☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14660

אשכול אן א טיטל #14660

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14660
בלאט: 1 2

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יוני 2, 2021 4:36 pm

· #474511
עלה בידי.

תרמב » מיטוואך יוני 2, 2021 5:12 pm

· #474518
מזל טוב! זאלן זיי מצליח זיין מיטן אויפשטעלן א שיינע ממשלה סזאל אנהאלטן און זיי זאלן אויפטון נאר גוטע זאכן!

Hadasim » מיטוואך יוני 2, 2021 10:05 pm

· #474539
פון די בילד זעהט אויס אז ער איז א שומר תורה ומצוות
📎 ekr0vovwoaagmfu-עותק.jpg

Hadasim » מיטוואך יוני 2, 2021 10:06 pm

· #474540
און נאכאיינס
📎 download.jpeg

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 3, 2021 3:17 am

· #474550
סאוי די חרדים זענען נישט טייל פון די קאאליציע די מאל?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:33 am

· #474554
אויב בענעט האט יאיר לפיד אויף זיין זייט דארף ער נישט די חרדים. סייווי. יאיר לפיד ווילל בשום אין אופן נישט זיצן אין א קאאליציע מיט די חרד'ישע פארטייען...!

לאמיר האפפן אז זיי וועללן נישט ארויסגעבן קיין צו שטארקע אנטי דת גזירות. ווייל יאיר לפיד איז נישט אזא רשע ווי אביגדור ליבערמאן...! ער איז נאר פאליטיש אקעגן די חרד'ישע פארטייען. ער האלט אז זיי זענען נאר אויסן געלט...!

תרמב » דאנערשטאג יוני 3, 2021 9:09 am

· #474558
יאיר לאפיד איז שטארק אינטערסירט אז די חרדים זאלן קומען, מיט א אזא שמאלע קאאליציע ווי ער איז אנגעוויזן אין יעדן משוגענער וואלטן די חרדים אסאך ארויסגעהאלפן, ער האט זיי אפילו געאפערט צו קומען אפילו בתנאי אז ער נעמט נישט ליבערמאן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 3, 2021 11:25 am

· #474578
תרמכ: ס'קען זיין אז ר'האטציך שוין עפעס אויסגעלערנט. ווייל אין זיין לעצטן סיבוב האט ער בשום אופן נישט געוואלט הערן פון זיצן צוזאמען מיט די חרדים. ער האט געהאלטן אז זיי זענען קארופט...!

תרמב » דאנערשטאג יוני 3, 2021 1:46 pm

· #474595
פאריגע בחירות איז כאילו אין די לעצטע גלגול, מ'טוישט דארט מיינונגען שנעלער ווי מ'טוישט זאקן, אפילו די וואס טוישן די זאקן יעדן טאג.....

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יוני 3, 2021 3:34 pm

· #474615
'בענעט' האט געזאגט אז ער האט געבעטן פון 'ליבערמאן', וועלכע גייט יעצט ווערן פינאנץ מיניסטער, אז ער זאל נישט משוגע מאכן די היימישע עולם, ע'מיר זעהן וואס גייט זיך אויסלאזן.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 4, 2021 1:14 pm

· #474722
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום... כי עמנו ק-ל...!

רבות מחשבות בלייביש. אבער ועצת ה' היא תקום...!

כי לא יעזוב ה' עמו ונחלתו לא יעזוב...!

Hadasim » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 1:54 am

· #480555
א יעצטיגער בילד אין וואשינגטאן די סי
📎 img1030428.jpg

תרמב » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 1:58 am

· #480556
ס’איז א געוואלדיגע חוצפה פון די נטורא קרתא אז זיי מישן זיך אין די ישראלישע פאליטיק און זיי האבן גענומען א צד אז בנט איז נישט קיין בארעכטיגטע ראש הכופרים, אזוי ווייט האבן זיי געזייטיגט מיט ביבי אז זיי האבן בכלל נישט צוגעשטעלט א הפגנה קעגן בנט אין וואשינגטאן אזוי ווי זיי פלעגן טון מיט נתניהו.......

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 7:30 am

· #480565
אלע צוזאמען
ווי פרום קען מען זיין ווען מ'שטעלט זיך צוזאם מיט די לינקע? מיט די אראבער'ס, מילא, מיט די לינקע?!?

אלע צוזאמען: דו ביסט גערעכט אז די ערליכע אידן גייען זייער א סאך מאל (רוב) ליידער, ענדערש מיט די אראבערס מיט וועלכע זיי זענען אויף איין פעידזש ווי מיט די לינקע שונאי הדת. אבער. ההכרח לא יגונה.

וואס וואלסטו ענדערש געטון. געארבעט מיט אראבערס צוזאמען אדורכצופיהרן א געזעץ וואס פארבאט צו פארקויפן חזיר בפומבי. סיי אין סופערמארקעטס און סיי אין בוטשער סטארס און רעסטאוראנטס. אדער גיין מיט די לינק ש'בלינקע ..."אידן"... און רוסישע גויים וועלכע אגיטירן פאר ערלויבן צו פארקויפן חזיר אין ארץ ישראל...?!

קאמארנער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:31 pm

· #494347
היינט ביי א דיסקוסיע אין כנסת ווען דער אפאזיציע פירער נתניהו האט שארף אטאקירט דעם פרעמיער בנט האט בנט געמאכט א סימן 'קאקא' אויף ביבי. נעבעך דער בנט, א רחמנות אויף אים, צוריסן און צעהאקט פון אלע זייטן, אן קיין שטיצערס, פארפיינטעט ביי יעדן איז דאס דער איינציגסטע זאך וואס איז אים פארבליבן צו טון, צו עקט ווי א קליינע בעיבי.

📎 BBBENET2_re_autoOrient_i.jpg

תרמב » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:51 pm

· #494353
קענסט עס אנקוקן פארקערט אויך, די אפאזיציע האט כמעט געשוואוירן אז אזא רעגירונג גייט נישט האלטן מער ווי עטליכע מאנאטן, די חרדים האבן געשריגן אז ס'גייט זיין א געפערליכע שמד אויף כלל ישראל און למעשה קען מען נישט אונטערייסן מער ווי קלייניקייט און אזעלעכע שטותים ווי אז בנט האט געשריגן און געמאכט פאני פעיסעס....

קאמארנער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:07 pm

· #494355
תרמב
קענסט עס אנקוקן פארקערט אויך, די אפאזיציע האט כמעט געשוואוירן אז אזא רעגירונג גייט נישט האלטן מער ווי עטליכע מאנאטן, די חרדים האבן געשריגן אז ס'גייט זיין א געפערליכע שמד אויף כלל ישראל און למעשה קען מען נישט אונטערייסן מער ווי קלייניקייט און אזעלעכע שטותים ווי אז בנט האט געשריגן און געמאכט פאני פעיסעס....

1. די פאני פעיסעס מיט זיינע אנדערע אויסברוכן איז נאר א סימפטום. ס'ווייזט אין וועלכע מצב ער געפינט זיך. ס'ווייזט אויף זיין ערוואקסנקייט און שיקול הדעת.
2. מען קען אונטערייסן די ממשלה און נאך ווי קען מען, אפילו זיינע גרעסטע שטיצער אין די מידיע קומען ארויס קעגן אים.
3. אוודאי גייט זיך דער ממשלה האלטן כל זמן ביבי איז דא, אבער דער מינוט וואס ער האט געהאט א ספק צו חתמנ'ן אויף א פלי בארגן און פארלאזן דאס פאליטישע ארענע, איז געווען קלאר אז די ממשלה גייט זיך נישט האלטן צולאנג.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 3:22 pm

· #494370
תרמב
קענסט עס אנקוקן פארקערט אויך, די אפאזיציע האט כמעט געשוואוירן אז אזא רעגירונג גייט נישט האלטן מער ווי עטליכע מאנאטן, די חרדים האבן געשריגן אז ס'גייט זיין א געפערליכע שמד אויף כלל ישראל און למעשה קען מען נישט אונטערייסן מער ווי קלייניקייט און אזעלעכע שטותים ווי אז בנט האט געשריגן און געמאכט פאני פעיסעס....

תרמב: דאס אז די חרד'ישע פארטייען שרייען איז פארשטענדליך. זיי האבן דאך פארלוירן פאוער. דאס איז אויך א טייל פון פאליטיק. נאר דער פאקט אז דער רשע (אויב ער טוט נישט תשובה) אביגדור ליברמאן האט שוין אנגעהויבן צו מאכן צרות פאר די ערליכע אידן. עד שידו מגעת, איז זייער א ווייטאגליכער פאקט. און נפתלי בנט קען איהם נישט איינצוימען.

לאמיר האפן און מתפלל זיין אז ביבי וועט זיך ארויסדרייען פון זיינע לעגאלע צרות. ער האט סוכ"ס א סאך אויפגעטון פאר די ערליכע אידן אין ארץ ישראל. זאלל עס הייסן פאליטיק. אבער ער האט ערמעגליכט אז די ערליכע אידן און בני ישיבות האבן געקענט אנגיין נארמאל מיט זייער לעבן...!

צופלאטשקטע פיאות » זונטאג מערץ 6, 2022 8:55 am

· #496106
דער 'פרומער' ראש ממשלה איז געפארן שבת נאכן קוגל קיין רוסלאנד, כנראה אויף פיקוח נפש, כדי צו אויסזען ווי די שלום מאכער פון די וועלט.

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 6, 2022 9:11 am

· #496107
די 'פרומע' חברה הצלה ד'וויליאמסבורג איז געפארן שבת נאכן קוגל מיט א קאר כנראה אויף פיקוח נפש, כדי צו אויסזען ווי די לעבנס רעטער פון די וועלט

היסטאריע » זונטאג מערץ 6, 2022 3:30 pm

· #496120
קהל'ס נער
שמעקעדיג
ער טראגט, אין רוסלאנד איז נישטא קיין עירוב. 😎

ער איז שוין מילא א מומר לאותו דבר ווייל אין וויליאמסבורג איז אויך נישטא קיין עירוב....

בענבען » דינסטאג מערץ 8, 2022 1:21 pm

· #496188
איך הער ער האט זיך נישט געוואלט פאטאגראפירן מיט פוטין אלס שבת

שאלתיאל » מיטוואך אפריל 6, 2022 2:38 pm

· #497688
פאליטישע דראמע אין מדינת ישראל האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען און לייגט בנט'ס ממשלה אין א ערנסטע געפאר.

די דראמע האט זיך אנגעהויבן היינט מיטוואך פארטאגס ווען עמית סגל האט געווארפן א באמבע אז ח"כ עידית סילמן פון ימינה פלאנט זיך אפצוזאגן פון דער קאאליציע און אריבערגיין צו ביבי'ס ליכוד. סילמן איז א כנסת מעמבער פון פרעמיער בנט'ס פארטיי און דינט אלץ פארזיצערין פון זיין קאאליציע,און דער באדייט פון דעם איז אז בנט'ס קאאליציע וואס איז שוין אזוי אויך געווען וואקלדיג וועט פון יעצט זיין גענצליך פארלאזירט ציילנדיג בלויז 60 חברי כנסת. מערקוועדיג אנצוצייכענען אז בנט האט גארנישט געוויסט פון דעם און איז געוואור געווארן דערפון דורך די מידיע.

א שעה דערויף איז טאקע ארויס א בריוו פון סילמן אז זי זאגט זיך אפ און וועט מער נישט זיין א חלק פון דער קאאליציע, לויט איר איז די סיבה דערפאר דאס וואס ניצן הורביץ דער הויפט פון מרצ וואס איז א חלק פון דער ממשלה עקשנ'ט זיך אריינצולאזן חמץ אין די שפיטעלער אין לויף פון יו"ט פסח.

דער אמת'ע סיבה איז, די שווערע פרעשור וואס איז געלייגט געווארן אויף איר דורך אירע וויילער , משפחה און ארומיגע סביבה. אזוי אויך דער הבטחה פון ביבי אז זי ווע באקומען א פלאץ אין די רשימה פון ליכוד.

די מבינים שאצן אז זי איז נישט דער לעצטע און ס'איז ערווארטעט אז נאך עטליכע פון בנט'ס פארטיי זאלן פארלאזן די קאאליציע און ס'איז בלויז א שאלה פון צייט ביז דער ממשלה וועט קראכן. דער קומענדיגע אפציע איז אדער פרישע עלעקשאנס אדער א נייע ממשלה אין שפיץ פון ביבי און רעשטלעך פון ימינה און תקווה חדשה.

שאלתיאל » מיטוואך אפריל 6, 2022 3:09 pm

· #497693
ציניקערס זאגן אז בנט וועט שרייבן אין זיין סוסייעד בריוו ''הלכתי להזמין את סילמן לדין תורה''..(ע"ע וואלדער)

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:47 pm

· #500443
עטליכע וואכן נאך וואס א חברת כנסת פון פרעמיער בנט'ס פארטיי עידית סילמן האט אפגעלאזט די קאאליציע און דערביי אראפגעברענגט די צאל קאאליציע מעמבער צום מסוכנ'דיגע געגנט פון 60 מעמבערס איז היינט געקומען דאס וואס קוקט אויס צו זיין דער ענדגילטיגע טויט קלאפ פאר דער גוסס'דיגע קאאליציע ווען ח"כ זועבי אן אראבקע פון די עקסטרעם לינקע מרצ פארטיי האט געלאזט וויסן אז זי זאגט זיך אפ צוליב וואס לויט איר איז דער ממשלה געגאנגען צו רעכטס און דערביי אראפגעברענגט דער קאליציע צו בלויז 59 מעמבערס און איר פארוואנדלט אין א מינאריטעט.

ווי ס'קוקט אויס גייט עס אין ריכטונג פון פרישע וואלן אין סעפטעמבער חוץ אויב וועט דער ח"כ צוריקציען אדער אויב וועט נתניהו מצליח זיין אויפצושטעלן אן אלטערנאטיווע אין דער יעצטיגע כנסת.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 20, 2022 7:11 pm

· #500542
דער הרב ש.ב. מרגליות (המכונה שמואל שלמה טעללער) פון בלאט פרייט זיך זייער שטארק מיט דעם איצטיגן מצב אין מדינת ישראל. ער זעהט שוין אן אתחלתא דגאולה. אן אנהייב אז די מדינה גייט בטל ווערן. זיי קענען שוין נישט אהערשטעללן א רעגירונג. וויל איך איהם בארואיגן. די מדינה גייט נאכנישט אזוי שנעל בטל ווערן. דאס איז נאר אזא פאליטישער שפיעל.

תרמב » דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:31 am

· #500959
זועבי האט נאך גרויס דרוק און נאך גרעסערע הבטחות צוריקגעצויגן אין צוריק אריין אינעם קואליציע, די קואליציע שטייט טאקע אויף הינער פוס אבער זיי זענען מצליח צו ציען נאך א וואך און נאך א חודש, מיין מיינונג איז אז ס'איז נאך אלס בעסער אזוי ווי מאכן בחירות נאך אמאל און נאכאמאל ווייל ביבי וויל נישט איינזעהן אז ער קען עס נישט מאכן, ס'געשעהט נישט גארנישט אז די אראבער'ס באקומען א פאר דאלער טאמער מ'קען פאר די פרייז האבן א פונקציאנירנדע ממשלה וואס גייט אן מער ווייניגער.

שאלתיאל » מאנטאג יוני 13, 2022 1:57 pm

· #502057
בענעטס וואקלדיגע קאאליציע איז זיך צעפאלען דע פאקטו דערנאך וואס ח"כ ניר אורבאך פון ימינה האט דערקלערט אז ער איז מער נישט קיין טייל פון דער קאאליציע און וועט מער נישט וועלן צוזאמען מיט איר, דערביי זענען די צאל מעמבערס פון די קאאליציע אראפ צו 59 אריינגערעכנט זועבי פון מרצ און גנאיים פון רע"מ וואס וועלן נישט מיטן קאאליציע און מאכן שבת פאר זיך. ס'איז א פראגע פון צייט ביז מען וועט אפיציעל אויסרופן וואלן. לכאורה וועט עס פארקומען 25 אקטאבער נאך די ימים טובים. מערקוועדיג אז אין די לעצטע פאלס איז בענעט'ס פארטיי אויפן גרעניץ פון אחוז החסימה און דער בלאק פון ביבי (ליכוד, חרדים, סמוטריץ) קראצן ארום 60 מאנדאטן.

https://www.n12.co.il/news-politics/2022_q2/Article-ee4e2ff5edd5181027.htm?sCh=31750a2610f26110&pId=173113802

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 13, 2022 9:03 pm

· #502099
דער שליסל פאר'ן המשך הקיום פון די קאאליציע מיט בנט בראש ליגט ביי מנסור עבאס. ער איז זייער א געשליפענער פאליטישן. אמאל האט מען געמיינט אז אחמד טיבי איז די זאך. ווען זייער טאטע איז געווען איינער פון די ווינציגע אראבישע משפחות/חמולות וועלכע האבן אפן דערקלערט זייער שטיצע פאר מדינת ישראל . בן גוריון האט אויפגעמאכט אלע טירן פון די רעגירונג פאר זיי. מ'האט זיי אריינגעלאזט אין די אוניווערזיטעטן צו שטודירן. א טייל זענען געווארן דאקטוירים. אנדערע לאיערס. און אפילו דזשאדזשעס. אחמד טיבי איז געווען א דאקטער. נאכדעים איז ער געווארן א פאליטישן. נאר ער האט געמאכט איין גרויסן טעות. ער האט געמיינט אז מיט אטאקירן די רעגירונג וועט ער זיך הייבן אלס פאליטישן. היינט איז ער אן אויסגעשפיעלטער אלטער בהמה. משא"כ מנסור עבאס איז איינער מיט וועם מ'קען פארהאנדלען און מאכן א דיעל. ער איז טאקע אנגעקומען זייער ווייט. בנט'ס רעגירונג האט אריינגעריקט פאר זיינע קאנסטיטוענטן א מטבע פון 50מיליארד (ביליאן) שקל.8 און ער פיהרט נפתלי בנט און זיין שותף יאיר לפיד ביי די נאז.

שאלתיאל » דינסטאג יוני 14, 2022 1:05 pm

· #502141
בערל: ס'איז שוין לאנג נישט אין עבאס האנט, ער פון זיין זייט פגר'ט ממשיך צו זיין מיטן קאאליציע, דער פראבלעמען קומען פון זיינע פארטיי מעמבער גאנאיים וואס איז אן עקסטרעמער פאנט און פון בענעטס פארטיי ווי צוויי חברי כנסת, סילמאן און אורבאך האבן זיך אפגעזאגט.

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 20, 2022 12:30 pm

· #502591
און..... די קאליציע איז אויס!
לפיד ווערט פרעמיער פאר ביז פרישע וואלן קומען פאר.

שאלתיאל » מאנטאג יוני 20, 2022 1:05 pm

· #502595
בום: נאכן זיך וואקלען עטליכע וואכן איז די קאליציע איז ענדגילטיג צעפאלען! דערנאך וואס אלע פראוון צו אוועקשטעלן דעם שאקלדיגן שיפל זענען נישט געלונגען האבן בנט און לפיד באשלאסן צו וועלן פארן פארשפרייטונג פון די כנסת קומענדיגע וואך ווען באלד דערנאך וועט לפיד ווערן ראש ממשלה אקארדינג צו זייערע הסכם. בנט וועט דינען אלץ ראש ממשלה חליפי. ווי ס'קוקט אויס וועלן די וואלן פארקומען 25 אקטאבער.
אויב וועט ער נישט צוריקומען אין דער צוקופנט וועט בנט, דער ערשטע פרומע פרעמיער אריינגיין אין היסטאריע ביכער אלץ פרעמיער מיט דער קלענסטע טערמין אין איזראעלי פאליטיק.

אפדעיט: לויט עמית סגל פלאנט בנט צו נעמען טייימאוט פון פאליטיק.

שאלתיאל » מיטוואך יוני 29, 2022 2:35 pm

· #503271
פרעמיער בנט האט געמאלדן אז ער נעמט א טיימאוט פון פאליטיק און וועט זיך נישט פארמעסטן אין די קומענדיגע וואלן. ער האט איבערגעגבן די לייצעס פאר זיין פארטנערין איילת שקד. דאס קען זיין א וויכטיגע פאקטאר וואס קען האבן איינפלוס אויפן פאליטישע מאפע ווארום שקד ווערט פארעכנט מער אלץ איינער וואס וועט ענדערש זיצן מיט נתניהו ווי מיט די לינקע און אויב וועט שקד אריבערגיין די אחוז החסימה אין די קומענדיגע וואלן וועט דאס פארגרעסערן די שאנסן פון נתניהו אויפצושטעלן א קאאליציע.
די פראבלעם איז אז בנט'ס ימינה פארטיי כרגע איז צושטיקלט אינגאנצן ווען אירע מעמבערס זענען זיך צופלויגן צו אלע זייטן. איינער עפנט אן אייגענע פארטיי, צוויי ועלן באקומען א פלאץ אין ליכוד, איינער גייט מיט גאנץ און שקד איז געבליבן מער וייניגער אליינס און אן קיין סאך וויילער.

שאלתיאל » דאנערשטאג יוני 30, 2022 5:38 pm

· #503344
יאיר לפיד איז דער 14'טע פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. מערקוועדיג אנצוצייכענען אז דער מענטש האט ניטאמאל א maturity certificate תעודת בגרות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 30, 2022 7:57 pm

· #503352
שאלתיאל: אבער ער האט עס גוט געפעיקט אויף א סאך פראנטן. ער האט אמאל פרובירט איינרעדן פאר'ן עולם אז ער באזיצט עטליכע הויכע (דאקטאראט) דעגריס. או.קעי. ער רעדט א ..."געשליפענעם"...ענגליש מיט א בריטישע הברה. און אן איזראעלי אקצענט. די בריטישע הברה קומט פון דעם פאקט וואס זיין טאטע איז געווען א שליח פון סוכנות און א קארעספאנדענט אין לאנדאן. ער איז אויפגעוואקסן אין ענגלאנד.

נאר אין פארגלייך צו זיין טאטן איז ער א צדיק. טומי לפיד (שר"י, עפ"ל וכו') איז געווען א כופר באלוקי ישראל. און אן אפענער אנטיסעמיט. ער האט פיינט געהאט אן ערליכן איד שנאת מוות...!

משה חאצקעל » דאנערשטאג יוני 30, 2022 9:30 pm

· #503358
!
בלאט: 1 2