☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14632
בלאט: 1 2 3

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 9:57 am

· #483716
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
קהל'ס נער: זיכער. ס'איז נישט אזוי פשוט. ס'דא א יש אומרים אז דער איסור גייט נאר ארויף א פרוי וואס מ'קען. אויך. איך בין זיכער אז די באבע (וועלכע זינגט/גרילצט אויף דעם פאוסטער) איז שוין לאנג געשטארבן...!

איך בין זיכער אז די (חסיד'ישע ) יונגעלייט וועלכע זענען געזיצן איין מוצאי שבת ביים זינגער'ס קאנטעסט, ווען זיי הערן די באבע זינגען וואלטן זיי איהר גראד אהיימגעשיקט...!

ערשטנ'ס לויט ווי איך ווייס דעי דיעה וואס מ'טאר נישט נאר ווען מ'קען די פרוי איז נאר פאר ספרדים
צוויטנ'ס אויך אויב להלכה ס'נישט אסור נאך אלטס ס'פאסט נישט צי לייגען אזא זאך אין א פרימע פלאטץ

בערל האסט מיך ארויס געכאפט די ווערטער.

טאשער אייניקל: ולא תהא תורה אחרת, גלייבסט אין דעים?
אויב נישט, דערמאן מיך באלד ווען איך גיי אין מקוה זיך צי טויפן צי א ספרדי.

ווידער מיטן פאסטיך: ס'פאסט נישט פאר א טאשער אייניקל זיך צי דרייען אין קאווע שטיבל, ס'דא ציונות, כפירה למחצה, און (צניעות'דיגע) בילדער פון פרויען.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 22, 2021 10:00 am

· #483717
קול באשה איז נאר אסור ווען מ׳ליינט קריאת שמע (אדער אנדערע דברים שבקדושה) כמבואר בשולחן ערוך (און דער רמ״א קריגט נישט), ובני ישראל יוצאים ביד רמ״א.

טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:03 pm

· #483858
איך וועל ענטפערען אויף די הלכה'דיגע ענינים וואס איך האב געשליבען לויט די ספרדים מיינט לויט די ספרד'ישע פוסקים וואס די אשכנז'ישע פוסקים זענען חולק אויף דעם אין ניין ביסט נישט קיין ספרדי וויל טיסט נישט אסאך זאכן וואס ספרדים טיען (ספרים גייען נישט קיין גארטל)
אין איך וועל זיך פרייען צי וויסן וואס איז דיין מקור אז מ'טאר נישט נאר בשעת ק"ש וכו'

תוהו ובוהו » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:11 pm

· #483862
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
וואס טוט זיך מיט די טאהש'ע פוסקים? וואס האלטן זיי? איך ווייס נישט צו דו קענסט אננעמען נישט-טאהש'ע פוסקים, ווייל ביסט דאך א טאהש'ער.

טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:21 pm

· #483863
תוהו ובוהו
וואס טוט זיך מיט די טאהש'ע פוסקים? וואס האלטן זיי? איך ווייס נישט צו דו קענסט אננעמען נישט-טאהש'ע פוסקים, ווייל ביסט דאך א טאהש'ער.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט פוסקים פין יעדע קרייז קענסט ברענגען אנדערע דיעות אויך
איך האב געשריבען אז דאס וואס מ'מעג הערן א פרוי וואס מ'קען נישט איז לויט די ספרדי'שע פוסקים וויל איך מיין אז נישטא דא קיינע ספרדים(פרענקים בלשון בני ארץ ישראל תובב"א)

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 5:21 pm

· #483866
טאהש'ער אייניקעל
איך וועל ענטפערען אויף די הלכה'דיגע ענינים וואס איך האב געשליבען לויט די ספרדים מיינט לויט די ספרד'ישע פוסקים וואס די אשכנז'ישע פוסקים זענען חולק אויף דעם אין ניין ביסט נישט קיין ספרדי וויל טיסט נישט אסאך זאכן וואס ספרדים טיען (ספרים גייען נישט קיין גארטל)
אין איך וועל זיך פרייען צי וויסן וואס איז דיין מקור אז מ'טאר נישט נאר בשעת ק"ש וכו'

מיין טייערער טאהשער אייניקל שליט"א: איך ווילל דיר נאר דערמאנען אז דא (קאווע שטיבל) איז נישט קיין ביהמ"ד אדער הוראה שטיבל, וואו די גאונים ווארפן אדורך זייערע קענטעניסן אין ים התלמוד און ד' חלקי שו"ע. אויב דאס איז דיין מטרה. האביך 2 קשיות. פארוואס ביסטו נישט אין. ביהמ"ד אדער אין כולל? והשנית. אויב דו באקומסט (ח"ו) הירהורים פון א גרילצנדיגן קול פון א באבע וואס ליגט שוין לכה"פ 50 יאר ערגעץ אין א ביה"ח אין ניו דזשערזי דארפסטו ענדערש זיך זעהן מיט א דאקטער. אדער קענסטו קאנטאקטן די טעראפיסטן פון נפשי. כ'בין זיכער אז איינער פון זייערע .."רבנים"...וועללן קענען דיאגנאזירן דיין מחלה (ל"ע) און דיר קענען העלפן...!

ועוד. דא איז א פלאטץ וואו פראסטע נפשות, אזוי ווי בערל בעל עגלה און חאצקל דער שניידער און יאסל דער שוסטער קומען זיך א ביסל אויסלופטערן. דא קריטיקירט מען נישט אויב איינער איז אן ארוני. אדער א ציוני. (נישט אז מ'האט איהם זייער שטארק ליעב . נאר מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער.). שוין. כ'האב גענוג געדרשנ'ט. יעצט זיי מיר געזונט. און מאך שנעל א החלטה וואס ד ווילסט טון. ברענגען עפעס גוטע, זאפטיגע נייעס פון שטעטל.אז א יעדער זאלל הנאה האבן. אדער סתם פארדרייען א קאפ...!

טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 5:26 pm

· #483868
berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל
איך וועל ענטפערען אויף די הלכה'דיגע ענינים וואס איך האב געשליבען לויט די ספרדים מיינט לויט די ספרד'ישע פוסקים וואס די אשכנז'ישע פוסקים זענען חולק אויף דעם אין ניין ביסט נישט קיין ספרדי וויל טיסט נישט אסאך זאכן וואס ספרדים טיען (ספרים גייען נישט קיין גארטל)
אין איך וועל זיך פרייען צי וויסן וואס איז דיין מקור אז מ'טאר נישט נאר בשעת ק"ש וכו'

מיין טייערער טאהשער אייניקל שליט"א: איך ווילל דיר נאר דערמאנען אז דא (קאווע שטיבל) איז נישט קיין ביהמ"ד אדער הוראה שטיבל, וואו די גאונים ווארפן אדורך זייערע קענטעניסן אין ים התלמוד און ד' חלקי שו"ע. אויב דאס איז דיין מטרה. האביך 2 קשיות. פארוואס ביסטו נישט אין. ביהמ"ד אדער אין כולל? והשנית. אויב דו באקומסט (ח"ו) הירהורים פון א גרילצנדיגן קול פון א באבע וואס ליגט שוין לכה"פ 50 יארערגעץ אין א ביה"ח אין ניו דזשערזי דארפסטו ענדערש זיך זעהן מיט א דאקטער. אדער קענסטו קאנטאקטן די טעראפיסטן פון נפשי. כ'בין זיכער אז איינער פון זייערע .."רבנים"...וועללן קענען דיאגנאזירן דיין מחלה (ל"ע) און דיר קענען העלפן...!

ועוד. דא איז א פלאטץ וואו פראסטע נפשות, אזוי ווי בערל בעל עגלה און חאצקל דער שניידער און יאסל דער שוסטער קומען זיך א ביסל אויסלופטערן. דא קריטיקירט מען נישט אויב איינער איז אן ארוני. אדער א ציוני. (נישט אז מ'האט איהם זייער שטארק ליעב . נאר מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער.). שוין. כ'האב גענוג געדרשנ'ט. יעצט זיי מיר געזונט. און מאך שנעל א החלטה וואס ד ווילסט טון. ברענגען עפעס גוטע, זאפטיגע נייעס פון שטעטל.אז א יעדער זאלל הנאה האבן. אדער סתם פארדרייען א קאפ...!

איך האב געמיינט אז ס'איז אסור אדער כאטשיג נישט אויגעהאלטען לויט די הלכה אויב איז עס אויסגעהלטען לויט די הלכה האב איך נישט קיין פראבלעים

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 25, 2021 5:34 pm

· #483869
טאהשער אייניקל: כמו שאמרתי. ביטע ליין איבער מיין תגובה. אויב דו האסט חששות. האסטו 2 ברירות. הער נישט אויס. אדער גיי פרעיג א מורה הוראה. און טו וויאזוי ער פסקנ'ט...! ועוד. כמו שאמרתי. קאווע שטיבל איז נישט קיין פלאטץ וואו מ'קומט מברר זיין הלכות. ווייל די גאונים פון קאווע שטיבל ווייזן זייער גאונות אין אנדערע פלעצער. למשל אין ביהמ"ד...!

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:13 pm

· #483924
אין אידישלאנד. אין אונזער אייגענע מדינה. אי"ה בקרוב בימינו. (עפ"י תורה פארשטייצעך.) וועט דאך אלעס זיין געשריבן אין לשון הקודש. ס'וועט נישט זיין אזא זאך ווי ענגליש אדער ספאניש. שטעלט זיך די שאלה. וויאזוי מ'רופט דעם חלק וואס האט די קנעפלעך מיט די אותיות ביי א קאמפיוטער...!

ווער ס'ווייסט זאלל זיך ביטע אנרופן. ווארטס נישט ביז בערל בעל עגלה וועט עס ענק אויסזאגן...!

טאהש'ער אייניקעל » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:57 pm

· #483938
עהרשט'נס פאר וואס דייקא לשון הקודש ? מ'קען רעדן ווייטער יודיש
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:01 pm

· #483939
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
טאהש'ער אייניקעל
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'

תוהו ובוהו » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:46 pm

· #483944
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
berlbalaguleh
אין אידישלאנד. אין אונזער אייגענע מדינה. אי"ה בקרוב בימינו. (עפ"י תורה פארשטייצעך.) וועט דאך אלעס זיין געשריבן אין לשון הקודש. ס'וועט נישט זיין אזא זאך ווי ענגליש אדער ספאניש. שטעלט זיך די שאלה. וויאזוי מ'רופט דעם חלק וואס האט די קנעפלעך מיט די אותיות ביי א קאמפיוטער...!

ווער ס'ווייסט זאלל זיך ביטע אנרופן. ווארטס נישט ביז בערל בעל עגלה וועט עס ענק אויסזאגן...!
אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריז משהו למעלה.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:16 pm

· #483950
טאהש'ער אייניקעל
עהרשט'נס פאר וואס דייקא לשון הקודש ? מ'קען רעדן ווייטער יודיש
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

טאהשער אייניקל: כ'האב נישט געמיינט דווקא לשה"ק. פארשטייצעך אידיש איז אויך גוט. נו, וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?. והשנית דיין דעפינישן אין לשה"ק איז זייער זיס. אבער נאאיוו. דאס דערמאנט מיך א מעשה. וואס איך גיי יעצט נישט פארציילן. פשוט ווייל דער עולם האט נישט קיין נערוון צו די מעשיות...אפשר יא. כ'ווייס נישט. ווען דו רופסט אן דעם קיעבאורד..."כפתורים"...קענמען מיינען אז דו רעדסט פון קנעפלעך פון א העמעד אדער רעקל...! והשלישית. ווען איכ'ל דיר זאגן וויאזוי מ'רופט עס אין לשה"ק/עברית וועסטו זעהן אז עברית (וואס איז נישט מער ווי א מאדערנע ווערסיע פון לשה"ק. נישט אז ס'איז הייליג. אבער ס'איז א קרוב מיט לשה"ק.) איז א קלוגע שפראך (אפשר אויך א שפה טמאה, לשיטתך.)

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:20 pm

· #483951
תוהו ובוהו
טאהש'ער אייניקעל
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'

תוהו ובוהו: וואס ווילסטו?! אין טאהש האט מען נישט געלערנט עברית. ס'איז חזיר טריפה...! גוגל טרענסלעיט האט ער נאכנישט אנטדעקט...לאל

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:10 pm

· #483956
נו, טאהשער אייניקל: איך לעש באלד אויס דעם קאמפיוטער. איך דארף אויפשטיין צו שחרית...! זאג שנעלל, אויב דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט אין אידיש דעם קוועטשער פון א קאמפיוטער. וואו די קנעפלעך מיט די אותיות זענען דא.

טאהש'ער אייניקעל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:17 am

· #483963
berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל
עהרשט'נס פאר וואס דייקא לשון הקודש ? מ'קען רעדן ווייטער יודיש
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

טאהשער אייניקל: כ'האב נישט געמיינט דווקא לשה"ק. פארשטייצעך אידיש איז אויך גוט. נו, וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?. והשנית דיין דעפינישן אין לשה"ק איז זייער זיס. אבער נאאיוו. דאס דערמאנט מיך א מעשה. וואס איך גיי יעצט נישט פארציילן. פשוט ווייל דער עולם האט נישט קיין נערוון צו די מעשיות...אפשר יא. כ'ווייס נישט. ווען דו רופסט אן דעם קיעבאורד..."כפתורים"...קענמען מיינען אז דו רעדסט פון קנעפלעך פון א העמעד אדער רעקל...! והשלישית. ווען איכ'ל דיר זאגן וויאזוי מ'רופט עס אין לשה"ק/עברית וועסטו זעהן אז עברית (וואס איז נישט מער ווי א מאדערנע ווערסיע פון לשה"ק. נישט אז ס'איז הייליג. אבער ס'איז א קרוב מיט לשה"ק.) איז א קלוגע שפראך (אפשר אויך א שפה טמאה, לשיטתך.)
berlbalaguleh
תוהו ובוהו
טאהש'ער אייניקעל
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'

תוהו ובוהו: וואס ווילסטו?! אין טאהש האט מען נישט געלערנט עברית. ס'איז חזיר טריפה...! גוגל טרענסלעיט האט ער נאכנישט אנטדעקט...לאל
berlbalaguleh
נו, טאהשער אייניקל: איך לעש באלד אויס דעם קאמפיוטער. איך דארף אויפשטיין צו שחרית...! זאג שנעלל, אויב דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט אין אידיש דעם קוועטשער פון א קאמפיוטער. וואו די קנעפלעך מיט די אותיות זענען דא.
תוהו ובוהו
טאהש'ער אייניקעל
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"

אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'

איך וועלל ענפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
א . ס'מיין טעות כ'האב נישט פארשטאנען גיט דע שאלה איך האב געמיינט אז ר' בערל בעל עגלה רעדט אויף די קנעפלעך
ב . קודם כל א גיט מארגען ר' בערל בעל עגלה יעצט זיץ איך לעבן די ווערטערביך אין אויף יודיש ריפט מען עס א קלאוויאטור
וואס איז די מעשה (אויב דע עולם האט נישט קיין נערוון קענסט מיר שיקן אין פריוואט)
אין וואס מיינסטי צי זאגען א קליגע שפראך ?
פרעגסט אויך וואס ווילט ר' תוהו ובוהו פין מיך אין טאהש מ'לערנט דאך נישט קיין העבראי"ש ס'איז חזר טרייף ביסט גערעכט נאר איין פראבלעים פאר וואס איך קען יא העבראי"ש אין איך קען העבראי"ש בעסער פין א סאך 'ציאניסט"ן' דא(אין א קליינע סוד בא מיר אין שטיב מ'רעדט העבראי"ש אין אפילו ביז בערך די צוועלעף יאר האב איך נישט געקענקט קיין יודיש) איז וועגן דעים אז איך בין געבוירען געווארען אין איך לעיב ביז'ן היינטיקע טאג אין ארץ ישראל תובב"א (אין אנטשולדיגט מיר זייער סאטמארער רב זי"ע דיין גזירה אז מ'טאר נישט רעדן קיין העבראי"ש איז א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה) אין אלע עהרליכע יודען אין ארץ ישראל אפילו די נטורי קרתא רעדן אויף די טמא'נע שפראך וואס זאל מיר טיהן ?
דא האט איר א בונד (לינק / קישור בלע"ז) צי אפילם וואס מ'זעט פאר ר' ישראל הירש איינע פין די אנפירערס (אדער בלשונו פין כ"ק אמור מוהר"י פין וויזשניץ [פאר]פירעס) פין נטורי קרתא אין ארץ ישראל רעדט אויף העבראי"ש

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:33 am

· #483966
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך וואלט געזאגט אז דער נאמען פאר די ..."קיבאורד"... וואס ד'ו האסט אפגעליינט פון דיקשיאנערי איז נישט אזוי מדוייק.דער שורש פון דעם ווארט (וואס דער דיק. ברענגט) נעמט זיך פון א פיאנא. וואס הייסט אויף אלט אידיש..."קלאוויר"...!
איך מיין אז ..."שליסל ברעט"...איז מער מדוייק...!

טאהש'ער אייניקעל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:41 am

· #483970
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך וואלט געזאגט אז דער נאמען פאר די ..."קיבאורד"... וואס ד'ו האסט אפגעליינט פון דיקשיאנערי איזד נישט אזוי מדוייק.דער שורש פון דעם ווארט (וואס דער דיק. ברענגט) נעמט זיך פון א פיאנא. וואס הייסט אויף אלט אידיש..."קלאוויר"...!
איך מיין אז ..."שליסל ברעט"...איז מער מדוייק...!

א . אזוי שטייט אין דע ווערטער ביך אין מיט קיין דומם דינגט מען נישט !
ב . פינקט אזוי ווי די שרייבסט קיבאורד וואס איז א פיאנא אזוי אויך אין יודיש מ'זאגט אזוי
ג . לשונו של הווערטער ביך מיקלדת / מקלדת - קלאוויאטור (פון פיאנא , פון קאמפיוטאר)

טאהש'ער אייניקעל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:42 am

· #483971
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך וואלט געזאגט אז דער נאמען פאר די ..."קיבאורד"... וואס ד'ו האסט אפגעליינט פון דיקשיאנערי איזד נישט אזוי מדוייק.דער שורש פון דעם ווארט (וואס דער דיק. ברענגט) נעמט זיך פון א פיאנא. וואס הייסט אויף אלט אידיש..."קלאוויר"...!
איך מיין אז ..."שליסל ברעט"...איז מער מדוייק...!

א . אזוי שטייט אין דע ווערטער ביך אין מיט קיין דומם דינגט מען נישט !
ב . פינקט אזוי ווי די שרייבסט קיבאורד וואס איז א פיאנא אזוי אויך אין יודיש מ'זאגט אזוי
ג . לשונו של הווערטער ביך מיקלדת / מקלדת - קלאוויאטור (פון פיאנא , פון קאמפיוטאר)
ד . פאר וואס טראכסטי אז דאס איז שליסל ברעט ?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:56 am

· #483976
כמו שאמרתי באישי. איך האב יעצט נישט קיין געדולד פאר אן אריכות...!

טאהש'ער אייניקעל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:15 am

· #483979
אהה צים סוף האב איך פארגעסן די בינד
אט האט איר
<a class="postlink" href="https://youtu.be/KLlubqp09ag">https://youtu.be/KLlubqp09ag</a>
דא האט איר נאך איינס בא די אראבער'ס ימח שמם וזכרם
<a class="postlink" href="https://youtu.be/4yGlZWxFNDU">https://youtu.be/4yGlZWxFNDU</a>

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:39 am

· #483980
ער רעדט א געשליפענעם עברית...נאר ער וואלט זיך געמעגט צוזאמנעמען און קרייזלען די פיאות אז ער זאלל אויסזעהן מער מענטשליך. אזוי זעהט ער אויס ווי א חיה פון וואלד...!

טאהש'ער אייניקעל » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 9:47 am

· #483981
berlbalaguleh
ער רעדט א געשליפענעם עברית...נאר ער וואלט זיך געמעגט צוזאמנעמען און קרייזלען די פיאות אז ער זאלל אויסזעהן מער מענטשליך. אזוי זעהט ער אויס ווי א חיה פון וואלד...!

מנהג הפרושים (די ליטוואקעס)אין ירושלים נישט צי קרייזלען פיאות
אין אזוי האבען זיך געפירט אויך ר' עמרם בלויא אין ר' אהרון קאצינעלביגען זצ"ל די גרינדער אין פירעהר'ס פין נטורי קרתא נאר בא זיי ס'נישט גיוועהן אזוי געפערליך

קהל'ס נער » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:58 pm

· #484025
טאהש'ער אייניקעל
אהה צים סוף האב איך פארגעסן די בינד
אט האט איר
<a class="postlink" href="https://youtu.be/KLlubqp09ag">https://youtu.be/KLlubqp09ag</a>
דא האט איר נאך איינס בא די אראבער'ס ימח שמם וזכרם
<a class="postlink" href="https://youtu.be/4yGlZWxFNDU">https://youtu.be/4yGlZWxFNDU</a>

אוי איז דער ציפראסקעט.

ער רעדט אין א מייק אים שבת, אדער ס'האט אים פלעין פארשמעקט א שטריימעל אינמיטן וואך?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:17 pm

· #484034
קהל'ס נער: ייש"כ פאר דיין אבזערוואציע. זיי זענען דאך (נעבעך) נישט קיין נארמאלע מענטשן. אויב דאס איז געווען אום שבת איז עס נישט די ערשטע מאל וואס זיי זענען מחלל שבת. צוזאמען מיט מחלל זיין שם שמים. דער איינציגער לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען (נעבעך ) צודרייט. ה' ישלח להם רפואה שלימה במהרה. אדער דארף מען זיי איבערלייגן און גוט אויספראקן...לאל

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:19 pm

· #484055
קהל'ס נער
טאהש'ער אייניקעל
אהה צים סוף האב איך פארגעסן די בינד
אט האט איר
<a class="postlink" href="https://youtu.be/KLlubqp09ag">https://youtu.be/KLlubqp09ag</a>
דא האט איר נאך איינס בא די אראבער'ס ימח שמם וזכרם
<a class="postlink" href="https://youtu.be/4yGlZWxFNDU">https://youtu.be/4yGlZWxFNDU</a>

אוי איז דער ציפראסקעט.

ער רעדט אין א מייק אים שבת, אדער ס'האט אים פלעין פארשמעקט א שטריימעל אינמיטן וואך?

ס'קען זיין חןל המועד ימי שבע ברכות פאר אזיין זין אין נאך א סאך סיבות צי טראגען א שטריימל אינדערוואכען
אין אויב איז עס שבת מ'קען א סאך מפלפל זיין אין דעים אויב מ'מעג אויב א גוי האט עס אנגעצינדען וכו' אבער איך וועל נישט אריין גיין אין דעים מ'זאל מיך נישט באפאלען נאך אמאל

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:26 pm

· #484057
berlbalaguleh
קהל'ס נער: ייש"כ פאר דיין אבזערוואציע. זיי זענען דאך (נעבעך) נישט קיין נארמאלע מענטשן. אויב דאס איז געווען אום שבת איז עס נישט די ערשטע מאל וואס זיי זענען מחלל שבת. צוזאמען מיט מחלל זיין שם שמים. דער איינציגער לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען (נעבעך ) צודרייט. ה' ישלח להם רפואה שלימה במהרה. אדער דארף מען זיי איבערלייגן און גוט אויספראקן...לאל

סתם אזוי איך מיין זאלסט בעסער ניטש ריפען א מענטש וואס די קענסט נישט אן אימנארמאלער מענטש
ספעציעל ווען די וויסט נישט פארוואס זיי גייען אין וואס זיי זאגען צי די אראבער'ס ימ"ש
זיי מיינען אז זיי ראטעווען יודען אין אפשר זענען זיי גערעכט

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:51 pm

· #484062
טאהשער אייניקל: איך גיי אפילו נישט אריין אין א ויכוח מיט דיר. א יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז זיי זענען א באנדע צודרייטע קרימינאלן. אלע אנדערע זאכן פאללן אוועק. דו קענסט ווייטער האלטן וואס דו ווילסט...ביטע. טאמער האסטו נישט איבער וואס צו שרייבן. שרייב נישט...!

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:55 pm

· #484064
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: איך גיי אפילו נישט אריין אין א ויכוח מיט דיר. א יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז זיי זענען א באנדע צודרייטע קרימינאלן. אלע אנדערע זאכן פאללן אוועק. דו קענסט ווייטער האלטן וואס דו ווילסט...ביטע. טאמער האסטו נישט איבער וואס צו שרייבן. שרייב נישט...!

אפשר אין ווארשיינלעך זיי האבען א טעות אין קען זיין אפילו אז זיי טיהען אפ חורבנות אבער זיי זענען נארמאלע מענטשען אינגאנצען

בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:56 pm

· #484065
זיך צזמשטעלן מיטן שנא נאמבער וואן פון עם ישראל איז א עון בל יכפר עס איז פארראט פון כלל ישראל ואין שום הצדקה

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:56 pm

· #484066
חוץ מזה. לאמיר צוריקגיין צו די מטרה פון פתיחת האשכול. נישט פארברענגען און פארברענען דעם גאנצן אשכול מיט נארישע בויכווייטאג. אויב האסטו עפעס א חידוש אדער אינטרעסאנטע הערה בנוגע דעם אשכול לאז דיך הערן. בתשואות חן. אנישט, נישט...!

סליחה. אבער ביזדערווייל האביך נאר געהערט פון דיר בויכווייטאג. זיכער דארף מען עס קענען ערגעץ ארויסגעבן. אבער אלעס האט א שיעור. גענוג געווען. לפענ"ד...!

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 1:59 pm

· #484067
berlbalaguleh
חוץ מזה. לאמיר צוריקגיין צו די מטרה פון פתיחת האשכול. נישט פארברענגען און פארברענען דעם גאנצן אשכול מיט נארישע בויכווייטאג. אויב האסטו עפעס א חידוש אדער אינטרעסאנטע הערה בנוגע דעם אשכול לאז דיך הערן. בתשואות חן. אנישט, נישט...!

סליחה. אבער ביזדערווייל האביך נאר געהערט פון דיר בויכווייטאג. זיכער דארף מען עס קענען ערגעץ ארויסגעבן. אבער אלעס האט א שיעור. גענוג געווען. לפענ"ד...!

די ביסט הינדערט פראצענט כשר גערעכט

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:12 pm

· #484069
צים סוף האסט אינז נישט געזאגט ווי אזוי ארבעט דיין שיטה אז א קלאוויאטור הייסט שליסל ברעיט
אין פאר וואס נישט א קלאוויאטור
לאמיר צירוק גייען צי דעים
ני בכבוד די מייקראפאן איז דיינ'ס (אדער די קלאוויאטור / קיבאורד / שליסל ברעיט)
לאמיך העירען
גיי צי צי דע ארבעט
בהצלחה

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:17 pm

· #484070
לאמיר דיר עפעס מסביר זיין. דא אין קאווע שטיבל בכלל איז מען מקפיד אז מ'זאלל נאר שרייבן איבער דעם ענין פון פתיחת האשכול. מ'רופט עס..."פארדרייען א אשכול"... איך פערזענליך בין נישט זייער שטארק מקפיד אויף דעם. לדעתי קענמען בינתיים אריינווארפן אנדערע קאמענטארן איבער סיי וועלכע עניינים. אבער דאך. דער תוכן פון די תגובות מוזן האבן עפעס א שייכות מיט'ן קעפל. (כותרת)... ואיתך הסליחה אויב איך בין געווען א ביסל צו שארף...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:21 pm

· #484071
טאהש'ער אייניקעל
צים סוף האסט אינז נישט געזאגט ווי אזוי ארבעט דיין שיטה אז א קלאוויאטור הייסט שליסל ברעיט
אין פאר וואס נישט א קלאוויאטור
לאמיר צירוק גייען צי דעים
ני בכבוד די מייקראפאן איז דיינ'ס (אדער די קלאוויאטור / קיבאורד / שליסל ברעיט)
לאמיך העירען
גיי צי צי דע ארבעט
בהצלחה

טאהשער אייניקל: זייער פשוט. דער נאמען ..."קלאוויאטור"... איז אויך נאר א ..."שם מושאל"...ווייל דאס ווארט ..."קלאוויר"... פאר א פיאנא (כ'ווייס נישט וויאזוי ס'הייסט אין עברית) איז אויך נישט א ריין אידיש ווארט...! ובכן...."שליסל ברעט"...באשרייבט מער פונקטליך די פונקציע פון דעם אביעקט...!

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:26 pm

· #484072
berlbalaguleh
לאמיר דיר עפעס מסביר זיין. דא אין קאווע שטיבל בכלל איז מען מקפיד אז מ'זאלל נאר שרייבן איבער דעם ענין פון פתיחת האשכול. מ'רופט עס..."פארדרייען א אשכול"... איך פערזענליך בין נישט זייער שטארק מקפיד אויף דעם. לדעתי קענמען בינתיים אריינווארפן אנדערע קאמענטארן איבער סיי וועלכע עניינים. אבער דאך. דער תוכן פון די תגובות מוזן האבן עפעס א שייכות מיט'ן קעפל. (כותרת)... ואיתך הסליחה אויב איך בין געווען א ביסל צו שארף...!

ס'גיט
איך ווייס אז אפילו וועסט מיר וועללן באפאלען דע ערגסטע וואס די קענסט מיך טיהען איז זיך אויסגעבן אויף די קלאוויאטור איך געב צי מיר די פריווילעגיע צי זאגען אלעס וואס ס'ליגט מיר אין קאפ
אבער די ביסט גערעכט אז ס'נישט גיט צי פארדייען דעים אשכול
לאמיר צירוק גיין צי דע זאך
האסט א וודאי שוין גיזעהן וואס איך האב געשריבען
ני הייב אן צי שרייבען
בכבוד

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:28 pm

· #484073
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: איך גיי אפילו נישט אריין אין א ויכוח מיט דיר. א יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז זיי זענען א באנדע צודרייטע קרימינאלן. אלע אנדערע זאכן פאללן אוועק. דו קענסט ווייטער האלטן וואס דו ווילסט...ביטע. טאמער האסטו נישט איבער וואס צו שרייבן. שרייב נישט...!

אפשר אין ווארשיינלעך זיי האבען א טעות אין קען זיין אפילו אז זיי טיהען אפ חורבנות אבער זיי זענען נארמאלע מענטשען אינגאנצען

להד"מ: ווייל זיי מאכן אן מער שאדן ווי נוצן. דו וואלסט געדארפט הערן א ויכוח וואס א נטורי קרתא מאן האט געהאט מיט הרב אמנון יצחק. איך האף אז ער איז נאכנישט פסול ביי דיר. יענער האט געזאגט פאר הרב אמנון.."אנחנו נגד הציונים"... האט איהם הרב אמנון געענטפערט..."גם אנחנו נגד הציונים"...אבער דאס מיינט נישט גיין צום שונא און בארעכטיגן זייערע רציחות פון אידישע קינדער...! ער (הרב אמנון שליט"א האט געזאגט נאכמער..."תיזהרו. פן יפגעו גם בכם"...)

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:35 pm

· #484074
berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל
צים סוף האסט אינז נישט געזאגט ווי אזוי ארבעט דיין שיטה אז א קלאוויאטור הייסט שליסל ברעיט
אין פאר וואס נישט א קלאוויאטור
לאמיר צירוק גייען צי דעים
ני בכבוד די מייקראפאן איז דיינ'ס (אדער די קלאוויאטור / קיבאורד / שליסל ברעיט)
לאמיך העירען
גיי צי צי דע ארבעט
בהצלחה

טאהשער אייניקל: זייער פשוט. דער נאמען ..."קלאוויאטור"... איז אויך נאר א ..."שם מושאל"...ווייל דאס ווארט ..."קלאוויר"... פאר א פיאנא (כ'ווייס נישט וויאזוי ס'הייסט אין עברית) איז אויך נישט א ריין אידיש ווארט...! ובכן...."שליסל ברעט"...באשרייבט מער פונקטליך די פונקציע פון דעם אביעקט...!

א . וואס מיינט א שליסל ברעיט א ברעיטל פין שליסל ?
ב . פאר וואס קלאוויר איז נישט יודיש ?
ג . די פארצייטישע פיאנא (א נבל) הייסט אין עברית פסנתר די היינטיגע די עלעקרטראנישע הייסט אורגן / אורגנית איך ווייס נישט פארוואס
ד . אזוי ווי איך האב שוין געשריבען די זאך הייסט על שם די די זאכען וואס ער פארמאגט אין א קלאוויאטור / קלאוויר הייסט אזוי וויל ער פארמאגט קלאוויש אין אויך אין עברית א "מקלדת" הייסט אזוי וויל ער פארמאגט "קלידים"

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:39 pm

· #484076
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך האב טאקע פשוט פארגעסן אז דער נאמען פון א פיאנא איז פסנתר. איך מיין אז עס ווערט אפילו דערמאנט אין תנ"ך. נבל איז זיכער נישט קיין פיאנא. נבל איז ענדערש וואס מ'רופט אין אידיש ..."באס"...אזוי ווי א גרויסער פידל וואס ליגט אנגעלאנט אויף די ערד און דער שפילער מאניפולירט די פעדימער/שטריקן...!

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:42 pm

· #484077
berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: איך גיי אפילו נישט אריין אין א ויכוח מיט דיר. א יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז זיי זענען א באנדע צודרייטע קרימינאלן. אלע אנדערע זאכן פאללן אוועק. דו קענסט ווייטער האלטן וואס דו ווילסט...ביטע. טאמער האסטו נישט איבער וואס צו שרייבן. שרייב נישט...!

אפשר אין ווארשיינלעך זיי האבען א טעות אין קען זיין אפילו אז זיי טיהען אפ חורבנות אבער זיי זענען נארמאלע מענטשען אינגאנצען

להד"מ: ווייל זיי מאכן אן מער שאדן ווי נוצן. דו וואלסט געדארפט הערן א ויכוח וואס א נטורי קרתא מאן האט געהאט מיט הרב אמנון יצחק. איך האף אז ער איז נאכנישט פסול ביי דיר. יענער האט געזאגט פאר הרב אמנון.."אנחנו נגד הציונים"... האט איהם הרב אמנון געענטפערט..."גם אנחנו נגד הציונים"...אבער דאס מיינט נישט גיין צום שונא און בארעכטיגן זייערע רציחות פון אידישע קינדער...! ער (הרב אמנון שליט"א האט געזאגט נאכמער..."תיזהרו. פן יפגעו גם בכם"...)

איינער (איך ווייס נישט ווער) האט שוין געשריבען נישט צי פארדייען די אשכול
אין וועגן דעים
א . איך האב עס גיזעהן
ב . די ציונים האבען עיהם גע'פסל'ט אלטס א "מנהיג כת" (א סעקעטע פירהער)
ג . צים סוף ס'בלייבט אז קיינער האט נישט געוואינען דארט
ד . קיינער בארעכטיגט נישט זייערע רציחות

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:47 pm

· #484078
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך האב טאקע פשוט פארגעסן אז דער נאמען פון א פיאנא איז פסנתר. איך מיין אז עס ווערט אפילו דערמאנט אין תנ"ך. נבל איז זיכער נישט קיין פיאנא. נבל איז ענדערש וואס מ'רופט אין אידיש ..."באס"...אזוי ווי א גרויסער פידל וואס ליגט אנגעלאנט אויף די ערד און דער שפילער מאניפולירט די פעדימער/שטריקן...!

א . וועלעכע באס ? פין א פויקער ?
ב . פסנתר אין נבל זענען די זעלבע נאר א מאל מ'פלעגט גרימפלען מיט די פינגער'ס אזוי ווי גיטאר אין היינט די קלאוויש (קוועטשערס) פין די פיאנא טיען דאס
איך רעד אויף די פיאנא וואס ארבעט נישט מיט קיין לעקטער

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:48 pm

· #484079
טאהשער אייניקל: דו זאגסט פארדייען אדער פארדרייען. לעניין. מהאי טעמא זענען זיי משוגעים. אז זיי האלטן אזא חשוב'ער מענטש וועלכער האט אזויפיהל אופגעטון פאר אידישקייט מיט אזויפיהל אהבת ישראל און חכמה ווי הרב אמנון יצחק שליט"א איז ביי זיי פסול...! לאל. דאס איז אן אמעריקאנע אויסדרוק...מצחיק...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:50 pm

· #484080
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך האב טאקע פשוט פארגעסן אז דער נאמען פון א פיאנא איז פסנתר. איך מיין אז עס ווערט אפילו דערמאנט אין תנ"ך. נבל איז זיכער נישט קיין פיאנא. נבל איז ענדערש וואס מ'רופט אין אידיש ..."באס"...אזוי ווי א גרויסער פידל וואס ליגט אנגעלאנט אויף די ערד און דער שפילער מאניפולירט די פעדימער/שטריקן...!

א . וועלעכע באס ? פין א פויקער ?
ב . פסנתר אין נבל זענען די זעלבע נאר א מאל מ'פלעגט גרימפלען מיט די פינגער'ס אזוי ווי גיטאר אין היינט די קלאוויש (קוועטשערס) פין די פיאנא טיען דאס
איך רעד אויף די פיאנא וואס ארבעט נישט מיט קיין לעקטער

שוין. ס'קען זיין דו ביסט גערעכט. איך גיי נישט מער פארברענען קיין דלק איבער דעם...!

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:51 pm

· #484081

דלק הייסט ברענשטאף !!!
אויב די האסט אן הסבר לאז אינדז העירען דיין מיינונג אנטלויף נישט אינמיטן

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:52 pm

· #484082
אין אינדזער יודישלאנד וואס מ'רעדט נאר יודיש ווי אזוי וועט הייסען אן אשכול (אין א פארום) ?

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:54 pm

· #484083
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: דו זאגסט פארדייען אדער פארדרייען. לעניין. מהאי טעמא זענען זיי משוגעים. אז זיי האלטן אזא חשוב'ער מענטש וועלכער האט אזויפיהל אופגעטון פאר אידישקייט מיט אזויפיהל אהבת ישראל און חכמה ווי הרב אמנון יצחק שליט"א איז ביי זיי פסול...! לאל. דאס איז אן אמעריקאנע אויסדרוק...מצחיק...!

איך האב שוין געשריבען ווער האט גע'פסל'ט אמנון יצחק - די ציונים

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:56 pm

· #484084
טאהשער אייניקל: אזוי ווי אשכול ענבים. א שטענגל אדער געהענגל...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:57 pm

· #484085
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: דו זאגסט פארדייען אדער פארדרייען. לעניין. מהאי טעמא זענען זיי משוגעים. אז זיי האלטן אזא חשוב'ער מענטש וועלכער האט אזויפיהל אופגעטון פאר אידישקייט מיט אזויפיהל אהבת ישראל און חכמה ווי הרב אמנון יצחק שליט"א איז ביי זיי פסול...! לאל. דאס איז אן אמעריקאנע אויסדרוק...מצחיק...!

איך האב שוין געשריבען ווער האט גע'פסל'ט אמנון יצחק - די ציונים

אמת: אבער אונז רעכענען זיך נישט מיט דעם וואס די ציונים זאגן...איך האב שוין אפ'געטענה'ט איבער דעם נושא... שלום...!

טאהש'ער אייניקעל » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 2:58 pm

· #484086
טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: דו זאגסט פארדייען אדער פארדרייען. לעניין. מהאי טעמא זענען זיי משוגעים. אז זיי האלטן אזא חשוב'ער מענטש וועלכער האט אזויפיהל אופגעטון פאר אידישקייט מיט אזויפיהל אהבת ישראל און חכמה ווי הרב אמנון יצחק שליט"א איז ביי זיי פסול...! לאל. דאס איז אן אמעריקאנע אויסדרוק...מצחיק...!

איך האב שוין געשריבען ווער האט גע'פסל'ט אמנון יצחק - די ציונים

אין מיט רעכט
די ווייס ווי אזוי ער רעדט אויף רבנים פין אלע קרייזען
דא האט איר וואס די ציונים זאגען אויף עיהם
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=lQSdWD2z0Tw">https://www.youtube.com/watch?v=lQSdWD2z0Tw</a>

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:14 pm

· #484092
טאהשער אייניקל: איך האב נישט געהאט קיין געדולד אויסצוהערן דעם גאנצן קליפ. איך האב נאר געהערט די ווערטער פון הרב עובדיה יוסף זצ"ל. דארט איז דאך געווען פאליטיק. ער הרב אמנון יצחק איז דאך געגאנגען פאליטיש דירעקט אקעגן די ש"ס פארטיי. פון מיר וואלט ער נישט אוועקגענומען וואוטס. נאר הויפטזעליך פון ש"ס. ממילא איז נישט קיין ראיה. נאכאמאל. איך בין מיך משתדל נישט צו פארדרייען דעם אשכול. א גוטן טאג...!
בלאט: 1 2 3