☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרויען ביי חרדים

פרויען ביי חרדים

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14737
בלאט: 1 2

אישתישבי » זונטאג יולי 25, 2021 7:37 am

· #478267
פרויען ביי חרדים
אין ליכט פין דער לעצטיגע שאו, ווי אונז חרדים ווערען אראפגעלייגט ווי אזעלכע וואס טוהן דערנידערן פרויען פאר צווייטע קלאס.

אסאך האלטען אז זאכן איז דער שאו זענען איבערגעטריבן, עס קען זיין אמת, איך וויל דא רעדן נאר וועגן דער פרויען חלק, דאס וואס פרויען זענען ביי אונז צווייטע קלאס.

קודם אפאר שאלות.

א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?

ב. אויב יא, וואס קען מען טוהן דאס צו טוישן?

ג. אויב נישט, זענען דאס עיקרי הלכה?

berlbalaguleh » זונטאג יולי 25, 2021 8:30 am

· #478268
אישתישבי: לפענ"ד איז עס נישט א רעליגיעזע זאך (א זאך וואס די רעליגיעזע טראדיציע פאדערט.). ווייל אפילו אין די גמרא איז דא אזא אויסדרוק ווי..."המכבד את אשתו יותר מגופו"...! נאר לויט די היינטיגע (און נעכטיגע) סטענדערדס פון פעמיניזם, זענע פארהאן ארבעטן וואס ס'פאסט נישט צו טון פאר פרויען. דער צוריקהאלט איז אדער אז ס'פאדערט מער כח און פיזישע שטארקייט. אדער ווייל ס'איז א בזיונ'דיגע פאזיציע. און מ'ווילל פארשוינען דעם כבוד פון פרויען. נאר לויט די פעמיניסטישע סטענדערט זענען די יוצרות פארדרייט געווארן.

לאמיר נעמען א משל ביי די פאליס. אמאל האט מען געוואוסט אז כדי צו ווערן א פאליציאנט האט מען געדארפט זיין (אפילו א מאנספארשוין) א הויכער, ברייטביינערדיגער מענטש. און רוב פרויען זענען פיזיש נישט זייער הויך אדער ברייטביינער'דיג. איצט לאמיר זיך פארשטעלן אז א פרוי א פאליציאנט'קע וועלכע איז (עוורידזש) 5 פוס מיט 4 אינטשעס דארף אקעגנגיין א רויבער וועלכער איז אריבער 6 פוס די הייעך. און וועגט ארום 300 פונט. דער רויבער קען איהר דאך אוועקבלאזן אין א סעקונדע. משא"כ ווען ער טרעפט זיך אן מיט א פאליציאנט וועלכער איז נאך העכער און ברייטער פון איהם אליינס. ציטערט ער אוועק. און ס'זענען דא ווייניגער אויסזיכטן אז ער זאלל זיך דארפן באנוצן מיט זיין געווער...!

אין אנדערע פעלער, ווי ווייט חשוב דער מאן האלט זיין ווייב ווענדט זיך אין איהם אליין. אויב ער איז א חי' דאמאלס באהאנדלט ער זיין ווייב ווי א חיה פון וואלד. אבער דאס האט גארנישט צו טון מיט רעליגיע...!

אישתישבי » זונטאג יולי 25, 2021 10:13 am

· #478270
אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.

דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.

דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.

א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.

ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.

ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.

מי אני » זונטאג יולי 25, 2021 10:45 am

· #478272
א חלק פון דעם געדאנק איז די מהלך פון אפענע ארטאדאקסיע. והיינו, לגבי ארויפברענגען די שטאנד פון פרויען ברעליגיע און נאך אלס בתוך די ראמען פון ארטאדאקסיע.

לגבי פונקט א). דאס איז ווי אזוי דער בני בנים (ח״ג סימן יב) פירט אויס זיין היתר כהיום פאר נשים ללמוד תלמוד. 📎 Woman 2.jpg

לגבי פונקט ב). דער בני בנים (ח״ב סימן ז) איז מתיר אז נשים זאלן זאגן קדיש אין עזרת נשים, אבער א מנין למעשה איז נאר דא פון עשרה גברים.

ואגב, דאס איז ווי אזוי ער פירט אויס מאמר ו אין ח״א. 📎 Woman.jpg

בת קול » זונטאג יולי 25, 2021 11:19 am

· #478276
אישתישבי

איך גלייב נישט אז זיי מיינען צווייטע קלאס אזוי ווייט אין הלכהדיגע רעכטן אדער רבנישע פאסטןס.
גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.
מען האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז אפשר זעהן א טויש אין לימודים אדער פוסקי הלכה.

ביי די ארטאדאקס און מאדערן ארטאדאקס איז דאס נישט אזוי איינגעריסן, אבער עס זעהט זיך נאך אלץ אן.

בן נון » זונטאג יולי 25, 2021 11:56 am

· #478277
עס האט נישט קיין סאך מיט וואס א פרוי מעג אדער נישט די בליק אויף פרויען איז אז זיי זענען א מיטל פאר מענערישע תאות און נישט קיין מענטשן פינקט ווי מיין חבר פון בית המדרש
אויף פרויען טאר מען נישט קוקען מען טאר נישט סתם אזוי רעדן צו א פרוי מה שאין כן ביי א מאן
עס איז א זאך וואס האט לכאורה נישט קיין לייזונג און די ”היימישע’’ סיסטעם ווייל א מאן איז נישט אויסגעשטעלט זיך צו באקענען מיט פרויען ביז זיין חתונה און דעמולטס איז ער שוין געדעמיטשט פאור לייף

הקטן » זונטאג יולי 25, 2021 12:42 pm

· #478278
אישתישבי
עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.

און אז דאס איז ביי דיר שוין א דבר ברור, פארוואס פרעגסטו?

אישתישבי

א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?

בן נון » זונטאג יולי 25, 2021 1:05 pm

· #478279
די שאלה איז וואס פינקטליך מיינט צוויטע קלאס אבער אויב סמיינט פשט כפשוטו זאג מיר האסט שוין אמאל געזען א היימישע פרוי זיצן אין פארנט סיטס אויף א ב’’פ וויליאמסבורג באס
אבער ווער זאגט אז דאס איז א פראבלעם ווער זאגט אז די אלגעמיינער בליק אויף די צעטיילונג פון די genders איז די ריכטיגע איך מיין אז 99% פרויען זענען מער ווייניגער צופרידן באופן כללי
די היימישע גאס איז זייער שטארק אויסגעשטעלט פאר פרויען נעם פאר א ביישפיל 13’ט אוועני’ רוב געשעפטן זענען מער אהערגעשטעלט פאר פרויען איך רעד שוין נישט פון קליידער סטארס און סאלאוונס נאר אפי’ סתם רעסטעראנטס טוי סטארס אא”וו
פארוואס זאלן זיי וועלן פינקט די זאכן וואס איז מער מענעריש ווי זיין רבנים ורביים אנטשילדיגט רבנית ורביית עס איז אזוי די פרויען וואס זיכען צו זיין פייער לעשער

יעדער דארף וויסן ווי זיי שטייען א מאן ביי די מענער און א פרוי ביי די פרויען

אישתישבי » זונטאג יולי 25, 2021 3:42 pm

· #478288
הקטן
אישתישבי
עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.

און אז דאס איז ביי דיר שוין א דבר ברור, פארוואס פרעגסטו?

אישתישבי

א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?

זאג וואס די האלסט וועגן דער נידון, וועל איך פארענטפערן דיין הארבער רמב"ם.

אישתישבי » זונטאג יולי 25, 2021 3:49 pm

· #478289
מי אני
א חלק פון דעם געדאנק איז די מהלך פון אפענע ארטאדאקסיע. והיינו, לגבי ארויפברענגען די שטאנד פון פרויען ברעליגיע און נאך אלס בתוך די ראמען פון ארטאדאקסיע.

לגבי פונקט א). דאס איז ווי אזוי דער בני בנים (ח״ג סימן יב) פירט אויס זיין היתר כהיום פאר נשים ללמוד תלמוד. 📎 Woman 2.jpg

לגבי פונקט ב). דער בני בנים (ח״ב סימן ז) איז מתיר אז נשים זאלן זאגן קדיש אין עזרת נשים, אבער א מנין למעשה איז נאר דא פון עשרה גברים.

ואגב, דאס איז ווי אזוי ער פירט אויס מאמר ו אין ח״א. 📎 Woman.jpg

דאס איז וויכטיג, פרויען מעגן אויך זאגן קדיש נאך עלטערען, פונקט ווי מענער.

אבער לגבי זיין פראבלעם פין מנין, צריך ביאור.
אמת, די גמרא זאגט אז א מנין איז נאר צען מענער, אבער פארוואס איז קדיש אסור צו זאגן ביחידות? איך טאר נישט זאגן יתגדל ויתקדש?
מיט וואס ווערט עס מער דבר שבקדושה ווי זאגן פרייטאג צו נאכטס מלך קדוש?

מיילא קדושה, אויף דעם זאגט עס די גמרא, אבער קדיש?

ועוד והוא העיקר. פונקט ווי פרויען מעגן מאכן ברכות כאטש זיי זענען נישט מצווה, וואלטן זיי געברויכט מעגן זאגן קדושה מיט א מנין פין פרויען, אדער אהן א מנין, נאר מענער האבן א איסור פין זאגן א דבר שבקדושה אהן א מנין פין מענער, אבער פרויען פאר זיך מעגן אלעס. אויב זענען זיי נישט בכלל א מנין, זענען זיי נישט בכלל האיסור.

אישתישבי » זונטאג יולי 25, 2021 3:54 pm

· #478290
בן נון
די שאלה איז וואס פינקטליך מיינט צוויטע קלאס אבער אויב סמיינט פשט כפשוטו זאג מיר האסט שוין אמאל געזען א היימישע פרוי זיצן אין פארנט סיטס אויף א ב’’פ וויליאמסבורג באס
אבער ווער זאגט אז דאס איז א פראבלעם ווער זאגט אז די אלגעמיינער בליק אויף די צעטיילונג פון די genders איז די ריכטיגע איך מיין אז 99% פרויען זענען מער ווייניגער צופרידן באופן כללי
די היימישע גאס איז זייער שטארק אויסגעשטעלט פאר פרויען נעם פאר א ביישפיל 13’ט אוועני’ רוב געשעפטן זענען מער אהערגעשטעלט פאר פרויען איך רעד שוין נישט פון קליידער סטארס און סאלאוונס נאר אפי’ סתם רעסטעראנטס טוי סטארס אא”וו
פארוואס זאלן זיי וועלן פינקט די זאכן וואס איז מער מענעריש ווי זיין רבנים ורביים אנטשילדיגט רבנית ורביית עס איז אזוי די פרויען וואס זיכען צו זיין פייער לעשער

יעדער דארף וויסן ווי זיי שטייען א מאן ביי די מענער און א פרוי ביי די פרויען

האסט שוין אמאל געזען א היימישע פרוי זיצן אין פארנט סיטס אויף א ב’’פ וויליאמסבורג באס

אוודאי, עס געשעהט גענוג אפט, און זיי ווערען פארשריגן.

גראדע לגבי דעם בין איך יא מסופק, ווייל היות אונז האבן היינט גדרי הצניעות וואס טיילט אפ מענער און פרויען, מער ווי עס איז געוועהן זייט אידישקייט, קען זיין אז עס האט מיט די גדרים און נישט מיט צווייטע קלאס.

אבער הא גופא, דער משוגעת פין דערווייטערן פרויען איז קיינמאל נישט געוועהן, תולדות אהרן און גער האבען עס אנגעהויבן ומאלה נפוצו, עס איז געווארען א נייע אידישקייט, ווייל דער הפרדה האט פארמירט אידישקייט צו א נייע אנדערע לעוועל. אלעס דרייט זיך ארום דער הפרדה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 25, 2021 4:00 pm

· #478291
אישתישבי
א. איז עס אמת? זענען פרויען ביי אונז צווייטע קלאס?
דאס ווענדט זיך צו די separate but equal דאקטרינע ווערט גערעכנט אלס ראסיסטיש, למעשה היינטיגע צייטן אין אמעריקע איז עס אומלעגאל, לויט דעם זענען חרדישע פרויען צווייטע קלאס.

אישתישבי
ב. אויב יא, וואס קען מען טוהן דאס צו טוישן?
כח היחיד (עיין ערך רחי פרייער)

אישתישבי
ג. אויב נישט, זענען דאס עיקרי הלכה?
יעדעס מאל די מושג פון עיקרי הלכה קומט ארויף אין א שמועס ווערט די גאנצע שמועס זייער murky און אומקלאר. לעצטנס צ.ב. האט איך געשמועסט מיט א ליטווישע רב וואס האלט זיך אביסל ״אויפגעקלערט״ אזוי צו זאגן, האט ער זיך גערעגט אז ער איז געווען ערגעץ שבת און ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט גענוצט די שבת עלעוועיטאר און ווען ער האט געפרעגט מענטשן פארוואס זיי נוצן עס נישט האבן זיי געזאגט אז ״ס׳פאסט נישט״ און ער פארשטייט נישט וואס די פראבלעם איז ווייל מעיקר הדין איז נישט דא קיין שום ענין דערביי. האב איך איהם געפרעגט פארוואס גיין מיט א קאפל פארשטייט ער יא פארוואס מ׳איז אזוי מקפיד, אמער, דער גר״א זאגט דאך אז ״מעיקר הדין״ דארף מען נישט גיין א קאפל? זאגט ער מיר אז נאך אלעם ווערט די מושג פון צודעקן די קאפ שוין דערמאנט אין גמרא איז עס נישט ממש דומה צו שבת עלעוועטאר, האב איך איהם געפרעגט און וואס איז מיט עסן חולין בטהרה וואס ווערט אויך דערמאנט אין גמרא, פארוואס ווערט דאס נישט גערעכנט אלס עיקר הלכה? שוין, איז ער געבליבן מיט׳ן צונג אינדרויסן. פארשטייסטו, די מושג פון עיקר הדין האט נישט קיין שום קאנסיסטענט דעפינישן, יעדער פאנטאזירט זיך אויס אן אייגענעם ״עיקר הדין״ און ווער ס׳מער מחמיר פון איהם איז א פארפרומטער שוטה און ווער ס׳איז זיך מער מקיל איז א קאלטער ליידיגגייער, וואו בלייבט נאך איבער פלאץ פאר דיאלאג?

מונטסורי » זונטאג יולי 25, 2021 4:52 pm

· #478293
בת קול
איך גלייב נישט אז זיי מיינען צווייטע קלאס אזוי ווייט אין הלכהדיגע רעכטן אדער רבנישע פאסטןס.
גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.

דא האסטו דעם חכם אויף LinkedIn בנוגע ״בודזשעטן״ ס׳ווייב...
<a class="postlink" href="https://www.linkedin.com/posts/chaim-hirsch_this-question-is-based-on-my-believe-that-activity-6819155696764895232-PHai">https://www.linkedin.com/posts/chaim-hi ... 95232-PHai</a>

בן נון » זונטאג יולי 25, 2021 5:35 pm

· #478295
אישתישבי

גראדע לגבי דעם בין איך יא מסופק, ווייל היות אונז האבן היינט גדרי הצניעות וואס טיילט אפ מענער און פרויען, מער ווי עס איז געוועהן זייט אידישקייט, קען זיין אז עס האט מיט די גדרים און נישט מיט צווייטע קלאס.

אבער הא גופא, דער משוגעת פין דערווייטערן פרויען איז קיינמאל נישט געוועהן, תולדות אהרן און גער האבען עס אנגעהויבן ומאלה נפוצו, עס איז געווארען א נייע אידישקייט, ווייל דער הפרדה האט פארמירט אידישקייט צו א נייע אנדערע לעוועל. אלעס דרייט זיך ארום דער הפרדה.

קומט אויס אז מען דארף קודם פארשטיין וואס מיינט צוויטע קלאס ווייל אויב איז יעדער צופרידן אחוץ אפאר אומפצורידענע וואס זיי גייען און רייסן אונז ארופ לעיני העמים איז די נידן נישט רעלעוואנט ווייל קיינער ”פילט” זיך נישט צוויטע קלאס

בדרך אגב די צזאמשטעל פון גער מיט תולדות אהרן איז אביסל שעטנ”ז צוויי אנדערע מהלכים פאר די פרויען אליין אבער די פוינט איז אמת און עס האט זיך לכאורה אנטוויקלט נאך די מלחמה ווען די יודן האבן געהאט פארלוירן די אישיות און נאר געוואלט זיין א חלק פון א פארטיי דהיינו פילען אז מעבאלאנגט ערגעץ

מי אני » זונטאג יולי 25, 2021 5:49 pm

· #478297
אישתישבי
דאס איז וויכטיג, פרויען מעגן אויך זאגן קדיש נאך עלטערען, פונקט ווי מענער.

אבער לגבי זיין פראבלעם פין מנין, צריך ביאור.
אמת, די גמרא זאגט אז א מנין איז נאר צען מענער, אבער פארוואס איז קדיש אסור צו זאגן ביחידות? איך טאר נישט זאגן יתגדל ויתקדש?
מיט וואס ווערט עס מער דבר שבקדושה ווי זאגן פרייטאג צו נאכטס מלך קדוש?

מיילא קדושה, אויף דעם זאגט עס די גמרא, אבער קדיש?

ועוד והוא העיקר. פונקט ווי פרויען מעגן מאכן ברכות כאטש זיי זענען נישט מצווה, וואלטן זיי געברויכט מעגן זאגן קדושה מיט א מנין פין פרויען, אדער אהן א מנין, נאר מענער האבן א איסור פין זאגן א דבר שבקדושה אהן א מנין פין מענער, אבער פרויען פאר זיך מעגן אלעס. אויב זענען זיי נישט בכלל א מנין, זענען זיי נישט בכלל האיסור.

א גוטע הערה. עס איז מעגליך דאס אפצולערנען אז עס איז נישט ״אסור״ צו זאגן אָן א מנין; גיי זאג קדושה ביחידות עס איז דאך בעצם נישט מער ווי פסוקי תנ״ך (מ׳זאגט עס דאך אפילו ביחידות ביי יוצר וקדושה דסידרא/ובא לציון, ועיין ברמ״א בסימן נט סעיף ג ובסימן קלב סעיף א). נאר אז דו ווילסט עס זאל האבן דעם רעליגיעזן ״חלות״ און אימפּאָרט אשר בשם ״קדושה״ יכונה ביי תפלה דאן פעהלט אויס א מנין עשרה; די ״ואין אומרים״ בסימן נה איז לגבי נישט צו זאגן בתורת דעם ״חלות״ פון ״קדושה״ וה״ה קדיש; אנדערש איז עס נאר א ״סיפור דברים״ (כמו ביוצר ובקדושה דסידרא). און די מנין עשרה איז נאר בגברים.

ואפילו מען זאל עס יא באטראכטן אלס אן ״איסור״ צו זאגן קען מען אבער פארענטפערן דיין צווייטע קשיא אז די איסור איז נישט אויפ׳ן גברא/מענטש צו זאגן, וואס דאן קענסטו זאגן אז רק מי שבא לכלל ״מנין״ בא לכלל האיסור בלא מנין לאפוקי נשים, נאר די געדאנק איז אויפ׳ן חפצא/דיבור פון קדיש/קדושה - דאס ווערט נישט געזאגט בלי מנין עשרה גברים. די דמיון פון ברכות איז נישט לגמרי דומה וויבאלד דארט איז ל״ד דא אן ״איסור״ דערויף.

תוהו ובוהו » זונטאג יולי 25, 2021 5:56 pm

· #478298
Re: פרויען ביי חרדים
מי אני

ואפילו מען זאל עס יא באטראכטן אלס אן ״איסור״ צו זאגן קען מען אבער פארענטפערן דיין צווייטע קשיא אז די איסור איז נישט אויפ׳ן גברא/מענטש צו זאגן, וואס דאן קענסטו זאגן אז רק מי שבא לכלל ״מנין״ בא לכלל האיסור בלא מנין לאפוקי נשים, נאר די געדאנק איז אויפ׳ן חפצא/דיבור פון קדיש/קדושה - דאס ווערט נישט געזאגט בלי מנין עשרה גברים.

פשוט שכך הוא

ליב צו וויסן » זונטאג יולי 25, 2021 7:07 pm

· #478304
אין גמרא און הלכה קען מען זיך דרייען און פרייען אהין און צוריק, און אויפקומען מיט אלע מיני פשט'לעך, מען דארף אבער בכלל נישט גיין אהין.. די פאקט אז אפאר חרדי'שע מענער האלטן אן א פעלזן פעסטע איסור פאר פרויען דרייווערס, פארציילט ליידער "אלעס".

בן נון » מאנטאג יולי 26, 2021 4:01 pm

· #478347
ליב צו וויסן
אין גמרא און הלכה קען מען זיך דרייען און פרייען אהין און צוריק, און אויפקומען מיט אלע מיני פשט'לעך, מען דארף אבער בכלל נישט גיין אהין.. די פאקט אז אפאר חרדי'שע מענער האלטן אן א פעלזן פעסטע איסור פאר פרויען דרייווערס, פארציילט ליידער "אלעס".

און וואס וועסטו זאגן אויף די משפחות וואס די מענער טארן אויך נישט דרייוון א שטייגער ווי רעבישע אדער אלטרא פרום
די קענסט זאגן אז די פרומע וועלט מענער און פרויען צוגלייך ווילן נישט אז פרויען זאלן דרייוון
און ווען די מענער דארפן דרייוון זייער פרויען פאר שאפינג יעדע מאנטאג און דאנעשטאג וועסטו זאגן אז מענער זענען צווייטע קלאס ווייל זיי זענען די בעלי עגלה פאר די ווייב
אלא מאי א ענין של צניעות יש כאן און עס האט נישט מיט קלאסן

דערהויבענע איד » מאנטאג יולי 26, 2021 7:29 pm

· #478360
ויש אומרים אז ביידע ווערן אונטערדרוקט, נישט דווקא די מענער אויף די פרויען, והא ראי' וויפיל מענער טוען זאכן פארן סיסטעם הקדושה, והא עיקר.

ליב צו וויסן » מאנטאג יולי 26, 2021 7:35 pm

· #478363
בן נון
ליב צו וויסן
אין גמרא און הלכה קען מען זיך דרייען און פרייען אהין און צוריק, און אויפקומען מיט אלע מיני פשט'לעך, מען דארף אבער בכלל נישט גיין אהין.. די פאקט אז אפאר חרדי'שע מענער האלטן אן א פעלזן פעסטע איסור פאר פרויען דרייווערס, פארציילט ליידער "אלעס".

און וואס וועסטו זאגן אויף די משפחות וואס די מענער טארן אויך נישט דרייוון א שטייגער ווי רעבישע אדער אלטרא פרום
די קענסט זאגן אז די פרומע וועלט מענער און פרויען צוגלייך ווילן נישט אז פרויען זאלן דרייוון
און ווען די מענער דארפן דרייוון זייער פרויען פאר שאפינג יעדע מאנטאג און דאנעשטאג וועסטו זאגן אז מענער זענען צווייטע קלאס ווייל זיי זענען די בעלי עגלה פאר די ווייב
אלא מאי א ענין של צניעות יש כאן און עס האט נישט מיט קלאסן

דער אלגעמיינער המון עם (סיי מענער און סיי פרויען) וואלטן קיינמאל נישט אויפגעקומען מיט אזא איסור (עס מיט "הלכות" צניעות בערך וויפיל איך האב מיט נאנאש..).
וואסזשע דען..?
אין אנהייב איז דרייוון געווען "אזא סארט" אראפגעקוקטע זאך פאר סיי וועמען (ס'ליגט מיר אין קאפ עפעס א דרשה פונעם דבר"י קעגן אינגעלייט דרייווערס), נאר ווי יעדע זאך וואס האט נישט קיין עכטע איסור אונטער זיך, האט די צורך גורם געווען אז ס'זאל ווערן נארמאל (חוץ טאקע ביי די וואס קומען פון הייליגע Genes וואס ביי זיי איז עס נאך עד היום אפגעפרעגט)
משא"כ פרויען וואס האבן דאך נישט קיין גלייכע רשות הדיבור אין אונזער קרייז און די רבנים טראכטן דעריבער גאנץ ווייניג פון זייער זייט, זענען זיי טאקע געבליבן שטעקן ביים אלטן.

BTW די זעלבע זאך האלט אינמיטן געשעהן מיט הלכות סמארטפאונס ואכמ"ל.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 26, 2021 10:35 pm

· #478373
די קעפל פון דעם אשכול אליינס זאגט שוין אלעס, מ׳איז דן וויאזוי חרדים באציען זיך צו פרויען. כאילו חרדים זענען בעצם נאר מענער, פרויען זענען נאר מהיכי תיתי.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 27, 2021 6:29 am

· #478380
אישתישבי
אפילו ווען די רעדסט וועגן דיין ווייב, פארוואס דארף די גמרא זאגט המכבד אשתו יותר מגופו, נישט המכבד בעלה יותר מגופו? און וואס זאגט יא די גמרא? איזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.

דער אשכול איז נישט געווידמעט צו דן זיין גמרות אויב זיי זענען משפיל פרויען, עס איז א דבר ברור אז מצד דער הלכה ווי אזוי די הלכה ווערט פראקטיצירט היינט זענען פרויען צווייטע קלאס.

דער שאלה איז צו עס איז מעגליך צו טוישען.

א. מיידלעך זאלען באקומען דער זעלבע עדיוקאציע אין גמרא און הלכה ווי בחורים. און בחורים דארפען אויך א תיקון, אבער איך רעד וועגן דער רמה, דער לעוועל, פרויען זאלען קענען פסק'נען אליין הלכה, נישט מען זאל זיי קענען איינרעדן א קאץ אין בויך.

ב. פרויען זאלען האבן דער זעלבע רעכט ווי מענער אין בית המדרש. עס איז נישט צו עקספעקטען אז ביי חרדים זאלן פרויען זיך קענען דרייען צוזאמען מיט מענער, און זיין בעלי תפלה, עס איז דא צופיל הלכה'דיגע פראבלעמען וואס מען דארף עוקר זיין. און פין א פראקטישע שטאנדפונקט גייט עס נישט געשעהן. וואס יא? אפשר זאלען זיי האבן אייגענע מנינים, אייגענע בתי מדרשים ווי זיי וועלען זאגען קדיש ליינען און דאווענען פונקט ווי מענער ַַווי אויך האבן אייגענע פרויען רבנים וואס זאלען באמת קענען לערנען.

ג. הלכות וואס מוזן נישט זיין אמת לגבי פרויען זאל מען עוקר זיין. מענער דיסיידען היינט הלכות לגבי פרויען, און אסאך פין די הלכות האבן נישט קיין מקורות, און זענען געהעריג בל תוסיף. איינמאהל פרויען וועלען קענען לערנען וועלען די הלכות טפילות בטל ווערן אליין. למשל, בורט קאנטראל, שערען האר מיט א ראזיר, ועוד ועוד ועוד.

אישתישבי: בד"כ ביסטו גערעכט. אבער נישט מיט אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט ביניך מסכים. ווייל ס'זענען פארהאן געוויסע הלכה'דיגע צוריקהאלטן. אויב נישט וועללן מיר האבן אזא פנים ווי ראביי אבי ווייס. וועלכער צוברעכט אינגאנצן די אידישע טראדיציע. און אפילו זיין אייגענע (מאדערן ארטאדאקס) רבנ'ישע ארגאניזאציע האט איהם געווארנט אז אויב ער שטעלט זיך נישט אפ מיט צוברעכן די אידישע הלכה/טראדיציע וועללן זיי איהם מוזן אויסשליסן פון זיין א מעמבער אין אן ארטאדאקסישע ארגאניזאציע . (נאר ער וועט פאררעכנט ווערן אלס קאנסערוואטיוו.)...!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 27, 2021 7:45 am

· #478385
ס׳דא אן הלכה אז מ׳טאר נישט האבן קיין פנים ווי אבי ווייס??

אישתישבי » דינסטאג יולי 27, 2021 10:58 am

· #478389
berlbalaguleh

ר' בערל

הא גופא רעד איך. ווען איך זוך רעדן וועגן טוישן הלכה ביסטו גערעכט. איך רעד בכלל נישט פין טוישען הלכה.

דוקא בתוך דער פרעימווערק פין הלכה, ווי שטייט אין הלכה אז פרויען טארן נישט מאכן קיין אייגענע מנינים?

ווייטער לערנען, לויט דער טריקענע הלכה טאר מען מיט פרויען גארנישט לערנען, פארוואס לערנט מען מיט זיי אויף א נוסח אז זיי קענען גארנישט יסודות'דיג?

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 27, 2021 1:04 pm

· #478402
דערהויבענע איד

ויש אומרים אז ביידע ווערן אונטערדרוקט.

גערעכט, אסאך אינדיווידועלן ווערן אונטערדריקט און קאנטראלירט ביי אונז. אבער אלס א כלל, ווערן פרויען "פיל מער" קאנטראלירט.

בן נון » דינסטאג יולי 27, 2021 2:03 pm

· #478407
ליב צו וויסן
דערהויבענע איד

ויש אומרים אז ביידע ווערן אונטערדרוקט.

גערעכט, אסאך אינדיווידועלן ווערן אונטערדריקט און קאנטראלירט ביי אונז. אבער אלס א כלל, ווערן פרויען "פיל מער" קאנטראלירט.

די טבע פון פעמינין איז צו בלייבן וויקטעמייזד מיטן קאפ ארופ מה שאין כן א מאן וועט זיך אויפשטעלן פאר זיינע רעכטן
וואס דאס מאכט אז די פרויען זאלן זיין מער קאנטראלירט אבער עס איז לאו דווקא א צווייטע קלאס
און בכלל אז פרויען און אונזע געזעלשאפט האבן א אייגענע לעבן פון פרויען צו פרויען ווי דארט איז א מאן נישט נאר צווייטע קלאס נאר ער עקזעסטירט נישט וכן הדבר בהפוכו א פרוי אין די מענער זייט וועט נישט טרעפן קיין פלאץ ווי זיך באקוועם צומאכן

ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 27, 2021 9:41 pm

· #478470

די סיבה "פארוואס" זיי ווידערשפעניגן נישט ווייס איך אויך.. דאס נעמט נישט אוועק די מציאות אז מענער רבנים זענען מחליט פאר זיי אן זיך בכלל רעכענען מיט זיי..

היכי דמי » מיטוואך יולי 28, 2021 11:07 am

· #478539
ענינא דיומא

א שרעקליכע פארברעך פארגעקומען אין מאנטיסעלא ווען אסיסא האט געמאכט א גרענד אפענינג עיווענט פאר פרויען און געברענגט פרויען זינגער

📎 222.jpeg

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יולי 28, 2021 12:27 pm

· #478542
געב עס אפאר יאר און די מענער וועלן זיך בעטן מיט תחנונים פאר איקוועל רייט׳ס... 🙂

ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.

אז מ׳וויל זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבריאה קען מען אנפאנגען צו צונעמען די זאך, זען די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס נאר א מאן האט און וואס נאר א פרוי האט און וויאזוי די צוזאמענארבייט ווען יעדע טוט זיין תפקיד ברענגט דעם תכלית פאר ביידע באופן היותר נאה ומתוקן, וד״ל

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 28, 2021 12:49 pm

· #478545
בְּתוֹךְ עַמִּי
געב עס אפאר יאר און די מענער וועלן זיך בעטן מיט תחנונים פאר איקוועל רייט׳ס... 🙂

ס'איז שוין א מציאות.
אין די לינקע לאגערן האבן פרויען מער פאקטישע רעכטן ווי מענער (צב"ש Believe ALL women..)

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 28, 2021 12:51 pm

· #478546
בְּתוֹךְ עַמִּי

אז מ׳וויל זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבריאה קען מען אנפאנגען צו צונעמען די זאך, זען די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס נאר א מאן האט און וואס נאר א פרוי האט און וויאזוי די צוזאמענארבייט ווען יעדע טוט זיין תפקיד ברענגט דעם תכלית פאר ביידע באופן היותר נאה ומתוקן, וד״ל

דאס האט קיין שייכות נישט מיט ארויפצווינגען ווילדע איסורים אויף פרויען, פשוט ווייל זיי ווידערשפעניגן נישט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 28, 2021 1:54 pm

· #478549
בְּתוֹךְ עַמִּי
ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
יאפ, Julia Harrt האט אויך א תכלית און די פארשאלטענע לינקע און רעפארמער אפיקורסים האבן אויך א תפקיד, און זיי פירן עס אויס זייער שיין.

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 3:10 pm

· #478554
רביה''ק זי''ע
בְּתוֹךְ עַמִּי
ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
יאפ, Julia Harrt האט אויך א תכלית און די פארשאלטענע לינקע און רעפארמער אפיקורסים האבן אויך א תפקיד, און זיי פירן עס אויס זייער שיין.

איך ווייס נישט אבער די רביה”ק זי”ע האט נישט געהאלטן פונקט אזוי
און בכלל עס קען זיין אז זיי זענען דא למען הבחירה
אבער צריק צום ענין מיר מענער און פרויען צוגלייך לעבן אין א פארמאכטע אינטערדריקטע סעסייעטי איעדער וואלט געטהען מער זאכן ווען נישט די טעראר פון די קאמיונעטי און עס איז לאו ממש א ענין של צוויטע קלאס

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 28, 2021 5:30 pm

· #478563
בן נון

און בכלל עס קען זיין אז זיי זענען דא למען הבחירה
וואס ס׳קען זיין ווייס איך אויך, יאך וואלט געזאגט אז חרדים זענען דא למען הבחירה, הה״ד פרעג מיך אפ.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:41 am

· #478590
רביה''ק זי''ע
בְּתוֹךְ עַמִּי
ערענסט גערעדט, דעי גאנצע דיסקאשען דא איז פאר די וואס גלייבן אינעם עוועלאשן טפשות, א איד וואס גלייבט אינעם בורא עולם וואס כולם בכחמה עשית, פארשטייט אז ס׳דא א סיבה אין יעדע באשעפעניש וויאזוי דאס איז באשאפן געווארן, אלעס מיט א תכלית יעדער מיט זיין תפקיד.
יאפ, Julia Harrt האט אויך א תכלית און די פארשאלטענע לינקע און רעפארמער אפיקורסים האבן אויך א תפקיד, און זיי פירן עס אויס זייער שיין.

רביה"ק זי"ע: ווייל ס'איז פארהאן בחירה. דאס האט אויך דער בורא עולם באשאפן...!

לויט דארווין וחבריו (להבדיל) איז נישט דא אזא זאך ווי בחירה. נאר אלעס איז עוואלוציע. כל דאלים גבר...! אין פארלויף פון ביליאנען יארן...!

איי וואלט איך געוואלט לעבן מיט א דריי א האלב ביליאן יארן צוריק. ווען אונז זעמיר נאך געווען מאנקיס. מיט שטארקע וויידלעך און אונז האמיר זיך געהאנגען פון די קאקא נאט ביימער אין דזשאנגל.

דו קענסט דיך פארשטעללן וויפיהל פאן דאס איז געווען.

ווען א (יונגל) מאנקי האטציך געשלאגן מיט זיין שוועסטער ווייל ער איז געווען באורד. האט איהם די מאמע (מאנקי) אנגעשריגן..."גיי ארויס אין חצר. הענג דיך אויף די ביימער מיט דיין וויידל....!

אויך. די רבי אין חדר האט געזאגט פאר די יונגלעך (מאנקיס). יעצט איז ריסעס. . ס'איז א שיינע וועטער (אין אפריקע) גייטס הענגטס ענק אויף די ביימער. איך דארף א ביסל מנוחה...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:45 am

· #478591
רביה''ק זי''ע
בן נון

און בכלל עס קען זיין אז זיי זענען דא למען הבחירה
וואס ס׳קען זיין ווייס איך אויך, יאך וואלט געזאגט אז חרדים זענען דא למען הבחירה, הה״ד פרעג מיך אפ.

רביה"ק זי"ע: נאר נישט די סאקמערער חסידים און די עדה חרדית...לאל...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 30, 2021 2:09 am

· #478624
און אז מ׳רעדט שוין... ווען דער נאר איז ווען נישט מיינס וואלט איך ווען געלאכט.

הקטן » זונטאג אוגוסט 1, 2021 11:58 am

· #478692
בת קול

גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.

אדער קענט איר זיך איינהאנדלען דער New York Times best seller
https://The Surrendered Wife.com/

Surrendered-Wife-Practical-Finding-Intimacy

A New York Times bestseller, this controversial guide to improving your marriage has transformed thousands of relationships, bringing women romance, harmony, and the intimacy they crave.

Like millions of women, Laura Doyle wanted her marriage to be better. But when she tried to get her husband to be more romantic, helpful, and ambitious, he withdrew—and she was lonely and exhausted from controlling everything. Desperate to be in love with her man again, she decided to stop telling him what to do and how to do it. When Doyle surrendered control, something magical happened. The union she had always dreamed of appeared. The man who had wooed her was back.

The underlying principle of The Surrendered Wife is simple: The control women wield at work and with children must be left at the front door of any marriage. Laura Doyle’s model for matrimony shows women how they can both express their needs and have them met while also respecting their husband’s choices. When they do, they revitalize intimacy.

Compassionate and practical, The Surrendered Wife is a step-by-step guide that teaches women how to:

· Give up unnecessary control and responsibility
· Resist the temptation to criticize, belittle, or dismiss their husbands
· Trust their husbands in every aspect of marriage—from sexual to financial
· And more.

The Surrendered Wife will show you how to transform a lonely marriage into a passionate union

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 1, 2021 12:30 pm

· #478693
איך גיי דיר נישט חושד זיין פאר׳ן נישט ליינען דעם בוך, ווי דיין שטייגער ווייסטו אליינס אז דו רעדסט שטותים והבלים נאר דו האסט ליעב צו טראללן. די גאנצע געדאנק פון דעם בוך איז אז די פרוי זאל געטרויען דעם מאן אז ער ווייסט אליינס וואס איז גוט פאר איהם פונקט ווי ער געטרויעט איר אז זי ווייסט וואס איז גוט פאר איר און אז זי should surrender איר דראנג צו זיין א מאמע אנשטאט א ווייב, די ווארט surrender מיינט נישט אז זי זאל זיין אונטערטעניג צו איר מאנ׳ס ווילן און החלטות נאר אז זי זאל איהם לאזן האבן פונקט אזא ווארט ווי זי האט. אין דעם ציטאט זאגט זי אז די פרוי זאל געטרויען דעם מאן אז ער ווייסט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיין אייגן געלט פונקט ווי זי ערווארט פון איהם איר צו געטרויען מיט איר געלט, דאס איז פונקט וואס בת קול וויל, און נישט וואס דו ווילסט. bestseller#

הקטן » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 4:40 pm

· #478750
אן אנדער בוך וואס איך האב געליינט איבער דעם: Circle-Arrow-Spiral-Exploring-Gender-In-Judaism

אנדערש וואו די "סערענדערד ווייף" וואס זאגט די ווייב זאל אויף געבען איר אייגן געלט און באנק אקאנט, און וואס נישט, און לאזען דער מאן אליין פירן דער ווערטשאפט, גייט דער בוך נישט אריין און די למעשה און אין פראקטיג אבער די אנדער-לייאינג-טערי איז זייער ענדליך.

דער בוך איז אויך געשריבן דארך א פרוי און ברענגט ארוס זייער שטארק וואו אזוי דער פרוי האט זיך איר אייגענ ראלע און אלע ספערען

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 5:07 pm

· #478752
והטרולים יטרוללו

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 7:20 pm

· #478766
ליב צו וויסן
בְּתוֹךְ עַמִּי

אז מ׳וויל זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבריאה קען מען אנפאנגען צו צונעמען די זאך, זען די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס נאר א מאן האט און וואס נאר א פרוי האט און וויאזוי די צוזאמענארבייט ווען יעדע טוט זיין תפקיד ברענגט דעם תכלית פאר ביידע באופן היותר נאה ומתוקן, וד״ל

דאס האט קיין שייכות נישט מיט ארויפצווינגען ווילדע איסורים אויף פרויען, פשוט ווייל זיי ווידערשפעניגן נישט.

וואס איז דאס דער בולשיט פין תפקיד, נפלאות הבריאה איז אז שווארצע זאלען זיין קנעכט, און אז פרויען זאלען זיין אונטערדרוקט פין די מענער. ווער האט אויסגעלערנט אזעלכע שטותים?

א פרוי איז נישט מחוייב צו פאפען בעיביס יעדעס צוויי יאר, און מען רעדט איין די פרויען אז זיי זענען מחויב, און אפילו אויב א מאן וויל נישט מער, געבן פרויען א הארד טיים, מיט סיי וועלכע אופן, שטופען אפ מקוה מיט'ן אויסרייד פין שאלות, און האלטען צוריק מענער פין סעקס ווייל דאס איז מער אויסגעהאלטען פין טוהן פעולות אויף בורט קאנטראל. און די גאנצע הלכה הייבט זיך הערשט נישט אהן!! איז דאס עפעס ווייניגער ווי צווייטע קלאס? נפלאות הבריאה רופט מען דאס. אפשר איז עס דריטע קלאס.

און בכלל, א פרוי וואס מוטשעט זיך מיט א מאן א טרענק, טאמער האט זי נישט א טאטע אדער א ברודער א גבר אלים, קען זי פארגעסן פין יושר. רבנים העלפען נישט, עסקנים פראבירן, אבער פארפאלען, זיי בלייבט א רחמנות, צוליב דעם וואס אפאר אלטע רבנים ווילען נישט גארנישט טוהן מתקן צו זיין דער גט הלכה וואס איז היינטיגע צייטען מער נישט ריכטיג. רבינו גרשום האט געקענט טוישען, אבער די היינטיגע פוילע טריקענע אכזריות'דיגע רבנים קענען נישט. און זיי זענען נישט צווייטע קלאס?

דריי נישט אין קאפ מיט נפלאות הבריאה.

סעגאל » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 9:34 pm

· #478776
איך ווייס נישט רוב היימישע פרויען זענע נישט אינטערסירט צי ארבייטן אין ווילן ענדערש קער נעמען פין זייערע קינדער.
אגב א חבר האט זיך אמאל אפגערעדט אויף פארקערטע דיסקרימינאציע פארוואס ווען זיין ווייב איז אינדערהיים מיט די קינדער זאגט זי אז זי איז מיט אירע קינדער אין ווען דער מאן טיט עס בעיביסיט ער נאר. הלמאי מען קען מיינען עס איז נישט זיינע קינדער.

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 11:08 pm

· #478781
הא גופא רעדט מען, מען ציט זי אויף צו זיין מאשינען צו פראדוצירן בעיביס, מאי האי?

הקטן » מאנטאג אוגוסט 2, 2021 11:48 pm

· #478786
טייל מענער ווערן אויפגעצויגן צי זיין מאשינען צי פראדוצירן געלט געלט געלט, מאי האי?

אויב איינער איז מחשיב אסך געלט איז דאס ביי אים א נארמאלע זאך און אזוי קימט דאס, דאס הייסט סוקסעס...
זיינע קינדער ווערן אויפגעצויגן און מען רעדט זיי איין, זיך מקריב צי זיין פאר געלט און כבוד
זיי וועלן נישט וועלן ברענגען פרישע לעבן אויף דער וועלט נאר האבן 1.4 קינדער אלס פאר געלט

אנדערע זענען מער מחשיב קינדער!!! און זען דאס פאר זייער גרעסטע הצלחה אין לעבן...

הקטן » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 12:22 am

· #478789

Surrendering the financial control is essential for intimacy even if

• You’ve maintained separate accounts for years and it’s working just fine
• You make more money than he does.
• You fear he’ll bounce checks, or spend unwisely.
• You think you’ll have less money for yourself

.If you’re thinking it’s about time you threw out this book right about now, take a deep breath and keep reading. If you’re afraid of feeling powerless over your own hard-earned income, keep in mind that control is not the same as power.

THE SURRENDERED WIFE
New York Times best seller

זי האלט זייער שטארק כדי צי האבן ריכטיגע ליבשאפט פעלט אויס די פרוי זאל זיך אינגאנצען איבערגעבן פארן מאן און זיך לאזן פירען פין אים פאלי,
אויפגעבן אינגאמצען איר אייגען געלט און איר באנק אקאנט פארן מאן, און בכלל נישט פירען קיין געלט ווערטשאפט און שטוב דאס איז אויך און דעם פאל ווען זי איז דער עיקר געלט פארדינער!!!

חאטש לויט די היינטיגע "אויפגעקלערטע" מושגים זעט דאס אויס זייער קאנטער-אינטאעטיוו, די פאקט איז אבער, THE SURRENDERED WIFE איז היינט א פרויען וועלט מאוומענט מיט אסך followers איבער די וועלט
(אינזער שרייבערלעך דא זענען פשוט נאך אביסל ביהיינד די קארוו)

זעט אויס זי האט געשלאגן א קארד וואס ליגט באמת ביים פרוי טיף אין נפש, באהאלטן דארט דארך איר דיזיינער...

aish.com

בת קול

גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.

תרמב » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 5:18 pm

· #478892
אנפאנג פון די אשכול איז מען געווען פארנומען וועגן פרויען זאגן קדיש, איך קלער אז אסאך מענער וואלטן זיך גערן געטוישט מיט די פרויען. זאלן זיי לויפן יעדן טאג דאווענען שחרית צופרי פארן דאווענען, אז דו ערלעדיגסט אז פרויען זאלן זיין איקוואל אז זיי זאלן אויך זיין מחויב צו דאווענען מיט מנין טוסטו זיי נישט קיין טובה בכלל.

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 5:21 pm

· #478894
טוסט יא א טובה.

זיי נישט מחליט אז עס איז בעסער פאר דער קנעכט צו בלייבן א קנעכט.

בת קול » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 8:01 pm

· #478900
הקטן
בת קול

גיי אויף אייוועלט ווילסטו טרעפן א שמועס וועגן "געבן געלט" פאר א ווייב. (מאכן א budget פארן ווייב, אבער סווייפן דעם קארטל פאר זיך ווען עס לאזט זיך.)
די גאנצע מהלך אין אסאך שטובער איז אז די מאן איז די קעניג, און אוטאמאטיש איז די פרוי אויף א נידריגערע דרגה.

אדער קענט איר זיך איינהאנדלען דער New York Times best seller
https://The Surrendered Wife.com/

Surrendered-Wife-Practical-Finding-Intimacy

A New York Times bestseller, this controversial guide to improving your marriage has transformed thousands of relationships, bringing women romance, harmony, and the intimacy they crave.

Like millions of women, Laura Doyle wanted her marriage to be better. But when she tried to get her husband to be more romantic, helpful, and ambitious, he withdrew—and she was lonely and exhausted from controlling everything. Desperate to be in love with her man again, she decided to stop telling him what to do and how to do it. When Doyle surrendered control, something magical happened. The union she had always dreamed of appeared. The man who had wooed her was back.

The underlying principle of The Surrendered Wife is simple: The control women wield at work and with children must be left at the front door of any marriage. Laura Doyle’s model for matrimony shows women how they can both express their needs and have them met while also respecting their husband’s choices. When they do, they revitalize intimacy.

Compassionate and practical, The Surrendered Wife is a step-by-step guide that teaches women how to:

· Give up unnecessary control and responsibility
· Resist the temptation to criticize, belittle, or dismiss their husbands
· Trust their husbands in every aspect of marriage—from sexual to financial
· And more.

The Surrendered Wife will show you how to transform a lonely marriage into a passionate union

איך האב שוין געהערט אסאך אביוסד פרויען רעדן פון Laura Doyle.
זעהט אויס אויב וויל מען זיך נישט גט'ן פון אן אביוזער איז דאס די איינציגסטע מהלך.

בת קול » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 8:06 pm

· #478901
הקטן
טייל מענער ווערן אויפגעצויגן צי זיין מאשינען צי פראדוצירן געלט געלט געלט, מאי האי?

אויב איינער איז מחשיב אסך געלט איז דאס ביי אים א נארמאלע זאך און אזוי קימט דאס, דאס הייסט סוקסעס...
זיינע קינדער ווערן אויפגעצויגן און מען רעדט זיי איין, זיך מקריב צי זיין פאר געלט און כבוד
זיי וועלן נישט וועלן ברענגען פרישע לעבן אויף דער וועלט נאר האבן 1.4 קינדער אלס פאר געלט

אנדערע זענען מער מחשיב קינדער!!! און זען דאס פאר זייער גרעסטע הצלחה אין לעבן...

וויאזוי קענסטו צוגלייכן?
א פרוי דארף דורך דיין גהנים צו באקומען א היתר צו גיין אויף ב.ק.
האסט שוין אמאל געהערט פון א מאן וואס דארף באקומען א היתר נישט צו ארבייטן? אדער קען דאס זיין זיין אייגענעם באשלוס?
בלאט: 1 2