☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל

קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14790

מורינו ורבנו » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 4:58 pm

· #480445
קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל
קודם כל טייערע אידן, בין איך אייך שולדיג א התנצלות, איך בין געווען שטארק פארנומען די לעצטע פאר וואכן. סוף כל סוף קומט צו גיין די ימים נוראים, דאס פארקערפערט אין זיך אסאך ענינים און אקטיוויטעטן, אזוי אז מען ווערט שטארק פארנומען, און קוים וואס עס איז דא צייט אויף אייגענע חשבון-נפש ותיקון המעשים, יותר מן הרגיל כראוי וכיאות. איך האב ליידער נישט געהאט צופיל צייט און מוח זיך צו געפינען דא מיט אייך און מיטהאלטן דאהי צופיל, אבער מיין קאפ איז דא און איך וויל זיך צושטעלן צו די געברויכן פונעם ציבור, אי"ה.

אזוי ווי עס קומט צו גיין די ימי הרחמים והסליחות, עס קומט א נייער פרישער יאר, וועל איך געבן די געלעגנהייט פאר די חברי הקאווע שטיבל, זיך צו וואונטשן און מזכיר זיין לשנה טובה ומבורכת, השפעות וכל טוב סלה. עס וועט פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג, וואו מען וועט זיך קענען דורכשמועסן און זיך וואונטשן לכבוד דעם נייעם יאר הבעל"ט.

פאריגע מאל עס איז געווען קבלת קהל אין קאווע שטיבל, איז געווען געוויסע טענות פון מאנכע, הן אז די צייט איז געווען אביסל צי שפעט ביינאכט, און נישט אלע האבן געקענט דא זיין. אנדערע האבן גע'טענה'עט אז מען האט געמאלדן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און מען האט נישט געוואוסט דערפון, זיי האבן געוואלט מיטהאלטן.

דעריבער לאזן מיר יעצט וויסן דעם טאג, אבער נישט דעם זייגער. מיר בעטן אז דער עולם זאל אריינשרייבן וועלכע צייט בערך עס איז גוט פאר זיי, און ווען מען זאל מאכן דעם קבלת קהל, אזוי אז מען וועט פראבירן זיך צוצושטעלן צו די געברויכן פונעם ציבור.

דער אויבערשטער זאל בענטשן אלע אידן מיט כל טוב וטב.

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 5:07 pm

· #480446
פה קאווע שטיבל יצ''ו

קאך-בן לעפל.
בעלי, לעפל בן קאך.

להיוושע בהריון, ובלידה קלה, בבן זכר בשעטומ''צ...

מורינו ורבנו » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 5:08 pm

· #480447
אן קיין לצנות ביטע...

דער עולם זאל שרייבן וועלכע צייט עס איז באקוועם פאר זיי.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 1:32 am

· #480488
רבותי, ס'פאסט נישט אז די רבי אליין זאל זיך דארפן בעטן ביים עולם צו קומען. ווען וועלט וואט געווען וועלט וואלט ארויסגעקומען א צעטל פון בית הגבאים מיט אלע אינפארמאציע איבער זמנים לכנס בפו"פ לקראת ימי הרחמים.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 3:41 pm

· #480526
קאך_לעפל
פה קאווע שטיבל יצ''ו

קאך-בן לעפל.
בעלי, לעפל בן קאך.

להיוושע בהריון, ובלידה קלה, בבן זכר בשעטומ''צ...

קאך בן לעפל: דו מיינסט צו זאגן דיין צוקונפטיגע אשת חיל (אי"ה, בשעטומ"צ)...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 3:52 pm

· #480527
מורינו ורבנו שליט"א: ייש"כ פאר פאררעכטן די ספעללינג פונ'ם קעפל...! ווייל באמת, כ'האב מורא געהאט זיך מזכיר זיין ביי א רבי וואס האט א גבאי וואס קען נישט ספעללן...!

דאס דערמאנט מיך א (זיסע) מעשה וואס כ'האב געהערט פון א קלוגן איד. בגן עדן תהא מנוחתו.

והנה: און נון. ס'איז אמאל אריינגעקומען א איד צו א חשוב'ן רעבי'ן זיך מזכיר זיין אז היות ער האט שוין זעקס בנים זכרים. (מ'דארף גארנישט פארציילן וואספארא איבערקערעניש ס'טוטציך ביי איהם אין שטוב, בליעה"ר.) ווילל ער אז די רבי זאלל איהם אנווינטשן אז זיין ווייב זאלל געבוירן א מיידל. זאגט איהם די רבי..."געב 62 רייניש, כמנין בס'...! דער איד שטייט און טראכט. רופטציך אן דער גבאי..."רעב איד לייגט שנעלל אראפ דעם סכום. פאר די רבי כאפט זיך אז ..."בת"... שרייבט מען מיט א תי"ו...!

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 3:56 pm

· #480528
Re: קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל
berlbalaguleh
ווילל ער אז די רבי זאלל איהם אנווינטשן

*אנוואונטשן
[emoji3]

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 4:01 pm

· #480530
תוהו ובוהו: די ביסט גערעכט. אבער דאס איז געזאגט געווארן פאר די מענטשן וועלכע רעדן ארויס מיט די ליטווישע הברה. פאר אונז (איך מיין מיך) אונגערישע אידן איז גוט אזוי אויך...לאל...!

מורינו ורבנו » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:53 pm

· #480645
דערווייל הייסט עס אז קבלת קהל וועט פארקומען מארגן צווישן 5:00 און 7:00 נאכמיטאג.

ווער עס האט פראגעס, שאלות, סתם ברכות, ווערט געבעטן זיך צוזאמעננעמען אויף מארגן, און מיר וועלן אויפנעמען דעם עולם אויפן ווירטיאלן וועג, דאהי אויף קאווע שטיבל.

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז חפץ ה' בידינו יצליח להגדיל תורה ולהאדירה.

cictim » זונטאג אוגוסט 29, 2021 3:35 pm

· #480646
להגדיל *טראללן* ולהאדירה

כניאק » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:12 pm

· #480653
Re: קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל
מורינו ורבנו
דערווייל הייסט עס אז קבלת קהל וועט פארקומען מארגן צווישן 5:00 און 7:00 נאכמיטאג.

ווער עס האט פראגעס, שאלות, סתם ברכות, ווערט געבעטן זיך צוזאמעננעמען אויף מארגן, און מיר וועלן אויפנעמען דעם עולם אויפן ווירטיאלן וועג, דאהי אויף קאווע שטיבל.

דער אויבערשטער זאל העלפן, אז חפץ ה' בידינו יצליח להגדיל תורה ולהאדירה.
איך האב געפלאנט אריינצוגיין צו מיין רבי שליט״א היינט ביינאכט, איך וויל נאר וויסן אויב די רבי דא קען נאך עפעס אויפטון נאך איך האב שוין געפועלט ביי מיין רבי?

תרמב » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:27 pm

· #480654
כניאק

אפשר איז די זעלבער........?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:45 pm

· #480655
כניאק
איך האב געפלאנט אריינצוגיין צו מיין רבי שליט"א היינט ביינאכט, איך וויל נאר וויסן אויב די רבי דא קען נאך עפעס אויפטון נאך איך האב שוין געפועלט ביי מיין רבי?

אמאל קענען די צינורות פלאצן, צום ביישפיל אויב גייסטו צו א צאנזער אייניקל און דערנאך צו א רוזין/סאדיגורא אייניקל, קענען די צינורות פלאצן מרוב פרעשור. אדער למשל גייסט צום סקווירא'ר און דערנאך פארסטו קיין אומאן ר"ה וכדומה. ברויכסט וויסן צו וועמען דו גייסט כדי די צינורות זאלן נישט האבן א פארקערטע ווירקונג.

סעגאל » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:56 pm

· #480657
אדער גייט אמאל א רבי אריין אין קאווע שטיבל אין די צינורת האבען שוין געפלאצט.

מורינו ורבנו » זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:04 pm

· #480669
מארגן 5:00 אי"ה.

אינגערמאנטשיקל » זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:24 pm

· #480672
איך האב שטארק חשק צו זיין דא, אבל דא עקא זעהט אויס איך וועל ערשט ווערן גרייט אום 7:05. גייט די רבי זיין אין א ראש?

ווייל אזוי » זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:17 pm

· #480676
איז דא א מציאות זיך צו טרעפן פנים על פנים און געהריג דורכרעדן מיט מורינו שליט"א?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:27 pm

· #480681
ווייל אזוי
איז דא א מציאות זיך צו טרעפן פנים על פנים און געהריג דורכרעדן מיט מורינו שליט"א?

נעה לאדיך אפ, ער איז מן הסתם דער רבי וואס דו ווילסט נישט דאווענען ביינעם אין שול. דעם רבי'ן מיט וועם דו ווילסט נישט רעדן אין פובליק.
[emoji1787]

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:30 pm

· #480732
דער טראל מוכח באקומט גאר שריפטנשטעלער רעכטן! פרובד מיין לאנגיעריגע טעזע ווי מער 'קיהל' אלס מער נאריש און גאלליבל.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:54 pm

· #480745
Re: קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל
פארמאגט 95 טראללישע תגובות און באקומט דעם שריפטשטעללער טיטל!! וואס האט פאסירט מיט קאווע שטיבל???? איז דאס די זעלבע פונעם אמאליגן רייכע געשמאקע שטיבל אדער איז דאס א גלגול?!?!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

תוהו ובוהו » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:24 pm

· #480815
Re: קבלת קהל לקראת ימי הרצון - יום ב' סליחות - קאווע שטיבל
[ציטאט אראפגענומען]
100%
וואס גייט אייך אהן צו יענער איז א מנהיג צו נישט?!!
ווילאנג איינער שרייבט מיט רעספעקט, זאכליך לויט זיין פרעספעקטיוו, חזר'ט נישט אן קיין אשכולות, און פגר'ט נישט קיין מיטגלידער, נישט קיין חילוק צו ער איז וואס ער שטעלט זיך אוועק צו נישט, זאל ער באקומען די מיטלען צו פילטערן זיינע אייגענע אשכולות.

סעגאל » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 2:14 pm

· #480869
תוהו ובוהו
[ציטאט אראפגענומען]
100%
וואס גייט אייך אהן צו יענער איז א מנהיג צו נישט?!!
ווילאנג איינער שרייבט מיט רעספעקט, זאכליך לויט זיין פרעספעקטיוו, חזר'ט נישט אן קיין אשכולות, און פגר'ט נישט קיין מיטגלידער, נישט קיין חילוק צו ער איז וואס ער שטעלט זיך אוועק צו נישט, זאל ער באקומען די מיטלען צו פילטערן זיינע אייגענע אשכולות.

דאכט זיך מיר מען האט אמאל ארויסגעווארפען בת קול פארן זיך פארשטעלען אלס א פרוי כאטש עס דארף קיינעם נישט אנגיין אויב זי איז טאקע.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 3:43 pm

· #480883
סעגאל: איך האב פארשידענע ראיות און סימנים אז ..."--- ---"... איז נישט קיין פרוי. נאר א וויליאמסבורגער פאסקודניאק וועלכער האט קיין דרך ארץ נישט געלערנט...!