☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מסירה אויף א געטרייער עסקן - און דער עולם שווייגט

מסירה אויף א געטרייער עסקן - און דער עולם שווייגט

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1471
בלאט: 1 2

עסקן » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:40 pm

· #34578
מסירה אויף א געטרייער עסקן - און דער עולם שווייגט
וואס גייט דא פאר? ווי ווייט זענען מיר שוין פארקראכן?

ס'רעדט זיך דא פון א געטרייע עסקן, פון די גרעסטע בעלי חסד וואס וויליאמסבורג פארמאגט, וואס איז אנגעקלאגט געווארן צוזאמען מיט זיין ברודער אויף סעקשאן 8 פראד דורך א מסור ליידער מאחבנ"י, און דער עולם איז שטיל. ר' א. ל. ג. הי"ו איז א איד וואס האט זיך מקריב געווען פאר זיינע אידישע ברודער ווען ער האט געקענט, נישט קוקענדיג צו וואסערע פארטיי אדער חסידות ער באלאנגט, און איז אפלו געווען געצווינגען צו רעזיגנירן פון א פאסטן פארן העלפן א איד אין תפיסה (אויך געווען אלס רעזולטאט ליידער פון א בייזוויליגע מסירה דורך אידן).

דער עולם איז פארנומען מיט אנדערע נארישקייטן, צו פראטעקטן דעם און יענעם, און נאר איינער וואס גייט אהן א בארד אזא איינער איז א מסור, און אים רודף'ן ביזן סוף, אבער אויב גייט ער מיטן חסידישען טראגע מעג ער טוען וואס ער וויל. וואו זענען די אלע גוטהארציגע אידן וואס האבן איבערגעדרייט א שטאט פאר וועבערמאן? וואו זענען זיי? ווייל דער מסור האט א ברייטן היט און ציט עס אראפ ביזן נאז ווען ער דארף גיין צום צורר היהודים אכמעדינעזשאד (וד"ל) וועגן דעם הערט מען נישט קיין פיפס? ווייל די אזוי גערופענע פירער פון וויליאמסבורורג
זענען העכסט צופרידן אז דער געטרייער עסקן ליידט זיך נעבעך צאם וועגן דעם דארפן מיר זיי צופרידן שטעלן און זיין שטיל? ס'איז ני"שט גענוג אזא גרויסע עולה ווי פארקויפן "דער שטערן"? ס'איז נישט גענוג אזא גרויסע עולה ווי פארקויפן דער "עמי" אין וויליאמסבורג? הזאת וויליאמסבורג?

ווען מ'האט איינגעזעצט 26 בחורים און יונגעלייט אפאר יאַר צוריק שמחת תורה אין סאטמערע בהמ"ד אויף ראדני, און נאך יו"ט געקומען פארלאנגען אין קאורט אז מ'זאל

עסקן » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:41 pm

· #34583
עפעס א טעות האט פאסירט מיטן ארטיקל, כ'האף מ'וועט עס פארשטיין אזוי אויך

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:47 pm

· #34587
נו, ער האט דאך געארבעט לטובת א קהילה. וואו איז יענע קהילה פארשטייער?

גדעון » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:51 pm

· #34591
האט ער געשווינדעלט אדער איז עס א בילבול?

מ'דארף העלפן יעדע איד בצר לו, אבער וואס איז שייך צי טון, ווי איך האב געהערט האט א געוויסע אדמו"ר ציזאמגעשטעלט אסאך געלט פאר די לויערס פונעם ברודער.

אדרבא, זאג וואס דער עולם זאל טון, אויסער 'נישט שווייגן'

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:26 pm

· #34785
איך ווייס נישט וואס עס איז שייך דא צו טוהן קעגן דעם מסור.

איך וויל נישט שרייבן דא א נאמען, ווייל עס זעהט מיר אויס, ווי די עסקנים ווילן נישט בפירוש ארויסשרייבן דעם נאמען. די ארטיקל אין בלאט אין פארעם פון א בריוו פון א ליינער האט נישט געהאט קיין נאמען, און דער פותח האשכול האט נאר געשריבן רמזים.

עכ"פ, ער וואוינט נישט צווישן אונז, ער שיקט נישט די קינדער ביינונז אין תלמוד תורה, ער טוט מעשים וואס די קהילה וואו ער וואוינט האט אים אויסגעשפיגן דערפאר.

מיט וואס קען מען מחרים זיין אזא פארשוין?

גאלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:52 pm

· #34804
ווער דוועק?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:54 pm

· #34808
ניין, איינער פון די אמאליגע נטורי קרתה, פריעדמאן אפשר? ער האט געוואוינט אין וויענע א שטיק צייט.

אברעמעל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:02 pm

· #34815
עסקן דו ווילסט אויפטיהן אדער האבן טענות?
כ'האב געהערט פון איינעם וואס איז באקאנט אין די פרשה אז זיי דארפן נישט קיין העלפ מ'האט זיך שוין מער וויינגער מסדר געווען אויף א געלט שטראף.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:04 pm

· #34817
אברעמעל
עסקן דו ווילסט אויפטיהן אדער האבן טענות?
כ'האב געהערט פון איינעם וואס איז באקאנט אין די פרשה אז זיי דארפן נישט קיין העלפ מ'האט זיך שוין מער וויינגער מסדר געווען אויף א געלט שטראף.

פאר ביידע ברידער?

אברעמעל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:05 pm

· #34819
כ'האב עס שוין געהערט א שטיק צייט צוריק, כ'מיין אז יא

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:15 pm

· #34826
זיי גייען ביידע פליען גילטי

אזוי גאר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:18 pm

· #34924
דערווייל נאר א.ל. אבער מ. האלט נאך נישט ביי א פלי בארגען.

לפי ידיעתי

עסקן » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:21 pm

· #36300
לויט ווי עס האלט יעצט וויל יו טי עי נישט קאפערירן, זיי גייט נישט אהן אז ר' א. ל. וועט גיין זיצן, איי ער האט דאך אזויפיל שטאף אויף זיי און קען יעצט גוט איינמייערן יו טי עי? נא ס'גייט זיי נישט אהן, זיי ווייסן אז ר'א. ל. איז א פיינער מענטש מיט א גאלדן הארץ, און גייט קיינמאל נישט מסר'ן א צווייטען איד יהי' מה שיהי'.

שיין דערלעבט! דא האלט מיר אונז אויף די וועלט! דאס איז די הכרת הטוב פארן עסקן וואס האט זיך אזוי איבער געגעבן פאר וויליאמסבורג בכלל און סאטמאר בפרט (אפילו פאר צד מהרז"ל פון אנפאנג וד"ל).

NAVY SEAL » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:45 pm

· #36308
וואו קומט UTA אריין און פיקטשער?

גדעון » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:58 pm

· #36313
יו טי עי באזיצט די הייזער ווי דער שווינדל איז פארגעקומען,

און מיר געדענקן גוט ווי דער גאלדענע הארץ איז ארומגעפארן מיט א קאר און אויסגערופן געמיינע לאזונגען קעגן א געוויסע ארגענעזאציע און קהלה.

ביז יעצט האט דער עולם נישט פארשטאנען וואס מ'וויל מיט דעם אשכול, וואס וויל מען אז דער עולם זאל טון, יעצט פארשטייט מען שוין, מ'גייט בלעימען יו טי עי אויף אלע פראבלעמען.

הה"ד אריין אין צימעס! (אוי, ס'איז שוין)

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:11 pm

· #36320
גדעון
יו טי עי באזיצט די הייזער ווי דער שווינדל איז פארגעקומען,

און מיר געדענקן גוט ווי דער גאלדענע הארץ איז ארומגעפארן מיט א קאר און אויסגערופן געמיינע לאזונגען קעגן א געוויסע ארגענעזאציע און קהלה.

ביז יעצט האט דער עולם נישט פארשטאנען וואס מ'וויל מיט דעם אשכול, וואס וויל מען אז דער עולם זאל טון, יעצט פארשטייט מען שוין, מ'גייט בלעימען יו טי עי אויף אלע פראבלעמען.

הה"ד אריין אין צימעס! (אוי, ס'איז שוין)

אויב זיין עבירה קעגן די זאליס איז ער האט קאמפיינט פאר סקוואדראן נעגעטיוו, אין צייט וואס משה דוד האט קאמפיינט נעגעטיוו פאר ר' מאטי קאנאר
האט ער דאך געטוהן אסאך אסאך ארגערס פינדעם קעגן די ארונים ביז מען האט אים געווארפן פין 82

די ארונים האבען אים געקענט מוחל זיין
אבער די זאליס קענען נישט העלפן א יוד וואס זיין חטא איז אז ער האט געהאלפן זיין ברודער - א זאלי

שעם דיך!

גדעון » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:30 pm

· #36340
ווען ס'איז דא עפעס מיט וואס איך קען אים העלפן וואלט איך געהאלפן היינט, איך האב אבער נישט פארשטאנען איין זאך - דו פארפירסט ווי א קינד פארוואס מ'שווייגט. וואס די גיהנום ווילסטו דער עולם זאל טון? נעמען א בול-הארן און אנטון אויפן קאפ?
יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, דו האסט א מעשה פון יו טי עי אן קיין שום הסברים מיט וואס יו טי עי קען בכלל העלפן, און וואס פונקטליך דו ווילסט פון זיי, און בכלל דארף סיי ווער זיין נאריש צו גלייבן סיי וואס דו זאגסט איבער יו טי עי.

און צו די נעגאטיווע קאמפיין, ס'איז נישטא קיינער וואס קען זאגן אז ער האט געהערט אמאל ר' משה דוד זאגן איין קרומע ווארט אויף סיי וועלכע איד ברבים. אפילו ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי די גענעראל פארזאמלונג אין ראדני איבער די קעמפס האט ער אפילו ברמז קל דערמאנט די ארונים.
אנדערש איז דער גאלדענע עסקן וואס איז ארומגעפארן מיט א מייק און געשימפט און געשאלטן איבער די גאסן פון וויליאמסבורג, דער טאקטיק וואס איז אימפארטירט געפארן פון א געוויסע קרייז אין מאנרא וואס האט שוין גענוצט דעם מיטל אויף זייערע פאליטישיע שונאים אסאך מאל,
אבער ווי געזאגט, איך וואלט אים ווייטער געהאלפן ווען דו שרייבסט מיט וואס איך קען.

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:58 pm

· #36368
גדעון
ווען סאיז דא עפעס מיט וואס איך קען אים העלפן וואלט איך געהאלפן היינט, איך האב אבער נישט פארשטאנען איין זאך- דו פארפירסט ווי א קינד פארוואס מ'שווייגט. וואס די גהינום ווילסטו דער עולם זאל טון? נעמען א בול-הארן און אנטון אויפן קאפ?
יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, דו האסט א מעשה פון יו טי עי אן קיין שום הסברים מיט וואס יו טי עי קען בכלל העלפן, און וואס פונקטליך דו ווילסט פון זיי, און בכלל דארף סיי ווער זיין נעריש צו גלייבן סיי וואס דו זאגסט איבער יו טי עי.
און צו די נעגעטיווע קאמפיין, סאיז נישטא קיינער וואס קען זאגן אז ער האט געהערט אמאל ר' משה דוד זאגן איין קרומע ווארט אויף סיי וועלעכע איד ברבים. אפילו ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי די גענעראל פארזאמלונג אין ראדני איבער די קעמפס האט ער אפילו ברמז קל דערמאנט די ארונים.
אנדערש איז דער גאלדענע עסקן וואס איז ארומגעפארן מיט א מייק און געשומפט און געשאלטן איבער די גאסן פון וויליאמסבורג, דער טאקטיק וואס איז אימארטירט געפארן פון א געוויסע קרייז אין מאנרוי וואס האט שוין גאנוצט דעם מיטל אויף זייערע פאליטישיע שונאים אסאך מאל,
אבער ווי געזאגט, איך וואלט אים ווייטער געהאלפן ווען די שרייבסט מיט וואס איך קען.

קאום דאון
האסט דערמאנט די עבירה פון די מייק אין די גאסן אלס א ענטפער פארוואס 82 דארף אים נישט העלפן
אויף דעם האב איך דיר געענטפערט

און פארוואס יו טי עי איז אינוואלווד דארף איך קיינעם נישט מסביר זיין
זיי זענען די לעגאלע בעלים אויף די דירות

וועגן משה דוד'ס נעגאטיווע קאמפיין
איך האב נישט אוועקגעלייגט אלע מעסעזשעס פין משה דוד אין זיין ארבייטער א' ד' (איך שרייב נישט זיין נאמען ווייל ער טוט עס שוין נישט)
אבער משה דוד'ס נעגאטיווע מעשים דארף איך נישט קיין ראי' פון זיינע מעסעזשעס
זיינע מעשים גענוג מוכיח וואס איז שוין ברייטער אויסגעשמועסט דא
אבער ער טוט וואס ער קען צו פייטן די ארונים בכלל ווען ער האט א געלעגנהייט, חוץ ביי אויסנאם פעלער ווי עס לוינט אים
ראוז פלאזא, קעמפס, שמו''ע אין ראדני, דאס אויסדרייען די מציצה בפה מערכה, אא''וו.

היסטאריקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:08 pm

· #36378
גדעון
ווען סאיז דא עפעס מיט וואס איך קען אים העלפן וואלט איך געהאלפן היינט, איך האב אבער נישט פארשטאנען איין זאך- דו פארפירסט ווי א קינד פארוואס מ'שווייגט. וואס די גהינום ווילסטו דער עולם זאל טון? נעמען א בול-הארן און אנטון אויפן קאפ?
יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, דו האסט א מעשה פון יו טי עי אן קיין שום הסברים מיט וואס יו טי עי קען בכלל העלפן, און וואס פונקטליך דו ווילסט פון זיי, און בכלל דארף סיי ווער זיין נעריש צו גלייבן סיי וואס דו זאגסט איבער יו טי עי.
און צו די נעגעטיווע קאמפיין, סאיז נישטא קיינער וואס קען זאגן אז ער האט געהערט אמאל ר' משה דוד זאגן איין קרומע ווארט אויף סיי וועלעכע איד ברבים.
וואס איז מיט די מיאוסע קאמפעין קעגן ר׳ אברהם יצחק אבראהם אין דבר יום ביומו טאג טעגליך?
די פארגעסט אדער מאכסט דיך תמוואטע?

אפילו ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי די גענעראל פארזאמלונג אין ראדני איבער די קעמפס האט ער אפילו ברמז קל דערמאנט די ארונים.
אנדערש איז דער גאלדענע עסקן וואס איז ארומגעפארן מיט א מייק און געשומפט און געשאלטן איבער די גאסן פון וויליאמסבורג, דער טאקטיק וואס איז אימארטירט געפארן פון א געוויסע קרייז אין מאנרוי וואס האט שוין גאנוצט דעם מיטל אויף זייערע פאליטישיע שונאים אסאך מאל,
אבער ווי געזאגט, איך וואלט אים ווייטער געהאלפן ווען די שרייבסט מיט וואס איך קען.

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:16 pm

· #36380
היסטאריקער

ווער געדענקט די ארטיקל ווי משה דוד אינטערגעשריבן מיט זיין נאמען קעגן אברהם יצחק אין דער איד
הא לן והא להו!

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:21 pm

· #36382
מ'האט ר ארי לייב'ן נישט געווארפן פון 82
איך פערסאנעלי האלט פון אים
איך האב אליינס צוגעזען ווי ער העלפט צובראכענע אידן אין תפיסה
איך פארשטיי נישט צו קיין ביזנעס
82 איז געווען אין א לאך
און מייזעלס האט געוואלט ראטעווען די זאך
מ'האט געוואלט אז ר' ארי' לייב זאל מער נישט זיין בעה"ב איבער אלעם, ווייל ער איז געווען פארט פונעם פראבלעם אין 82
ער האט אבער בשו"א נישט מסכים געווען אז איינער זאל זיין איבער אים.

בעיני ראיתי ווי אדמו"ר מהרז"ל בעט זיך בי אים נישט צו גיין! מיט מיינע אויגן האב איך געזען ווי זיי שמועסן אין דברי יואל קעמפ (מסתם אום תשס"א אדער ב'), ס'האט אויסגעזען ווי מהרז"ל האט זייער געוואלט ער זאל בלייבן.
איך בין אים נישט דן
אבער מ'קען נישט זאגן אז מ'האט אים געווארפן
ס'איז פשוט ליגענט.
איך האלט זייער פון אים
וועלטן!

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:41 pm

· #36396
זר זהב
מ'האט ר ארי לייב'ן נישט געווארפן פון 82
איך פערסאנעלי האלט פון אים
איך האב אליינס צוגעזען ווי ער העלפט צובראכענע אידן אין תפיסה
איך פארשטיי נישט צו קיין ביזנעס
82 אז געווען אין א לאך
און מייזעלס האט געוואלט ראטעווען די זאך
מ'האט געוואלט אז ר' אריה לייב זאל מער נישט זיין בעה"ב איבער אלעם, ווייל ער איז געווען פארט פונעם פראבלעם אין 82
ער האט אבער בשו"א נישט מסכים געווען אז איינער זאל זיין איבער אים
בעיני ראיתי ווי אדמו"ר מהרז"ל בעט זיך בי אים נישט צו גיין! יט מיינע אויגן האב איך געזען ווי זיי שמועסן אין דברי יואל קעמפ (מסתם אום תשס"א אדער ב'), ס'האט אויסגעזען ווי מהרז"ל האט זייער געוואלט ער זאל בלייבן.
איך בין אים נישט דן
אבער מ'קען נישט זאגן אז מ'האט אים געווארפן
ס'איז פשוט ליגענט.
איך האלט זייער פון אים
וועלטן!

איך ווייס נישט וועם איך זאל גלייבן
ארי' לייב זאגט אז מען האט אים געוויזן די וועג טראץ וואס ער האט עטליכע מאל זיך געבעטן ביי ר' זלמן לייב מ'זאל נישט זיין אזא כפוי טובה צו אים
אין זר זהב שרייט אז ר' זלמן לייב האט זיך געבעטן ביי אים ער זאל בלייבן

נארמאל וואלט איך אפשר געגלייבט זר זהב ווייל ער זאגט קיינמאל נישט קיין ליגענט ווען עס קומט צו פארטיי....
נאר איך פארשטיי נישט פארוואס ארי' לייב זאל מסכים זיין צו 'פארלירן זיין פרנסה' ווייל אשר אלימלך וועט זיין איבער אים
אין פארוואס ווען ר' לייבוש אין ר' סענדר ע''ה זענען געווען איבער אים האט ער נישט געהאט קיין בעה''ב

די לאך פין די מוסדות האט כמעט נישט געהאט מיט אים
די עיקר לאך איז געווען פין די בילדיג וואס מען אפגעקויפט אין קווינס פאר די נייע ישיבה גדולה אין די קעמפ
(געהערט דעמאלטס אז משה שמואל האט נאר געגבן דאון פעימענט אין א חלק פין די קאנסטראקשאן ביי די קעמפ)
ביידע געקויפט אין איין יאר מיט א מארגעזש
אין נאכדעם האט די ישיבה געהאט נאך אסאך גרויסע הוצאות וואס די מערכה אויפצובויען ר' זלמן לייב האט אפגעקאסט
די חתונה פין אהרן ברז''ל, די געהאלטן פאר ... ר' אין אנדערע 'עסקנים' אא''וו ביז די פארטיי ווערט מסודר
וואס דאס אלעס האט 82 געמוזט ספאנסערן לויט א באפעל פין די וואס האבען אים שפעטער געווארפן...
א ישיבה וואס לויפט יארען לאנג מיט א בוזשעט קען מען נישט פין מיניט אויף די צווייטע צולייגן אפאר מיליאן דאללער

עסקן » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:51 pm

· #36403
זר זהב ביסט גערעכט מ'האט אים נישט געווארפן מ'האט אים סתם געוויזן ווי די טיר געפונט זיך.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:56 pm

· #36408
ר' ארי' לייב בתפארתו

cookies » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:07 pm

· #36434
who is that polotision

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:12 pm

· #36436
דזשוליאני

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:51 pm

· #36452
cookies
who is that polotision

did you say you want a Polochinta?

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:22 am

· #36595
גדעון
ווען ס'איז דא עפעס מיט וואס איך קען אים העלפן וואלט איך געהאלפן היינט, איך האב אבער נישט פארשטאנען איין זאך - דו פארפירסט ווי א קינד פארוואס מ'שווייגט. וואס די גיהנום ווילסטו דער עולם זאל טון? נעמען א בול-הארן און אנטון אויפן קאפ?
יעצט פארשטיי איך שוין אלעס, דו האסט א מעשה פון יו טי עי אן קיין שום הסברים מיט וואס יו טי עי קען בכלל העלפן, און וואס פונקטליך דו ווילסט פון זיי, און בכלל דארף סיי ווער זיין נאריש צו גלייבן סיי וואס דו זאגסט איבער יו טי עי.

און צו די נעגאטיווע קאמפיין, ס'איז נישטא קיינער וואס קען זאגן אז ער האט געהערט אמאל ר' משה דוד זאגן איין קרומע ווארט אויף סיי וועלכע איד ברבים. אפילו ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי די גענעראל פארזאמלונג אין ראדני איבער די קעמפס האט ער אפילו ברמז קל דערמאנט די ארונים.
אנדערש איז דער גאלדענע עסקן וואס איז ארומגעפארן מיט א מייק און געשימפט און געשאלטן איבער די גאסן פון וויליאמסבורג, דער טאקטיק וואס איז אימפארטירט געפארן פון א געוויסע קרייז אין מאנרא וואס האט שוין גענוצט דעם מיטל אויף זייערע פאליטישיע שונאים אסאך מאל,
אבער ווי געזאגט, איך וואלט אים ווייטער געהאלפן ווען דו שרייבסט מיט וואס איך קען.

דו דארפסט טאקע א קלארע צעטל פון מ.ד. צו פראוו אז ער פאריפט זיך "פאראייניגטע" אידישע ארגענעזאציעס פון וויליאמסבורג און ארבעט אפען אקעגן א קהלה און מוסדות, וואס אזויפיל העסטו מודה זיין אז זיי זענען די צווייטע גרעסטע אין וויליאמסבורג.
צו דו דארפסט פראוו אז ער האט געארבייט קלאר אקעגן א איד'ס פריוואטע נכסים נאר ווייל ער איז פון די שישקעס פון א קהלה און מוסדות וואס ער באויקעטירט, ווען אין די זעלבע צייט האט ער נישט פארלאנגט פון אנדערע די זעלבע.

כ'האב נאר געענטפערט, יעצט צוריק צום נושא: כ'גלייב שווער אז ס'איז דא וואס צו טוהן דא. דער מסור איז סיי ווי מחוץ למחנה

עסקן » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:05 pm

· #42892
בקשו רחמים! אזוי ווי מארגן דינסטאג 2:00 גייט פארקומען א קאורט אויף ר' ארי' לייב ה"ו, בעט מען דעם עולם מען זאל מתפלל זיין פאר ר' ארי' לייב בן זלאטא אז ער זאל ארויס גיין זכאי בדין, מען זאל נישט פארגעסן וויפיל טובות דער איד האט געטוען פאר זיינע ברודער כאטש ס'האט אים געקאסט זיין פאסטן וד"ל.

לעמיל » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:01 pm

· #43180
עסקן
בקשו רחמים! אזוי ווי מארגן דינסטאג 2:00 גייט פארקומען א קאורט אויף ר' ארי' לייב ה"ו, בעט מען דעם עולם מען זאל מתפלל זיין פאר ר' ארי' לייב בן זלאטא אז ער זאל ארויס גיין זכאי בדין, מען זאל נישט פארגעסן וויפיל טובות דער איד האט געטוען פאר זיינע ברודער כאטש ס'האט אים געקאסט זיין פאסטן וד"ל.

עני אופדעיטס פון קארט?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:03 pm

· #43182
לעמיל
עני אופדעיטס פון קארט?

פון איי וועלט:
Both plead guilty in court. Aryeh Leib for a misdemeanor count (0-6 months) and Mordcha Menashe with one count of theft (6-18 months). Sentence is schedule for Jan 25

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:04 pm

· #43184
יעצט געהערט אז ר׳ א.ל איז געסעטענסט נעבך אויף 6 חדשים, און זיין ברודער אויף 6 ביז 18.

---
שמואל האקט

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:06 pm

· #43186
זאל דער ריבונו של עולם שומר ומציל זיין אלע אידן!

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:07 pm

· #43189
אוי טאטי
יעצט געהערט אז ר׳ א.ל איז געסעטענסט נעבך אויף 6 חדשים

פון 0 ביז 6.

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:11 pm

· #43194
שמואל הלוי
אוי טאטי
יעצט געהערט אז ר׳ א.ל איז געסעטענסט נעבך אויף 6 חדשים

פון 0 ביז 6.

טעות לעולם חוזר,
נו, זאל טאקע נאר זיין 0!

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:12 pm

· #43195
וואס מיינט דאס, די אונטערשטע שורה?

שמואל הלוי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:14 pm

· #43196
אונטערשטע שורה איז אז אויפן ערגסטן פאל וועט זיין זעקס חדשים (מן הסתם דאס אויך נישט ווייל אויב איז מען וואויל גייט אראפ א דריטל) און אין בעסטן פאל וועט ער בכלל נישט דארפן זיצן.

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:15 pm

· #43197
פשוט, אויב איז פון 0 ביז 6 קען נאך די דזשאדזש דעסיידען אים גארנישט צו געבן.

אפשר ווייס איך נישט גוט, איך בין נישט אזוי באקאנט, נאר אזוי פארשטיי איך עס, בינעך נישט גערעכט? 

פריינדליך » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:23 pm

· #43200
אוי טאטי
יעצט געהערט אז ר׳ א.ל איז געסעטענסט נעבך אויף 6 חדשים, און זיין ברודער אויף 6 ביז 18.

ווי אזוי איז מעגליך אז ער איז נעבעך געסעטענסט אויף זעקס חדשים בשעת די סענטענסדיג דעיט איז ערגעץ דריי חדשים ארום??

אוי טאטי
אפשר ווייס איך נישט גוט, איך בין נישט אזוי באקאנט, נאר אזוי פארשטיי איך עס, בינעך נישט גערעכט?

מען האט נאך נישט געגעבן קיין שטראף,

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:26 pm

· #43202
מ'האט גארנישט געסענטענסט, דאס גייט הערשט זיין יאנוער דעם 25'סטן,

ס'איז ביד דעם דשאדש צו געבן לויט די פארשריפטן,

ארי' לייב האט דער דשאדש דער רעכט צו געבן גארנישט, נאר פראבעשן

דער ברודער מוז קריגן א מינימום פון 6 חדשים, נעבעך

ווען זיי גייען ווען ביידע פאר טרייעל, וואלט עס אפגעקאסט שווערע טויזענטערס און ס'וואלט אפשר געקענט געלונגען צו ארויסקומען גענצליך ריין
אבער אויב נישט וואלטן זיי געקענט זיצן 10 יאר,

עיין ערך רובאשקין, נפתלי שלעזינגער ועוד,

ועיין ערך אדמו"ר מספינקא וואס איז יא געגאנגען פאר א פלי, און ער איז שוין אינדרויסן,

וויזוי זאגט נאר כ"ק אדמו"ר מ'מונקאטש:

12 גוים וועלן קיינמאל פריישפרעכן א חסידישע איד,

אוי טאטי » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:39 pm

· #43211
פריינדליך
אוי טאטי
יעצט געהערט אז ר׳ א.ל איז געסעטענסט נעבך אויף 6 חדשים, און זיין ברודער אויף 6 ביז 18.

ווי אזוי איז מעגליך אז ער איז נעבעך געסעטענסט אויף זעקס חדשים בשעת די סענטענסדיג דעיט איז ערגעץ דריי חדשים ארום??

אוי טאטי
אפשר ווייס איך נישט גוט, איך בין נישט אזוי באקאנט, נאר אזוי פארשטיי איך עס, בינעך נישט גערעכט?

מען האט נאך נישט געגעבן קיין שטראף,

איך האב סך הכל נאכגעשריבן א מעסעדזש וואס איך האב באקומען, ישר כח פארן מיר אויפמערקזאם מאכן.

פיינע קאווע » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 8:23 pm

· #43333
זר איז פונקט געווען אין קעמפ, פונקט געזעהן מהגז"ל רעדען צו ארי' ליב. און ווייסט שוין פונקטליך איבער וואס דער שמועס איז געווען. הפלא ופלא
עס קוקט אויס אז מיר אידעלעך אין קאווע שטיבל האמיר דא א ערנסטע שישקע פון די הויעכע פענצטער ביי הגז"ל אין שטוב.

משכיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 1:07 am

· #43850
דשוליאני

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:05 pm

· #45288
קאווע טרינקער
נו, ער האט דאך געארבעט לטובת א קהילה. וואו איז יענע קהילה פארשטייער?

דו מיינסט אוודאי די ערשטע. זיי זענען צופרידן אז ער האט נעבעך פראבלעמען. וד"ל

זר זהב » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:56 pm

· #91442
ב"ה נישט ערגער!

נישטא א גרעסערער חסיד פון אים ווי מיר, ער איז א צדיק פון א איד!

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:58 pm

· #91444
דא האסטו <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1471">viewtopic.php?f=33&t=1471</a><!-- l -->
איינע פון די ערשטע אשכולת און צומעס

גאלד » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:21 pm

· #91453
דער ברודער, ר' מנשה, האט מען פאר'משפט שוין אפאר וואכן צוריק צו 6 חדשים נעבעך,
ר' ארי' לייב איז בלויז געווען דער מסייע האט ער באקומען דער קלענערע עונש
ביידע האבן באקומען כמעט די מינינומום
איך וויל נישט דא אריינמישן וועבערמאן,
אבער ס'גוט צו וויסן אז זיי האבן געפליטעד גילטי, ווען זיי ווערן ווען געפינען שולדיג דורך א דשורי, וואלט דער ברודער ווען געקענט באקומען 10 יאר און ר' ארי' לייב 3-4 יאר,
הלוואי ווען קיינער פאלט נישט אריין און קיין לעגאלע פראבלעמען
אבער ליידער פאסירט עס יא און ס'צייט זיך צו לערנען א לעקציע

אגב, איך זעה נישט פארוואס דאס ליגט אין צימעס

מיין מיינונג » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:26 pm

· #91454
גאלד, עס איז בכלל נישט דומה א סטעיט קעיס צו א פעדעראל קעיס, ס'איז א גענצליך אנדערע שפיל. נעם ענדערש א ראי' פון נפתלי שלעזינגער, מרדכי יצחק סאמעט, שלום מרדכי רובאשקין. די אלע אידן האבן געהאט פליע בארגעינס און דאס נישט גענומען און זענען ארויס מיט שווערע יארן. לעומת זה רוב אידן פון דוועק קעיס וואס האבן גענומען פליע בארגעינס האבן באקומען מאקסימום 5 יאר

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:37 pm

· #91456
גייט אריין אפריל 16

(פארוואס איז דעס אין צימעס?)

גאלד » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:44 pm

· #91460
נו וואס האט דאס מיט היימישע גאסן און הויפן?
דאס ברויך גייט און די זעלבע סעקשן ווי, רובאשקין און וועבערמאן, וכו'
בלאט: 1 2