אשכול אן א טיטל #14576
172 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14576
Samkotonעמיצער ווייסט ווי אזוי ער האט פרובירט זעלבסטמארד?
געטאנצען?
געשאסן?
געהאנגען?
אווירדאוזד?
נישט געזעהן באריכטעט אין ערגעץ
געווען באריכטעט אז ער האט זיך געהאנגן ר"ל
מפיל קינדberlbalagulehביי א געוויסן פונקט האט ער איינגעזעהן אז ער האט געגרייזט (מסתמא נאכדעם וואס די רעגירונג'ס רעסקיו (הצלה) סקוואד האט איהם געראטעוועט ווען ער איז געבליבן סטאק אויף איינס פון די שיעפע בערג אין מדבר יהודה... און ער איז געווארן א נארמאלער מענטש. ר'האטציך צוגעלערנט רעדן נארמאל עברית (וואס ר'האט זיכער נישט געלערנט אין מאה שערים). און ער האט אויך געגרינדעט די ארגאניזאציע זק"א. וועלכע האבן גרויסע זכותים...!
דיינע פאקטן שטימען נישט.
זק"א האט משי זהב נישט געגרינדעט, נאר ער האט זיך אריינגעלייגט אין דעם און עווענטועל זיך געזעצט דערויף.
ער איז נאך געווען א קנאי ווען ער איז געווארן יו"ר זק"א. ער איז געווארן אויס קנאי עטליכע יאר שפעטער.
זיינע קינדער זענען שוין אפיציעל פריי. א בילד פון משי זהב און זיין זון.
מיר געדענקן נאך ווען "דער איד" פלעגט באטיטלן זק"א אלץ אומפארטייאישע לעבענסוויכטיגע חרד'ישע ארגענעזאציע און זיך געגרויסט יעדעס מאל זיי זענען געווען אין די העדליינס.
@בערל פראבירט שווער צו ווייזן ווי אפענמיינדענט ער איז איך האף נאר אז ער פארקריכט נישט אזוי ווייט ווי משי זהב
געהערט ווי א טשאלמער דרש’נט אין בית מדרש אז מ’קען שוין מיינען וואס זק’’א טוט אז מ’מאכט אזא מצב פון זיי, וואס מיינסטו איז געווען פאר זיי האבן זיך געעפענט, זענען די מתים געבליבן אויסגעשפרייט אויפן גאס? די חברה קדישא איז געקומען און קעיר גענומען, סאך הכל איז זק’’’א א חברה קדישא מיט א פענסי נאמען.
אבשלום בן מעכהנישט יעצטוועל איך דערציילן וואס האט זיך אפגעשפיעלט בערך 35 יאר צירוק.. תשמ"ז
כידוע אז יהודה שי זהב האט זיך תמיד געדרייט מיט יונגע פלייש...וד"ל. דעמטלס האט ער זיך געדרייט מיט א בחו כ"ץ (איך געדענק נשט זיין ערשטע נאמען.. סליחה)
אין ישיבת תולות אהרן האט געפלאצט א פרשה מיט אפאר יונגע בחורים מיט יהדה מיט כ"ץ. די הנהלה (וואס בראש איז געשטאנען ב. ראזענפעלד) איז געקומען מיט א הסכם מיט יודא. 1. יודא ינצל.. כ"ץ יעיד על השותפים. אין ער וועט אפפיצן (כ"ץ איז געפארן לערנען תשמ"ז אין קרית יואל ישיבה גדולה). כ"ץ האט געזאגט עדות מיט די נעמען. אין די תולדות אהרן רבי האט געלאזט רופן יהושע אלטמן (וואס האט געהאט א גרויס געשטעל, ווי א בריון..) אין ער האט געשמיסן יעדעם איינעם מכות רצח..
לימים ווען איינע פון די בחורם איז אריין איינליידענען תולדות אהרן רבי צי זיין מסדר קידושין ביי זיין חתונה, האט די רבי אים געזאגט: "יעצט פאר דיין גרעסטע טאג פון דיין לעבן זאג מיר דעם אמת, איז עס געווען אמת די עדות?" האט ער געזאגט "ניין"
די תולדות אהרן רבי איז געווארן אויס מענש, ער האט געלאזט רופן ב. ראזענפעלד. האט ב. ראזנפעלד געהאט טענות אויפן רבין היתכן די רבי גלייבט מער א בחור ווי איידער די הנהלה..
כ'האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס עס איז געווען די הסכם פון די הנהלה מיט משי זהב.
מ'האט אים ריינגעוואשן. כאטש מ'האט געווארנט אלע בחורים צו שטיין ווייט פון אים
תרמבגעהערט ווי א טשאלמער דרש’נט אין בית מדרש אז מ’קען שוין מיינען וואס זק’’א טוט אז מ’מאכט אזא מצב פון זיי, וואס מיינסטו איז געווען פאר זיי האבן זיך געעפענט, זענען די מתים געבליבן אויסגעשפרייט אויפן גאס? די חברה קדישא איז געקומען און קעיר גענומען, סאך הכל איז זק’’’א א חברה קדישא מיט א פענסי נאמען.
פאר זק''א איז אנגעקומען האט מען געשניטן מתים און גרויסן, פאר זק''א איז אנגעקומען האט געקענט נעמען צוויי דריי טעג אז מ'זאל באגראבן א מת וואס איז גע'הארגעט געווארן אין א טעראר אטאקע, יא זיי זענען א חברה קדישא מיט א שיינע נאמען, אבער טאקע דורך זייער שיינע נאמען האבן זיי אנגעקניפט פארבינדונגען מיט די ריכטיגע מענטשן און יאגן צו אלעס.
פון די עדות אויף אים שטעלט זיך ארויס א מאדנער בילד אז ער האט נישט געארבעט אויף די אייגענע האנט, א שטייגער ווי דער יונגערמאן וואס טענהט אויף עובדה אז זיין ארבעטסגעבערין האט צוזאמען מיט משי זהב אויסגעארבעט אים צו האבן אין א דירה פאר א נאכט און אים אנטרונקען און דערנאך האט משי זהב אים אנגערירט, אויך פונעם רעקארדירונג קוקט אויס ווי ער שטעלט צוזאם א גרויסע סעקס פארטי מיט פינעף מענער איבער איין פרוי.
ווי עס שטעלט זיך ארויס דאס מאל אז פארקערט ווי אנגענומען האבן די פרומע אים יא געשטעלט אין פלאץ מאכנדיג זיכער אז יעדער זאל וויסן פון זיינע מעשים טובי וואס האט עווענטועל גורם זעווען ער זאל שפילן דעם שפיל פון א אויפגעקלערטער חרדי, משא"כ די פרייע האבן געוואוסט צו זאגן פון זיינע מעשים טובים אבער האבן אים געלאזט אנגיין אומגעשטערט.
זופ מיט מאנדלעןווי עס שטעלט זיך ארויס דאס מאל אז פארקערט ווי אנגענומען האבן די פרומע אים יא געשטעלט אין פלאץ מאכנדיג זיכער אז יעדער זאל וויסן פון זיינע מעשים טובי וואס האט עווענטועל גורם זעווען ער זאל שפילן דעם שפיל פון א אויפגעקלערטער חרדי, משא"כ די פרייע האבן געוואוסט צו זאגן פון זיינע מעשים טובים אבער האבן אים געלאזט אנגיין אומגעשטערט.
און אייביג איז טאקע אזוי, חרדים זענען מפרסם די עושי מצוה, נאר די פרייע און די גוים זיי לייגן אלץ אונטער די פארטעך.
נישט ממש, ס’ווענדט זיך וואס ווער און ווי, אלץ אנדערש
יעדער איז פארנומען מיט וואס ער האט געטון אדער נישט געטון. איך האב צוויי קושיות:
פארוואס רעדט מען נישט ארום איבער דאס שטיל שווייגעניש במשך צענדליגע יארן, און קום מיר נישט זאגן אז מיר ווארפן אלעס אונטערן קארפעט, ווייל די חילונים האבן געטון די זעלבע זאך, אין משטרה האט מען שוין יארן געוואוסט דערפון, מענטשן האבן געוויסט, פרייע פרומע, און אלעס איז געווען שטיל.
לדעתי, אנשטאט צו זיין פארנומען מיט אים, זייט פארנומען מיט די סאסייעטי, וואס קען מען טון אז נעקסטע מאל זאל מען נישט האלטן שטיל א גאנצע עולם, מ'זאל עס נאך קענען אפשטילן באצייטנס. ווי אזוי האט דאס געקענט געשען, גאנצע קהילות האבן געוויסט דערפון, אבער אלעס איז שטיל, קיינער טוט גארנישט. וואס גייט מען יעצט טון, נאך וואס די מעשה קומט ארויס אזוי בריטאל, אז דאס זאל נישט פארקומען נאכאמאל?
נאך א קושיא, און דאס איז שוין אויף דער עצם געשיכטע:
לויט ווי דער קרבן דערציילט, איז געווען זיין באס, א פרוי, וואס האט אים איינגעלאדנט צו א פלאץ, דארט זענען געזעצן אים מיט איר, געטרינקען וכו'. מען האט אנגעטרינקען דעם בחור און... לויט דעם איז זי פונקט אזא פארברעכערטע ווי אים... קיינער רעדט אבער נישט פון איר, קיינער רופט איר נישט אין קארט. פארוואס איז פונקט ער דער שעיר לעזאזל?
אגב, רוב פון דער אינטערוויו איז געבויעט אויף דער בחור. מען בלאזט עס אויף און מען מאכט דערפון אן עסק. איך גיי נישט אריין אין די עולה דערפון, וואס איז זיכער גרויס, לדבריו של הבחור. אבער קלער אריין. ער דערציילט זאכן וואס איז געווען מיט אים אלס יונגל, בחור, אבער דארט איז נישטא קיין שום שלעכטע זאך וואס ער האט געטון מיט אים... ער האט אים געגעבן זק"א מונדירן, פיין. ער האט אים געשיקט אויף שליחות, פיין. ער האט אים גע'חנפ'עט, פיין. ער האט אים קאמפלעמירט פאר זיינע חברים, וואס האט ער געזאגט אויף אים? - זה הקטן גדול יהיה... יעיי, מורא'דיג.... און אלע האבן געלאכט... פשיהא... דאס איז שוין עפעס... ניין? - סך-הכל די מערסטע וואס ער זאגט אויף יענע יארן איז, אז ער האט אים מסדר געווען די הויזן און אריינגעשטעקט די העמעד, אבער ער זאגט קלאר אז ס'איז נישט געווען מער פון דעם. הערשט שפעטער, מיט יארן, ווען ער האט שוין געארבעט ערגעץ אנדערש, האט ער א מעשה ביי די זיבעצן יאר, ווי אזוי מען האט אים אנגעטרינקען... אבער עס פעלט די פרטים, ער זאגט נישט ממש קלאר, הגם יעדער קען פארשטיין וואס דארט איז געווען. יעצט, איך מאך נישט אוועק די עולה, אבער פון דעם תחקיר מאכט עס א רושם כאילו ער האט געטון מיט קינדער, ברענגענדיג ערשט האנטיגע עדות, בשעת טראכטנדיג א צווייטע מאל, איז דאס א זיבעצן יעריגע בחור, בשעת במשך די אלע יארן וואס ער האט געארבעט אונטער אים האט ער גארנישט געטון... עפעס מער ביאור דארף די מעשה.
אגב, ער האט א טענה. ער זאגט אז שוין פופציג יאר האט ער נישט באזוכט אין א מקוה, ווי אזוי האט ער געקענט טון זאכן אין א מקוה? - בכלל, איז נישטא קיין ערשט האנטיגע עדות אויף דער תחקיר, פון איינער וואס ווייסט צו דערציילן די מקוה נייעס.
נאכאמאל, איך מאך נישט אוועק, אבער עס פעלט ביאור.
אינעם עדות פונעם בחורל זענען טאקע דא גרויסע לעכער, אבער פון די אנדערע זייט ברענגען זיי דעם עדות פונעם אויספארשער וואס באשטעטיגט אז סאיז אריינגעקומען צענדליגע באריכטן אבער גארנישט געווארן וויבאלד סאיז נישט געווען ווער סזאל אים אנקלאגן, ווי אויך די עדות פון יענע אפגעפארענע מיידל, סאיז אמת אז סאיז נישט דא קיין סאך ערשטהאנטיגע מעשיות אבער סאיז גענוג שענדליך אזוי ווי סאיז.
זופ מיט מאנדלעןאינעם עדות פונעם בחורל זענען טאקע דא גרויסע לעכער, אבער פון די אנדערע זייט ברענגען זיי דעם עדות פונעם אויספארשער וואס באשטעטיגט אז סאיז אריינגעקומען צענדליגע באריכטן אבער גארנישט געווארן וויבאלד סאיז נישט געווען ווער סזאל אים אנקלאגן, ווי אויך די עדות פון יענע אפגעפארענע מיידל, סאיז אמת אז סאיז נישט דא קיין סאך ערשטהאנטיגע מעשיות אבער סאיז גענוג שענדליך אזוי ווי סאיז.
די פרעסע (הארץ, YNET, אא'ו),האט געהאט אסאך מער געשיכטעס ווי 'עובדה'.ביי רוב קען ער נישט ווערן אנגעקלגט צוליב די סאך יארן וואס איז אריבר.
מיך האט אויך אזוי אויסגעקוקט - אז ער האט אין די לעצטע גוטע פאר יארן שוין אכטונג געגעבן ווי ער לייגט זיין שכבת.
טאמבל סאסמיך האט אויך אזוי אויסגעקוקט - אז ער האט אין די לעצטע גוטע פאר יארן שוין אכטונג געגעבן ווי ער לייגט זיין שכבת.
ער האט זיך גאנץ וינציג אכטונג געגעבן.
סאיז מפורסם א טעלפאן קאל פון לעצטענס. (ס'איז בעסער נישט צו הערן..)
<a class="postlink" href="https://youtu.be/2HJWF365nvo">https://youtu.be/2HJWF365nvo</a>
אוי וויי, א מין שמוציגע מויל! ער רעדט אזוי געשליפן, סקוקט אויס ווי ער טוט דאס שוין יארן..
צען טויזנט, (שקל? דאלער?), דאס זעהט אויס ווי א באצאלטע זונה, גארנישט קרימינאל.
אונטער חכםצען טויזנט, (שקל? דאלער?), דאס זעהט אויס ווי א באצאלטע זונה, גארנישט קרימינאל.
"טיפול עשרת אלפים" מיינט ביי א קאר, און ארץ ישראל מאכט מען "טיפול עשרת אלפים קילומטר", אויל טשעינג וכו'
מ'נוצט עס אלס סלענג ביי אנדערע זאכן...
אינעם רעקארדירונג זעהט מען נישט קיין געצווינגענע פארגוואלדינגען, בסך הכל ברייטע השגות אין די ענינים...
<a class="postlink" href="https://mobile.mako.co.il/tv-morning-news/articles/Article-260423e2cc70971027.htm">https://mobile.mako.co.il/tv-morning-ne ... 971027.htm</a>
פריש
חיים וואלדער.
<a class="postlink" href="https://www.haaretz.co.il/news/law/.premium.HIGHLIGHT-MAGAZINE-1.10376887">https://www.haaretz.co.il/news/law/.pre ... 1.10376887</a>
(ביידיוועי, איינער ווייסט וויאזוי מען קען ליינען די גאנצע ארטיקל, אמאל איז דא געשטאנען אן עצה וועגן בלאקירן JavaScript, אבער עס ארבעט נישט ביי מיר.)
דא האט איר א פולע ארטיקל פון ynet
<a class="postlink" href="https://www.ynet.co.il/news/article/rjl7q00ovt">https://www.ynet.co.il/news/article/rjl7q00ovt</a>
אינטערעסאנט ביים דעם פרשה האט שוין די עדה החרדית ארויסגעגעבן א בריוו עטליכע חדשים צוריק
תוהו ובוהודא האט איר א פולע ארטיקל פון ynet
<a class="postlink" href="https://www.ynet.co.il/news/article/rjl7q00ovt">https://www.ynet.co.il/news/article/rjl7q00ovt</a>
שרעקליך: ער האט שוין יא געהייסן א מענטש אויף וועם מ'קען זיך פארלאזן.
לגבי חיים ולדר, כבין נאכנישט קאנווינסד אז מקען אים אורטיילן בלויז אויף א ארטיקל אין הארץ
זיינע ידידים טענהן אז סאיז א נקמה קאמפיין און סאיז ווערט צו באמערקן אז ער איז ארויס ריין אין א פוליגרוף טעסט און אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
📎 IMG_3022180DB978-1.jpeg
כלבאשבועאון אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
תוהו ובוהוכלבאשבועאון אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
איינע פון די מתלוננות איז שוין געווען אין משטרה און מען האט פארמאכט די קעיס נאך א יאר.
Kids speak. Sometimes it's about the author.
מאנכע צייכענען אהן אז אהרן רבינוביץ וועלכער האט אויפגעדערט די פרשה אין זיין הארץ ארטיקל (צוזאמען מיט נאך א דזשורנאליסט(קע?)), איז א זוהן פון בני רבינוביץ וועלכער איז אין א שווערע קאנפליקט מיט חיים וואלדער.
לדעתי איז אהרן א שטארק אויפריכטיגע און ברייטביינערדיגע דזשורנאליסט און איך האלט נישט אז ער האט אגענדעס.
די פאליגראף איז א שטארקע ראיה אז איז אומשולדיג. ווייסעך נישט.
--
רעדאגירט: איך האלט אז די תחקיר איז אויפריכטיג.
אינגערמאנטשיקלאיינע פון די מתלוננות איז שוין געווען אין משטרה און מען האט פארמאכט די קעיס נאך א יאר.
די מעשה איז דאכט זיך געווען יארן צוריק, און כ'מיין מ'האט עס פארמאכט מחוסר ראיות..
יעצט האבן זיי פרישע מתלוננות
תוהו ובוהואינגערמאנטשיקלאיינע פון די מתלוננות איז שוין געווען אין משטרה און מען האט פארמאכט די קעיס נאך א יאר.
די מעשה איז דאכט זיך געווען יארן צוריק, און כ'מיין מ'האט עס פארמאכט מחוסר ראיות..
יעצט האבן זיי פרישע מתלוננות
"זיי" האבן נישט, הארץ האט.
א פאליגראף טעסט האט א 50% פונקטליכקייט, מ׳קען פאר די זעלבע פרייז (אדער ביליגער) ווארפן א heads or tails.
תוהו ובוהוכלבאשבועאון אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
ממשטרת ישראל נמסר: "עם קבלת התלונה פתחה המשטרה בחקירה. במסגרתה בוצעו מגוון פעולות לרבות חקירת החשוד, גביית עדויות ועוד. בסיומה הועבר התיק לעיון והחלטת הפרקליטות כמקובל, אשר החליטה על סגירת התיק מחוסר ראיות מספיקות להעמדה לדין".
רביה''ק זי''עא פאליגראף טעסט האט א 50% פונקטליכקייט, מ׳קען פאר די זעלבע פרייז (אדער ביליגער) ווארפן א heads or tails.
בטלה דעתי וידיעתי אצל דעתו וידיעתו של הוד עט"ר רשכבה"ג עמוד האמת בדורינו כש"מ האי גברא רבא ויקירא מורינו הגהקוה"ט רביה"ק שליט"א.
איך צוה צוריק תומ"י.
כלבאשבועלגבי חיים ולדר, כבין נאכנישט קאנווינסד אז מקען אים אורטיילן בלויז אויף א ארטיקל אין הארץ
זיינע ידידים טענהן אז סאיז א נקמה קאמפיין און סאיז ווערט צו באמערקן אז ער איז ארויס ריין אין א פוליגרוף טעסט און אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
ווען נישט וואס עדה חרדית איז אקעגן אים וואלסטו קיינמאל אים נישט פראבירט ריינצווואשן.
האק נישט קיין קאפ, די תירוצים ניצט מען ביי יעדע איינציגסטער רעיפ קעיס.
כלבאשבועתוהו ובוהוכלבאשבועאון אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
ממשטרת ישראל נמסר: "עם קבלת התלונה פתחה המשטרה בחקירה. במסגרתה בוצעו מגוון פעולות לרבות חקירת החשוד, גביית עדויות ועוד. בסיומה הועבר התיק לעיון והחלטת הפרקליטות כמקובל, אשר החליטה על סגירת התיק מחוסר ראיות מספיקות להעמדה לדין".
זיי באציען זיך צום אלטן תלונה.
real fake newsכלבאשבועלגבי חיים ולדר, כבין נאכנישט קאנווינסד אז מקען אים אורטיילן בלויז אויף א ארטיקל אין הארץ
זיינע ידידים טענהן אז סאיז א נקמה קאמפיין און סאיז ווערט צו באמערקן אז ער איז ארויס ריין אין א פוליגרוף טעסט און אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
ווען נישט וואס עדה חרדית איז אקעגן אים וואלסטו קיינמאל אים נישט פראבירט ריינצווואשן.
האק נישט קיין קאפ, די תירוצים ניצט מען ביי יעדע איינציגסטער רעיפ קעיס.
סתם געשאסאן א לאטקע, ווי קומעט עדה״ח אריין דא?
דאס דרייט זיך אויך ארום. מערקט דער פאראגראף פאר דער לעצטער וואו ער ברענגט אויך אריין די פטירה פון זיין זון. לענ"ד ווערט ער דערמיט מער נישט ווייניגער חשוד.
📎 Walder.jpeg
📎 walder2.JPGדי קאפאציטעט ביי איזרעיליס פאר קאנספיראציעס איז אומגלויבליך. דיין טאטע אדער דו אליין האבן שוין אמאל געהאט א סכסוך מיט עמעצן? איז דיר איינגעפאלן מאכן אויף יענעם א בלבול מיט עדיות, ארייננעמען נאך איינעם אין דעם בלבול, ארבעטן אויף דעם חודשים לאנג און דערנאך עס פובליצירן אונטער דיין אייגענעם נאמען אז די וועלט זאל זען אז אלעס קומט פון דיר אליין?
נאר אויף קאנסיפראציעס פרעגט מען נישט קיין קשיות, "מען קען נישט וויסן" פארענטפערט אלע קשיות און אין אפוטרופוס לעריות מיינט נישט חרדים און כל שכן נישט פראמינענטע חרדים וואס זיי זענען חפים מפשע בין קודם החטא ובין לאחר החטא.
בכלל האט אהרן ראבינאוויץ געזאגט פאר אלי ביתאן און מענדי גרוזמאן אז עס איז נישט אמת אז חיים ולדר האט ארויסגעווארפן זיין טאטע, זיין טאטע בעני ראבינאוויץ שרייבט נאך דארט,
בעני ראבינאוויץ איז געווען איינער פון די אנפירערס איבערצונעמען יתד נאמן ביי די באוויסטע השתלטות אויפן עיתון ווען נישט אים וואלט חיים ולדר נישט געהאט קיין דריסת הרגל ביים חרדישען ציבור
רעקאמענדיד די גאנצע ראיון <a class="postlink" href="https://omny.fm/shows/kan-moreshet/15-20">https://omny.fm/shows/kan-moreshet/15-20</a>
אינגערמאנטשיקלתוהו ובוהוכלבאשבועאון אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
איינע פון די מתלוננות איז שוין געווען אין משטרה און מען האט פארמאכט די קעיס נאך א יאר.
צוליב נישט האבן גענוג עווידענס. עס איז קיינמאל נישט געווארן resolved.
צפור בודד📎 walder2.JPGדי קאפאציטעט ביי איזרעיליס פאר קאנספיראציעס איז אומגלויבליך. דיין טאטע אדער דו אליין האבן שוין אמאל געהאט א סכסוך מיט עמעצן? איז דיר איינגעפאלן מאכן אויף יענעם א בלבול מיט עדיות, ארייננעמען נאך איינעם אין דעם בלבול, ארבעטן אויף דעם חודשים לאנג און דערנאך עס פובליצירן אונטער דיין אייגענעם נאמען אז די וועלט זאל זען אז אלעס קומט פון דיר אליין?
נאר אויף קאנסיפראציעס פרעגט מען נישט קיין קשיות, "מען קען נישט וויסן" פארענטפערט אלע קשיות און אין אפוטרופוס לעריות מיינט נישט חרדים און כל שכן נישט פראמינענטע חרדים וואס זיי זענען חפים מפשע בין קודם החטא ובין לאחר החטא.
פונקט פארקערט, ווען ראבינאוויטש שיקט ווען א צווייטן עס צו פאבלישן וואלט געווען גרינג געוואויר צו ווערן אז ער שטייט אונטער דעם.
עניוועי, איך האלט נישט אז דאס איז דער עיקר סיבה נישט צו גלייבן, ראבינאוויטש האט סאך שטערקערע אינטערעסן צו פאבלישן אזעלכע מעשיות ווי זיין טאטנס אלטע מחלוקת.
אויב גלייבסטו נישט אז מענטשן קענען אויפמאכן מעשיות, דריי דיך אביסל אויף אינפאווערס.
טיכטיגעראינטערעסאנט ביים דעם פרשה האט שוין די עדה החרדית ארויסגעגעבן א בריוו עטליכע חדשים צוריק
זיי האבן געשריבן עפעס וועגן אזעלכע מעשיות?
דא איז די נייעס אין ענגליש פאר ווער ס׳איז אינטערעסירט:
<a class="postlink" href="https://m.jpost.com/israel-news/author-of-ultra-orthodox-kids-speak-series-accused-of-raping-minors-684837">https://m.jpost.com/israel-news/author- ... ors-684837</a>
לענ״ד איז דאס נישט א וועבערמאן מעשה וואו עס איז געווען פּלענטי צו דעבאטירן לכאן ולכאן. דא רעדט זיך פון דריי מענטשען אין אנדערע יארגענג וואס שילדערן עפעס וואס שיינט צו זיין א pattern. פארשטייט זיך innocent until proven guilty וכו׳ וכו׳ אבער ס׳פרעגט זיך אליינס וואס זענען די odds אז ער איז חף מפשע? וואס זענען די שאנסען אז דריי פרויען זאלן פאלשערהייט באשולדיגען איינעם?
———
אינגערמאנטשיקלתוהו ובוהוכלבאשבועאון אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
איינע פון די מתלוננות איז שוין געווען אין משטרה און מען האט פארמאכט די קעיס נאך א יאר.
הוא הנונתנת, דאס איז געווען צען יאר צוריק און איז מסתמא נישט פארבינדען מיט די יעצטיגע צוויי באשולדיגערס וואס פארשטערקערן פונדאסניי די אלטע תלונות.
———
ס׳כאפט מיר ממש אן איבל, כ׳האב נאר לעצטענס געקויפט א סעט פון זיינע ביכער ביי בינגא און כ׳ליין עס פאר די קינדער נעכטליך, כ׳האב הערשט היינט באמערקט די נייעס, וואס טוט מען?
אגב, די אחראים וואלטען אפשר געדארפט אפטיילען דעם אשכול פון
די תגובה, משי זהב האט זיין אייגן פעקל, זיין אשכול דארף נישט ווערן לענגער מיט וואלדערס עבירות…
אינגערמאנטשיקלKids speak. Sometimes it's about the author.
מאנכע צייכענען אהן אז אהרן רבינוביץ וועלכער האט אויפגעדערט די פרשה אין זיין הארץ ארטיקל (צוזאמען מיט נאך א דזשורנאליסט(קע?)), איז א זוהן פון בני רבינוביץ וועלכער איז אין א שווערע קאנפליקט מיט חיים וואלדער.
לדעתי איז אהרן א שטארק אויפריכטיגע און ברייטביינערדיגע דזשורנאליסט און איך האלט נישט אז ער האט אגענדעס.
די פאליגראף איז א שטארקע ראיה אז איז אומשולדיג. ווייסעך נישט.
אינגערמאנטשיקל: ס'ווענדט זיך וואו און ביי וועם ער האט גענומען דעם פוליגרף טעסט. ווייל מ'קען עס בייגן אין אלע וועגן. ופשוט הוא...!
מונטסורי
ס׳כאפט מיר ממש אן איבל, כ׳האב נאר לעצטענס געקויפט א סעט פון זיינע ביכער ביי בינגא און כ׳ליין עס פאר די קינדער נעכטליך, כ׳האב הערשט היינט באמערקט די נייעס, וואס טוט מען?
וואס האסטו מורא? כוח הפועל בהנפעל? החזקת ידי עוברי עבירה? אדער אפשר גאר אז האט ער אריינגעשמוגעלט טשיילד פארנאגראפיע?
כ'זעה נישט וואס איינס האט מיטן צווייטן, זאלן דיינע קינדער ווייטער ליינען זיינע ביכער, און ער זאל גיין אין תפיסה אויב ס'איז אמת.
תוהו ובוהומונטסורי
ס׳כאפט מיר ממש אן איבל, כ׳האב נאר לעצטענס געקויפט א סעט פון זיינע ביכער ביי בינגא און כ׳ליין עס פאר די קינדער נעכטליך, כ׳האב הערשט היינט באמערקט די נייעס, וואס טוט מען?
וואס האסטו מורא? כוח הפועל בהנפעל? החזקת ידי עוברי עבירה? אדער אפשר גאר אז האט ער אריינגעשמוגעלט טשיילד פארנאגראפיע?
כ'זעה נישט וואס איינס האט מיטן צווייטן, זאלן דיינע קינדער ווייטער ליינען זיינע ביכער, און ער זאל גיין אין תפיסה אויב ס'איז אמת.
אפשר משום הרחק מן הכיעור
יעדע מאל ווען ער גייט עס פארליינען גייט אים ארויף קומען אין קאפ די נייעס. איך פארשטיי די געפיל
נאכ’ן דורכליינען און דורכאקערען די ארטיקל, תגובות און אינטערוויוס אויפ’ן נושא, הנה דעתי בזה:
אהרן רבינוביץ האט נישט קיין אגענדע.
חיים וואלדער איז א רעיפער און דארף גיין אין חד גדיא.
יהדות החרדית איז טיף אין די אדמה אז אזעלכע רוצחי נפש בצורת אדם ווערן דיפענדעט בלויז ווייל זיי זענען פאוערפול מענטשן.
איטס עי מעטטער אף טיים אז עס זאלן ארויסקומען נאך עטליכע מעשיות אויף חיים, אזויווי עס איז געווען מיט משי-זהב.
אינגערמאנטשיקל
חיים וואלדער איז א רעיפער און דארף גיין אין חד גדיא.
סה"כ א שרייבער זיכט סענזאציע לצורך פרנסה, קיין איין פרוי האט נאך נישט ארויסגעקימען זאגן האסט מיך גערעיפט, ער שרייבט סה"כ אז ער ווייסט וכו' די אלע שרעקליכע זאכן קומט פונעם שרייבערס פענע.
די פרוי וואס האט יא ארויסגעקימען זאגן האט מען ארויס געווארפען די קעיס מחוסר ראיות, דעיס זאגט עפעס? ניין, איך קען אויך גיין מארגן צי פאליס און זאגן אז אינגערמאנטשיקל האט מיך געטאשט און נאך דעים וועט מען ארויסווארפן די קעיס מחוסר ראיות.
אז ס'וועט זיין א משפט און ער וועט ארויסקימען שילדיג, דעמאלטס קענסטו עים געיבן וועלכע טיטלן ס'שמעקט דיר.
מער ווי איין פרוי איז ארויסגעקומען און צו מער ווי איין דזשורנאליסט.
ביזט גערעכט, אין חד גדיא וועט ער נאר אנקומען דורך א ציווילע געריכט. אבער לויט אלע אינדיקאציעס רעדט מען פון א רעיפער.
איך געב טיטלן כפי ראות עיני, איך צווינג נישט ארויף מיין מיינונג אויף קיינעם.
אז מ'רעדט שוין. א שרייבער וועלכע האט גענומען ביצים-פונעם-יאר-הונדרעט אויפצודעקן די דריטע שמוציגע פרשה ביים יהדות החרדית אין די לעצטע יאר צייט ווען יעדע איינס האט געעפענט א קופה של שרצים פון צענדליגע עדות וואס 'האבן געוואוסט אבער מורא געהאט צו רעדן', דעזערווט עפעס שענער ווי "סה"כ א שרייבער זיכט סענזאציע לצורך פרנסה".
ועוד-די איזראעלי סאשעל מידיע איז פול מיט מענטשן וועלכע האבן 'תובע דיבה' געווען מענטשן וועלכע האבן געשריבען פיצקעלע ליגנט אקעגן זיי (היינט אליינס האט א ח"כ פון ליכוד גערופן אין בית משפט א שרייבער אין הארץ פאר נארישקייטן), לאמיר זעהן חיים וואלדער זאל רופן אין בי"מ אהרן רבינוביץ אויב ס'איז טאקע שקר וכזב.
אהרן רבינוביץ למנדי ביתאן הבוקר: "מעבר לשלוש המתלוננות נגד ולדר, יש בידינו עוד כ15-20 עדויות נגדו. רוב המתלוננות והמתלוננים חוששים להעיד נגדו"
אינגערמאנטשיקלמער ווי איין פרוי איז ארויסגעקומען און צו מער ווי איין דזשורנאליסט.
ביזט גערעכט, אין חד גדיא וועט ער נאר אנקומען דורך א ציווילע געריכט. אבער לויט אלע אינדיקאציעס רעדט מען פון א רעיפער.
איך געב טיטלן כפי ראות עיני, איך צווינג נישט ארויף מיין מיינונג אויף קיינעם.
אז מ'רעדט שוין. א שרייבער וועלכע האט גענומען ביצים-פונעם-יאר-הונדרעט אויפצודעקן די דריטע שמוציגע פרשה ביים יהדות החרדית אין די לעצטע יאר צייט ווען יעדע איינס האט געעפענט א קופה של שרצים פון צענדליגע עדות וואס 'האבן געוואוסט אבער מורא געהאט צו רעדן', דעזערווט עפעס שענער ווי "סה"כ א שרייבער זיכט סענזאציע לצורך פרנסה".
ועוד-די איזראעלי סאשעל מידיע איז פול מיט מענטשן וועלכע האבן 'תובע דיבה' געווען מענטשן וועלכע האבן געשריבען פיצקעלע ליגנט אקעגן זיי (היינט אליינס האט א ח"כ פון ליכוד גערופן אין בית משפט א שרייבער אין הארץ פאר נארישקייטן), לאמיר זעהן חיים וואלדער זאל רופן אין בי"מ אהרן רבינוביץ אויב ס'איז טאקע שקר וכזב.
איך בין מסכים מיט אלעס וואס די זאגסט, איך האב אבער איין פראבלעים, ס'איז נאך נישט ארויס געקימען קיין איין פרוי מיט איר נאמען מיט א פנים זאגן: "די חיים ולדר האסט מיך פלונית פלוניתאוויטש גערעיפט".
די האסט אלע צישפייזן מיט אלע ספייסעס אין אלע דיזערטס און די עסצייג אויכט, אבער די בקר פעילט.
לענינינו די האסט גיטע פשעטלעך, סברות, מה מצינו'ס, על כרחך'ס, אבער קיין עגונה איז מען נישט מתיר מיט די אלע תורות ביז ווי לאנג איינער קימט זאגן אז ער האט געזעין די מת.
ביי מיך איז די חיים ולדר כשר למהדרין ביז ווי לאנג קיינער קימט נישט זאגן "חיים רבעני שלא לרצוני".