☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נו רבותי, גיי מיר?

נו רבותי, גיי מיר?

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1480

טעלעפאן » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:42 pm

· #34968
נו רבותי, גיי מיר?
אויף איי וועלט

מוסדות תפארת אבות, פאללסבורג
דורך חיים של פרנסה » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:11 pm

רבותי עס גייט זיך אנהייבן קאכן, דא איז ס'ערשטע ווי איך מעלד דאס, דערנאך אין דבר יום אויף שבת.

נאך עטליכע מיטינגען פארגאנגענע וואך, און אנערקענענדיג אז די דירות מצב ווערט ערגער, און די געדאנק פון קאנטרי ווערט נענטער, קומט צו א רינגעלע און טויזענטער חלומות פון הונדערטער אידן צענדליגער יארן, וואס גייט ארויסהעלפן אידן וואס ווילן מופן אין די מאונטענס.

און אט ווערט דאס מקוים. זעצט אייך אראפ און הערט.

פתיחת שערים פון "מוסדות תפארת אבות", ת"ת ובית חינוך לבנות.

א מוסד כלל חסידי, ווערט גע'עפנט בהרי הקעטסקילס אויף דעם גאנצען יאר.

עס איז נאכנישט קלאר קיין פרטים, אבער די פאלגענדע קענען מיר שוין יעצט לאזן הערן ווייל דאס פעלט אויס פאר אונזער אינפארמעשאן.

דער מוסד וועט געפירט ווערן אונטער דעם אויפזיכט פון הרה"ג ר' יחיאל שטיימעץ שליט"א דומ"ץ במאנסי, און וועט גע'עפנט ווערן לויט'ן צורך.

דאס מיינט אויב וועט מען זען אז מען דארף מער קלאסן וועט מען נישט ווארטן ביז צו עפענען מער קלאסן, לויט וויפיל קינדער עס איז דא אזוי וועט מען טון.

דער אויבנדערמאנטער דיין איז נישט קיין נייער נאמען בעולם הרבנות, און איז שווה לכל נפש, און איז זייער פאסיג צוצוברענגן צום קלארן ציהל: צו מאכן ערליכע חרדי'שע מוסדות וואס זאל דינען דעם ציבור וואס "וויל" ארויסקומען וואוינען אין די קאנטרי, פאר זייערע אייגענע סבות. און עס זאל זיין א חסידי'ש מקום, דאס בעסטע וואס קען נאר זיין.

די שטאטישע פראגראמען לייגט אויך צו אז זייער אסאך מענטשן רעכענען זיך צו פארברענגען די קומענדיגע יאר אדער צוויי אין די מאונטענס, דערפאר איז יעצט די פאסיגסטע צייט צו טון למעשה.

בקרוב וועלן מיר מעלדן דעם פולן מעלדונג, מיט די נעמען פון די בעל בתים וואס שטייען אונטער דעם.

אזויווי עס איז דא צענדליגער הייזער פאר סעיל אין די פאללסבורג געגענט, און מיר ווייסן אז דער ציבור איז גרייט צו קויפן, און מיר ווילן די פרייזן זאלן בלייבן נידריג, דערפאר טוען מיר מעלדן א זאך וואס יעדער וועט פארשטיין: ווער עס איז אינטרעסירט ארויסצוקומען וואוינען, און וויל שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות, דארף קויפן א הויז דורך דעם וועד.

דער וועג איז, צו לאזן א מעסעדזש אין די הרחיבי טעלעפאן ליין, 347-292-8049 און מיר וועלן צוריק רופן ביז די קומענדיגע 24 שעה בלי נדר. דורכצושמוען יעדן פארלאנג, סיי ווער עס זוכט פאר רענט, סיי ווער עס וויל קויפן. אדער צו <!-- e --><a href="mailto:dirosinfo@gmail.com">dirosinfo@gmail.com</a><!-- e -->

אלעס איז דא נאר אזוי טרוקן ווייל מיר זענען גע'ענגט אין צייט, איבער די וואך וועלן מיר מסדר זיין נאך פרטים, לויט די אנפראגן פון ציבור.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
חיים של פרנסה
שר מאה

הודעות: 127
זיך איינגעשריבן: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 6:23 pm

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:49 pm

· #34969
כהאף נאר אז סוועט זיך נישט אויסלאזן אזויווי קויפמאנס, סטעטן איילענד וכו’

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:51 pm

· #34970
כ'פארשטיי נישט? פארוואס מוז מען קויפן א הויז דורך זיי?

דעינעש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:01 am

· #34971
אז עס זאל זיך נישט טוהן א גע'פליפ'עכץ, לכאורה.

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:03 am

· #34973
האסטו גארנישט אויפגעטוהן, ודו"ק

משה געציל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:23 am

· #34978
געפילטע פיש
כ'פארשטיי נישט? פארוואס מוז מען קויפן א הויז דורך זיי?

מסתמא גייט מען נאר פארקויפן אינטערנעט געפילטערטע הייזער.

דבילה » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:25 am

· #34980
געפילטע פיש
כ'פארשטיי נישט? פארוואס מוז מען קויפן א הויז דורך זיי?


טאמער נישט 'עט דעך שווער ווערן מאי אהני לן רבנן?

טעלעפאן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:28 am

· #34982
חכם מחוכם
האסטו גארנישט אויפגעטוהן, ודו"ק


דאס איז פונקטליך וואס איך האב געטראכט

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:30 am

· #34984
מיט ואס איז קעטסקילס בעסער פין מאנסי?

טעלעפאן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:32 am

· #34986
עפעס איז דא אין מאנסי וואס שטערט מיך געפערליך. אדרבה, אפשר קען עס עמיצער ערקלערן דא....

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:33 am

· #34987
די דארפישקייט

מ גפני » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:28 am

· #35040
חכם מחוכם
די דארפישקייט


ומשא"כ פאלסבורג?!?

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:35 am

· #35046
גיי קיין מאנסי פאר 6 חדשים און דענאך זאג מיר צו עפעס שטערט דיר נאך

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:37 am

· #35047
איך פארשטיי בכלל נישט
אויב קויף איך אליינס א הויז גייען זיי דען נישט אריין נעמען מיינע קינדער אדרבה זיי וועלן נאך דיר נאכלויפן

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:37 am

· #35048
מ גפני
חכם מחוכם
די דארפישקייט


ומשא"כ פאלסבורג?!?

ביזדערווייל וואוינט מען נאכנישט דארט אויף אזא פארנעם קען מעך איינרעדן אז די שטאטישע וואס מופן אהין זענען פון אן אנדערן טייג געקנאטן אוןנס'וועט נישט זיין אזוי דארפיש.

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:39 am

· #35049
אזויווי עס איז דא צענדליגער הייזער פאר סעיל אין די פאללסבורג געגענט, און מיר ווייסן אז דער ציבור איז גרייט צו קויפן, און מיר ווילן די פרייזן זאלן בלייבן נידריג, דערפאר טוען מיר מעלדן א זאך וואס יעדער וועט פארשטיין: ווער עס איז אינטרעסירט ארויסצוקומען וואוינען, און וויל שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות, דארף קויפן א הויז דורך דעם וועד.

ווילן מיר טאקע שוין מעלדן אז עס גרינדעט זיך א נייע תלמוד תורה וואו איר קענט שיקן אייערע קינדער, אפי' איר האט נישט געקויפט א הויז דורכן וועד.
יישר כח
חיים של תורה

הירשל ציג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:02 pm

· #35094
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:07 pm

· #35097
וואס מיינט קויפן א הויז דורך די וועד? די הויז גייט זיין פארשריבן אויף די וועד'ס נאמען?

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:12 pm

· #35102
הירשל ציג
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

מהיכי תיתי?

שמואל הלוי
וואס מיינט קויפן א הויז דורך די וועד? די הויז גייט זיין פארשריבן אויף די וועד'ס נאמען?

אפשר פארן קויפן וועט דאס זיין פארשריבן אויפן וועד'ס נאמען

לאדיך אפ » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:13 pm

· #35103
הירשל ציג
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

אויף די בערג קען מען באקומען סעקשאן אכט.

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:22 pm

· #35108

דערפאר טוען מיר מעלדן א זאך וואס יעדער וועט פארשטיין: ווער עס איז אינטרעסירט ארויסצוקומען וואוינען, און וויל שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות, דארף קויפן א הויז דורך דעם וועד.



כ'מיין אז דא ליגט די הונט באגראבן. ווילסט בויען מוסדות, בוי מוסדות. פרוביר נישט צו יענעם קאנטראלירן.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:30 pm

· #35114
לאדיך אפ
הירשל ציג
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

אויף די בערג קען מען באקומען סעקשאן אכט.


ביטע, איך דארף דאס נישט! מה לי ולצרה הזאת.
דער גרעסטער בראך אין שטאט היינט איז... יא, סעקשאן 8.
הלואי ווען דאס וואלט זיך קיינמאל נישט אנגעהויבן, וואלטן די פרייזן געבליבן ביי האלב.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:33 pm

· #35118
אוי ווי גערעכט דו ביסט.

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:36 pm

· #35121
ווען מ'האט עס אנגעהויבן צו געבן האט מען געמיינט עס איז די בעסטע זאך וואס קען זיין. היינט זעהט מען וואספארא צרה דאס איז, ארויף געשרויפט די רענט פרייזן אין באבעס באבען אריין.

הירשל ציג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:00 pm

· #35145
נפתלי
הירשל ציג
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

מהיכי תיתי?

שמואל הלוי
וואס מיינט קויפן א הויז דורך די וועד? די הויז גייט זיין פארשריבן אויף די וועד'ס נאמען?

אפשר פארן קויפן וועט דאס זיין פארשריבן אויפן וועד'ס נאמען


מהיכי תיתי? ווייל אין מאנסי האט מען אזוי געטוהן! מ'האט גענומען א סאבארב און געמאכט דערפון א שטאט ווי ברוקלין!

די נשים טרייבען נישט קיין מאשינען און ווילען קענען גיין צופוס צו די שכינה/מאמע

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:07 pm

· #35146
לעמיל
ווען מ'האט עס אנגעהויבן צו געבן האט מען געמיינט עס איז די בעסטע זאך וואס קען זיין. היינט זעהט מען וואספארא צרה דאס איז, ארויף געשרויפט די רענט פרייזן אין באבעס באבען אריין.

קען זיין אז סעקשאן אכט איז אסאך שולדיג אין די הויכע פרייזן, אבער דו ווייסט וויפיל דיינע גויאישע שכינים א גאס אוועק צאלן? אסאך מער ווי דיר
פארפאלן, די שיף איז אנגעקומען אין ניו יארק סיטי און נישט אין א ביליגערע שענערע געגענט...

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:13 pm

· #35149
נפתלי
לעמיל
ווען מ'האט עס אנגעהויבן צו געבן האט מען געמיינט עס איז די בעסטע זאך וואס קען זיין. היינט זעהט מען וואספארא צרה דאס איז, ארויף געשרויפט די רענט פרייזן אין באבעס באבען אריין.

קען זיין אז סעקשאן אכט איז אסאך שולדיג אין די הויכע פרייזן, אבער דו ווייסט וויפיל דיינע גויאישע שכינים א גאס אוועק צאלן? אסאך מער ווי דיר
פארפאלן, די שיף איז אנגעקומען אין ניו יארק סיטי און נישט אין א ביליגערע שענערע געגענט...

זיי צאלן צו צו סעקשאן אכט??? אפי' אז יא, זיי האבען א ברירה צו גיין וואוינען אין א אנדרע סטעיט ווי עס איז ביליגער, און איך האב נישט די ברירה.
אז דו רעדסט פון די שיף, האב איך אמאל געהערט, שטעל דיך פאר ווען די שיף קומט ווען אן קיין פלארידא, וויפיל איסורים וואלט געווען צו גיין צו ניו יארק.....

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:14 pm

· #35150
הירשל ציג
נפתלי
הירשל ציג
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

מהיכי תיתי?

שמואל הלוי
וואס מיינט קויפן א הויז דורך די וועד? די הויז גייט זיין פארשריבן אויף די וועד'ס נאמען?

אפשר פארן קויפן וועט דאס זיין פארשריבן אויפן וועד'ס נאמען


מהיכי תיתי? ווייל אין מאנסי האט מען אזוי געטוהן! מ'האט גענומען א סאבארב און געמאכט דערפון א שטאט ווי ברוקלין!

ביז ס'ווערט א שטאט קענען מיר נאך אריינכאפן

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:22 pm

· #35152
לעמיל
זיי צאלן צו צו סעקשאן אכט??? אפי' אז יא, זיי האבן א ברירה צו גיין וואוינען אין א אנדערע סטעיט ווי עס איז ביליגער, און איך האב נישט די ברירה.

קיין סעקשאן אכט, זיי צאלן הארטע וואלוטע באלד דאפלט ווי דיר, און אויב קען מען זעהן די וויליאמסבורג בריק אדער עפעס וואס איז לבוד צו מאנהעטן איז עס מיט נאך אפאר הונדערט דאלאר מער
דאס איז עס, וויליאמסבורג איז א טייערע געגענט און די פרייזן ווענדט זיך נישט צו דו וואוינסט דארט פון דיין אייגענע ווילן אדער ווייל דו האסט נישט קיין ברירה.

דעינעש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:32 pm

· #35157
לעמיל [לול..] ..האסט א פוינט,

..און יעצט ?!?

______

סעקשאן עיט, דא ביי די רענט אישו דערמאנט מיר ווי יענע מעשה, איינער האט אריין אינסטאלד א עיר קאנדישאן פאר איינעם, ער שלעפט די יוניט צום פענסטער הייבט עס אויף, ארויס האלב צו דער גאס, און מה עשה הקב"ה, ס'ארויס געפאלן, ני, פרעגט דער אינסטאלער\הענדימען, די בעה"ב\'סטע מיסיס איר האט אפשר נאך איינס ?!. (אז מען באקומט, בעט מען אפי' צוויי.)

און א זייט געלייגט,
היינט, ווי זענען די פרייזן צו קויפן אפי' ווי אמאל ??

היינט בעט מען אפשר שוין הויך, ווייל די מארדגעדזשעס דארפן ווערן געדעקט, אמער ביים קויפן איזעס נישט זייער ביליג, צומאל לכאורה..

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:29 am

· #38334
נייע מוסדות און פאלסבורג
קול מבשר האט א אינטערוויא מיט איינעם וועבערמאן און ער פארציילט אז עס גייען זיך עפענען מוסדות און פאלסבורג בנשיאות הרב שטיינמעץ פון מאנסי, איינער ווייסט מער?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:31 am

· #38337
זעה דא

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:33 am

· #38338
גערעכט סארי
קען ווערען צאמגעשטעלט

גאלד » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:09 pm

· #38452
וויפיל פראצענט אידישע משפחות אין די ניו יארקע היימישע גרויסע געגנטער זענען אויף סעקשן 8

ס'וואלט געווען אינטערסאנט דאס צי וויסן

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:22 pm

· #38514
פראפעסאר שפירא

דערפאר טוען מיר מעלדן א זאך וואס יעדער וועט פארשטיין: ווער עס איז אינטרעסירט ארויסצוקומען וואוינען, און וויל שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות, דארף קויפן א הויז דורך דעם וועד.



כ'מיין אז דא ליגט די הונט באגראבן. ווילסט בויען מוסדות, בוי מוסדות. פרוביר נישט צו יענעם קאנטראלירן.

איך בין מסכים מיט דיר .100%

chasid » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:23 pm

· #38561
berlbalaguleh
פראפעסאר שפירא

דערפאר טוען מיר מעלדן א זאך וואס יעדער וועט פארשטיין: ווער עס איז אינטרעסירט ארויסצוקומען וואוינען, און וויל שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות, דארף קויפן א הויז דורך דעם וועד.



כ'מיין אז דא ליגט די הונט באגראבן. ווילסט בויען מוסדות, בוי מוסדות. פרוביר נישט צו יענעם קאנטראלירן.

איך בין מסכים מיט דיר .100%


איר אלע וואס האקט, ליינטס ביטע אויף אייוועלט די תשובה פונעם עסקן אויף ענקערע טענות (כ'וויל ענק נישט מכשיל זיין מיט א אייוועלט לינק..)

חייםהערש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:21 pm

· #39838
ער אז דאך דומ"ץ וויזניץ וואס האט שוין א שכונה דארט {גיבערס}
האט דאס א שייכות?

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:45 am

· #41322
נייער יישוב אין וואדרידזש - לוינט זיך?
א שאלה פאר אלע חברים דא אין קאווע שטיבל:

איר האט שוין זיכער געהערט איבער דעם שטעטל וואדרידזש און איר סביבה, וואו א קבוצה יונגעלייט ווילן אהינגיין זיך באזעצן אויף א גאנצע יאר. זיי עפענען דארט א תלמוד-תורה תפארת אבות, מיט א חשוב'ער דיין, ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א. בקיצור, א נייער יישוב.

למען האמת, א אידישע ישוב אין יענע געגנט איז נישט קיין נייעס. אין די לעצטע צען יאר קען מען שוין זען היבשע סימנים פון אידישקייט אין יענע געגנט. אידן פארמאגן דארט הייזער און מען קומט ארויס אויף שבתים, פאראן אויך עטליכע קליינע ישובים אין די געגנט, עס איז דא די ליטווישע סט. פאלסבערג און די ויז'ניצע גיבערס, ווי אויך וואוינען דא און דארט א איד. פאראיאר האבן אלע מיטגעהאלטן ווי אזוי א קבוצה סאטמארע יונגעלייט האבן זיך באזעצט אין לאק-שאלדריק. אין אנדערע ווערטער, עס איז טאקע גוי'איש, אבער פארט נישט קיין ארץ לא זרועה.

מיין שאלה איז אזוי:
איך הויב אן צו חלומ'ען ארויסצופארן אהין וואוינען, סיי צוליב די הרחבת הדעת, סיי צוליב די רואיגקייט, און די ביליגקייט פון דארט וואוינען. ווי אויך צוליב די מנוחה פון יענע פלעצער.
די שאלה איז, אויב עס לוינט זיך טאקע. אויב עס וועט טאקע זיין דארט א חסידי'שע מקום, אדער וועט עס ווערן אויסגעשפילט און איך וועל בלייבן אפגע'חוזק'ט. ווי אויך וויל איך הערן די מיינונג פונעם ציבור, צי לוינט זיך עס טאקע פינאנצועל און אלע אנדערע זאכן.

נאך א שאלה וואס איך האב:
איך לייד שטארק אויף די זוממער פיבער. איך מוטשע זיך דערמיט זייער שטארק און איך לעב ממש אויף ווייטעמינען פון אלע סארט, וואס אן דעם קען איך כמעט נישט אנגיין. די שאלה איז, אויב דארט וועט עס מיר פארערגערן, און צי דאס דארף זיין א סיבה וואס זאל מיר אפהאלטן פון אהינגיין.

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:31 am

· #41349
מורינו הרב

נאך א שאלה וואס איך האב:
איך לייד שטארק אויף די זוממער פיבער. איך מוטשע זיך דערמיט זייער שטארק און איך לעב ממש אויף ווייטעמינען פון אלע סארט, וואס אן דעם קען איך כמעט נישט אנגיין. די שאלה איז, אויב דארט וועט עס מיר פארערגערן, און צי דאס דארף זיין א סיבה וואס זאל מיר אפהאלטן פון אהינגיין.

פאר מיך איז עס אסאך גרינגער אופסטעיט ווי און שטאט אפי' מאנסי איז מיך גרינגער, אבער עס מיינט גארנישט ווייל יעדע מענטש איז אנדרעש עס איז שווער צו וויסען וויאזוי עס וועט זיין ביי דיך אבער איך מיין אויב דו קענסט דארט וואוינען און האבען פון ווי צו לעבען איז טראכט נישט קיין צווי מאל און פאר ארויס, די זכות הרבים וועט דיך זיכער ביישטיין אז עס זאל דיך זיין גרינגער

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 27, 2013 8:53 pm

· #82865
געפילטע פיש
כ'פארשטיי נישט? פארוואס מוז מען קויפן א הויז דורך זיי?

מיט אזעלכע קאסטומערס ווי דו, 'עללן מיר נישט אנקומען אין ערגעץ. ס'איז נאך גארנישט דא און דו פרעגסט שוין קשיות און דו ווילסט זעען חשבונות.ניין. אונז זוכן מיר תמימות'דיגע מענטשן וואס גלייבן באמונה פשוטה און טוען ענדערש אפשאצן די שווערע ארבעט פון די עסקנים שיחיו וואס זענען משים ימים כלילות. ביטע בלייב אינדערהיים און מאך רייך דיין לענדלארד אדער מארגידזש בראוקער. והשנית. צו וועלכע גרופע געהערסט דו. עפשער פאסט דו דיך גארנישט אריין צו אונזער חאסידעס.עפשער גלייבסטו נישט אין אונזער רעבע? והשלישית. אך און וויי וועט זיין פאר וועם די עסקנים פון וועד משמרת הצניעות וועלן כאפן אז ער האט געוואלט אינסטאללן אינטערנעט ר"ל. חוץ דעם וואס אונז האמיר ספעציעלע טרענספארמערס וואס וועלן בלאקן וויי. פיי. היו לא תהיה.

Starbucks » מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:16 am

· #82931
שמעקעדיג
לאדיך אפ
הירשל ציג
אין מאנסי קאסט היינט א נייע קאנדא וואו מ'וואוינט מיט נאך 8-10 משפחות אזוי ווי אין שטאט קרוב צו 600 טויזענט טאלער

דאס זעלביגע וועט זיין אין די בערג. טא וואס טוט מען אויף????

אויף די בערג קען מען באקומען סעקשאן אכט.


ביטע, איך דארף דאס נישט! מה לי ולצרה הזאת.
דער גרעסטער בראך אין שטאט היינט איז... יא, סעקשאן 8.
הלואי ווען דאס וואלט זיך קיינמאל נישט אנגעהויבן, וואלטן די פרייזן געבליבן ביי האלב.


די פראבלעם איז נישט סעקשן עיט, נאר די וואס צאלן צו אויף די זייט. ווען אלע סעקשן עיט טענענטס הערן ווען מארגן אויף צוצוצאלן וועסטו זעהן ווי שנעל די רענטס וועלן פאלן.