תולדות אהרן טראגט אן אחריות
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14606
תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מ'האט שוין צוזאמגעשאלטן די ציוניסטישע פאליציי וועלכע זענען יא אדער נישט שולדיג אין דער אטעמאפשטעלנדער טראגעדיע. מ'האט שוין באזינגען די פאליטישע שושקעס און חברי הכנסת וועלכע האבן פארמאכט אן אויג אויף די מירונ'ער מיסברויכן אדער גאר אינטערווענירט אוועקצונעמען סיי וועלכע באגרעניצונגען אויפ'ן ארט, דערווייל אבער האט מען איגנארירט דעם גרויסן עלעפאנט אין צימער: דאס איז קהלת תולדות אהרן!
תולדות אהרן טראגט אן אחריות! דאס איז זייער צוזאמקונפט געווען און זייער נאכט. שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.
ווי לאזט מען צו אזא שמאלע ארויסגאנג פאר א פלאץ וואו צענדליגער טויזנטער מענטשן קומען זיך צוזאם. חלילה וחס אויב ס'געשעט א שריפה, אדער א שיסעריי, אדער א באמבע, אדער סיי וועלכע בהלה, וואו דארפן די מענטשן צו לויפן?
עס פארשטייט יעדער די געוואלדיגע בענעפיט וואס תולדות אהרן האט פון אזא טראסק און וויפיל געלט און כבוד דאס ברענגט אריין, דאס קען אבער נישט גיין אויפ'ן חשבון פון שטעלן אין געפאר מענטשליכע לעבנס.
די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?
אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.
דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/472041">viewtopic.php?p=472041#p472041</a><!-- l -->
וואס איז תולדות אהרן שולדיג מיט דעם אז די פאליס האבן פארמאכט דעם ארויסגאנג?
רימוןמ'האט שוין צוזאמגעשאלטן די ציוניסטישע פאליציי וועלכע זענען יא אדער נישט שולדיג אין דער אטעמאפשטעלנדער טראגעדיע. מ'האט שוין באזינגען די פאליטישע שושקעס און חברי הכנסת וועלכע האבן פארמאכט אן אויג אויף די מירונ'ער מיסברויכן אדער גאר אינטערווענירט אוועקצונעמען סיי וועלכע באגרעניצונגען אויפ'ן ארט, דערווייל אבער האט מען איגנארירט דעם גרויסן עלעפאנט אין צימער: דאס איז קהלת תולדות אהרן!
תולדות אהרן טראגט אן אחריות! דאס איז זייער צוזאמקונפט געווען און זייער נאכט. שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.
ווי לאזט מען צו אזא שמאלע ארויסגאנג פאר א פלאץ וואו צענדליגער טויזנטער מענטשן קומען זיך צוזאם. חלילה וחס אויב ס'געשעט א שריפה, אדער א שיסעריי, אדער א באמבע, אדער סיי וועלכע בהלה, וואו דארפן די מענטשן צו לויפן?
עס פארשטייט יעדער די געוואלדיגע בענעפיט וואס תולדות אהרן האט פון אזא טראסק און וויפיל געלט און כבוד דאס ברענגט אריין, דאס קען אבער נישט גיין אויפ'ן חשבון פון שטעלן אין געפאר מענטשליכע לעבנס.
די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?
אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.
אזעלכע שטותים צו שרייבן?
ער זאגט דאך אז עס קען געשען הונדערט אנדערע סיבות פאר וואס מענטשן זאלן פאניקן אין פאר גאדס סעיק איז נאר דא איין שמאלע ארויסגאנג. אפשר איז ער נישט שולדיג פאר די ספעציפישע מאורע אבער עס איז געווען באקוועם אז אזא מאורע זאל פאסירן.
תולדות אהרן טראגט אן אחריות
האט איינער א לימוד זכות אויף די משטרה אדרבה איך האלט אין איין זוכן
מפיל קינדדי פאקט איז אז תולדות אהרן האט אליין אינוועסטירט טויזנטערס אז דאס פלאץ זאל זיין פארזיכערט.
די טרעפ (שביל ר' דוב) וואו ס'איז געשען איז צוגעלייגט געווארן אין די לעצטע 3-4 יאר. (מעגליך אפי' נאך די טוויט פון ארליך, נישט זיכער אין דעם) ס'איז געווען אסאך ערגער פארדעם און תולדות אהרן האט עס אויסגעברייטערט און געגאסן צעמענט ס'זאל זיין נארמאל אהערגעשטעלט.
די וועג פאר זיך איז נישט געווען קיין סכנה, נאר די פאקט אז ס'איז אויף א הויכע בארג און אזויפיל טרעפ אראפ איז א סכנה, בפרט ווען ס'פאסירט אזא פאל ווי נעכטן אז די שטראם ווערט אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט משום איזה סיבה וואס איז נישט קלאר יעצט.
ווען די פאליציי האט געזאגט אז די פארענטשעס זענען נישט גענוג זיכער, האט תולדות אהרן געצאלט טויזנטערס צו בויען נייע שטארקע פארזיכערטע פארענטשעס, דאס איז אויך געווען געציילטע יארן צוריק. אין די וועלט איז נישטא אזעלכע שטארקע פארזיכערטע פארענטשעס וואס איז געבויט געווארן דורך די גרעסטע ארכיטעקטס.
זיי צאלן יערליך אן אייגענעם סעקיוריטי קאמפעני צו מאכן זיכער אז דער עולם פאלגט די אנווייזונגען, ווייל די משטרה פאלגט מען דאך נישט.
איך זאג נישט אז דאס פלאץ איז געווען פארזיכערט, ס'איז אלץ געווען און וועט אלץ זיין א סכנה. אבער תולדות אהרן האט יא דירעקט געזוכט אז דאס פלאץ זאל זיין וואס מער פארזיכערט.
אגב, כ'בין נאנט אין תולדות אהרן און ס'איז נישט קיין סוד די אזויפיל יגיעה וואס מ'לייגט אריין אז די ארדענונג, זיכערהייט און סעיפטי. דאס אליינס קאסט זיין יאר יערליך אפ טויזנטער דאללארן.
שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.
@רימון ביסט שוין איין מאל דארט געווען בכלל אז זאלסט קענען זאגן צי ס'איז יא דא דארסט סעקיורעטי אדער נישט?
די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?
וואספארא שטותים. ווער פונקטליך איז געווען ביזי? מ'האט בסך הכל ארויסגעלייגט א בילד וואו ער זיצט מיט די הענט אויף די אויגן נאך וואס ער איז איינגעמאלדן געווארן און א ווידעא ווי אזוי מ'מעלדט אים איין וואס טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן בשעת מעשה.
אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.
אויב קומט דיר איינער אויפווייזן מיט די קלארסטע הוכחות אז דו האסט געשריבן דברי דופי און פשוט געווען א מוציא שם רע, וועסטו מסכים זיין צו גיין גלות מיט א שק ואפר פאר די שטותים און הוצאת שם רע?
פארוואס באשולדיגן א קהילה בישראל און זייער רבי'ן על לא עוול בכפם?
אויב רעדט מען פין אחריות, קען מען מסכים זיין, כלומר, תולדות אהרן איז סוף כל סוף דער וואס מאכט די הדלקה, אפילו עס זאל געשעהט א טאטאלער אונס איז שייך צו נעמען אחריות,צ.ב.ש. זאגן וואס מען האט בעסער געדארפט טוהן וכדומה, עס מיינט אבער נישט אז זיי זענען שולדיג.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
לבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.
איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.
כ'בין נישטא צו פארטיידיגן א קהילה אדער פארהאלטן איינעם. כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס יענע אנאנס אין די מאנסיער בלעטל איז א גרויל און אזא אשכול נישט.
כ'רעד שוין נישט פון דער 'והמשכיל בעת ההוא ידום'
מענטשן שפירן זיך גוט ווען זע קענען בלעימען און אפשעכטן איינעם. ס'איז א הנאה צו עפענען א פרישן אשכול און פראקלאמירן אז עולם גולם איז פלעין משוגע און מ'האט פארגעסן צו פארדאמען דעם "שולדיגן" זעלבסט...
[כ'טראכט יעצט וואס ס'וואלט געווען ווען דער סוירקל פון בלעימערייען גייט פארקערט; מ'הייבט אן מיט תולדות, וכו' וכו' און איך קום און כ'עפן אן אשכול אז "משטרה" איז שולדיג... יוי וואלט מען מיר דא פארשוויגן... איי משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי? וואס איז א חילוק... ווייל זיי זענען ציונים זאגט יעדער אז זיי זענען שולדיג... אבער אז דער סוירקל גייט פארקערט, און בפרט ווען די רעדע איז נאך פון א קהילה בישראל, אה, דעמאלט מאכט שוין אלעס סענס און ס'איז א געוואלדיגער אויפדעקונג, אפגעזען צי ס'איז יא אמת אדער נישט...]
וואס איז תולדות אהרן מער שולדיג ווי באיאן אדער תולדות אברהם יצחק?
אדער ווי יעדערע אנדערע חסידות/ קאמיוניטיס וועלכע מאכן גרויסע מעמדים מיט מינימאלע זיכערהייטס פארשריפטן?
גראדע הער איך אז תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק מאכן געווענטליך נישט צוזאמען ביינאכט, נאר עס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט צוליב דעם אז עס איז געווען פרייטאג. איז געווען מער מענטשן ווי געווענטליך סתם אזוי, ווייל אסאך האבן שוין געוואלט זיין אינדערהיים פריער ווי געווענטליך.
פאליציי איז דארט דא שוין יארן.
וואס זיי דארפן אין מירון איז א מעטאלנע turnstile וואס לאזט אריין איין מענטש אויף אמאל, אז פאליציי זאל קענען האלטן חשבון וויפיל מענטשן זיי לאזן אריין.
ס'איז גאנץ א קאמפלעצירטע דעבאטע וויפיל פון די שולד תו"א האט. אבער איין נקודה למחשבה, די קנאקערס אין תו"א האבן די יאר אראפגעלייגט א שטארקע פיס אז ר' מיילעך בידערמאן זאל נישט באקומען די פערמיט פאר אן הדלקה (עס נעמט אוועק פון זיי די טויזנטער עמך אידן). דאס האט קלאר גורם געווען אסאך א שטערקערע שטופעניש אין זייער מתחם.
לבי ובשרימשטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
מאנטריאלוואס איז תולדות אהרן שולדיג מיט דעם אז די פאליס האבן פארמאכט דעם ארויסגאנג?
ווי עדות געבן איבער, האט פאליציי קיינמאל נישט פארמאכט די ארויסגאנג. די גופים פון מענטשן וואס האבן געלעגן איינס אויפן צווייטן האט אויסגעזעהן ווי עס איז בלאקירט.
אינגערמאנטשיקללבי ובשרימשטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המשטרה נקיים מפשע... הגם מיין פוינט איז נישט געווען צי משטרה איז שולדיג אדער נישט.
.
📎 photo_2021-05-01_23-56-37.jpg
די שאלה איז נישט צו תו"א איז שולדיג אויף "די" מעשה, יכול להיות אז "דא" זענען די פאליציי שולדיג מיט פארמאכן וכו וכו.
היות אבער, דער עולם איז יעצט וואך צום Prevention אישו, איז זייער וויכטיג צו טאדלען תו"א, תוא"י, באיאן וכו וכו אז זיי זייערער מעמדים קענען צוברענגען צו שרעקליכע נאכפאלגן אין פעלער פון א מאסן אנטלויפונג, און דאס דארף ווערן זאפארט מסודר.
ס'איז קלאר, אויב וואלטן די זיכערהייט מאסנאמען -וואס דארפן ווערן איינגעשטעלט בכלליות- שוין געווען אין פלאץ, וואלט די טראגעדיע נישט געשען.
די פאקט, אז ווען א וועג ווערט פלוצלונג פארמאכט, איז עס גורם צו אזא מאסן טראגעדיע, דאס אליינס איז א פראבלעם.
לבי ובשריאינגערמאנטשיקללבי ובשרימשטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המשטרה נקיים מפשע...
כל הכבוד אויפן אויפריכטיגקייט. איך האב פשוט אין די לעצטע פאר טעג געהערט פון אסאך מענטשן די סטעיטמענט און דאס איז אומריכטיג.
גראדע לעת עתה האלט איך אז די משטרה איז יא שולדיג, לויט ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט.
אבער, וכאן צריך לעמוד, די פארמאכן א דורכגאנג איז נאר די לעצטע פעולה אין א סעריע פון מיסברויכן וואס האבן גורם געווען די שרעקליכע טראגעדיע. די יסוד ושורש פונעם פראבלעם איז די היימישע קנאקערס און לעקערס, די צענדליגע הקדשות און חזקות וואס ווערן געהיטן ווי די ג' חמורות.
איך זאג קלאר. איך האלט שוין נאך א שיינע פאר שעה שטודירן די נושא אבער איך האב נאכנישט אינגאנצען עסטעבלישד קיין אפיניאן. אזוי זעהט מיר עס יעצט אויס.
דאס אז דער וועג איז געווען פארמאכט איז תולדות אהרן שילדיג דאס אז מען האט נישט געפענט נאכן דעם געדרענג איז די משטרה שילדיג די שאלה איז פארוואס איז בכלל דעי וועג געווען פארמאכט אינטין??
אינגערמאנטשיקללבי ובשריאינגערמאנטשיקללבי ובשרימשטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המשטרה נקיים מפשע...
כל הכבוד אויפן אויפריכטיגקייט. איך האב פשוט אין די לעצטע פאר טעג געהערט פון אסאך מענטשן די סטעיטמענט און דאס איז אומריכטיג.
גראדע לעת עתה האלט איך אז די משטרה איז יא שולדיג, לויט ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט.
אבער, וכאן צריך לעמוד, די פארמאכן א דורכגאנג איז נאר די לעצטע פעולה אין א סעריע פון מיסברויכן וואס האבן גורם געווען די שרעקליכע טראגעדיע. די יסוד ושורש פונעם פראבלעם איז די היימישע קנאקערס און לעקערס, די צענדליגע הקדשות און חזקות וואס ווערן געהיטן ווי די ג' חמורות.
איך זאג קלאר. איך האלט שוין נאך א שיינע פאר שעה שטודירן די נושא אבער איך האב נאכנישט אינגאנצען עסטעבלישד קיין אפיניאן. אזוי זעהט מיר עס יעצט אויס.
אהא. סאו דאס וואס דו האסט געשריבן "פוסטע שטותים", מיינסטו דעם חלק וואס כ'האב מיר טועה געווען אז משטרה אליינס נעמט דעם שולד אויף זיך. דאס איז שטותים. אבער דער חלק אז משטרה איז שולדיג קען זיין אמת לויט ווי דו האלטסט יעצט לעת עתה און לויט ווי ווייט דיין פארשטאנד איז ביז יעצט געגאנגען. שיין.
ק/פ
די משטרה זענען אריינגעקומען אפאר יאר צוריק נאכדעם וואס מירון איז געווען אין קארט פארוועם ס'באלאנגט תולדות אהרן אדער אברהם יצחק.
קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז פאר זיי.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
[ציטאט אראפגענומען]
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
מאנטריאלהאט איינער א לימוד זכות אויף די משטרה אדרבה איך האלט אין איין זוכן
ס'איז נישט קלאר אויב און ווען די פאליציי האט פארמאכט דעם ארויסגאנג.
אונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צן קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
פאליטיקאנטלבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.
איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.
פארזיכערן דאס פלאץ געהערט פאר די רעגירונג. ווען זיי גיבן א פערמיט דארף זיין אויסגערעכענט וויפול אירע מעגן זיין דארט אז ס'זאל זיין סעיף, און זיי דארפן עס אינפארסן. טאמער האסטי פרוף אז מ'האט אינטערגעקויפט די באאמטע זיי זאלן צולאזן א הפקרות, דאן ביסטי גערעכט אז תו"א איז שולדיג אבער ווילאנג דאס איז נישט אויפגעוויזן פאלט די שולד אויף די רעגירונג.
מילך טראקק/פ
די משטרה זענען אריינגעקומען אפאר יאר צוריק נאכדעם וואס מירון איז געווען אין קארט פארוועם ס'באלאנגט תולדות אהרן אדער אברהם יצחק
קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז פאר זיי
אפשר קענסטי פעסטשטעלן דיינע ווערטער מיט א לינק?
איך מיין אז דער ק/פ דמיונ'ט
מאנטריאלוואס איז תולדות אהרן שולדיג מיט דעם אז די פאליס האבן פארמאכט דעם ארויסגאנג?
הערטס שוין אויף מיט די שקרים וכזבים!
דו לייקנסט אז די פאליציי האט פארמאכט?? ווידיאוס ווייזן אלעס.
מעגליך אז זיי האבן עס געטון צוליב א סיבה, אבער פאקטיש האבן זיי פארשפארט.
שמעון וואלףמילך טראקק/פ
די משתרה זענען אריינגעקומען אפאר יאר צוריק נאכדעם וואס מירון איז געווען אין קארט פארוועם סבאלאנגט תולדות אהרן אדער אברהם יצחק
קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז פארזיי
אפשר קענסטי פעסטשטעלן דיינע ווערטער מיט א לינק?
איך מיין אז דער ק/פ דמיונ'ט
ער מישט אויס אז די הקדישות האבן זיך געריסן צווישן זיך, און די מדינה האט עס וועגן דעם געמעגט איבערנעמען. ס'איז א מערכה וואס שלעפט זיך אין בג"ץ שוין 20 יאר.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדדו לייקנסט אז די פאליציי האט פארמאכט?? ווידיאוס ווייזן אלעס.
מעגליך אז זיי האבן עס געטון צוליב א סיבה, אבער פאקטיש האבן זיי פארשפארט.
ס'זייער שווער צו זעהן פון א קליפ צו אפילו פון עטליכע קליפס וואס זענען געכאפט געווארן אין מיטן א מעשה, וואס איז געווען דארט אין לויף פונעם גאנצן געשעעניש, די אלע קליפס וועלן נאר העלפן ביי אן אויספארשונג צוזאמען מיט אויסהערן פון צוקוקערס צוגלייך. דערווייל אבער זענען דא עדות וואס טענה'ן אז די גופים וואס זענען געפאלן איינס אויפן צווייטן האבן פארמאכט דעם וועג און די פאליציי האבן פרובירט צו ראטעווען ווי מער זיי האבן געקענט.
איך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.
פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדאונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צן קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מר. ביבער וואלט גארנישט געשיקט, זיין פי אר טיעם וואלט ווארשיינליך געשיקט.
איך קען נישט תו''א רבי'ן פערזענליך, אבער לויט ווי איך פארשטיי זיין מהות דורכן הערן פון מענטשן, בין איך זיכער אז ער נעמט די שולד מוראדיג פערזענליך, ער איז נאר נישט אזוי גוט אין פי אר וויאזוי עס צו באווייזן פאר די גאס, און איך גלייב נישט אז ער וועט יא מאכן נאך אזא מעמד אן שטארקע באווארענונגען.
דער גאלדענער אדלערמפיל קינדדו לייקנסט אז די פאליציי האט פארמאכט?? ווידיאוס ווייזן אלעס.
מעגליך אז זיי האבן עס געטון צוליב א סיבה, אבער פאקטיש האבן זיי פארשפארט.
ס'זייער שווער צו זעהן פון א קליפ צו אפילו פון עטליכע קליפס וואס זענען געכאפט געווארן אין מיטן א מעשה, וואס איז געווען דארט אין לויף פונעם גאנצן געשעעניש, די אלע קליפס וועלן נאר העלפן ביי אן אויספארשונג צוזאמען מיט אויסהערן פון צוקוקערס צוגלייך. דערווייל אבער זענען דא עדות וואס טענה'ן אז די גופים וואס זענען געפאלן איינס אויפן צווייטן האבן פארמאכט דעם וועג און די פאליציי האבן פרובירט צו ראטעווען ווי מער זיי האבן געקענט.
וויאזוי פאלן פלוצלינג גופים? די טראגעדיע איז געשען נאך פאר די טרעפ, מענטשן דרייען זיך נישט סתם איבער אינמיטן וועג, יא די משטרה האט פארמאכט די וועג, נאר נאך לאנגע מינוטן, האבן זיי צירוק געפענט, דאן זענען די שוין טויטע קערפער'ס פון מענטשן וואס זענען אויסגעגאנגען שטייענדיג צוקוועטשט, אראפ געפאלן אויפ'ן ערד און דאס האט נאך ערגער געמאכט, ווען די איבריגע עולם האט זיך געטריפט אויף זיי.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
שמעון וואלףפאליטיקאנטלבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.
איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.
פארזיכערן דאס פלאץ געהערט פאר די רעגירונג. ווען זיי גיבן א פערמיט דארף זיין אויסגערעכענט וויפול אירע מעגן זיין דארט אז ס'זאל זיין סעיף, און זיי דארפן עס אינפארסן. טאמער האסטי פרוף אז מ'האט אינטערגעקויפט די באאמטע זיי זאלן צולאזן א הפקרות, דאן ביסטי גערעכט אז תו"א איז שולדיג אבער ווילאנג דאס איז נישט אויפגעוויזן פאלט די שולד אויף די רעגירונג.
מ'דארף נישט צוקומען צו שוחד, יעדע פארשטייט אז די פאליציי האט געהאט משונה'דיגע דרוק און זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און פארלאנגן א מינימום אפי' זיי וואלטן געוואלט. מירון ל"ג בעומר איז א חרדישע סעמי אויטאנאמיע, און די פאליציי ווייסט אז זיי זענען באגרעניצט און מוזן זיך צוהערן צו די חרדים.
אין אנדערע ווערטער די הכרה אז עס מוז זיין נאך אן ארויסגאנג וואלט געדארפט קומען פון די פאליציי און אויטאריטעטן [און מעגליך אז זיי האבן געוואלט נאר עס איז געווען א שטארקע ווידערשטאנד קעגן יעדע צובוי / איבערבוי אין מירון], אבער די אחריות און אנערקענונג אז ווילאנג די אריינגענג און אנדערע ענינים זענען מסודר דארף זיין א באגרעניצטע צאל מענטשן וואלט געדארפט קומען פון תולדות אהרן.
שמעקעדיגדא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/472041">viewtopic.php?p=472041#p472041</a><!-- l -->
אלא מאי. איז עס נישט די דירעקטע שולד פון די תולדות אהרן פיהרערשאפט. יעצט מוז מען זוכן א צווייטן מענטש, גרופ אדער פאקטאר אויף וועם מ'קען ארויפווארפן די נאסע ליילעך.
איבער דעם קענמען זיך פארלאזן אויף אונזערע פראפעסיאנאלע קלאגערס (קרי היפאקריטן) וועלכע וועללן שוין טרעפן דעם שולדיגן. אדער די ציונים. אדער די טמא'נע כלים ביים המון עם. אבער אייביג איז עס יענער. יענע גרופ. קיינמאל נישט אונז...!
וויאזוי שטייט נאר אין פסוק אין איכה..."נחפשה..."דרכינו"... ס'שטייט נישט נחפשה .."דרכיכם"...! אונז טוה מיר אבער פארקערט. מ'זוכט נישט די פעהלערס ביי זיך אליינס.!
מפיל קינדאונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.
ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?
איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.
בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?
און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?
איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.
אינגערמאנטשיקלס'איז גאנץ א קאמפלעצירטע דעבאטע וויפיל פון די שולד תו"א האט. אבער איין נקודה למחשבה, די קנאקערס אין תו"א האבן די יאר אראפגעלייגט א שטארקע פיס אז ר' מיילעך בידערמאן זאל נישט באקומען די פערמיט פאר אן הדלקה (עס נעמט אוועק פון זיי די טויזנטער עמך אידן). דאס האט קלאר גורם געווען אסאך א שטערקערע שטופעניש אין זייער מתחם.
יונגערמאנטשיקל: מה ענין שמיטה אצל הר סיני. כ'זאג נישט אז תולדות אהרן איז גערעכט מיט זייער שטערן הרב מיילעך בידערמאן אז ער זאלל באקומען א פערמיט פאר אן הדלקה. אבער ווי קומט עס צו זיין אחראי פאר די טראגעדיע, ל"ע...?!
שמעון וואלףפאליטיקאנטלבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.
איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.
פארזיכערן דאס פלאץ געהערט פאר די רעגירונג. ווען זיי גיבן א פערמיט דארף זיין אויסגערעכענט וויפול אירע מעגן זיין דארט אז ס'זאל זיין סעיף, און זיי דארפן עס אינפארסן. טאמער האסטי פרוף אז מ'האט אינטערגעקויפט די באאמטע זיי זאלן צולאזן א הפקרות, דאן ביסטי גערעכט אז תו"א איז שולדיג אבער ווילאנג דאס איז נישט אויפגעוויזן פאלט די שולד אויף די רעגירונג.
נישט קיין פרופ, אבער ליין אביסל.
https://www.timesofisrael.com/meron-disaster-site-revealed-as-a-place-where-nobody-was-ever-really-in-charge/https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7%A9%D7%95%D7%AA/1109977-%D7%A7%D7%A6%D7%99%D7%A0%D7%99-%D7%9E%D7%A9%D7%98%D7%A8%D7%94-%D7%97%D7%95%D7%A9%D7%A4%D7%99%D7%9D-%D7%A4%D7%95%D7%9C%D7%99%D7%98%D7%99%D7%A7%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%90%D7%99%D7%99%D7%9E%D7%95-%D7%A2%D7%9C%D7%99%D7%A0%D7%95/שמעקעדיגמפיל קינדאונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.
ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?
איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.
בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?
און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?
איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.
זייער אמת'דיג אבער איך מיין צו גיין צו א לוי' ווייזט נישט אז כאילו לא היה, עס ווייזט מען איז משתתף בצער, ספעציעל זיינס א חסיד (קען זיין ער איז יא געווען) און עס קען אויכעט ווייזן אן אחריות ( איך זאג נישט אז ער דארף נעמען אן אחריות).
מפיל קינדאיך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.
פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.
עס איז דא א שיינע פאר עדות וואס איך האב געזעהן, קענסט זיכען אויף אייוועלט וועסטו אויכעט טרעפן. פאר א דוגמא האסטו
איינסמפיל קינדאיך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.
פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.
איך זוך און זוך א קליפ וואס זאל ווייזן וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן און דא זאגסטו אז ס'איז פארהאן צענדליגע קליפס וואס ווייזן די פאליציי בלאקירן.
ביטע, ברענג א לינק פון לכה"פ איינס...
מען דארף מיר נישט חושד זיין אין אהבת המשטרה (איך בין געווען דער ערשטער דא אויף ק"ש צו אויפברענגען די מעגליכע טענה, נאך אין די ערשטע שעה-צוויי פונעם אינצידענט), אבער ווי מער ווידעאויס איך זעה אלס מער ספיקות באקום איך אויף די "פאליציי בלאקירונג" טעאריע..
כ'טרעף נישט אפילו איין ווידעאוי וואס זאל ווייזן די פאליציי בלאקירן פון "פארדעם".
און דאס וואס מענטשן פון אויבן זאגן אז זיי האבן געזעהן פאליציי זאגט נישט גארנישט..
אלע ווידעאויס ווייזן פאליציי.. די שאלה איז צו זיי האבן געבלאקט, אדער געמאכט ארדענונג איינמאל די פראבלעם איז געווען.
סתם אזוי, קען מען זיך לערנען פון די ווידעאוי פונעם "אנדערן" פריעדיגן אינצידענט (ווי מען זעהט יוסי דייטש אראפפאלן).
אסאך ברענגען יענע ווידאוי צו ווייזן אז די פאליציי בלאקירט, אבער:
ערשטנס, יענס איז א באזונדער אינצידענט, און פארציילט נישט קיין סאך נישט לטב און נישט למוטב אויפן שפעטערן אינצידענט.
צווייטנס, יענע ווידאוי ווייזט איין פאליציאנט און צוויי חרדים בלאקירן דעם עולם. דאס גיט די הרגשה אז די בלאקירונג איז געקומען מצד די חרדים (מאיזה סיבה..), און די פאליציי האט בלויז צוגעהאלפן.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/iairLevy/status/1388737693991976960?s=19">https://twitter.com/iairLevy/status/138 ... 76960?s=19</a>
דא זעהט מען ווי מען בלאקט.
פאר זיי זענען איבערגעפאלען איינער איבער די אנדערע.
לאמיר צונעמען די זאך.
עס זעהט אויס אמת אז די פאליציי האבן געבלאקט דער עקזיטס פין אינטען צו גיין אין דרך מהדרין.
און מען ווייסט נישט דער סיבה!! פארוואס?? ווייל עס איז נישטא קיין סיבה מוצדקת וואס מען קען זאגן. ווען עס וואלט געוועהן ווען זיי שוין געזאגט.
עס איז דא דער באקאנטער פערלמוטער וואס זאגט אז זיי האבן נאר אדורך געלאזט קנאקערס וכדומה, גיי ווייס.
יעצט איז אזוי. צו זאגן אז די פאליציי האט א אגענדע געהאט, און געוואלט זיך אפרעכענען מיט די חרדים, די קנאים, (מען רעדט דאך תולדות אהרן, די מקור הפראבלעמען פין ירושלים), איז שווער צו גלייבן, כלומר, אונז אמעריקאנער וואס זיצען דא על סיר הבשר אין אמעריקא, איז שווער פאר אונז צו גלייבן, אז "פאליציי" זאל זיך אזוי פירען צו צווילע בירגער, אבער אז זיי זאגן אזוי, אויב די ישראלישע חרדים ווייסן צו זאגן אזוי, איז א סימן אז עס איז לכאורה אמת.
און דא קומט דער פאנטשליין, די צודרייטע מחלוקת פין די חרדים מיט דער חילונים אין ארץ ישראל דארף זיך סטאפען. ליידער זענען זיי שטערקער, און אונז חרדים האבן נאר כח אין שטימען איינמאל אפאר יאר, און עס לוינט זיך נישט.
לאזט אפ די גאנצע שטות פין לערנען אין כולל פיפצען יאר, און גייטס אין מיליטער און גייטס ארבעטען. פארפאלן ַַ עס ווען זיין בעסער פאר יעדן.,.
אישתישביhttps://twitter.com/iairLevy/status/1388737693991976960?s=19
דא זעהט מען ווי מען בלאקט.
פאר זיי זענען איבערגעפאלען איינער איבער די אנדערע.
מען זעהט נישט גארנישט
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
די ליגט מען שוין כגוף אחד אי די משטרה פרובירט ארויסצישלעפן. דאס איז בערך ווי ארויסצישלעפן איינעם פין אינטער 500 פונט.
ליב צו וויסןמפיל קינדאיך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.
פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.
איך זוך און זוך א קליפ וואס זאל ווייזן וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן און דא זאגסטו אז ס'איז פארהאן צענדליגע קליפס וואס ווייזן די פאליציי בלאקירן.
ביטע, ברענג א לינק פון לכה"פ איינס...
איך האב נישט געזאגט אז אזוי האט זיך עס אנגעהויבן. אבער ערגעץ אינמיטן האבן זיי אפגעשטעלט דאס גיין. איך ווייס נישט צי מיט א געיט צי אן, איך ווייס נישט צי מענטשן זענען געלעגן דארט צי נישט. איך האב נישט גענומען קיין שטעלונג ווייל ס'איז אומקלאר.
פון די צווייטע זעט מען אז אסאך פון די הרוגים זענען נאך אויף די רעמפ בשעת מעשה. דאס מיינט אז דאס אפשטעלן דעם וועג - מעגליך צוליב בארעכטיגטע סיבות - האט זיי געהרג'ט.
שמערלאישתישביhttps://twitter.com/iairLevy/status/1388737693991976960?s=19
דא זעהט מען ווי מען בלאקט.
פאר זיי זענען איבערגעפאלען איינער איבער די אנדערע.
מען זעהט נישט גארנישט
מען זעט טאקע גארנישט. דאס איז נישט פון אונטן נאר פון די זייט נאכן אויפברעכן די וואנט. מערקט הצלה שטייט שוין דארט. אונטן וואו די בלאקאדע איז מעגליך געווען איז נישטא קיין דאך. אויף דעם ווידיאו זעט מען יא א דאך.
קוקט ביזן סוף. דא זעט מען די געיט לאחר המעשה.
@דער גאלדענער אדלער<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/19p_UVaj3dTJD8_6_PgsmoD7kvlT6IBAl/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/19p_UVa ... p=drivesdk</a>
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדקוקט ביזן סוף. דא זעט מען די געיט לאחר המעשה.
@דער גאלדענער אדלער<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/19p_UVaj3dTJD8_6_PgsmoD7kvlT6IBAl/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/19p_UVa ... p=drivesdk</a>
מפיל; שלעפ נישט מיט אנדערע מיט דיין נפילה! אדער די האסט אן אחריות נישט ציפאלען ווייל אויב יא וועלן אנדערע נישט קענען ג’יין אין וועלן פאלן מיט דיר. אידן זענען דא געהאגעט געווארען ווייל זיי האבן נישט געוואלט וואקען אויף די וואס ליגען אויף דער ערד. אין פין דארט אין ווייטער ווערט מען אריינגעשלעפט ווי אין א זומפ.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
אישתישבי
יעצט איז אזוי. צו זאגן אז די פאליציי האט א אגענדע געהאט, און געוואלט זיך אפרעכענען מיט די חרדים, די קנאים, (מען רעדט דאך תולדות אהרן, די מקור הפראבלעמען פין ירושלים)
ווער ס'קען אביסל מאה שערים (און די משטרה קען אביסל) ווייסט אז דאס איז נישט אמת, די משטרה האט אזויפיל מאל פראבלעמען מיט תו''א בערך ווי זיי האבן מיט גור.
אישתישביאבער אז זיי זאגן אזוי, אויב די ישראלישע חרדים ווייסן צו זאגן אזוי, איז א סימן אז עס איז לכאורה אמת.
הלכה היא בידוע שחרדי שונא שוטר, (בגלל שהוא בטוח שהשוטר שונא אותו, חד גדיא חד גדיא... ) והדברים עתיקין
Sent from my KFDOWI using Tapatalk