להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14571
להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
ווער ס'האלט מיט האט המקובל ר' יאשיהו פינטו שליט''א חכם הראשי אינטער גענימען א מסע הקודש להתחדש המלוכה ווי מען פארט ארים די וועלט מיט פריוואטע פלייטס אין גרויסע יאקאנס
להתחדש המלוכה!
ווי אויך האט מען אויפגענימען א פראפעגאנדע מיניסטער מ' ההויז בחור של כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף סיגוט שליט''א
להתחדש המלוכה!
דא בעט מען מען זאל ארויפקימען מיט באריכטען פון די מסע הקודש
להתחדש המלוכה!
הרב פינטו אין האטי
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/19U0Tqq8wyXaQ46S6Gf1jOk0kmUuxUm-P/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/19U0Tqq ... sp=sharing</a>
טאמער איינער קען אריינקומען מיט א באשרייבונג אויף רב פינטו, וואלט זיכער געווען אפרישיעטעד ביי די פולע ליינער.
איז ער א ת"ח? א קלוגער? גוטע רעדנער? האט געלט?
די 'עמי' מאגאזין האט דעם יו''ט געהאט גאר אן אינטערסאנטע אייגענארטיגע קבלה'דיגע אינטערוויו מיטן רב, ווי ער רעדט ארום פון זיינע אויפטוען און מיטמאכענישן, ווי דאס זיצן אין תפיסה- ר' יאשיהו זאגט אז ער וואלט געצאלט געלט אז מ'זאל אים צירוק אריינזעצן אין תפיסה, ווייל ער האט דארט געהאט עפעס הימלישע כוחות- און זיין האבן צום פיפטען ! מאל יענע מחלה ל''ע, ס'איז זייער א מקובל'ישע סטיל שמועס, ער קען רעדן פון איין זאך און דאן געבן א פאר אריין צו א צווייטע נושא אינגאנצן.
די רב איז א גרויסע אנהענגער פון כ''ק אדמו''ר מבעלזא, און ער רימט אים כסדר אויס, אלס איינער וואס האלט אינטער די וועלט מיט זיינע פעולות מקרב צו זיין פארבלאנדזשעטע נשמות לאבינו שבשמים.
ווען מ'הערט/ליינט זיינע תורות, זעהט אויס ווי ס'באהאלט זיך אין אים א גרויסן ת''ח בנגלה ובנסתר.
בעסער אז מ'גייט ווי פריער, ווייל ווי געשריבן האט די רב שוין די ביטערע מחלה צום פיפטען מאל ל''ע, און ער זאגט עס זייער קלאר אז ער ווייסט נישט ווי לאנג ער איז נאך דא אויף דעם עולם, די באשעפער זאל אוודאי אים שיקן אַ רפואה שלימה בקרוב.
די לעצטע פאר יאר דינט ער אלס הויפט רב אין 'מאראקא', ער איז זייער נאנט מיטן קעניג, וואס איז א שטארקע אוהב ישראל, געלט פעלט אים נישט, 'Forbs' האט אים געלייגט אלס איינער פון די 10 רייכסטע רבנים.
אן אינטערעסאנטע מעשה דערציילט די רב שליט''א אינעם אינטערוויו, אז ער האט געדארפט אסאך געלט פאר זיין מוסדות, האט ער צאמגערופן עטליכע מיליאנערן, און אונטער 20 מינוט האט ער געהאט פלעדזשעס פון די גאנצע געלט, אנקומענדיג אהיים, איז א רוח של גאווה אריין אין אים, אז ער האט באוויזן צו זאמלן אזא גרויסע סכום אין א גאר קורצע צייט, האט ער אנגערופן אלע מיליאנערן, און געלאזט וויסן אז ער נעמט נישט די געלט!
דער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע.
אגב, ער האט מיאוס באגנבט זיין שווער און האט יארן לאנג געאסרט זיין ווייב צו רעדן מיט איר טאטע. דאכט זיך לעצטנס האבען זיי יא שלום געמאכט.
איך אויךדער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע.
זייער אינטערסאנט... פון וואו נעמסטו עס?
אין דער עמי מאגאזין זאגט ער אז דער בעלזער רבי איז דער 'ויואל משה' פון אונזער דור.
וואס איז די מעשה, פארוואס איז ער געוועהן אין תפיסה?
עפעס א שוחד קעיס מיט די קאנגרעסמאן מייקל גרים, דאכצעך מיר אז ער האט פארלוירן אסאך פון זיינע שטיצערס בשעתן זיצן אין תפיסה.
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
אלע צוזאמעןדי 'עמי' מאגאזין האט דעם יו''ט געהאט גאר אן אינטערסאנטע אייגענארטיגע קבלה'דיגע אינטערוויו מיטן רב, ווי ער רעדט ארום פון זיינע אויפטוען און מיטמאכענישן, ווי דאס זיצן אין תפיסה- ר' יאשיהו זאגט אז ער וואלט געצאלט געלט אז מ'זאל אים צירוק אריינזעצן אין תפיסה, ווייל ער האט דארט געהאט עפעס הימלישע כוחות!
ער קען מיך צאלן די געלט, און איך וועל עם אנווייזן וויאזוי צוריק אנצוקומען אין תפיסה.
איך אויךדער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע.
אגב, ער האט מיאוס באגנבט זיין שווער און האט יארן לאנג געאסרט זיין ווייב צו רעדן מיט איר טאטע. דאכט זיך לעצטנס האבען זיי יא שלום געמאכט.
מענטשן זעהן ביי אים אותות ומופתים, ביזנעס דיעלס פון צענדליגע מיליאנען זענען שוין געשלאסן געווארן אויף זיין טיש, און די זעלבע זאך פארקערט, פערזענליך ווייס איך פון א אינגערמאן וואס האט געוואלט אפקויפן א ריזיגע טעלעקאמוניקאציע קאמפעני, 'הרב פינטו' האט אבער נישט געלאזט, און אפאר טאג דערויף האט זיך די טעלע קאמפעני זיך דערקלערט באנקראט.
מן הסתם זענען די אלע מופתים געשעהן ווען ער איז געזעצן אין תפיסה מיט די הימלישע כוחות, פאר׳ן זיצן אין תפיסה האט ער נישט געהאט די הימלישע כוחות ער געווען טאקע א קרימינאל.
רביה''ק זי''עמן הסתם זענען די אלע מופתים געשעהן ווען ער איז געזעצן אין תפיסה מיט די הימלישע כוחות, פאר׳ן זיצן אין תפיסה האט ער נישט געהאט די הימלישע כוחות ער געווען טאקע א קרימינאל.
נישט ריכטיג, די מעשה וואס כ'האב פריער גערעדט איז געשען פארן גיין אין תפיסה, דעמאלט איז ער געווען סאך מער פאפולער ביי די טאפ %1.
איך געדענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך ''ווען אידן גלייבן אין א שטיין, קען די שטיין אויך פראווענען מופתים''.
די מעשה מיט הרב פינטו ווי אזוי ס'קוקט מיר אויס איז אז ער האט פארלוירן אסאך שטיצער אין די לעצטע שטיק צייט, ער האט פרובירט אנצוהאלטן די עולם מיט סטראשענען אז ער גייט שוין שטארבן, למעשה עפ''י סיבה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, צי ווייל ס'איז בבחינת וואלף וואלף הידוע אז נאכן אזויפיל מאל סטראשענען מיט טויט גלייבט עם קיינער נישט, אדער ווייל ס'גייט זיי נישט אן אז ער שטארבט,
איז יעצט האט מען אויף גענימען א נייע פי.אר. מיניסטער וואס ער וועט מער רעדן צום חסידישע עולם, ער האפט צו ווערן אזא רבי ווי זיינע פעטערס, לכבוד דעם האט ער זיך אנגעטון אזוי ווי די באבא סאלי וכו' וכו' [די לבוש האט גארנישט מיטן ווערן מאראקאנע רב, יענץ מיט די רויטע היט וואס ער איז געגאנגען ביז יעצט איז אביסל אנדערש פון וואס ער גייט היינט איבערגעדעקט מיט א שאל]
אין איין ווארט, ער איז א גרויסע סקעם.
דריי וואכן פאר די ערשטע שמועות פון קאראנע איז אנגעקומען האט ער פארציילט א חלום וואס ער האט געהאט אז ס'קומט בקרוב א זאך וואס גייט איבערדרייען די וועלט און טוישן זאכן איבער די וועלט ערגער ווי נאך 9/11.
די עצה איז גיין דאווענען און לערנען אין בתי מדרשים און ישיבות.
און ווען קאראנא איז געקימען האט ער געזאגט אז ס'איז נישט דעס.
אלע צוזאמעןנישט ריכטיג, די מעשה וואס כ'האב פריער גערעדט איז געשען פארן גיין אין תפיסה, דעמאלט איז ער געווען סאך מער פאפולער ביי די טאפ %1.
איך געדענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך ''ווען אידן גלייבן אין א שטיין, קען די שטיין אויך פראווענען מופתים''.
כ׳האב געהערט נאכזאגן פון צאנזער רב ענליך צו דעם, ״ווען צעהן מענטשן גלייבן אין א שטעקן קען עס אויך פראווענען מופתים״, לויט דעם שטימען אלע רעליגיעס זייער גוט...
איך אויךדער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע
מהיכן דנתני? אויף בילדער זעט ער אויס היבש בלאס און שוואך, עכ"פ זיכער ווען דו קוקסט זיינע בילדער פון אפאר יאר צוריק
נחום הסופראיך אויךדער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע
מהיכן דנתני? אויף בילדער זעט ער אויס היבש בלאס און שוואך, עכ"פ זיכער ווען דו קוקסט זיינע בילדער פון אפאר יאר צוריק
דאס קען האבן צוטאן מיט פארן זיצן און נאכן זיצן אין תפיסה.
📎 EB56734F-64B8-41B6-BE14-127241E76083.jpeg
הרב מראצפערט ביים חכם
📎 photo_2021-04-21_18-38-40.jpg
מען גייט זיך אנטון א שק
📎 WhatsApp Image 2021-04-20 at 4.15.26 PM.jpeg
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1bekzr9pYfuAfhpRYErMcTRao6i7RP16r/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1bekzr9 ... sp=sharing</a>
אין האטי 2
אלע רבי'ס וואס גייען צו אים, איז עס לכאורה ווייל מען מאכט ביי אים אפאר גרייצער. וואס איז דער סוד? מיט וועמען דארף מען רעדן?
איך אויך
אגב, ער האט מיאוס בא'גנב'ט זיין שווער און האט יארן לאנג גע'אסר'ט זיין ווייב צו רעדן מיט איר טאטע. דאכט זיך לעצטנס האבען זיי יא שלום געמאכט.
ווער איז זיין שווער?
אישתישביאלע רבי'ס וואס גייען צו אים, איז עס לכאורה ווייל מען מאכט ביי אים אפאר גרייצער. וואס איז דער סוד? מיט וועמען דארף מען רעדן?
עס דרייט זיך יעצט ארום א שמועה אז קיין איין רבי האט נישט געזען קיין געלט פון אים , #סקעם
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/87833">https://www.bhol.co.il/news/87833</a>
פריידיגע נייעס הרב פינטאו איז אין סטעמפארד היל
להתחדש המלוכה!📎 photo_2021-05-10_20-17-00.jpg
פליטשקין לייגט שוין סטעטוס
📎 photo_2021-05-10_20-16-56.jpg
.
📎 photo_2021-06-08_21-16-05.jpg
אבער דער בעלזער האט עס נאכנישט געהערט, אקעי יבוא יומו (האפנטליך).
עפעס נייעס פון די גרויסע בר מצוה?
וויפיל מער פי אר איך האלט מיט פון חצר הקודש ד'פינטאו זעהט מיר אויס מער און מער אז מ'רעדט דא פון א גרויסע סקעם
געהערט האביך אז ס'האטציך אנגעהויבן מיט א מופת וואס האטציך נישט אויסגעארבעט. יענער איז געגאנגען "מסר'ן" ביי די רעגירונג, און זיי האבן אנגעהויבן אן אינוועסטיגעישאן, עפעס האט נישט געשטימט מיט די "מוסדות"...!
איין זאך ווייס איך, אז ער איז א גרויסער מומחה אין צוציען מענטשן וועלכע האבן געלט. ס'געווען איינער א בארימטער ספארט שפילער אן אפריקאנער אמעריקאנער וועלכער האטציך אויך "מזכיר" געווען ביי הרב פינטו. כ'האב געזעהן א פיקטשער פון די אינטערוויו...!
תרמבוויפיל מער פי אר איך האלט מיט פון חצר הקודש ד'פינטאו זעהט מיר אויס מער און מער אז מ'רעדט דא פון א גרויסע סקעם
מיין הארץ צאפעלט וואס דא גייט פאר, א סקעמער אבער נישט סתם כחום היום, און רבנים און אזוי גערופענע היימישע געלט גייציגע חברה העלפן ליידער ארויס מיט די סקעם, ווען וועלט וואלט נאך געווען עפעס וועלט וואלטן אלע רבנים אונטערגעשריבן צו שטיין ווייט, על כל פנים די טאשען זיך אנהאלטען טייט,
דער פינטו האט קיין מוסדות, ישיבות אדער קיין כוללים, קיינמאל געהאט אדער האבן, ער איז איז גוט מיט די גרעסטע מאפיא/גענגס אין ישראל און וועגן זיי איז ער געגאנגען זיצן.
וואס הייסט סקעם? ער בעט נישט קיין געלט פון קיינעם ווער עס וויל גייט צו אים און ווער נישט נישט.
איך פארשטיי נישט ווי דאס ווארט סקעם האט דא אהער א שייכות
טייל פונעם עולם...
📎 ששש.png
אינטערסאנטערוואס הייסט סקעם? ער בעט נישט קיין געלט פון קיינעם ווער עס וויל גייט צו אים און ווער נישט נישט.
איך פארשטיי נישט ווי דאס ווארט סקעם האט דא אהער א שייכות
ער סקעם'ט רייכע מענטשן.
אינטערסאנטערוואס הייסט סקעם? ער בעט נישט קיין געלט פון קיינעם ווער עס וויל גייט צו אים און ווער נישט נישט.
איך פארשטיי נישט ווי דאס ווארט סקעם האט דא אהער א שייכות
עס כאפט א פחד אז די המון עם אונזער עולם כאפט נישט וואס דא גייט פאר,
ס'איז דא אפאר נקודות פארוואס ער קען אנגיין,
א מענטש וואס ווערט געסקעמט על פי רוב שעמט זיך דערמיט, אויף קול מבשר קומען ארויף זייער ווייניג אידן אז זיי זענען געווארן געסקעמט אפילו אן זיך אינדענטיפייען, וועגן דער עולם שעמט זיך, אפילו אז עס קען העלפן טויזענטער אידן, על אחת כמה וכמה אידן נגידים אישי הציבור וואס זייער נעמען מיינט אסאך, אז זיי פאקן איין פאר בושה,
למשל מיין חבר זאגט מיר אז ער האט געהערט עוזר פריעד פון וויליאמסבורג (פון די core סקעפאלדס) דערציילן פאר איינעם אז ער האט אים געגעבן איין נאכט 250 טויזענט דאלאר געווייערט! ער האט זיך געטרייט אויפצוטון נעבעך אז ער האט אים געהאלפן, די אלע נגידים כאפן 10 מינוט נאכדעם אז ס'איז א סקעם, ס'איז אזוי ווייטאגליך אז זיי רעדן נישט דערפון, און פרובירן זיך צו פילן גוט דערמיט אוועקצושטופן די שלעכטע מחשבות,
עס דארף קומען איין גוטע משוגענער א עושר און מאכן א ויצעקו און די זאך וועט זיך ענדיגן.
איך האלט אז נענטער ווי ווייטער גייט עס געשען.
די חידוש איז אז ער האט שוין געסקעמט וויליאמסבורגע נגידים פאר די 2008 קראך און יעצט כאפט ער פריש די פרישע נגידים פון יעצט,
דער איד האט קיינמאל פארמאגט גארנישט אויסער שנארן מיליאנען, די זאך איז אז זיין נאמען איז שוין פארהרג'עט אין די גאנצע וועלט, זיין לעצטע פרואוו איז אונז היימישע חסידים.
ממש מיין הארץ גייט אויס ווי מענטשן געבן אים שווערע הונדערטער טויזענטער דאלארן.
אינטערסאנטערוואס הייסט סקעם? ער בעט נישט קיין געלט פון קיינעם ווער עס וויל גייט צו אים און ווער נישט נישט.
איך פארשטיי נישט ווי דאס ווארט סקעם האט דא אהער א שייכות
קודם כל ער בעט יא געלט על פי רוב!
איך כאפ נאך אלס נישט וואס די סקעם איז דא. ער בעט געלט פארוואס? פאר ברכות? לויט ווי איך ווייס קען יעדער צוגיין צו אים און באקומען א ברכה.
און ווער עס כאפט התפעלות פון דעם איד און ער איז גרייט אים צו באגיסן מיט געלט איז דאס דעם עושר'ס דאגה צו ער וויל געבן צו נישט. איך כאפ נישט די פראבלעים דא.
די צרה איז אז ער/זיי גיבט זיי נאך ביזנעס עדווייס/נבואות אויך כנהוג און ווען זיי כאפן זיך מיט וועם מען האט דא צוטוהן האלט מען שוין נאכן אראפלאשן מיליאנען.
די משטרה האט בשעתו ארויסגעגעבן די ווידאו פון זיין חקירה. ער/זיי שווערט זיך דארט ביי אלעם הייליגן אז ווען ער גייט ארויס פון תפיסה איז ער מער נישט קיין רב.
מה עשה נוכל זה? גלייך ביים ארויסגיין האט ער זיך אנגעטוהן דעם קאשקעטל כדי תמימים זאלן מיינען מען רעדט פון א אומשולדיגע באבא. כמובן אז אלע קיען ארום האבען אלע גלייך אנגעטוהן קאשקעטלעך.
ולא נתקררה דעתו ביז ער/זיי האט זיך דערקלערט אלס אב''ד מאראקא אקעגן רצנו פון דעם עכטן אב''ד. כידוע ער איז דארט ארומגענומען מיט א סוויטע פון מאפיאנערן.
אינטרעסאנט וואס מען דערמאנט נישט זיין מיסטריעזע פעיק 'מחלה' וואס ווערט עפעס נעלם יעדע שני וחמישי ווען ער רייזט פיין ארום. דער איינציגסטער וואס רעדט פון די מחלה איז ער/זיי אליינס אבער קיין איין רעדזישטערד דאטקער איז נישט גרייט דאס צו באשטעטיגן
ער/זיי האט באגילדעטע פענטהאוזעס אין די טייערטע לוקסעריעזע שטעט ארום די וועלט אין די ווערט פון שווערע מעלאנעס.
אז מרעדט שוין, וואס זאגט עטץ צו דעם אנדערן באבא וואס רייט פיין אויף די אשכנזישע תמימים ר' אבנר עפגין? כ'זעה עפעס אויך נישט קיינע לאנג טערם סאקסעס סטאריס ביי זיינע גבירים אבער ער טרעפט ב''ה פרישע סאקערס.
איך אויךדי צרה איז אז ער גיבט זיי נאך ביזנעס עדווייס/נבואות אויך כנהוג און ווען זיי כאפן זיך מיט וועם מען האט דא צוטוהן האלט מען שוין נאכן אראפלאשן מיליאנען.
אז איינער געט ביזנעס עדווייז און דער ביזנעסמאן גלייבט אז די עדווייז איז ריכטיג הייסט דאס א סקעם?
איך טראכט און איך שטעל זיך פאר אז ווען א ביזנעסמאן האלט ביים אינוועסטירן ערגעץ 250 טויזנט דאללער, קומט דאס נאך אסאך ריסערטש אין די ביזנעס וועלט אז די געשעפט מאכט סענס, און אויב נעמט ער די ברכה פון באבא פינטו פאר א לעצטע שטופ, דאן פארוואס זאל דאס הייסן א סקעם.
איך אויך
ולא נתקררה דעתו ביז ער/זיי האט זיך דערקלערט אלס אב''ד מאראקא אקעגן רצנו פון דעם עכטן אב''ד.
ווער איז דער "עכטער" אב"ד מאראקא?
ווען זיי פארלירן דערנאך די גאנצע געלט נאכן פאלגן זיין נארישע עדווייס/נבואות ביזטו מסכים עס איז א סקעם?
זעה
דא פאר די עכטע אב''ד.
איין תמים אלשטיין האט
פארלוירן 3 ביליאן שקל! נאכן פאלגן דעם נוכל.
איך אויךווען זיי פארלירן דערנאך די גאנצע געלט נאכן פאלגן זיין נארישע עדווייס/נבואות ביזטו מסכים עס איז א סקעם?
נישט ממש. ווייל ווי געזאגט עס איז זייער בחירה אנצונעמען זיין עדווייז און א נערמאלע עושר/ביזנעסמאן גייט נאר אננעמען זיין עדווייז אלס א צירוף נאכדעים וואס ער האט אליין גיט געמאכט ריסערטש אז עס שטימט ביזנעסווייז, ממילא דאס וואס ער פאלגט אים איז געווענליך נאר די לעצטע שטופ נאכדעים וואס פאר די עושר אליין מאכט אים אויך סענס די אינוועסמעמט
@אינטערסאנטער
די סיבה פארוואס ס'הייסט א סקעם אין אזא פאל, איז פשוט, ווען איינער פארשטעלט זיך אין א רעבישע/באבא/חאכאם סטייל און נעמט אריין גאט מיט זיך הינטער זיין בעקישע/פראק/פעפעטע הויזן וכדומה, און טוט עס אויף סיי וועלכע אויפן, צו דורך געבן עצות צו ריפערעלס, צו בכל אופן שהוא, און פארקנייטשט זיך די מוח און מאכט הוויית, און ער פארקויפט זיך פאר א גרויסער בעל מדריגה/ מקובל אדער סתם בנש"ק.
בקיצור ער מאכט זיינע קרבנות מאכן טראכטן כאילו מ'האנדעלט דא מיט עפעס העכערס, איז דאס הונדערט פראצענט א סקעם! דער סקעם רופט זיך תמים תהי' עם ד' אלוקיך, און רוב מאל איז עס נישט דעם עושר'ס שולד אז ער האט נישט געמאכט די ריכטיגע ריסערטש, ווייל רוב מענטשן זענען נעבעך איינגערעדט אין אזאנע געשעפטן, נאר די וואס האבן זיך שוין אפגעבריט פון פריער שטייען אוועק דערפון.
גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעדט!
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן!!!