☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות

סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14542
בלאט: 1 2

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 12, 2021 11:33 pm

· #469818
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: די או. טי. די.'ס זענען נאר געווארן אזוי פאר די זעלבע סיבה. ווייל מ'האט נישט משריש געווען אין זיי אמונה בהשי"ת און אמונת חכמים. און זיי האבן נאר מקיים געווען די מצוות כמעשה קוף בעלמא...!
מ'האט פרובירט....

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 13, 2021 3:43 am

· #469842
נישט זייער שטארק: ווייל מ'איז געווען ביזי אין די מלחמה אקעגן ציונות. אויפ'ן וועג האבן מיר אויך פארלוירן דאס מענטשליכקייט...! ווייל, ווי קומט א יונגער שנאק אנצו זידלען אן עלטער'ן איד. נאר דער תירוץ איז אז יענער איז א ציוני. דאמאלס מעג מען שוין אלעס...! או.קעי. דאס ציוניזם איז שוין א געפגר'טער פערד. האבן די היינטיגע קינדער און יונגווארג א נייע פאנטשינג בעג..."טמא'נע כלים"...דאס געט זיי שוין א היתר צו רעדן חוצפה'דיג צו און אנזידלען עלטערע מענטשן. אין נאמען פון רעליגיע און קנאות...עיין ..."שומרים"...!

אישתישבי » דינסטאג אפריל 13, 2021 4:27 am

· #469850
רעדסט אוודאי פין עלטערע מענטשן וואס האבן שכל ווי קינדער, נעבעך.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:16 pm

· #469998
ניין: כ'האב געזעהן גאנץ יונגע ראצערס זידלען און שפעטן אן עלטערן מענטש...!

אישתישבי » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:19 pm

· #470000
berlbalaguleh
ניין: כ'האב געזעהן גאנץ יונגע ראצערס זידלען און שפעטן אן עלטערן מענטש...!


און דער גערער וואס זידעלט און עלטערע איד וואס איז ביי ר' שאול? זיי זענען ביידע ציונים?

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 11:22 pm

· #470001
די יצר הרע שלאפט נישט, סאיז אלץ דא פרישע פירצה’ס וואס מ’דארף מחנך זיין די עלטערע, ציונות, כלים, ר’ שאול, וכדומה

דורש אמת » זונטאג אפריל 25, 2021 2:14 pm

· #471314
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
מע הערט נאכזאגן פונעם בעשט און פון רבי ישראל סאלאנטער : דאס וואס גייט ארויס פון מויל איז וויכטיגער ווי דאס וואס גייט אריין אין מויל. דער זאג שטאמט פונעם ברית חדשה בשם יויזל. א מוראדיגע מעשה דערוועגן וועט איר טרעפן אין די זכרונות פון הרב יעקב מזאה אונטערן קעפל הב״ח הקדוש.


Sent from my iPad using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 26, 2021 4:49 pm

· #471499
דורש אמת: דער ברית החדשה האט עס אויך געגנב'עט פון אידן. כ'מיין אז ס'איז דא אזא אדער ענליכער פסוק אין תהילים...!

תוהו ובוהו » מאנטאג אפריל 26, 2021 8:13 pm

· #471512
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
berlbalaguleh
דורש אמת: דער ברית החדשה האט עס אויך געגנב'עט פון אידן. כ'מיין אז ס'איז דא אזא אדער ענליכער פסוק אין תהילים...!
אדרבה, וואו?

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

כרם זית » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:08 am

· #471543
ר׳ בערל מיינט לכאורה די חסידישע איינטייטש אויף "ואנכי תולעת ולא איש"...

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:35 pm

· #492997
איך בין נישט זיכער אויב ס'געהערט דא ווייל דאס קומט דירעקט פון יענע מקורות אבער ס'איז א theme וואס איז געווארן היינט א חלק פון א.ג. היימישע אידישקייט:

מתי
34 אל-תחשבו כי באתי להטיל שלום בארץ לא באתי להטיל שלום כי אם-חרב: 35 כי באתי להפריד בין איש ואביו ובין בת ואמה ובין כלה וחמותה

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:17 pm

· #493006
רביה''ק זי''ע
באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא. די שאלה בלייבט נאר צו די געדאנקען זענען אריגינעל יאשקע׳ס חידושים צו די געדאנקען זענען אלטע וואס צירקולירן ביי אידן שוין פון פאר יאשקע און ביידע האבן עס גענומען פונעם זעלבן פלאץ.

רביה"ק זי"ע (ע"ה): איך וועלל גיין נאך א טריט ווייטער און זאגן אז די קריסטליכע פיהרער וועלכע האבן געשריבן אט די אויבנדערמאנטע פסוקים, האבן עס גענומען פון דברי חז"ל. אן געבן קרעדיט פאר די אריגינאלע בעלי המימרא.

ביי מיר שמעקט אבשלום בן מעכה'ס באהויפטונג מיט אן אינפערייאריטי קאמפלעקס...!אז אלעס ביי אונז איז געגנב'עט פון אנדערע מקורות...!
בלאט: 1 2