☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)

ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14663

אבשלום בן מעכה » מאנטאג מאי 31, 2021 12:44 am

· #474214
ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
שוין לאנג וואס איך טראכט צו שרייבן, אבער קוקט אויס יעצט איז געקומען די צייט דערוועגן. פארט וועל איך נישט לאנג מאריך זיין און מגלה זיין טפח צו פארדעקן טפחיים, ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו.

יעדער איינער ווייסט און קען דעם רבי'ן פון מרכז ויז'ניץ שליט"א אלס מענטש, וואס טראצדעם וואס ער גיבט זיך שטארק איבער פאר זיינע חסידים (כל זמן זיי זענען אמת'דיג געטריי און איבערגעגעבן פאר אים), ער גייט ארויס פון זיין וועג פאר זיינ'ס א מענטש און גיבט זיך אינגאנצן איבער, פארט האט ער מאדנע קריאזע זיטן און טוט אינטערעסאנטע זאכן אשר אין כאן המקום להאריך, והדברים ידועין ומפורסמים, והמפורסמות אינן צריכות ראיה.

נישט פון דעם ווילן מיר אבער רעדן.

נאך בחייו פון זיין טאטע'ן, דער ישועות משה זצוק"ל, האבן זיינע מענטשן אים אנגעהויבן צו רופן "דער הייליגער רב", בשעת זיין טאטע, דער רבי שליט"א (היינט זצוק"ל), האט מען גערופן "דער הייליגע רבי". אפילו אויף פליקאטן וואס מען האט געדרוקט פאר אים און אויפגעהאנגען בריש חוצות, האט מען געשריבן "הרב הקדוש" אדער "הרה"ק", דאס איז געווען די נארמאלע נארמע אויף דעם ארט. בנוסף לזה, איז דער סדר דארט ביזן היינטיגן טאג, און דאס האט זיך נאך אנגעהויבן ווען ער איז נאך געווען א רב, אז דער בעל-תפילה שטייט נישט ממש צו מזרח-זייט, נאר עטוואס אויסגעדרייט צו אים. אזוי איז אנגענומען נאך פון בחייו פון זיין טאטע'ן.

דאס איז אלעס פיין און וואויל - וועמען שטערט ער דערמיט?

ער האט אלעמאל געהאט אן אבסעסיע, אז זיין זוהן שטייגט אים איבער און אז מענטשן ווערן קעלטער צו אים, ווייל זיין זוהן איז מער געלונגענער פון אים. מען דארף דערמאנען, ער האט איין בן-יחיד, ר' חיים מאיר, און ער ציטערט פון דעם דאזיגן זוהן ווי פונעם טייוול אליין. אפילו עס קוקט אויס פונדרויסן אז ער איז אים מכבד, אבער עס איז ווייט פון דעם, און ווער עס ווייסט, ווייסט.

עס איז געווען א שטיק צייט, וואס מען האט אנגעהויבן רופן זיין זוהן "הייליגע ר' חיים מאיר", ער האט דאס אפגעשטעלט, און נישט סתם. ער האט געהייסן זיין זוהן זאל זיך אויפשטעלן מיט א דרשה און אסר'ן, זאגנדיג אז דער טיטל באלאנגט אויסדריקליך נאר פאר זיין טאטע'ן, און אזוי איז טאקע געווען, אז מען האט אים אויפגעהערט רופן מיטן צונאמען "הייליגע". בקיצור, אים אליין, האט מען געמעגט רופן "הייליגע" בחייו פון זיין טאטע'ן, אבער זיין זוהן טאר מען נישט רופן מיט דעם דאזיגן נאמען. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז זיין זוהן איז א בן-יחיד, ער וואוינט אין אמעריקע, אלס אויסשליסליכער זוהן פון זיין טאטע אין אמעריקע (און בכלל), אבער ער טראגט נישט דעם פאסטן "רב". זיין טאטע ציטערט אים צו געבן עפעס וואס קען דערהערט ווערן ווי עפעס שררה, ער האט אים קיינמאל נישט געשטעלט אלס "רב", אדער אנדערע אפציציעלע פאסטן. יא, מען איז אים שיין מכבד, און ער איז דער גאנצע זאך דאהי, אבער א טיטל קען ער נישט באקומען.

א שטיק צייט, נאך וואס זיין טאטע איז געווארן דער רבי, איז געגאנגען איינער אין בית-המדרש אין בארא-פארק, און אויסגעדרייט דעם סטענדער פון דער בעל-תפילה צו ר' חיים מאיר, אזוי ווי מען טוט ביים רבי'ן אין בני-ברק, און אזוי ווי עס איז נאך געווען איינעפירט ביי זיין טאטע, בחייו פון זיין זיידע. דאס מיינט, אז וויבאלד זיין טאטע האט אזוי געטון אלס רב, מעג דאך אזוי זיין אויך ביי ר' חיים מאיר בחייו פון זיין טאטע... אבער א בהלה איז אנטשטאנען, דער רבי פון בני-ברק איז געווארן פשוט ווילד דערויף, און בשום-אופן דאס נישט געוואלט צולאזן. דאס מיינט, אז ביי אים איז דאס געווען כשר, אבער ביי זיין זוהן איז דאס נישט כשר. ער מוז פארבלייבן אז חשוב'ער אויבן-אן איד, וואס מען איז מכבד בזכותו פון זיין גרויסן טאטע'ן, אבער נישט קיין פערזענליכע הערצה און כבוד צו אים אליין.

נעמט אין באטראכט: ר' חיים מאיר איז א בן-יחיד און אן אויסשליסליכער ממשיך. עס וואלט זיך אים געקומען דאס וואס ר' אהרן מרדכי באקומט אין בעלזא, אבער זיין טאטע לייגט אים פיסלעך אין וועג און לאזט דאס נישט צו. ר' חיים מאיר איז א מוכשר'דיגע יונגערמאן מיט פיל כשרונות, דער עולם האט אים זייער ליב, בפרט די בחורים. ווען עס קומט א מאמענט וואס עס הויבט אן שיינען אביסל מער, הרג'עט עס זיין טאטע. אויב האט ער אמאל געמאכט א ניגון, וואס איז אויסטערליש שיין, האט דער טאטע מחליט געווען דאס ארויפצולייגן אויף אנדערע ווערטער - אבי ס'זאל נישט שיינען ווי זיין ניגון וכו'... ער פארגינט אים פשוט נישט. ער האט זיך אפילו אריינגעמישט אין די גבאים פון זיין זוהן, ווער עס זאל יא אדער נישט זיין גבאי, אלעס געוואנדן אין זיין אייגענע כבוד און בעיקר, זיכער צו מאכן אז זיין זוהן שטייגט אים נישט באמת איבער...

אין די פרעמדע גאס האט מען דאס אנגעהויבן אביסל צו באמערקן, הערשט לעצטנס, ווען ער איז אויפגעקומען מיט די נייע שיטה הקדושה דהיינו שוואנצונעס. דארט האט ער געזאגט א דרשה, בעטנדיג אז מען זאל אים נישט רעקארדירן. צו די דרשה האט ער נישט געלאזט קומען יעדן איינעם, ער אליין האט געמאכט ליסטעס ווער עס מעג יא קומען און ווער עס מעג נישט קומען צו די דרשה. ביי די דאזיגע דרשה, וואס ער האט געקלערט אז עס ווערט נישט רעקארדירט, האט ער געלאזט פאלן קריטיק אויף זיין בן-יחיד, זיינע חסידים האבן דאס געהערט און דאס איז ארויסגעקומען פאר די גאס. הערנדיג די דרשה זעט מען קלאר די אומפארגינערישקייט, וואס ליגט אין אים, נישט קענענדיג דערטראגן די איבעריגע כבוד וואס זיין זוהן געניסט אין אמעריקע, און ער האלט אים דארט אין איין אריינפליקן.

אלס דוגמא דערויף קענט איר זען פון ספירה ציילן. אין וויליאמסבורג איז געווען איינגעפירט, אז יונגעלייט האבן געוואלט הערן ספירה פון ר' חיים מאיר און פלעגן קומען צו פארן פון וויליאמסבורג קיין בארא-פארק. נעם אין חשבון, יונגעלייט שפירן א התקשרות צום רבי'ן, און זייענדיג פונדערווייטנס קענען זיי נישט הערן דעם רבי'נס ספירה, ווילן זיי זיך מחזק זיין מיטן גיין צום זוהן, הערן זיין ספירה. אין דער באקאנטער רעקארדירונג איז ער ווילד דערויף און פארלאנגט אז דאס מוז זיך אויפהערן, און אז מען זאל נישט פארן מער אהין. פארטיג, אפגעהאקט! - פארוואס? - ער פארגינט אים נישט... ווי אזוי זאגט ער דארט אינעם רעקארדירונג? - "אנעם רבי'ן איז גארנישט דא, מיטן רבי'ן איז אלעס דא" - מען גייט מער נישט צו ר' חיים מאיר'ס ספירה - דער רבי לאזט נישט. געדענקט, ס'איז זיין איינציג קינד!

אין דעם זעלבן רעקארדירונג ברענגט ער ארויף קריטיק אויף זיין זוהן, מילדערהייט אבער קריטיק, און ער זאגט אים אן ברבים, אז טאמער ער האט א שאלה זאל ער נישט טון אויף זיין אייגענע האנט נאר פרעגן זיין טאטע'ן, און בלשונו: "דו האסט א הייליגן טאטע'ן און דו זאלסט אים פרעגן", דאן איז ער ממשיך, "צי איך בין הייליג צי נישט, ווייס איך נישט, אבער דו זאלסט אזוי האלטן..." - פון די ווערטער שרייעט ארויס זיין ווייטאג און אומפארגינערישקייט, ער וויל אז זיין זוהן זאל אים האלטן פאר הייליג און זיך רעכענען מיט יעדע שטות זיינער.

דאס אלעס וואס מיר שמועסן יעצט, איז בלויז א קליינער חלק פון דער אמת'ער פיקטשער וואס קומט דארט פאר, אבער מיר וועלן זיך באגיניגן דערמיט, לעת עתה.

אין די לעצטע חדשים גייט עס שוין אריבער די גרעניצן, ווען א גרופע יונגעלייט האבן זיך גענומען רודפ'ן ר' חיים מאיר אין נאמען פון שוואנצונעס, מיט די שטילע הסכמה און עידוד פון דעם רבי'ן אליין. די זאכן זענען מפורסם געווארן אין די גאס און קיינער לייקנט עס נישט. עס איז געגאנגען ביז אזוי ווייט, אז ר' חיים מאיר האט פארשטאנען וואס עס איז גוט פאר אים (נוסח-אחר, מען האט אים געמאכט פארשטיין...), ער האט אויפגעגעבן די שטענדער, בענקל און רבי'סטעווע, אין נאמען פון שוואנצונעס.

וכאן המקום להתבונן: האט איר שוין אמאל געהערט אזאנס? - אן איין איינציג קינד, א יורש עצר, האט נישט קיין רעכט צו האבן א שטענדער! - מ'רעדט אפילו נישט אין שטאט פון זיין טאטע, ער איז דאך אין אן אנדערן לאנד, ער איז זיין טאטע'ס פארטרעטער אין אמעריקע, כידא אריכתא דמי... יעדער ווייסט אז ווען א רבי האט א זוהן אין אן אנדערן לאנד, שפירן די חסידים פון יענע לאנד אינעם רבי'נס זוהן אלס שטיקל מנהיג זייערער, מען גיבט אים די ריכטיגע כבוד אלס דמות פונעם טאטע'ן, דאס זענען נארמאלע זאכן. ווער רעדט נאך ווען עס איז אן איינציג קינד, וואלט דער דרך הטבע געווען אז מען זאל אים נישט סתם מכבד זיין, נאר ממש ארויסהייבן זייער גרויס. מיר האט דערציילט אן אלטער חבר מיינער פון ישיבה, וואס האט אביסל קרבה'שאפט אין וויזניץ-וויליאמסבורג, זאגט ער מיר אז דעם רבי'נס בן-יחיד איז דארט ווי א פרינץ, מען איז אים אויסטערליש מכבד, מער פון א געווענליכער זוהן פון א רבי, און מסתמא איז דאס איבעראל וואו עס איז דא איין בן-יחיד. אבער אין מרכז ויז'ניץ איז אנדערש, דארט טאר מען נישט מכבד זיין, אפילו וויפיל עס איז מקובל פאר א קינד פון א רבי וואס איז נישט קיין בן-יחיד. פארוואס? - ווייל ער איז אביסל מער געלונגענער פונעם טאטען, און דערפאר וואס זיין טאטע פארגינט אים נישט, ער האט מורא אז ער וועט צי גרויס ווערן.

און דאס אלעס איז בלויז אויפן שפיץ גאפל, איך וויל נישט שרייבן מער...

איידער איך ענדיג, וויל איך דערמאנען, אז דער הייליגער רבי דארט, ציטערט שטארק פון שנת תשפ"ד לפ"ק - פרעגט אייך אליין נאך פארוואס. איך קען אייך נאר פאראויס שאצן, אז אין יאר תשפ"ג-תשפ"ד, גייט ער ווערן אויסטערליש ווילד און גייט טון נארישע זאכן.

ונזכה ונחיה ונראה.

מחצה''ק » מאנטאג מאי 31, 2021 12:52 am

· #474215
ער לאזט עם אויכעט נישט גיין צי שמחות ער האט מורא מען וועט עם צי שטארק מכבד זיין
וואס איז תשפ''ד?

אינטערסאנטער » מאנטאג מאי 31, 2021 12:56 am

· #474216
פארוואס ציטערט ער פון תשפ"ד? האט עפעס מיט די כוכבי לכת צו וואס?

אלע צוזאמען » מאנטאג מאי 31, 2021 1:53 am

· #474225
די האסט קשיות אויף א גייסטיש אומסטאבילע מענטש?! וואס ווילסטו פון אים?
און די תשפ''ד איז לכאורה נאך איינע פון זיינע קרענק, פונקט ווי יעדע אומבאלאנסירטע מענטש, האט ער אויך פאביעס פון זאכן וואס האבן נישט קיין הסברה.

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 7:02 am

· #474231
דאס איז נאר אן איבערשפיל פון פרשת ר' חיים מאיר בן ר' ישראל פון בני ברק, וואס האט רעזיגנירט פון זיין טאטנ'ס שול אין בארא פארק פאר 5 יאר צוריק און געמאכט שבת פאר זיך...

אויף וויזניץ פרעגט נאך איינער קשיות?...

סעגאל » מאנטאג מאי 31, 2021 7:26 am

· #474232
דא האט איינער געזאגט אז ער האט עס אליינס אויפגעגעבן לכבד זיין טאטע נישט אז ער האט געהייסען.

אישתישבי » מאנטאג מאי 31, 2021 8:17 am

· #474234
מפיל קינד
דאס איז נאר אן איבערשפיל פון פרשת ר' חיים מאיר בן ר' ישראל פון בני ברק, וואס האט רעזיגנירט פון זיין טאטנ'ס שול אין בארא פארק פאר 5 יאר צוריק און געמאכט שבת פאר זיך...

אויף וויזניץ פרעגט נאך איינער קשיות?...


דארט איז עס פארקערט, ער'ז א שטריק און מען האט אים נישט געוואלט, פארדרייט א קאפ האט מען אים פארשיקט.

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג מאי 31, 2021 9:01 am

· #474235
אישתישבי
מפיל קינד
דאס איז נאר אן איבערשפיל פון פרשת ר' חיים מאיר בן ר' ישראל פון בני ברק, וואס האט רעזיגנירט פון זיין טאטנ'ס שול אין בארא פארק פאר 5 יאר צוריק און געמאכט שבת פאר זיך...

אויף וויזניץ פרעגט נאך איינער קשיות?...


דארט איז עס פארקערט, ער'ז א שטריק און מען האט אים נישט געוואלט, פארדרייט א קאפ האט מען אים פארשיקט.
לויט ווי איך געדענק איז דארטן געווען א מחלוקת מיט די ראש הקהל י.פ.

סעגאל » מאנטאג מאי 31, 2021 10:24 am

· #474238
און אנדערע זאגען אז ער וויל אים פשוט גרויס און ער געדענקט וואס איז געווען מיט זיין ברידער וואס ווי מער זיין טאטע האט אים דערווייטערט איז ער געווארען גרעסערע רבי.
אגב דער איז דא אין נ.י. די וואך עמיר זען וואס וועט זיין.

yn.NY » מאנטאג מאי 31, 2021 10:37 am

· #474240
אבשלום בן מעכה
ער האט אלעמאל געהאט אן אבסעסיע, אז זיין זוהן שטייגט אים איבער און אז מענטשן ווערן קעלטער צו אים, ווייל זיין זוהן איז מער געלונגענער פון אים. מען דארף דערמאנען, ער האט איין בן-יחיד, ר' חיים מאיר, און ער ציטערט פון דעם דאזיגן זוהן ווי פונעם טייוול אליין. אפילו עס קוקט אויס פונדרויסן אז ער איז אים מכבד, אבער עס איז ווייט פון דעם, און ווער עס ווייסט, ווייסט.

איז דער ר חיים מאיר עפעס ספעציעל געלונגען? וואס זענען זיינע מעלות און געלונגעקייטן?...

סמבטיון » מאנטאג מאי 31, 2021 10:58 am

· #474242
גאר אן איידעלע יונגערמאן, א תלמוד חכם און א אויסערגעווענליכע בעל מדות, איך קאן אים פערזענליך. און וואס ער גייט אדורך וואונטש איך נישט פאר מיין גרעסטע שונא.

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 11:01 am

· #474243
וואס ער גייט יעצט אדורך וואונטש איך טאקע נישט. דאס איז שוין פון זיינע קליינע פראבלעמען.

וואס ער איז אדורך צוויי יאר צוריק מיט די שוואנצונעס, דאס וואונטש איך יא פאר מיינע שונאים...

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 11:03 am

· #474244
סעגאל
דא האט איינער געזאגט אז ער האט עס אליינס אויפגעגעבן לכבד זיין טאטע נישט אז ער האט געהייסען.

אבער דער טאטע קען עס זיכער אפשטעלן ווען ער וויל. אים שמעקט זיכער נישט די גאנצע ראביסטעווע ארום ר' חיים מאיר.

זיכער נישט די לעצטע תקופה, ווען אסאך וואס האבן זיך אפגעשאקלט פונעם טאטן קומען נאך צום זון...

מפיל קינד » מאנטאג מאי 31, 2021 11:07 am

· #474245
סעגאל
און אנדערע זאגען אז ער וויל אים פשוט גרויס און ער געדענקט וואס איז געווען מיט זיין ברידער וואס ווי מער זיין טאטע האט אים דערווייטערט איז ער געווארען גרעסערע רבי.
אגב דער איז דא אין נ.י. די וואך עמיר זען וואס וועט זיין.

גייט גארנישט זיין, פונקט ווי שבועות ווען רח"מ איז געווען אין ארץ ישראל. ער האט רעזיגנירט פון זיין רביסטעווע און די פרשה איז געשלאסן.

איך קען באשטיין אז ער זאל גענצליך באזייטיגן רח"מ און ער זאל מאכן שבת פאר זיך. עמער זען נאכדעם ווער ס'וועט זיך נויטיגן אין מנין...

אישתישבי » דינסטאג יוני 1, 2021 5:47 am

· #474362
ר'ַמענדלס דרשות זענען אייביג פיל מיט דעמאגאגיע און עפעס א קליינע נארישע תורה'לע.

עס זעהט אויס ווי ער איז עפעס א פוסטע עם הארץ, און צוגאב צו זיינע אנדערע מעלות.

מורינו ורבנו » מיטוואך יוני 2, 2021 12:16 am

· #474453
אביסל קען איך ר' חיים מאיר, פון דאס ביסל וואס איך האב געהאט מיט אים, און ער מאכט מיר א רושם ווי א קלוגער געלונגענער מענטש און אויך א ירא-שמים.

ער איז אמאל געווען ביי א טיש ביי אונז, און וויבאלד עס איז געווען א גרויסער עולם מיט נאך רבנים, עס איז געווען א שמחה, האבן מיר אים נישט געקענט מכבד זיין ווי עס פאסט. שפעטער איז ער אריינגעקומען, האב איך זיך אנטשולדיגט אז מען האט אים נישט מכבד געווען כפי כבודו, האט ער מיר געזאגט, אז אויב איך וועל אים מכבד זיין וועט ער מער נישט קומען. ער האט מיר מסביר געווען, אז אלס רבי'ש קינד, קען ער ממש נישט אטעמען, וואו ער קומט זעט מען אים, מען רוקט אים אהער און אהין, ער וואלט ענדערש געוואלט קענען אריינפאלן אויף א פלאץ, ווי א פשוט'ער מענטש, זיך אנווארעמען וויפיל ער וויל און גיין ווען ער וויל און לעבן נארמאל.

איך האב אים דעמאלס זייער גוט פארשטאנען.

מענטשן מיינען אמאל, אז רבי'שע קינדער איז א געשמאק, מען לעבט אויף קהל'ס חשבון וכו'... עס קאסט א פרייז פאר דעם, מ'קען ממש נישט טון דאס אלעס וואס אנדערע מענטשן ערלויבן זיך צו טון.

רויטער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:05 am

· #548761
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
אבשלום בן מעכה #
איידער איך ענדיג, וויל איך דערמאנען, אז דער הייליגער רבי דארט, ציטערט שטארק פון שנת תשפ"ד לפ"ק - פרעגט אייך אליין נאך פארוואס. איך קען אייך נאר פאראויס שאצן, אז אין יאר תשפ"ג-תשפ"ד, גייט ער ווערן אויסטערליש ווילד און גייט טון נארישע זאכן.

ונזכה ונחיה ונראה.
נו וואס איז געשען תשפ"ד

צפת » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 6:31 am

· #548763
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
דאס יאר האט זיך קוים אנגעהויבן...

...
אגב, צום נושא פונעם אשכול.
ווען ער איז געווען א רב, פלעגט מען אויסקערן די גאסן איבעראל וואו ער איז געגאנגען. שבת פלעגט מען מאכן צוויי שורות אויפן וועג אהיים פון בית-המדרש און ער איז געגאנגען ווי א קעניג. דאס איז נאך געווען בחייו פון זיין טאטע'ן דער ישועות משה, ביי אים אין שטאט.

שטעל זיך פאר, אז מען זאל דאס טון פאר ר' חיים מאיר... נישט אין ארץ-ישראל, נאר דאהי אין אמעריקע.. אוי וואלט ער פארפירט!

קאמענטארן זענען איבעריג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:23 am

· #548773
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
צפת #
דאס יאר האט זיך קוים אנגעהויבן...

מיינסט צו זאגן עס איז קוים אדורכגעלאפן א האלב יאר...

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:15 am

· #548782
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
דאס איז א דאקומענטירטע מופת!!!

וואו זענען אלע אפלאכער דא אויף ק"ש? דער רבי האט פאראויס געווארנט אז תשפ"ד גייט פארקומען שרעקליכע זאכן.

זייט די שואה איז נאכנישט געווען אזא געפערליכע יאר ווי תשפ"ד!!

איך ווער א מענדעליסט. סיריעסלי.

רבי טוביה » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:50 am

· #548788
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
@אבשלום זייער קלאר ארפגעלייגט, די שאלה איז נאר אויב קומט עס טאקע פון א אומפארגינערישקייט אדער גאר פון א פחד אז ער וועט פארלירן זיינע חסידים פון חוץ לארץ, אדער אז זיי וועלן באקומען די וויזניצע פלאם אין בארא פארק און קומען ווייניגער צו בני ברק.

גיי ווייס

זאקן » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 12:19 pm

· #548796
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
סוף טוב הכל טוב #
דאס איז א דאקומענטירטע מופת!!!

וואו זענען אלע אפלאכער דא אויף ק"ש? דער רבי האט פאראויס געווארנט אז תשפ"ד גייט פארקומען שרעקליכע זאכן.

זייט די שואה איז נאכנישט געווען אזא געפערליכע יאר ווי תשפ"ד!!

איך ווער א מענדעליסט. סיריעסלי.
די מיינסט מ׳קען ווערן א מענדעליסט אין איין מינוט?
די גייסט דארפן טוהן אפאר זאכן פאר מ׳נעמט דיך אן, צו מאכן זיכער די מיינסט עס ערנסט.

די ערשטע זאך דארפסטו גייען צו טוב טוב ווי עס גייט דיך אפ ווארטן די דריי ליכטענשטיין ברודערס (זיי זענען צווישן פיר און צען פיס הויעך) נאך פאר די טראכסט פון אריין גיין אין די סטאר גייט דיך איינער פון די ברודערס פרעגן וואס די זוכסט, די דארפסט ענטפערן א האמער און ער גייט דיך שוין זאגן וועלכע אייל די דארפסט גיין און וויפיל פענס די דארפסט אויפהייבן צו קענען טרעפן די האמער, נאכדעם דארפסטו באצאלן (אויב ער פרעגט דיך פארוואס די דארפסט עס, זאלסטו נישט ענטפערן די אמת ווייל זיי גייען דיך עס נישט פארקויפן, די דארפסט ענטפערן אז די האלטס אינמיטן בויען די סוכה), נאך דעם דארפסטו זיך ארויסלאזן אין א זיכעריי נאך לאבין קאר, ווען די טרעפסט עס דארפסטו עס גוט צוברעכן מיט די האמער און נאכדעם קענסטו אריינשיקן די אפליקעשאן.

ארכיטקט » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 1:15 pm

· #548802
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
ס'דא נאך א באוויסטע מנהיג וואס פארגינט נישט זיינע קידער....

לאכעדיג » פרייטאג פעברואר 9, 2024 3:31 am

· #548949
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
ארכיטקט #
ס'דא נאך א באוויסטע מנהיג וואס פארגינט נישט זיינע קידער....
ס'איז דא עטליכע. אלזא ביטע געב רמזים מען זאל וויסן וועמען ספעציפיש די מיינסט.

מן הסתם » פרייטאג פעברואר 9, 2024 8:03 am

· #548956
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
לאכעדיג #
ארכיטקט #
ס'דא נאך א באוויסטע מנהיג וואס פארגינט נישט זיינע קידער....
ס'איז דא עטליכע. אלזא ביטע געב רמזים מען זאל וויסן וועמען ספעציפיש די מיינסט.
עטליכע?

אדרבה קום אריין מיטן ליסטע און דער'עולם וועט עס אויסשמועסן..

כספי » פרייטאג פעברואר 9, 2024 9:41 am

· #548965
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
זעהט אויס אז ר' מענדעלע האט שוין אויך באקומען די שכל אז די וועג אז דער רבי'ס קינד ווערט אויטאמאטיש רבי איז א חורבן פאר אידישקייט, אשר על כן וויל ער נישט מ'זאל מכבד זיין רח"מ אלס זיין זון, נאר אלס זכות עצמו....

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג פעברואר 9, 2024 1:31 pm

· #549011
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
סוף טוב הכל טוב #
דאס איז א דאקומענטירטע מופת!!!

וואו זענען אלע אפלאכער דא אויף ק"ש? דער רבי האט פאראויס געווארנט אז תשפ"ד גייט פארקומען שרעקליכע זאכן.

זייט די שואה איז נאכנישט געווען אזא געפערליכע יאר ווי תשפ"ד!!

איך ווער א מענדעליסט. סיריעסלי.

איז דאס א מופת אדער נישט?

איך פרעג ערנסט!

שלמה המלך » מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:23 pm

· #549648
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
ער האט נישט גערעדט אלוועלטליך - מ’האט גערעדט פון אים פערזענדליך!
ער איז טאקע געווארן ציווילדעוועט תשפ”ד ער מאכט העדליינס
זעהט אויס דאס איז שוין אויסגעפלאנט געוועהן אין זיין קאפ...

עמרם » מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:57 pm

· #549690
Re: ווען מען פארגינט נישט דעם אייגענעם זוהן... (מרכז וויזניץ)
ווער ?