☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מארקעט?

וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מארקעט?

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14789
בלאט: 1 2

יוניווערסיטי_בחור » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 12:35 pm

· #480437
וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מארקעט?
האבענדיג אויפגעוואקסן אין א אידיש רעדנדע חסידישע סביבה, געלערנט אין חסידישע ישיבות און האבענדיג טראצדעם מצליח געווען צו גיין אין יוניווערסיטי אין מיינע ענדע צוואנציגערס אוואו איך האב זיך אויסגעצייכנט מיט א 1st און סובסיקווענטלי געקריגן מיין ערשטע דזשאב, מיט א וועידזש פון 48,000 דאלאר א יאהר (איך קען אנדערע מיין עידזש, אין די זעלבע אינדוסטרי און פון גאר ענליכע בעקגראונד וואס פארדינען שוין 110,000 א יאהר), בין איך נייגעריג צו וויסן ווי אזוי אנדערע דא (מיט א דעגרי צי אהן) פיהלן בנוגע זייערע דזשאבס? ספעציעל אויב זייערע דזשאבס (אדער ביזנעסער) זענען אין די היימישע דזשאב מארקעט.

פיהלט איר אז מען האט אייך תיכף געשעצט פאר אייערע קפאציטעטן אדער עקספיריענס?

פיהלט איר אז איר לערנט כסדר נאך און אז אייערע בעה"ב אינוועסטירט אין אייך (פיהלט איר אז איר קענט לייכט טוישן דזשאב)?

פיהלט איר אז מען האט אייך תיכף באצאלט אייער ווערט און אז אינדיד, איר ווערט היינט לכה"פ באצאלט אייער ווערט?

זענט איר אמאל מקנא (אדער נישט) יוניווערסיטי (אידן צי נישט) געלערנטע ארבעטער מיט בעסערע אדער ערגערע דזשאבס, ווייניגער (אדער מער) רעספאנסיביליטיס, ווי אייך?

זענט איר אוועראלל צופרידן?

אויב זענט איר א בעה"ב:

פיהלט איר אז עס איז דא ביי אונז די טאלאנט פּול פון וואנעט צו הייערן?

פיהלט איר אז מיר (ארבעטארערס) זענען גענוג בייפלייסט אין אינטרעסירט אין די ארבעט (מיר זענען לאיאל; מיר מיינען אייער סוקסעס)?

צו האט איר א דימענד פאר יוניווערסיטי געלערנטע ארבייטערס?

פיהלט איר א מחסור אין פארשידענע אינדוסטריעס (למשל צוליב מחסור און דימענד אדער טאלענט דאס צו אדרעסירן) ביי אונז איבער וועלכע איר האט שוין אמאל געטראכט אין רילעישן צו א רעלעוואנטע און גוטע ביזנעס איידיע?

פיהלט איר א פליכט צו הייערן פון צווישן היימישע אידן?

פיהלט איר אז די פאקט אז מיר זענען אזא טייטע קהילה/ות און קענען זיך אזוי גוט -- אדער קענען זיך לייכט אפזוכן עכטע קרובה'שאפט וואס פארבינד עני צוויי מענטשן -- טוט אפעקטירן הייער און פייער פאר גוט אדער שלעכט?

שמועסט אויס...!

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 12:49 pm

· #480439
פארוואס נישט זיין אויפריכטיג? ככל הנראה באקומסטו דיינע 48k צו מאכן אזעלכע יוזלעסס סורוועיס, און דער עולם וועט דיר געזונטערהייט העלפן מאכן געלט. נישט יעדער איז אזוי לאקי, געוויסע דארפן טוהן עכטע ארבייט.

יוניווערסיטי_בחור » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 1:03 pm

· #480440
מאך זיכער
די שאלה איז אין וועלכער אינדוסטריע דו ביסט, איך למשל האב אין קאלעזש נישט שטודירט, אבער איך גלייב נישט אז איך וואלט געקענט צופיל מער ארויסהאבן אויב וואלט איך געקריגן א דעגרי אויף דעם. די זעלבע איז ביי די אלע וואס טוען ריעל עסטעיט און עמעזאן וואס זיי דארפן זיך נישט צופיל לערנען, און דאס וואס זיי ווילן יא קענען, ווייסן זיי אדער פון קלענערע קלאסן און סעסיעס, אדער פון עקספיריענס.

לגבי די געלט איז פשוט, אז ביים היימישן ציבור לעבט מען אויף א העכערן סטאנדארט און דעריבער צאלט מען און מען רעכנט טייערער אויף אלעס, דאס מיינט אבער נישט אז די ארבעט וואס די מענטשן טוען איז ווערד דאס וואס זיי קריגן באצאלט. זייער אסאך מענטשן מאכן מער געלט ווי עס קומט זיך זיי וכן להיפך, עס האט נישט ריכטיג קיין מהלך וויאזוי עס ארבעט, נאר יעדער איינער איז איינגעשטעלט ביי א צווייטן חסיד וואס פארשטייט אויך די הויכע געברויכן און ער רעכנט זיך דערמיט.

איז אין סומערי זאגסטו: די ארבעט וואס מיט טוען דארף מערסטנס נישט קיין יוניווערסיטי/קאלידזש עדיוקעישן און אונזערע בעלי בתים זענען ע"פ רוב סענסעטיוו און מיינדפול צו/פון אונזערע באדערפענישן?! האב איך גוט פארשטאנען?

יוניווערסיטי_בחור » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 1:04 pm

· #480441
איך אויך
פארוואס נישט זיין אויפריכטיג? ככל הנראה באקומסטו דיינע 48k צו מאכן אזעלכע יוזלעסס סורוועיס, און דער עולם וועט דיר געזונטערהייט העלפן מאכן געלט. נישט יעדער איז אזוי לאקי, געוויסע דארפן טוהן עכטע ארבייט.

זייער פאני..נאָטעד!

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 4:15 pm

· #480444
זיך דרייענדיג און פארדינענדיג אין די היימישע ארבייט מארקעט האט גורם געווען אז איך זאל פילן זייער שלעכט פאר איינעם וואס גייט שטודירן פאר די אויסשליסליכע סיבה פון בויען א קאריערע פאר גרויסע פארדינסטן. והראי' אז ביינונז זענען דא פילע וואס האבן נישט אינוועסטירט אין קיין שטודירן און פארדינען פירפאכיג מער.

פאליטיקאנט » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 5:48 pm

· #480451
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
דאס איז לאו דווקא אינעם היימישן מארקעט, נאר אויך אינעם אלגעמיינעם מארקעט.
מער און מער ביזנעסער אריינגערעכנט ריזן ווי עמעזאן און גוגל רעכענען זיך (כמעט) נישט מיט קיין 'דעגריס' און קוקן בלויז אויף סקיל און טאלאנט, און טאקע א וואקסענדע פראצענט איגענטליכע גייען נישט פאר "העכערע עדיוקעישן".

דאס געזאגט, איז די עיקר סיבה צו גיין אין קאלעדזש נאר אויב מען 'דארף' עס פאר א געוויסע דשאב וואס מען וויל, אדער אלס חשק זיך צו לערנען, והינו הך.

יעקב מענטש » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 6:06 pm

· #480452
ס'איז דא געוויסע אינדוסטריעס וואס אן קיין דעגרי האסטו נישט קיין דריסת הרגל, אבער איך מיין אז אויב דיין אבדזשעקטיוו איז 'צו מאכן געלט' איז קאלעדזש ארויסגעווארפן צייט און געלט, דאס וואס מ'זעהט ביי די היימישע קאמיוניטי האט איבערגעוויזן אז מיט קאמיוניטי סופארט און קשרים קומט מען אן פיל שנעלער און פיל ווייטער ווי גיין אויפן דרך המלך.

און לכולי עלמא איז די דעגרי נאר אויף צו 'עפענען די טיר' מ'זאל דיר בכלל אינטערוויוען, אבער דיין הצלחה ווענדט זיך בעיקר אין דיין געטריישאפט און ווי שטארק מ'לערנט זיך אויף די דזשאב צו ווערן בעסער, גארניקס מיט א דעגרי אין ליבעראל ארטס...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 6:10 pm

· #480453
יעקב מענטש
ס'איז דא געוויסע אינדוסטריעס וואס אן קיין דעגרי האסטו נישט קיין דריסת הרגל, אבער איך מיין אז אויב דיין אבדזשעקטיוו איז 'צו מאכן געלט' איז קאלעדזש ארויסגעווארפן צייט און געלט

פאבליק קאלעדש קאסט נישט קיין געלט,אדרבה, מ׳באקומט באצאלט דערפאר.

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 7:41 pm

· #480456
חוץ פון די כלי קודש מארקעט, ווערט מען שיין באצאלט אין די היימישע מארקעט.

סיבה? לכאורה ווייל גאר אסאך בעלי בתים ווילן דווקא אידישע ארבייטער (מכמה טעמים.. ואכמ"ל וד"ל) און די סופליי איז לימיטעד ווייל נישט יעדער אינגערמאן איז גרייט צו ארבייטן (און מען קען דאך נישט אריינברענגען כסדר נאך אימיגראנטן.. ).

ביי די כלי קודש איז פארקערט... די דימענד איז גאר לימיטעד, די קאנדידאטן גאר אסאך. (פלאס וואס דארט איז נישט עכט שייך צו פארלאנגען מער, וויבאלד מכלומרשט זענען זיי דאך דארט לשם שמים...)

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 7:43 pm

· #480457
רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש
ס'איז דא געוויסע אינדוסטריעס וואס אן קיין דעגרי האסטו נישט קיין דריסת הרגל, אבער איך מיין אז אויב דיין אבדזשעקטיוו איז 'צו מאכן געלט' איז קאלעדזש ארויסגעווארפן צייט און געלט

פאבליק קאלעדש קאסט נישט קיין געלט,אדרבה, מ׳באקומט באצאלט דערפאר.

וואס הייסט מען באקומט באצאלט דערפאר?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 7:53 pm

· #480459
צום ערשט איז דא די רעגירונג׳ס פראגראמען FAFSA און NY TAP וואס צאלן אויס דאס גאנצע שכר לימוד מיט לעבנסקאסטן, נאכדעם זענען דא פריוואטע grants וואס אויב מ׳האט די נערוון זיך משוגע צו מאכן דערמיט קען מען אריינפאקן נאך $100,000 אין טאש. דערנאך איז דא student loans וואס זענען אויף זייער נידעריגע פראצענטן, אין געוויסע פעלער אונטער איין פראצענט APR, וואס מ׳דארף נאר אנפאנגען צו באצאלן נאך מגראדואירט, און פארשטייט זיך אז אויב מ׳ווייסט וויאזוי צו דרייען מיט געלט איז פרייע געלט פאר פיר יאר א גרויסע געווינס. און דאס איז אלץ בנוסף צו דעם וואס קאלעדש קען העלפן מיט א קאריערע, מ׳לערנט זאכן וואס קענען נאר העלפן אין לעבן, מ׳קניפט אן באציאונגען מיט פראפעסארן וואס קענען דיר שאפן opportunities וואס קענען טוישן דיין לעבן, ס׳דא קאלעדש פראגראמען וואס העלפן טרעפן דשאבס און internships, שאדן שאדט עס זיכער נישט.

יוניווערסיטי_בחור » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 8:12 pm

· #480460
פאליטיקאנט
דאס איז לאו דווקא אינעם היימישן מארקעט, נאר אויך אינעם אלגעמיינעם מארקעט.
מער און מער ביזנעסער אריינגערעכנט ריזן ווי עמעזאן און גוגל רעכענען זיך (כמעט) נישט מיט קיין 'דעגריס' און קוקן בלויז אויף סקיל און טאלאנט, און טאקע א וואקסענדע פראצענט איגענטליכע גייען נישט פאר "העכערע עדיוקעישן".

דאס געזאגט, איז די עיקר סיבה צו גיין אין קאלעדזש נאר אויב מען 'דארף' עס פאר א געוויסע דשאב וואס מען וויל, אדער אלס חשק זיך צו לערנען, והינו הך.

סאו כ'האב נאכגעזוכט צו זעהן אויב ס'איז אמת און למעשה אפילו אינטערנשיפס ברויכן א דעגרי און א דעגרי ווי עטס ווייסטס ברויכט בעיסיקעדיוקעישן. אדרבה ווייזט מיר א דזשוניאר ראלע פון די צוויי, גוגל אדער אמאזאן, וואס ברויכט נישט איינס פון די צוויי, א דעגרי אדער קאמערציעלע עקספיריענס (און עקספיריענס כאמור אימפלייס א דעגרי)..
📎 20210826_010323.jpg 📎 20210826_005322.jpg

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:41 pm

· #480464
רביה''ק זי''ע
צום ערשט איז דא די רעגירונג׳ס פראגראמען FAFSA און NY TAP וואס צאלן אויס דאס גאנצע שכר לימוד מיט לעבנסקאסטן, נאכדעם זענען דא פריוואטע grants וואס אויב מ׳האט די נערוון זיך משוגע צו מאכן דערמיט קען מען אריינפאקן נאך $100,000 אין טאש. דערנאך איז דא student loans וואס זענען אויף זייער נידעריגע פראצענטן, אין געוויסע פעלער אונטער איין פראצענט APR, וואס מ׳דארף נאר אנפאנגען צו באצאלן נאך מגראדואירט, און פארשטייט זיך אז אויב מ׳ווייסט וויאזוי צו דרייען מיט געלט איז פרייע געלט פאר פיר יאר א גרויסע געווינס. און דאס איז אלץ בנוסף צו דעם וואס קאלעדש קען העלפן מיט א קאריערע, מ׳לערנט זאכן וואס קענען נאר העלפן אין לעבן, מ׳קניפט אן באציאונגען מיט פראפעסארן וואס קענען דיר שאפן opportunities וואס קענען טוישן דיין לעבן, ס׳דא קאלעדש פראגראמען וואס העלפן טרעפן דשאבס און internships, שאדן שאדט עס זיכער נישט.

איך בין זייער נייגעריג צו הערן מער איבערדעם (אריינפאקן 100000 אין טאש קען זיין אינטערסאנט 😂 )

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:42 pm

· #480466
משם ראי'?! אינטערנשיפס זענען סעמי שטודירטע פון די אוניווערסיטעט. וואו דען זאל מען זיכן אינטערנשיפס? אין בית המדרש? וואס איז ווען זיי דארפן א פראגראמער, ברויך מען א דעגרי?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:44 pm

· #480467
ליב צו וויסן
איך בין זייער נייגעריג צו הערן מער איבערדעם (אריינפאקן 100000 אין טאש קען זיין אינטערסאנט 😂 )

דאס מיידל האט אריינגעפאקט $500,000...

אז מ׳רעדט שוין, איך האב א חבר, א מאדערנער, וואס איז געגאנגען אין אוניווערזיטעט ווי זיינע עלטערנ׳ס וואונטש און זיך געלערנט צו זיין אן ארכיטעקט, און וואס טוט ער פאר פרנסה? ער ארבעט פאר א וויליאמסבורגער יואלי דעוועלאפער... פון איין זייט זאגט ער אליינס אז ס׳איז זייער פאני, פון דער אנדערער זייט אבער האט דער ווילימסבורגער דעוועלאפער געארבעט ווי א חמור אנצוקומען וואו ער איז אנגעקומען, נישט געשלאפן קיין נעכט און נישט געגעסן קיין נארמאלע פרישטאג און געלעבט אונטער משוגענע סטרעס פאר יארן. דער מאדערנער קאלעדש אינגערמאן ווידער האט פריש ארויס פון קאלעדש געלאנדעט א סטאבילער גוט צאלענדע דשאב, ער האט איבערגענוג געלט פאר אלעס וואס ער דארף, שלאפט נארמאל, עסט נארמאל, קומט אהיים נאכ׳ן ארבעט און גייט ארויס זיך ענדשויען מיט זיין ווייב. ווער האט א בעסערע לעבן? ווענדט זיך וויאזוי מ׳קוקט עס אן.

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:44 pm

· #480468
יוניווערסיטי_בחור
פאליטיקאנט
דאס איז לאו דווקא אינעם היימישן מארקעט, נאר אויך אינעם אלגעמיינעם מארקעט.
מער און מער ביזנעסער אריינגערעכנט ריזן ווי עמעזאן און גוגל רעכענען זיך (כמעט) נישט מיט קיין 'דעגריס' און קוקן בלויז אויף סקיל און טאלאנט, און טאקע א וואקסענדע פראצענט איגענטליכע גייען נישט פאר "העכערע עדיוקעישן".

דאס געזאגט, איז די עיקר סיבה צו גיין אין קאלעדזש נאר אויב מען 'דארף' עס פאר א געוויסע דשאב וואס מען וויל, אדער אלס חשק זיך צו לערנען, והינו הך.

סאו כ'האב נאכגעזוכט צו זעהן אויב ס'איז אמת און למעשה אפילו אינטערנשיפס ברויכן א דעגרי און א דעגרי ווי עטס ווייסטס ברויכט בעיסיקעדיוקעישן. אדרבה ווייזט מיר א דזשוניאר ראלע פון די צוויי, גוגל אדער אמאזאן, וואס ברויכט נישט איינס פון די צוויי, א דעגרי אדער קאמערציעלע עקספיריענס (און עקספיריענס כאמור אימפלייס א דעגרי)..

איך פערזענדליך האב אויך געהאט די עקספיריענס...
אין א געוויסע Field ווי מען קען אפילו באקומען געוויסע לייסענעס דורך Pass'ן טעסט'ס וועט עס אבער גארנישט העלפן ווען ס'קומט צו די גרויסע Companies. אן א דעגרי קענסטו רעדן צום לאמפ.

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:51 pm

· #480469
רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן
איך בין זייער נייגעריג צו הערן מער איבערדעם (אריינפאקן 100000 אין טאש קען זיין אינטערסאנט 😂 )

די מיידל האט אריינגעפאקט $500,000...

אז מ׳רעדט שוין, איך האב א חבר, א מאדערנער, וואס איז געגאנגען אין אוניווערזיטעט ווי זיינע עלטערנ׳ס וואונטש און זיך געלערנט צו זיין אן ארכיטעקט, און וואס טוט ער פאר פרנסה? ער ארבעט פאר א וויליאמסבורגער יואלי דעוועלאפער... פון איין זייט זאגט ער אליינס אז ס׳איז זייער פאני, פון דער אנדערער זייט אבער האט דער ווילימסבורגער דעוועלאפער געארבעט ווי א חמור אנצוקומען וואו ער איז אנגעקומען, נישט געשלאפן קיין נעכט און נישט געגעסן קיין נארמאלע פרישטאג און געלעבט אונטער משוגענע סטרעס פאר יארן. דער מאדערנער קאלעדש אינגערמאן ווידער האט פריש ארויס פון קאלעדש געלאנדעט א סטאבילער גוט צאלענדע דשאב, ער האט איבערגענוג געלט פאר אלעס וואס ער דארף, שלאפט נארמאל, עסט נארמאל, קומט אהיים נאכ׳ן ארבעט און גייט ארויס זיך ענדשויען מיט זיין ווייב. ווער האט א בעסערע לעבן? ווענדט זיך וויאזוי מ׳קוקט עס אן.

דאס איז עפעס א צודרייט שטארקע נקודה...

זייער פיל מאל ווען מען וויל אוועקמאכן די וואס נעמען א דעגרי נעמט מען ארויס די רייכע יואליס קארד.
מען נעמט אבער נישט אין באטראכט וויפיל סטרעסס, עגמ"נ און האראוואניע מען דארף דורכגיין אנצוקומען אהין, בשעת א יונגער שטודירטער אין די ריכטיגע פעלד (ניין, נישט Gender אדער Talmudical studies....) האט א מעגליכקייט אנצוהייבן זיין לעבן מיט אסאך מער הרחבת הדעת.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:51 pm

· #480470
אפי' צו זיין א ארכיטעקט איז אין מערערע פעלער א שאד די גאנצע שטודירן. מ'קען עס לערנען און פראקטיצירן אונטער א צווייטער און מאכן פיל מער אן די באגאזשן וואס שטודירן ברענגט מיט. סיידן פון ווערן א דאקטאר אדער א אדוואקאט זעה איך ממש נישט קיין ניצן צו א דעגרי.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:54 pm

· #480471
ליב צו וויסן

דאס איז עפעס א צודרייט שטארקע נקודה...

זייער פיל מאל ווען מען וויל אוועקמאכן די וואס נעמען א דעגרי נעמט מען ארויס די רייכע יואליס קארד.
מען נעמט אבער נישט אין באטראכט וויפיל סטרעסס, עגמ"נ און האראוואניע מען דארף דורכגיין אנצוקומען אהין, בשעת א יונגער שטודירטער אין די ריכטיגע פעלד (ניין, נישט Gender אדער Talmudical studies....) האט א מעגליכקייט אנצוהייבן זיין לעבן מיט אסאך מער הרחבת הדעת.

מ'דארף נישט אייביג ארויסנעמען די קארטל וואס האט די גרעסטע יואלי. אויף וויפיל יענע ארכיטעקט פארדינט זענען אויך דא פלענטי היימישע אינגעלייט וואס האבן נישט שטודירט, נישט געהאט אזויפיל סטרעס ווי יענע יואלי און פארדינען נאך אזויפיהל ווי יענע מאדערנער שטודירטער.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:57 pm

· #480472
די שאלה איז אבער וויפיל דער קאלעדש אינגערמאן פארדינט און וויפיל דער היימישער אינגערמאן פארדינט, ווי גרינג איז פאר׳ן קאלעדש אינגערמאן צו טרעפן א דשאב, פארהאנדעלן א גרעסערע געהאלט, באקומען א promotion, וכו׳. און בכלל, פארוואס האט דער וויליאמסבורגער דעוועלאפער געדארפט לויפן קיין מארין פארק צו טרעפן אן ארכיטעקט אויב ס׳דא אזויפיל אין וויליאמסבורג, לכאורה זענען דא געוויסע זאכן וואס נאר דער קאלעדש אינגערמאן קען טוהן. ווייסטו וואס, אויב איך וועל געדענקען וועל איך איהם פרעגן נעקסטע מאל איך טרעף איהם.

לגבי די באגאזש פון קאלעדש קענסטו אפשר מרחיב בדיבור זיין ווייל איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך קען נישט כאפן וואסערע באגאזש איך האב צוגענומען פון קאלעדש.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:01 pm

· #480473
ליב צו וויסן
איך פערזענדליך האב אויך געהאט די עקספיריענס...
אין א געוויסע Field ווי מען קען אפילו באקומען געוויסע לייסענעס דורך Pass'ן טעסט'ס וועט עס אבער גארנישט העלפן ווען ס'קומט צו די גרויסע Companies. אן א דעגרי קענסטו רעדן צום לאמפ.

איך האב אויך אמאל געמיינט אזוי, לעצטנס זאגט מיר אבער א באקאנטע וואס האט געלערנט פראגרעממינג אין א bootcamp אז א מיידל פון איר cohort וואס האט נישט קיין קאלעדש דעגרי האט באקומען א פאזיציע אין פעיסבוק, אזוי צו אזוי איז דאס אבער לכאורה ממש אן אויסנאמ׳ס פאל.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:05 pm

· #480474
יעדע ארכיטעקט וואס האט נישט קיין לייסענס, דארף אז איינער מיט א לייסענס זאל איהם זיגלען די פאפירן. אבער דער פרייז פון א סטעמפל איז גאר א ביליגער. די גרעסטע ארכיטעקט אין לעיקוואד וואס מאכט די מערסטע הייזער דארט האט נישט קיין אייגענע זיגל. און ער מאכט לכאורה פיל מער פרנסה ווי דער שטודירטע חכם מיט די זיגל.

וויבאלד ארכיטעקטור איז אזא אינדוסטריע וואו מ'דארף האבן שימוש אויך. פאלן אסאך ארויס איינמאל זיי זעהן אז זיי זענען באהאווענט גענוג. און צאלן די פאר פריטות יעדעס מאל מ'זאל זיי סטעמפלען די ארבייט.

קורקלענד » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:09 pm

· #480475
רביה''ק זי''ע
די שאלה איז אבער וויפיל דער קאלעדש אינגערמאן פארדינט און וויפיל דער היימישער אינגערמאן פארדינט, ווי גרינג איז פאר׳ן קאלעדש אינגערמאן צו טרעפן א דשאב, פארהאנדעלן א גרעסערע געהאלט, באקומען א promotion, וכו׳. און בכלל, פארוואס האט דער וויליאמסבורגער דעוועלאפער געדארפט לויפן קיין מארין פארק צו טרעפן אן ארכיטעקט אויב ס׳דא אזויפיל אין וויליאמסבורג, לכאורה זענען דא געוויסע זאכן וואס נאר דער קאלעדש אינגערמאן קען טוהן. ווייסטו וואס, אויב איך וועל געדענקען וועל איך איהם פרעגן נעקסטע מאל איך טרעף איהם.

לגבי די באגאזש פון קאלעדש קענסטו אפשר מרחיב בדיבור זיין ווייל איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך קען נישט כאפן וואסערע באגאזש איך האב צוגענומען פון קאלעדש.

דארפסט אויך רעכענען וואס דער דעגרי האט יענעם געקאסט. אויב האט ער שטודירט אן א אינקאם פינף יאר בעת ווען א אינגערמאן האט אנגעהויבן ארבייטן און זיך ארויפגעארבעט אין פינף יאר. ווער פארדינט מער. ווי ווייט איך פארשטיי איז אפי' פאר א שטודירטער א געהאלט פון מער ווי צוויי פופציג א יאר אויך נישט אזוי בנמצא, און אויב איינער איז דעטירמענד קען מען עס מאכן דא אן א דעגרי אויך. איך פערזענליך זעה נישט די גדולה פון א דעגרי אויב ס'איז נישט פאר דאקטעריי אדער צו פראקטיצירן געזעץ.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:21 pm

· #480478
ערשטנס איך ווייס נישט צו דער אינגערמאן איז געגאנגען אין פאבליק קאלעדש בחינם צו אין פריוואטע קאלעדש. צווייטנס, קאלעדש אין ניו יארק איז נאר 3-4 יאר. דריטנס, פול טיים קאלעדש איז נאר 15 שעה א וואך, מ׳קען האבן א פול טיים דשאב מיט נאך א זייטיגע דשאב צוזאמען מיט קאלעדש, איך קען איינער וואס האט עס געטוהן (אויב איז מען אין א STEM פראגראם קען מען עס אבער לכאורה נישט טוהן). פערטנס, מענטשן וואס גייען אין קאלעדש זענען געווענליך נישט אינטערעסירט צו מאכן אסאך געלט, אויף דעם איז דא פיל בעסערע וועגן ווי דו זאגסט, זיי זוכן א גוט-באצאלטע דשאב אן קיין סטרעס (אויסער די לימודים אליינס האבן קאלעדשעס פילע פראגראמען מיט א שטאב פון advisors, tutors, און recruiters וואס העלפט מיט אלעס פון א ביז ת צו טרעפן א סוקסעספול קאריערע, דו זעצסט זיך פשוט ארויף אויף א באן וואס פירט דיך צום ציל אנדעם וואס דו זאלסט דארפן אריינשטעקן א פינגער אין קאלט וואסער כמעט) אדער ווילן זיי אריינגיין אין א געוויסע פעלד וואס מ׳דארף א דעגרי.

החוקר » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:44 pm

· #480479
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
איך האלט מאכן ליינען 25 תגובות און איך קען נישט ארויסנעמען וואס די דעבאטע דא איז.

דהיינו, וויאזוי פארדינט מען מער, יא קאלעדזש צו נישט קאלעדזש? למען השם, אפשר קען איינער אריינקומען מעט נומבער'ס? וויפיל מאכט דער וויליאמסבורגער יואלי א יאר און וויפיל דער ארכיטעקט? וויפיל יאר האט יואלי געשוויצט אנצוקומען ווי ער איז און ווילאנג האט דער ארכיטעקט געקוועטש די באנק אין קאלעדזש פאר זיין דעגרי?

איינמאל מען האט די הארטע נומבער'ס קען מען עס דעבאטירן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:58 pm

· #480480
אקעי, כ׳על קומען מיט הארטע נאמבערס. איך קען א בחור, א 24 יעריגער שנוק וואס האט א דאקטאראט אין פיזיקס, דער בחור האט טאקע געשוויצט זייער שטארק דערפאר ווייל פיזיקס איז א שווערע דעגרי אבער היינט איז ער א מענעדשער ביי נאסא דאכצעכמער, ער פארדינט א האלב מילליאן א יאר, ארבעט קוים 5 שעה א טאג, די איבעריגע צייט פון טאג ראללט ער ארום מיט זיין קאר און האקט א לעבן. אז ער וויל דווקא קען ער אויך צונעמען א פול טיים דשאב דערצו און מאכן נאך מער געלט, אדער קען ער ווערן א יואלי און פליפן הייזער און מאכן אזוי באנטש געלט... אבער צו וואס פעלט איהם עס אויס ווען דאס לעבן פארט על מי מנוחות?

אן אנדערע מיידל קען איך וואס האט געלערנט אין NYU און זיך געשאפן א בארג מיט חובות דארט, אבער פארגעס פון די חובות, אז זי וויל זייער שטארק קען זי אלעס באצאלן אין איין יאר ווייל זי פארדינט 180k. און וואס איז איר דשאב? זי שפילט געימס מיט קליינע קינדער...

טמיר » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 11:21 pm

· #480481
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
רביה''ק זי''ע
אקעי, כ׳על קומען מיט הארטע נאמבערס. איך קען א בחור, א 24 יעריגער שנוק וואס האט א דאקטאראט אין פיזיקס, דער בחור האט טאקע געשוויצט זייער שטארק דערפאר ווייל פיזיקס איז א שווערע דעגרי אבער היינט איז ער א מענעדשער ביי נאסא דאכצעכמער, ער פארדינט א האלב מילליאן א יאר, ארבעט קוים 5 שעה א טאג, די איבעריגע צייט פון טאג ראללט ער ארום מיט זיין קאר און האקט א לעבן, אז ער וויל דווקא קען ער אויך צונעמען א פול טיים דשאב דערצו...

אן אנדערע מיידל קען איך וואס האט געלערנט אין NYU און זיך געשאפן א בארג מיט חובות דארט, אבער פארגעס פון די חובות, אז זי וויל זייער שטארק קען זי אלעס באצאלן אין איין יאר ווייל זי פארדינט 180k. און וואס איז איר דשאב? זי שפילט געימס מיט קליינע קינדער...

עס הערט זיך ענדערש ווי א שיינע חלום.

א "מענעדשער" ביי נאסא פארדינט 500k? יעצט זעה איך אז די עוורעדזש איז 122k. <a class="postlink" href="https://www.google.com/search?q=how+much+earns+manager+at+nasa&oq=how+much+earns+manager+at+nasa&aqs=chrome..69i57.773j0j4&client=ms-android-samsung-gs-rev1&sourceid=chrome-mobile&ie=UTF-8">https://www.google.com/search?q=how+muc ... e&ie=UTF-8</a>
אפשר איז ער גאר די coo?

און די מיידל וואס פארדינט 180ק איז אויך א שטיקל דוחק. ווייל טעראפיסטס ווערן באצאלט ארום $75 א שעה, און שפילן געימס מיט קינדער קען לכאורה נישט זיין מער ווי א טערעפיסט. Maybe I'm wrong

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 11:23 pm

· #480482
א קשיא אויף א מעשה, איך רעד דאך פון מענטשן וואס איך קען פון די נאנט. גראדע דאס מיידל טעראפיסט פארדינט איבער 90 א שעה, ס׳קומט אויס 150k פער יאר, מיט די באנוסעס איז עס 180k. לגבי די דורכשניטליכע געהאלט פאר נאסא מענעדשערס דארף מען נעמען אין באטראכט אז דאס רעכנט אויך אריין די מענעדשערס פון די דשעניטארס, די געהאלט פאר א מענעדשאר פון א דעוועלאפמענט טיעם וואס דעוועלאפט פראגרעמס פאר סעטאלייטס א.ד.ג. איז אסאך מער פון דעם כמובן, א דשוניאר דעוועלאפער פארדינט שוין אזויפיל אויב נישט מער.

ענדיוועיס, די ״קאלעדש איז ווערדלאז״ דאקטרינע איז נאר אינטערעסאנט ווען ס׳קומט פון מענטשן וואס האבן געהאט די געלעגענהייט צו גיין אין קאלעדש אבער האבן אויסגעוועלט נישט צו גיין ווייל זיי האבן געטראפן בעסערע מעגליכקייטן, ווען מארק צוקערבערג צ.ב. זאל שטופן אזא אגענדע וואלט געווען אינטערעסאנט וואס ער האט צו זאגן, אז ס׳קומט אבער פון מענטשן וואס האבן נישט געהאט די געלעגענהייט צו גיין אין קאלעדש צוליעב משפחה און סאסייעטי פרעשור ווייסן מיר דאך פון וואו דאס קומט, ס׳איז פונקט גוט פאר פורים תורה אדער קרעפל פשעטל. אמר רבי אבא אמר רב כל תלמיד חכם שמורה הלכה ובא אם קודם מעשה אמרה שומעין לו ואם לאו אין שומעין לו, אויב ביזטו געקומען מיט א פשט׳ל און אויף דעם האסטו געבויט דיין החלטה און געטוהן למעשה איז אינטערעסאנט וואס דו האסט צו זאגן, אויב אבער האסטו ערשט געמאכט דיין החלטה און הערשט דערנאך אויפגעקומען מיט א תירוץ עס צו פארענטפערן קענסטו זיך האלטן דערמיט.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 11:31 pm

· #480483
רביה''ק זי''ע
דו זעצסט זיך פשוט ארויף אויף א באן וואס פירט דיך צום ציל אנדעם וואס דו זאלסט דארפן אריינשטעקן א פינגער אין קאלט וואסער כמעט)

אוי האב איך פאר דיר א פעקל בריקן צו פארקויפן פאר שפאט ביליג.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 11:42 pm

· #480484
איך אויך
ב''ה דער קריסט, שוטה וכופר בעיקר רח''ל האט זוכה געווען ארויפצוגיין יעצט אויף מיין נודניק געבלאקטע ליסטע, וממני ילמדו וכן יעשו.

פליז לייג מיך צוריק, ש׳כח.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:02 am

· #480485
איך בין שוין אקעגן געקומען פילע מענטשן וואס זענען שטודירטע וואס האבן מיר געזאגט אז זייער אולטימע עשירות און פרנסה האט מיט זייער שטודירן גארנישט געהאט צו טוהן א ס'גאנצע שטודיראציע יעדע איז סתם געווען א שאד די צייט.

מיין עיקר פוינט איז אז אויב גייט מען שטודירן פאר א פאך, לדעתי קען מען אין רוב פעלער ערלעדיגן די געלט אן די שטודיראציע.

בד''וו א שנעלער גוגל זוך צייגט אז ווינציקער ווי צען פראצענט פיזיקער פארדינען מער פון צוויי מאות א יאר.

אויך דארף מען אראפ רעכענען פון די געהאלטן די צאל וואס ס'קאסט די חובות פון קאלידזש.

לאור וואס איר זאגט אז מ'קען קריגן די שטודיראציע פריי דורך א רעגירונג'ס אוניווערסיטעט, זייט וויסן אז די פאטענציאלע פארדינסטן זענען שטארק געוואנדן אין וואו מ'האט שטודירט. און אין רוב פעלער וועט א פרייע דעגרי נישט ברענגן די זעלבע רעזולטאטן ווי א באצאלטע דעגרי.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:18 am

· #480486
א. אוודאי קען איך אויך מענטשן וואס זענען געגאנגען אין קאלעדש און אויסער סאושעלייזן און לערנען אינטערעסאנטע לימודים האט זיי עס נישט געטראגן צו ווייט, די שאלה איז אבער וואס טוען חסידישע בחורים אנשטאט דעם, שטופן אין א דירה אין ירושלים און ארומפארן אויף קברי צדיקים אין אייראפע און אויסאקערן ארצינו הקדושה לארכה ולרחבה טראגט לכאורה אויך נישט צו ווייט.

ב. אפילו פריוואטע קאלעדשעס האבן אויך סקאלערשיפס וואס קענען אלעס אויסצאלן אבער אויף דעם דארף מען שוין זיין eligible, נישט אז ס׳איז שווער צו באקומען אבער ס׳נישט אן אויטאמאטישע פראצעדור ווי פאבליק קאלעדש גרענטס.

ג. קאלעדש הלוואות זענען אויף זייער נידעריגע פראצענטן און קענען זיין אויסגעשפרייט אויף ביז 15 יאר, געווענליך איינער וואס נעמט אזא הלוואה מאכט א חשבון אז ס׳לוינט זיך איהם צו צאלן די פאר דאללער א חודש פאר די געהאלט וואס ער באקומט.

ד. אוודאי דארף יעדער מאכן דעם חשבון פאר זיך צו ס׳לוינט זיך אים צו גיין אין קאלעדש צו נישט און צו אויפ׳ן יעצטיגן מינוט האט ער א בעסערע אויסוואל, מארק צוקערבערג צ.ב. האט געטראפן בעסערע מעגליכקייטן און טאקע געדראפט קאלעדש, זיין ערשטע סטעפ איז אבער געווען קאלעדש, און ווען ער האט געטראפן עפעס בעסערס האט ער עס טאקע אפגעלאזט. די חברה וואס זענען פארנומען שרייען אז קאלעדש איז ווערדלאז וואס טוען זיי אנשטאט? סתם האלטן א 9-5 אפיס דשאב אדער זיצן אין כולל און אוועקמאכן קאלעדש איז נישט קיין קלוגע שריט, קען זיין אז קאלעדש איז ווערדלאז אבער וואס דו טוסט (איך מיין נישט דיך קורקלענד 😃 ) איז מער ווערדלאז פון דעם.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 1:12 am

· #480487
פאר יעדן איינעם האט אלעס א אנדער ווערד. אבער איך האב זיך באצויגן צו די קאנצעפט פון גיין שטודירן בלויז רייך צו ווערן איז נישט אָפּטימאָל.

שמערל » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 6:49 am

· #480490
@קורקלענד דו האסט א 9-5 זשאב? אויב יא וויפיל פארדינסט א יאר?

איך האב אסאך וואס צו זאגן אין די נושא פון פערסאנעל עקספיריענס, אבער אזוי דער אשכול איז גלייך פארדרייט געווארן אין א דעבאטע, אין קיינער האט נאכנישט געענטפערט די שאלות פונעם פותח האשכול, זעה איך נישט די ניצן פון אריינצורעדן.

יוניווערסיטי_בחור » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:11 am

· #480492
קורקלענד
משם ראי'?! אינטערנשיפס זענען סעמי שטודירטע פון די אוניווערסיטעט. וואו דען זאל מען זיכן אינטערנשיפס? אין בית המדרש? וואס איז ווען זיי דארפן א פראגראמער, ברויך מען א דעגרי?

עפעס שטימט נישט דא. אינטערנשיפס, וואס באצאלן אסאך ווינציגער און טרעינען דיך, ברויכן האבן סעמי שטודירטע און פולי-פלעדזשד, היי פּעיאינג פראגרעמינג ראָלס, ברויכן כלל נישט א דעגרי? דו ווייסט וואס, זינט די אנגענומענע פירונג איז אז א דעגרי איז, ביי מערסטנס עמפלויערס, פון די מינימום רעקווייערמענטס, ליגט אויף דיר די חוב פון ברענגען אן עקזעמפל פון א ראלע ביי גוגל אדער אמאזאן וואס ווייזט דאס פארקערטע; נישט אויף מיר.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:14 am

· #480494
שמערל
@קורקלענד דו האסט א 9-5 זשאב? אויב יא וויפיל פארדינסט א יאר?

איך האב אסאך וואס צו זאגן אין די נושא פון פערסאנעל עקספיריענס, אבער אזוי דער אשכול איז גלייך פארדרייט געווארן אין א דעבאטע, אין קיינער האט נאכנישט געענטפערט די שאלות פונעם פותח האשכול, זעה איך נישט די ניצן פון אריינצורעדן.

איך האב נישט ליעב צו רעדן פון זיך אזעלכע פרטים בפרֶסיא. אבער פון מיינע ידידים קען איך יא רעדן.... איך האב א שיינע פאר נאענטע חברים וואס זענען אויף 9-5 און פארדינען די נומערן וואס איך רעד פון. און ס'נישט אז איך שטעל זיך פאר וויפיל זיי פארדינען, נאר איך ווייס עס קלאר.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:20 am

· #480496
יוניווערסיטי_בחור

עפעס שטימט נישט דא. אינטערנשיפס, וואס באצאלן אסאך ווינציגער און טרעינען דיך, ברויכן האבן סעמי שטודירטע און פולי-פלעדזשד, היי פּעיאינג פראגרעמינג ראָלס, ברויכן כלל נישט א דעגרי? דו ווייסט וואס, זינט די אנגענומענע פירונג איז אז א דעגרי איז, ביי מערסטנס עמפלויערס, פון די מינימום רעקווייערמענטס, ליגט אויף דיר די חוב פון ברענגען אן עקזעמפל פון א ראלע ביי גוגל אדער אמאזאן וואס ווייזט דאס פארקערטע; נישט אויף מיר.

די בלויזע דעפיניציע פון די ווארט 'אינטערן' מיינט א סטודענט. סטודענטן זיכט מען אין אוניווערסיטעט. דערפאר איז פשוט מסתבר אז מ'דארף האבן עפעס שייכות מיט אוניווערסיטעט צו דיין אינטערנשיפ. ס'איז בלויז קאמאן סענס. פון מיינע גוגל זוכענישן האב איך פארשטאנען אז זיי קענען נעמען אן א דעגרי אויך, אבער ס'ווערט שווערע וואס העכער אויף די לייטער מ'קריכט.

יוניווערסיטי_בחור » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:24 am

· #480497
נאך א סיבה פארוואס וואס דו זאגסט מאכט נישט קיין סענס ווייל פאר א געהעריגע פראגרעממינג ראלע דארפסטו אויפווייזן עקספיריענס פאר א פריעדיגע קאמפאני אלזא ערגעצוואו וועסטו מוזן אנהויבן מיט א יוניווערסיטי דעגרי, א רעקאמענדאציע פון א משפחה אדער פרענד אין די קאמפאני אדער עקסטענסיוו האום ווארק און פראקטיס אין דיין פרייע צייט (א זאך וואס ווייניג ביי אונז קענען זיך ערלויבן אדער זענען גרייט צו טוהן).

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:32 am

· #480499
[ציטאט אראפגענומען]
א. איינער וואס מוטשעט זיך מיט סטודענט לאונס איז א גרויסע שוטה ווייל ס׳מיינט אז ער האט גענומען הלוואות אין דער וועלט אריין אן קיין פונקליכע חשבון וויאזוי ער גייט עס באצאלן, לאחר המעשה איז דא ווייניג וואס מ׳קען טוהן, די איינציגסטע אפציע פון וואס איך ווייס איז נעמען א student loan refinancing.

ב. שרייען געבעקסן און דמיונות קען איך אויך, ביזט נישט מחויב צו גלייבן קיין ווארט וואס איך שרייב, בלייבטס ווייטער שטעקן אין ענקער comfort zone און חזר׳טס ענק איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז אלע סוקסעספולע קאלעדש גראדואירטע לעבן אין דמיונות, און חס ושלום גייטס נישט נאכפארשן צו אפשר ווייסט רבינו הקדוש וואס ער רעדט ווייל ענק קענען נאך חס ושלום אנקומען אין קאלעדש און אויך ווערן סוקסעספול. ווי האט דער רבי אין חדר געזאגט, תירוצים האט מען אן עם הארץ בלייבט מען.

ג. מ׳האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז די קליפ וואס איך האב פריער געלינקט פון יענע מיידל וואס האט געמאכט $500,000 אין סקאלערשיפס איז קליקבעיט, איך האב עס טאקע נישט דורכגעקוקט בעפאר׳ן לינקען נאר סתם געמאכט א שנעלע יוטיוב זוך און ארויפגעלייגט דאס ערשטע וואס איך האב געטראפן. דא האסטו אבער פון א צווייטע וואס האט פארדינט $150,000 אין סקאלערשיפס וואס איז יא לעדשיט.

יוניווערסיטי_בחור » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:43 am

· #480500
אינטערנשיפ הייסט עס אז מען האט נאכנישט געענדיגט יוניווערסיטי אין קעגנזאץ צו א גראדועיט פראגרעם וואס איז פאר עמיצער וואס האט שוין יא געענדיגט. אינטערנשיפ איז נישט פשט אז דאס איז סתם פאר די פאן נאך א טיר אריין צו די קאמפאני אדער אז דאס מיינט דו וועסט איבערהאקן דאס לערנונג..

בכל אופן, ווי שמערל האט שוין געזאגט, איז די שמועס דא פארפארן צו א רילעיטעד אבער נישט-צענטראלע נושא וואס כאטש ס'איז טאקע זייער אינטערסאנט האט מען עס שוין אויסגעדראשן דא אין שטיבל און איך זעלבסט וויל אמאל עפענען א באזונדערע שמועס דערוועגן מיט מיין עקספירינעס.

לעצם הענין קוקט מיר דערווייל אויס אז דא דרייען זיך נישט אסאך ארבעטער צו קענען ענטפערן מיינע פראגעס (אפשר זענען זיי צו פאריאגט...) און אפילו די בעלעבאטים וואס לכאורה דרייען זיך יא דא זענען שטארק פאראינטרעסירט פאר סאם ריזען אז זייערע ארבעטער זאלן נישט גיין צו יוניווערסיטי (אפשר ווייל דאן וועט זייערע פרייז ארויפגיין..)

אבער @קורקלענד, לויט דיר קומט אויס אז די מענטשן וואס גייען יא צו יוניווערסיטי האבן שטארק וואס צו מקנא זיין אונזערער דזשאב מארקעט (באלעבאטים און ארבעטארער) הלמאי ס'גייט זיי אזוי לייכט מיט אזוי ווייניג אנשטרענגונג? איז נישט דאס א גענוג גוטע סיבה יא צו גיין צו יוניווערסיטי אדער כאטש נישט צו צעברעכן די סיסטעם דורכן קריעיטן אן ארבעטס קראפט וואס ברויך נישט קיין יוניווערסיטי, CVs אדער עקספיריענס?

אויב איז דאס אמת אז אונזער סיסטעם קען ברענגען קנאה און פיהלינגס פון אומ-יושר דאן מיין איך אז די פראפאנענטס פון נישט גיין צו יוניווערסיטי זענען עתיד ליתן את הדין ווייל פון מיין ניסיון איז אפילו דאס יא גיין צו יוניווערסיטי נישט גענוג צו קריגן א דזשאב לייכט. קולטור איז אסאך וויכטיגער און פיהל שווערער צו לערנען אין יוניווערסיטי, אין דער גיל מיט א משפחה און קינדער און פרעשור פון משפחה. און אפילו סתם אזוי דאס אליין, נאר ענדיגן יוניווערסיטי מיט הצלחה אויף די חלק הלימודים בלויז פעלט אזוי אויך אויס אהן א שיעור סופפארט בממון ובנפש און אין די לימודים זעלבסט, אויף א לעוול וואס ווייניג האבן די אפפערטוניטי צו זוכה זיין אין. אויף אזוי ווייט אז אין מיין אפיניען אהן א ערנסטע קאטאסטראפע ווי אן עקענאמישע צוזאמבראך, א מגיפה ל"ע אדער א מלחמה גאט באהיט זעה איך נישט אז דאס זאל זיך טוישן עני טיים סון. איך זעה נישט אז מיר זאלן אריינגיין אין די ברייטע ארבעטס-קראפט אין גענוג גרויסע נומערן צו סאמהאו סמודן אאוט סקיללס און די פארדינסטן געפ ווי אויך פארבעסערן די פראבלעמען ווי איקוואליטי, קאמיוניטי רילעישנס און פרויען רעכטן. און חלילה וחס איך וויל נישט אזא קאטאסטראפע זאל קומען פאר קיין שום פרייז!

אבער איך מצד שני קען איך פארשטיין די אנטריסטונג וואס אזעלכע ווי @קורקלענד האבן צו יוניווערסיטי ווייל ס'איז טאקע שווער! זייער שווער! (איך פערזענליך קען 4 פון זייער ענליכע בעקגראונדס ווי מיר און אפילו אינגער פון מיר און אהנע משפחות, וואס האבן פרובירט און זענען ארויסגעפאלן פון יוניווערסיטי) און אפילו נאכדעם ביסטו בכלל נישט מובטח מיט א דזשאב און דו ברויכסט קאמפיטן געגן אזוי סאך וואס האבן באקומען די זעלבע צייכענונג ווי דיר אבער האבן א בעסערע טשאנס ווייל זיי קענען די קולטור. אלזא איז פיהל לייכטער זיך איינצועסן ביי זיך אז א דעגרי איז ווערטלאז, מחליט זיין אנצופייפן די סיסטעם און גיין ארום זוכן און אויסטיילן פרי וואוטשערס און מעיד-אפ דזשאבס פאר נויטבאדערפיגע און פוילע צוגלייך אבי קיינער זאל חלילה נישט גיין צו יוניווערסיטי אדער ארויס ארבעטן אין די ברייטערע דזשאב מארקעט..

נאך א פראגע וואס איך האב פארגעסן צו פרעגן אין מיין ערשטע אשכול איז וויפיל פון אייך פיהלן זיי ארבעטן אין א דזשאב וואס אדרעסירט א עכטע צורך פאר מענטשן אין פארגלייך צו שעטנז (מיין איך נישט חלילה שעטנז אבער כ'מיין די געדאנק פון א חוק וואס מ'פארשטייט נישט אדער ס'האט נישט עכט קיין אינטערליגנדע צורך) אדער א קאוויד טעסט..?

יוניווערסיטי_בחור » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 9:19 am

· #480502
קורקלענד
יוניווערסיטי_בחור

עפעס שטימט נישט דא. אינטערנשיפס, וואס באצאלן אסאך ווינציגער און טרעינען דיך, ברויכן האבן סעמי שטודירטע און פולי-פלעדזשד, היי פּעיאינג פראגרעמינג ראָלס, ברויכן כלל נישט א דעגרי? דו ווייסט וואס, זינט די אנגענומענע פירונג איז אז א דעגרי איז, ביי מערסטנס עמפלויערס, פון די מינימום רעקווייערמענטס, ליגט אויף דיר די חוב פון ברענגען אן עקזעמפל פון א ראלע ביי גוגל אדער אמאזאן וואס ווייזט דאס פארקערטע; נישט אויף מיר.

די בלויזע דעפיניציע פון די ווארט 'אינטערן' מיינט א סטודענט. סטודענטן זיכט מען אין אוניווערסיטעט. דערפאר איז פשוט מסתבר אז מ'דארף האבן עפעס שייכות מיט אוניווערסיטעט צו דיין אינטערנשיפ. ס'איז בלויז קאמאן סענס. פון מיינע גוגל זוכענישן האב איך פארשטאנען אז זיי קענען נעמען אן א דעגרי אויך, אבער ס'ווערט שווערע וואס העכער אויף די לייטער מ'קריכט.

בד"וו אינטערנס היינטיגע צייטן דארפן זוכן די קאמפאני. גוגל און אמאזאן קומען נישט זוכן אינטערנס אין יוניווערסיטי..

אלזא אפשר ווייזטו מיר די גוגל אדער אמאזאן ראלעס, אונטן פונעם לייטער, אפירגעזוכט אין דיינע גוגל זוכענישן וואס ווייזן אז מען דארף נישט א דעגרי?

יוניווערסיטי_בחור » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 9:33 am

· #480503
קורקלענד
רביה''ק זי''ע
די שאלה איז אבער וויפיל דער קאלעדש אינגערמאן פארדינט און וויפיל דער היימישער אינגערמאן פארדינט, ווי גרינג איז פאר׳ן קאלעדש אינגערמאן צו טרעפן א דשאב, פארהאנדעלן א גרעסערע געהאלט, באקומען א promotion, וכו׳. און בכלל, פארוואס האט דער וויליאמסבורגער דעוועלאפער געדארפט לויפן קיין מארין פארק צו טרעפן אן ארכיטעקט אויב ס׳דא אזויפיל אין וויליאמסבורג, לכאורה זענען דא געוויסע זאכן וואס נאר דער קאלעדש אינגערמאן קען טוהן. ווייסטו וואס, אויב איך וועל געדענקען וועל איך איהם פרעגן נעקסטע מאל איך טרעף איהם.

לגבי די באגאזש פון קאלעדש קענסטו אפשר מרחיב בדיבור זיין ווייל איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך קען נישט כאפן וואסערע באגאזש איך האב צוגענומען פון קאלעדש.

דארפסט אויך רעכענען וואס דער דעגרי האט יענעם געקאסט. אויב האט ער שטודירט אן א אינקאם פינף יאר בעת ווען א אינגערמאן האט אנגעהויבן ארבייטן און זיך ארויפגעארבעט אין פינף יאר. ווער פארדינט מער. ווי ווייט איך פארשטיי איז אפי' פאר א שטודירטער א געהאלט פון מער ווי צוויי פופציג א יאר אויך נישט אזוי בנמצא, און אויב איינער איז דעטירמענד קען מען עס מאכן דא אן א דעגרי אויך. איך פערזענליך זעה נישט די גדולה פון א דעגרי אויב ס'איז נישט פאר דאקטעריי אדער צו פראקטיצירן געזעץ.

די צוויי סעקטארס איז שוין 17 מיליאן מענטשן, 5 פראצענט פון די פאפולאציע אין אמעריקע. און וויפיל נאך דארפן גיין ארום דיע אזוי אז פון צווישן אלע זאלן דיע מצליח זיין?

און נאכדעם וואס טוט זיך מיט אקאונטענטס, אינדזשענירס, סייענטיסטס, טיטשערס, ביזנעס און מענעדזשמענט קאנסאלטענטס, אינוועסטמענט מענעדזשערס, פיינענטשל פלענערס, אקטואריס, און ארכיטעקטס (אה כ'האב פאגעסן דא האלטסטו דארף נישט א דעגרי..) און די ליסט גאוס אן..

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:12 pm

· #480508
יוניווערסיטי_בחור
נאך א סיבה פארוואס וואס דו זאגסט מאכט נישט קיין סענס ווייל פאר א געהעריגע פראגרעממינג ראלע דארפסטו אויפווייזן עקספיריענס פאר א פריעדיגע קאמפאני אלזא ערגעצוואו וועסטו מוזן אנהויבן מיט א יוניווערסיטי דעגרי, א רעקאמענדאציע פון א משפחה אדער פרענד אין די קאמפאני אדער עקסטענסיוו האום ווארק און פראקטיס אין דיין פרייע צייט (א זאך וואס ווייניג ביי אונז קענען זיך ערלויבן אדער זענען גרייט צו טוהן).

מ'קען בויען עקספיריענס ביי אנדערע פירמעס וואס פארלאנגען נישט קיינע דעגריס און דערנאך אריבערגיין מיט עקספעריענס. שוין געווען פילע פראגראמער און דעוועלאפערס וואס האבן אנגעהויבן אין בּי ענד עיטש און דערנאך געטראפן שיינע פאזיציעס אין די קארפארעט אמעריקע. ס'נישט מעשים בכל יום וויבאלד ס'איז אויך דא אנדערע סיבות פארוואס ס'געשעט נישט אזוי אפט, וויבאלד ווייניג היימישע זענען אינטערסירט צו פארברענגען זייערע טעג ציווישן א גויאישע ענווייראמענט.

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:18 pm

· #480509
איך האב שוין אמאל ארויפגעלייגט דא א לינק פון סטאססעל איבער די קאלעדזש סקעם. יענץ איז געווען באריכות. דא האט איר אין קורצן.

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=ULFSGNK4VSc">https://m.youtube.com/watch?v=ULFSGNK4VSc</a>

קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:23 pm

· #480510
יוניווערסיטי_בחור

די צוויי סעקטארס איז שוין 17 מיליאן מענטשן, 5 פראצענט פון די פאפולאציע אין אמעריקע. און וויפיל נאך דארפן גיין ארום דיע אזוי אז פון צווישן אלע זאלן דיע מצליח זיין?

און נאכדעם וואס טוט זיך מיט אקאונטענטס, אינדזשענירס, סייענטיסטס, טיטשערס, ביזנעס און מענעדזשמענט קאנסאלטענטס, אינוועסטמענט מענעדזשערס, פיינענטשל פלענערס, אקטואריס, און ארכיטעקטס (אה כ'האב פאגעסן דא האלטסטו דארף נישט א דעגרי..) און די ליסט גאוס אן..

ווייסט איר אז מ'קען פראקטיצירן אקאונטינג אן א לייסענס? אדער בעסער געזאגט אז צו פראקטיצירן אקאונטינג דארף מען נישט קיין לייסענס. מ'מעג מאכן ריטורנס, רעפרעזענטירן ביי אודיטס וכו' אן קיין לייסענס. מ'דארף נאר א לייסענס אין גאר געציילטע פעלער ווי למשל צו אונטערשרייבן פינאנציעלע סטעיטמענטס אין גרעסערע פירמעס. א זאך וואס מערערע אקאונטענטס טוהן סיי ווי סיי קיינמאל נישט. גראדע איז ביי אונז גארנישט אפגעפרעגט צו גיין שטודירן אקאונטינג. און איך זעה נישט ווי די אלע היימישע אקאונטענטס זאלן עפעס וואקסן גרויסע פארדינער. ווער רעדט נאך פון גבירים.......

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 6:15 pm

· #480534
אונטערשטע שורה פונעם שמועס יעדער איינער קען אפאר מוצלחים וואס האבן מצליח געווען מיט די קאלעדזש סיסטעם, אבער די ברייטע מאיאריטעט פון זיי קומען נישט אן צו מאכן מער געלט ווי דער סוקסעפול יואלי.

אדרבה, איר ווייסט וויפיל די היימישע לויערס מאכן? די היימישע דאקטוירים מאכן? ס'איז זייער אומריכטיג אנצוכאפן א דוגמה פון איינער וואס האט מצליח געווען צו באקומען א הויך באצאלטע דזשאב ביי נאסא, ווען דאס איז א פאל פון איינס אין א מיליאן, די ריכטיגע בילד זעהסטו ביי די מענטשען ארום דיר וואס האבן גענומען די מהלך, און איך זעה נישט וויאזוי דאס זאל מאכן אסאך סענס (פון א פיינענשאל פוינט אויף וויו) אין פארגלייך צו האנדלן און וואנדלן. עכ"פ אויף צו מאכן די קעיס אז דאס גייט לינדערן די הויכע לעבנס קאסטן פאר א באדייטענדע צאל משפחות איז עס זיכער נישט ריכטיג.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 7:52 pm

· #480537
איך זאל איבערזאגן נאכאמאל? פון האנדלען און וואנדלען קען מען ווערן רייך, פון גיין אין קאלעדש קען מען טרעפן א סטאבילע גוט באצאלטע פרנסה קלה ונקייה. אויך, רוב מענטשן וואס האנלען און וואנדלען ווערן נישט רייך, און רוב קינדער וואס גייען אין קאלעדש זענען אין גרויסן טייל אויך פאוקוסט אויף טשילן מילא קען מען פון זיי קיין ראיה ברענגען. וואס איך זאג איז אז דער עולם זאל אויפהערן זינגען דעם ניגון אז קאלעדש איז ווערדלאז ווייל ס׳דא אסאך מענטשן וואס פאר זיי איז דאס די בעסטע אויסוואל, נישט יעדער, אבער ס׳דא גענוג מענטשן וואס יא, און מיט זינגען די self justifying פזמונים קערט מען זיי אוועק פון אויסטשעקן דעם אפציע.

איך קען א מיידל וואס איז געגאנגען פאר מאטעמאטיק אין CUNY און ווינציגער פון א יאר שפעטער האט זי באקומען א פאזיציע פאר ארום 95k פער יאר, ווען נישט וואס זי איז געגאנגען אין קאלעדש וואלט זי קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזא געהאלט, זיכער נישט אין אזא אינגען עלטער, זי איז נישט די סארט טייפ צו האנלען און וואנדלען. אויך האט עס אסאך געבויעט איר self confidence ווייל זי פילט זיך סוקסעספול. (אבער ס׳איז דמיונות סייווי, בלי שום ספק פארשטייט זיך, וואס דען.)

און אויף ענק צופרידנשטעלן וועל איך ענק פארציילן איבער אן אנדערע מענטש וואס איך קען, ער איז געגאנגען אין קאלעדש פאר פסיכאלאגיע, ערגעץ אינמיטן וועג האט ער פארלוירן חשק און געגאנגען זיך לערנען אלטערנאטיווע שיטות אין טעראפי. כ׳האב אמאל אויסגערעכט וויפיל דער מענטש פארדינט היינט, לויט מיין חשבון פארדינט ער אין א חודש מער ווי יוניווערסיטי בחור פארדינט אין א גאנצע יאר (און זעלבסטפארשטענדליך אז פונקט דעם מעשה וועט עטץ גלייבן ווייל ענק רעדן זיך איין אז ס׳גיבט ענק א תירוץ צו בלייבן סטאק אין ענקער comfort zone, א באנדע קלאונס וואס עטץ זענטס). וואס זאגט דאס? ס׳זאגט איין זאך, א מענטש דארף האבן אפענע אויגן פאר opportunities און צילן צו די בעסטע וואו ער קען אנקומען פאר זיינע מעגליכקייטן, באדערפענישן, און תכונות הנפש, אויב איז עס קאלעדש זאל ער גיין אין קאלעדש, אויב איז עס פליפן הייזער זאל עס זיין פליפן הייזער, אבער קיינמאל טאר מען נישט ווארפן א נאסע ליילעך און עס נוצן אלס א כלומפרשטע תירוץ צו בלייבן סטאק אינעם comfort zone ווייל מיט בלייבן אינעם comfort zone קומט מען אין ערגעץ נישט אן.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:06 pm

· #480538
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
גאר א וויכטיגע נקודה וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן;

נישט 'יעדער' וואס גייט האנדלען, שוויצט אפאר יאר און ווערט רייך, פאר די רוב מצליחים איז אלס דא א גאר קליינע מיעוט וואס געלונגט נישט (המכונה בלשון אנזעצערס), פונקט ווי נישט יעדער אין קאלעדזש באקומט שפעטער שיין באצאלט.

לייבל שטילער » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:08 pm

· #480539

דעלישעס.. שפתיים ישק... יעדע ווארט אויסצולעקן.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:35 pm

· #480541
פאליטיקאנט
גאר א וויכטיגע נקודה וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן;

נישט 'יעדער' וואס גייט האנדלען, שוויצט אפאר יאר און ווערט רייך, פאר די רוב מצליחים איז אלס דא א גאר קליינע מיעוט וואס געלונגט נישט (המכונה בלשון אנזעצערס), פונקט ווי נישט יעדער אין קאלעדזש באקומט שפעטער שיין באצאלט.

לויט מיין ידיעה (אנעקדאטאל..) איז עס מער ווי א גאר קליינע מיעוט (די שאלה איז אפשר וואס אנזעצן מיינט, אבער "נאך אלעמען נישט ווערן רייך" איז א היפש גרויסע נומער).
בלאט: 1 2