☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)

להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14571
בלאט: 1 2 3

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 10:14 pm

· #480927
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
דער גאלדענער אדלער
@אינטערסאנטער
די סיבה פארוואס ס'הייסט א סקעם אין אזא פאל, איז פשוט, ווען איינער פארשטעלט זיך אין א רעבישע/באבא/חאכאם סטייל און נעמט אריין גאט מיט זיך הינטער זיין בעקישע/פראק/פעפעטע הויזן וכדומה, און טוט עס אויף סיי וועלכע אויפן, צו דורך געבן עצות צו ריפערעלס, צו בכל אופן שהוא, און פארקנייטשט זיך די מוח און מאכט הוויית, און ער פארקויפט זיך פאר א גרויסער בעל מדריגה/ מקובל אדער סתם בנש"ק.
בקיצור ער מאכט זיינע קרבנות מאכן טראכטן כאילו מ'האנדעלט דא מיט עפעס העכערס, איז דאס הונדערט פראצענט א סקעם! דער סקעם רופט זיך תמים תהי' עם ד' אלוקיך, און רוב מאל איז עס נישט דעם עושר'ס שולד אז ער האט נישט געמאכט די ריכטיגע ריסערטש, ווייל רוב מענטשן זענען נעבעך איינגערעדט אין אזאנע געשעפטן, נאר די וואס האבן זיך שוין אפגעבריט פון פריער שטייען אוועק דערפון.
גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעדט!
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן!!!
דיסקלעימר; איך האב קיינמאל נישט געהאנדעלט מיט דעם רב פינטו, נאר כ'רעד בדרך כלל

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 11:39 pm

· #480930
moneyminded
תרמב
וויפיל מער פי אר איך האלט מיט פון חצר הקודש ד'פינטאו זעהט מיר אויס מער און מער אז מ'רעדט דא פון א גרויסע סקעם
מיין הארץ צאפעלט וואס דא גייט פאר, א סקעמער אבער נישט סתם כחום היום און רבנים און אזוי גערופענע היימישע געלט גייציגע חברה העלפן ליידער ארויס מיט די סקעם, ווען וועלט וואלט נאך געווען עפעס וועלט וואלטען אלע רבנים אינטערגעשריבן צו שטיין ווייט, על כל פנים די טאשען זיך אנהאלטען טייט

דער פינטא האט קיין מוסדות , ישיבות אדער קיין כוללים קיינמאל געהאט אדער האבן, ער איז איז גוט מיט די גרעסטע מאפיא/גענגס אין ישראל און וועגן זיי איז ער געגאנגען זיצן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נישט נאר די טאשן, נאר אויך די גאנצע הויזן, כידליו"ח

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 11:42 pm

· #480931
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
אינטערסאנטער
איך אויך
די צרה איז אז ער גיבט זיי נאך ביזנעס עדווייס/נבואות אויך כנהוג און ווען זיי כאפן זיך מיט וועם מען האט דא צוטוהן האלט מען שוין נאכן אראפלאשן מיליאנען.

אז איינער געט ביזנעס עדווייז און דער ביזנעסמאן גלייבט אז די עדווייז איז ריכטיג הייסט דאס א סקעם?

איך טראכט און איך שטעל זיך פאר אז ווען א ביזנעסמאן האלט ביים אינוועסטירן ערגעץ 250 טויזנט דאללער, קומט דאס נאך אסאך ריסערטש אין די ביזנעס וועלט אז די געשעפט מאכט סענס, און אויב נעמט ער די ברכה פון באבא פינטו פאר א לעצטע שטופ, דאן פארוואס זאל דאס הייסן א סקעם.
וועגן די וועג וויאזוי ער באקומט די געלט איז דורך סקעמען, ער קען פיין סקאליזשי און ווייסט וויאזוי צו שפילן מיט יענעמס מוח , אויסער וואס ער קען לייינען, צען מינוט דערנאך האט יענער חרטה, ביי די וועי סאיז אומלעגאל דא אין אמעריקא , איך גלייב אז מען וויל אים מסדר זיין דא אין אמעריקא איז עס נישט קיין שווערע זאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 11:43 pm

· #480932
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
אינטערסאנטער
איך אויך
ווען זיי פארלירן דערנאך די גאנצע געלט נאכן פאלגן זיין נארישע עדווייס/נבואות ביזטו מסכים עס איז א סקעם?

נישט ממש. ווייל ווי געזאגט עס איז זייער בחירה אנצונעמען זיין עדווייז און א נערמאלע עושר/ביזנעסמאן גייט נאר אננעמען זיין עדווייז אלס א צירוף נאכדעים וואס ער האט אליין גיט געמאכט ריסערטש אז עס שטימט ביזנעסווייז, ממילא דאס וואס ער פאלגט אים איז געווענליך נאר די לעצטע שטופ נאכדעים וואס פאר די עושר אליין מאכט אים אויך סענס די אינוועסמעמט
בשעת די זיצט ביי אים קען ער דיר הייסן ווייערען צו אים מיליאנען , ער האט א מורא'דיגע כוח דאס צומאכן , און דאס איז די פראבלעם ,ער איז א חכם מחוכם , און ווייסט וויאזוי צו וועקן איבערגענומען פון אים

עס רופט זיך mind fuck

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 11:46 pm

· #480933
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
די איינציגסטע ריזען פארוואס די עולם פאלט פאר אים איז וועגן סוף כל סוף האט ער יוחס און ער איז א אייניקעל פון באבא סאלי , קודם כל זאגן אז ער האט מוסדות ישיבות און כוללים ווען ער האט אין זיין לעבן קיינמאל קיין עכטע מוסדות געהאט איז א סקעם שאין כדוגמתו

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 12:35 am

· #480938
כ׳פרוביר סתם צו פארשטיין וואס ער טוט מיט דאס געלט, צו דארף ער עס אלס כופר נפש פאר די מאפיאנערן זיינע? קויפט ער זיך נאך ריעל עסטעיט דערמיט? און בכלל, וואס האט ער פון דאס רייכטום זיינער ווען ער דארף אגאנצן טאג זיך ארומדרייען מיט א הויקער? סתם פאר די אטענשאן? אפשר באקומט ער דערפאר אן ענדלאזע פלייץ פון אינגע פלייש? כ׳פרוביר סתם צו פארשטיין ווי ווייט twisted א מענטש קען זיין.

אינטערסאנטער » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 4:55 am

· #480942
moneyminded
אינטערסאנטער
איך אויך
די צרה איז אז ער גיבט זיי נאך ביזנעס עדווייס/נבואות אויך כנהוג און ווען זיי כאפן זיך מיט וועם מען האט דא צוטוהן האלט מען שוין נאכן אראפלאשן מיליאנען.

אז איינער געט ביזנעס עדווייז און דער ביזנעסמאן גלייבט אז די עדווייז איז ריכטיג הייסט דאס א סקעם?

איך טראכט און איך שטעל זיך פאר אז ווען א ביזנעסמאן האלט ביים אינוועסטירן ערגעץ 250 טויזנט דאללער, קומט דאס נאך אסאך ריסערטש אין די ביזנעס וועלט אז די געשעפט מאכט סענס, און אויב נעמט ער די ברכה פון באבא פינטו פאר א לעצטע שטופ, דאן פארוואס זאל דאס הייסן א סקעם.
וועגן די וועג וויאזוי ער באקומט די געלט איז דורך סקעמען, ער קען פיין סקאליזשי און ווייסט וויאזוי צו שפילן מיט יענעמס מוח , אויסער וואס ער קען לייינען, צען מינוט דערנאך האט יענער חרטה, ביי די וועי סאיז אומלעגאל דא אין אמעריקא , איך גלייב אז מען וויל אים מסדר זיין דא אין אמעריקא איז עס נישט קיין שווערע זאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איך בין נישט אזוי באקאנט אבער חוץ די דעמאגאגישע ווערטער וואס די שרייבסט גייט מיר נאך נישט אריין אין קאפ אזא סארט געדאנק אז א מענטש זאל קענען אין מינוט'ן מאניופיולעיטן יענעמ'ס מוח אויף אזא ריזיגע פארנעם.

איך וועל נישט זיין קיין כופר פאר'ן נישט דאס אפקויפן. (איך האב עניוועי נישט קיין מיליאנען אים צו געב און איך גיי נישט צו אים)

וואס מיינסטו צו זאגן אז ער קען ליינען?

nespresso » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 9:28 am

· #480951
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
לעצטע שטיק צייט איז ער ביזי מיט היימישע רבנים ער זאגט צו געלט אז מען נעמט אים שיין אויך און דערנאך לויט ער לויפן די גאנצע זאך איך ווייס אז פאר סאטמער מהר"א האט ער צוגעזאגט 5 מיליאן דולר אוו די רבי איז ארום געגאנגען די גאנצע שטעטל מיט אים
און צום סוף האט ער געזאגט להד"ם

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 10:35 am

· #480954
נעספרעססא: איך האב געזעהן א בילד וואו ער זיצט צוזאמען מיט מהרז"ל שליט"א. ווי ס'זעהט אויס האטציך דארט אויכעט אויסגעלאזט מיט א בוידעם... ער איז א נאה דורש. אבער (דערווייל) נישט א נאה מקיים...!

בן נון » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 1:29 pm

· #480961
מיין ברודער איז געווען און מאראקאו ביים באבא הק’ און די הייליגע בבא נעמט א צעטל מיט א פעדער און אזוי פארטראכטערהייט שרייבט ער די נאמען משה און ער הייבט אויף זיין הייליגע אויגען און פרעגט מי זה משה און מיין ברודער ענפערט מיט היתפעלות אבא שלי זאגט עים די צדיק לא יאכל סוכור און ממש מיין ברודער איז איגאנצן נתפעל געווארן ליומים האט ער געהערט פון זיין חבר וואס איז אויך געווען ביים צדיק אז די הייליגע האט איוך עים געפארגט מי זה משה און ביי עים איז עס געוון א ביזנעס שיתוף אויף וואס די צדיק האט געזאגט אז ער זאל זיך בעסער פארטראגן בקיצור וואר האט דען נישט איינעם נאנט מיטן נאמען משה און לפי המצב זעט די צדיק וואס צו זאגן און די עולם גייט קרעיזי

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:04 pm

· #480986
און איך גיי קרעיזי פאר די מעשה..

moneyminded » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:11 pm

· #480988
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
רביה''ק זי''ע
כ׳פרוביר סתם צו פארשטיין וואס ער טוט מיט דאס געלט, צו דארף ער עס אלס כופר נפש פאר די מאפיאנערן זיינע? קויפט ער זיך נאך ריעל עסטעיט דערמיט? און בכלל, וואס האט ער פון דאס רייכטום זיינער ווען ער דארף אגאנצן טאג זיך ארומדרייען מיט א הויקער? סתם פאר די אטענשאן? אפשר באקומט ער דערפאר אן ענדלאזע פלייץ פון אינגע פלייש? כ׳פרוביר סתם צו פארשטיין ווי ווייט twisted א מענטש קען זיין.
יא ער קויפט ריעל עסטעיט און פארט מיט פרייוועט זשעטס , און וואינט אין פאלאצן

די פאר בנינים וואס איך האב געזען וואס ער אוינט צווישען מאנהעטען, לאס אנזשעלעס,טשיקאגא,לעס וועגאס און די גאנצע שטעט מיט פאלאצן אין ארץ ישראל וואס ער אוינט איז ווערט איבער 250 מיליאן דאלאר , קיין ישיבה,כוללים אדער מוסדות האט ער נישט אין קיין איינע פון די ריזיגע בנינים

moneyminded » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:13 pm

· #480989
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
אינטערסאנטער
moneyminded
אינטערסאנטער
איך אויך
די צרה איז אז ער גיבט זיי נאך ביזנעס עדווייס/נבואות אויך כנהוג און ווען זיי כאפן זיך מיט וועם מען האט דא צוטוהן האלט מען שוין נאכן אראפלאשן מיליאנען.

אז איינער געט ביזנעס עדווייז און דער ביזנעסמאן גלייבט אז די עדווייז איז ריכטיג הייסט דאס א סקעם?

איך טראכט און איך שטעל זיך פאר אז ווען א ביזנעסמאן האלט ביים אינוועסטירן ערגעץ 250 טויזנט דאללער, קומט דאס נאך אסאך ריסערטש אין די ביזנעס וועלט אז די געשעפט מאכט סענס, און אויב נעמט ער די ברכה פון באבא פינטו פאר א לעצטע שטופ, דאן פארוואס זאל דאס הייסן א סקעם.
וועגן די וועג וויאזוי ער באקומט די געלט איז דורך סקעמען, ער קען פיין סקאליזשי און ווייסט וויאזוי צו שפילן מיט יענעמס מוח , אויסער וואס ער קען לייינען, צען מינוט דערנאך האט יענער חרטה, ביי די וועי סאיז אומלעגאל דא אין אמעריקא , איך גלייב אז מען וויל אים מסדר זיין דא אין אמעריקא איז עס נישט קיין שווערע זאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איך בין נישט אזוי באקאנט אבער חוץ די דעמאגאגישע ווערטער וואס די שרייבסט גייט מיר נאך נישט אריין אין קאפ אזא סארט געדאנק אז א מענטש זאל קענען אין מינוט'ן מאניופיולעיטן יענעמ'ס מוח אויף אזא ריזיגע פארנעם.

איך וועל נישט זיין קיין כופר פאר'ן נישט דאס אפקויפן. (איך האב עניוועי נישט קיין מיליאנען אים צו געב און איך גיי נישט צו אים)

וואס מיינסטו צו זאגן אז ער קען ליינען?
ער קען חכמת היד והפרצוף, יענקעל קעלנער פון קרית יואל וואס זיצט ביי אים שוין יארן גראדע טענה'ט אז סאיז נישט אזוי ווייט די חכמת ווי קלוג ער איז און וויאזוי ער קען מעניפילעיטען און שפילן מיט א מענטש'ס מוח

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:14 pm

· #480990
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
nespresso
לעצטע שטיק צייט איז ער ביזי מיט היימישע רבנים ער זאגט צו געלט אז מען נעמט אים שיין אויך און דערנאך לויט ער לויפן די גאנצע זאך איך ווייס אז פאר סאטמער מהר"א האט ער צוגעזאגט 5 מיליאן דולר אוו די רבי איז ארום געגאנגען די גאנצע שטעטל מיט אים
און צום סוף האט ער געזאגט להד"ם
יא אבער אפאר חדשים שפעטער האט ער געשיקט א זעקעל מיט קעש פאר חיים שלמה פישער אין טאש ,מאנכע זאגן אז 50 אלפים צו פארגיטיגען די זאך און די באן פארט ווייטער

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

טמיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 12:28 am

· #481014
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
moneyminded
אינטערסאנטער
moneyminded
אינטערסאנטער
איך אויך
די צרה איז אז ער גיבט זיי נאך ביזנעס עדווייס/נבואות אויך כנהוג און ווען זיי כאפן זיך מיט וועם מען האט דא צוטוהן האלט מען שוין נאכן אראפלאשן מיליאנען.

אז איינער געט ביזנעס עדווייז און דער ביזנעסמאן גלייבט אז די עדווייז איז ריכטיג הייסט דאס א סקעם?

איך טראכט און איך שטעל זיך פאר אז ווען א ביזנעסמאן האלט ביים אינוועסטירן ערגעץ 250 טויזנט דאללער, קומט דאס נאך אסאך ריסערטש אין די ביזנעס וועלט אז די געשעפט מאכט סענס, און אויב נעמט ער די ברכה פון באבא פינטו פאר א לעצטע שטופ, דאן פארוואס זאל דאס הייסן א סקעם.
וועגן די וועג וויאזוי ער באקומט די געלט איז דורך סקעמען, ער קען פיין סקאליזשי און ווייסט וויאזוי צו שפילן מיט יענעמס מוח , אויסער וואס ער קען לייינען, צען מינוט דערנאך האט יענער חרטה, ביי די וועי סאיז אומלעגאל דא אין אמעריקא , איך גלייב אז מען וויל אים מסדר זיין דא אין אמעריקא איז עס נישט קיין שווערע זאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איך בין נישט אזוי באקאנט אבער חוץ די דעמאגאגישע ווערטער וואס די שרייבסט גייט מיר נאך נישט אריין אין קאפ אזא סארט געדאנק אז א מענטש זאל קענען אין מינוט'ן מאניופיולעיטן יענעמ'ס מוח אויף אזא ריזיגע פארנעם.

איך וועל נישט זיין קיין כופר פאר'ן נישט דאס אפקויפן. (איך האב עניוועי נישט קיין מיליאנען אים צו געב און איך גיי נישט צו אים)

וואס מיינסטו צו זאגן אז ער קען ליינען?
ער קען חכמת היד והפרצוף, יענקעל קעלנער פון קרית יואל וואס זיצט ביי אים שוין יארן גראדע טענה'ט אז סאיז נישט אזוי ווייט די חכמת ווי קלוג ער איז און וויאזוי ער קען מעניפילעיטען און שפילן מיט א מענטש'ס מוח

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אין לך חכמת הפרצוף גדול מזה

היכי דמי » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:23 pm

· #482600
בשעה שצדיק בעיר: היינט נאכט וועלן תושבי בארא פארק האבן די זכיה צו מקבל זיין דעם איש מרום וקדוש און שטיצן די הויפט רב פון מאראקא מיט גרויסע סכומים.

היסטאריע » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 10:16 pm

· #482630
א נישט נארמאלע עולם דארט, מען קען נישט אטעמען, אקעי בעיקר בחורים, אבער דאך.

מפיל קינד » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 12:53 am

· #482657
דאס לעצטע מאל כ'האב געזען אזא עולם אזוי פארגאפט איז געווען ביי לאנגזאם פעלדמאן.

פארפאלן, דער עולם פאלט פאר פאני זאכן היינט.

מפיל קינד » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 1:22 am

· #482659
איך זע די קליפס פון פינטו אין בארא פארק און א סקרוך לויפט אדורך מיינע ביינער. ס'איז א געהעריגע חילול ה'. דער פינטו טראכט יעצט אז אלע חסידישע אידן זענען פלעינע משוגעים.

איך וויל אים שיקן א קליפ ווי די ספרדים אין ארץ ישראל קושן די פיס פון זלאטשוב נתניה און מישקאלץ פתח תקוה. אזוי וועט ער זען אז אונז זענען סך הכל פונקט ווי זיי, נישט ערגער...

היסטאריע » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 8:07 am

· #482663
דער פינטו טראכט יעצט אז אלע חסידישע אידן זענען פלעינע משוגעים.

און וואס טראכט איר?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 9:23 am

· #482669
מפיל קינד
איך זע די קליפס פון פינטו אין בארא פארק און א סקרוך לויפט אדורך מיינע ביינער. ס'איז א געהעריגע חילול ה'. דער פינטו טראכט יעצט אז אלע חסידישע אידן זענען פלעינע משוגעים.

איך וויל אים שיקן א קליפ ווי די ספרדים אין ארץ ישראל קושן די פיס פון זלאטשוב נתניה און מישקאלץ פתח תקוה. אזוי וועט ער זען אז אונז זענען סך הכל פונקט ווי זיי, נישט ערגער...

מפיל קינד: איך האב זייער א גוטן בייפאל. זאללן די ספרדים לויפן צו אונזערע פעיקערס און משוגעים אזוי ווי די רעבעס וואס דו האסט אויסגערעכנט. און אונז וועל'מיר לויפן צו זייערע משוגעים און פעיקערס...!

מפיל קינד » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 9:42 am

· #482670
היסטאריע
דער פינטו טראכט יעצט אז אלע חסידישע אידן זענען פלעינע משוגעים.

און וואס טראכט איר?

אז כאטש איך בין נארמאל, דאס ווייסט ער נישט.

יאסל ראקאווער » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 11:35 pm

· #482741
די באגעגעניש צווישען הרב פייפער שליט"א און די ארטיסט ראביי פינטא איז שפיץ אבסורד. רב פייפער שטעלט פאר נייע עדזש רבנים און איז א שטיקעל shrewd יונגערמאן. קומט אפיר ראביי פינטא וואס האט לעצטענס פארדרייעט א קאפ פאר א שייינע פאר רבנים און געמאכט ליצי לצנות פון זיי, כאין Borat ביי די להבדיל גוים (וואס למעשה האט די אידישע פרעסע, כדרכם בקודש איינגענומען א וויסטע שטילקייט ארום די embarrassing episode און מטאנצט ווייטער צו זיין רבנישע ווערטשאפט כאילו לא היה). די גאנצע גאס ווייסט דערפון און שיינע פאר קארפן קעפ און וויכטיג מאכערס זענען ביטער פארשעמט דערפון. קומט רב פייפער און גוט עס נאך א shot. אפשר דאך וועט ער ארויס פרעסען אפאר זאפטיגע גלאנציגע פינטא טריליאן דאלאר קאונס.

גייט רב פייפער און טאנצט פאר אים א שדים טאנץ און האפט האפט אחכה לו, ער האפט ער וועט יא זוכה זיין און פינטא דאללערס.

נעבעך.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/bU6B2uj2H1Y">https://youtu.be/bU6B2uj2H1Y</a>

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:09 am

· #482742
יאסל ראקאווער

די ברכת מנחמ'ער צדיק איז מיר א גאנצע רבי געווארען, ווד"פ גייט פאר מיט אים?

פאר סאם ריזען טראכט איך אז ער איז א פאפא'נער בין איך גערעכט?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:12 am

· #482743
פאפא איז דאך ראשי תיבות פייפער אבערלענדער אויש מיט נאך עפעס א נאמען וואס כ׳געדענק נישט.

שפילער » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:25 am

· #482745
קהל'ס נער
יאסל ראקאווער
די באגעגעניש צווישען הרב פייפער שליט"א און די ארטיסט ראביי פינטא איז שפיץ אבסורד. רב פייפער שטעלט פאר נייע עדזש רבנים און איז א שטיקעל shrewd יונגערמאן. קומט אפיר ראביי פינטא וואס האט לעצטענס פארדרייעט א קאפ פאר א שייינע פאר רבנים און געמאכט ליצי לצנות פון זיי, כאין Borat ביי די להבדיל גוים (וואס למעשה האט די אידישע פרעסע, כדרכם בקודש איינגענומען א וויסטע שטילקייט ארום די embarrassing episode און מטאנצט ווייטער צו זיין רבנישע ווערטשאפט כאילו לא היה). די גאנצע גאס ווייסט דערפון און שיינע פאר קארפן קעפ און וויכטיג מאכערס זענען ביטער פארשעמט דערפון. קומט רב פייפער און גוט עס נאך א shot. אפשר דאך וועט ער ארויס פרעסען אפאר זאפטיגע גלאנציגע פינטא טריליאן דאלאר קאונס.

גייט רב פייפער און טאנצט פאר אים א שדים טאנץ און האפט האפט אחכה לו, ער האפט ער וועט יא זוכה זיין און פינטא דאללערס.

נעבעך.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/bU6B2uj2H1Y">https://youtu.be/bU6B2uj2H1Y</a>

די ברכת מנחמ'ער צדיק איז מיר א גאנצע רבי געווארען, ווד"פ גייט פאר מיט אים?

פאר סאם ריזען טראכט איך אז ער איז א פאפא'נער בין איך גערעכט?

גראדע איז ער א ספינקא'ר

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 9:00 am

· #482755
ייש"כ. זייער א שיינער מעמד. נאר לאמיר ציען עטליכע (וויכטיגע) מסקנות.

1)קוקטס וואס א (מעגליכע) פאר דאללער קען אנמאכן.
2) ס'זעהט אויס אז ס'איז טאקע נשתכחה תורת הבעש"ט. דער עולם איז אויסגעהונגערט נאך עקשן.
3) דער הרב פינטא האטציך גוט אויסגעלערנט די רבי'שע שטיק. ער שפיעלט עס מורא'דיג גו.
4) הרב פייפער כאפט נישט אז ער איז א ספרדי'שער. ווען יא וואלט ער געברענגט אראק (און שטארקן). נישט סקאטש...!

מחצה''ק » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 12:36 pm

· #482766
אינטערסאנט ווי די שמירה מעמבערס זיי באגרייפען די מורא'דיגע זכי' וואס בארא פארק האט שטייען מיט אזאנע ערענסטע געזיכטער

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 7, 2021 5:32 pm

· #482782
מחצה"ק: אפילו דער אפריקאנער אמעריקאנער באדי גארד האט אויך זייער אן ערנסטע צורה...!

כ'האב מורא אז ער וועט זיך סוכ"ס מגייר זיין. עמיר שוין האבן 3 וואס איך קען...!

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 8:42 am

· #482834
ס'איז אן אינוועסטמענט. לאמיר האפן אז ער (הרב פייפער שליט"א) וועט מצליח זיין. ס'זאלל נישט זיין (ח"ו) א יגיעה לריק. ווייל ער, דער נייער רבי און בעל מופת קען נאך ווייזן א גרויסן פייג. נאך דעם גאנצן טראסק וואס מ'האט געמאכט לכבודו...!

קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:16 pm

· #482845
רביה''ק זי''ע
פאפא איז דאך ראשי תיבות פייפער אבערלענדער אויש מיט נאך עפעס א נאמען וואס כ׳געדענק נישט.

@בערלבאלאגאלע די וועסט לכאורה וויסן די פערטע

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:30 pm

· #482850
קהל'ס נער: ניין. דו האסט שוין אויסגערעכנט די אלע וועלכע זענען געווען די עמודי התווך פון פאפא. אויש האט געהאט נאך א נאמען, טעמפלער. אבער דאס איז דאך נישט קיין פ"א...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:31 pm

· #482851
מעגליך פרערא?

קאצקע ציקער » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:47 pm

· #482852
קהל'ס נער
רביה''ק זי''ע
פאפא איז דאך ראשי תיבות פייפער אבערלענדער אויש מיט נאך עפעס א נאמען וואס כ׳געדענק נישט.

@בערלבאלאגאלע די וועסט לכאורה וויסן די פערטע

פישער

סעגאל » פרייטאג אקטאבער 8, 2021 12:55 pm

· #482855
פישער איז מרומז אין די פ'א פין סאטמאר

מחצה''ק » פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:43 am

· #494769
יעצט איז די רייע פאר מאנסי
📎 Screenshot 2022-02-11 100926.jpg

קלוגע יודל » זונטאג פעברואר 13, 2022 2:00 am

· #494832
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
שפילער
קהל'ס נער
יאסל ראקאווער
די באגעגעניש צווישען הרב פייפער שליט"א און די ארטיסט ראביי פינטא איז שפיץ אבסורד. רב פייפער שטעלט פאר נייע עדזש רבנים און איז א שטיקעל shrewd יונגערמאן. קומט אפיר ראביי פינטא וואס האט לעצטענס פארדרייעט א קאפ פאר א שייינע פאר רבנים און געמאכט ליצי לצנות פון זיי, כאין Borat ביי די להבדיל גוים (וואס למעשה האט די אידישע פרעסע, כדרכם בקודש איינגענומען א וויסטע שטילקייט ארום די embarrassing episode און מטאנצט ווייטער צו זיין רבנישע ווערטשאפט כאילו לא היה). די גאנצע גאס ווייסט דערפון און שיינע פאר קארפן קעפ און וויכטיג מאכערס זענען ביטער פארשעמט דערפון. קומט רב פייפער און גוט עס נאך א shot. אפשר דאך וועט ער ארויס פרעסען אפאר זאפטיגע גלאנציגע פינטא טריליאן דאלאר קאונס.

גייט רב פייפער און טאנצט פאר אים א שדים טאנץ און האפט האפט אחכה לו, ער האפט ער וועט יא זוכה זיין און פינטא דאללערס.

נעבעך.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/bU6B2uj2H1Y">https://youtu.be/bU6B2uj2H1Y</a>

די ברכת מנחמ'ער צדיק איז מיר א גאנצע רבי געווארען, ווד"פ גייט פאר מיט אים?

פאר סאם ריזען טראכט איך אז ער איז א פאפא'נער בין איך גערעכט?

גראדע איז ער א ספינקא'ר
ניין, ער איז א פאפאנער, ווי ווייט ער האט נאך היינט מיט פאפא ווייס איך נישט.

yn.NY » זונטאג פעברואר 13, 2022 6:41 pm

· #494893
מחצה''ק
יעצט איז די רייע פאר מאנסי

די לצנות איז אויפ' העכסטען גראד!
רבי פינטוי האט זיך גענומען איבער אונזער ביינער, און קען זיך נישט אפשאקלען!!!
קוקט אויס אז ער האט שוין געענדיגט אויססאקן די ספרדים, האט ער זיך גענומען צו די חסידים 🙄

היכי דמי » זונטאג פעברואר 13, 2022 6:51 pm

· #494894
עפעס האב איך געהערט אז די קהילה אין מאראקא איז צוריסן מיט אים.

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 13, 2022 7:26 pm

· #494900
רב פינטו איז א ת"ח און א ירא שמים אויכט, אדער סתם א ישועות סקעמער?

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 8:15 pm

· #494901
רביה''ק זי''ע
מעגליך פרערא?

פרערא זענען ענדערש קאנעקטעד מיט קלויזנבורג...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 8:21 pm

· #494902
yn.NY
מחצה''ק
יעצט איז די רייע פאר מאנסי

די לצנות איז אויפ' העכסטען גראד!
רבי פינטוי האט זיך גענומען איבער אונזער ביינער, און קען זיך נישט אפשאקלען!!!
קוקט אויס אז ער האט שוין געענדיגט אויססאקן די ספרדים, האט ער זיך גענומען צו די חסידים 🙄

די שאלה איז ווער ס'פיהרט וועם אין באד אריין. נאר לויט ווי איך נעם ארויס (פון זעהן עטליכע קליפס) אז זיין , (הרב פינטו'ס) כח איז אין ארויסשלעפן געלט פון זיינע ספרד'ישע עשירים פאר די היימישע מוסדות (הרב פייפער?). ער געט נישט זיין אייגן געלט (אויב ער האט). ער האט קאנעקשנס. ער איז א מעקלער. נאר מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאלל נישט זיין א יגיעה לריק. אבער דער מאראקאנער אדמו"ר, מלוב"ן שפיעלט עס זייער גוט...!

בורו פארק » מאנטאג אפריל 18, 2022 10:43 pm

· #498325
berlbalaguleh
yn.NY
מחצה''ק
יעצט איז די רייע פאר מאנסי

די לצנות איז אויפ' העכסטען גראד!
רבי פינטוי האט זיך גענומען איבער אונזער ביינער, און קען זיך נישט אפשאקלען!!!
קוקט אויס אז ער האט שוין געענדיגט אויססאקן די ספרדים, האט ער זיך גענומען צו די חסידים 🙄

די שאלה איז ווער ס'פיהרט וועם אין באד אריין. נאר לויט ווי איך נעם ארויס (פון זעהן עטליכע קליפס) אז זיין , (הרב פינטו'ס) כח איז אין ארויסשלעפן געלט פון זיינע ספרד'ישע עשירים פאר די היימישע מוסדות (הרב פייפער?). ער געט נישט זיין אייגן געלט (אויב ער האט). ער האט קאנעקשנס. ער איז א מעקלער. נאר מ'דארף מתפלל זיין אז ס'זאלל נישט זיין א יגיעה לריק. אבער דער מאראקאנער אדמו"ר, מלוב"ן שפיעלט עס זייער גוט...!

זיינע הבטחות זענען ווערט ווי א קליפת השום, קיינער זעהט נישט קיין גראשען פון עהם.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 6:52 pm

· #540724
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
עוד ממעלליו של הנוכל פינטו.

https://ch10.co.il/news/865066/

נחום הסופר » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:17 pm

· #541338
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
דער רבי פינטא קומט צינדן אין בארא פארק. יחי אדונינו מורינו ורבינו

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:45 pm

· #541463
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
וואס וויל ער אויפטון מיטן קומען צו לויפן צו די היימישע געגענטער ווי סתם בארד מענטשען לויפן זיך צוזאם שמייכלען און פייטן מיט שמירה דארט
וואס ברענגט עס אים?

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 8:07 am

· #541556
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
איינער האט געליינט די "שטיבל" לעצטע וואך, ווי זיי באשרייבן אים אויף א מורא'דיגע פארנעם? ממש ווי א צדיק וואס טוט אויף א געוואלד פאר אידישקייט, און צאללאזע מענטשן בכל קצווי תבל זענען זיך מתדבק והולכים לאורו?
📎 אור הגנוז פינטו.jpeg

היכי דמי » מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 11:30 pm

· #541604
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
זיינע ארטיקלען זענען נישט באצאלט. אפשר הבטחות. 😞

זיי זאגן צו און עס ענדיגט זיך דא

בעל דרשן » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 12:34 am

· #541605
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
זעה איך אז די עולם ווערט קלוג און כאפט אז אלעס איז א גוטע שפיל
אין בארא פארק איז געווען היפש ליידיג

נחום הסופר » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:48 am

· #541616
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז די ב"ה? פינטא איז נישט ערגער און נישט בעסער ווי אסאך אנדערע רבי'ס
בלאט: 1 2 3