☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרויען ביי חרדים

פרויען ביי חרדים

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14737
בלאט: 1 2

הקטן » מיטוואך אוגוסט 4, 2021 11:12 pm

· #478910
בת קול

וויאזוי קענסטו צוגלייכן?
א פרוי דארף דורך גיין גהנים צו באקומען א היתר צו גיין אויף ב.ק.
האסט שוין אמאל געהערט פון א מאן וואס דארף באקומען א היתר נישט צו ארבייטן? אדער קען דאס זיין זיין אייגענעם באשלוס?


אישתישבי האט געשריבן אז פרויען ווערן אויפגעצויגן און געברעינוואשט צו וועלן האבן אסאך קינדער כאטש דער מאן וויל נישט (איך פארשטיי אישתישבי האלט נישט האבן אסאך קינדער איז א גוטע זאך)
אויף דעם האב איך געשריבן אנדערע מענער ווערן אויפגעצויגן און געברעינוואשט אז האבן אסאך געלט איז א גוטע זאך.

און אז מען רעדט שוין,
האסט שוין אמאל געהערט פון א מאן וואס דארף זיך פארשווארצן דאס לעבן, דורך גיין גיהנם, אלעס ווייל דער ווייב זיינער דארף אלס וואס דער שכן האט?!?



בת קול

איך האב שוין געהערט אסאך אביוסד פרויען רעדן פון Laura Doyle.
זעהט אויס אויב וויל מען זיך נישט גט'ן פון אן אביוזער איז דאס די איינציגסטע מהלך.

און פאר דעם זענען איר ביכער bestseller# ???
איין פראבלעם, Laura Doyle שרייבט מערערע מאל נישט צו בלייבן אין אן אקטיווע אביוסיוו רילעשענשיפ - נאר זיך גט'ן!!!

און Laura Doyle עקספירענס מיט זייער אסך פעלער, שטעלט זיך אויס דאס די פרויען האבן געהאט טענות אויף דער מאן אז ער איז אביוסיוו. אין די רגע וואס די פרויען האבן געטוישט זייער בליק און צוגאנג האט זיך דער מאן געטוישט.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 7:18 am

· #478928
יחידים וואס ווערען אביוזט איז אלץ דא, מען רעדט נישט פין א עולם התיקון.

מען רעדט דער כלל, אדער אהן וואס ליידן וועגן סיסטעמאטישע פעלערן.

אז מען גיבט פרויען א הארד טיים אויף בורט קאנטראל, איז עס א פרוי'שע זאך, הגם די מענער באקומען אויך א הארד טיים, איז עס אביוז פאר דער פרוי בעיקר, ווייל זי דארף טראגן, און אויפציען. הגם מענער ליידן אויך פין דער פאלשער הלכה, איז עס נישט אויך דער זעלבער לעוועל.

און דאס וואס די זאגסט
און אז מען רעדט שוין,
האסט שוין אמאל געהערט פון א מאן וואס דארף זיך פארשווארצן דאס לעבן, דורך גיין גיהנם, אלעס ווייל דער ווייב זיינער דארף אלס וואס דער שכן האט?!?

א. איז דאס יחידים
ב. טאקע דאס, מען וועט זאגן פאר מענער נאך צו געבן דער ווייב אלע משוגעת'ן, ווייל מען וויל אז זי זאל מסכים זיין צו דער גרויסער משוגעת פין בלייבן אונטערטעניג.

אני-הק' » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 9:02 am

· #481126
דאס וואס איך גיי יעצט זאגן קען מען מאריך זיין אין גאנצעטע פאראגראפן, אבער מ'קען עס זאגן אין איין ווארט, און ווער ס'פארשטייט אדער וויל פארשטיין, וועט פארשטיין, און מסתמא האט ער שוין פונלאנג פארשטאנען.

די מציאות פון א פרוי איז אונטערטעניגקייט אונטער איהר מאן אויף א געזונטע וועג, די ערגסטע זאך פאר א פרוי'ס נאטור איהר אוועקצושלעפן פון דעם, אזוי ווי די ערגסטע זאך פאר א קליין קינד ער זאל אויספירן ביי יעדע זאך זיין וואנט אויף וואס ער לאנט זיך אן און ער טרייט צו זעהן צו ס'איז טאקע גענוג שטארק זאל איינפאלן אין פארנט פון זיינע אויגן.
(אפשר אויסער אויב מ'וויל זאגן אז א פרוי זאל מעגן זאגן עכט בין איך א מאן לכל דבר, וגופי שכלי ולבי שוין כאיש, און זי זאל טאקע ווערן, און מ'באקריוועדעט איהר, מ'לאזט איהר עס נעבעך נישט אויספירן...)

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 9:50 am

· #481133
איך שטעל מיך פאר אז דו ביזט א פרוי, אנדערש פון וואו ווייסטו וואס פרויען דארפן? אבער אפילו אויב דו ביזט א פרוי מעגסטו פארשטיין אז נישט אלע פרויען האבן די זעלבע נאטור, פונקט ווי נישט אלע מענער האבן דעם זעלבן נאטור, און ווייל דו פילסט ווי דו קענסט נאר אנגיין מיט׳ן לעבן אונטערטעניגטעהייט און אנדערש איז דיר טוב מותי מחיים איז אבער נאכנישט קיין ראיה אז אלע פרויען זענען אזוי.

ליב צו וויסן » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 10:03 am

· #481134
אני-הק'
דאס וואס איך גיי יעצט זאגן קען מען מאריך זיין אין גאנצעטע פאראגראפן, אבער מ'קען עס זאגן אין איין ווארט, און ווער ס'פארשטייט אדער וויל פארשטיין, וועט פארשטיין, און מסתמא האט ער שוין פונלאנג פארשטאנען.

די מציאות פון א פרוי איז אונטערטעניגקייט אונטער איהר מאן אויף א געזונטע וועג, די ערגסטע זאך פאר א פרוי'ס נאטור איהר אוועקצושלעפן פון דעם, אזוי ווי די ערגסטע זאך פאר א קליין קינד ער זאל אויספירן ביי יעדע זאך זיין וואנט אויף וואס ער לאנט זיך אן און ער טרייט צו זעהן צו ס'איז טאקע גענוג שטארק זאל איינפאלן אין פארנט פון זיינע אויגן.
(אפשר אויסער אויב מ'וויל זאגן אז א פרוי זאל מעגן זאגן עכט בין איך א מאן לכל דבר, וגופי שכלי ולבי שוין כאיש, און זי זאל טאקע ווערן, און מ'באקריוועדעט איהר, מ'לאזט איהר עס נעבעך נישט אויספירן...)


שוין געוואלט מעיר זיין אויף דיינע פילע לעצטיגע הערות..

ווען דו זאלסט ווען שרייבן "ביי פרויען וועט מען טרעפן מער וואס אונטערטעניגקייט איז וואס זיי ווילן" וואלט מען געקענט דעבאטירן, דו שרייבסט אבער מיט א גלאטקייט "די מציאות פון א פרוי", ווי גלייך די מינוט וואס מען ווערט געבוירן מיט א געוויסע Chromosome באקומט מען די נאטור.

אין מיינע אויגן לויפסטו מיט א היפשע עקסטרעם געדאנקען גאנג..

פאליטיקאנט » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 1:28 pm

· #481155
Re: פרויען ביי חרדים
אני-הק'
דאס וואס איך גיי יעצט זאגן קען מען מאריך זיין אין גאנצעטע פאראגראפן, אבער מ'קען עס זאגן אין איין ווארט, און ווער ס'פארשטייט אדער וויל פארשטיין, וועט פארשטיין, און מסתמא האט ער שוין פונלאנג פארשטאנען.

די מציאות פון א פרוי איז אונטערטעניגקייט אונטער איהר מאן אויף א געזונטע וועג, די ערגסטע זאך פאר א פרוי'ס נאטור איהר אוועקצושלעפן פון דעם, אזוי ווי די ערגסטע זאך פאר א קליין קינד ער זאל אויספירן ביי יעדע זאך זיין וואנט אויף וואס ער לאנט זיך אן און ער טרייט צו זעהן צו ס'איז טאקע גענוג שטארק זאל איינפאלן אין פארנט פון זיינע אויגן.
(אפשר אויסער אויב מ'וויל זאגן אז א פרוי זאל מעגן זאגן עכט בין איך א מאן לכל דבר, וגופי שכלי ולבי שוין כאיש, און זי זאל טאקע ווערן, און מ'באקריוועדעט איהר, מ'לאזט איהר עס נעבעך נישט אויספירן...)
אוואדי טוען מענטשן נאר וואס איז גוט פאר אנדערע, נאר די אנדערע צו וואס זאכן ווערן געווען פארשטייען נישט זייער אייגענע טובה אזוי גוט ווי אונז.

-שווארצע זענען געווען פארקנעכטעט פשוט פאר זייער טובה, ווייל אזוי האבן זיי צו עסן און שלאפן.
-פרויען האבן נישט געטארט וואוטן ווייל זיי פארשטייען נישט, און וועלן נאך וועלן אומריכטיג און ליידן דערפון.
-ילדי תימן דארף מען אוועקנעמען ווייל די עלטערן וועלן זיך נישט קענען אפגעבן מיט זיי.
וכו' וכו' ועוד.

ב"ה עס איז נאך דא מענטשן וואס פארשטייען בעסער יענעמ'ס טובה און געבן זיך אפ געטריי.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 1:41 pm

· #481158
The road to hell is paved with good intentions

יעקב מעקסוועל » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 1:47 pm

· #481159
אני-הק'
דאס וואס איך גיי יעצט זאגן קען מען מאריך זיין אין גאנצעטע פאראגראפן, אבער מ'קען עס זאגן אין איין ווארט, און ווער ס'פארשטייט אדער וויל פארשטיין, וועט פארשטיין, און מסתמא האט ער שוין פונלאנג פארשטאנען.

די פונקט וואס דו שרייבסט בין איך נישט מסכים, נאכמער בין איך נישט מסכים מיט די הקדמה. אויב ווילסטו שרייבן לאנגע פאראגראפן שרייב, אויב נישט גייט מיר נישט אן אז מען "קען" שרייבן. אויך איז נישט קיין נפקא מינה צו דער וואס וויל פארשטיין גייט פארשטיין אדער האט שוין לאנג פארשטאנען, דו זיי מסביר וואס דו ווילסט זאגן, און דער עולם וועט יא אדער נישט פארשטיין (און יא אדער נישט מסכים זיין). אויב פעלט נישט אויס קיין הסבר ווייל מען פארשטייט אליין, וואס פעלט אויס צו שרייבן?

א פרוי דארף נישט זיין אינטערטעניג, און נישט יעדע מאל א קינד בעט עפעס דארף מען אים ווייזן ער האט א וואנט...

אני-הק' » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 2:47 pm

· #481167
נאכאמאל איך בין נישט קיין שרייבער, און איך האב נישט כח צו מאכן א לאנגע מאמר דא, אבער אין קורצן
וואס איז די סוד פון שלום בית צווישן מאן אין ווייב, נישט אז די ווייב זאל קענען טוהן פונקטליך וואס זי וויל און די מאן זאל איהר דארפן אלעס נאכגעבן, און אפילו די מאן זאל דאס אמת'דיג אלעס נאכגעבן מאכט דאס נאכנישט קיין שלום בית און די פרוי ווערט נישט פון דעם עכט צופרידן, אוודאי אויב דו ווייב גיבט אלעס נאך ווי א שעפעלע, און זי האט קיינמאל נישט קיין אייגענע מיינונג, אוודאי איז דאס אויך נישט אמת, און א פרוי וואס טוט דאס דערשטיקט איהרע אייגענע געפילן,
איך האב געשריבן אויף אונטערטעניגקייט אויף א געזונטע וועג, די בעסטע שלום בית איז דא, דארט ווי די מאן איז מכבדה יותר מגופו און מאכט איהר שפירן חשוב און נישט אונטערטעניגט, און די זעלבע צייט פירט זיך די פרוי מיט איין אנס מער מיט הכנעה צו די מאן אים צו מאכן שפירן אלס מלך, פארשטייט זיך ס'איז דא נאך זאכן, אבער דאס איז א גרויסע עיקר, און דאס דארף א פרוי זיך פירן מיט הכנעה און אינטערטעניגקייט אונטער די מאן, און נישט אז די מאן זאל איהר אינטערטעניגן מיט א שטייפע אדער אפילו נישט שטייפע האנט,
דאס זעלבע ביי א קינד אויף אן אנדערע מין אופן, א קינד וואס אלע גיבט מען אים נישט נאך כדי אים צו ווייזן די וואנט, איז אים באגראבן לעבעדיג בידים, אבער וואס יא, מ'דארף מאכן זיכער אז א וואנט וואס מ'שטעלט אראפ איז א וואנט און דאס וועט קיינמאל נישט ווערן צובראכן פאר קיין געלט אין די וועלט נישט, פארשטייט זיך אלס איז דא יוצא מן הכלל אבער נישט כאילו מען האט זיך געבראכן צום קינד ווייל מ'האט נישט קיין כח צו זיינע געוויינען געשרייען שטויסערייען אדער אפילו בעטערייען, נאר למשל אויב ס'איז געווען א טעות מעיקרא אדער ס'איז אפירגעקומען נייע מציאות'ן אינדערצווישן, זאגט מען דאס קלאר פארן קינד אז קוק אהער איך האב געמאכט א מיסטעיק (יא א טאטע מאמע קענען אויך מאכן מיסטעיק ס'איז נישט קיין בושה) און איך זעה ביסט גערעכט דאס מאל, און יא באקומסט עס! אדער קוק למעשה זעה איך אז ס'איז געשעהן דאס און דאס ממילא וועט יא קענען געשעהן היינט נאכט דאס און דאס אפילו מ'האט אפגעמאכט אנדערש. און דאס אלעס איז סיי לטב און סיי למוטב, סיי ווען דאס קינד האט מען געזאגט א שטראף אדער עפעס וואס ס'שמעקט אים בעסער אנדערש, און סיי ווען ס'איז אים צוגעזאגט געווארן א גוטע זאך, און קלוג זענען דער וואס קענען זיך אויסרעכענען פאראויס נישט צו שיסן מיטן מויל סתם זאכן אין די וועלט אריין "טאמער.....!!! וועל איך דיך געבן אזאנס און אזעלכאט'ס!!!" אדער "אויב העלפסטו... וועסטו באקומען דאס און דאס!" ווייל אויב מ'זאגט און מ'איז נישט מקיים דאס הייסט צובראכן די וואנט...
(איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז ווייב מיט קינד זענען אויף די זעלבע לעוול, נאר די זעלבע געדאנק איז דא ביי ביידע אז זיי דארפן האבן אן אונטערלאנער אויף אנדערע מיני אופנים)

יעקב מעקסוועל » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:08 pm

· #481173
זאגסט זייער גוט, די מאן דארף מכבד זיין די פרוי און די פרוי דארף מכבד זיין די מאן. נאכדעם לייגסטו צו די פרוי דארף זיך פירן מיט איין אונס מער הכנעה, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דאס. איי געסס עס איז גארנישט, אונז מעגן נאך זיין מחולק אויף איין אונס.

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:14 pm

· #481176
אין מיין תורה שטייט 'ואל אשך תשוקתך והוא ימשל בך'.

אני-הק' » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:32 pm

· #481179
מפיל קינד
אין מיין תורה שטייט 'ואל אשך תשוקתך והוא ימשל בך'.

גוט ארויסגעברענגט, ס'איז טאקע א קללה, אבער דאס דארף די פרוי, ממילא קען מען שוין פארשטיין פארוואס אסאך פרויען שעמען זיך מיט דעם אז ס'דארף אזוי זיין, אבער יא! וואס קען מען טוהן אז בורא ב"ה האט אזוי באפוילן!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:36 pm

· #481181
מפיל קינד
אין מיין תורה שטייט 'ואל אשך תשוקתך והוא ימשל בך'.

רש״י אויפ׳ן פלאץ איז טאקע מסביר וואס ס׳מיינט, עיין שם, האט נישט קיין שייכות מיט דעם שמועס.

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:21 pm

· #481193
דאכט זיך רש"י זאגט אז זי טאר נישט בעטן, תובע בפה. אזוי ליגט מיר אין קאפ.

סוף כל סוף האט דער מאן א שטיקל בעלות אדאנק דעם חטא עץ הדעת, און מעגליך אפי' פריער אויך. עצם מעצמי.

תוהו ובוהו » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:27 pm

· #481195
Re: פרויען ביי חרדים
מפיל קינד
אין מיין תורה שטייט 'ואל אשך תשוקתך והוא ימשל בך'.
שטייט נישט אלס אן אידיאל, נאר אלס א קללה.
לאמיר דיר זעהן עסן דיינע קינדערס פלייש ווייל אזוי שטייט אין די תורה..

בכל אופן אויב ווילסטו בויען דיינע מאראלן מיט תורה גלעזער, דאן דארפסטו צולייגן עבדות, טרייבעליזם, און אפילו אין שובוניזם דארפסטו גיין נאך אפאר טריט..

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:35 pm

· #481198
און וואס איז מיט די קללה פון והיית משוגע? (קען זיין אז דאס איז ער שוין טאקע מקיים. 😈 )

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:39 pm

· #481199
דער רמב"ם אין הל' אישות (פט"ו ה"כ) וואו ער שטעלט אראפ די פליכטן פון א פרוי צו איר מאן (אלס אן אידעאל) שרייבט, ווי באקאנט, "ויהיה בעיניה כמו שר או מלך מהלכת בתאות לבו ומרחקת כל מה שישנא" ע"ש. די שאלה איז צי דאס וואס ער שרייבט אינעם פריערדיגן הלכה בנוגע דער מאן'ס פליכטן צו איר (עפ"י הגמרא ביבמות סב:) "שיהא אדם מכבד את אשתו יותר מגופו" טוהט דאס מיטיגעיטן. עס איז סתם אזוי מן הראוי לציין אז דער רמב"ם איז דאך געווען אן אריסטאטיליען וואס אריסטו האט דאך געהאלטן פרויען פאר אינהערענטלי אינפעריאר ווי מענער.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 3:08 am

· #481247
מי אני: מ'זאגט אז אריסטוטל איז ארומגעגאנגען קרוע בלוע און אומגעוואשן. הקיצור ער האט געלעבט ווי א האומ-לעסס. קען אפשר זיין אז ער האט נישט חתונה געהאט. עכ"פ נישט געלעבט ווי א נארמאטיווער מענטש. מיט א פרוי.

איך קען אויך אין פראקטישן לעבן עטליכע מענטשן וועלכע זענען אויבער חכמים. זיי אלע זענען געג'ט. אדער אלטע בחורים...!

אויב מ'ווילל לעבן ווי א נארמאלער מענטש קענמען נישט זיין קיין אויבער חכם...!

קהל'ס נער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 5:44 pm

· #481926
בת קול
הקטן
טייל מענער ווערן אויפגעצויגן צי זיין מאשינען צי פראדוצירן געלט געלט געלט, מאי האי?

אויב איינער איז מחשיב אסך געלט איז דאס ביי אים א נארמאלע זאך און אזוי קימט דאס, דאס הייסט סוקסעס...
זיינע קינדער ווערן אויפגעצויגן און מען רעדט זיי איין, זיך מקריב צי זיין פאר געלט און כבוד
זיי וועלן נישט וועלן ברענגען פרישע לעבן אויף דער וועלט נאר האבן 1.4 קינדער אלס פאר געלט

אנדערע זענען מער מחשיב קינדער!!! און זען דאס פאר זייער גרעסטע הצלחה אין לעבן...


וויאזוי קענסטו צוגלייכן?
א פרוי דארף דורך דיין גהנים צו באקומען א היתר צו גיין אויף ב.ק.
האסט שוין אמאל געהערט פון א מאן וואס דארף באקומען א היתר נישט צו ארבייטן? אדער קען דאס זיין זיין אייגענעם באשלוס?

ווער דארף א היתר?
ברענג מיך א איסור וועל איך דיך ברענגען א היתר.
אפשר דארף מען אויך א היתר צי אויסטון די סימס.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:32 am

· #510725
מענין לענין
פארגאנגענע זונטאג איז פארגעקימען א הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג און די בעל שמחה האט מכבד געווען ס'ווייב צו גיין גלילה בפני קהל ועדה.

א פרישע דורכברוך

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 7:54 am

· #510732
שמעון וואלף
מענין לענין
פארגאנגענע זונטאג איז פארגעקימען א הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג און די בעל שמחה האט מכבד געווען ס'ווייב צו גיין גלילה בפני קהל ועדה.

א פרישע דורכברוך
א יאר ציריק איז געווען די זעלבע אין מאנסי ווי די ווייב האט געמאכט גלילה וכו'

די חידוש איז אבער אין וויליאמסבורג אז מען האט נישט באשטיינערט די פרוי.

חדשים » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:45 am

· #510743
דאס איז דאך להחזיר עטרה ליושנה... מ’זעט שוין ענליך אין די גמרא אין חגיגה (טז:) דבר אל בני ישראל וסמך הבני ישראל סומכין ואין בנות ישראל סומכות רבי יוסי ור' (ישמעאל) [שמעון] אומרים בנות ישראל סומכות רשות אמר רבי יוסי סח לי אבא אלעזר פעם אחת היה לנו עגל של זבחי שלמים והביאנוהו לעזרת נשים וסמכו עליו נשים לא מפני שסמיכה בנשים אלא כדי לעשות נחת רוח לנשים.

לכאורה דארף דאס זיין מותר אפילו בימי ראייתה, אפילו לויט די ערשטע דעה אין סימן פ”ח (סעיף א), ווייל דא רירט מען נישט צו די ספר אליינס.

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 30, 2022 12:12 am

· #510865
און זיי זענען דאך מומחים מפסיק זיין בין לב לערוה.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 30, 2022 12:17 am

· #510869
קהל'ס נער
שמעון וואלף
מענין לענין
פארגאנגענע זונטאג איז פארגעקימען א הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג און די בעל שמחה האט מכבד געווען ס'ווייב צו גיין גלילה בפני קהל ועדה.

א פרישע דורכברוך
א יאר ציריק איז געווען די זעלבע אין מאנסי ווי די ווייב האט געמאכט גלילה וכו'

די חידוש איז אבער אין וויליאמסבורג אז מען האט נישט באשטיינערט די פרוי.
דער דיין האט גע'פסק'נט אז נאר אויב די שטיינער וועגן מער ווי 200 פונט מעג מען עס ווארפן אויף אן אשה. אנישט האט עס דעם דין פון כח גברא. (ער מוז זיין א גרויסער ת"ח תענית חלום, דער דיין.)

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 2:02 am

· #510959
בערל 😂

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 12:30 pm

· #510983
יא, אבער אז ער ווארפט שטיינער איז ער אויס גברא.
ס'איז אויס דרך גבר בעלמה...

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 8:44 pm

· #510998
אלו ואלו דא"ח. ס'איז צוויי באזונדערע מהלכים גמ' קידושין ב' ע"ב.

מתבודד » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 8:58 pm

· #511000
אפגערעדט למ”ד אז מ’גייט נאך די היינטיגע מציאות איז ביג טיים דרכו של אשה לעשות מלחמה

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 9:19 pm

· #511001
מתבודד
אפגערעדט למ”ד אז מ’גייט נאך די היינטיגע מציאות איז ביג טיים דרכו של אשה לעשות מלחמה
כ'בין געקומען צום מסקנה, ס'מוז זיין אז ער האט געמיינט אין דרכה של אשה לכבוש בלשון בתמי'....

מתבודד » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 9:47 pm

· #511005
אזוי וועט שוין אויך שטימען ’אין דרכו של אשה לחזור על האיש’...

דוד שריפטליך » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 1:13 am

· #511018
berlbalaguleh
מי אני: מ'זאגט אז אריסטוטל איז ארומגעגאנגען קרוע בלוע און אומגעוואשן. הקיצור ער האט געלעבט ווי א האומ-לעסס. קען אפשר זיין אז ער האט נישט חתונה געהאט. עכ"פ נישט געלעבט ווי א נארמאטיווער מענטש. מיט א פרוי.

איך קען אויך אין פראקטישן לעבן עטליכע מענטשן וועלכע זענען אויבער חכמים. זיי אלע זענען געג'ט. אדער אלטע בחורים...!

אויב מ'ווילל לעבן ווי א נארמאלער מענטש קענמען נישט זיין קיין אויבער חכם...!
אפשר ווילסטו זיי העלפן טרעפן שידוכים/זשאבס וכ'ו?

פרנס החודש » מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:04 am

· #517042
Re: פרויען ביי חרדים
📎 IMG_0553.jpg

משה זעקעל » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 8:07 pm

· #517198
איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן איך האף דא איז אויך גוט
איינער ווייסט פון א גוטע פרויען טערעפיסט

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 18, 2023 8:15 pm

· #517200
זאג, ביטע אויף וואס דו ליידסט. קענסט זאגן אין מאחורי אויך...!

משה זעקעל » זונטאג פעברואר 19, 2023 11:42 am

· #517248
berlbalaguleh
זאג, ביטע אויף וואס דו ליידסט. קענסט זאגן אין מאחורי אויך...!
Anxiety

yesiknow » זונטאג פעברואר 19, 2023 2:10 pm

· #517266
https://MyTAT.me/v218568
נו לאז אונז וויסען

nespresso » מאנטאג פעברואר 20, 2023 3:02 am

· #517339
משה זעקעל
איך ווייס נישט אין וועלכע אשכול עס צו לייגן איך האף דא איז אויך גוט
איינער ווייסט פון א גוטע פרויען טערעפיסט
פארוואס נישט רופן רעליעף אדער רידשענעל ביקור חולים?
זיי וועלן דיך קענען העלפן
בלאט: 1 2