☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרישע פירצה! "לעיס-טאפ" שייטלעך

פרישע פירצה! "לעיס-טאפ" שייטלעך

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14586
בלאט: 1 2

הקטן » פרייטאג מאי 28, 2021 12:12 am

· #473965
היכי דמי
איך דערצייל דיר א מעשה שהיה און זאגסט איך מאך מיר נאריש.
פיין, האסט מיר אפגעפרעגט.

ווען דער רב זאגט אים ווייל דאס קוקט אויס וואו אייגען האר און חז"ל האבן געוואלט ס'זאל זיין א חילוק צווישען א מיידל און א פרוי וואס איז פארהייראט - וואס ענפערט דאן דיין אינגערמאן?

אונטער חכם » פרייטאג מאי 28, 2021 11:27 am

· #473998
Re: פרישע פירצה! "לעיס-טאפ" שייטלעך
הוגה
א היימיש ווייבל ענטפערט...

.
גאנץ א נארישע טענה, די רבנים רעדן קעגן די אלע זאכן אויך, ווען אזא קלוב וואלט זיך געעפנט אין בארא פארק וואלט מען זיכער ארויסגעקומען דערקעגן.

אין וו''ב איז מען אפי' ארויסגעקומען קעגן סתם א קומזיץ.

אונטער חכם » פרייטאג מאי 28, 2021 11:30 am

· #473999
Re: פרישע פירצה! "לעיס-טאפ" שייטלעך
סאנטיאגא
החוקר
דא געב איך פראפס פאר די דיינים. זיי האבן האבן גענומען די מציאות און דן געווען די הלכה מפי ראי', נישט מפי שמועה. (עכ"פ לויט וויאזוי עס קוקט אויס פונעם בילד)

איך וועל זיי געבן פראפס ווען זיי וועלן לאזן די פרויען פאררופן די אסיפה לאז שוין דעס געשעהן אמאל... אייביג מאכט מען אפ פוסקים פאר די פרויען אן הערן זייער צד...
הער נאר אויס וויאזוי די רעביצינס רעדן אויף די האטליין'ס, וועסטו דיך נאר פרייען אז נישט זיי זיצן ביי די אסיפות...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 28, 2021 11:31 am

· #474000
[ציטאט אראפגענומען]

כ׳בין זיכער אז ס׳שטייט שוין ערגעץ, כ׳מיין ווי שווער איז שוין צו דרוקן ב״ש? מן הסתם שטייט עס אין עוז והדר לבושה ערגעצוואו.

היכי דמי » פרייטאג מאי 28, 2021 12:42 pm

· #474017
הקטן
היכי דמי
איך דערצייל דיר א מעשה שהיה און זאגסט איך מאך מיר נאריש.
פיין, האסט מיר אפגעפרעגט.

ווען דער רב זאגט אים ווייל דאס קוקט אויס וואו אייגען האר און חז"ל האבן געוואלט ס'זאל זיין א חילוק צווישען א מיידל און א פרוי וואס איז פארהייראט - וואס ענפערט דאן דיין אינגערמאן?

דארפסט נישט אנקומען צו מיין אינגערמאן, קענסט עס אליינס טוהן. (בל"נ וועל איך פרעגן מיין דיין קומענדיגע וואך). איך האב דיר פשוט דערציילט וואס א חבר מיינע האט געוואלט וויסן אויף וועלכע הלכה זיי הענגען אן די איסור, און 4 דיינים האבן אים נישט געקענט ענטפערן.

סאנטיאגא » פרייטאג מאי 28, 2021 4:00 pm

· #474048
אונטער חכם
הוגה
א היימיש ווייבל ענטפערט...

.
גאנץ א נארישע טענה, די רבנים רעדן קעגן די אלע זאכן אויך, ווען אזא קלוב וואלט זיך געעפנט אין בארא פארק וואלט מען זיכער ארויסגעקומען דערקעגן.

אין וו''ב איז מען אפי' ארויסגעקומען קעגן סתם א קומזיץ.

די פוינט איז נישט אזוי ווייט רעדן קעגן דעם, ווי די רבנים האבן די קאפ צווישן די פיס. ביזנעס עז יוזשועל (יא אבער סאנטיאגא פארשטייט נישט אז נאר א מאן האט א איסור...)

סאנטיאגא » פרייטאג מאי 28, 2021 4:15 pm

· #474050
רימון
היכי דמי
הרה״ג רבי שמואל ניימאן שליט״א האט אדרעסירט די נושא לעצטענס ווי ער איז עס מתיר ע״פ הלכה.

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/19UMjUA9Aqt3cq0v5kYxzHRdPmCi6WYyg/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/19UMjUA ... p=drivesdk</a>

ער רעדט אסאך שטותים דא באזירט אויף גארנישט און זאגט נאך יואלי לעבאוויטש'ס ווייב'ס תורות אויף נעשינאל זשעאגראפיק, אז די סיבה פארוואס מ'דעקט זיך צו די האר איז אוועקצולייגן די שיינקייט פאר'ן מאן, א פורים תורה'לע פון חרדישע אפאלעדזשעטיקס וואס איז אפשר צען יאר אלט.
איין אינטערעסאנטע זאך דערציילט אז זיין טאכטער א מיידל איז אויף קימא (זאל זי האבן א רפואה שלימה) און די האר איז זי ארויסגעפאלן און זי האט בשום אופן נישט געוואלט גיין קיין שייטל נאר מיט די אייגענע האר אפילו ווען ס'איז א האלבע אינטש לאנג ווייל א מיידל וויל גיין מיט האר און נישט מיט קיין שייטל (דאס וואס ער דערמאנט אז זיין טאכטער האט געזאגט אז אויפן שייטל וועט מען סיי ווי דערקענען אז ס'איז נישט האר, איז א שטיקל סמך להלכה אז סוף כל סוף איז אלץ דא א חילוק צווישן א שייטל און עכטע האר).

כ'מיין איך עפן א ביזנעס פון פאלשע פיאות, איך זעה אסאך יונגעלייט וואס האבן נעבעך גראדע אומבאחנ'טע פיאות איך ממש האב רחמנות אויף זיי, זיי מעגן אויסקוקן שענער פארן ווייב וואס איז?... מ'קען מאכן אסאך סטיילס. דינע, דיקע, לאנגע קורצע, קליינע קאפלעך, גרויסע קאפלעך, געשטריקט, ספרדיש, מאדערן, פרי-געקניפט, וכו' איך האלט ס'קען נאר בעסער מאכן מצות עונה אין אידישע שטובער

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 28, 2021 6:52 pm

· #474063
שיין וואלט דער רב אויסגעקוקט ווען ער ציטירט פונעם עוז והדר לבושה...

הקטן » מיטוואך יוני 2, 2021 3:20 pm

· #474502
היכי דמי
מיר האט א אינגערמאן וואס זיין ווייב איז א שייטל מאכער געזאגט אז ער האט געפרעגט עטליכע רבנים אין שטאט וואס די פראבלעם איז מיט דעם להלכה און קיינער האט אים נישט געקענט ענטפערן אויף וואס די איסור איז געבויט מטעם דין.

געב איבער פאר דיין חבר אז א טעם פארוואס מ'איז מתיר זיין ווייב זאל זיין אין ביזנעס איז ווייל מען קען דערקענען אז ס'איז נישט די אייגענס... (ער קען דאס אויך ווייזען די עטליכע רבנים, וואס האבן דאס נאך נישט געוויסט)

ועוד משום שברוב הפעמים ניכר שהשערות הם מפאה נכרית -
והרואים אותה בקרוב ומסתכלין הרי ברוב הפעמים יכירו שהיא פאה נכרית.
שו"ת אגרות משה חלק אבן העזר ב' סימן יב

בדין פאה נכרית הארכתי... להביא ראיות... לאסור... ומכיון שאין שום היכר בין פאות אלו לשערות הטבעיות, הא ודאי שיש לחשוש בהן משום מראית העין, שיחשבו אותן לפרוצות... מאין ידע הרואה שפאה נכרית בראשה, והוא יסבור כי שערותיה הן, ויבאו לידי פריצות והרהורי עבירה...
שו"ת יביע אומר חלק ה אבן העזר סימן ה

עובדיה » מיטוואך יוני 2, 2021 4:06 pm

· #474507
הקטן
ועוד משום שברוב הפעמים ניכר שהשערות הם מפאה נכרית -
והרואים אותה בקרוב ומסתכלין הרי ברוב הפעמים יכירו שהיא פאה נכרית.
שו"ת אגרות משה חלק אבן העזר ב' סימן יב

ער שרייבט דאך דארט נאך טעמים להתיר אפ' ווען מ'דערקענט נישט קיין חילוק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 2, 2021 6:05 pm

· #474527
איך בין באמת ארויסגעגאנגן פון קאוועשטיבעל, אבער לחיבת הקודש וועל איך דא מסביר זיין פאר דער עולם וויפיל גרייזן עס ליגן אין די 'איסור' פון לעיס-טאפ שייטלעך.

די אוסרי השייטלעך, וואס אונז פסקנ'ן נישט ווי זיי, האבן דריי טעמים לאיסור:
באר שבע - צוליעב מראית עין
יעבץ- עס האט א דין פון קלתה, וואס איז נאר מותר בחצר
ישועות יעקב - עס איז די זעלבע פריצות ווי האר

אלע דריי זענען נדחה פון הלכה, דער רמ"א אין סי' ע"ה איז מתיר שייטלעך, ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א.

די צעטיל חתמ'ערס טענה'ן אז היינטיגע שייטלעך זענען אנדערש, און הרב פאלק האט געשריבן א גאנצע סימן אין זיין 'לבושה של תורה' מסביר צו זיין אז א שייטעל וואס זעט אויס פונקט ווי האר איז אסור.

די פראבלעם איז, אלע זיין מקורות זענען בטעות יסודם.

פארוואס דינגט זיך דער רמ"א אויף די אלע שיטות אויבן? אויף די צוויי ישועות יעקב און דער יעבץ, איז דאך פשוט. ער האלט אז האר וואס איז נישט באהאפטן צום קערפער איז נישט אסור, און נישט אויף דעם דיבר הכתוב, וחסל.

אויף די טעם פון מראית עין דארף מען זוכן א תירוץ. צו זאגן אז עס רעדט פון א מחלוקת אין מציאות איז זינלאז, לא זו הדרך ולא זו העיר. דער מגן גיבורים איז אבער יא מסביר דער ענין. ער שרייבט אז עס איז נישט דא קיין מראית עין אין א זאך וואס ווערט געטון ברבים, כמבואר ביו"ד סי' קמ"א, ווייל ברבים ליכא חשדא. ד.ה. איינער וואס זעט א פארהייראטע פרוי מיט אזא לעיסטאפ שייטעל, וועט נישט טראכטן אז זי האט אויפגעדעקט די האר, ווייל ברבים זינדיגט מען נישט אזוי. נמצא שאין שום דין מראית עין ביי א שייטעל.

דער מ"ב זעט אבער אויס אז ער האלט אנדערש, און ער שרייבט אז אין די מדינות ווי מ'פירט זיך נישט צו גיין א שייטעל, ווערט עס אסור אלס מראית עין. ד.ה. אז מענטשן וואס זען א לעיסטאפ שייטעל, וויבאלד די אפציע עגזיסטירט, וועלן גיכער זאגן אז עס איז א שייטעל ווי אננעמן אז יענער האט געזינדיגט. נאר אין אזעלכע לענדער ווי מ'פירט זיך נישט צו גיין א שייטעל, איז פארהאנן א פראבלעם פון דער וואס זעט די שייטעל.

ר' משה פיינשטיין זאגט פארשידענע סברות, ועיקר דבריו איז אז חז"ל האבן נישט גוזר געווען איז עס נישט אסור, און ער גיבט סברות פארוואס חז"ל האבן נישט גוזר געווען, ווייל עס איז נישט ממש אסור, נאך התבוננות קען מען זען אז עס איז א שייטעל, עכ"פ א פרוי קען עס באמערקן, און דאס פאר אים איז גענוג (מיין שוועסטער אימפארטירט שייטלעך פון טשיינע פאר מענטשן, און זי זאגט מיר אז עס איז גלייך קענטיג אז עס איז א שייטעל).

זכינו לדין, אז אלע שייטלעך זענען אויסדריקליך מותר לגבי די שאלה פון מראית עין.

קומט הרב פאלק מיט א פלאן, אז עס איז אסור מטעם אחר. ווייל די תכלית פון די מצוה איז אפצושיידן צווישן א פנויה און א נשואה. און ער לאזט זיך ארויס זוכן ראיות דערצו. ער ארבעט בעיקר אויפצוווייזן אז די חכמים האבן חושד געווען אז די חילוק זאל זיין קענטיג, וואס זאגט אונז גארנישט לגבי די דין כיסוי הראש. אדרבא, איינער פון זיין ראיות איז פון דער נחלת שבעה וואס איז מסביר פארוואס מ'פיהרט זיך מקדש צו זיין מיט א רינגעל, כדי זי זאל אייביג ווייזן אז זי איז פארהייראט. לדעתי איז דאס א ראיה לסתור. עס שטייט דארט אז דער כיסוי ראש טוט דאס נישט אויף, און מ'דארף דער רינגעל דערפאר.

ער גייט ווייטער מיט נאך ראיות מעין אלו, און צום סוף ברענגט ער א יעבץ וואס זעט אויס אזוי. דער יעבץ איז אין לחם שמים אויף משניות פ"ב דכתובות, ווי ער שרייבט אז א פנויה מוז זיך צודעקן מיט א קלתה, און א פארהייראטע פרוי מיט א מטפחת העכער די קלתה, און די חילוק איז אז עס זאל זיין קענטיג אז זי איז א בתולה און מ'זאל וועלן חתונה האבן מיט איהר, און דער אשת איש איז אסור פאר אנדערע. די פראבלעם איז אז דער יעבץ איז דאך נדחה מהלכה, און מנהג ישראל אין אלע ספרדישע לענדער איז ווי די מוסלעמענער און די מיידלעך גיין צוגעדעקט פונקט ווי זייער מאמעס, ואין פוצה פה ומצפצף שוין צענדליגער דורות. די הלכה איז נישט אנגענומן בכלל.

אלזא, קיין עמטליכע תשובה האט ער נישט פאר די איסור, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב בלוח לבי.

איך ווארט נאר ווי איינער זאל מיר מסביר זיין דער איסור, און ביז דעמאלס יאכלו ענוים וישבעו, וכן אני מורה ובא לכל שואל.

אישתישבי » מיטוואך יוני 2, 2021 7:05 pm

· #474530
א פנויה'ס האר הייסט נישט קיין ערוה ווייל יעדער גייט עס אויפגעדעקט, לויט דעם אז מען גייט היינט אויפגעדעקט איז עס נישט קײן ערוה. אבער דאס איז שוין א "אויפגעקלערטע" היתר.

דער משנה ברורה פסק'נט יא אז א שייטעל איז א ערוה ווייל עס זעהט אויס ווי האר, אויף דער איז געבויט דער היתר פין שייטלעך ווייל עס זעהט נישט אויס ווי האר. ממילא ווען א שייטעל זעהט אויס ווי האר איז עס א ערוה.

איך האלט אויך אז אין לדבר שיעור, ווער דארף קענען זעהן אז עס איז נישט קיין האר, אבער דאס איז דער גיסטע דערפין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 2, 2021 7:35 pm

· #474531
אין כזה מ"ב

וז"ל

שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש (כא) ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש וכתב הפמ"ג דבמדינות שיוצאין הנשים בפיאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע ומשמע מיניה שם דאפילו שער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל ובספר מגן גבורים החמיר בזה עי"ש. וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין עי"ש:

נהורא נפישא » מיטוואך יוני 2, 2021 7:45 pm

· #474532
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין באמת ארויסגעגאנגן פון קאוועשטיבעל, אבער לחיבת הקודש וועל איך דא מסביר זיין פאר דער עולם וויפיל גרייזן עס ליגן אין די 'איסור' פון לעיס-טאפ שייטלעך.

די אוסרי השייטלעך, וואס אונז פסקנ'ן נישט ווי זיי, האבן דריי טעמים לאיסור:
באר שבע - צוליעב מראית עין
יעבץ - עס האט א דין פון קלתה, וואס איז נאר מותר בחצר
ישועות יעקב - עס איז די זעלבע פריצות ווי האר

אלע דריי זענען נדחה פון הלכה, דער רמ"א אין סי' ע"ה איז מתיר שייטלעך, ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א.

די צעטיל חתמ'ערס טענה'ן אז היינטיגע שייטלעך זענען אנדערש, און הרב פאלק האט געשריבן א גאנצע סימן אין זיין 'לבושה של תורה' מסביר צו זיין אז א שייטעל וואס זעט אויס פונקט ווי האר איז אסור.

די פראבלעם איז, אלע זיין מקורות זענען בטעות יסודם.

פארוואס דינגט זיך דער רמ"א אויף די אלע שיטות אויבן? אויף די צוויי ישועות יעקב און דער יעבץ, איז דאך פשוט. ער האלט אז האר וואס איז נישט באהאפטן צום קערפער איז נישט אסור, און נישט אויף דעם דיבר הכתוב, וחסל.

אויף די טעם פון מראית עין דארף מען זוכן א תירוץ. צו זאגן אז עס רעדט פון א מחלוקת אין מציאות איז זינלאז, לא זו הדרך ולא זו העיר. דער מגן גיבורים איז אבער יא מסביר דער ענין. ער שרייבט אז עס איז נישט דא קיין מראית עין אין א זאך וואס ווערט געטון ברבים, כמבואר ביו"ד סי' קמ"א, ווייל ברבים ליכא חשדא. ד.ה. איינער וואס זעט א פארהייראטע פרוי מיט אזא לעיסטאפ שייטעל, וועט נישט טראכטן אז זי האט אויפגעדעקט די האר, ווייל ברבים זינדיגט מען נישט אזוי. נמצא שאין שום דין מראית עין ביי א שייטעל.

דער מ"ב זעט אבער אויס אז ער האלט אנדערש, און ער שרייבט אז אין די מדינות ווי מ'פירט זיך נישט צו גיין א שייטעל, ווערט עס אסור אלס מראית עין. ד.ה. אז מענטשן וואס זען א לעיסטאפ שייטעל, וויבאלד די אפציע עגזיסטירט, וועלן גיכער זאגן אז עס איז א שייטעל ווי אננעמן אז יענער האט געזינדיגט. נאר אין אזעלכע לענדער ווי מ'פירט זיך נישט צו גיין א שייטעל, איז פארהאנן א פראבלעם פון דער וואס זעט די שייטעל.

ר' משה פיינשטיין זאגט פארשידענע סברות, ועיקר דבריו איז אז חז"ל האבן נישט גוזר געווען איז עס נישט אסור, און ער גיבט סברות פארוואס חז"ל האבן נישט גוזר געווען, ווייל עס איז נישט ממש אסור, נאך התבוננות קען מען זען אז עס איז א שייטעל, עכ"פ א פרוי קען עס באמערקן, און דאס פאר אים איז גענוג (מיין שוועסטער אימפארטירט שייטלעך פון טשיינע פאר מענטשן, און זי זאגט מיר אז עס איז גלייך קענטיג אז עס איז א שייטעל).

זכינו לדין, אז אלע שייטלעך זענען אויסדריקליך מותר לגבי די שאלה פון מראית עין.

קומט הרב פאלק מיט א פלאן, אז עס איז אסור מטעם אחר. ווייל די תכלית פון די מצוה איז אפצושיידן צווישן א פנויה און א נשואה. און ער לאזט זיך ארויס זוכן ראיות דערצו. ער ארבעט בעיקר אויפצוווייזן אז די חכמים האבן חושד געווען אז די חילוק זאל זיין קענטיג, וואס זאגט אונז גארנישט לגבי די דין כיסוי הראש. אדרבא, איינער פון זיין ראיות איז פון דער נחלת שבעה וואס איז מסביר פארוואס מ'פיהרט זיך מקדש צו זיין מיט א רינגעל, כדי זי זאל אייביג ווייזן אז זי איז פארהייראט. לדעתי איז דאס א ראיה לסתור. עס שטייט דארט אז דער כיסוי ראש טוט דאס נישט אויף, און מ'דארף דער רינגעל דערפאר.

ער גייט ווייטער מיט נאך ראיות מעין אלו, און צום סוף ברענגט ער א יעבץ וואס זעט אויס אזוי. דער יעבץ איז אין לחם שמים אויף משניות פ"ב דכתובות, ווי ער שרייבט אז א פנויה מוז זיך צודעקן מיט א קלתה, און א פארהייראטע פרוי מיט א מטפחת העכער די קלתה, און די חילוק איז אז עס זאל זיין קענטיג אז זי איז א בתולה און מ'זאל וועלן חתונה האבן מיט איהר, און דער אשת איש איז אסור פאר אנדערע. די פראבלעם איז אז דער יעבץ איז דאך נדחה מהלכה, און מנהג ישראל אין אלע ספרדישע לענדער איז ווי די מוסלעמענער און די מיידלעך גיין צוגעדעקט פונקט ווי זייער מאמעס, ואין פוצה פה ומצפצף שוין צענדליגער דורות. די הלכה איז נישט אנגענומן בכלל.

אלזא, קיין עמטליכע תשובה האט ער נישט פאר די איסור, ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב בלוח לבי.

איך ווארט נאר ווי איינער זאל מיר מסביר זיין דער איסור, און ביז דעמאלס יאכלו ענוים וישבעו, וכן אני מורה ובא לכל שואל.

כ'בין מסכים מיט יעדעס ווארט. נאר דאס וואס איר זאגט אז דער באר שבע און די יעב"ץ זענען נדחה מהלכה צוליב דעם וואס דער רמ"א פסקנט קלאר ווי דער ש"ג און באמת אלע אנדערע עמודי ההוראה נושאי כליו של הש"ע דער מג"א וכו' וואס זאגט אויך אז די ווערטער פון ב"ש זענען דחויים. באמת זענען דער יעב"ץ און חתם סופר אויך עמודי ההוראה וואס זענען שפעטער פון רמ"א און מג"א און זיי געפעלט יא די ווערטער פונעם ב"ש ממילא יש מקום להחמיר נאר העיקר כהמקילים.
די כלומרשטע טעם צו מאכן א חילוק צעווישן א פארהייראטע פרוי און א מיידל האט נישט קיין שום מקור אין הלכה ואדרבה דאס אז בתולות זענען אנדרעש איז בכלל נישט עפעס אזוי מבורר אין דברי חז"ל און איז היבש פארנעפלט דער מג"א און בית שמואל מוטשען זיך נאך אויסצוגלייכן די חילוקים.
אויך די זאך כאילו אויב א שייטל קוקט אויס מער ווי עכטע האר דארף עס זיין הארבער איז גאנץ א לעצטער חידוש. פון די מתירים קוקט קלאר אויס אויב איז עס נישט מחובר איז עס נישט בכלל דת יהודית בכל אופן.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:54 am

· #474555
ליטוואק פון בודאפעסט
אין כזה מ"ב

וז"ל

שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש (כא) ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש וכתב הפמ"ג דבמדינות שיוצאין הנשים בפיאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע ומשמע מיניה שם דאפילו שער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל ובספר מגן גבורים החמיר בזה עי"ש. וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין עי"ש:

זאגט ער יא אז עס איז דא א איסור מראית עין.
כל זמן דער מנהג איז נישט צו גיין לעיס טאפ טאר מען נישט.
אז די ווילסט טענה'ן אז דער בעיסליין פין דער מנהג במקום רעכענט אריין די וואס גייען שוין יא, נו נו, אפשר, אבער זיין הכרעה איז קלאר יא אז עס איז דא א איסור.

און ווי איך פארשטיי קומט דער חילוק פין אויסזעהן ווי האר, אלץ א קולא, נישט א חומרא. עס איז גאר גרינג פאר דיר אדער אנדערע דא צו זאגן אז די הלכה איז ווי די מקילים אז מען מעג גיין א שייטעל, וחסל. אבער די אוסרים זענען יא אונזערע, אונז זענען געוואוינט צו הערען פין אונזערע רבנים אז מען האט אמאהל יא געאסרט א שייטעל, ממילא האבן זיי פאבריצירט א היתר אז מען מעג ווייל עס זעהט נישט אויס ווי האר, און די אוסרים אסר'ן נאר ווייל עס זעהט אויס ווי האר.

זאגן זיי יעצט, אז דער לעיסטאפ איז נישט בכלל היתר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 3, 2021 9:26 am

· #474560
אישתישבי

דער משנה ברורה פסק'נט יא אז א שייטעל איז א ערוה ווייל עס זעהט אויס ווי האר, אויף דער איז געבויט דער היתר פין שייטלעך ווייל עס זעהט נישט אויס ווי האר. ממילא ווען א שייטעל זעהט אויס ווי האר איז עס א ערוה.

האסט נישט געטראפן אזא מ"ב. דער מ"ב זאגט נישט קיין שום טעם אז עס 'זעט נישט אויס ווי האר', נאר ווייל מענטשן זענען געוואוינט צו דעם אז מ'גייט א שייטעל. דאס איז אמת אפילו עס זעט אויס ווי האר.

וכמו"ש 'אין כזה מ"ב'.

אז שייטלעך זענען מותר, איז א לעיסטאפ פונקט אזוי מותר.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 3, 2021 10:47 am

· #474567
ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי

דער משנה ברורה פסק'נט יא אז א שייטעל איז א ערוה ווייל עס זעהט אויס ווי האר, אויף דער איז געבויט דער היתר פין שייטלעך ווייל עס זעהט נישט אויס ווי האר. ממילא ווען א שייטעל זעהט אויס ווי האר איז עס א ערוה.

האסט נישט געטראפן אזא מ"ב. דער מ"ב זאגט נישט קיין שום טעם אז עס 'זעט נישט אויס ווי האר', נאר ווייל מענטשן זענען געוואוינט צו דעם אז מ'גייט א שייטעל. דאס איז אמת אפילו עס זעט אויס ווי האר.

וכמו"ש 'אין כזה מ"ב'.

אז שייטלעך זענען מותר, איז א לעיסטאפ פונקט אזוי מותר.

סא די זאגסט אז דער היתר איז ווייל מען נעמט נישט אהן דער משנה ברורה (פלוצלונג איז דער משנה ברורה נישט פוסק אחרון ביי דיר) און די רבנים האלטען אז אפילו לויט דער משנה ברורה איז מותר ווען עס זעהט נישט אויס ווי האר.

עס זעהט מיר נישט אויס ווי די מאכסט א היתר, די מאכסט א איסור.

אויך איז דא א פראבלעם פין א מלבוש נכרי אלץ ובחוקותיהם, וואס שטייט אין דברי חיים, און מען מעג נאר אויב דער מנהג פין אידישע פרויען איז דאס צו טראגן, ממילא איז דא א איסור אויף דער לעיסטאפ צוליב ובחוקותיהם, ווייל אידישע פרויען טראגן עס נישט.

הקטן » דאנערשטאג יוני 3, 2021 12:36 pm

· #474589
שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש (כא) ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש וכתב הפמ"ג דבמדינות שיוצאין הנשים בפיאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע ומשמע מיניה שם דאפילו שער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל ובספר מגן גבורים החמיר בזה עי"ש. וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין עי"ש:

קען איינער ציברענגען די מגן גבורים?

נהורא נפישא » דאנערשטאג יוני 3, 2021 1:09 pm

· #474592
ס'איז סתם אזוי וויכטיג צו באמערקן אז ווען דער רמ"א און אויך שפעטער דער מג"א זענען מתיר שייטלעך רעדן זיי אויסדריקלעך טעארעטיש. אין זייערע צייטן אין פולין האבן אידישע טעכטער אויסדריקלעך נישט געגאנגען אין שייטלעך. נאר נאבילעטי האט זיי געטראגן צו מענער און פרויען. אין איטאליע דארט ווי דער שלטי הגיבורים איז געווען איז מסתמא יא געווען נתפשט. עס האט אנגעהויבן מער נתפשט ווערן בזמן ההשכלה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 3, 2021 3:15 pm

· #474611
אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי

דער משנה ברורה פסק'נט יא אז א שייטעל איז א ערוה ווייל עס זעהט אויס ווי האר, אויף דער איז געבויט דער היתר פין שייטלעך ווייל עס זעהט נישט אויס ווי האר. ממילא ווען א שייטעל זעהט אויס ווי האר איז עס א ערוה.

האסט נישט געטראפן אזא מ"ב. דער מ"ב זאגט נישט קיין שום טעם אז עס 'זעט נישט אויס ווי האר', נאר ווייל מענטשן זענען געוואוינט צו דעם אז מ'גייט א שייטעל. דאס איז אמת אפילו עס זעט אויס ווי האר.

וכמו"ש 'אין כזה מ"ב'.

אז שייטלעך זענען מותר, איז א לעיסטאפ פונקט אזוי מותר.

סא די זאגסט אז דער היתר איז ווייל מען נעמט נישט אהן דער משנה ברורה (פלוצלונג איז דער משנה ברורה נישט פוסק אחרון ביי דיר) און די רבנים האלטען אז אפילו לויט דער משנה ברורה איז מותר ווען עס זעהט נישט אויס ווי האר.

עס זעהט מיר נישט אויס ווי די מאכסט א היתר, די מאכסט א איסור.

אויך איז דא א פראבלעם פין א מלבוש נכרי אלץ ובחוקותיהם, וואס שטייט אין דברי חיים, און מען מעג נאר אויב דער מנהג פין אידישע פרויען איז דאס צו טראגן, ממילא איז דא א איסור אויף דער לעיסטאפ צוליב ובחוקותיהם, ווייל אידישע פרויען טראגן עס נישט.

איני יודע האיך טעית כן בדברי.

המ"ב חילק בין המדינות, לא בין הפאות. במדינות שהנשים הולכות בפא"נ, אין בעיא של מראית עין, משום שהרואה יאמר שיש לה פא"נ.

המ"ב אינו 'פוסק אחרון', אין כזה דבר בעולם. אבל במקרה דידן התיר.

ואין לנו שום אחד מגדולי הפוסקים שהתיר את הפא"נ וחילק בין פאה לפאה.

וענין חקות הגוי אינו ענין לכאן, שהרי כולנו סומכים על כל בגדינו שאנו קונים מהגויים, משום שאין בזה חוק אצלם. אם רצון הדברי חיים לחלוק ע"ז, אינו אלא כשאר אוסרי הפא"נ, שכבר נהגנו דלא כמותו.

אם יאמרו האוסרים שהלעיסטאפ אסורה כמו שחייבות הנשים לכסות את פאותיהם, או שאין מותר אלא שפיצעל וכדו', אין לי בעיא. החותמים אומרים שזה אסור לנשים שנוהגות ללכת בפאה מגולה שזה לא נכלל בהיתר ההוא. וטרם הוכיחו כן. עשרים דפים של הרב פאלק העלו חרס בזה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 3, 2021 4:13 pm

· #474619
הקטן
שער נכרית - קרי נכרית להשער שנחתך ואינו דבוק לבשרה וס"ל דע"ז לא אחז"ל שער באשה ערוה וגם מותר לגלותה ואין בה משום פריעת הראש (כא) ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש וכתב הפמ"ג דבמדינות שיוצאין הנשים בפיאה נכרית מגולה יש להם לסמוך על השו"ע ומשמע מיניה שם דאפילו שער של עצמה שנחתך ואח"כ חברה לראשה ג"כ יש להקל ובספר מגן גבורים החמיר בזה עי"ש. וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין עי"ש:

קען איינער ציברענגען די מגן גבורים?

📎 אוצר החכמה_149923.jpg

דאס איז די קיצור, הנקרא אלף המגן. אין די שלטי גיבורים איז ער מאריך, און דארט שרייבט ער אז עס איז נישט דא קיין מראית עין ביי שייטלעך כמו שציטטתי. עס איז צוויי גאנצע פעידזשעס אין די נייעם דרוק.

הקטן » דאנערשטאג יוני 3, 2021 5:40 pm

· #474623
וואס איז זיין פראבלעם מיט "שתהא נראית בעלת שער"???
קוק עפעס אויס, די טעם פין די איסור איז טאקע ווייל איר אייגענע איז ליבערשט נראית בעלת שער און פאר דעם איז דאס אסור

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 3, 2021 5:44 pm

· #474624
הקטן
וואס איז זיין פראבלעם מיט "שתהא נראית בעלת שער"???
קוק עפעס אויס, די טעם פין די איסור איז טאקע ווייל איר אייגענע איז ליבערשט נראית בעלת שער און פאר דעם איז דאס אסור

איך ווייס נישט צו ער מיינט אנצוגעבן א טעם לאיסור מיט שרייבן כדי שתהא נראית בעלת שער" ער זאגט פשוט דער מציאות, פארדעם טוט זי עס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 3, 2021 5:44 pm

· #474625
וע"ז חלקו החולקים און זענען מתיר א שייטעל פון אייגענע האר אויך. און אזוי פסקנ'ט דער רמ"א, ווי דער עט"ז און דער פמ"ג זאגן שוין, וכן הכריע במ"ב.

דער אמת איז, די גאנצע פאה נכרית איז שתראה בעלת שער, כמו"ש רש"י במס' שבת. קיינער דינגט זיך נישט, און דער שלטי גיבורים איז דאך נאכאלס מתיר. עס זעט נישט אויס אז די סבת האיסור איז די כוונה 'שתראה בעלת שער', נאר אז די גאנצע היתר איז נאר ווייל דאס איז נישט איר האר.

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 3, 2021 5:50 pm

· #474626
דער פמ"ג אז נאר מתיר דארט ווי דער מנהג איז אז מען גייט, דאס איז ווייל מען וועט וויסן אז עס איז שייטעל, זאגן די רבנים אז דער לעיסטאפ ווייסט מען נישט אז עס איז א שייטעל, ווייל עס זעהט אויס ממש (אזוי זאגן זיי ביי די דרשות), זאגסטו אז דיין שוועסטער זאגט אז זי זעהט יא.

האמיר דא א מחלוקת צו דיין שוועסטער'ס וויסן איז גענוג מתיר צו זיין דער לעיסטאפ.

און טאמער וועט זיין א שייטעל וואס דען שוועסטער וועט נישט וויסן, וועסטו מודה זיין אז עס איז אסור?

און ווער זאגט אז דיין שוועסטער'ס וויסן איז גענוג, אפשר זאל מען גיין נאך רוב?

אישתישבי » דאנערשטאג יוני 3, 2021 5:56 pm

· #474627
ליטוואק

וענין חקות הגוי אינו ענין לכאן, שהרי כולנו סומכים על כל בגדינו שאנו קונים מהגויים, משום שאין בזה חוק אצלם. אם רצון הדברי חיים לחלוק ע"ז, אינו אלא כשאר אוסרי הפא"נ, שכבר נהגנו דלא כמותו

דא מאכסטו סתם א גרייז, ווייל דער גר"א האלט אז חוקות הגוי אסר'ט אלע בגדים פין גוים, און דער מהרי"ק האלט נאר בגדים וואס האבן שייכות מיט ע"ז אדער פריצות.

ממילא איז דער שייטעל בכלל אסור אלץ חוקות הגוי, און דער דברי חיים אליין זאגט שוין אז דארט ווי אידן טראגן דאס איז עס מותר.

אבער דער לעיסטאפ וואס מען טראגט דערווייל נישט, און די גוים מאכן עס לשם פריצות, עס זאל אויסזעהן ווי האר ממש, איז אסור אלץ חוקות הגוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 3, 2021 7:16 pm

· #474631
אישתישבי
דער פמ"ג אז נאר מתיר דארט ווי דער מנהג איז אז מען גייט, דאס איז ווייל מען וועט וויסן אז עס איז שייטעל

דער פמ"ג שרייבט דאס נישט, און עס פעלט בכלל נישט אויס.

טאמער קיינער גייט נישט קיין שייטעל, זעט זי אויס ווי איינער וואס דעקט אויף די קאפ. טאמער מ'גייט יא א שייטעל, ממילא וועט איינער וואס זעט א פארהייראטע פרוי מיט האר וועט זאגן אז זי גייט א שייטעל ענדערש ווי זאגן זי גייט מיט די אייגענע האר. פונקט ווען מיר זען ווי איינער עסט א שטיקל פלייש, זאגן מיר נישט אז דאס איז נבילה, נאר ענדערש שחוטה. ווייל פארוואס חושד זיין א איד? אזוי אויך ביי א שייטעל. און קיינער האט נאך נישט מחלק געווען בין שייטעל לשייטעל.

אין הלכות בחוקותיהם איז נישט בכוונתי אריין צו גיין, אבער קיינער פון די חותמים האבן דאס דאך נישט דערמאנט.

אישתישבי » פרייטאג יוני 4, 2021 8:25 am

· #474663

פשט אין פרי מגדים קען זיין
א. רוב פרויען גייען שייטלעך ממילא איז נישטא קיין מראית עין,
ב. רוב פרויען גייען שייטלעך און פארלאזען זיך אויף דער שו"ע.

די זאגסט ב. רבנים זאגען א. די ביסט מער גערעכט ווען מען קוקט אין פרי מגדים אליין. אבער פין משנה ברורה זעהט אויס אז ער לערנט א.

ביסט גערעכט אז פין פרי מגדים אליין זעהט אויס ב, אבער פין משנה ברורה ווען ער זאגט
וכתב עוד שם דאם אין מנהג המקום שילכו הנשים בפאה נכרית בודאי הדין עם המחמירין בזה משום מראית העין
זעהט אויס א.

איך ווייס רבנים וואס גייען מיט דער מהלך פין ובחוקותיהם, נישט אלץ שער באשה. רב וואזנער פלעגט אויך רעדן וועגן דער איסור פין א שייטעל וואס מאכט אויסזעהן ווי א גויטע. ויש דברים בגוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 4, 2021 9:45 am

· #474674
נכון שיש שני פשטים בהפמ"ג, והמסתכל בתוכו יראה שלכאורה אחז נגד הרמ"א שהשייטלעך הם אסורים ואלו שנהגו להקל יכולים לסמוך על השו"ע. וא"כ ע"כ שלא נהגנו כהפמ"ג ואין דעתו קובע אצלינו שנהגנו להקל בפא"נ. ומדבריו להלן סי' ש"ג משב"ז אות ט' נראה שדעתו יותר קרוב לדעת האוסרים, וכנ"ל.

לענין פאה הנראות כמו שער ממש אין שום הבדל בין שני הפשטים.
אם הרבה הנשים הולכות עם שייטעל, אין חשש של מראית עין. ולא משום שהשייטעל נראה אחרת.

וטרם מצאנו ולו פוסק אחד מגדולי האחרונים שכתב שום הבדל בין פאה לפאה.

איך ווייס נישט וואס הרב וואזנער האט געזאגט, אבער ווי קומט דא ובחוקותיהם אריין? א לעיסטאפ איז פונקט ווי א געהעריגט שייטעל אין מאדע, נאר די קאפעל פון אונטן איז קונסטליך געמאכט אז מ'זאל נישט קענען דערקענן אז דאס איז א שייטעל. א גוי האט אין דעם א חק אדער א מנהג? ווי קומן גוים דא אריין? וועלכע גויים טראגן אזעלכע שייטלעך? אדוואקאטן אין ענגלאנד?
זאג, די גויים גיין בייהאר און עסן אריזאנא ווייץ אויך?

אישתישבי » פרייטאג יוני 4, 2021 10:52 am

· #474683
דא האסטו רב וואזנער.

<a class="postlink" href="http://www.fridmanbooks.co.il/ProductInfo.asp?ProdId=4050&catId=435">http://www.fridmanbooks.co.il/ProductIn ... &catId=435</a>

ווען גוים מאכן א לעיסטאפ עס זאל אויסזעהן מער ווי האר, הייסט עס א בגד לשם פריצות, און א בגד לשם פריצות איז אסור אלץ ובחוקותיהם.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 4, 2021 10:56 am

· #474685
מ'גייט שוין רינגס ארום. אויב לעיסטאפ איז מותר מטעם כיסוי הראש וכדו', איז שוין נישט דא קיין פריצות. אויב עס איז נישט דא קיין פריצות, איז נישט דא קיין חקות הגוי.וחוזרים חלילה

אין די ווערטער פון הרב וואזנער זעי איך נישט קיין מקור אדער סברא. א דרשה וואס ער האט געהאלטן, וואס מיר ווייסן א. נישט אויף וואס ער רעדט, און ב. אויף וואס עס איז באזירט.

וכמו"ש למעלה, ביזדערווייל האט קיינער נישט געוויזן קיין שום מקור בדברי גדולי הפוסקים אז א שייטעל מוז אויסקוקן אנדערש ווי די אייגענע האר. ברענגן א דרשה אלס א מקור איז א קלות הדעת.

נהורא נפישא » פרייטאג יוני 4, 2021 1:28 pm

· #474728
גראדע דער ענין פון פריצות איז יא א זאך אויף וואס מ'קען דא בויען אן איסור אזוי ווי עס ווערט געפסקנ'ט אין שו"ע אז מטאר נישט אנטאן א נישט אידיש מלבוש אויב די מנהג פון אידן איז נישט צו גיין אזוי מטעמי צניעות, א דוגמא צו דעם איז ערקתא דמסאנא. ד.מ. אז אה"נ לעיסטאפ איז נישט אסור מטעם פאה נכרית נאר צוליב'ן זיין א פריצותדיגע פאה נכרית פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע מלבוש קען זיין פריצותדיג. און דער אמת איז אז צניעות איז א רעלאטיווער קאנצעפט. סיי וואספארא פרוי פון היינט אנגעטאן נארמאל און קלאסיש וואלט פארשריגן געווארן אלס א פרוצה אין פולין בזמן הרמ"א. און דאס זעלבע מיט געוויסע תכשיטים וואס זענען געווען בזמן חז"ל וואלטן אויך געקענט זיין פריצותדיג בזמן הרמ"א צו אפילו היינט. בזמן חז"ל איז כוחלת ופוקסת געווען געהעריג מתיקוני נשים היינט פארשרייט מען דאס פארבן די אויגן בלוי אלס אומצניעותדיג. איך ווייס נישט באמת ווער סשטעלט אראפ די סטאנדארט וואס איז צניעות און וואס נישט אבער ווען אזאך קומט אריין אין די מאדע דעמאלטס איז די בעסטע צייט צו שרייען דערויף. איינמאל ס'איז נתפשט איז דאס שוין מנהג ישראל הכשרות.

פייפעריי » מאנטאג יוני 7, 2021 12:22 am

· #474900
די שלטי גיבורים שרייבט "דשיער באשה ערוה דקאמר לא הוי אלא בשיער הדבוק לבשרה ממש ונראה גם בשרה עם השיער". ביי די lace top wig איז דאך אזוי ווי בשרה נראה עם השיער. און אויב קוקט עס אויס ווי מען זעהט די פרוי'ס סקאלב, איז עס אזוי ווי א פרוי זאל גיין מיט א קלייד וואס קוקט אויס ווי די פרוי איז נישט אנגעטון.

ביי די געווענדליכע שייטלעך זעט מען נישט די בשר איז עס מותר. ווען עס זאל ווען זיין א שייטל וואס האט א לאך אינמיטן און די לאך איז צוגעדעקט מיט א דורכזיכטיג פלעסטיג און מען זעט דורך די האר אדער סקאלב, וואלט יעדער פארשטאנען אז עס איז אסור. ביי די lace top wig אויב קוקט עס אויס ווי מען זעהט די פרוי'ס סקאלב, איז עס אזוי ווי די לאך אין די שייטעל, אדער מינימום ווי א פרוי זאל ווען גיין מיט א קלייד וואס קוקט אויס ווי די פרוי איז נישט אנגעטון.

הקטן » מאנטאג יוני 7, 2021 6:03 am

· #474909
אישתישבי
הקטן
וואס איז זיין פראבלעם מיט "שתהא נראית בעלת שער"???
קוק עפעס אויס, די טעם פין די איסור איז טאקע ווייל איר אייגענע איז ליבערשט נראית בעלת שער און פאר דעם איז דאס אסור

איך ווייס נישט צו ער מיינט אנצוגעבן א טעם לאיסור מיט שרייבן כדי שתהא נראית בעלת שער" ער זאגט פשוט דער מציאות, פארדעם טוט זי עס.

און וואס איז די טעם פארוואס זי טון אן פאה נכרית? (קוק איבער די שטיקעל ער האט יעצט גענדיקט מיט פאה נכרית)
פשט קוקט מיר אויס פאה נכרית איז לשם קישוט און די אייגענע, זאגט ער, איז "כדי שתהא נראית בעלת שער"

אישתישבי » מאנטאג יוני 7, 2021 7:44 am

· #474913

און לאמיר זאגן ביסט גערעכט, וואס ווילסטו ארויסברענגען?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 11, 2021 8:11 am

· #475412
א רב א גרויסע ת"ח האט געדרשנט אין ישיבת לעיקוואד. א גרויסע מחבר פון פאפולערע ספרים און א זון פון א מחבר פון פאפולערע ספרים. איך האב אים אנגעקוקט אלס א גרויסע ת"ח.

ער האט אבער געזאגט מאדנע זאכן.

ער האט געברענגט פון הרב משה שטרנבוך בשם מהר"ם חאגיז, אז די סבה פארוואס מיר באגענוגיגן זיך מיט איין כיסוי, ווען דער שו"ע פסקנט אז דת יהודית פאדערט צוויי, איז ווייל דת יהודית מיינט עפעס מער צניעותדיג ווי די גוים, און טאמער די גוים גיין נישט קיין כיסוי, איז גענוג איין כיסוי.

ממילא איז א ראיה אז מיר דארפן זיין מער צניעותדיג ווי די גוים און דעריבער איז א לעיסטאפ שייטעל אסור.

דער וואס פארשטייט זאל ביטע קומן מסביר זיין.

אישתישבי » פרייטאג יוני 11, 2021 12:41 pm

· #475424
ווי שטייט אז דת יהודית פאדערט צוויי כיסוים?

אין דער משנה שטייט ראשה פרוע, פארוואס שטייט נישט יוצאה וראשה מכוסה כיסוי אחד?

איז עס דער זעלבער פלאץ ווי עס שטייט אז מענער דארפען צוויי כיסוים (נאך א באבע מעשה).

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 11, 2021 1:08 pm

· #475425
אישתישבי
ווי שטייט אז דת יהודית פאדערט צוויי כיסוים?

אין דער משנה שטייט ראשה פרוע, פארוואס שטייט נישט יוצאה וראשה מכוסה כיסוי אחד?

איז עס דער זעלבער פלאץ ווי עס שטייט אז מענער דארפען צוויי כיסוים (נאך א באבע מעשה).

ער האט געזאגט אה"ע קט"ו ה' אז קלתה איז איין כיסוי און דת יהודית פאדערט א צווייטן

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 11, 2021 1:09 pm

· #475426
ער מיינט מן הסתם די רדיד - שאל בלעז.

פייפעריי » פרייטאג יוני 18, 2021 12:08 am

· #476007
איך האב געהערט זאגן אז אויף די לעיס טאפ שייטלעך קען מען נישט אויפדעקן אדער ארויפקעמען די אייגענע האר אויף די שייטל. האב איך געקלערט אז פאר די פרויען איז זיכער מער אויסגעהאלטען א לעיס טאפ שייטעל.

קול_ביער » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:41 pm

· #481623
איך האב לעצטענס באטראכט די לעיס שייטל, עס איז באמת מוראדיג ווי שטארק עס אויס ווי די עכטע האר, ממש אז עס איז נישט מעגליך (פאר מיינע אויגן) צו דערקענען אז עס איז א שייטל, האב איך אנגעהויבן צו טראכטן אז די רבנים זענען גערכעט, און איך ווייס נישט ווי אזוי איינער קען עס מתיר זיין.
אבער נאכדעם איז מיך אדורך געלאפן א מחשבה פונקט פארקערט, איך בין נישט קיין תלמוד חכם, איך בין נישט אויסגעקאכט אין די סוגיא פון די שייטלעך, אבער איין זאך איז קלאר, די תכלית פארוואס פרויען גייען א שייטל, איז טאקע פארדעם ווייל עס זאל אויסזעהן ווי זיי גייען די האר! מ'דארף צודעקן די האר, די פארשטענדליכע וועג ווי אזוי דאס צו טוהן איז דורך א טיכל, זענען געוויסע מענטשן אויפגעקומען מיט א פאטענט, אז מ'קען עס צודעקן מיט עפעס וואס זאל אויסזעהן כאילו מען האט נאך יא די האר, יעצט פארשטייט זיך איז געווארן א שמועס אין די פוסקים אויב מ'מעג אדער מ'טאר נישט,
למעשה, היינטיגע צייטן, האבן רוב פוסקים אנגענומען אז מ'מעג, עכ"פ אזוי זעהט מען פון די גאס, אויב אזוי, לאמיר אריינטראכטן, וואס מעג מען, מ'מעג צודעקן די האר מיט עפעס מיט מאכט אויסזעהן כאילו מען האט נאך די האר, נו אויב אזוי וואס איז די פראבלעם מיט די לעיס, ווייל עס מאכט עס אויסזעהן ממש ווי די האר? דאס איז דאך מותר!! אויב זיי האלטן אז מ'טאר נישט צודעקן די האר מיט עפעס וואס זעהט אויס ווי האר, זאל מען אינגאנצען אסר'ען שייטליך, און דאס טוט מען נישט, ממילא פארשטיי איך נישט מה כל הרעש...

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:00 am

· #481652
לאז אונז וויסן ווען די גייסט ארויף צו כיתה ג'

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:48 pm

· #481664
@קול ביער, דער עולם דא איז נאכנישט רייף פאר אזאנע קאמפליצירטע שקלא וטריאס..............

קול_ביער » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:33 pm

· #481726
איך האב מיך נישט געראכטן אויף אישתשבי'ס שארפקייט...

איינער האט מיר יא געענטפעט אין אישי, אן אינטערסאנטע חידוש, די פוסקים האבן טאקע יא מתיר געווען צו טראגען א זאך וואס זעהט ווי די האר נאר אויב ס'זעהט נישט אויס ווי די האר...

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 11:33 pm

· #481735
מאכסט דיך תמ'עוואטע אדער די פרעגסט באמת?

פארשטייסט נישט א מציאות פין א שייטעל וואס מען קען דערקענען אז עס איז א שייטעל?

צו עס איז גערעכט מחלק צו זיין אין דעם, איז שוין געוועהן אין דעם אשכול וואס מען האט דן געוועהן לארכה ולרחבה, מיט די אחרונים.
בלאט: 1 2