☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאריכונא איז לעגאל אין נוי יארק.

מאריכונא איז לעגאל אין נוי יארק.

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14567
בלאט: 1 2

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 1:25 am

· #470423
מאריכונא איז לעגאל אין נוי יארק.
אינטערסאנט אז ס'נאך נישט דא קיין אשכול דערויף...
מארכיוונא איז ליגעלייז"ט געווארן אין נוי יארק און דאס איז א שטארקע זיג פאר די פראגרעסיווע לינקע וואס קעמפן פאר שוין דעם יארען.
פאליציי זענען געווארן אנגעזאגט מער נישט אינטערצוזוכן קאר'ס וואס מ'שמעקט א שטארקע דראג'ס גערוך ארויסקומען.
די רעכטע טענה'ן אז דאס וועט צוברענגען צו א פארברעכעכן כאוואליע איבער די גאנצע סטעיט.

אדרבא, סיי ווער מיט געדאנקען, אנאליזען, מיינונגען, שיטות, אויף די נושא ביטע אריינקומען אויף דעם אשכול.

א שטאט ביי שטאט מאפע.
📎 oqs3umh09ecgldjuhagd.png

פאליטיקאנט » זונטאג אפריל 18, 2021 1:43 am

· #470425
Re: מאריכונא איז לעגאל אין נוי יארק.
כפיַ השמועה האבן די רבנים לעצטנס געטראפן ווערים דערין.....

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 1:47 am

· #470426
מיין פערזענליכע מיינונג.

אלס א ליבערטעריען גענויגטער פערזאן, טוה איך שטארק באגריסן די "פעולה", בשעת איך טוה ארונטעררייסן זייער "אונטערלאגע".

די רעגירונג האט זיך נישט וואס אריינצומישן אינעם לעבן פונעם יחיד, אזוי לאנג ווי ער שעדיגט נישט דעם רבים...
אבער ווען דאס זאל זיין זייער סיבה וואלטן זיי געדארפט מבטל זיין טיקעטס פאר (דרייווער) סיט בעלטס, מערערע טעקס געזעצן וכו וכו וכו.

די אונטערלאגע פון די פראגרעסיוון אבער, איז "זיך אננעמען פארן קרימינאל", ווי מען קען זעהן פונעם קאליפארניעם געזעץ אז ביז א געוויסע סכום מעג מען "גנב'ענען" און מען גייט נישט אין טורמע.

נײגעריגער » זונטאג אפריל 18, 2021 1:49 am

· #470428
גיב א שמייכעל

די רעכטע טענה'ן אז דאס וועט צוברענגען צו א פארברעכעכן כאוואליע איבער די גאנצע סטעיט.

😂 😃 😂 האהא נישטא װער ס'זאל לאכן
פון װעלכע פארברעכן רעדט איר? עסן צו סאַך?....
װען איינער רייכערט די קטורת איז ער געװענלעך װייניגער ביכולת צו באַגיין געװאלדטאטן
אדרבה פּרובירט עס, ס'לעבן װעט אייך בעסער זיין...

כ'מיין אז צװישן די געבילדעטע מענטשן איז כהיום הכל מודים אז דער קאַמף דערקעגן האט נישט געהאט קיין הענט און פוס. די רעגירונג האט פּשוט מורא געהאט פון די היפּיס...

סאסייעטי װעט זיכער זיין בעסער אז מער מענטשן װעלן זיין געבאַקן

רבי שלמהלע'ס "לאָרד געט מי היי"... - מושב טרופּע
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=HEvX08cL3Xg">https://www.youtube.com/watch?v=HEvX08cL3Xg</a>

תרמב » זונטאג אפריל 18, 2021 2:04 am

· #470432
די אמת איז אז ווער ס’האט געדארפט מאריכוואנא האט געקענט האבן, סאיז נאר געווען א שאד פאר די גאווערמענט אז זיי האבן נישט געקענט איינקאסירן טעקסעס דערויף האבן זיי עס געמאכט לעגאל.

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 2:39 am

· #470437
תרמב
די אמת איז אז ווער ס’האט געדארפט מאריכוואנא האט געקענט האבן, סאיז נאר געווען א שאד פאר די גאווערמענט אז זיי האבן נישט געקענט איינקאסירן טעקסעס דערויף האבן זיי עס געמאכט לעגאל.

😃 😃

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 2:51 am

· #470444
אגב, Uber Eats האט געמאלדן אז זיי פלאנען אנצוהייבען דעליווערען פון די סחורה....

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 3:14 am

· #470451
בקרוב וועלען די היימישע בעקערייען אנהייבען צו פארקויפען ראגעלעך און דראג'עלעך...
😂 😂 😂

מה בכך » זונטאג אפריל 18, 2021 3:20 am

· #470454
וואס איז די פראבלעם ?! ס׳דאך ליגעל , יא אבער מ׳טאר נישט- , אבער מיר נישט, יעדער טוט עס .

ס׳איז ששון אין דאס שטעטעלע ניו יארק, אונזער גאווערנער האט מתיר געווען דאס באנוץ פון מאריכאוואנא, (א שירעם נאך א רעגן, דר׳עולם הוליעט שוין לאנג דערויף) לאמיר כאפן א ווייטער בליק איבער ווי אזוי דאס קען אויסקלאפן אויף אונז היימישע אידעלעך אין אפאר יאר..
הערסט וואס איך זאג דיר ?! איך האב עס אויף ווידיאו. קומעך אריין היינט ״״דאנעשטאג״״ אין בית המדרש, שוין איך טוה מיך אן ״טלית ותפילין״ און איך שטעל מיך דאווענען אין מיין ווינקל, פארן לייענען זעה איך ווי הערשי מיט זיינע דאאדס מאכן קידוש אין חדר ג׳ ווען די האטעסט טינג אן די מעניו איז פעסטע ברויאניס, דער שמש וועלכער האט אויך טועם געווען פון די ענינים, שטורעמט צוריק אריין אין בית המדרש, ער ברויך דאך פארקויפן די עליות, הונדערט טויזנט מפטיר יונה הייבט ער אן מיט א באסאווע שטימע, און וואונדער איבער וואונדער, א האלב עולם האט נאכגעפאלגט און געצויגן אין די טויזנטערס, דער איבריגער עולם נערמאלע מענטשן האבן פארפירט און גענאקעוועט, נא ליצנות, ס׳נישט פורים היינט, ס׳דאך א לייט בלוי דאנערשטאג היינט, אבער א האלבער עולם איז געווען פארטייבט, למעשה האטעס חיים יעקל געקויפט פאר ניין מאות ריקנדיג מיטן דיקליכן פינגער (וועלכער האט נאך טשאקלעד פונעם קידוש פארן לייענען) ביז אלע אנדערע מאכערס זענען פארשטומט געווארן ..

…

העסט נישט גלייבן, ער לייקנט די גאנצע זאך, יא ער איז געקומען מיט טענות צו מיר אז איך האב באגאנבעט זיין קרעדיט קארטל, איך זאג דיר לעצטע וואך איז ער געקומען צו אונז אין אפיס, איך פרעג איהם יא מיט וואס קען איך דיר העלפן ?! ההממם, אממם, ווא טיץ ? יא וואס דארפסטע ? אהה יא איך וויל קויפן, א סאמער האום , איך פרעג איהם, וואס? דו ווילסט קויפן א סאמער האום ? זאגט ער יא, איך טראכט צו מיר, סאמטינג איז ראנג, דער שמעי׳ האטעך נישט קיין רויטן צענט, ניטאמאל ארבעט ער, ווייסטאך א האלבן טאג זיצט ער אין מקוה, און די איבריגע האלב טאג שטייט ער ביים טורנסטייל ווארטענדיג איינער זאל איהם עפענען ווייל ער האט פארגעסן זיין זייגער, אבער יעדן טאג, איז ווי קויפט ער מיר יעצט א סאמער האום? למעשה האט ער מיר געגעבן א קרעדיט קארד צו סווייפן פופציג אלפים פאר דאון פעימענט, און ס׳דורך, געווען זיין שוואגערס קארטל, עניוועי היינט בינעך געגאנגען צונעם אפנעמען דאס איבריגע געלט, אבער ער טענה׳עט ער ווייסט נישט פון וואס איך רעד, ווען איך האבעם געזאגט אז ער האט מיר געגעבן א קארטל, האט ער זיך געכאפט וואס זיין שוואגער האט געוואלט פון איהם, אבער יעצט טענה׳עט ער אז איך בין א גנב, למעשה האב איך שוין פעסטגעשטעלט אז דער איז געווען הויעך אויף די שמחה בלעטער ווען ער איז געווען ביינונז אין אפיס.

איך ווייס אז דו לאכסט, אבער ביי אונז דא אין יאר תשפ״ח, אדער 2028 למספרם, איז דאס גאר א נערמאלע ערשיינונג, אנגעהויבן האט זיך עס אפאר יאר צוריק ווען איך בין נאך געווען אין ישיבה, בערך א יאר נאך וואס ס׳געווארן ליגעל, ווען א תמימות׳דיגע פרומע בחורל נחום יואל בערך פופצן יאר אלט, האט אריינשפאצירט אין א גאז סטאנציע זיך איינהאנדלן א שאכטל ציגארעטן, ער באגריסט זיך מיטן אלטן גוי (מיט וועלכן ער איז שוין בידידות זינט די דרייצן, ווען ער האט דאס ערשטן מאל אריינשפאצירט מיט וואקלדיגע טריט, זיך קויפנדיג א באקסל קעפרי מיט זיין חנוכה געלט) ווען ער באמערקט א נייע מין באקסל, וועלכער האט אויסגעקוקט צו זיין עכט רייסעריש, ווען ער פרעגט דעם גוי דערוועגן, זאגט ער איהם אהה דאס איז זייער גוט, קויף עס, נחום יואל צעגערט נישט און קויפט דאס אויפן ארט. דעם קומענדיגן אינדערפי האט די גאנצע קאווע שטיבל אין ישיבה גערעש׳ט, האסט געהערט ? איך מיין אז מ׳האט געכאפט נחום יואל מיט דראגס, דראגס?? יא עפעס אזוי, יא איך האב געזעהן אז ער איז הויעך ווייסט דער אויפפאסער שוין צוצולייגן, איין בראווער בחור נייגט צו אן אויער צום ראש ישיבה׳ס טיהר, ווי ער הערט די ראש ישיבה מאכן א גאנצע אויספארשונג, פון וואו האסטו דאס באקומען ?! וועם האסטע געגעבן דערפון? ווען אויף יעדע שאלה ענטפערט דער בחורל מיט א לידל. למעשה האט די ראש ישיבה קאנפיסקירט די סחורה פון נחום יואל, און איהם אהיים געשיקט ביז מ׳וועט זעהן וואס מ׳טוט מיט איהם. צוויי טעג שפעטער אינמיטן נאכט סדר שפאצירן צוויי בחורים אינדרויסן פונעם בנין הישיבה איבערשמועסענדיג א מגן אברהם, ווען זיי דערשמעקן א שווערן גערוך פון א סקאנק, זייענדיג באקאנט אינעם פעלד פון עזות, באשליסן זיי נאך צו גיין דער גערוך, און מאכן א שטיקל באווארפן אויף דער יעניגער סקאנק, אבער ווען זיי זענען געקומען נאנט צו דעם פארלאזטן הייזל ווי דער שמעק איז געווען בתקפה, זעען זיי די ראש ישיבה מיטן משגיח פארטיפט און א פלוידעריי, ווען אין זייערע הענט ליגן אזוינע ברוינליכע ציגארעטן, שיריים פון די קאנפיסקירטע סחורה. זייט יענער טאג האט זיך די גאנצע רוח החיים אין ישיבה געטוישט, דער געווענליכער אנגעצויגענער מגיד שיעור, איז היינט גאר א רואיגער פערזאן, ווען יעדע פאר מינוט און שיעור כאפט ער שמעקעלע ״טאביק״ ( רייכערן איז דאך א פראסטע זאך, נו א שמעק טאהן איז פונקט אזוי גוט) דער שטרענגער משגיח איז לעצטנס אינגאנצן נישט סטאביל, איין מינוט שרייעט ער ווען דער קומענדיגער מינוט כאפט ער א לאכן אטאקע, דער ראש ישיבה בעהט קנס אין די מיליאנען, און זאגט צו מתנות אין די טויזנטערס, יא און לעצטנס האט ער זיך דערקלערט רבי׳לע אויך. און אלע שמש שטיבלעך פארקויפט מען דאס אונטערן קאונטער, און היינט איז א נערמאלע זאך צו הערן, אז טאטעס מעגן, אבער בחורים בשום אין אופן, אין ישיבה גדולה איז שוין אביסל לייכטער דער ענין, אין בריסק זיצט מען איבער ר׳ חיים׳ס און מ׳איז דן צו די מצוה פון שמחה איז א חיוב גברא אדער חפצא, אפשר קענען די בלעטער גאר ווערן א חפץ של מצוה, הקיצור, דאס איז נאר א טיפה בים דיר צו פארשטיין גיבן ווי אזוי דא קוקט אויס, פארשטייסט וואס איך זאג דיר ס׳ששון, גראדע אויפן דרייוון האט עס נישט אויסגעקלאפט, וויבאלד רוב אויטאס זענען דרייווערלאז, אזוי ווי טעסלא איז געווען אפאר יאר צוריק.
עניוועי והעיר ניו יארק צהלה ושמחה ....

אחלה זמנים באים ... סטעי טאונד...

לחיים

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 18, 2021 1:30 pm

· #470508
מה בכך

היינו דאמרי אינשו, ווען די נער וואלט נישט געווען מיינער, וואלט איך געלאכט.
ס'אלעס זייער גוט צום לאכן, ביז ווי לאנג דער אנגע'סחורה'טע באנדיט גייט ארום באראבעווען די עולם, ווייל עס האט זיך אים אויסגעלאזט דאס געלט, אבער ער דארף נאך פון די סממנים.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 18, 2021 1:37 pm

· #470511
מ'וועט נאך איין טאג רעדן פון די פרשה ווי מ'רעדט היינט פון די prohibition צייטן, די אוסרים וועלן זיך שעמען צו זאגן זייער מיינונג אין פאבליק.

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 18, 2021 1:43 pm

· #470512
רביה''ק זי''ע
מ'וועט נאך איין טאג רעדן פון די פרשה ווי מ'רעדט היינט פון די probation צייטן, די אוסרים וועלן זיך שעמען צו זאגן זייער מיינונג אין פאבליק.

לכאורה ביסטו גערעכט, דאס מיינט אבער נישט אז די וואס זענען פאר עס ליגעלייזען זענען גערעכט.
לדעתי איז פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אלקאהאל און דראגס.

מה בכך » זונטאג אפריל 18, 2021 1:43 pm

· #470513
דאכזעך סאיז שוין אפילו דא א איסור פון רבנים און לעיקוואוד...

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 1:49 pm

· #470514
אלע צוזאמען

היינו דאמרי אינשו, ווען די נער וואלט נישט געווען מיינער, וואלט איך געלאכט.
ס'אלעס זייער גוט צום לאכן, ביז ווי לאנג דער אנגע'סחורה'טע באנדיט גייט ארום באראבעווען די עולם, ווייל עס האט זיך אים אויסגעלאזט דאס געלט, אבער ער דארף נאך פון די סממנים.

הינדרעט פראצענט! און מיט דעם ווערט פארענטפערט דאס...
נײגעריגער
גיב א שמייכעל

די רעכטע טענה'ן אז דאס וועט צוברענגען צו א פארברעכעכן כאוואליע איבער די גאנצע סטעיט.

😂 😃 😂 האהא נישטא װער ס'זאל לאכן
פון װעלכע פארברעכן רעדט איר? עסן צו סאַך?....
װען איינער רייכערט די קטורת איז ער געװענלעך װייניגער ביכולת צו באַגיין געװאלדטאטן
אדרבה פּרובירט עס, ס'לעבן װעט אייך בעסער זיין...

כ'מיין אז צװישן די געבילדעטע מענטשן איז כהיום הכל מודים אז דער קאַמף דערקעגן האט נישט געהאט קיין הענט און פוס. די רעגירונג האט פּשוט מורא געהאט פון די היפּיס...

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 1:50 pm

· #470515
מה בכך
דאכזעך סאיז שוין אפילו דא א איסור פון רבנים און לעיקוואוד...

כ'מיין אז דער קול קורא נאר איז קעגען די דיסטריביטער וואס פארשפרייט די סחורה...
אבער עמך יודען, סתם רייכענען, מעג מען... 😂 😂

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 18, 2021 2:34 pm

· #470518
אלע צוזאמען

לדעתי איז פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אלקאהאל און דראגס.

און לדעתי זענען די אלע חילוקים נאר תירוצים וואס קומען פארענטפערן א מציאות אין וואס מ׳לעבט (נישט יעדע חילוק איז בהכרח א מחלק), איינמאל מ׳וועט זיך צוגעוואוינען צום נייעם מציאות וועלן די תירוצים לויפן אויפ׳ן נייעם מהלך.

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 4:29 pm

· #470532
רביה''ק זי''ע
אלע צוזאמען

לדעתי איז פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אלקאהאל און דראגס.

און לדעתי זענען די אלע חילוקים נאר תירוצים וואס קומען פארענטפערן א מציאות אין וואס מ׳לעבט (נישט יעדע חילוק איז בהכרח א מחלק), איינמאל מ׳וועט זיך צוגעוואוינען צום נייעם מציאות וועלן די תירוצים לויפן אויפ׳ן נייעם מהלך.

איז וואס איז די סיבה וואס מ'האט עס לכתחילה פארבאטען??

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 18, 2021 4:31 pm

· #470533
דו מיינסט פארוואס מ׳האט פארבאטן אלקאהאל אין די prohibition עפאכע? 😛

גיב א שמייכעל » זונטאג אפריל 18, 2021 4:33 pm

· #470535
רביה''ק זי''ע
דו מיינסט פארוואס מ׳האט פארבאטן אלקאהאל אין די prohibition עפאכע? 😛

ביידע... סיי דעמאלטס און סיי יעצט פארוואס האט מען בכלל געמאכט דראגס אומלעגאל?

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 4:37 pm

· #470538
גיב א שמייכעל
רביה''ק זי''ע
אלע צוזאמען

לדעתי איז פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אלקאהאל און דראגס.

און לדעתי זענען די אלע חילוקים נאר תירוצים וואס קומען פארענטפערן א מציאות אין וואס מ׳לעבט (נישט יעדע חילוק איז בהכרח א מחלק), איינמאל מ׳וועט זיך צוגעוואוינען צום נייעם מציאות וועלן די תירוצים לויפן אויפ׳ן נייעם מהלך.

איז וואס איז די סיבה וואס מ'האט עס לכתחילה פארבאטען??

ווייל די רעגירונג האט אן איינרעדעניש אז זיי זענען דא אונז צו לערנען הדרך ילכו בו... נו, איך אלס א טאטע וויל נישט מיינע קינדער זאלן עס נעמען, פונקט ווי איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן ווערן צוגעבינדן צום ביטערן טראפן.

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 18, 2021 4:43 pm

· #470540
ליב צו וויסן
גיב א שמייכעל
רביה''ק זי''ע
אלע צוזאמען

לדעתי איז פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אלקאהאל און דראגס.

און לדעתי זענען די אלע חילוקים נאר תירוצים וואס קומען פארענטפערן א מציאות אין וואס מ׳לעבט (נישט יעדע חילוק איז בהכרח א מחלק), איינמאל מ׳וועט זיך צוגעוואוינען צום נייעם מציאות וועלן די תירוצים לויפן אויפ׳ן נייעם מהלך.

איז וואס איז די סיבה וואס מ'האט עס לכתחילה פארבאטען??

ווייל די רעגירונג האט אן איינרעדעניש אז זיי זענען דא אונז צו לערנען הדרך ילכו בו... נו, איך אלס א טאטע וויל נישט מיינע קינדער זאלן עס נעמען.

אן אלקאהאל עדיקט קומט נישט אן (בדרך כלל, ס'איז אלץ דא אויסנאמען) אזוי ווייט ווי דער דראג עדיקט.

נײגעריגער » זונטאג אפריל 18, 2021 5:24 pm

· #470553
עס זעהט מיר אויס איר האט א יסודות'דיגער טעות איבער די תוצאות װאס קעניבאַס האט אויף מערסטע מענטשן; יא ס'איז א דראָג, קעפין איז אויך א דראג... אבער די רעזולטאטן פון צופיל אלקאהאל באַנוץ איז ניטאמאל דומה צו מאַריװאַנאַ - סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
שוין אָפּגערעדט פונעם פאקט די מוכרחדיגע היילונגען װאס מאַריװאַנאַ ברענגט, (THC און CBD). ס'איז קיין מציאות צו אָװערדאָוזן אויף קאַניבאָס. טאָ האַקט נישט קיין טשייניק ביטע, מיטן עס פארגלייכן צו אן אמתע (כלומר: העראָואין, קאָוקעין אא"װ) דראג עדיקשן.
עדויקעיט יורסעלף בעפאָרן שיסן אזעלכע סטעיטמענטס.
טעמו וראו כי טוב. ס'װעט אייך זיין גוט און װאויל. אלע דאגות װערן צונישט.

ליב צו וויסן » זונטאג אפריל 18, 2021 5:28 pm

· #470555
אלע צוזאמען

אן אלקאהאל עדיקט קומט נישט אן (בדרך כלל, ס'איז אלץ דא אויסנאמען) אזוי ווייט ווי דער דראג עדיקט.

איך בין בכלל נישט באקאנט מיט די ענינים.. דאס ביסל וואס איך ווייס נעם איך פון Joe Rogan (א פאדקעסטער מיט שווערער מיליאנען צוהערער וואס רעדט אפט אין דעם נושא), וואס מאכט שטארק אוועק די סארט טענות קעגן מאריוואנא..

לעצם הענין, ס'איז מיר א קליינע נפקא מינא וואס איז שעדליכער וכו, יעדער אדאלט זאל מאכן זיין אייגענע דעסיזשן צו ער וויל עס אדער נישט.
די מערסטע וואס די רעגירונג זאל טוהן איז פרובירן אויפקלערן דעם עולם (וואונטש זיי פיל הצלחה).

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 18, 2021 5:38 pm

· #470556
נײגעריגער
עס זעהט מיר אויס איר האט א יסודות'דיגער טעות איבער די תוצאות װאס קעניבאַס האט אויף מערסטע מענטשן; יא ס'איז א דראָג, קעפין איז אויך א דראג... אבער די רעזולטאטן פון צופיל אלקאהאל באַנוץ איז ניטאמאל דומה צו מאַריװאַנאַ - סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
שוין אָפּגערעדט פונעם פאקט די מוכרחדיגע היילונגען װאס מאַריװאַנאַ ברענגט, (THC און CBD). ס'איז קיין מציאות צו אָװערדאָוזן אויף קאַניבאָס. טאָ האַקט נישט קיין טשייניק ביטע, מיטן עס פארגלייכן צו אן אמתע (כלומר: העראָואין, קאָוקעין אא"װ) דראג עדיקשן.
עדויקעיט יורסעלף בעפאָרן שיסן אזעלכע סטעיטמענטס.
טעמו וראו כי טוב. ס'װעט אייך זיין גוט און װאויל. אלע דאגות װערן צונישט.

CBD איז קיין היילונג נישט, די גרעסטע ראי' צו דעם איז, לויט ווי די עדווערטייזמענטס לייגן עס אראפ היילט עס אלעס, אזאך וואס היילט אלעס מיינט אז עס טוט גארנישט.
כ'וואלט עס פרובירט, ווען נישט כ'פארמאג עטליכע חברים וואס זענען יצא מדעתם נאכן נעמען בלויז די אזוי גערופענע אומשעדליכע געווירצן.

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 18, 2021 5:43 pm

· #470558
ליב צו וויסן
אלע צוזאמען

אן אלקאהאל עדיקט קומט נישט אן (בדרך כלל, ס'איז אלץ דא אויסנאמען) אזוי ווייט ווי דער דראג עדיקט.

איך בין בכלל נישט באקאנט מיט די ענינים.. דאס ביסל וואס איך ווייס נעם איך פון Joe Rogan (א פאדקעסטער מיט שווערער מיליאנען צוהערער וואס רעדט אפט אין דעם נושא), וואס מאכט שטארק אוועק די סארט טענות קעגן מאריוואנא..

לעצם הענין, ס'איז מיר א קליינע נפקא מינא וואס איז שעדליכער וכו, יעדער אדאלט זאל מאכן זיין אייגענע דעסיזשן צו ער וויל עס אדער נישט.
די מערסטע וואס די רעגירונג זאל טוהן איז פרובירן אויפקלערן דעם עולם (וואונטש זיי פיל הצלחה).

אלץ א קאנסערוואטיווע ליבירטעריען, זעמיר מיט דיר אויף איין בלאט לגבי די גאווערמענט זאל זיך נישט אריינמישן אין פריוואטע מענטשן'ס ביזנעס, פון אייגענע ערפארונג זעה איך יא די שעדליכקייט.

נײגעריגער » זונטאג אפריל 18, 2021 10:56 pm

· #470580

די שעדליכקייט פון די געװירצן אדער פון די רעגירונג זיך אריינמישן? אויב די ערשטע, קענט איר אזוי גוט זיין און מרחיב זיין װי אזי עס האט אייך געשאַדט?
מיר פּערזענלעך האט עס שטארק געהאלפן אין אלע הינזיכטן

לגבי די רעגירונג האלטן די נאָניע אינדרױסן פון פריוואטע מענטשן'ס ביזנעס, בינעך מסכים

----------------------

אלע צוזאמען
כ'פארמאג עטליכע חברים וואס זענען יצא מדעתם נאכן נעמען בלויז די אזוי גערופענע אומשעדליכע געווירצן.

ממש אזוי? פּרטים ביטע, אויב מעגלעך

איך קוק ארויס צו הערן פון אייך

אין תוך גענומען אפי' לאָמיר זאגן אז די אידן דא זענען גערעכט, און קומען מיט קראַנטע געשיכטעס, איז עס נאכאלץ אן אַנעקדאָט. דער סייעטנטיפשער מציאות איז אז מאַריװאַנאַ איז הילפבאַר און שאַדט נישט פאר רוב מענטשן, בפרט אין פארגלייך צו אסאך אנדערע דראָגס װאס איז שוין לעגאַל לאַנגע יאָרן ואין פּוצה פּה ומצפצף

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 18, 2021 11:00 pm

· #470581
איך האב נאכנישט געטראפן קיין שטודיע וואס באשטעטיגט די שעדליכקייט פון קאנאביס (עדדיקטעד קען מען ווערן צו סיי וואס, דעבאטירן נארישקייטן איז אויך אן עדדיקשן, סאו וואט, דערפאר זאל מען מוזן אפשפארן קאוועשטיבל?! 😃 ) אבער אפיום וואס אונזערע עלטער זיידעס האבן גערייכערט אין מערב אייראפע שאדט שוין איינמאל פאר׳ן מוח...

אלע צוזאמען » זונטאג אפריל 18, 2021 11:46 pm

· #470587
רביה''ק זי''ע
איך האב נאכנישט געטראפן קיין שטודיע וואס באשטעטיגט די שעדליכקייט פון קאנאביס (עדדיקטעד קען מען ווערן צו סיי וואס, דעבאטירן נארישקייטן איז אויך אן עדדיקשן, סאו וואט, דערפאר זאל מען מוזן אפשפארן קאוועשטיבל?! 😃 ) אבער אפיום וואס אונזערע עלטער זיידעס האבן גערייכערט אין מערב אייראפע שאדט שוין איינמאל פאר׳ן מוח...

על אחרון ראשון ועל ראשון אחרון.
קען זיין אז אפיום איז טאקע ערגער ווי מאריכונא, און שטודיעס איז נישטא וויבאלד ווער מאכט געווענליך די שטודיעס, די איניווערסיטעטן, די גרויסע שולע'ס זענען אלע אן אויסנאם שטרענג לינק, וואס די לינקע ווילן דאך אז ס'זאל ווערן מותר.

@נייגעריגער וואס ווילסטו? איך זאל ארויסשרייבן ברחל בתך הקטנה די נאמען פון מיין באקאנטער וואס ווייניגער ווי א יאר נאכן 'הרי את' האט מען שוין געשריבן די 12 שורות? און היינט צוטאגס דרייט ער זיך מיט די נידריגסטע פון געזעלשאַפֿט?

אונטער חכם » מאנטאג אפריל 19, 2021 2:21 am

· #470602
Re: מאריכונא איז לעגאל אין נוי יארק.
איך קען פערזענליך אסאך אידן וואס האבן זיך אנגעליטן צרות פון אלקאהאל אדיקשאן, און איך קען אויך עטליכע אידן וואס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן דורך אנגעטרינקענע דרייווערס.

איך זאג נישט אז פראהיבישאן איז געווען גערעכט, אבער עס האט געהאט א פוינט.

און אפי' אויב מאריוואנא איז אביסל בעסער ווי אלקאהאל, איז נאך אלץ גוט אוועקצושטיין דערפון, אלקאהאל טרינקט מען דאך שוין סייווי, וואס פעלט אויס נאך פראבלעמען.

דער דאס » דינסטאג אפריל 20, 2021 11:58 am

· #470820
א פרייליכן 420 יעדער איינער!!

אישתישבי » דינסטאג אפריל 20, 2021 2:22 pm

· #470834
די אויפגעקלערטע חברה פארברענגן אסאך דערמיט, האט מען מנוחה.

נײגעריגער » דינסטאג אפריל 20, 2021 4:42 pm

· #470867
אונטער חכם
איך קען פערזענליך אסאך אידן וואס האבן זיך אנגעליטן צרות פון אלקאהאל אדיקשאן, און איך קען אויך עטליכע אידן וואס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן דורך אנגעטרינקענע דרייווערס.

איך זאג נישט אז פראהיבישאן איז געווען גערעכט, אבער עס האט געהאט א פוינט.

און אפי' אויב מאריוואנא איז אביסל בעסער ווי אלקאהאל, איז נאך אלץ גוט אוועקצושטיין דערפון, אלקאהאל טרינקט מען דאך שוין סייווי, וואס פעלט אויס נאך פראבלעמען.

קיינער לייקנט נישט אז אלקאהאל אדיקשאן, (און יעדע עדיקשן באמת), איז א חורבן; די פראגע איז נאר אויב א פאַרבאָט העלפט. און פון ערפארונג איז די ענטפער א גרויסן לא מיט אַן אלף
די תוצאות פון פראהיבישאן למשל, זענען געװען פיל ערגער װי אלקאָהאָליזם זעלבסט. וה"ה די מלחמה קעגן דראגס וכדו'

לגבי מאריוואנא זעלבסט, יעדע פארגלייך צו העװי דראגס קומט פון מיסאינפאָרמאַציע. נישט נאָר איז עס "אביסל בעסער ווי אלקאהאל", סע איז ממש לא ראי זה כראי זה
סע איז א היילנדע פלאַנצונג, א herb בלע"ז. ס'איז נישט צופיל אנדערש פון kratom אדער Kava kava - מיינוס די לעבער דעמעדזש
זיכער איז טעאָרעטיש פארהאַן מענטשן װאס אביוזן זייער באנוץ, אבער דאס איז די מציאות מיט כמעט יעדע זאך אין לעבן. מער מענטשן ליידן לכאורה פיל מער פון טרינקען צופיל ציקערדיגע סאָודע אדער עסן צופיל װאָרשטלעך, װי פון די קטורת.
ס'איז יצא שכרו בהפסידו מיט א שמיץ אריבער

א פריילעכען הויעכען פיער-צװאָנציג! 😂 😃 🙂 😉 😞 🙄 😲 😕

שושן פורים » דינסטאג אפריל 20, 2021 7:26 pm

· #470887
אונטער חכם
איך קען פערזענליך אסאך אידן וואס האבן זיך אנגעליטן צרות פון אלקאהאל אדיקשאן, און איך קען אויך עטליכע אידן וואס זענען ליידער גע'הרג'עט געווארן דורך אנגעטרינקענע דרייווערס.

איך זאג נישט אז פראהיבישאן איז געווען גערעכט, אבער עס האט געהאט א פוינט.

און אפי' אויב מאריוואנא איז אביסל בעסער ווי אלקאהאל, איז נאך אלץ גוט אוועקצושטיין דערפון, אלקאהאל טרינקט מען דאך שוין סייווי, וואס פעלט אויס נאך פראבלעמען.

באקאנטע כלל, וואס איז די חילוק צווישן א אנגעטרינקענע דרייווער און א הויכע דרייווער?

די אנגעטרינקענע דרייווער וועט אדורכפליען א רויטע לעמפל בשעת דער דרייווער וואס איז הויעך אויף סחורה וועט זיצן ביי די סטאפ סיין ווארטנדיג עס זאל ווערן גרין.

מאריוואנא איז בכלל נישט שעדליך, דאס אז עס איז אומלעגאל מאכט עס שוין איינמאל שעדליך

א. מענטשן זיצן אין תפיסה, זייער לעבן רואינירט, פאר גארנישט און נישט.

ב. אז עס איז אומלעגאל ווערט די מארקעט קאנטראלירט דורך גענגסטערס און אונטערוועלטניקעס.

ג. אז עס איז אומלעגאל קען מען נישט עכט קאנטראלירן די סובסטאנץ און געוויסע דילערס מישן אריין אנדערע זאכן.

ד. אז עס איז אומלעגאל, ווייסן אסאך נישט די חילוק צווישן נאטורליך אומשעדליכע וויד און אנדערע געפארפולע דראגס ווי קאקעין און העראין, אז מען לייגט אלעס אריין אינעם כלל פון דראגס אז ער נעמט שוין איינס פארוואס נישט די אנדערע?

ועוד ועוד

א פרייליכן יום טוב און א זיסן פיר/צוואנציג צו אייך אויכעט @נייגעריגער און פאר גאנץ כלל ישראל.

איך אויך » דינסטאג אפריל 20, 2021 8:22 pm

· #470895
סתם לידיעתך: קאקעין און הערואין זענען אקוראט אזוי 'נאטירלעך' ווי מארכאנא.

שושן פורים » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:08 am

· #470918
איך אויך
סתם לידיעתך: קאקעין און הערואין זענען אקוראט אזוי 'נאטירלעך' ווי מארכאנא.

גיפט פון א שלאנג איז אויך נאטורליך אבער דאך שעדליך.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 21, 2021 8:30 am

· #470925
הייסט עס אז די פראבלעם איז די איבעריגע ווארט "נאטורליך", אקעי, אז ס'שטערט דיר אזוי שטארק פון פארשטיין קענסטו עס איגנארירן, די פוינט איז אז אויף דעם איז נישט דא קיין שטודיעס אז ס'שאדט און אויף די אנדערע יא. (אדער אפשר גאר נוצט מען נאר דאס ווארט אלץ א תירוץ אויף נישט צו פארשטיין, אויב אזוי האב איך גארנישט געזאגט און האלטס ענק ווייטער שטארק.)

נײגעריגער » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:19 pm

· #470950
איך אויך
סתם לידיעתך: קאקעין און הערואין זענען אקוראט אזוי 'נאטירלעך' ווי מארכאנא.

אמת, אין א געװיסן זין. און אז עפּעס איז נאַטירלעך מיינט עס טאַקע כשלעצמו גארנישט; דער נאַטור איז פיל מיט זאכן װאס זענען שאַדלעך

אויב האט איר זיך באַצויגן צו מיר, איז מיין נקודה מיט דאס:
נײגעריגער

סע איז א היילנדע פלאַנצונג, א herb בלע"ז. ס'איז נישט צופיל אנדערש פון kratom אדער Kava kava - מיינוס די לעבער דעמעדזש

געװעהן, אז ס'איז א פלאַנצונג מיט זייער װייניג זייטיגע אפעקטן

נישט אז: נאטירלעך = גוט, סינטעטיש = שלעכט, דאס איז א נושא פאר זיך, ואכמ"ל

האפנטלעך פארשטייט מען מיך דא... קי קצרתי

שושן פורים » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:31 pm

· #470951
רביה''ק זי''ע
איך האב נאכנישט געטראפן קיין שטודיע וואס באשטעטיגט די שעדליכקייט פון קאנאביס (עדדיקטעד קען מען ווערן צו סיי וואס, דעבאטירן נארישקייטן איז אויך אן עדדיקשן, סאו וואט, דערפאר זאל מען מוזן אפשפארן קאוועשטיבל?! 😃 ) אבער אפיום וואס אונזערע עלטער זיידעס האבן גערייכערט אין מערב אייראפע שאדט שוין איינמאל פאר׳ן מוח...

אז מען רעדט פון עדיקשאן מוז מען ארויסברענגען דאס, מאריוואנא איז בכלל נישט עדיקטיוו, די געוואוקס פארמאגט נישט קיין שום עדיקטיוו סובסטאנץ. יא, פארהאן מענטשן וואס האבן ליב די רעזאלטס און נעמען עס איינמאל און נאכאמאל, אבער עס איז גארנישט אנדערש פון קאקאש קעיק מיט מילך.

די אנדערע שעדליכע דראגס פארמאגן יא עדיקטיוו סובסטאנץ עד כדי כך אז נאכן נעמען פאר א וויילע מוז די גוף עס האבן, בערך אזוי ווי ניקאטין.

נײגעריגער » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:35 pm

· #470952
אונטער חכם

און אפי' אויב מאריוואנא איז אביסל בעסער ווי אלקאהאל, איז נאך אלץ גוט אוועקצושטיין דערפון, אלקאהאל טרינקט מען דאך שוין סייווי, וואס פעלט אויס נאך פראבלעמען.

א קליינע הערה
היות דער פארבאט איז געװען אומבארעכטיגט מעיקרא, יש מקום לטעון אז סע ליגט א חוב אויף די רעגירונג דאס מתקן צו זיין. והבן?....

מענטשן זיצן נאך אין תפיסה דערויף, א מין רשעות צו רואינירן א מענטשנס לעהבן פאַרן באַזיצן אדער האנדלען מיט אביסעלע היילנדע געװירצן

תרמב » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:10 pm

· #470956
מ'זיצט אין תפיסה פארן ברעכן די געזעץ, האלסט אז די געזעץ איז נישט ריכטיג, רעדט צו די געזעץ געבערס אז זיי זאלן עס טוישן, האסט נישט ליב דעם פאליטישאן וואוט אים ארויס און ברענג אריין א צווייטן, אמעריקא איז א דעמאקראטיע, ווילאנג דאס איז די געזעץ דארף מען עס פאלגן, און אז מ'פאלגט נישט טראגט מען די קאנסקעווענצן.

אישתישבי » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:14 pm

· #470957
נײגעריגער
אונטער חכם

און אפי' אויב מאריוואנא איז אביסל בעסער ווי אלקאהאל, איז נאך אלץ גוט אוועקצושטיין דערפון, אלקאהאל טרינקט מען דאך שוין סייווי, וואס פעלט אויס נאך פראבלעמען.

א קליינע הערה
היות דער פארבאט איז געװען אומבארעכטיגט מעיקרא, יש מקום לטעון אז סע ליגט א חוב אויף די רעגירונג דאס מתקן צו זיין. והבן?....

מענטשן זיצן נאך אין תפיסה דערויף, א מין רשעות צו רואינירן א מענטשנס לעהבן פאַרן באַזיצן אדער האנדלען מיט אביסעלע היילנדע געװירצן

עס איז געוועהן גוטע סיבות צו אסר'ן דראגס.

מען איז עס מתיר ווייל האבענדיג די געזעץ יעצט איז סטופיד, ווייל קיינער האלט עס נישט. בבחינת גזירה שאין רוב הצבור יכולין לעמוד בה.

שושן פורים » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:26 pm

· #470960
תרמב
מ'זיצט אין תפיסה פארן ברעכן די געזעץ, האלסט אז די געזעץ איז נישט ריכטיג, רעדט צו די געזעץ געבערס אז זיי זאלן עס טוישן, האסט נישט ליב דעם פאליטישאן וואוט אים ארויס און ברענג אריין א צווייטן, אמעריקא איז א דעמאקראטיע, ווילאנג דאס איז די געזעץ דארף מען עס פאלגן, און אז מ'פאלגט נישט טראגט מען די קאנסקעווענצן.

עפעס א מין אפגאט דאס געזעץ?

שושן פורים » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:27 pm

· #470961
אישתישבי
נײגעריגער
אונטער חכם

און אפי' אויב מאריוואנא איז אביסל בעסער ווי אלקאהאל, איז נאך אלץ גוט אוועקצושטיין דערפון, אלקאהאל טרינקט מען דאך שוין סייווי, וואס פעלט אויס נאך פראבלעמען.

א קליינע הערה
היות דער פארבאט איז געװען אומבארעכטיגט מעיקרא, יש מקום לטעון אז סע ליגט א חוב אויף די רעגירונג דאס מתקן צו זיין. והבן?....

מענטשן זיצן נאך אין תפיסה דערויף, א מין רשעות צו רואינירן א מענטשנס לעהבן פאַרן באַזיצן אדער האנדלען מיט אביסעלע היילנדע געװירצן

עס איז געוועהן גוטע סיבות צו אסר'ן דראגס.

מען איז עס מתיר ווייל האבענדיג די געזעץ יעצט איז סטופיד, ווייל קיינער האלט עס נישט. בבחינת גזירה שאין רוב הצבור יכולין לעמוד בה.

דראגס זאל בלייבן אומלעגאל, מאריכוואנא האט ווען קיינמאל נישט געברויכט אריינגיין אין דעם כלל.

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:41 pm

· #470962
שושן פורים

ס'גייט זיך נישט אפשטעלן ביים לעגאלעזירן מאריכואנע, דאס איז נאר די אנהייב,קאקעין, הערואין און אלע אנדערע וועלן נאכקומען, כך דרך הלינקע.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:48 pm

· #470964
גערעכט, ווען מ׳האט לעגאלעזירט אלקאהאל האט מען געזאגט די זעלבע אז איין טאג וועט מען נאך לעגאלעזירן מאריחואנא, ס׳איז דורכגעגאנגען ניינציג יאר און די נבואה איז מקויים געווארן, יעצט ווען מען דארפן ווארטן נאך ניינציג יאר פאר די נייע נבואה מקויים צו ווערן, צוביסלעך צוביסלעך... כי כך דרך הלינקע, חלילה נישט געבן די benefit of the doubt אז אפשר איז דא א נארמאלערע תירוץ.

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:01 pm

· #470966
רביה''ק זי''ע
גערעכט, ווען מ׳האט לעגאלעזירט אלקאהאל האט מען געזאגט די זעלבע אז איין טאג וועט מען נאך לעגאלעזירן מאריחואנא, ס׳איז דורכגעגאנגען ניינציג יאר און די נבואה איז מקויים געווארן, יעצט ווען מען דארפן ווארטן נאך ניינציג יאר פאר די נייע נבואה מקויים צו ווערן, צוביסלעך צוביסלעך... כי כך דרך הלינקע, חלילה נישט געבן די benefit of the doubt אז אפשר איז דא א נארמאלערע תירוץ.

ביז נעכטן א מינוט פאר די שולד אורטייל אויף דער געוועזענער פאליציי מאן 'דערעק טשאווין' וואס האט אומגעברענגט (אפיציעל) 'דזשארדזש פלאויד', האבן די לינקע געשריגן אז דאס ''די שולד אורטייל- גייט זיין יוסטיץ, א מינוט נאכ'ן אורטייל האבן זיי געריקט דאס שטעקעלע, פון 'קארטעסקע' ביז 'פעלאסי' און אוודאי אוודאי דער אזויגערופענע פרעזידענט 'ביידען' האבן אלע דערקלערט אז דאס איז נישט געווען גענוג, נישט דאס איז יוסטיץ, מ'דארף נאכמער.
אונז לעבן היינט אין אסאך א שנעלערע וועלט, אלעס לויפט שנעלער.

נײגעריגער » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:02 pm

· #470967
אלע צוזאמען

ס'גייט זיך נישט אפשטעלן ביים לעגאלעזירן מאריכואנע, דאס איז נאר די אנהייב,קאקעין, הערואין און אלע אנדערע וועלן נאכקומען, כך דרך הלינקע.

ס'דא א נאָמען פאַר די מהלך, סע רופט זיך Fearmongering
קיין שייכות מיט לאָגיק

אַן ענלעכע מהלך האָבן געװיסע אָנגענומען באַם זיך קעגנשטעלן דאס לעגאַלירירן סעים-סעקס הייראַטן

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:30 pm

· #470972
אלע צוזאמען
אונז לעבן היינט אין אסאך א שנעלערע וועלט, אלעס לויפט שנעלער.

כ׳האף אז דו ביזט גערעכט, נישט אז איך בין אינטערעסירט אין העראאין און די אנדערע חולערעס, כ׳האף נאר אז ווען מ׳וועט לעגאלעזירן די אנדערע זאכן אין וואס איך בין יא אינטערעסירט (lsd, mdma, shrooms) וועלט די פרייזן פאלן, ס׳דרוקט אביסל אויף מיין טייסטער. 😂 😂 😂

שארפןקאפ » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:37 pm

· #470974
Re: מאריכונא איז לעגאל אין נוי יארק.
רביה''ק זי''ע
אלע צוזאמען
אונז לעבן היינט אין אסאך א שנעלערע וועלט, אלעס לויפט שנעלער.

כ׳האף אז דו ביזט גערעכט, נישט אז איך בין אינטערעסירט אין העראאין און די אנדערע חולערעס, כ׳האף נאר אז ווען מ׳וועט לעגאלעזירן די אנדערע זאכן אין וואס איך בין יא אינטערעסירט (lsd, mdma, shrooms) וועלט די פרייזן פאלן, ס׳דרוקט אביסל אויף מיין טייסטער. [emoji38] [emoji38] [emoji38]
עפשער פארשאפט איר מיר אביסל[emoji87][emoji86][emoji85]

דרך אגב רביה"ק יעצט פארשטיימער אלס

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

שושן פורים » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:06 pm

· #470981
אלע צוזאמען

ס'גייט זיך נישט אפשטעלן ביים לעגאלעזירן מאריכואנע, דאס איז נאר די אנהייב,קאקעין, הערואין און אלע אנדערע וועלן נאכקומען, כך דרך הלינקע.

און אפשר זאל מען אפשטעלן טאנצן אויף חתונות ווייל אויב לאזט מען דאס צו וועלן מענער און פרויען טאנצן צוזאמען?

דאס איז דאך די חורבן פון אריינלייגן אלעס אין א שם הכולל "דראגס" סיי אז געוויסע אומוואוסנדע מענטשן מיינען אז אויב זיי באנוצן זיך שוין מיט "דראגס" הותרה הרצועה פאר אנדערע שעדליכע דראגס, און אז דאס איז נישט שעדליך און דאך איז עס אומלעגאל ה"ה פאר די אנדערע.

און סיי אז מענטשן זאגן טאקע וואס דו זאגסט דא אז אויב וועט מען מתיר זיין דאס וועט מען דאך זיכער בקרוב לעגאליזירן קאקעין.

די אמת מוז קלארגעשטעלט ווערן איינמאל פאר אלעמאל, עס איז דא מאריכוואנא און עס איז דא דראגס, די צוויי האבן זיך קיינמאל נישט באגעגנט חוץ אויף די געזעץ ביכער. די שעדליכע זאל טאקע בלייבן אומלעגאל לעולם ועד און די נישט שעדליכע יאכלו ויעשנו ענוים וישבעו.
בלאט: 1 2