איך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן, קענסט פאר די זעלבע פרייז זאגן ״מ׳גייט נישט האבן קיין קינדער״, ווייל דו האסט א מעשה׳לע אין קאפ אז דיין לעבן הענגט אויף דעם דארפסטו עס נאכנישט אריינהאמערן אין קאפ פאר אנדערע מענטשן און זיי מאכן אומעטיג און דיפרעסט.
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט.קאם
קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט.קאם
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14707
בלאט: 1 2
Re: קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט
רביה''ק זי''עאיך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן
א ריכטיגע נקודה, ס'איז טאקע א סענסעוועטיווע טאפיק.
און אמת אז ס'איז דא די נאטורליכע ווילן צו האבן קינדער און זעהן א המשכה וכו' וכו'
אבער א גרויס חלק איז א קולטוראלע, וואס ביי אונז 'סוקסעס' דרייט זיך ארום אויפצוען געלונגענע בא'חנ'טע קינדער, און דאס גאנצע 'לעבן' דרייט זיך ארום דעם (נישט ארויסגערעדט ווערן ווען דאס איז נאר א מיטל צו מסדר זיין די שלום בית וד''ל) און מיט אזא עראטוט איז נישט האבן קינדער ''אוועקגענומען דאס האפענונג פארן לעבן''.
אבער אויב קען א מענטש אביסל שיפטן זיין בליק זיך אביסל באפרייען פונעם קולטוראלע'ן דרוק ,און עס באטראכטן ווי נאך א 'חלק' פון לעבן, אבער נישט אין דעם ווענציך לעבן און טויט, ער קען האבן א שיין לעבן פיל מיט ליבע, אמביציע, הנאה און סיפוק און יעדע אינגרידיענט וואס מאכט א מענטש פילן גליקלעך/תכלית'פול אין לעבן, אויך אן האבן קינדער. (כ'מיין, אין די אלגעמיינע וועלט לעבט מען היפש גליקלעך ביז די 35 אן קינדער, און איך פארשטיי דעם חילוק פון וויסן אז מ'וועט נישט האבן אבער דאך איז א ריזיג חלק די קולטוראלע טייל ווי לעבן און טויט ווענציך דערין)
און נאכאמאל כ'מיין חלילה נישט צו אונטערמינעוון די פיין פון חשוכי בנים אויף קיין שום וועג נאר אדרבה אפפערן א שטיקל וועג ווי אזוי אפשר צו לעבן דערמיט גרינגער.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
קען זיין אז דו ביזט גערעכט ווען מען ווערט אויפגעוואקסן אזוי, אבער אויב האט מען חתונה ביי די ניינצן און מ’לעבט מיט די צוגאנג אין אזא קאמיוניטי, און מ’דערזעהט זיך געציילטע יאר שפעטער אז ס’שוין נישט דא וואס צו פרובירן אפילו געבט עס זייער א שלעכטע טעם און געפיל, וויאזוי די זאלסט עס דרייען.
רביה''ק זי''עאיך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן, קענסט פאר די זעלבע פרייז זאגן ״מ׳גייט נישט האבן קיין קינדער״, ווייל דו האסט א מעשה׳לע אין קאפ אז דיין לעבן הענגט אויף דעם דארפסטו עס נאכנישט אריינהאמערן אין קאפ פאר אנדערע מענטשן און זיי מאכן אומעטיג און דיפרעסט.
א דאנק פארן שרייבן. איך האב עטליכע יארן נישט געהאט קיין קינדער און ס'איז טאקע נישט שטענדיג לייכט געווען אבער איך קוק אויך צוריק אויף יענע יארן ווי א חסד. איך האב נישט געדארפט קינדער אזוי יונג, איך האב געהאט צייט זיך צו באקענטיגן און פארברענגען מיט מיין ווייב, זיך אליין צו ענטוויקלען, זיך פרייען מיט מיינע יונגע יארן און מאכן א לעבן איידער איך בין געווארן א מטופל בבנים. ס'איז שווער צו זאגן וואס וואלט געווען, אבער לכאורה איז מיין גאנצער לעבן פאר מיר בעסער און צופרידענער וועגן יענער פאר יאר.
מען דארף טאקע העלפן און מחזק זיין די וואס דארפן הילף נאר דאס פעטישיזירונג פון קינדער געטריבן דורך געלט דארשטיגע ארגאניזאציעס ווי בוני עולם, א טיים וכדומה ברענגט צו ברעכן. ס'איז דא א לעבן אויסער קינדער וואס א סאך מענטשן ווערן דערפון קיינמאל נישט געוואויער ווייל זיי זענען אזוי ביזי אניאגן נאך קינדער. און ווארטן א פאר יאר האט גאר א סאך מעלות.
ווייטער לגבי דער אזויגערופענער "קידוש ה'", וואו קידוש השם? ס'ווייזט וואס פאר א קעלבלעך אונז זענען און וואס פאר א פנים צופיל פון די קאמפיינען האבן. איך האב עטליכע מאל געליינט דעם קאמפיין "אבאוט" בלאט און אויך דער אשכול אויף אייוועלט און איך האב נישט געקענט זען דער צוועק פון דער קאמפיין, וואס מ'גייט טון מיט דער געלט און ווער רעדט נאך ווער זענען די נאמנים איבער דער געלט. אבער כך היא דרכה של קאמפיינס. ס'איז א היימישע קאזינאו פאר אקסן וואו יעדער טאנצט ארום דער "ד'זאקפאט" פון וואס ער וועט אריינצאלן און אליין נישט געניסן קיין סענט, אבער הקרן קימת לעוה"ב שטייט'זיך.
עמכם אנכי בצרה און איך האב אויך שוין צושטייער געגעבן און איך וועל נאך צושטייער געבן אין פריידן. איך רעד מיך אבער נישט איין אז ס'איז א קידוש השם. א חלק צאל איך ווייל כאטש עפעס וועט אנקומען צום צוועק, א חלק אלץ איינטריט געלט און מעמבערשיפ פאר אונזער געזעלשאפט וואו פריינד און קרובים און קליענטן ערווארטן עס, אמאל (למשל ר' שאול אדער ר' שמואל ניימאן) אלץ א פראטעסט און אמאל טאקע ווי א קאלב. איך קען אויך שיכור ווערן פון די פארבן פון די צעטלעך, כסדר'דיגע וואטסאפס אדרעסירט צו מיין ערשטער נאמען און פון דער זייגער וואס לויפט אויף אראפ און דער געלט ציילער וואס שיסט אויף ארויף. דאס הארץ מאכט זיך אויף, די קעשענע ווערט לויז, דער טייסטער באווייזט זיך אויפן טיש (אין פאל אז די נומערן שפרינגען נישט אליין אויף פון זכרון), און פאר צען סעקונדעס באווייזט זיך מיין "הצלחה רבה" און איך שפיר מיך א חלק פון דער עם סגולה.
דו האסט טענות אויף די סיסטעם אז די עולם וויל קינדער שנעל, שינעים לך, אבער וואס האבן דיך די ארגענייזעישאנס שלעכטס געטון? זיי האבן אפגעמאכט ווען די עולם זאל האבן קינדער? זיי העלפן מענטשן וואס האבן מעדיקעל אישוס וואס דארפן געסאלווד ווערן נישט קיין חילוק וויפיל צייט נאך די חתונה מ’האלט.
לגבי די קידוש השם וואלט איך געזאגט אז דאס אז די עולם איז געווארן אזוי אנגעווארעמט לדבר מצווה לזכות א אינגערמאן וואס איז אין א צרה ווייזט די שיינע פארבן פון כלל ישראל אז זיי ווערן אנגעווארעמט ווען זיי הערן אז א איד איז אין א צרה אפילו מ’ווייסט נישט יענעמס נאמען.
דאס קען אויך זיין פשט פארוואס רבי יוחנן פלעגט זיצן פארנט פונעם מקוה, ער האט דאך נישט איבערגעלאזט קיינע קינדער ווי ס׳שטייט אין גמרא דין גרמא דעשיראה ביר...
א מענטש, נאך דערצו א מאמין, זאל זאגען אויף זיך "איך בין געשטארבן" ווייל איך האב נישט קיין קינדער? מיליאנען מענטשען מאכן א choice נישט צו האבן קינדער. און טויזענטע מענטשען וואס קענען נישט האבן קיין קינדער אדאפטירן קינדער. רחמנה ליצלן אזוי סאך קינדער פון צובראָכענע שטיבער זיכען א ווארעמע שטוב.
די אינגערמאן דארף סאשעל הילף. נישט א מקוה.
די אינגערמאן דארף סאשעל הילף. נישט א מקוה.
דער אינגערמאן האלט נישט אז ער איז געשטארבן ביי די 23, די אויסדרוק קומט פון א דרשה וואס שלמה באכנער האט געזאגט אין בארדיטשוב, ווי ער האט געזאגט אז דער אינגערמאן האט עס געזאגט תיכף נאך די גזר דין פון די דאקטאר, און איך בין בכלל נישט זיכער אז דער אינגערמאן האט עס טאקע געזאגט.
און לאמיר זאגן אז יא, ער דארף טאקע סאשעל הילף, אבער ווילאנג דו ביסט נישט אין זיינע שיך, זיי אים נישט דן עד שתגיע למקומו.
עקלהאפטיג צו זען ווי די הייליגע אידן קומען ארויס פון די מייזן לעכער און מוזן ארויסגעגעבן זייערע פארדארבענע געפילן ווען א אינגערמאן וויל פשוט איבערלאזן דורות ווי יעדער איינער, מקיים זיין פרו ורבו ומלאו את הארץ. דער וואונטש פון יעדע איד און כמעט יעדע גוי.
עקלהאפטיג צו זען ווי די הייליגע אידן קומען ארויס פון די מייזן לעכער און מוזן ארויסגעגעבן זייערע פארדארבענע געפילן ווען א אינגערמאן וויל פשוט איבערלאזן דורות ווי יעדער איינער, מקיים זיין פרו ורבו ומלאו את הארץ. דער וואונטש פון יעדע איד און כמעט יעדע גוי.
פארוואס קוקט עס אויס ווי טייל אידן דא נעמען עס נעבעך פערזענליך אז אייוועלט האט באוויזן אזא סוקסעספולע הייליגע קאמפיין?
גראדע האב איך זיך משתתף געווען אין די קאמפיין, אויב העלפט עס דיר אביסל מיט פערספעקטיוו. זאל די חשובע קהילה האבן זייער מקווה.
א עני איז אויך חשב כמת, סטייטשט פשוט אז סאיז פיינפול און מ'דארף סאשעל הילף און זיך באקוועם מאכן מיט די מציאות און זיכען עצות וויאזוי אנצוגיין. איך האף אז ער טרעפט closure און מאכט פלענער פאר שמחת החיים.
ס'האט מיר אביסל געקיצלט ווי א scam ווי כאילו מ'גייט דא ראטעווען א איד ווייל א מקווה גייט אים העלפען האבן קינדער אדער מיט זיין depression.
א מקווה גייט אים ברענגען א גוטע feeling, און א טערעפיסט, גייט העלפען טרעפען א נייע meaning צו life. אפשר אפילו explorion adapting א קינד.
א עני איז אויך חשב כמת, סטייטשט פשוט אז סאיז פיינפול און מ'דארף סאשעל הילף און זיך באקוועם מאכן מיט די מציאות און זיכען עצות וויאזוי אנצוגיין. איך האף אז ער טרעפט closure און מאכט פלענער פאר שמחת החיים.
ס'האט מיר אביסל געקיצלט ווי א scam ווי כאילו מ'גייט דא ראטעווען א איד ווייל א מקווה גייט אים העלפען האבן קינדער אדער מיט זיין depression.
א מקווה גייט אים ברענגען א גוטע feeling, און א טערעפיסט, גייט העלפען טרעפען א נייע meaning צו life. אפשר אפילו explorion adapting א קינד.
יאסל, דו ווייסט וואס דעפרעשאן מיינט? ליין זיין ארטיקל און זאג דו מיר אויב ער איז דעפרעסט...
איך קען אים גראדע נישט, אבער פון זיין שרייבן און רעאקציעס הערט זיך אז ער איז נישט דעפרעסט. איינער וואס איז דעפרעסט איז פארמאכט, זוכט נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער.
דאס ארויפקומען אויף אייוועלט און זיין אפן מיט זיין צרה ווייזט פונקט פארקערט, אז ער איז נישט דעפרעסט!! נאר ער זוכט חיזוק און ער האלט אז אייוועלט קען אים העלפן זיך מחזק זיין.
איך קען אים גראדע נישט, אבער פון זיין שרייבן און רעאקציעס הערט זיך אז ער איז נישט דעפרעסט. איינער וואס איז דעפרעסט איז פארמאכט, זוכט נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער.
דאס ארויפקומען אויף אייוועלט און זיין אפן מיט זיין צרה ווייזט פונקט פארקערט, אז ער איז נישט דעפרעסט!! נאר ער זוכט חיזוק און ער האלט אז אייוועלט קען אים העלפן זיך מחזק זיין.
אוקי איך מיין אז סאיז סתם דא א חילוק צווישן דעפרעסט וואס מענטשן -בעיקר בחורים- רופן אן דעפרעסט, און א דעפרעשן וואס א טערעפיסט אדער אן עדאלט וואס פארשטייט צו מענטל העלט וואלט גערופען דעפרעסט.
איך מיין ער איז די ערשטע.
איך מיין ער איז די ערשטע.
דערהויבענע אידאוקי איך מיין אז סאיז סתם דא א חילוק צווישן דעפרעסט וואס מענטשן -בעיקר בחורים- רופן אן דעפרעסט, און א דעפרעשן וואס א טערעפיסט אדער אן עדאלט וואס פארשטייט צו מענטל העלט וואלט גערופען דעפרעסט.
איך מיין ער איז די ערשטע.
אדרבה אז די ווייסט עפעס מער שרייב!
בלאט: 1 2