☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14660

אשכול אן א טיטל #14660

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14660
בלאט: 1 2

— » זונטאג מאי 30, 2021 1:21 pm

· #474091

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קורקלענד » זונטאג מאי 30, 2021 1:41 pm

· #474092
ער איז מער פרום ווי מנחם בעגין?

ישעיה » זונטאג מאי 30, 2021 1:41 pm

· #474093
[ציטאט אראפגענומען]

נאום משה"ק סופר מפפד"מ?

ישעיה » זונטאג מאי 30, 2021 1:42 pm

· #474094
קורקלענד
ער איז מער פרום ווי מנחם בעגין?

דתי ווס מסורתי

קורקלענד » זונטאג מאי 30, 2021 1:46 pm

· #474095
מסורה אן דתי איז צומאל בעסער אדער מער אידיש ווי דתי אן מסורה.....

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 30, 2021 1:55 pm

· #474096
א מאדנעם קעפל פאר אזא היסטארישע געשעהעניש, אינטערעסאנט ווי מ׳נעמט איין פרט אין אזא דראמא און ארום דרייט זיך די גאנצע שמועס.

מאנטריאל » זונטאג מאי 30, 2021 2:41 pm

· #474100
ער רעדט דאך אזוי עקסטרעמיסטיש איך דערמאן זיך פון מיין משגיח אין ישיבה, ביבי רעדט שוין בעסער ווי אים.

אלע צוזאמען » זונטאג מאי 30, 2021 4:34 pm

· #474112
ווי שטעקט זיין פרומקייט? דאס וואס ער זאגט, ביבי געבט זיך אויך אן אלץ א מסורתי, און נאך א חב''ד שליח! נישט ער און נישט ער זענען פרום.
און ווי איז מנחם בעגין פארשווינדן געווארן?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 30, 2021 5:00 pm

· #474121
קורקלענד
ער איז מער פרום ווי מנחם בעגין?

ער איז 100%א שוצותומ"צ. נאר זיין קאפל איז א ביסל צו שטארק אראפגערוקט.

ער און זיין טאטע זענען בעלי תשובה. ער דערציילט אן אינטרעסאנטן עפיזאד. וואס מ'זאגט אויף עטליכע פון די פיהערס אין מדינת ישראל. נאר ער פארציילט אז בדידיה הוה עובדא.

זיין טאטע איז אריגינאל געווען א פרייער איזראעלי וואס האט עמיגריגט קיין אמעריקע. און ער איז אמעריקאניזירט געווארן.

שפעטער ווען ר'איז געווארן א בעל תשובה האט מען איהם געגעבן אן עליה אין ביהמ"ד. ווען מ'האט איהם געפרעגט זיין נאמען האט ער געזאגט..."דזשעק"...האט דער גבאי געזאגט......"יעקב"...בן...? האט ער געענטפערט בן ארבעים....לאל...!

אליין געהערט מפי קדשו...!

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 6:28 pm

· #474159
שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.

סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 30, 2021 7:26 pm

· #474175
מפיל קינד
שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.

סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.
ער האט דיך געלאדענט פאר א יו"כ סעודה צו זיך אינדערהיים?? פון וואנעט ווייסטו, האסט געגעסן צוזאמען מיט עם??

יא ער איז אנגענומען פאר א פרומען איד, טאקע א מאדערנע ארטאדאקסישער איד אבער פאר א פרומער, דאווענט דריי מאל א טאג, היט שבת און טהרת המשפחה. קען טאקע זיין ער גייט נישט לא תבושי מיט א רעזשוואלקע, און קלאטש נישט צוזאם די הענט ביי בואי כלה שבת מלכתא, אבער א פרומער איד איז ער נאך אלץ

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 30, 2021 7:52 pm

· #474179
מפיל קינד
שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.

סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.

ער איז א פולקאמע דתי, דאכצעך זיין ווייב איז פריי.
ווילסט מערער זיין וואס ער טוט אינדערהיים?! האב איך דיר א לאנגע ליסטע פאר אים..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג מאי 30, 2021 8:10 pm

· #474184
מפיל קינד
שומר תורה ומצוות?!?! ביסט אויפן קאפ געפאלן?? ניטאמאל פרום בכלל.

סך הכל איז זיין סאשעל מידיע פארמאכט שבת, יו"כ עסט ער נאר אינדערהיים, און ער האט א קאפל וואס איז אים צוניץ געקומען אלס יו"ר הבית היהודי פארטיי.

נו, הייסט ער נישט קיין מחלל שבת בפרהסיא. אבער ער איז אן אמת'ער ערליכער איד...!

מפיל קינד » זונטאג מאי 30, 2021 8:41 pm

· #474191
חתונה געהאט מיט א פרייע, אבער ער איז פרום...

סעגאל » זונטאג מאי 30, 2021 9:04 pm

· #474194
וואס פרום? ווען פרום? ער איז דאך א ציוני!!! פוי!!!

(אויזער אויב ער האט אליינס נישט געוועלט פאר זיך)

berlbalaguleh » זונטאג מאי 30, 2021 9:46 pm

· #474198
סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.

ועוד. ווער דען זאלל זיין א ציוני...? דער רוסישער גוי. וואס פרעסט חזיר און איז מחלל שבת. היינט זענען נאר די רעליגיעזע די ציונים. די פרייע חברה זענען שוין גויים גמורים...! זיי האב דאס ציונות אינגאנצן פארפאקט...!

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 30, 2021 10:25 pm

· #474203
אז ער וועט גיין מיט די לינקע וועט ער זיין א סאטמארער אויכעט. ווייל ער וועט האלטען פון צוריקגעבן שטחים...

מענין לבנין... א כפול שמונהדיגער חב"דסקער האט מיר אמאל געזאגט אז ער גייט נישט אויף דייעט! זאגענדיג אז "דער רבי האט נישט געהאלטען פון אויפגעבן שטחים...

אלע צוזאמען » מאנטאג מאי 31, 2021 1:58 am

· #474226
ווי פרום קען מען זיין ווען מ'שטעלט זיך צוזאם מיט די לינקע? מיט די אראבער'ס, מילא, מיט די לינקע?!?

סעגאל » מאנטאג מאי 31, 2021 5:04 am

· #474230
berlbalaguleh
סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.
ועוד. ווער דען זאלל זיין א ציוני...? דער רוסישער גוי. וואס פרעסט חזיר און איז מחלל שבת. היינט זענען נא
ר די רעליגיעזע די ציונים. די פרייע חברה זענען שוין גויים גמורים...! זיי האב דאס ציונות אינגאנצן פארפאקט...!
בערל איך האב דיר נייעס די איסר פין עסן חזור האט מען אויך נישט געזאגט ביי מתן תורה. נאר משה רבינו האט געזאגט אז ג-ט האט אים געהייסען. און דעמאלטס האט ער אויך געזאגט די איסר פין מינות.

איך פארשטיי אז דא אויף ק"ש כדאי צי ווערן אנגענימען צווישן עולם דארף מען קענען אנווייזן וואס אין אידישקייט מען האט אויפגעגעבן איינעם איז עס לייקענען זוהר אין איינעם איז עס לייקענען מדריש. איינעם לייקענען בריאת שמים און איינעם - בעיקר סאטמערע ווייל ביי אנדערע איז דאס נישט קיין עולה - ציונת.

(איך ווייס אפי' נישט פארוואס איך שרייב עס אבער שוין)

Hadasim » מאנטאג מאי 31, 2021 12:06 pm

· #474260
סעגאל

הנה סיפור שקרה אצל הגאון רבי חיים עוזר גרודזינסקי זצ"ל רבה של וילנא. באו אליו עם מכתב שבו היה כתוב כי אסור לדבר לשון הרע ומי שמדבר לשון הרע זה כמו שאכל דבר אחר, ור' חיים עוזר לא הסכים לחתום

הגיעו אליו הרבנים ושאלו היתכן שאינו חותם נגד לשון הרע, אמר להם, אם באתם לחזק את האיסור של לשון הרע אני לצידכם אבל אם באתם להחליש את האיסור של דבר אחר אני נגדכם, ולכן הסירו הרבנים את הענין של דבר אחר, הבינו כי טעו, החליפו את הנוסח.

לענייננו: זייט מוחל, חזיר (שאיסורו נכתב במפורש בתורתנו הקדושה) און ציונות זענען נישט די זעלבע, און טאהר קיינמאהל נישט ווערן פארגלייכט.

איציק » מאנטאג מאי 31, 2021 5:01 pm

· #474317
תוהו ובוהו

ער איז א פולקאמע דתי, דאכצעך זיין ווייב איז פריי.
ווילסט מערער זיין וואס ער טוט אינדערהיים?!

ווי קען מען זיין "פולקאם" דתי, אויב די פרוי איז פריי?

איציק » מאנטאג מאי 31, 2021 5:10 pm

· #474319
berlbalaguleh
סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.

אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו. דער רעיון הציוני פון אליין אנטשיידן אונזער גורל, איז ריכטיגע אפיקורסות. אויב דער אינדעווידואלער מזרחי'סט האט א דין פון א מין, דאס איז פאר א רב צו פסקנ'ן.
berlbalaguleh
ועוד. היינט זענען נאר די רעליגיעזע די ציונים.

גאר אסאך דמתקרייא "פריי" זענען למעשה עטוואס טראדיציאנאל. די מאמע צינדט ליכט ערב שבת, און דער פאטער הייסט די קינדער אנצינדן די לעקטער שבת... (אליין געהערט אזא מעשה פון א פרייער!)
ביזט אבער גערעכט אז נאר ביי די געשטריקטע קאפעלעך (נישט תולדות אהרן...) איז ה' אייר נאך אלץ א יו"ט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 31, 2021 6:43 pm

· #474322
איציק
דער רעיון הציוני [הסאטמורי] פון אליין אנטשיידן אונזער גורל

תוהו ובוהו » מאנטאג מאי 31, 2021 6:59 pm

· #474324
איציק
תוהו ובוהו

ער איז א פולקאמע דתי, דאכצעך זיין ווייב איז פריי.
ווילסט מערער זיין וואס ער טוט אינדערהיים?!

ווי קען מען זיין "פולקאם" דתי, אויב די פרוי איז פריי?
איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז דיר שווער, אבער פאר עני שאלות קענסטו פרעגן שלמה, שמשון, ועוד

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג מאי 31, 2021 7:34 pm

· #474326
איציק
berlbalaguleh
סעגאל: ביים בארג סיני האט מען געגעבן די תורה. נישט ציונות. א איד וואס האלט שבת און ער עסט כשר'ס הייסט אן ערליכער איד. כאטש ער איז א ציוני.

אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו. דער רעיון הציוני פון אליין אנטשיידן אונזער גורל, איז ריכטיגע אפיקורסות. אויב דער אינדעווידואלער מזרחי'סט האט א דין פון א מין, דאס איז פאר א רב צו פסקנ'ן.
berlbalaguleh
ועוד. היינט זענען נאר די רעליגיעזע די ציונים.

גאר אסאך דמתקרייא "פריי" זענען למעשה עטוואס טראדיציאנאל. די מאמע צינדט ליכט ערב שבת, און דער פאטער הייסט די קינדער אנצינדן די לעקטער שבת... (אליין געהערט אזא מעשה פון א פרייער!)
ביזט אבער גערעכט אז נאר ביי די געשטריקטע קאפעלעך (נישט תולדות אהרן...) איז ה' אייר נאך אלץ א יו"ט.

נאר פורים האט מען געמעגט?

זעקעל » מאנטאג מאי 31, 2021 10:12 pm

· #474341
אז זי איז פריי, האט עס מיט אים אויך, א פרייע פרוי האלט טהרת המשפחה???

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 1, 2021 12:30 am

· #474348
זעקעל
אז זי איז פריי, האט עס מיט אים אויך, א פרייע פרוי האלט טהרת המשפחה???

קען נישט זיין אז ער האט אזוי פארלאנגט?

אישתישבי » דינסטאג יוני 1, 2021 5:25 am

· #474359
אסאך פרומע חרדישע פרויען האבן פרייע מענער.

אמת וצדק » דינסטאג יוני 1, 2021 10:59 am

· #474373
נישט אמת אז זי איז פריי, זי איז טאקע אויפגעוואקסען אין א פרייע שטוב, אבער ווען זי האט זיך חתונה געהאט צו נפתלי בנט האט זי אנגעהויבן היטן מצוות, זי גייט טאקע מיט איר האר אויפגעדעקט וכדומה, אבער עס מיינט נישט אז זי היט נישט שבת, טהרת המשפחה ועוד.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 1, 2021 12:15 pm

· #474380
רוב מזרחניקס (אדער אלע מזרחניקס, ווענדט זיך וויאזוי מ'דעפינירט מזרחניק) גייען מיט אייגענע האר.

cictim » דינסטאג יוני 1, 2021 1:03 pm

· #474381
אישתישבי
אסאך פרומע חרדישע פרויען האבן פרייע מענער.

אין וויליאמסבורג.

תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 1, 2021 1:53 pm

· #474384
רביה''ק זי''ע
רוב מזרחניקס (אדער אלע מזרחניקס, ווענדט זיך וויאזוי מ'דעפינירט מזרחניק) גייען מיט אייגענע האר.
בכלל נישט ריכטיג, זייער אסאך (אין רוב התיישבויות) גייען די פרויען צוגעדעקט, און אפגערעדט אז אלע מער פרומע רבנים פארלאנגען עס, (א שטייגער ווי שלמה אבינר ודכוותי')

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 1, 2021 1:58 pm

· #474385
אמת וצדק
נישט אמת אז זי איז פריי, זי איז טאקע אויפגעוואקסען אין א פרייע שטוב, אבער ווען זי האט זיך חתונה געהאט צו נפתלי בנט האט זי אנגעהויבן היטן מצוות, זי גייט טאקע מיט איר האר אויפגעדעקט וכדומה, אבער עס מיינט נישט אז זי היט נישט שבת, טהרת המשפחה ועוד.
אנהייבן היטן געוויסע מצוות (בעיקר אזעלכע וואס אפעקטירט ביידע דירעקט, ווי שבת, טהרת המשפחה) איז די מינימום ווען א פרייע האט חתונה מיט א דתי, און מיינט נישט אז מ'איז געווארן דתי.

אבער אין א אינטערוויו אין 2016 איז זי זיך מגדיר אלס א דתיה

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 1, 2021 2:04 pm

· #474387
תוהו ובוהו
רביה''ק זי''ע
רוב מזרחניקס (אדער אלע מזרחניקס, ווענדט זיך וויאזוי מ'דעפינירט מזרחניק) גייען מיט אייגענע האר.
בכלל נישט ריכטיג, זייער אסאך (אין רוב התיישבויות) גייען די פרויען צוגעדעקט, און אפגערעדט אז אלע מער פרומע רבנים פארלאנגען עס, (א שטייגער ווי שלמה אבינר ודכוותי')
יא יא, שלמה אבינר ודכוותיה אידענטיפיצירן זיך טאקע נישט אלס מזרוחניקעס. כ׳האב אמאל געשמועסט מיט אפאר חרד״לים און איינער האט פארציילט וועגן א שמועס וואס ער האט געהאט מיט א ״מזרוחניק״, האב איך איהם איבערגעהאקט און געפרעגט ״זענען נישט ענק אלע מזרוחניקעס?״ האט ער זיך אינגאנצן באליידיגט, שטעלט זיך ארויס אז אין זייער שפראך איז א מזרוחניק ״מי שהוא פחות דתי״ - כלשונו, (צ.ב. א פרוי וואס גייט מיט אייגענע האר...)

תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 1, 2021 2:15 pm

· #474388
רביה''ק זי''ע
תוהו ובוהו
רביה''ק זי''ע
רוב מזרחניקס (אדער אלע מזרחניקס, ווענדט זיך וויאזוי מ'דעפינירט מזרחניק) גייען מיט אייגענע האר.
בכלל נישט ריכטיג, זייער אסאך (אין רוב התיישבויות) גייען די פרויען צוגעדעקט, און אפגערעדט אז אלע מער פרומע רבנים פארלאנגען עס, (א שטייגער ווי שלמה אבינר ודכוותי'
יא יא, שלמה אבינר ודכוותיה געבן זיך טאקע נישט אן אלס מזרוחניקעס. כ׳האב אמאל געשמועסט מיט אפאר חרד״לים און איינער האט פארציילט וועגן א שמועס וואס ער האט געהאט מיט א ״מזרוחניק״, האב איך איהם איבערגעהאקט און געפרעגט ״זענען נישט ענק אלע מזרוחניקעס?״ האט ער זיך אינגאנצן באליידיגט, שטעלט זיך ארויס אז אין זייער שפראך איז א מזרוחניק ״מי שהוא פחות דתי״ - כלשונו, (צ.ב. א פרוי וואס גייט מיט אייגענע האר...)

ס'איז בכלל נישט אינטערסאנט זייער אינערליכע טערמענעלוגיע, (פונקט ווי דער אלגעמיינער סאטמארער איז זיך נישט מגדיר אן עקסטרעמער קנאי און האלט אז נאר מב בעק, נטורי קרתא זיי זענען עקסטרעים).

יעצט חרדלים (חרדי לאומי) האלטן זיך פיל פרומער ווי דער אלגעמיינער דת''ל, און דעריבער רופט מען זיי היינט שוין חרדלים לעומת דת''ל, וואס דאס איז דער אלגעמיינער מזרח'ניק.

שלמה אבינר ווערט טאקע באטראכט ווי א מער פרומער רב, און ער ווערט נענטער און נענטער צו חרדלים (עיין ערך יחידות מעורובות), אבער נאך אלס א גאר אנגענומענער דת''ל פוסק.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 1, 2021 2:24 pm

· #474391
אז ס׳נישט אינטערעסאנט איז נישט, עכ״פ דאס האב איך געמיינט צו זאגן.

און אפראפוס שלמה אבינר האב איך אלס פארשטאנען אז ער איז אפיציעל א חרד״ל, און יעצט זוכענדיג אויף וויקיפעדיע האב איך דאס געטראפן: ״בשנת 1980 פרסם ספר שבו בירר את החובה ב"בני עקיבא" להפריד בין בנים לבנות בפעילות ולפעול לפי גדרי צניעות מחמירים יותר מכפי שהיה מקובל עד אז, הן בלבוש והן בהתנהגות. מזכ"ל "בני עקיבא", אמנון שפירא, יצא בחוברת נגד, ובה כתב שהיו רבנים שהתירו ואף חייבו את התערובת. בסופו של דבר ספרו זה תרם ליצירת הציבור החרדי לאומי. מספר סניפים של בני עקיבא אכן עברו לפעול בהפרדת בנים ובנות, ולאחר מכן הוקמה גם תנועת הנוער "אריאל".

אזוי צו אזוי איז דאס נישט די נקודה, די פוינט איז אז רוב דתיים גייען מיט אייגענע האר.

תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 1, 2021 2:31 pm

· #474392
רביה''ק זי''ע

אזוי צו אזוי איז דאס נישט די נקודה, די פוינט איז אז רוב דתיים גייען מיט אייגענע האר.

בוא נשים את זה אחרת רוב מצביעי הציונות הדתית חובשים כיסוי ראש, וזה חוץ ממפלגת 'נעם' החרדלית, ו'עוצמה' הכהנסטית.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » דינסטאג יוני 1, 2021 2:42 pm

· #474393
<a class="postlink" href="https://youtu.be/QnNKpnhZJyo">https://youtu.be/QnNKpnhZJyo</a>

<a class="postlink" href="https://youtu.be/Usg87K1bSuE">https://youtu.be/Usg87K1bSuE</a>

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 1, 2021 2:59 pm

· #474396
רבותיי: עטץ אלע זענטץ נישט גוט אינפארמירט. איך האב אליין געהערט מפה קדשו. ווען ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געווארן א בעל תשובה. איינס פון די זאכן וואס ער האט דארט געזאגט איז געווען אז זיין ווייב קומט פון א פרייע משפחה. נאר ער האט זיך אויסגענומען מיט איהר אז אויב זי ווילל חתונה מיט איהם מוז זי ווערן ערליך. און אנהייבן צו האלטן אידישקייט.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 1, 2021 3:06 pm

· #474397
שמעון וואלף
זעקעל
אז זי איז פריי, האט עס מיט אים אויך, א פרייע פרוי האלט טהרת המשפחה???

קען נישט זיין אז ער האט אזוי פארלאנגט?

שמעון וואלף: אויב זי האלט טהרת המשפחה, עסט כשר'ס, און זי האלט שבת. (נישט מחלל שבת בפרהסיא. ווי פארן מיט א קאר אום שבת.) איז זי א דתי/ה. פונקט אזוי ווי פארקערט איז נישט מעגליך...!

סעגאל » דינסטאג יוני 1, 2021 6:20 pm

· #474412
וואס איז די דיל ?
ווער וועט זיין פריער נפתלי אדער יאיר?

אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 1, 2021 6:50 pm

· #474415
בענעט, די דיעל איז אבער נאך נישט אינגאנצן גענדיגט, די קלענערע פארטייען שלאגן זיך נאך פאר עטליכע פאזיציעס.

אלע צוזאמען » דינסטאג יוני 1, 2021 6:52 pm

· #474416
berlbalaguleh
רבותיי: עטץ אלע זענטץ נישט גוט אינפארמירט. איך האב אליין געהערט מפה קדשו. ווען ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געווארן א בעל תשובה. איינס פון די זאכן וואס ער האט דארט געזאגט איז געווען אז זיין ווייב קומט פון א פרייע משפחה. נאר ער האט זיך אויסגענומען מיט איהר אז אויב זי ווילל חתונה מיט איהם מוז זי ווערן ערליך. און אנהייבן צו האלטן אידישקייט.

וואס ער זאגט, האט נישט קיין שום קרעדיט

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 1, 2021 10:26 pm

· #474442
אלע צוזאמען
berlbalaguleh
רבותיי: עטץ אלע זענטץ נישט גוט אינפארמירט. איך האב אליין געהערט מפה קדשו. ווען ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געווארן א בעל תשובה. איינס פון די זאכן וואס ער האט דארט געזאגט איז געווען אז זיין ווייב קומט פון א פרייע משפחה. נאר ער האט זיך אויסגענומען מיט איהר אז אויב זי ווילל חתונה מיט איהם מוז זי ווערן ערליך. און אנהייבן צו האלטן אידישקייט.

וואס ער זאגט, האט נישט קיין שום קרעדיט
וואס ער זאגט מיינט זייער אסאך!
א איד האט א חזקות כשרות ווי לאנג ס'נישט איבערגעוויזן ס'פארקערטע. אדרבה גיי לערן אין די גמ' און ראשונים וועסטו זעהן דעם אמת

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 1, 2021 10:30 pm

· #474443
יהודים-ישראלים

לפני 22 שנה, אני, סטודנט חובש כיפה באוניברסיטה העברית, פגשתי חיילת בת 20, מש"קית חינוך יפהפייה, חילונית.
גילת עינב שמה.

אני זוכר בפעם הראשונה שהפגשתי אותה עם אבא ז"ל ואמא, בבית קפה בירושלים.
חששתי מאד איך הם יגיבו שאני יוצא עם בחורה חילונית.
אחרי הארוחה, אמא שלי תפסה אותי ואמרה לי: "היא מקסימה! היא יכולה להיות החברה הכי טובה שלי בעולם".
אבן נגולה מעל לבי.
**
22 שנים אחרי, בנינו בית בישראל. יש לנו 4 ילדים.
ואגב, אמי וגילת באמת חברות הכי טובות.
אנחנו שומרים כשרות ושבת, אך משפחתה של גילת מגיעה אלינו ברכב בשבתות, ואנחנו עושים יחד קידוש וארוחת ערב שבת מופלאה ומשפחתית.

אנחנו מגיעים שבתות רבות לבית הוריה במושב כפר אוריה, ואנחנו לא עורכים מסדר כשרות. אנחנו פשוט מטיילים עם סבתא ברכה בשדות וזה נפלא.
**
אנחנו יהודים-ישראלים.
**
מהו יהודי-ישראלי?

יהודי-ישראל איננו קשור לרמת ההקפדה על מצוות, אלא לתפיסת העולם במדינה שלנו.
זו דרך להסתכל על החיים. מעין ״משקפיים״ למציאות.

יהודי-ישראלי יכול להיות דתי, מסורתי, חילוני, חרד״לי או חרדי.

יהודים ישראלים הם יהודים שמחוברים מאד לשורשים שלנו שכמעט בני 4000 שנה. מאברהם אבינו ועד ימינו אלו.

יהודים ישראלים לא שופטים אחד את השני על פי מידת הקפדנות במצוות.
יהודים ישראלים מקבלים ואוהבים כל יהודי.

יהודים ישראלים מבינים שכל יהודי שגר בארץ מקיים מצווה מרכזית אחת ענקית—חיים במדינה יהודית בארץ ישראל!

יהודי ישראלי רואה ביום העצמאות חג לאומי, ממש כמו פסח, ומתרגש מטקס המשואות ולבו מתפוצץ מגאווה.

יהודי ישראלי עומד דום בצפירה ביום הזיכרון ומרגיש שאלו שתי הדקות הקדושות בשנה, ממש כמו ביום כיפור.

יהודי ישראלי רואה בנאום מרים פרץ המשך טבעי של שירת דבורה.

יהודי ישראלי יודע שכל חייל צה"ל שנלחם למעננו הוא הדבר הכי קדוש בעולם, ללא קשר לדעותיו, צבע עורו, ורמת ההקפדה על מצוות.

יהודי ישראלי אוהב את התורה ונותן כבוד לרבנים, והוא שמח שבארץ ישראל יש אלפי לומדי תורה ששומרים על שרשרת הדורות.

יהודי ישראלי לא רואה שום סתירה בין הקידמה של אומת הסטרט-אפ לבין שורשינו.
הצטיינות במתמטיקה לא באה על חשבון פרקי אבות.

יהודי ישראלי זוכר שאנו בני-מזל בצורה בלתי נתפשת, לעומת אבותינו שחיו בגלות העלובה.

יהודי ישראלי מאמין שדווקא כאן בארץ ישראל, אפשר לפרוץ ביצירה יהודית, להגדיל לימוד תורה גם של נשים, גם של חילונים, והוא לא פוחד מדעות שונות.
אפשר לחזור לתרבות של ויכוחים עצומים כמו בימי הלל ושמאי.
כל מהות היהדות היא של ויכוח סוער בין עמדות שונות.

יהודי ישראלי מחזיק בדרך-כלל בדעות ברורות, אך הוא אינו בטוח שכל החכמה אצלו. הוא יושב עם אחרים וגם מקשיב להם.

יהודי ישראלי זוכר היטב שאיבדנו את ארצנו בגלל שנאת אחים שהובילה למלחמת אחים, והוא נחוש לעולם לעולם לא לתת לזה לקרות שוב.

יהודי ישראלי חוגג את המסורות השונות שהתפתחו בעשרות מדינות הגולה: מתימן ועד ארה"ב, מאתיופיה ועד פולין, ממרוקו ועד עיראק. הכל פסיפס נפלא, ואסור לנו לאבד את מסורת אבותינו.

יהודי ישראלי מבין שמשך 2000 שנה ההלכה עסקה בבודדים ובקהילות, ולא התפתחה למצב של ניהול מדינה, כלכלה, תעסוקה, חיים משותפים, מיעוטים, תחבורה, צבא.
למה?
כי לא היתה לנו מדינה, אז זה לא היה ממש רלוונטי.
לכן נדרשת כאן התחדשות הלכתית במאות השנים הקרובות.
לאט לאט, בנחת.
**
איך זכינו!
איך זכינו לחיות כאן, בדור המופלא הזה!
**
אם גם אתם מרגישים יהודים-ישראלים, הצטרפו אלינו בתנועת ימין החדש לבנות את הרוח היהודית-ישראלית!

דאס איז וואס נפתלי בנט האט געשריבן

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 2, 2021 1:22 am

· #474459
דער גאלדענער אדלער
אלע צוזאמען
berlbalaguleh
רבותיי: עטץ אלע זענטץ נישט גוט אינפארמירט. איך האב אליין געהערט מפה קדשו. ווען ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געווארן א בעל תשובה. איינס פון די זאכן וואס ער האט דארט געזאגט איז געווען אז זיין ווייב קומט פון א פרייע משפחה. נאר ער האט זיך אויסגענומען מיט איהר אז אויב זי ווילל חתונה מיט איהם מוז זי ווערן ערליך. און אנהייבן צו האלטן אידישקייט.

וואס ער זאגט, האט נישט קיין שום קרעדיט
וואס ער זאגט מיינט זייער אסאך!
א איד האט א חזקות כשרות ווי לאנג ס'נישט איבערגעוויזן ס'פארקערטע. אדרבה גיי לערן אין די גמ' און ראשונים וועסטו זעהן דעם אמת

גערעכט, אבער דאס איז נאר גילטיג ביז ער איז נישט מוחזק אלס א שקרן, און איינער וואס איז א פאליטישן איז מוחזק אלס א ליגנער, קוים א וואך צירוק האט ער געזאגט אז ער גייט נישט אנגיין פאר א קאליציע וואס האלט זיך אויף די אראבישע פארטיי, וואס איז יעצט געשען?
איך זאג נישט אז זיין ווייב איז נישט פרום, יכול להיות אז זי איז, אבער דאס וואס ער זאגט, מיינט גארנישט.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 2, 2021 8:17 am

· #474467
אלע צוזאמען: דאמאלס פארוואס גייט ער א יארמולקע....?! איינער צווינגט איהם דען...!

נאר איך האב שוין געהערט ווי ער רעדט זיך אפ אז די חילונים (עטליכע פארביסענע גרופס צווישן זיי) וויללן גארנישט וויסן פון אידישקייט. אז זיי האבן קאמפלעינד אז מ'ווילל אריינברענגען אידישקייט אין זייערע קינדער ווייל דער טיטשער האט געזאגט דעם ווארט..."חז"ל"...!

מפיל קינד » מיטוואך יוני 2, 2021 9:41 am

· #474472
berlbalaguleh
אלע צוזאמען: דאמאלס פארוואס גייט ער א יארמולקע....?! איינער צווינגט איהם דען...!

די קאפל איז די ראיה?!

וויקיפידיה:

כאשר הגיע אל בית הספר לקצינים של צה"ל הוריד את הכיפה,[8] אולם בעקבות הקולות שנשמעו נגד הציונות הדתית לאחר רצח רבין החליט לשוב ולחבוש אותה

ווילסט ער זאל אנטון א גרעסערע קאפל? זאג מער קריטיק אויף הציונות הדתית...

אישתישבי » מיטוואך יוני 2, 2021 10:53 am

· #474475
מפיל קינד
berlbalaguleh
אלע צוזאמען: דאמאלס פארוואס גייט ער א יארמולקע....?! איינער צווינגט איהם דען...!

די קאפל איז די ראיה?!

וויקיפידיה:

כאשר הגיע אל בית הספר לקצינים של צה"ל הוריד את הכיפה,[8] אולם בעקבות הקולות שנשמעו נגד הציונות הדתית לאחר רצח רבין החליט לשוב ולחבוש אותה

ווילסט ער זאל אנטון א גרעסערע קאפל? זאג מער קריטיק אויף הציונות הדתית...

וויפיל קריטיק דארף מען זאגן אויך ציונות הדתית אז ביבי זאל זיך אנטוהן א קאפל?

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 2, 2021 2:35 pm

· #474495
berlbalaguleh
אלע צוזאמען: דאמאלס פארוואס גייט ער א יארמולקע....?! איינער צווינגט איהם דען...!

נאר איך האב שוין געהערט ווי ער רעדט זיך אפ אז די חילונים (עטליכע פארביסענע גרופס צווישן זיי) וויללן גארנישט וויסן פון אידישקייט. אז זיי האבן קאמפלעינד אז מ'ווילל אריינברענגען אידישקייט אין זייערע קינדער ווייל דער טיטשער האט געזאגט דעם ווארט..."חז"ל"...!

די דיבור איז אויף זיין ווייב נישט איבער אים.
בלאט: 1 2