תולדות אהרן טראגט אן אחריות
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14606
מפיל קינדקוקט ביזן סוף. דא זעט מען די געיט לאחר המעשה.
@דער גאלדענער אדלער<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/19p_UVaj3dTJD8_6_PgsmoD7kvlT6IBAl/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/19p_UVa ... p=drivesdk</a>
וועלכע געיט זעסטו דארט? די Rail פון די טרעפן...?
שמעקעדיגמפיל קינדאונטער חכם[ציטאט אראפגענומען]
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.
ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?
איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.
בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?
און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?
איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.
אה, אט אזוי. כ'האב געוואלט שרייבן נעכטן, אבער כ'בין געווען זיכער אז די לצים וועלן מיר אונטעררייסן.
תולדות אהרן'ער רבי געפינט זיך שבת נאך ל"ג בעומר יעדן יאר אין צפת. ס'האט מיר דערציילט א איד וואס איז געווען ביים רבי'ן אין צימער פרייטאג 4:30 פארטאגס. דער איד זאגט מיר אז ער האט נישט געגלייבט וואס זיינע אויגן זעען. דער רבי שטייט און האקט קאפ און וואנט ווען טרערן רינען פון זיינע אויגן אן א שיעור. דער רבי האט געוויינט בקול ווי א קליין קינד, ע"כ.
יעצט, דאס איז זיכער אז ווען עפעס פאסירט אונטער מיין זייגער, נעבן מיין חצר, כאפט עס א טרייסל, ס'שפירט זייער נישט גוט. דער רבי איז טאקע אויפגעטרייסלט געווארן, אבער צו זאגן אז ס'איז די אחריות פון די קהילה, איז א שפרונג.
ווער ס'ווייסט, (ווי שמעקעדיג בארירט דאס אויפ'ן שפיץ), תו"א רבי איז געווען דער ערשטער רבי וואס האט זיך אנגעהויבן אפצוגעבן מיט יתומים און אלמנות, צי איז דאס שערי רחמים אדער אנדערע פעולות. יעדן סוכות א שעה פאר'ן זמן געפינט זיך ער זיך אין סוכות פון אלמנות וואו ער הענגט נוי סוכה און דאס אלעס איז אן קיין פרסום. בקיצור, כ'בין נישטא אין צום באזינגען ווייל נישט דא איז דער פלאץ.
ס'כאפט א פחד צו ליינען אזעלכע לייכטזיניגע און קינדערישע תגובות אן איין שמץ פון געפיל און אויפריכטיגקייט און כ'רעד שוין נישט פון ריסוירטש. און בכלל, ס'איז דא א וועג ווי אזוי צו שרייבן קריטיק און הערות, נישט יעדע זאך מוז ווערן געשריבן מיט ליצנות און דורכ'ן אראפרייסן יענעם אויף א פערזעליכן אופן.
נעכטן איז געווען איינער אין א וואצאפ גרופע וואס האט געהאלטן אינאיין שרייבן "משטרה איז נישט שולדיג, משטרה איז נישט שולדיג וכו',", האט אים איינער געשריבן: דאס אז דו ביסט ליידער אויפגעוואקסן געווארן אינעם סאטמארן סיסטעם און מ'האט דיר אלעמאל געהאקט אין קאפ קעגן ציונות, געט מיר טאקע צו פארשטיין פארוואס דו זוכסט צו זיין פון די וואס זענען מצדיק משטרה וכו', אבער אין א פאל ווען דו ווייסט גאנץ גוט ביי דיר זעלבסט אז משטרה קען זיין שולדיג, אדער עכ"פ ס'איז נאכנישט זיכער, דאן וואס מאכסטו משוגע?... ודפח"ח.
די זעלבע לענינינו, ס'איז דא אזויפיל וואס זענען נעבעך אויפגעוואקסן געווארן מיט'ן שרעקליכן סיסטעם. אז יעדע זאך וואס מען קען אויסרייסן און באשרייען טוט מען. כ'האב נישט קיין טענות. אבער לפחות זאל דאס זיין אויף א נארמאלן אופן און לפחות זאל דאס מאכן סענס. קיינער איז נישט שולדיג אז דו ביסט אנגעגעסן אויפ'ן סיסטעם און ווען דו האסט נאר א געלעגנהייט איז סיסטעם שולדיג.
העניך האקט אריין ענליכס...
קוק איבער מיינע תגובות ביטע. איך האב נישט באשולדיגט תולדות אהרן. און איך האב נישט מצדיק געווען די פאליציי, איך האלט אז די פאליציי איז מעגליך שולדיג דא.
מיר באדערט נאר פארוואס דער רבי שליט"א וואס טוט טאקע אזויפיל פאר יתומים זאל איגנארירן די לוויות. פשוט איגנארירן. אלס מנהיג ישראל וואלט ער געדארפט ווייזן כאטש אזויפיל מיטגעפיל און אחריות. אויב ער קען דאס נישט, זאל ער רעזיגנירן פון אמט אלס מנהיג ישראל.
האקן קאפ אין וואנט ביי זיך אין ציממער טוט ער שוין 40 יאר. יעצט איז צייט ארויסצוקומען און ווייזן שטארקקייט. זיך מקבל זיין נישט צו צינדן מער קיין הדלקה ביז מ'פאררעכט די פראבלעמען וואס האבן דאס גורם געווען.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדקוקט ביזן סוף. דא זעט מען די געיט לאחר המעשה.
@דער גאלדענער אדלער<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/19p_UVaj3dTJD8_6_PgsmoD7kvlT6IBAl/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/19p_UVa ... p=drivesdk</a>
אנטשולדיגט מיין פריינט, אבער דו אליינס שרייבסט "לאחר המעשה"!!
ברענג קליפס וואו מ'זעהט קליפ און קלאר אז די פאליציי האט פארמאכט די שטיגן מיט אט דעם געיט, דערווייל האט מען נאכנישט געפונען אזא קליפ און די תירוץ איז ווייל ס'נישטא! נקודה!
מאן יימר אז יענע געיט איז געווען דארט בשעת מעשה אפשר איז עס געקומען נאכדעם אפצושפארן דאס פלאץ אלץ א מקום סכהנה אדער ארויס צוהעלפן די הצלה מיט זק"א און אנדערע געהילף וואס האבן געברויכט ארבייטן דארט אומגעשטערט
איך האב נישט געזאגט אז ס'איז זיכער געווען!!
ס'דא עדות אויף יא און ניין. מ'קען נישט באשולדיגן און נישט מצדיק זיין קיינעם ביז ס'קומען ארויס די ריכטיגע באווייזן.
אויף די ווידיאו הערט מען נאר נאך א עדות פון איינער וואס איז דארט געווען, און ער ווייזט די געיט. דאס אלעס.
מ'זעט קלאר אז זיי טרייען צו ראטעווען מענטשען וואס ליגען שוין אויף די ערד. הצלה און סתם מענטשען פראבירן צו העלפען
מפיל קינדאיך האב נישט געזאגט אז ס'איז זיכער געווען!!
ס'דא עדות אויף יא און ניין. מ'קען נישט באשולדיגן און נישט מצדיק זיין קיינעם ביז ס'קומען ארויס די ריכטיגע באווייזן.
אויף די ווידיאו הערט מען נאר נאך א עדות פון איינער וואס איז דארט געווען, און ער ווייזט די געיט. דאס אלעס.
האט איינער פון דא גערעדט צו איבערלעבער'ס פון די טראגעדיע? ווייל ווי איך ליין דא קוקט נישט אויס אזוי, וואס איך האב געהערט פון עטליכע פון מיינע באקאנטע וואס זענען געווען דארט פארכאפט, איינער וואס איז געליגן אונטער מתים פאר א שיינע פאר מינוט, איז זייער קלאר אז די משטרה האט פארמאכט די וועג, מיינס א משפּחה מיטגליד וואס איז שוין געשטאנען נאך די שטיגן, איז געווען פון די לעצטע מענטשן אראפצוגיין די רעמפ פאר משטרה האט עס פארמאכט.
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט געזאגט, עס איז ארומגעפארן שלש סעודות תורות פונעם, איך גלייב ער איז מער צובראכן פון די אלע פאלשע טוויטס וואס דו שטעלסט ארויס.
איך וואלט אראפגעמאלן אן אנדער משל. שטעלט אייך פאר עס איז דא א סטאדיום וואס אסאך מענטשן מאכן דארטן קאנצערטן וכדו', און פלוצים איז געשען אן אומגליק. פארשטייט זיך אז מען דארף נעמען אקאונטעביליטי (כאטש איך האלט אז די אחריות ליגט נישט ממש אויפן רבי'ן זעלבסט נאר אויף די עסקנים וואס האבן דאס אהערגעשטעלט), אבער וואס איז ער שולדיג אז פונקט אויף זיין זייגער איז עס געשען? עס וואלט פונקט אזוי געקענט פאסירן ביי באיאן, בידערמאן, תוא"י, אדער אנדערע גרויסע צעשטופטע הדלקות... עס איז "פונקט" "פערצופאל" (בהשגחה פרטית) געשען יעצט דא, איז וואס? ווערט יעצט למפרע תולדות אהרן רבי שולדיג?
אגב, איך הער שטארק דעם געדאנק פון מפיל קינד אז דער תו"א רבי וואלט געמעגט גיין צו די לוי' פון זיין חסיד, אדער אנדערע לוויות, אבער היות עס פעלט מיר אינפארמאציע וואס די מצב איז געווען, וועל איך אים געבן די בענעפיט אף די דאוט אז עס איז געווען א בארעכטיגטע סיבה פארוואס ער איז נישט ערשינען.
פערינאמ'זעט קלאר אז זיי טרייען צו ראטעווען מענטשען וואס ליגען שוין אויף די ערד. הצלה און סתם מענטשען פראבירן צו העלפען
אויב דו רעדסט פון די ווידיא מיט די פאליציי "אונטערן דאך", איז דאס ביי א צווייטע פלאץ. אין די זייט פון די טרעפ, נישט אונטער די טרעפ וואו ס'איז געווען פארמאכט. שווער מסביר צו זיין פאר אייינער וואס קען נישט די פלאץ.
די פאליציי האט דארט אויפגעבראכן א וואנט ארויסצונעמען מענטשן פארכאפט אויף די רעמפ, נאכן זען אז די מצב איז צרות. מען זעט מענטשן שוועבן צווישן לעבן און... דאס איז שוין נאכדעם וואס די וועג איז געווען פארמאכט פאר א גוטע פאר מינוט.
@אנאנים, כ’האב הנאה פון דיין קאנסטראקטיווקייט. שרייבסט ווי אן עדאולט.
א’, דער תו"א רבי האט פיר מאל גערעדט במשכ’ן שבת דערוועגן. ובתוכם די שלוש סעודות דרשה וואס פארט ארום. כ’האב עס און לאמיר זען עס ארויפצולייגן בלי"נ.
א נאנטער ביים רבי’ן זאגט מיר אז דער רבי האלט אינמיטן שרייבן א בריון דערוועגן און ס’וועט פארעפנטליכט ווערן. און ווערט נאכנישט פרייליך, ס’מוז נישט זיין אז דער רבי וועט נעמען דעם אומגליק אויף זיך... פונקט ווי ווען עפעס געשעט אין מיין בעק-יארד טראג איך נישט דערויף דעם אחריות,און מצדי מוז איך נישט ארויסרעדן א ווארט דערוועגן.
דאס אז יושבי חו"ל האבן נאכנישט געהערט גארנישט דברי התנצלות אדער כאטש עפעס, ווייס איך נישט וויפיל עס באדייט. יעדער פארשטייט אז ס’איז נישט די לייכסטע זאך ארויסצוקומען מיט סיי וואספארא אנטווארט אין אזא ביטערן פרייטאג.
און לגבי די לוי’ פון קרויס. אז דער רבי איז אין צפת און די לוי’ איז פארגעקומען א האלבע שעה פאר’ן זמן, איז נישט מעגליך זיך משתתף צו זיין, אפילו אויב דער רבי וואלט געפארן מיט א העליקאפטער הין און צוריק.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב ס’וואלט טאקע עפעס פאסירט ביי מיר און כ’האב ווען סיי וואספארא פלאטפארמע, וואלט איך געשריבן אז ס’טוט מיר זייער לייד ולא יישמע עוד שוד ושבר בגבולנו. דאס דן זיין ווי אזוי ס’האט פאסירט, אויב וואלט עס נישט געווען אויף קיינעמס חשבון און נישט אזוי קאמפליצירט וואלט איך עס לכאורה ערווענט. די רגע אבער וואס ס’איז נישט צו קלאר די דעטאלן, און כ’ווייס אז יעדע ווארט וואס כ’וועל שרייבן וועט מען זיך פאסמאקווען דערמיט אדער ציען מסקנות, דאן לאז איך די ארבעט פאר די אינסטאנצן דאס צו פארשן. און ווען כ’האב ווען אנהענגער וואלט איך ברבים געקלאגט אויף די פאסירונג אין די ערשטע געלעגנהייט. לאו דווקא ווען מתו מוטל לפניו.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
די באגריף פון 'שולד' איז (האפענטליך) א ראציאנאלע מושג, און ס'שייך צו האבן טענות.
אבער די באגריף פון 'אקאונטעבילעטי' איז א קולטור'אלע אן קיין שום אבייעקטיבע ערך, דעריבער איז זייער שווער עס צו פארלאנגן פון איינעם: טוה פונקטליך ווי איך וואלט געטוהן אדער ערווארטעט פון א צווייטן צו טוהן.
אפגערעדט אהערצושלעפן אנדערע קולטורן און פארלאנגען צו רעאגירן ווי אריאנע גריינדע.., לא הרי תרבות גריינדע כתרבות תולדות אהרן..
@אנאנים איך ווייס דו האלטסט אנדערש (כמבואר בכמה מקומות וגם בהוועקער) דארפסט עס נישט איבערשרייבן.., אבל זה לפענ''ד.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
[ציטאט אראפגענומען]
מי דיבר על 'יהדות'?
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהודי באגריף פון 'שולד' איז (האפענטליך) א ראציאנאלע מושג, און ס'שייך צו האבן טענות.
אבער די באגריף פון 'אקאונטעבילעטי' איז א קולטור'אלע אן קיין שום אבייעקטיבע ערך, דעריבער איז זייער שווער עס צו פארלאנגן פון איינעם: טוה פונקטליך ווי איך וואלט געטוהן אדער ערווארטעט פון א צווייטן צו טוהן.
אַקאַוּנטעבּיליטי ואחריות, הגם עס איז נישט די ענדגילטיגע ״שולד״ און עס איז טאקע נישט די זעלבע, איז עס אבער א קאָראָלערי דערפון. וממילא אויב נעמט מען אָן דעם מושג פון ״שולד״ אלס ראציאנאליש און אביעקטיוו, דארף פונקט אזוי אַקאַוּנטעבּיליטי ואחריות אויך זיין אזוי.
און עס איז בעצם נאך טיפער: חוץ מזה וואס אקאַוּנטעבּיליטי איז בעצם די מבוא ווי אזוי מ׳איז טאקע מברר ״שולד״, איז אָן דעם איז דאך בעצם ״שולד״ אליין נישט נוגע למעשה. דאס וואס ברענגט דערצו אז עס זאל למעשה נשתנה ווערן לטובה אויף נעקסטעס מאל וכו׳, איינמאל מ׳איז טאקע מברר דאס ״שולד״, איז די אחריות ואקאַוּנטעבּיליטי שבו.
אינגערמאנטשיקלס'איז גאנץ א קאמפלעצירטע דעבאטע וויפיל פון די שולד תו"א האט. אבער איין נקודה למחשבה, די קנאקערס אין תו"א האבן די יאר אראפגעלייגט א שטארקע פיס אז ר' מיילעך בידערמאן זאל נישט באקומען די פערמיט פאר אן הדלקה (עס נעמט אוועק פון זיי די טויזנטער עמך אידן). דאס האט קלאר גורם געווען אסאך א שטערקערע שטופעניש אין זייער מתחם.
די מערכה פון תו"א נישט צוצולאזן ר' מיילעך'ס הדלקה האב איך געזעהן נאך פאר ל"ג בעומר.
היינט זעה איך גאר
אויף אייוועלט נאכגעברענגט פון ערגעץ אז (הערטס גוט) תולדות אהרן האט זיך גאר געבעטן ביי די משטרה אז מען זאל מאכן נאך אן הדלקה צו פארמיידן שטופעניש.
עטס ווילטס נישט נעמען אקאונטעביליטי? מילא. אבער אלעס ביז שקרים וכזבים.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
עס זענען דא אזעלכע וואס זענען שוין אזוי אריינגעטון אין 21 century מערב וועלט קולטור, אז זיי מיינען אז די איינציגסטע וועג אויסצודריקן מענטשליכע געפילן איז דורך האבן א פי אר טיעם, און ארויסגעבן פרי-סקריפטעד סטעיטמענטס נאך יעדע טראגעדיע, און זיי כאפן נישט אז ווען א פאליטישאן זאגט די באק סטאפס העיר, האט עס גארנישט מיט אקאונטעביליטי, עס איז סך הכל וואס עס זעהט אים אויס וועט די בעסטע אויסנעמען פאר זיין פאבליק אימעדזש.
יא, איך האלט אז תו''א רבי דארף נעמען אחריות, נישט ווייל ער איז שולדיג, נאר ווייל די אידעאלאגיע אויף וואס זיין רביסטעווע איז געבויט זאגט אזוי, אבער ער דארף עס נישט טון אויף די וועג וואס די מערב וועלט 21 סענטורי קולטור פארלאנגט.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/moshe_nayes/status/1388941289949892611?s=20">https://twitter.com/moshe_nayes/status/ ... 92611?s=20</a>
דא קען מען זען די גרויסע אקאונטעביליטי וואס תולדות אהרן נעמט איבער "האסון הנורא שפקד את
כלל ישראל".
@שמעקעדיג און
@לבי ובשרי כ'מיין אז העניך האט שוין געמאכט גענוג א שטארקע קעיס פארוואס א רבי דארף נעמען אקאונטעביליטי און אדרעסירן די טעמע, און זיין צעבראכנקייט און הייסע טרערן איז זייער חשוב אבער העלפט אונז גאנץ ווייניג און טוט נישט פארגיטיגן אויף די בעיסיק מענטשליכקייט וואס אפילו דער הויפט פון די פאליציי האט פארשטאנען אז ווען עס געשעט א טראגעדיע אונטער זיין זייגער באהאלט מען זיך נישט אין א מייזן לאך נאר מ'קומט ארויס און מ'נעמט אחריות אין דער עפנטליכקייט.
מפיל קינדביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
די היסטארישע דאטשע איז ממשיך. דער רבי האט נאכנישט מנחם געווען קיין איין משפחה. ויהי לפלא.
מפיל קינדמפיל קינדביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
די היסטארישע דאטשע איז ממשיך. דער רבי האט נאכנישט מנחם געווען קיין איין משפחה. ויהי לפלא.
א שאנדע
און א טובה פאר די וואס ווילן בעסערס צו זעהן אז פון אים זאל מען קיינמאל נישט האפן זיך צו טוישן. במקום שאין אנשים השתדל להיות איש. דער פשוט׳ער איד וואס קערט און steps up to the plate איז דער אמת׳ער וועגווייזער און משפיע
להצדיק את הצדיק מעיקרא, קום איך אריין דא נגד דרכי, מכחיש צו זיין די שמועות.
דא שטייט אז ער האט יא מנחם געווען.
מער ווי דעם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין אויף די טעמע.
ער האט גערופן טעלעפאניש. וויפיל פון די 45 ווייס איך נישט
[ציטאט אראפגענומען]
📎 מכתב חיזוק אדמו''ר מתולדות אהרן אחר אסון מירון.pdf
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינד
די היסטארישע דאטשע איז ממשיך. דער רבי האט נאכנישט מנחם געווען קיין איין משפחה. ויהי לפלא.
מיר ווארטן (נישט ממש) אז דו זאלסט זאגן טעיתי, נאכדעם וואס מ'האט דיר געוויזן אז די רבי איז שוין יא געוועהן ביי א ניחום אבלים און גערופן אנדערע
ער איז געווען ביי זיינס א חסיד, קרויס, נאכדעם וואס הרב לאו איז שוין געווען ביי רוב אנדערע. אלע רבנים זענען שוין געגאנגען, אויך בעלזא און רחמסטריווקא, און אפי' ביבי נתניהו האט שוין געשפירט אחריות צו גיין מנחם זיין. באבוב רב האט געשיקט 2 בנים קיין ארץ ישראל צו זיין חסיד וואס זיצט יעצט שבעה.
איך זאג נישט טעיתי.
לבי ובשרי
כ'בין טיף דיססעפאוינטעט פון זיין סטעיטמענט. הערליכע מליצות קונצליך געפלאכטן, משזר. אבער קיין פיפס פון פערזענליכע אחריות. קיין זכר פון דעם אז ס'איז געשען ביי זיינס אן איווענט.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדאיך זאג נישט טעיתי.
כ'האב בכלל נישט ערווארטעט דו זאלסט זאגן טעיתי, ווייל נישט דאס איז וואס דו זוכסט, דו זוכסט יעצט אראפצורייסן תולדות אהרן...
You're mind is made up already and you don't want to get confused with the facts
בעלזא איז געוועהן ביי איין ניחום אבלים, גור איז געוועהן ביי איינס און רוב אנדערע זענען געוועהן ביי איינס און תולדות אהרן די זעלבע...
לאו איז ווארשיינליך א שוידערליכן ליידיג-גייער, וואס האט איבריג צייט צו גיין ארום ראולן פון איינס צום צווייטן, אבער אפילו ער איז נישט געוועהן ביי אלע, איז ווער מאכט אפ צו וויפיל מ'דארף גיין?? מפיל קינד?? און אויב מפיל קינד וועט מארגן באשליסן אז ער דארף קומען צו פליען קיין אמעריקא מנחם אבל זיין, וועט ער דאס אויך ברויכן טוהן?? אדער ער מעג אליין באשליסן אז צו איינס דארף ער גיין, און די אנדערע וועט ער מנחם זיין טעלעפאניש... וואס ער איז לכאורה דער איינציגסטער וואס האט גערופן צו יעדע משפחה...
אבער מפיל קינד איז נישט צופרידן, ווילאנג די רבי גייט נישט בעטן ביי מפיל קינד א פונקטליכע דרך התשובה....
קוקט אויס דו קענסט מיך נישט. איך בין נישט איינער וואס שימפט טאג און נאכט. אבער אין דעם פאל האלט איך אז ער מעג ווייזן מער רעספעקט ווען דאס האט פאסירט אין זיין שטח.
נישט גיין צו קיין איין לויה מאכט סענס? ער איז אין צפת, פון דארט ביז מירון איז נישט קיין האלבע שעה, אבער ער פארט נישט. ער שרייבט בריוון יעצט...
ניחום אבלים? נאך עטליכע טעג, פונקט געווען אין ירושלים אויף א עצרת התעוררות, אריינגעסטאפט ביי זיין חסיד. צדיק תמים.
א מנהיג ישראל מעג כאטש ווייזן אביסל מער געטריישאפט אין אזא זמן.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדנישט גיין צו קיין איין לויה מאכט סענס? ער איז אין צפת, פון דארט ביז מירון איז נישט קיין האלבע שעה, אבער ער פארט נישט. ער שרייבט בריוון יעצט...
ניחום אבלים? נאך עטליכע טעג, פונקט געווען אין ירושלים אויף א עצרת התעוררות, אריינגעסטאפט ביי זיין חסיד. צדיק תמים.
א מנהיג ישראל מעג כאטש ווייזן אביסל מער געטריישאפט אין אזא זמן.
ער האט נפשיות'דיג זיך נישט געקענט באטייליגן ביי קיין איין לוי', און איך וואונטש דיר זאלסט עס קיינמאל פארשטיין.
איך זעה נישט די נפק"מ צו ניחום אבלים איז אין די ערשטע 15 מינוט צו נאך 3 טעג.
פונקט געווען אין ירושלים אויף "א" עצרת התעוררות??? ער האט פארופן אן עצרת התעוררות טאקע צוליב דעם וואס ער און זיין קהילה זענען קרובה אל החלל.
האסט דווקא געוואלט ער זאל צוריק פארן קיין צפת און צוריק קומען צום ניחום אבלים? ער וויל נישט פארן איבעריג 5 שעה פאר גארנישט.
א מנהיג ישראל מעג האלטן אנדערש ווי מפיל קינד.
ליטוואק איך האב דיך געלייקט פלעין פארן אריינקומען, אינטערסאנט אז דו האסט נישט מער וואס צוצולייגן, ווייל אמאל פלעגסטו צוגעלייגן איבעראל, ווי ס’איז שייך געווען.
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מפיל קינדער איז געווען ביי זיינס א חסיד, קרויס, נאכדעם וואס הרב לאו איז שוין געווען ביי רוב אנדערע. אלע רבנים זענען שוין געגאנגען, אויך בעלזא און רחמסטריווקא, און אפי' ביבי נתניהו האט שוין געשפירט אחריות צו גיין מנחם זיין. באבוב רב האט געשיקט 2 בנים קיין ארץ ישראל צו זיין חסיד וואס זיצט יעצט שבעה.
איך זאג נישט טעיתי.
יעדער איז געגאנגען צו זיין/זיינע חסידים
הרב לאו איז רב פון גאנץ מדינת ישראל, באלאנגט יעדער פאר אים (אזוי האלט ער)
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פארשטייסט: יהודי פשוט, שטאטס משבח זיין הרב לאו אז ער איז געגאנגען מנחם אבל זיין ביי אלע משפחות, האט ער איהם אטאקירט און געשפעט פון איהם אז ר'איז א ליידיגגייער. און דערפאר האט ער צייט צו גיין איבעראל...! ס'איז זייער נישט שיין פון א איד וואס האט א סימבאל פון א איד (הרה"צ ר' נפתלי האלבערשטאם זצוק"ל) וועלכער האט געהאט געוואלדיג אהבת ישראל. און געווען א גרויסער עניוו...!
איך בין אמאל געווען אין האספיטל מבקר חולה זיין א איד אן אדמו"ר וואס איז אויך געווען א באקאנטער פון הרה"צ ר' נפתלי. איך בין שוין געווען דארט א לענגערע צייט. פלוצלינג קומט אריין ר' נפתלי. נאך א פאר מינוט האביך מיך אויפגעהויבן און געוואלט ארויסגיין. רופט זיך אן ר' נפתלי (ממש אויסער זיך)..."ווייל איך בין געקומען ווילט איהר ארויסגיין". ס'האט מיר גענומען עטליכע מינוט פון פארענטפערן זיך אז איך גיי נישט צוליעב איהם. נאר איך בין שוין דא א לאנגע צייט...! ביז ער האטציך בארואיגט...! וואלסטו געמעגט האבן א ביסל בעסערע מידות...!
איך נעם ארויס צוויי זאכן פון דער בריוו.
1. אז דער רבי אדער כאטש די משב"ק'ן פאלגן נאך סטאטוסן ווייל די ווארט פון אני מאמין/מבין איז שטארק ארומגעפארן באלד נאכן אומגליק.
2. דער רבי איז א פיינשמעקער און אים פאסט נאר אן אייפאון. למעשה אז ער פליט העליקאפאטערס און גייט אויף דאטשע איז טאקע נישט לפי כבודו צו האבן א סאמסונג.
📎 TA.png
פאר וועמען ס'אינטערעסירט דא גענוי וויפיל מאל דער רבי האט גערעדט וועגן דעם אומגליק, ווען, וואו און וואס, נאט אייך
דעם קונטרס און ליינט דאס דורך פון דף יז ביז דף מה. כ'האף אז איבער שבת וועט איר דאס האבן געלעזט...
📎 ל.PNG
צפור בודד
2. דער רבי איז א פיינשמעקער און אים פאסט נאר אן אייפאון. למעשה אז ער פליט העליקאפאטערס און גייט אויף דאטשע איז טאקע נישט לפי כבודו צו האבן א סאמסונג.
📎 TA.png
אין א''י ביי די היימישע הייסט יעדע סמארטפאון, ''אייפון'', נישט קיין חילוק וועלכע קאמפאני.
לויט ווי מ'הערט האט תולדות אהרן אריינגעלייגט אבנארמאלע טעראר עס זאל חלילה נישט פארקומען קיין שום אנדערע הדלקה אין דער צייט וואס זייער הדלקה קומט פאר, מער פון דעם האבן זיי זיכער געמאכט אז תולדות אהרן זאל בלייבן די "גרויסע" און "צענטעראלע" הדלקה, מיט די הייליגע ניגוני דביקות פאר דעם און די גרויסע התעוררות און די פעסער אהבה טרערן און אלע אנדערע זאלן בלייבן קליינע הדלקות.
ספעציפיש וועמען זיי האבן דערקוטשעט די יארן און טעראריזירט איז געווען תולדות אברהם יצחק אז די הדלקה זאל נישט פארקומען אין דער זעלבער צייט. און ר' אלימלך בידערמאן האט מען זיכער געמאכט זאל נישט באקומען דעם גרויסן פלאץ נאר א קליין פארקוועטשטן פלאץ אונטן פון בארג, נאך דער ביטערער דורכפאל מיט צוויי יאר צוריק ווען רבי אלימלך האט געהאט א הדלקה מיט שווערע צענדליגער טויזנטער אידן און ס'איז ליידער ארויסגעקומען א מחשבת פיגול און א זלזול אינעם צדיק, אז אפשר איז רבי אלימלך גענוי אזא גרויסע רבי ווי דער תולדות אהרן רבי שליט"א.
ברוך ה' אז די האראוואניע להרים כבוד תולדות אהרן האט עושה פירות געווען און יעצט האבן זיי 45 נשמות קדושות (און נאך פיר אידן קריטיש אין שפיטאל טייל דערפון בלי הכרה) אויף זייער קאנטע און כבוד בית תולדות אהרן איז יעצט דערהויבן עד שמי מרום ווייל יעדער ווייסט דאך אז דודי ירד לגני ללקוט בשושנים און דער אויבערשטער נעמט נאר די שענסטע און בעסטע און דער שטן פארלייגט זיך צו אריינבייסן אין דעם פך שמן טהור המסולאים בפז או שטייצעך, אז מ'טאר נישט מהרהר זיין ווער ס'איז שולדיג און צי אפשר איז דאס געווען פשוט אן אויסגעשפרייטע נעץ ווי אומשולדיגע אידן האבן אומוויסנד אריינשפאצירט מיינענדיג זיי גייען צו א הדלקה אבער עכט האט מען זיי געפירט אין א גאז קאמער כצאן לטבח יובל, ווייל ווער ס'זאגט דאס ווייסט נישט אז עכט האט תולדות אהרן רבי יא גערופן אלע 45 משפחות כמפורש בהדעלי איד און ווי יודעי דבר ווייסן פון אונטער די קוליסן האט ער אפילו גענומען די לאנג דיסטענס קאלס אויף די אייגענע קאסטן און אויך איז דער רבי זייער צעבראכן יחי אדונינו מורינו ורבינו יחי.
צפור בודדאיך נעם ארויס צוויי זאכן פון דער בריוו.
1. אז דער רבי אדער כאטש די משב"ק'ן פאלגן נאך סטאטוסן ווייל די ווארט פון אני מאמין/מבין איז שטארק ארומגעפארן באלד נאכן אומגליק.
2. דער רבי איז א פיינשמעקער און אים פאסט נאר אן אייפאון. למעשה אז ער פליט העליקאפאטערס און גייט אויף דאטשע איז טאקע נישט לפי כבודו צו האבן א סאמסונג.
📎 TA.png
לכאורה האט ער טאקע נישט געהאט די מעגליכקייט אליינס צוצושטעלן דעם ווארט צום טראגעדיע אנע הילף פון די סטאטוס לייגער...
באלד העט שוין איינער זאגן אז ער האט "פראאף" אז תולדת אהרן רבי קוקט סטאטוס....
כ'ווייס נישט צו ער האט יא אדער נישט אנגערופן די משפחות, כבין נאר מציין וואס מ'קען הערן אויף א פארשפרייטע קליפ פון איינע פון די אבלים ה"י, די טאטע פון ידידי' חיות ז"ל:
"דברתי מקודם עם האדמו"ר מתולדות אהרן, אני רודף אחריו שבוע, כמעט שבוע, כמה ימים, ברוך השם הסכים לדבר איתי"....
דער בריוו האט דער תו''א רבי אליינס געשריבן בערך ווי ר' חיים רייך האט אליינס געשריבן די בריוו צו גור.
איך אויךדער בריוו האט דער תו''א רבי אליינס געשריבן בערך ווי ר' חיים רייך האט אליינס געשריבן די בריוו צו גור.
איך ווייס נישט אויב איר זענט באקאנט, אבער תו"א רבי איז א ריזן שרייבער.
קוק זיין ספר 'חסד נעורייך' וואס ער האט געשריבן אלס אינגערמאן בעילום שם. רייכע מליצות געפלאכטן אין גראמען, נוסח תו"א/שומרי אמונים. ער האט א פענע וואס ווייניג האבן.
בינעך טאקע נישט אזוי באקאנט.
מאך זיכערמפיל קינדאיך אויךדער בריוו האט דער תו''א רבי אליינס געשריבן בערך ווי ר' חיים רייך האט אליינס געשריבן די בריוו צו גור.
איך ווייס נישט אויב איר זענט באקאנט, אבער תו"א רבי איז א ריזן שרייבער.
קוק זיין ספר 'חסד נעורייך' וואס ער האט געשריבן אלס אינגערמאן בעילום שם. רייכע מליצות געפלאכטן אין גראמען, נוסח תו"א/שומרי אמונים. ער האט א פענע וואס ווייניג האבן.
תולדות אהרן רבי שליט״א פארמאגט א זעלטן ארטיסטישער נפש. זיינע קאמפאזיציעס זענען הערליך שיין און הארציג, זיינע כתבים זענען טיף און שארף. ער האט ליב אוועקצופארן און זיך אויסשפארן פון דער וועלט פאר גאנצעטע שטיקער צייט און דארטן זיצט ער און פארפאסט זיינע זאכן.
מאך זיכער: און דאס אלעס איז נאך גארנישט אקעגן זיין געוואלדיגע התמדה בתורה. זיין בעל אכסניא אין בארא פארק האט פארציילט אז ווען די תו"א רבי איז איינגעשטאנען ביי איהם האט ער איהם געהערט א גאנצע נאכט לערנען. און זיינע מעשי הצדקה וואס ער טוט פאר יתומים און יתומות איז דאך ממש אין לשער. און אלעס אן א פירסום...!
<a class="postlink" href="https://youtu.be/qhpikNvrmZE">https://youtu.be/qhpikNvrmZE</a>
פין איינער וואס איז דארט געוועהן, מען קען הערן אז דער געיט איז געוועהן פארמאכט פריער אויף זיכער, צופיל מענטשן אין דער תולדות אהרן.
דברים מבהילים.
עדות חזקה וחשובה של צבי מיכל העלער, חסיד תולדות אהרן בוועדת החקירה לאסון מירון.
העלער, ממארגני ההדלקה, אומר שהחסידות תקבל כל החלטה של הוועדה: "הכאב והצער שאנחנו עוברים מאז האסון, הם גדולים. האדמו"ר שבור ורצוץ, החגים לא היו חגים. יש תשעה יתומים מסביבו של האדמו"ר יום יום. מה שתחליטו, נעשה".
עוד מוסיף צבי מיכל העלער, שכידוע חוג תולדות אהרן נקרא חוג קיצוני במדינה, אבל כל השנים הם עבדו בקשר אדוק ובשיתוף פעולה עם המשטרה. "עבדנו על הבטיחות של הציבור, שיבואו בשלום ויחזרו בשלום".
השופטת נאור מציינת שראתה שקיבלו צל"ש על כל הארגון.
העלער ממשיך: "חסידות תולדות אהרן נתנו דוגמה לכל החסידויות שצריך לציית לכל ההוראות של המשטרה והמהנדסים. וראו עליי וכן עשו".
אלוף ינאי גם כן מתרשם מדבריו: דבריך נשמעים היטב בקול צלול וברור. גם 'דינא דמלכותא דינא' וגם ונשמרתם לנפשותיכם.
ינאי מוסיף ושואל: "האם הצו של ונשמרתם לנפשותיכם, זה גם בחסידויות אחרות?"
העלער: כמעט כל יום אני מקבל טלפונים מחסידויות, מה התוכנית שלנו. אני אומר להם מה שהיה לא יהיה. זה היסטוריה. מה שיהיה הוועדה תחליט. נגמרו כל הלחצים. מה שיגידו אנחנו נעשה. אין פה חוכמות. הציבור שלנו מאוד ממושמע.
Wow
שיין צו הערן.
Impressive.
ערשטע אויפריכטיגע שריט וואס (א יחיד בשם) תולדות אהרן האט געטון זינט די טראגעדיע.
איך וויל אבער צואווארטן אפאר טעג צו זען אויב ס'קומט נישט ארויס קיין הבהרה מטעם הקהילה אז ער רעדט נישט אין זייער נאמען...
מפיל קינד: קיין הבהרה וועט (מסתמא) נישט ארויסקומען. אבער א (שטיקל) מחאה, יא. די מחאה וועט גיין בערך אזוי. לאמור. אזוי צו זאגן... אונז זעמיר אייביג געשטאנען ווייט פון אנערקענען אין דעם שלטון הרשע, דעם שלטון הכופרים פון די ציונים און זייער ממשלת זדון. אויך יעצט, וועללן מיר זיך נישט בייגן צו זייערע חוקי תועבה.
נאר בהוראת רבינו מאור חיינו אשר עיניו כעיני הבדולח וועללן מיר איינפיהרן שטרענגע תקנות כדי מקיים צו זיין דעם פסוק ונשמרתם מאד לנפשותיכם. (ס'זענען דא נאך פסוקים. אבער דאס מיינט מען נישט אונז. ביי אונז איז אלעס מסודר. דער קאמפאט איז גוט און זיס. ביי יענעם טויג נישט.)
נ.ב.: די אפיקורסים פרעגן. אויב דעם רעבינ'ס אויגן זענען כעיני הבדולח, פארווואס האט ער נישט מקיים געווען 2 אנדערע פסוקים...?! שוין.
הער איך אז תולדות אהרן האט געמאלדן אז די יאר וועלען זיי נישט האבען א הדלקה און מירון דארף מען נאר וויסען צו עס איז טאקע צוליב פיקוח נפש אדער ער האט פשוט געוואלט פארלויפן די וועג פאר די רעגירונג.
סעגאל: וואס איז א חילוק די כוונה? די עיקר איז אז די מעשים זענען גוט! בעסער ווי פארקערט...!