר מייסטעריש טויג ער צו פּאַלמעסן אַן אומגליק און מיט רייכע עקספּאָזיציעס אַנטבלויזן די זינדיגע וואָרצלען צו דער וועלט."
"קאַפּאַבל" (נישט קאַפּאַבאַל) איז א אידישער טערמין. כ'וואָלט אַזאַ וואָרט נישט מגייר געווען. פאַראַן אפילו לפּחות נאָך צוויי אידישע וואַריאַנטן דערצו: קאַפּאַוול און קאַפּאַל. פּוק חזי, קאַפּאַבל איז היפּש באַניצט איבער דער ברייטער אידישער ליטעראַטור. (יצחק באַשעוויס זינגער, דער אורח־הכבוד אין "וועקער #19," ניצט אים אָפט).
אידיש, ווי ס'רוב קאָגנאַטן אונזערע, האָט "נישט" גענומען "קאַפּאַבל" פון ענגליש. אין פאַקט, פונעם אויסלייג און פונעם קוועטש אין טראַף (syllable) איז היפּש קלאָר אַז אידיש האָט אים גענומען פון פראַנצויזיש. הוא הדין מיט א סך ווערטער וואָס אידיש האָט וואָרשיינליך גענומען פון פראַנצויזיש (אַריין מסתם דורך סלאַווישע שפּראַכן), און ווערט געזען אין מאַנכע ברוקלינער אויגן ווי א אידישע גניבה פון די ענגלישע אוצרות פּשוט ווייל זיי קענען די ענגלישע קאָגנאַטן.
ביישפּיל: דער אידישער "זשורנאַל" קומט פון פראַנצוזיש. ענגליש האָט אים אויך גענומען פון פראַנצויזיש און אַדאַפּטירט צו דער אייגענער פאָנאָלאָגיע. די אידישע ווערסיע הערט זיך טאַקע פיל נענטער צו פראַנצויזיש. אָט
הערט וויאַזוי מ'זאָגט אים אויף פראַנצויזיש. מערקט צוויי באַדייטנדיגע חילוקים פון ענגליש: דער קוועטש אין טראַף איז סוף פון וואָרט (זשורנ
אַל) און נישט אָנהייב ווי אין ענגליש.(דזש
ורנאַל). צווייטנס, "זש" אַנשטאָט "דזש." אויב וואָלט אידיש עס גענומען פון ענגליש וואָלט מען עס געזאָגט און געשריבן "דזשורנאַל." (היינו טעמא פאַרוואָס ס'איז ריכטיג צו שרייבן "דזשערסי" און נישט "זשערסי." נישט בלויז ווייל ס'קומט יאָ פון ענגליש, נאָר אויך פאָנעטיש גערעדט, מיר אַליין זאָגן עס אַרויס "דזש" און נישט "זש". "זשערסי" האָט קיין שום פּשט נישט — זעראָ).
וואָס יאָ, כ'האָב פּראָבירט "נישט" אַריינצולייגן ווערטער וועלכע קענען דעם לייענער זיין אומבאַקאַנט. אויב אָבער איז דער באַדייט יאָ קלאָר פאַרן לייענער דאַן האָב איך מיך נישט אָפּגעהאַלטן. קאַפּאַבל איז טאַקע א ביישפּיל פון א אידישן טערמין וואָס כ'האָב מיך געקענט דערלויבן אַריינצולייגן פּשוט ווייל דער עולם פאַרשטייט אים "צוליב" ענגליש. נישט אָבער ווייל ער איז אָדער קומט פון ענגליש. בהחלט נישט.