וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14536
berlbalagulehהקטןמצפצףאון וואס מאכט אייך טראכטן אז עס איז נישט געווען ביים בית שני?
פשטות אז די משנה פארציילט עס, מיינט עס זייערע צייטן.
איך זעה נישט וואו אזוי דו קימסט אן צי דעם מסקנה, פארקערט די משנה שרייבט "
לא היו ימים טובים לישראל"
אנס-אפאן-עי-טיים, אמאל געווען... די לשון לא היו זאגט אז היינט איז דאס שוין נישט
יוסיפון ווייסט בכלל נישט צי זאגן פין די בעיטטעפאל קאלערפאל יום טוב, א יום טוב וואס אויך די גוים וואלט ענדשויט...
הקטן: יוסיפון איז נאך די שוואכסטע ראיה. זעה ביי באשרייבן די היסטאריע פון חורבן בית המקדש ווי ווייט (פארקערט) אנדערש ער באשרייבט די היסטארישע אנטוויקלונגען ווי די גמרא (אין מס' גיטין דף נו).
זיכער איז יוסיפון נישט באגלייבט דארט וואו ער האט אן עגענדע, אבער א יעדער קריים דארף האבן א מאטיוו דא איז נישט דא קיין שום מאטיוו אויסצילאזען אזא שיינע אידישער י"ט וואס וועט אויך געפעלן די גוים און אויב איז דאס געווען אין זיין צייט האבן דאס אלע אויך געוויסט.
סאיז נישט דערמאנט קיין ווארט דערפין אין קדמוניות היהודים אדער זיינע אנדערע ווערק, זיין באגלייבטקייט איז דא אי-רעלעווענט.
דא איז נישט קיין שאלה פין יוסיפון VS חז"ל.
די משנה האט קיינמאל נישט געשריבן ווען דאס איז געווען און ס'איז בכלל גארנישט משמע פין די משנה
אויב עפעס, וואו איך האב שוין געשריבן, אין די בריתא וואס די גמרא ברענגט אראפ רעדט פינם בת מלך וואס איז נישט געווען בזמן המשנה
ת"ר בת מלך שואלת מבת כהן גדול בת כהן גדול מבת סגן ובת סגן מבת משוח מלחמה ובת משוח מלחמה מבת כהן הדיוט וכל ישראל שואלין זה מזה כדי שלא יתבייש את מי שאין לו:
הקטן: (דאס איז נאר ספעקולאציע). אפשר איז יוסיפון (יאסעפוס פלאוויוס) נישט געווען באוואוסטזיניג צו דעם דאזיגן סיסטעם פון חתונה האבן. ווייל, זייענדיג פון די עליטע האט ער נישט געדארפט גיין צו די מחולות ו(ב)כרמים צו גיין זוכן א כלה...!
נאר, ערנסט גערעדט. איינמאל ער האט פארלוירן זיין קרעדיביליטי קענמען שוין מער נישט ברענגען קיין ראיה פון זיינע באריכטן...!
berlbalagulehהקטן: (דאס איז נאר ספעקולאציע). אפשר איז יוסיפון (יאסעפוס פלאוויוס) נישט געווען באוואוסטזיניג צו דעם דאזיגן סיסטעם פון חתונה האבן. ווייל, זייענדיג פון די עליטע האט ער נישט געדארפט גיין צו די מחולות ו(ב)כרמים צו גיין זוכן א כלה...!
בת מלך שואלת מבת כהן גדול בת כהן גדול מבת סגן ובת סגן מבת משוח מלחמה ובת משוח מלחמה מבת כהן הדיוט
זעט אויס דאס איז געוון אויך פאר די עליטע
(אפשר נאר די פרימע)איי דיסעגרי מיט דיין קרעדעבילעטי טעריRe: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
הקטן: נאכן זיך איבערקלערען, בין איך מסכים מיט דיר, אז די בנות ישראל מחולות בכרמים איז נישט אנגעגאנגען בזמן המשנה. נישט אזוי ווייט ווייל "לא היה" ימים טובים מיינט ס'איז געווען אבער מער נישט, נאר בעיקר ווייל בזמן המשנה איז נישט געווען קיין בנות ירושלים.
טיטוס האט חרוב געמאכט ירושלים, און ווען די רומים האבן געמאכט א נייע גוי'שע שטאט פון ירושלים, האט דעמאלט אויסגעבראכן די מרד בר כוכבא. בקיצור, בזמן המשנה איז ירושלים נעבעך געווען א גוי'שע שטאט. די רומים האבן פארבאטן אידן פון ירושלים.
אז יוספון דערמאנט נישט דעם יו"ט פון ט"ו באב, איז היפש אינטעראסנט.
ביסט גערעכט אז פון די גמרא זעט מען אז נישט די מחולות בכרמים איז וואס מאכט דעם יו"ט אויסערגעווענלעך. אבער, פון די משנה איז יא משמע אזוי. זעט זיך אויס, אז די גמרא גלייכט שוין נישט אז מיידלעך טאנצען פאר בחורים. עס האט זיך נישט אנגעהויבען מיט ר' אהרן טייטעלבוים. לאל.
זיו
ביסט גערעכט אז פון די גמרא זעט מען אז נישט די מחולות בכרמים איז וואס מאכט דעם יו"ט אויסערגעווענלעך. אבער, פון די משנה איז יא משמע אזוי. זעט זיך אויס, אז די גמרא גלייכט שוין נישט אז מיידלעך טאנצען פאר בחורים. עס האט זיך נישט אנגעהויבען מיט ר' אהרן טייטעלבוים. לאל.
די משנה
(שבהם) זעלסט קען גיין ביידע וועגן, און איז נישט משמע איין וועג אדער א צווייטע
(איך האב אויך געשריבן די גמרא ווייל איך האב פארשטאנען ס'וועט זיין וואס וועלן ווילען מחלק זיין)הקטןזיו
אין אלענספאל, פון די משנה אין תעניות איז משמע אז די מחולות בכרמים איז אנגעגאנגען בזמן המשנה, און אט דאס איז וואס מאכט די יום טוב פון די גרעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.
א. זיי ביטע מסביר וואו אזוי ס'איז משמע פין די משנה אז דאס איז אנגעגאנגען בזמן המשנה
ב. פון די גמרא קומט אויס קלאר דאס די גרויסער יום טוב איז נישט געווען די טענץ
א"ר שמעון ב"ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ:
בשלמא יום הכפורים משום דאית ביה סליחה ומחילה יום שניתנו בו לוחות האחרונות
אלא ט"ו באב מאי היא ???
... יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה
... יום שהותר שבט בנימן לבוא בקהל
... יום שכלו בו מתי מדבר (אפשר איז דאס אויך געווען בזמן המשנה?)
... יום שביטל הושע בן אלה פרוסדיות שהושיב ירבעם בן נבט על הדרכים שלא יעלו ישראל לרגל
... יום שנתנו הרוגי ביתר לקבורה
... יום שפסקו מלכרות עצים למערכה
א לאנגע ליסט, קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן די טעם פון דעם גרויסען י"ט איז די טענץ זעלבסט!!!
וואספארא נארישקייטן! וויאזוי קען איינעם בייפאלן אז כלו בו מתי מדבר זאל זיין מער יום טוב ווי פסח שבועות סוכות וואס גאט אליין האט געבאטן?! אדער אז ניתנו לקבורה און פסקו מלכרות עצים איז געווען א גרעסערע שמחה ווי ראש השנה חנוכה און פורים וואס זענען ביבלישע יו״ט?… (חנוכה איז באשריבן אין די פיר ספרי חשמונאים פון די כתובים אחרונים וואס איז א טייל פון דעם קריסטליכן ביבל כאטש זענען ניט אריין אינעם תנכישן קאנאָן). די אוניקאליזם פון די צוויי ימים טובים איז לויט די משנה קלאר - די טאנצנדיגע מיידלעך, און די ליבע צווישן בחורים און מיידלעך וואס טרעפן זיך אין א 'בעטשלערעט' וויינגארטן און וועלן זיך אויס וועמען זיי געפעלט; פאר די קענערס פון העברעאיש. די רעדאקטארס פון די גמרא האבן נאך געקענט אזויפיל לשון קודש. די גמרא'ס שאלה איז: מיט וואס איז חמשה עשר אויסגעוועלט געווארן פאר א יו"ט מלכתחילה? די טענץ קומען נישט פאר אין א גרינעם מיטוואך נאר אין א יומא דפגרא אדער א יו"ט!
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
דורש אמת: גערעכט אז פון די משנה איז גאנץ קלאר אז די טאנצנדיגע מיידלעך, איז וואס פאראייניגט ט"ו באב און יום כיפור אלס די צוויי גרעסטע ימים טובים.
די גמרא, האב איך קודם געטראכט אזוי ווי דו זאגסט. אבער סע'נישט עכט מסתבר. מער מסתבר איז, אז די גמרא מיינט צו פרעגן וואס מאכט ט"ו באב פון די גרעסטע ימים טובים, ווי איידער פארוואס איז די טאג בכלל א יום טוב.
וואס זאל איך זאגן. די גמרא, כדרכם בקודש, ווען זיי גלייכען נישט וואס די משנה זאגט, טוישן זיי דעם פשט.
וויאזוי איז דאס "נישט עכט מסתבר"?
זע יעצט מיין רעדאגירטע 'רעפליי' און זאג מיר צי ס'איז מער מסתבר?!
איך פארשטיי נישט די גאנצע חקירה דא. די גמרא פרעגט אזוי, בשלמא יום כיפור פארשטייט מען פארוואס ס׳איז פון די צוויי פרייליכסטע טעג פון יאר (וואס דערפאר האט מען אויסגעוועלט צו טאנצן אין דעם טאג) ווייל אין דעם טאג פארגעבט גאט אונזערע עבירות, וואס איז אבער די שמחה פון ט״ו באב? אויף דעם ענטפערט די גמרא מתי מדבר און הרוגי ביתר. וואס איז יעצט די חקירה?
שמחתי מאוד שכיוונתי לדעת רביה"ק!
רביה''ק זי''עאיך פארשטיי נישט די גאנצע חקירה דא. די גמרא פרעגט אזוי, בשלמא יום כיפור פארשטייט מען פארוואס ס׳איז פון די צוויי פרייליכסטע טעג פון יאר
וואס איז שווער?!?! פשוט!!! די מיידלעך טאנעצן!!! דו קענסט אפשר אן אנדער יום טוב וואס די מיידלעך טאנצען
די גמרא ענפערט נישט אזוי...
זיו עטליסט האט די גאטס מודה צי זיין דאס די גמרא לערנעט נישט פשט אין די משנה אזוי וואו ער וואלט געוואלט, ער האלט זיין פשט איז מער מסתבר, זאל אים ווויל באקימען...
זיווואס זאל איך זאגן. די גמרא, כדרכם בקודש, ווען זיי גלייכען נישט וואס די משנה זאגט, טוישן זיי דעם פשט.
דורש אמתדי גמרא'ס שאלה איז: מיט וואס איז חמשה עשר אויסגעוועלט געווארן פאר א יו"ט מלכתחילה? די טענץ קומען נישט פאר אין א גרינעם מיטוואך נאר אין א יומא דפגרא אדער א יו"ט!
האבן זיך די טענץ אנגעפאנגען נאר נאך וואס הרוגי ביתר זענען געקימען לקבורה?!?
אויף יום הכפורים דארף איך ציקימען צי א יום שניתנו בו לוחות האחרונות?!?
רבה"ק זאגט בכלל נישט וואס דו זאגסטRe: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
האב איך איבערגעלערענט די גמרא, און עס אויך איבערגעגאנגען מיט גוטע חברים, און איך בין צוגעקומען צו צוויי מיינוגען.
איינס. סיי די משנה און סיי די גמרא זענען נישט קלאר געשריבען. ביידע וואלטען געקענט ניצן א גוטען עדיטער, וואס זאל קלאר מאכן וואס זיי זאגן.
צווייטענס. איך בין מודה צום פשט, אז די גמרא מיינט צו פרעגען, וואס איז די גרויסקייט פון די טעג מלכתחילה וואס צוליב דעם האט מען מתקן געווען אז די מיידלעך זאלן טאנצען.
די תירוץ פון די גמרא איז אבער נישט אזוי גלאטיג. אז יו"כ טאנצט מען וועגן יום שנתנה בו לוחות אחרונות, וואלט דאך שוין בעסער געווען צו טאנצען שבעות. פסח וואס די אידן זענען ארויס מעבדות לחירות, אדער סוכות, זענען אסאך מער פאסיג ווי ט"ו באב.
זיו
צווייטענס. איך בין מודה צום פשט, אז די גמרא מיינט צו פרעגען, וואס איז די גרויסקייט פון די טעג מלכתחילה וואס צוליב דעם האט מען מתקן געווען אז די מיידלעך זאלן טאנצען.
גערעכט.
די תירוץ פון די גמרא איז אבער נישט אזוי גלאטיג. אז יו"כ טאנצט מען וועגן יום שנתנה בו לוחות אחרונות, וואלט דאך שוין בעסער געווען צו טאנצען שבעות. פסח וואס די אידן זענען ארויס מעבדות לחירות, אדער סוכות, זענען אסאך מער פאסיג ווי ט"ו באב.
די גמרא איז נישט דא מסביר צי זיין פארוואס מען טאנצט פינקט די טעג, די גמרא איז מסביר די משנה פארוואס די משנה איז אזוי עקסייטעט איבער די צוויי טעג
שטעלט זיך אויס דאס די צוויי טעג האבן ביידע מער וואו איין סיבה פארוואס ס'איז א י"ט - דאס ווייזט קלאר אז ס'איז עפעס ספעשעל מיט די טאג
נו אויב די טאג איז ספעשעל האט דייקא אין די ספעשעל טאג געהייסן טאנצען
יום הכפורים מיט נאר סליחה ומחילה וואלט נאך נישט געוויזען אויף די סגילה פין די טאג!
מיט דעם שטימט אויך וואס די גמרא ברענגט הרוגי ביתר זענען געקימען לקבורה וואס דאס איז זיכער געווען נאך די טענץ. וויל די גמרא זיכט טאקע דאס צי ווייזען דאס די טאג איז ספעשעל.
אפשר נאר אין אזא ספעשעל טאג האט מען זיך ערלויבט און גענימען די ריסק צי לאזען די מיידלעך טאנצעןRe: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
דער אשכל איז פארפארן פונעם אריגענעלע טאמע, פון ניסיונות אין די בחורישע יארן, צו יומים טובים וואס מיידלעך טאנצען.
איז צוריק צו די ניסיונות פון די בחורישע יארן, בין איך קעגען געקומען אפאר פסקים אין איוב, וואס איך האלט זענען זייער פאסיג.
אנכי ארשע, למה זה הבל איגע. אם התרחצתי במו [במי] שלג, והזכותי בבר כפי. אז בשחת תטבלני, ותעבוני שלמותי. (איוב ט, כ"ט-ל"א)
איוב באקלאגט זיך. די מאכסט מיך פאר א רשע. אומזיסט ארבעט איך צו זיין גוט. אז איך וועל זיך באדען אין שניי, און וואשען מיין הענט מיט זייף, טוסט דו מיך איינטיקען אין בלאטע. אויף אזוי ווייט, אז אפילו מיינע קליידער וועלען זיך עקלען פון מיר.
זיוהאב איך איבערגעלערענט די גמרא, און עס אויך איבערגעגאנגען מיט גוטע חברים, און איך בין צוגעקומען צו צוויי מיינוגען.
איינס. סיי די משנה און סיי די גמרא זענען נישט קלאר געשריבען. ביידע וואלטען געקענט ניצן א גוטען עדיטער, וואס זאל קלאר מאכן וואס זיי זאגן.
צווייטענס. איך בין מודה צום פשט, אז די גמרא מיינט צו פרעגען, וואס איז די גרויסקייט פון די טעג מלכתחילה וואס צוליב דעם האט מען מתקן געווען אז די מיידלעך זאלן טאנצען.
די תירוץ פון די גמרא איז אבער נישט אזוי גלאטיג. אז יו"כ טאנצט מען וועגן יום שנתנה בו לוחות אחרונות, וואלט דאך שוין בעסער געווען צו טאנצען שבעות. פסח וואס די אידן זענען ארויס מעבדות לחירות, אדער סוכות, זענען אסאך מער פאסיג ווי ט"ו באב.
זיו: אין די צייטן פון די משנה און די גמרא זענען נאכנישט געווען קיין ליטוואקעס...! וואס האמיר זיך צו גריבלען פארוואס מ'האט געטאנצן. דער עיקר אז ס'איז געשעהן. אן מיט א גוטן ציהל. אז די בחורים (און אפשר גרושים און אלמנ'ס) זאללן זיך אויסוועהלן א כלה. מער פעהלט נישט היינטיגע צייטן אז איינער זאלל אויפקומען מיט אזא געדאנק. די התאחדות הרע-בנים וועט ארויסקומען אקעגן איהם בחרב ובחנית. זיי וועלן זאגן אז אין דעם אלעם זענען די ציונים שולדיג. נאר ס'האטציך אנגעהויבן מיט די טמא'נע כלים אזוי ווי סמארטפאונס, רח"ל...!
בערעל וואס רעדסטו? איך ווייס נישט ווגען די ציונים אבער מיט די טמא'נע כלים אזוי ווי סמארטפאונס, רח"ל... זענען מיר שוין ב"ה געקימען פול-סירקול און מיר האלטן שוין ווייטער ביי מיידלעך טאנצען
זיו: וואו לויפסטו? הע?...
נעווער מיינד
וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
[quote="זיו"]האב איך איבערגעלערענט די גמרא, און עס אויך איבערגעגאנגען מיט גוטע חברים, און איך בין צוגעקומען צו צוויי מיינוגען.
איינס. סיי די משנה און סיי די גמרא זענען נישט קלאר געשריבען. ביידע וואלטען געקענט ניצן א גוטען עדיטער, וואס זאל קלאר מאכן וואס זיי זאגן.
צווייטענס. איך בין מודה צום פשט, אז די גמרא מיינט צו פרעגען, וואס איז די גרויסקייט פון די טעג מלכתחילה וואס צוליב דעם האט מען מתקן געווען אז די מיידלעך זאלן טאנצען.
די תירוץ פון די גמרא איז אבער נישט אזוי גלאטיג. אז יו"כ טאנצט מען וועגן יום שנתנה בו לוחות אחרונות, וואלט דאך שוין בעסער געווען צו טאנצען שבעות. פסח וואס די אידן זענען ארויס מעבדות לחירות, אדער סוכות, זענען אסאך מער פאסיג ווי ט"ו באב.[/quote
]בפירוש הרב זיו בד״ה איינס וכו׳ כיוון לדעתם של שטיינזלץ וארטסקרול וחברותא וכיוצא בהם
בד״ה צווייטענס וכוליה יש להגיב : מודה על האמת זה אחד משבעה דברים שבחכם
לגבי קושייתו למה עושים ביום כיפור ולא בשבעות? יש להשיב
1. שלוחות אחרונות נתקיימו בידם וזה מעורר לשמחה יתירה
2. כבר העיר המגן אברהם שלוחות ניתנו בז׳ בסיון ולא בשבועות!
3. ביום כיפור יש זמן יתר לריקודים שלא עובר הזמן על ידי סעודות החג וביקורי קרובים ותענוג של שינה ורחיצה (ותשמיש המיטה?) שכל אלו נהגו ביום טוב בזמן רשבג.
4. בשבועות יש דבר אחד וביום כיפור שתיים יש בו.
לגבי שאלתו מדוע עושים בטו באב לא בפסח וסוכות ? ויש ליישב
1. שביום טוב ובחול המועד לא היה כל כך הרבה זמן לריקודים ושידוכים מחמת קרבנות החג או תפילות החג בבתי הכנסת ויתר הדברים המפורטים בתשובה שלישית שכל אלו לא נהגו כמובן בטו באב
2. סיבה נוספת יש בסוכות שאי אפשר לעשות זאת מחמת חיוב סוכה שחל במשך כל היום !
(ואולי מכאן ראיה שגם בימי בר כוכבא והתנאים החמירו ונזהרו במצוות סוכה כפי שנהוג בימינו אצל אחינו הקונסרבטיבים והאורתודוקסים )
3. שגם בימינו נהגו העולם לעשות ריקודי נערות בחוץ כפי שנוהג העולם מזה הרבה זמן במשך 200 אלפים שנה זמן מציאות האנושות. ׳ספיינס׳ בלעז. ועושים בקיץ בחודש אב ולא בתקופות פסח וסוכות
ולפי זה מובן זכירת חמישה עשר באב קודם לזכירת יום הכיפורים.
והגם שזה פשוט לכל ילד וילדה עם כל זה לא הרגיש החכם זיו בזה. ואין לתמוה עליו או לצחוק ממנו ח״ו מכיוון שאצל אחינו החרדים והחסידים בימינו לא נהוג כל זה כלל. אין קיץ ואין עונג אין שמש ואין שמחה לא גוף ולא נפש לא נערות ובתולות רוקדות ולא התאהבות זכר בנקיבה. אין סקס ואין אורגזמה לא ביום ולא בלילה לא הסתכלות בנשים ולא נשיקות חמות לא חום ולא חמדה לא חמדת ימים ולא חמדת לילות אין דייטים ואין מועדונים אין תיאטרון ואין משחקים לא ספורט ולא חילוץ עצמות לא שירה ולא יופי לא פואזיה ולא פרוזה לא ספרות ולא חיים לא שינה ולא יקיצה לא ילדות ולא זקנות לא חיים ולא מוות !
אבל יש … ויש …
Sent from my iPad using Tapatalk
דורש אמת: איין זאך זעה איך אז דו האסט ליעב צו דרשנ'ען. צי דיינע דרשות זענען אמת אדער סתם דרשות של מה בכך. דאס לאז איך איבער פאר א צווייטן. אויך. דו מאכסט אזוי (אונטער די צונג) א ביסל חוזק פון דעם ניק זיו. כאטש דו געסט איהם נאך אפ דעם כבוד הראוי און דו רופסט עהם ..."הרב"...!
בכל אופן. דער גאנצער פילפול דא איז א פילפול של הבל. בימי המשנה וגמרא זענען די מיידלעך געטאנצן במחולות? ובכרמים. און די בחורים (און אפשר גרושים ואלמנים אויך) האבן דאס צוגעזעהן. און זיי האבן זיך אויסגעוועהלט א כלה. יא. די מיידלעך האבן גערעדט צו די בחורים...אזוי שטייט בפירוש אין די גמרא...! ס'איז א שיינע זאך (זייער ראמאנטיש). קעיס קלאוז'ד...!
קנאת סופרים תרבה חכמה
ווען דער פוקס זעט אז ער קען ניט דערגרייכן צו דעם געשמאקן שטיקל קעיז … וואסזשע טוט ער ? ער זאגט: סע שטינקט!
ודי למבין[emoji854][emoji4][emoji1787][emoji38][emoji17]
מורינו הרבאפשר איז דא א סברה צו זאגן, אז די וואס זענען געווען אפגעהיטן אלס בחור, ווערן נכשל אלס יונגערמאן. קען זיין?
100 פראצענט.
וואס איז די סברא?
איך ווייס נישט קיין סברא, איך זעה עס בחוש.