דערווייל האט מען כמעט נאך נישט געהערט דא מענטשן אדרעסירן מיינע פראגן אין די ערשטע הודעה.
און אויך האב איך נישט געפרעגט וועגן ווערן עשירים. איך רעד פון זיין צופרידן פון א דזשאב 9-5 אהנע סטרעס מיט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז, אינשורענס, (אדורכלייגן די קינדער אין עדיוקעישן), [זיי חתונה מאכן] און נאך קענען זיך ערלויבן די באקוועמליכקייטן און שיינע זאכן אין לעבן.. און מיט דעם אלעם האבן די מעגליכקייט צו טוישן דזשאב אויב מען וויל און נישט דארפן טראסקען וועגן דעם אפאר שטאק אינעם לייטער. איך רעד פון א סיסטעם ווי דער ארבעטער האט א טולבאקס וואס ער טראגט ארום מיט זיך וואו ער גייט אין צוגאב צו די וויסענשאפט און סאָפט סקילס וואס ער/זי פארמאגט אינעם קאפ/וועזן --> ביידע (די האַרד סקילס און די סאָפט סקילס) קוואליטיס אין דעם ארבעטער פארוואס די באלעבוס באצאלט ווען ער הייערט דיך.
קורקלענדאיך האב שוין אמאל ארויפגעלייגט דא א לינק פון סטאססעל איבער די קאלעדזש סקעם. יענץ איז געווען באריכות. דא האט איר אין קורצן.
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=ULFSGNK4VSc">https://m.youtube.com/watch?v=ULFSGNK4VSc</a>
ס'איז א זיסע ווידיאו. וואו איז דאס פאר א וויסל בלאוער וואס בלאזט זיצענדיג אין א באקוועמער יוניווערסיטי אפיס אין א טישורט און קראָקס. נישט שלעכט 😂
אפשר איז עס א סקעם מכוח די יוניווערסיטיס און די גאווערנמענט פאַלט פאר דעם אבער דער אינדיווידועל פארדינט נאכאלס מער - ער איז דאס אויך מודה!
צום פותח אשכול:
איך בין א אינגערמאן, אן ארבעטארער, ב''ה יעצט זעט אויס אז כ'בין מצליח אין מיין זשאב, אבער איך בין זייער אויפגערעגט און אנגעגעסן אויפן סיסטעם.
צוזאמען מיט מיר ארבעטן פרויען, און אין די ערשטע האלבע יאר פון מיין זשאב האב איך געקראצט אויף ענגליש, א בושה וואס איך ווייס נישט וואס איך האב געזינדעגט אז כ'האב זוכה געווען דערצו,
מיין בעל הבית האלט ווי אסאך אנדערע באסעס אז איך קום אים מיין לעבן, און ער קען רעדן היפש פרעך צו מיר, נאך אלעם אפפ''ער איך אים גארנישט מורא'דיג, א זאך וואס ער גייט נישט רעדן צו אפילו אביסל א געלערנטע גוי.
(דערווייל דארף איך נישט צו סאך געלט, ממילא קען איך זיך נישט אפרעדן וועגן מיין געהאלט.)
כ'האב געוואלט צו לייגן איין נקודה צו רביה''ק, אז רוב יואל'ס וואס האבן געלט זענען טא''ף מענטשן וואס האבן ליב צו ארבעטן שווער, און זיי ווייסן זיך צו שלאגן מיט זייערע קאמפיטישענס, א קלוגע מענטש ביי אונז וואס איז נישט קיין טשאבערגא, קען פארגעסן פון מאכן 200K א יאר.
און נאך א נקודה , מענטשן הערן נישט אויף צו האקן אין קאפ אז די דעגרי חברה מאכן די זעלבע ווי די יואל'יס, חכם דו, אויב די יואלי'ס זענען טאקע אזוי געלונגען שטעל דיך פאר מיט א דעגרי ווי זיי וואלטן געווען, אויב א גוי'שע דאקטער נעמט אויף 50 פאציענטן א טאג קען ער אריישטיפן דאפעלט.
בכלל צוגלייכן צו די אלגעמיינע וועלט איז נישט קיין צושטעל, אויב עפעס קען מען אונז צוגלייכן צן די מאדערנע אידן וואס אין אלגעמיין האבן זיי טאקע סאך מער געלט.
ס'זענען דאָ פּלענטי אינגעלייט וואס זענען ווייט פון א טשאווערגאו און פארדינען מער פון צוויי מאות א יאר. ס'זענען דא גענוג יואלי'ס וואס האבן א דעגרי און מ'זעהט נישט אז זיי זאלן מאכן דאפעלט....
וואס מאכט אייך טראכטן אז די מאדערנע פארדינען מער? די מאדערנע וואס מיר זעהן זענען געווענליך גרעסערע פארדינער, א שטייגער ווי יענע גביר פון לאז אנזשעלעס..... אבער זארגט נישט דארט הערשט ארעמקייט פונקט ווי ביינונז.
די דעבאטע דא איז מער ווייניגער געבויעט אויף אנעקדאטעל עווידענס.
ס'וואלט געווען היפש אינטערסאנט צו אויפקומען מיט א סייענטיפישע וועג צו מעסטן "אונז ווס זיי בכלליות" דאן "אונז מיט דעגרי ווס אונז אן א דעגרי" וכו וכו.
דערהויבענע אידצום פותח אשכול:
איך בין א אינגערמאן, אן ארבעטארער, ב''ה יעצט זעט אויס אז כ'בין מצליח אין מיין זשאב, אבער איך בין זייער אויפגערעגט און אנגעגעסן אויפן סיסטעם.
און נאך א נקודה , מענטשן הערן נישט אויף צו האקן אין קאפ אז די דעגרי חברה מאכן די זעלבע ווי די יואל'יס, חכם דו, אויב די יואלי'ס זענען טאקע אזוי געלונגען שטעל דיך פאר מיט א דעגרי ווי זיי וואלטן געווען, אויב א גוי'שע דאקטער נעמט אויף 50 פאציענטן א טאג קען ער אריישטיפן דאפעלט.
בכלל צוגלייכן צו די אלגעמיינע וועלט איז נישט קיין צושטעל, אויב עפעס קען מען אונז צוגלייכן צן די מאדערנע אידן וואס אין אלגעמיין האבן זיי טאקע סאך מער געלט.
איך וואלט דיך מיעץ געווען צי ארבעטן אביסל אויף פיפעל-סקילס און אויף דיין פערסענעלטי בכלל וואו איידער אנדערע הארטע סקילס אדער ענגליש -דאס וועט דיך טראגן אסך ווייטער
@הקטן איז גערעכט. דערפאר האלט איך אויך אז ווען דער גאווערנמענט מאכט משוגע אונזערע מוסדות אויף עניני קולטור אדער טאלעראנץ צו געיס וכדומה איז עס נישט אזוי נאריש ווי כהאב לכתחילה געמיינט. אמאל האב איך געטענה'ט אז קודם זאלן זיי פארפירן אויף ענגליש און האַרד סקילס א.א.וו. אבער היינט זע איך אז אויב פארשטייט מען זיך נישט און מ'פירט זיך נישט בכבודיג צו מענטשן ארום און צו אזעלכע וואס זענען אנדערש ווי אונז; אויב מען שטארצט צופיהל ארויס פון צווישן די סביבה.. וועלן דיך דיינע האַרד סקילס נישט אזוי פיהל ארויסהעלפן... איך בין אבער נישט זיכער הקטן וועט אגריען מיט מיך לגבי דעם... עקשולי, איך בין זיכער ער וועט נישט..
מ'זעהט טאקע אז די וואס מארשירן לטובת לגבט''ק זענען די נאבעלסטע טאלעראנט און פריינטפולסטע פערזענליכקייטן....... און מן הסתם זענען זיי אויך פראפארציאנעל פיל מער סוקסעספול אין פינאנץ און צופרידנהייט....
שטעלט אייך נאר פאר ווען מ'זאל נאר אויסלערנען אונזערע בחורים אין די ישיבות לגבט''ק ווירדן, וואלט מען אויפגעטון נאך אסאך מער ווי מאסטער האט געוואלט אין זיין ווילדסטן חלום.
Braxton McCoy, א גוי פון Idaho (א וועטעראן וואס האט געדינט אין איראק און ארויסגעגעבן א בוך דערויף) שרייבט אויף טוויטער:
My buddies who went into trades, almost to a man, are clearing 100k+ and living happy lives with their families.
My friends who went through the university system make less on average, are generally miserable, and use golf as a way to hide from their families on the weekends.
טאקע נישט די היימישע מארקעט אבער די זעלבע ויכוח, און ער לייגט טאקע צו:
To preempt the inevitable, yes, of course I recognize that this is a generalization. Some of my friends who went through university make very good money and are happy enough. Not most though.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/braxton_mccoy/status/1434994077880127491?s=21">https://twitter.com/braxton_mccoy/statu ... 27491?s=21</a>
כלבאשבועBraxton McCoy, א גוי פון Idaho (א וועטעראן וואס האט געדינט אין איראק און ארויסגעגעבן א בוך דערויף) שרייבט אויף טוויטער:
My buddies who went into trades, almost to a man, are clearing 100k+ and living happy lives with their families.
My friends who went through the university system make less on average, are generally miserable, and use golf as a way to hide from their families on the weekends.
טאקע נישט די היימישע מארקעט אבער די זעלבע ויכוח, און ער לייגט טאקע צו:
To preempt the inevitable, yes, of course I recognize that this is a generalization. Some of my friends who went through university make very good money and are happy enough. Not most though.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/braxton_mccoy/status/1434994077880127491?s=21">https://twitter.com/braxton_mccoy/statu ... 27491?s=21</a>
ח"ו אז מען וועט לערנען Trades אין די ישיבות, זיי קענען נאך ח"ו זיך אליינס חתונה מאכן דערנאך, און די גאנצע אויסגעהארעוועטע חתונה תקנות וועט גיין אין מיסט... 😂
אין א Serious note.
כ'מיין אז אויב וואלט מען לכה"פ געלערנט Trades אין די ישיבות, וואלט די טענה און פארלאנג פאר פארגעשריטענע לימודי חול געווען שוואכער.
די היינטיגע מציאות ביי אונז איז, אז אן Average אינגערמאן הייבט אן זיין לעבן מיט 0 Knowladge וויאזוי צו שפייזן זיין פאמיליע, און פארשטייט זיך אז נאך 10 חדשים קען ער שוין ערווארטן זיין ערשטע קינד.
דאס איז א עוון בל יכופר.
יוניווערסיטי_בחור@הקטן איז גערעכט. דערפאר האלט איך אויך אז ווען דער גאווערנמענט מאכט משוגע אונזערע מוסדות אויף עניני קולטור אדער טאלעראנץ צו געיס וכדומה איז עס נישט אזוי נאריש ווי כהאב לכתחילה געמיינט. ... איך בין אבער נישט זיכער הקטן וועט אגריען מיט מיך לגבי דעם... עקשולי, איך בין זיכער ער וועט נישט..
דו מישט אביסל אויס פיפעל סקילס וואס דאס איז א סאפט סקיל מיט אסך נאאנסעס מיט קולטור און "וואקנעס" וואס איז די היפך דערפין און איז
(כמעט) ביי דעפענישען רידשעד און הארט
א יעדער שמויגער מיט אן IQ אדער EQ וואו אן עציץ נקוב, קען איבער נאכט באקימען א סעלף-רייטשעס סענקטימאניעס טאלעראנץ בלע"ז
קורקלענד זאגט אן ענדליכע ריכטיגע נקידה בדרך אגב איך האב געשריבן וואס איך האב געשריבן צי
@דערהויבענע איד נאכן סייקא-ענעלעזירן וואס ער האט געשריבן, און איך גלייב דאס אויף אן אמת און ס'איז נישט געשריבן געווארן לקנטר.
זיכער איז דא וואס וועלן מער פארדינען מער פין הארטע סקילס...
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
איך אויךפארוואס נישט זיין אויפריכטיג? ככל הנראה באקומסטו דיינע 48k צו מאכן אזעלכע יוזלעסס סורוועיס, און דער עולם וועט דיר געזונטערהייט העלפן מאכן געלט. "נישט יעדער איז אזוי לאקי", געוויסע דארפן טוהן עכטע ארבייט.
גיי אין קאלעדז וועסטו אויך זיין אזוי לאקי
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
הקטןדערהויבענע אידצום פותח אשכול:
איך בין א אינגערמאן, אן ארבעטארער, ב''ה יעצט זעט אויס אז כ'בין מצליח אין מיין זשאב, אבער איך בין זייער אויפגערעגט און אנגעגעסן אויפן סיסטעם.
איך וואלט דיך מיעץ געווען צי ארבעטן אביסל אויף פיפעל-סקילס און אויף דיין פערסענעלטי בכלל וואו איידער אנדערע הארטע סקילס אדער ענגליש -דאס וועט דיך טראגן אסך ווייטער
טיפיקלי א חסי'דישע סיסטעם תירוץ....פארדעם דארף איך נישט די ק"ש, דעיסס קען איך ערן פון מענטשן לייוו...
איינער האט געזאגט אז ס'פעלט מיך סקילס? איך דארף בכלל עצות? וואס צו טון ווייס איך אויכעט, סכה"כ האב איך געזאגט אז איך האב געליטן בושות אנהייב פון מיין זשאב פר'ן נישט קענען ענגליש...
ס'איז אביסל אן אריכות וואס האט מיך געמאכט שרייבן דאס דו קענסט פארדינען פין לערנען סאפט פיפעל סקילס, ס'נישט ווייל איך האבן געהאלטן ס'פעלט דיר סקילס און גענערעל
און אויף וואס איך האב געשריבן האב איך געשריבן על דרך טעיק-איט אר-ליוו-איט
און על דרך והמבין יבין...
ב.ד.וו נאכן שרייבן דיין לעצטע תגיבה בין איך מער איבערצייגט מיט וואס איך האב געשריבן, פארשטייט זיך איך קען זיין טאטאלי ראנג.
אויב דו ווילסט קענען מיר ממשיך זיין אין אישי
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
רביה''ק זי''עצום ערשט איז דא די רעגירונג׳ס פראגראמען FAFSA און NY TAP וואס צאלן אויס דאס גאנצע שכר לימוד מיט לעבנסקאסטן, נאכדעם זענען דא פריוואטע grants וואס אויב מ׳האט די נערוון זיך משוגע צו מאכן דערמיט קען מען אריינפאקן נאך $100,000 אין טאש. דערנאך איז דא student loans וואס זענען אויף זייער נידעריגע פראצענטן, אין געוויסע פעלער אונטער איין פראצענט APR, וואס מ׳דארף נאר אנפאנגען צו באצאלן נאך מגראדואירט, און פארשטייט זיך אז אויב מ׳ווייסט וויאזוי צו דרייען מיט געלט איז פרייע געלט פאר פיר יאר א גרויסע געווינס. און דאס איז אלץ בנוסף צו דעם וואס קאלעדש קען העלפן מיט א קאריערע, מ׳לערנט זאכן וואס קענען נאר העלפן אין לעבן, מ׳קניפט אן באציאונגען מיט פראפעסארן וואס קענען דיר שאפן opportunities וואס קענען טוישן דיין לעבן, ס׳דא קאלעדש פראגראמען וואס העלפן טרעפן דשאבס און internships, שאדן שאדט עס זיכער נישט.
"פריוואטע grants" האט איינער מער info ווי מ'קען אנקומען צו דעים?
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
קורקלענדס'זענען דאָ פּלענטי אינגעלייט וואס זענען ווייט פון א טשאווערגאו און פארדינען מער פון צוויי מאות א יאר. ס'זענען דא גענוג יואלי'ס וואס האבן א דעגרי און מ'זעהט נישט אז זיי זאלן מאכן דאפעלט....
וואס מאכט אייך טראכטן אז די מאדערנע פארדינען מער? די מאדערנע וואס מיר זעהן זענען געווענליך גרעסערע פארדינער, א שטייגער ווי יענע גביר פון לאז אנזשעלעס..... אבער זארגט נישט דארט הערשט ארעמקייט פונקט ווי ביינונז.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר
לויט ווי מען שרייבט דא, זעהט אויס אז די גאנצע סטודענט לאון דעבט קריזיס איז סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מען רעדט פון 30,000 אן עוורעדזש פער סטודענט, אן קיין פאמיליע וואלט איך עס געקענט באצאלן אין איין יאר מיט מיין ערשטע דזשאב, ווער רעדט נאך אויב זיי מאכן נאכמער געלט ווי מיר, פארוואס קענען זיי עס נישט באצאלן?
אונטער חכםלויט ווי מען שרייבט דא, זעהט אויס אז די גאנצע סטודענט לאון דעבט קריזיס איז סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מען רעדט פון 30,000 אן עוורעדזש פער סטודענט, אן קיין פאמיליע וואלט איך עס געקענט באצאלן אין איין יאר מיט מיין ערשטע דזשאב, ווער רעדט נאך אויב זיי מאכן נאכמער געלט ווי מיר, פארוואס קענען זיי עס נישט באצאלן?
ווייל אנשטאט צו עס ניצען זיך צו זיך לערנען עפעס ניצלעך, לערנען זיי ליבעראל ארטס וכו’ און זיי קומען ארויס מיט גארנישט אויפן לעבן