☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט.קאם

קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט.קאם

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14707
בלאט: 1 2

מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:06 pm

· #476604
קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט.קאם
איך זע ס'טוט זיך דארט לעבעדיג, ס'קומט א דעקלעראציע זונטאג.

איינער זאגט מיר אז זיי שפארן טיילווייז צו דעם סייט ס'וועט מער נישט זיין אפן פאר די פובליק ווי ביז היינט.

איינער ווייסט פרטים?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 24, 2021 8:04 pm

· #476619
מפיל קינד: מסתמא האבן זיך די עדס נישט אויסגעצאלט...!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 24, 2021 9:11 pm

· #476626
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 24, 2021 9:18 pm

· #476627
אנשטענדיגע איד: איך בין לכתחילה געקומען צו קאווע שטיבל. א פאר חדשים נאך וואס ס'האטציך אויפגעמאכט...!

ומעשה שהיה כך היה. כידוע האביך געדרייווט א באס. פרעגט מיר א בחור, מסיח לפו תומו אויב איך בין אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. האביך איהם אנגעקוקט ווי ער איז אראפגעקומען פון די לבנה...."וואס איז דאס קאווע שטיבל"?..האביך איהם געפרעגט...! ער האט אליין נישט פונקטליך געוואוסט. (ב"ה). פאר מיר איז עס גענוג געווען. איך האב גלייך גענומען זוכן וואס דאס איז קאווע שטיבל...!

ועוד. דער נח"ש נחום ראזנבערג האט געהאלטן אין איין אויפברענגען (אויף זיין בלאג) אז מ'בארעדט איהם אויף קאווע שטיבל. האביך מיך שוין גאר שטארק אינטרעסירט. און איך האב מיך אויפגעסיינט...!

תרמב » דאנערשטאג יוני 24, 2021 11:22 pm

· #476631
ווער ווייסט וואס די חברה אויף אייוועלט ווערטשאפטן דא אן?! עפעס פרישע פירצות גייט מען דא אנברענגען.......

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 24, 2021 11:44 pm

· #476633
לכאורה גייען זיי אנהייבן די לייק קנעפל אזוי טראכט איך

מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 24, 2021 11:50 pm

· #476634
קאצקע ציקער
לכאורה גייען זיי אנהייבן די לייק קנעפל אזוי טראכט איך

פון די מצב דארט קוקט אויס אזוי.

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג יוני 25, 2021 12:00 am

· #476635
איינער קען צוצייכענען א מ"מ?

תרמב » פרייטאג יוני 25, 2021 12:23 am

· #476636
ס’איז אין אסאך אשכולות, ס’איז אפירגעקומען צענדליגע אור אלטע ניקס, ס’טוט זיך א היסטעריע, מ’ווארט אויף עפעס א מיסטריעזע מעמד אסיפת הניקים לטוהר המחנה, די עולם שפירט זיך ווי אינמיטן מכות חושך א בוקה ומבלוקה!

תרמב » פרייטאג יוני 25, 2021 1:04 am

· #476639
דאס וואלט געווען א גוטע פלאן....... אבער וואס וועט זיין מיט די ניקס וואס זענען די זעלבע נעמען דא ווי דארט ווי למשל טשאדעלע באדעלע?

יעקב מעקסוועל » פרייטאג יוני 25, 2021 1:08 am

· #476640
מען קען מאכן איין ניק אין אידיש און איין אין ענגליש 😉

קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 25, 2021 2:01 am

· #476641
אינגערמאנטשיקל
איינער קען צוצייכענען א מ"מ?

<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48224">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48224</a>

גאנץ זיס ..

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 25, 2021 2:03 am

· #476642
ס׳מיר זייער שווער צו פארשטיין אייוועלט שפראך, איינער קען אריינקומען קלאר וואס גייט פאר אן קיין רמזים און פשט׳לעך? אויבנאויף זעהט עס אויס ווי א לעהט אפריל פול׳ס צו חודש אדר בעיבישקייטן.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 25, 2021 2:08 am

· #476643
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אבער דאמאלס דארף קאווע שטיבל האבן א רוחניות'דיגע און סאציאלע ירידה. כדי זיי זאללן זיך טרעפן אונטערוועגנס...!

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג יוני 25, 2021 6:56 am

· #476649
לפי מיין אייוועלט עקספיריענס איז עס א הונדערט פראצענטיגע דזשאוק.

אויב נישט זאל קיינער קומען שרייען נאכדעם כהאב געוואוסט, ווייל די פערדיקשנס זענען נישט געבויעט אויף גארנישט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יוני 25, 2021 10:23 am

· #476654
וויכי גייט ווערן רויט. אקעי? זאלסט נישט זאגן כ׳אדיר נישט געזאגט - און אויב נישט גיי איך נישט ווערן רויט 😳 דאנט ווארי כעל זיך שוין אנייצע געבן...

תרמב » פרייטאג יוני 25, 2021 7:18 pm

· #476675
ווארטס צו מיט א רואיגקייט זונטיג נאכמיטאג וועט עטס אלעס געוואור ווערן, מ’דארף נישט זיין נערוועז.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יוני 27, 2021 1:29 pm

· #476709
[ציטאט אראפגענומען]

ווי שרייבן זיי דאס?

מפיל קינד » זונטאג יוני 27, 2021 1:59 pm

· #476712
די סייט איז פארמאכט יעצט.

זיי שרייבן פאר אפאר מינוט.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יוני 27, 2021 2:02 pm

· #476713
אפן.

מפיל קינד » זונטאג יוני 27, 2021 2:07 pm

· #476714
ס'קראכט

אייראפעישער חסיד » זונטאג יוני 27, 2021 2:14 pm

· #476715
ס'קראכט נישט אזוי שנעל!

זופ מיט מאנדלען » זונטאג יוני 27, 2021 2:22 pm

· #476716
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48326">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48326</a>

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 27, 2021 2:37 pm

· #476717
אקעי
לאמיר בלי נדר צו שטיייער געבן

מפיל קינד » זונטאג יוני 27, 2021 3:03 pm

· #476718
ווער ערלעדיגט א קאווע שטיבל פעידזש?

תרמב » זונטאג יוני 27, 2021 3:20 pm

· #476719
ס’וועט זיין א ניק פון קאווע שטיבל וואס גייט האבן א פעיזש, מוועט קענען צושטייער געבן דארט

berlbalaguleh » זונטאג יוני 27, 2021 3:27 pm

· #476721
זופ מיט מאנדלען
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=48326

זופ מיט מאנדלען: ייש"כ. אבער דו זעהסט. מיך האט ער שוין פארלוירן.

קוים וואס ער האט זיך דער-קעקעצט (נאך 3 אשכולות) מיט די העדליין פון ..."למען טוהר מחנינו"...קומט ער אויף מיט א (ביטערע) מעשה פון א יונגערמאן וועלכער האט ל"ע נאכנישט קיין קינדער עטליכע יאר (וויפיהל זאגט ער נישט.) נאכ'ן חתונה.

נאר ווי דער פראבלעם האט עפעס צו טון מיט ..."טוהר המחנה"... הייב איך נישט אן צו !...פארשטיין. און ווייטער האביך שוין נישט קיין נערוון צו נישטערן אין זייערע קליינע אותיות...!

מה נפשך. וויללן זיי דא אויפטון ..."למען טוהר המחנה"... זאללן זיי גלייך צו גיין צום פוינט...וואס פעהלט אויס די אלע הקדמות...? אויך. ווי קומט דער פראבלעם מיט דעם יונגערמאן דעם חשוכי בנים, ל"ע צו דעם אנדער'ן סאבדזשעקט...!

ווער ס'האט נערוון און געדולד צו ליינען ביז'ן סוף און ער נעמט ארויס זייער מסקנא זאלל מיך ביטע לאזן וויסן... יישר כח למפרע...!

אינגערמאנטשיקל » זונטאג יוני 27, 2021 3:57 pm

· #476723
כל הכבוד.

איך פרוביר אביסל בעסער צו פארשטיין. גייען זיך מערערע ניקס אראפצוען די מאסקע און פובליסייזן זייער איידענטעטי?

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 28, 2021 12:00 am

· #476744
אינגערמאנטשיקל
כל הכבוד.

איך פרוביר אביסל בעסער צו פארשטיין. גייען זיך מערערע ניקס אראפצוען די מאסקע און פובליסייזן זייער איידענטעטי?

ניין: איך גיי געבן א טשעק פון אקאונט פון בערל בעל עגלה...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איינער איז געקומען צוריק אהיים אין זיין שטעטל און ר'האט זיך בארימט אז ער האט אויסגעפאפט גאנץ בראד. פרעגט מען איהם וויאזוי...? זאגט ער. ס'הייסט ווען מ'האט מיך געפרעגט מיין נאמען האביך געזאגט פייוויש. דערווייל הייס איך יאסל...!

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג יוני 28, 2021 5:49 pm

· #476788
Wow. 100k. This is unreal.

תרמב » מאנטאג יוני 28, 2021 8:09 pm

· #476797
א געוואלדיגע קידוש השם! מי כעמך ישראל!

תרמב » דינסטאג יוני 29, 2021 12:22 am

· #476805
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/ivelt/TARMAB">https://www.charidy.com/ivelt/TARMAB</a>

מפיל קינד » דינסטאג יוני 29, 2021 1:57 am

· #476811
אינגערמאנטשיקל
Wow. 100k. This is unreal.

170,000

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 29, 2021 5:19 am

· #476816
אינגערמאנטשיקל
Wow. 100k. This is unreal.

אינגערמאנטשיקל: ס'איז נישט קיין 100 קעי. נאר א פשוט'ער הונדערטער. אויך זייער שיין. נאר די ע"ב צדיקים פון עולם הביצה האבן עס אויסגעמעקט...לאל...!

תרמב » דינסטאג יוני 29, 2021 9:21 am

· #476829
berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל
Wow. 100k. This is unreal.

אינגערמאנטשיקל: ס'איז נישט קיין 100 קעי. נאר א פשוט'ער הונדערטער. אויך זייער שיין. נאר די ע"ב צדיקים פון עולם הביצה האבן עס אויסגעמעקט...לאל...!

דו מאכסט ליצנות פון א ערנסטע צוועק, איך האב געהערט פון אינסייד מענטשן וואס איך טראסט אז אלעס איז עכטע נומבערס.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג יוני 29, 2021 10:42 am

· #476832
תרמב
https://www.charidy.com/ivelt/TARMAB
געגעבן $180 לזכות ידידינו הדגול.

תרמב » דינסטאג יוני 29, 2021 11:42 am

· #476836
זאל עס זיין צו א זכות פאר דיר און אלע מצפים לישועה!

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג יוני 29, 2021 7:32 pm

· #476872
Reached 250k. Wow wow wow.

בת קול » מיטוואך יוני 30, 2021 8:31 am

· #476903
[ציטאט אראפגענומען]


לויט ווי איך פארשטיי האלט ער שוין נאך דעם. די דאקטוירים האבן געהויבן הענט.
בלייבט נישט איבער עפעס אנדערש.
נישט אז איך האלט אז עס וועט עפעס אויפטוהן, אבער אויב עס לעבט אויף א טויטער, איז אויך א זכות.

אייראפעישער חסיד » מיטוואך יוני 30, 2021 10:38 am

· #476913
בת קול
[ציטאט אראפגענומען]


לויט ווי איך פארשטיי האלט ער שוין נאך דעם. די דאקטוירים האבן געהויבן הענט.
בלייבט נישט איבער עפעס אנדערש.
נישט אז איך האלט אז עס וועט עפעס אויפטוהן, אבער אויב עס לעבט אויף א טויטער, איז אויך א זכות.

נו חיי שעה איז אויך עפעס!

פערינא » מיטוואך יוני 30, 2021 11:06 am

· #476915
ווי גייט זיין די מקוה? ס'איז א סוד?

real fake news » מיטוואך יוני 30, 2021 12:08 pm

· #476924
אלעס א דאנק די טריפנה אינטערנעט

תרמב » מיטוואך יוני 30, 2021 4:43 pm

· #476937
איך קען מעיד זיין אז אלעס איז עכטע געלט, ס’איז נישט געווען קיין פאלשע דאנעישאנס ווי אסאך קאמפיינס טוען.

איך אויך » מיטוואך יוני 30, 2021 4:58 pm

· #476941
[ציטאט אראפגענומען]

האו עבאוט מען לאזט זיך קאסטן פאר א מקוה להרבות טהרה/קינדער בישראל און מען כאפט אריין א סגולה און אויך מחיה זיין א צובראכענע איד בצדו? טאטע שיק מיר הויזן אלערט.

מורינו ורבנו » מיטוואך יוני 30, 2021 6:07 pm

· #476947
יעצט אז מען האלט שוין נאכן קאמפיין. קען איך פרעגן: איינער קען מעיד זיין אז די געלט קומט טאקע אן צום ריכטיגן ארט? - וואו גייט די מקוה שטיין, ווער פארעט זיך דערמיט? - איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט אז איינער מאכט דא עטליכע הונדערט אלפים אין טאש? - איך פרעג פאר נאאיווקייט, פשוט ווייל איך וויל וויסן!

ס'האט זיך פארבינדן צו מיין אישי איינער, און מיר געבעטן אז וויבאלד איך האב א השפעה דא אויף מאנכע, זאל איך ארויסהעלפן און טון אין דער נושא. איך האב נישט צוריקגעענטפערט, טאקע צוליב די סיבה. איך ווייס נישט פונקטליך במה דברים אמורים. איך קען נישט סתם אזוי רעדן, איך דארף לעבן מיט אן אחריות און טראגן יענעם מיט אחריות, נישט אבי...

איך אויך » מיטוואך יוני 30, 2021 6:22 pm

· #476949
אקעי איך טראג אויך אן אחריות און איך מיין עס איז שוין גענוג געווען און קענסט שוין אויסרופן קאלערוואר.

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 30, 2021 7:33 pm

· #476956
מורינו ורבנו
יעצט אז מען האלט שוין נאכן קאמפיין. קען איך פרעגן: איינער קען מעיד זיין אז די געלט קומט טאקע אן צום ריכטיגן ארט? - וואו גייט די מקוה שטיין, ווער פארעט זיך דערמיט? - איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט אז איינער מאכט דא עטליכע הונדערט אלפים אין טאש? - איך פרעג פאר נאאיווקייט, פשוט ווייל איך וויל וויסן!

ס'האט זיך פארבינדן צו מיין אישי איינער, און מיר געבעטן אז וויבאלד איך האב א השפעה דא אויף מאנכע, זאל איך ארויסהעלפן און טון אין דער נושא. איך האב נישט צוריקגעענטפערט, טאקע צוליב די סיבה. איך ווייס נישט פונקטליך במה דברים אמורים. איך קען נישט סתם אזוי רעדן, איך דארף לעבן מיט אן אחריות און טראגן יענעם מיט אחריות, נישט אבי...

פארוואס נאר איינער, לכה"פ פינעף ניקים האבן זיך מיט אייך פארבינדן, אמת ?
פון וואו ווייסעך פשוט ווייל איך מיט נאך פיר פון מיינע ידידים וואס שרייבן דא האבן זיך פארבינדן מיט אייך נאר כדי צו מאכן אייער טאג.
נו, ס'איז געלונגען? מ'האט טאקע געמאכט אייער טאג ?

תרמב » מיטוואך יוני 30, 2021 9:07 pm

· #476959
נישט יעדער גלייבט אין סגולות און אפילו אויב יא מוז מען נישט גלייבן יעדע סגולה, אבער די סגולה פון א מקווה איז א סגולה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס’ארבעט מער ווי אנדערע סגולות, אונטער דעם קאמפיין איז געשטאנען א סאך אינגעלייט וואס האבן אליינס נישט קיין קינדער זיי קענען דעם אינגערמאן און זיי האבן פרובירט די לעצטע זאך וואס מ’קען נאך טון וואס איז נאכנישט געטון געווארן, צו ס’גייט העלפן זיי אלע האפן אז יא, און ח’’ו נישט זאל עס זיין א זכות פאר דעם אינגערמאן און פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן.
און דו מורנו ורבנו איך קען דיר העלפן מיט אינפארמאציע וועגן די מקווה אבער איין זאך איך גיי נישט ארויסגעבן קיין פריוואטע פרטים פאר א מענטש וואס איך קען נישט, איך קען מיך אראפזעצן מיט דיר און עס אויסשמועסן איך קען אפילו מיט ברענגען א קוויטל פאר די מצב.

מפיל קינד » מיטוואך יוני 30, 2021 9:21 pm

· #476962
מורינו ורבנו
יעצט אז מען האלט שוין נאכן קאמפיין. קען איך פרעגן: איינער קען מעיד זיין אז די געלט קומט טאקע אן צום ריכטיגן ארט? - וואו גייט די מקוה שטיין, ווער פארעט זיך דערמיט? - איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט אז איינער מאכט דא עטליכע הונדערט אלפים אין טאש? - איך פרעג פאר נאאיווקייט, פשוט ווייל איך וויל וויסן!

ס'האט זיך פארבינדן צו מיין אישי איינער, און מיר געבעטן אז וויבאלד איך האב א השפעה דא אויף מאנכע, זאל איך ארויסהעלפן און טון אין דער נושא. איך האב נישט צוריקגעענטפערט, טאקע צוליב די סיבה. איך ווייס נישט פונקטליך במה דברים אמורים. איך קען נישט סתם אזוי רעדן, איך דארף לעבן מיט אן אחריות און טראגן יענעם מיט אחריות, נישט אבי...

איך קען גוט דער וואס בויט די מקוה. א איד וואס האט אליין נישט קיין קינדער. ער איז געשטאנען אונטער דעם גאנצן קאמפיין.

סיי וועלכער איד וואס וואוינט אין דזשערזי סיטי קען מעיד זיין אז קיין איין דאלער גייט נישט לאיבוד.

ער האט געקויפט א לאט פאר 400,000 בערך, ער בויעט עס פאר ארום 700,000. אינאיינעם איז עס א מיליאן פלאס.

ער האט שוין געשאפט רוב געלט, און מיט די אייוועלט געלט קען מען ענדיגן בקרוב.

תרמב » מיטוואך יוני 30, 2021 10:46 pm

· #476965
יעדער ווייסט דא אז בדרך הטבע איז נישט דא עכט קיין גרויסע טשענסעס, וועגן דעם פרובירן זיי א סגולה צו ברענגען נסים, אז דו גלייבסט נישט קיין נסים, קען זיין אז דו האסט א פוינט,
חוץ מזה איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דו מיינסט אז עפעס קומט ארויס, אבער איך גלייב אז מענטשן וואלטן זיך ענדערש געווינטשן צו האבן א רעבעליעס קינד אדער וואס, אבי נישט זיך ארומצודרייען ביי די 23 און וויסן אז עס איז נישטא מער קיין האפענונג פארן לעבן.
בלאט: 1 2