☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14536
בלאט: 1 2 3

אישתישבי » דינסטאג אפריל 6, 2021 8:30 pm

· #469329
berlbalaguleh
קוויטעל
שמעון וואלף
(חוץ די משפחה וואס איז שוין 10 דורות נוטר ברית) .

וועלכע משפחה מיינסטו

איך ווייס נישט. די רבי זי"ע האטציך אמאל אויסגעדרוקט אז זיי זענען שוין 15 דורות נוטרי הברית. פארשטייצעך. ער האט זיך נישט געווארפן דערמיט. און נישט געווארפן פאר א יעדן אין פנים אריין. אבער אמאל, ביי א געלעגנהייט. צי ביי א לוויה פון איינעם פון די גדולי הדור האט ער עס געזאגט...!


זעהט אויס אז דער רבי זי"ע האט געוויסט אז דער זעכצענטער דור איז געוועהן זמרי בן סלוא.

דורש אמת » דינסטאג אפריל 6, 2021 10:24 pm

· #469337
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
ליב צו וויסן
בנוגע דעם עצם "שרעקליכן" איסור פון הוצאת ז"ל.

ס'איז זייער אינטערסאנט... ווען ס'קומט צו עריות איז די תורה בכלל נישט שפאר'וועדיג, נאר די איסורים ווערן איבער דערמאנט איינמאל און נאכאמאל, סיי אין תורה און סיי אין נביאים, און ווי מאדנע ס'הערט זיך האט די תורה פשוט "פארגעסן" פון די שרעקליכע איסור פון הוצאת ז"ל... א טאט וואס ווערט געטוהן פיל עפטער ווי אשת רעך אדער כנף אביך.

די אינטערסאנסטע חלק איז, אז די צוויי מאל וואס די תורה דערמאנט יא ז"ל זעהט זיך עפעס בכלל נישט אויס אז די תורה האט א פראבלעם מיט די עצם פעולה.. (אין בראשית ביי ער ואונן האט ער א פראבלעם ווייל ער וויל נישט גיבן קינדער לזכר זיין ברודער, און אין ויקרא טו איז עס פשוט א חלק פון הלכות טומאה וטהרה)

במילא, לענ"ד איז זייער נישט ריכטיג פון די ישיבות וכו אזוי צו ארונטערצורייסן די פעולה, בפרט ווען די פעולה -ווען מען טוט דאס פריוואט- קען ראטעווען פון פיל ערגערע מעשים.
איי וואס טוט מען מיט די שארפע גמרא?.. מ'עט זיך באגיין דערמיט גענוי ווי די "כל הדר בחו"ל כאילו עובד ע"ז" מימרא, אדער ווי די "כל המלמד את בתו מלמדה תיפלות", אדער "מי שאינו מלמד אומנות מלמדו ליסטות" וכו וכו
https://youtu.be/DciiZST0uTA

מונטסורי » דינסטאג אפריל 6, 2021 11:19 pm

· #469343
צוריק צום ארגינעלן טעמע פונם אשכול, אויבנאויפיג וואלט א חלק ניכר פון די סארט פראבלעמען געקענט פארמינערט דורך סעקס טערעפי, הגם פערזענליך פארשטיי איך נישט וויאזוי טערעפי קען בארואיגן א מאן אדער אנדרייען א פרוי, אבער קוקנדיג דא דארט זעט מען אז די טעראפיסטען טענה׳ן אז טעראפי העלפט, אלזא ווער בין איך זיך צו קריגן?

די שאלה איז אויב ס׳זענען דא טעראפיסטען וואס פארשטייען טאקע גוט צו א היימיש פארפאלק, עס לאזט זיך גלייבען אז א נישט פרומע/ר טעראפיסט וועט נישט ״קאנעקטען״ און פארשטיין פולע פון די היימישע פראבלעמען. הגם מען קען אויך טענה׳ן אז אפשר זעמיר טאקע נישט אזוי ספעציעל ווי מיר רעדן זיך איין און די פראבלעמען וואס דער פותח האשכול דערמאנט איז אוניווערסאל און טאקע היינו טימא פון אזא גאנצע סוב-ספעשעלטי אינם פעלד פון טערעפיע.

זיו » זונטאג אפריל 11, 2021 9:33 pm

· #469741
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
איך וויל באדאנקען פאר די אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערויפן צוצוגעבען צום שמועס. איך וויל מאכן א סאך הכל וואס דער עולם האט געשריבען ביז אהער, און צולייגען אביסעל אייגענס

נישט יעדער דא פארשטייט אינגאנצען די ווייטאג פון א בחור וואס וויל זיין גוט, און ערליך, טון וואס מען פארלאנגט פון אים. אבער, זיין גוף איז געזונט און שטארק, און דער תאוה ברענט אין אים אויף אלע באקען. פארשטייצעך, אז דער בחור פאלט אדורך, איינמאל און נאכאמאל. ער ווערט צובראכען און מיואש. עס מאכט אים נפשיות' דיגע פראבלעמען. פאר א גוטע איבערזיכט וואס דאס מיינט קענט איר דא ליינען.
אכטונג, דאס איז געשריבען דורך איינער וואס איז אראפ פון וועג.
https://malimaalah.wixsite.com/offthederechthoughts/post/masturbation-an-otd-ben-torah-s-perspective

אן עצה וואס געוויסע האבן באמערקט, איז דאס חתונה האבן אינג. פראקטיש פאר היינטיגע צייטן איז דאס נישט, אבער אביסעל אין קורצען וויל איך שרייבען וועגען דעם. האפענטליך וועלן מיינע ווערטער גורם זיין אז איינער זאל דאס געהעריג באשרייבען.

אין הלכה האט חתונה האבן אינג א שטארקען מקור. אין שו"ע אבן העזר א, ג, שטייט, מצוה על כל אדם שישא אשה בן י"ח, והמקדים לישא בן י"ג מצוה. געווען געוויסע צייטן וואס מען פלעגט טאקע אזוי טון, אז מען האט שוין חתונה געהאט פון די דרייצען. מיט איינעם וועם איך האב דורך געשמיעסט דער נושא, זאגט ער מיר,7 אז עס פלעג טאקע נישט קלאפן, און אז די בעלי הלכה האבן עס שוין מבטל געווען. ווער עס איז מער באהבענט אין די נושא איז מכובד עס צו קומען אויסשמוסען.

די הלכה פון ז"ל.
אין פסוק שטייט אזוי. "ויֵּ֣דַע אוֹנָ֔ן כִּ֛י לֹּ֥א ל֖וֹ יִהְיֶ֣ה הַזָּ֑רַע וְהָיָ֞ה אִם־בָּ֨א אֶל־אֵ֤שֶׁת אָחִיו֙ וְשִׁחֵ֣ת אַ֔רְצָה לְבִלְתִּ֥י נְתָן־זֶ֖רַע לְאָחִֽיו: (בראשית פרק לח פסוק ט) לויט דעם פשוטער פשט, איז אונן'ס חטא געווען אז אז ער האט נישט פארגינען א זון פאר זיין ברודער. ער איז געווען א שלעכטער און, אימפארגינער. יעצט קומען חז"ל און זאגען אז אונן'ס חטא איז געווען זרע לבטלה.

מען קען אפלערנען די גמרא אויף צווי וועגן. אדער אז ז"ל איז א דארייתא, אדער אז עס איז נאר א דרבנן, און דער פסוק איז אן אסמכתא.

טאמער איז עס נאר א דרבנן, ווערט די קשיא, פארוואס זאלען זיי וועלען מאכען אזוי איסור? קען זיין אלס גדר צו עריות. אדער, בדרך אפשר, פון דעם וואס חז"ל גלייכען צו ז"ל צו שפיכות דמים איז משמע אז מענטשן פלעגען דש זיין מפנים, און זורע זיין מבחוץ, אלס בורט קאטראל. מענטשען פלעגען זיך אפהאלטן פון האבן קינדער אויף אזוי מין פארנעם, אז חז"ל האבן דאס געזען ווי אן ערנסטער פראבלעם, וואס מען דארף עוקר מן השורש זיין.

למעשה, ביז דערווייל זע איך נאר איין מהלך וואס קען עפעס העלפן, און וואס יעדער קען טון אליין. דאס איז רעדען צו די אייגענע קינדער. זיי לאזען ווייסען אז זיי דארפן זיך נישט שעמען צו רעדען צום טאטען דערוועגען. זיי לאזען ווייסען אז דער טאטע איז דורך דער זעלבער גיהנם. איך וויל הערן צי דער עולם האלט דערפון, און טאמער יא, וואס איז דער בעסטער אויפן עס צו טון.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:56 pm

· #469936
כוויל סתם מודיע זיין פאר אלע וואס זענען שאקירט געווארן ליינענדיג דא וואספארא אויסגעשפילטע קאמפ דער אויבערשטער פירט מיט הוצאת ז"ל, אז סהייבט זיך נישט אן סגאנצע זאך איך אלס בחור האב געהאקט שטיקער אבער זייט מיין חתונה [מער פון עטליכע יאר..] בין איך קיינמאל נכשל געווארן כן יעזור השם להלאה, אז סמאכט זיך אמאל א שווערן מינוט לייגט מען אפ אויף ביינאכט אזוי אז צוויי אירע זאלן הנאה האבן....

די אלע וואס שרייבן דא אז יעדער איז עובר וכולהו, זענען אדער גרושים אדער בחורים און אין בעסטן פאל קלים, אדער איז זייער שלום בית טיף אין דער ערד, כבין זיי נישט דן אבער וויסן זאלט איר אז פאר א געזונט-פארהייראטער מענטש איז בכלל נישט שווער צו זיין אפגעהיטן, אדרבה דער איסור העלפט נאר צו צום שלום בית.

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:58 pm

· #469937
אפשר איז דא א סברה צו זאגן, אז די וואס זענען געווען אפגעהיטן אלס בחור, ווערן נכשל אלס יונגערמאן. קען זיין?

ליב צו וויסן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:02 pm

· #469941
זופ מיט מאנדלען
כוויל סתם מודיע זיין פאר אלע וואס זענען שאקירט געווארן ליינענדיג דא וואספארא אויסגעשפילטע קאמפ דער אויבערשטער פירט מיט הוצאת ז"ל, אז סהייבט זיך נישט אן סגאנצע זאך איך אלס בחור האב געהאקט שטיקער אבער זייט מיין חתונה [מער פון עטליכע יאר..] בין איך קיינמאל נכשל געווארן כן יעזור השם להלאה, אז סמאכט זיך אמאל א שווערן מינוט לייגט מען אפ אויף ביינאכט אזוי אז צוויי אירע זאלן הנאה האבן....

די אלע וואס שרייבן דא אז יעדער איז עובר וכולהו, זענען אדער גרושים אדער בחורים און אין בעסטן פאל קלים, אדער איז זייער שלום בית טיף אין דער ערד, כבין זיי נישט דן אבער וויסן זאלט איר אז פאר א געזונט-פארהייראטער מענטש איז בכלל נישט שווער צו זיין אפגעהיטן, אדרבה דער איסור העלפט נאר צו צום שלום בית.


סאוי ביי בחורים און גרושים פירט ער א פארלוירענע קאמף...
אדער אפשר איז די איסור נאר פאר אינגעלייט?

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:03 pm

· #469942
ליב צו וויסן
זופ מיט מאנדלען
כוויל סתם מודיע זיין פאר אלע וואס זענען שאקירט געווארן ליינענדיג דא וואספארא אויסגעשפילטע קאמפ דער אויבערשטער פירט מיט הוצאת ז"ל, אז סהייבט זיך נישט אן סגאנצע זאך איך אלס בחור האב געהאקט שטיקער אבער זייט מיין חתונה [מער פון עטליכע יאר..] בין איך קיינמאל נכשל געווארן כן יעזור השם להלאה, אז סמאכט זיך אמאל א שווערן מינוט לייגט מען אפ אויף ביינאכט אזוי אז צוויי אירע זאלן הנאה האבן....

די אלע וואס שרייבן דא אז יעדער איז עובר וכולהו, זענען אדער גרושים אדער בחורים און אין בעסטן פאל קלים, אדער איז זייער שלום בית טיף אין דער ערד, כבין זיי נישט דן אבער וויסן זאלט איר אז פאר א געזונט-פארהייראטער מענטש איז בכלל נישט שווער צו זיין אפגעהיטן, אדרבה דער איסור העלפט נאר צו צום שלום בית.


די איסור איז נאר פאר אינגעלייט?

לכאורה
אין הקדוש ב''ה בא בטרוניא עם בריותיו

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:05 pm

· #469943
מיינט געווענטליך אז מען קען ביישטיין דעם נסיון, נישט אז סאיז מותר.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:07 pm

· #469947
אדער האסטו נישט פרובירט גענוג אדער גלייבסטו נישט גענוג, אויב די צווייטע איז אמת איז עס אפשר טאקע נישט דיין שולד ואין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו... כ׳מיין מ׳האט עס שוין אויסגעשמועסט מיט איינס פון דיינע פריערדיגע ניקס.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:12 pm

· #469950
?

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:13 pm

· #469968
רביהק מיינט לכאורה א תגובה פאר דיר

איתן » דינסטאג אפריל 13, 2021 8:23 pm

· #469972
תרמב
על פי קבלה איז דאך זייער הארב די גאנצע עניין פון הוז’’ל, דו קענסט האבן אלע גוטע תירוצים, אז דיין ווייב שטעלט דיך נישט צו, אז דו ביזט א בחור, וכדומה,
אבער דו מאכסט דאך חרוב עולמות, אז די וועלטן ווערן חרוב ווערט דאך עס חרוב, אז די ביזט א רוצח אויף יעדע טיפה, האסטעך געהרגעט, וואס האסטו פון תירוצים אז די ביזט נישט שולדיג?

נו פארוואס ע''פ קבלה מאכט מען נישט חתונה בחורים פון ווען זיי הייבן אן די הייסע יארן

תרמב » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:02 pm

· #469976
ע’’פ קבלה האט מען חתונה פרי, נישט אז איך קען קבלה אבער ס’ליגט מיר אין קאפ אז די אריה’’ק האט חתונה געהאט ביי די 13, און רוב פון די גדולי החסידות און לכאורה רוב רבנים האבן חתונה געהאט זייער פריה, און זעהסט דאך אז היינטיגע צייטן ביי די חסידים האט מען חתונה די פריסטע וואס מען קען.

תוהו ובוהו » דינסטאג אפריל 13, 2021 9:03 pm

· #469977
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
איתן
תרמב
על פי קבלה איז דאך זייער הארב די גאנצע עניין פון הוז’’ל, דו קענסט האבן אלע גוטע תירוצים, אז דיין ווייב שטעלט דיך נישט צו, אז דו ביזט א בחור, וכדומה,
אבער דו מאכסט דאך חרוב עולמות, אז די וועלטן ווערן חרוב ווערט דאך עס חרוב, אז די ביזט א רוצח אויף יעדע טיפה, האסטעך געהרגעט, וואס האסטו פון תירוצים אז די ביזט נישט שולדיג?

נו פארוואס ע''פ קבלה מאכט מען נישט חתונה בחורים פון ווען זיי הייבן אן די הייסע יארן
נו ווער זאגט אז 'ע''פ קבלה' זענען זיי נישט חתונה געהאט!?
וואס פארשטיי מיר אונז..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

אני-הק' » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 9:36 pm

· #481088
תוהו ובוהו
איתן
תרמב
על פי קבלה איז דאך זייער הארב די גאנצע עניין פון הוז’’ל, דו קענסט האבן אלע גוטע תירוצים, אז דיין ווייב שטעלט דיך נישט צו, אז דו ביזט א בחור, וכדומה,
אבער דו מאכסט דאך חרוב עולמות, אז די וועלטן ווערן חרוב ווערט דאך עס חרוב, אז די ביזט א רוצח אויף יעדע טיפה, האסטעך געהרגעט, וואס האסטו פון תירוצים אז די ביזט נישט שולדיג?

נו פארוואס ע''פ קבלה מאכט מען נישט חתונה בחורים פון ווען זיי הייבן אן די הייסע יארן
נו ווער זאגט אז 'ע''פ קבלה' זענען זיי נישט חתונה געהאט!?
וואס פארשטיי מיר אונז..


.

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:51 pm

· #481902
יאסל ראקאווער
בקיצור, ס'איז א נייע פראבלעם. א היינטיגע אידישע פראבלעם. נישט א רעגליעזע פראבלעם. די תורה האט נישט גענומען אינבטראכט אונזערע ווערדען. דערמאנט די דייעלאג. זעע בילד.

גראדע דער תפארת ישראל אויף די משנה בסוף תענית טייטשט דאס אויס אלס משל בין הקב"ה וכנסת ישראל. ער שרייבט דארט, לגבי יוה"כ, "דוכי ס"ד שישראל קדושים יתעסקו ביו"כ הקדוש והנורא בשדוכים?" ואפשר אז ה"ה נמי בט"ו באב. עכ"פ מהר"א האט א פּרעסעדענט אין דעם.

<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/yom-kippur-a-festival-of-dancing-maidens">https://www.thetorah.com/article/yom-ki ... ng-maidens</a>

יאסל ראקאווער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 6:50 pm

· #481933
אויב פרעג איך וואס איז די חילוק פון די תפארת ישראל און רבי אהרן בין איך מזלזל און רבי אהרן אדער די תפארת ישראל? פון וועמען ברענגט מען א ראיה צו וועם?

איך זאג דיר אז די תפארת ישראל מיט רבי אהרן זענען apologetics און ביידע פארדרייען פשוט פשט פאר חרידשע אגענדעס און היינטיגע ווערדען.

הצד השווה, וואס קען מען זיך לערנען ווי זיי? צו פארדרייען די זעלבע וועג להיתר אויף אונזערע ווערדען.

דורש אמת » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 7:39 pm

· #481934
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
מי אני
יאסל ראקאווער
בקיצור, ס'איז א נייע פראבלעם. א היינטיגע אידישע פראבלעם. נישט א רעגליעזע פראבלעם. די תורה האט נישט גענומען אינבטראכט אונזערע ווערדען. דערמאנט די דייעלאג. זעע בילד.

גראדע דער תפארת ישראל אויף די משנה בסוף תענית טייטשט דאס אויס אלס משל בין הקב"ה וכנסת ישראל. ער שרייבט דארט, לגבי יוה"כ, "דוכי ס"ד שישראל קדושים יתעסקו ביו"כ הקדוש והנורא בשדוכים?" ואפשר אז ה"ה נמי בט"ו באב. עכ"פ מהר"א האט א פּרעסעדענט אין דעם.

<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/yom-kippur-a-festival-of-dancing-maidens">https://www.thetorah.com/article/yom-ki ... ng-maidens</a>
תפארת ישראל האט נאר א פראבלעם מיט יום כיפור משא״כ ר אהרן טב וויל פארלייקענען היסטאריע און טענהען אז אמאליגע יידן בזמן המשנה זענען געווען חסידים אדער ״הייליג״…


Sent from my iPad using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:43 pm

· #481944
מי אני
יאסל ראקאווער
בקיצור, ס'איז א נייע פראבלעם. א היינטיגע אידישע פראבלעם. נישט א רעגליעזע פראבלעם. די תורה האט נישט גענומען אינבטראכט אונזערע ווערדען. דערמאנט די דייעלאג. זעע בילד.

גראדע דער תפארת ישראל אויף די משנה בסוף תענית טייטשט דאס אויס אלס משל בין הקב"ה וכנסת ישראל. ער שרייבט דארט, לגבי יוה"כ, "דוכי ס"ד שישראל קדושים יתעסקו ביו"כ הקדוש והנורא בשדוכים?" ואפשר אז ה"ה נמי בט"ו באב. עכ"פ מהר"א האט א פּרעסעדענט אין דעם.

<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/yom-kippur-a-festival-of-dancing-maidens">https://www.thetorah.com/article/yom-ki ... ng-maidens</a>

מי אני: איך בין נישט מסכים מיט די אפשאצונג. איך נעם עס אן לפי פשוטו. ווייל איניציאירן און אויספיהרן שידוכים איז א חשוב'ע און דעהויבענע עניין. מיר דארפן געדענקען אז אין די צייטן פון די גמ' האבן מיר נאכנישט געהאט אזא דיקן מחזור. פול מיט פיוטים און יוצרות, וועלכע פעהלן אבסאלוט נישט אויס. ספעציעל אין די היינטיגע צייטן.

ווען איך זאלל האבן א דיעה, וואלט איך אויסגעשניטן 90% פון די פיוטים און יוצרות. נאר איבערגעלאזט עטליכע שיינע און הארצרייסנדע תפילות...אזוי ווי למשל די תחינה פון י"ג מידות. און די תפילה פון..."פתח לנו שער בעת נעילת שער"...! אבער די אלע זייטיגע יוצרות וואס א יעדער מאן דאמר האט צוגעלייגט פעהלן בכלל נישט אויס...!

קהל'ס נער » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 10:50 pm

· #481947
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
ווארט נאך א הונדרעט יאר, אין ליפא אב"ד עירמאנט וקנדה'ס ניגונים גייען אריין אין מחזור.

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

מצפצף » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 11:03 pm

· #481950
berlbalaguleh
מי אני
יאסל ראקאווער
בקיצור, ס'איז א נייע פראבלעם. א היינטיגע אידישע פראבלעם. נישט א רעגליעזע פראבלעם. די תורה האט נישט גענומען אינבטראכט אונזערע ווערדען. דערמאנט די דייעלאג. זעע בילד.

גראדע דער תפארת ישראל אויף די משנה בסוף תענית טייטשט דאס אויס אלס משל בין הקב"ה וכנסת ישראל. ער שרייבט דארט, לגבי יוה"כ, "דוכי ס"ד שישראל קדושים יתעסקו ביו"כ הקדוש והנורא בשדוכים?" ואפשר אז ה"ה נמי בט"ו באב. עכ"פ מהר"א האט א פּרעסעדענט אין דעם.

<a class="postlink" href="https://www.thetorah.com/article/yom-kippur-a-festival-of-dancing-maidens">https://www.thetorah.com/article/yom-ki ... ng-maidens</a>

מי אני: איך בין נישט מסכים מיט די אפשאצונג. איך נעם עס אן לפי פשוטו. ווייל איניציאירן און אויספיהרן שידוכים איז א חשוב'ע און דעהויבענע עניין. מיר דארפן געדענקען אז אין די צייטן פון די גמ' האבן מיר נאכנישט געהאט אזא דיקן מחזור. פול מיט פיוטים און יוצרות, וועלכע פעהלן אבסאלוט נישט אויס. ספעציעל אין די היינטיגע צייטן.

ווען איך זאלל האבן א דיעה, וואלט איך אויסגעשניטן 90% פון די פיוטים און יוצרות. נאר איבערגעלאזט עטליכע שיינע און הארצרייסנדע תפילות...אזוי ווי למשל די תחינה פון י"ג מידות. און די תפילה פון..."פתח לנו שער בעת נעילת שער"...! אבער די אלע זייטיגע יוצרות וואס א יעדער מאן דאמר האט צוגעלייגט פעהלן בכלל נישט אויס...!

ווער איז דער מאן דאמר וואס דו וואלסט ארויס גענומען זיינע פיוטים?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 12:17 am

· #481952
מצפצף: די אלע זייטיגע שטיקלעך וואס מ'זאגט צווישן די גרויסע תפילות ותחנונים וואס דער גאנצער קהל זאגט. וועלכע זענען נישט פון ר' אלעזר הקליר...! דאס זענען טאקע שיינע שטיקלעך פאעזיע. אבער (לפענ"ד) זענען זיי נישט געמאכט פאר א טאג ווי יום כיפור. אפשר קענמען באשטימען א ספעציעללן טאג ווען מ'וועט פארליינען די אלע שיינע יוצרות אלס פאעטרי. און דער עולם וועט זיין אנגעגעסן. למשל אזוי ווי חוה"מ... און ס'וועט זיין איינער א חזן וואס וועט פארליינען די אלע יוצרות מיט א גראם (און א טעם). און דער עולם וועט זיצן און אויסהערן...! אזוי ווי כ'מיין ס'איז געווען אריגינאל אין די אור אלטע קהילות פון דייטשלאנד...!

מ'וועט פארקויפן טיקעטס. און די מוסדות וועללן אריינלייזן א פאר דאללער...!

מצפצף » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 12:27 am

· #481953
איך וויל וויסן וועם דו רופסט אן א 'יעדער מאן דאמר'

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 12:31 am

· #481954
די אלגעמיינע פאעטן/מחברים. אויסער ר' אלעזר הקליר. און נאך אנדערע מחברים פון וויכטיגע תפילות וועלכע ווערן געזאגט מיט ..."קו"ח"...איינטיילונגען...!

סעגאל » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:45 am

· #481963
berlbalaguleh
מצפצף: די אלע זייטיגע שטיקלעך וואס מ'זאגט צווישן די גרויסע תפילות ותחנונים וואס דער גאנצער קהל זאגט. וועלכע זענען נישט פון ר' אלעזר הקליר...! דאס זענען טאקע שיינע שטיקלעך פאעזיע. אבער (לפענ"ד) זענען זיי נישט געמאכט פאר א טאג ווי יום כיפור. אפשר קענמען באשטימען א ספעציעללן טאג ווען מ'וועט פארליינען די אלע שיינע יוצרות אלס פאעטרי. און דער עולם וועט זיין אנגעגעסן. למשל אזוי ווי חוה"מ... און ס'וועט זיין איינער א חזן וואס וועט פארליינען די אלע יוצרות מיט א גראם (און א טעם). און דער עולם וועט זיצן און אויסהערן...! אזוי ווי כ'מיין ס'איז געווען אריגינאל אין די אור אלטע קהילות פון דייטשלאנד...!

מ'וועט פארקויפן טיקעטס. און די מוסדות וועללן אריינלייזן א פאר דאללער...!

דעמאטס וועט מען עס דארפן אסרן אזויווי די קאנצערט פאר צוויי יאר ציריק

סעגאל » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:45 am

· #481964
.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:48 am

· #481966
סעגאל: יענעמ'ס. נישט זייערע אייגענע. אזוי ווי ביי די פלעיס...!

זיו » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:13 pm

· #481975
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
געץ א קוק. מיין אשכול האט זיך אויפגעוועקט. קודם מיט מיידלעך וואס טאנצען יום כופר אז בחורים זאלן קוקען. און נאכדעם, אז מען דארף ווען ארויסשניידען שטיקער יוצר פונעם מחזור.

איז, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון. מיידלעך טאנצען יום כופר איז א טאטעלע אנדערע קולטור פון וואס אונז האב מיר. אזאנס, אז מיין מאגן ווייסט נישט ווי אזי דאס צו פארדייען.

אז יוצר און סליחות צוברעכען די ציין, און מאכען דעם קאפ פליען קיין יעהאפעצוויל, ווייס איך זייער גוט. ר' אליעזר הקליר'ס פיוטים רעדט בכלל נישט צו מיר.

איך בין נייגעריג צו הערן פון דו וואס גלייכען יא פיוטים. וועלעכע זיי גלייכען, און וואס מאכט זיי עס גלייכען.

קהל'ס נער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:31 pm

· #481976
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
תרמב
על פי קבלה איז דאך זייער הארב די גאנצע עניין פון הוז’’ל, דו קענסט האבן אלע גוטע תירוצים, אז דיין ווייב שטעלט דיך נישט צו, אז דו ביזט א בחור, וכדומה,
אבער דו מאכסט דאך חרוב עולמות, אז די וועלטן ווערן חרוב ווערט דאך עס חרוב, אז די ביזט א רוצח אויף יעדע טיפה, האסטעך געהרגעט, וואס האסטו פון תירוצים אז די ביזט נישט שולדיג?
טאקע וועיגן דעים איז קבלה נאר פאר בני עלייה און נישט פאר עמך אידן.
ס'כאפט איינעם א תאווה'לע און מען מאכט אים פאר א מאסן מערדער און עס העלפט אויף דעים נישט קיין תשובה....וכו', און נאכדעים מיינט ער אז ער גייט שוין עניוועי זיין אין גיהנם לעולם ועד ולנצח נצחים, סא יעצט קען איך שוין טוהן אלע עבירות.

#קייןקבלהפארעמךאידן


Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:40 pm

· #481978
זיו
מיידלעך טאנצען יום כופר איז א טאטעלע אנדערע קולטור פון וואס אונז האב מיר. אזאנס, אז מיין מאגן ווייסט נישט ווי אזי דאס צו פארדייען.

אמת, מיר זענען זייער ווייט אפגעריקט פין די קולטור פין אידן פין תקופת בית ראשון

טייל קימען צי די מסקנה מיר זענען זייער אפגעריקט פין זייער וועלט בליק וואס דאס מיינט יום כיפור. יום כיפור האט ביי זיי אויפגעברענגט גאנץ אנדערע געפילן וואו ביי אינז
מיר וויל זיך זאגן מיר זענען אויך זייער אפגעריקט פין זייער וועלט בליק וואס דאס מיינט "מיידלעך טאנצען". "מיידלעך טאנצען" האט ביי זיי אויפגעברענגט גאנץ אנדערע געפילן וואו וואס דאס ברענגט ארויף ביי אינז.

ביים בית שני איז די טענץ שוין נישט געווען, זעט אויס דאס "מיידלעך טאנצען" האט שוין געמיינט מער ווייניגער וואס דאס מיינט ביי אינז, דארט האט מען שוין מתקן געווען א תיקון גדול, געמאכט אן עקסטער עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן באזיכען די פעלדער...

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 11:10 pm

· #481994
צו די אלע כופרים דא... מען שרייבט יום כיפור, נישט יום כופר!!

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 5:31 am

· #482007
הקטן
זיו
מיידלעך טאנצען יום כופר איז א טאטעלע אנדערע קולטור פון וואס אונז האב מיר. אזאנס, אז מיין מאגן ווייסט נישט ווי אזי דאס צו פארדייען.

אמת, מיר זענען זייער ווייט אפגעריקט פין די קולטור פין אידן פין תקופת בית ראשון

טייל קימען צי די מסקנה מיר זענען זייער אפגעריקט פין זייער וועלט בליק וואס דאס מיינט יום כיפור. יום כיפור האט ביי זיי אויפגעברענגט גאנץ אנדערע געפילן וואו ביי אינז
מיר וויל זיך זאגן מיר זענען אויך זייער אפגעריקט פין זייער וועלט בליק וואס דאס מיינט "מיידלעך טאנצען". "מיידלעך טאנצען" האט ביי זיי אויפגעברענגט גאנץ אנדערע געפילן וואו וואס דאס ברענגט ארויף ביי אינז.

ביים בית שני איז די טענץ שוין נישט געווען, זעט אויס דאס "מיידלעך טאנצען" האט שוין געמיינט מער ווייניגער וואס דאס מיינט ביי אינז, דארט האט מען שוין מתקן געווען א תיקון גדול, געמאכט אן עקסטער עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן באזיכען די פעלדער...

הקטן: לויט ווי איך ווייס זענען די טענץ (פון די מיידלעך) יא אנגעגאנגען סיי אום ט"ו באב און סיי אום יום כיפור אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש אויך. דאס האט געהאט א הייליגע מטרה. די בחורים האבן געזוכט מיט וועם חתונה צו האבן. ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען קיין שדכנים אפיס. וואו מ'האט געקענט איבערלאזן א טעלעפאן נאמבער אדער אי-מעיל...!

קהל'ס נער » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 7:14 am

· #482018
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
זייער א שיינע טעם, אבער היינטיגע צייטן וואלט מען געזאגט יראה עד שיסתאב, זאלן זיי שטארבן ערירי און ח"ו נישט עובר זיין אויף זעין פרויען טאנצן.

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 10:13 am

· #482021
berlbalaguleh
הקטן
זיו
מיידלעך טאנצען יום כופר איז א טאטעלע אנדערע קולטור פון וואס אונז האב מיר. אזאנס, אז מיין מאגן ווייסט נישט ווי אזי דאס צו פארדייען.

אמת, מיר זענען זייער ווייט אפגעריקט פין די קולטור פין אידן פין תקופת בית ראשון

טייל קימען צי די מסקנה מיר זענען זייער אפגעריקט פין זייער וועלט בליק וואס דאס מיינט יום כיפור. יום כיפור האט ביי זיי אויפגעברענגט גאנץ אנדערע געפילן וואו ביי אינז
מיר וויל זיך זאגן מיר זענען אויך זייער אפגעריקט פין זייער וועלט בליק וואס דאס מיינט "מיידלעך טאנצען". "מיידלעך טאנצען" האט ביי זיי אויפגעברענגט גאנץ אנדערע געפילן וואו וואס דאס ברענגט ארויף ביי אינז.

ביים בית שני איז די טענץ שוין נישט געווען, זעט אויס דאס "מיידלעך טאנצען" האט שוין געמיינט מער ווייניגער וואס דאס מיינט ביי אינז, דארט האט מען שוין מתקן געווען א תיקון גדול, געמאכט אן עקסטער עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן באזיכען די פעלדער...

הקטן: לויט ווי איך ווייס זענען די טענץ (פון די מיידלעך) יא אנגעגאנגען סיי אום ט"ו באב און סיי אום יום כיפור אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש אויך. דאס האט געהאט א הייליגע מטרה. די בחורים האבן געזוכט מיט וועם חתונה צו האבן. ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען קיין שדכנים אפיס. וואו מ'האט געקענט איבערלאזן א טעלעפאן נאמבער אדער אי-מעיל...!

וואס מאכט דיך מיינען די מחוללות בכרמים איז אויך געווען ביים בית שני ?

קהלס נער בערל האט נישט מחדש געווען די שיינע טעם -

מצפצף » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 11:10 am

· #482022
ח"ו מחוללת בכרמים, איר מיינט אוודאי מחולות בכרמים.
און וואס מאכט אייך טראכטן אז עס איז נישט געווען ביים בית שני?
פשטות אז די משנה פארציילט עס, מיינט עס זייערע צייטן.

הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 10:59 pm

· #482036
מצפצף
און וואס מאכט אייך טראכטן אז עס איז נישט געווען ביים בית שני?
פשטות אז די משנה פארציילט עס, מיינט עס זייערע צייטן.

איך זעה נישט וואו אזוי דו קימסט אן צי דעם מסקנה, פארקערט די משנה שרייבט "לא היו ימים טובים לישראל"
אנס-אפאן-עי-טיים, אמאל געווען... די לשון לא היו זאגט אז היינט איז דאס שוין נישט

יוסיפון ווייסט בכלל נישט צי זאגן פין די בעיטטעפאל קאלערפאל יום טוב, א יום טוב וואס אויך די גוים וואלט ענדשויט...

מצפצף » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 11:22 pm

· #482038
פשוט טייטש איז, עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא יו"ט ביי אידן (מאז היותם) ווי חמשה עשר באב.
אבער אפי' דו עקשענסט דיך צו טייטשן אז עס איז א זאך פון די פארגאנגענהייט, רשב"ג האט איבערגעלעבט דעם חורבן.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 3:25 am

· #482042
מצפצף
פשוט טייטש איז, עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא יו"ט ביי אידן (מאז היותם) ווי חמשה עשר באב.
אבער אפי' דו עקשענסט דיך צו טייטשן אז עס איז א זאך פון די פארגאנגענהייט, רשב"ג האט איבערגעלעבט דעם חורבן.

ווער האט נישט געלאזט טאנצען נאכן חורבן?


עך וועל דיר זאגן דו ביסט מן הסתם גערעכט מיט דייין טייטש פין "לא היו" ווייל די גמרא לערענט פשט אין די משנה אנדערש וואו נט דאס דא אויף ק"ש
די גמרא לערענט דאס דער גרויסע י"ט איז נישט געווען די טענץ! נאר אין די גרויסע טעג וואס זענען געווען גרויס סיי וואו האט מען אויך געטאנצען, אבער נישט די טענץ האט זיי געמאכט גרויס.



בכלל דער לשון "רשב"ג אומר" קוקט נישט אויס ס'איז געווען א באקאנטער פאקט
זאגט דער בריתא, דער בת מלך האט געאבראגט איר קלייד פין דעם בת כהן גדול - אפשר זאגסטו ווער איז געווען קעניג אין רשב"ג צייטן?!?
מיין ראיה איז פין יסיפון'ס שטיל שווייגן.
איך קען נישט זען קיין מאטיוו פארוואס זאל ער דאס לייקענען

מצפצף » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 1:23 pm

· #482046
עס איז מיר גוט.
דו גלייבסט יוסיפון איבער חז"ל?
איך האב געמיינט אז דו ביסט דער רעכטער דא...

עובדיה » פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 1:48 am

· #482056
איינע פון די טעמים וואס די גמרא געט אן פאר די שמחה חמשה עשר באב איז שבו ניתנו הרוגי ביתר לקבורה וואס לויט דעם רעדט די משנה ע"כ לאחר חורבן בית שני. אזוי אויך זעהט מען אין מס' יומא יט: אז די מנהג אין נהרדעא איז געוועהן אז מ'פלעגט אויף זיין יום כיפור ביינאכט אלס זכר למקדש, און די גמרא פירט אויס "אלא שהיו חוטאין" ופירש"י: שהיו משחקין אנשים ונשים יחד ובאין לעבירה.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 9:00 am

· #482060
עובדיה
איינע פון די טעמים וואס די גמרא געט אן פאר די שמחה חמשה עשר באב איז שבו ניתנו הרוגי ביתר לקבורה

זאגסטו דו טענץ זענען נישט געווען נישט בבית ראשון און נישט בבית שני נאר די טענץ זענען געווען נאר נאכן חרבן ???
און וואו באלד ס'האט נישט געטויגט,וואו אינז זעמער ביי י"כ, שהיו משחקין אנשים ונשים יחד ובאין לעבירה. האט מען דאס גראד געסטאפט???

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 10:49 am

· #482061
עובדיה
איינע פון די טעמים וואס די גמרא געט אן פאר די שמחה חמשה עשר באב איז שבו ניתנו הרוגי ביתר לקבורה וואס לויט דעם רעדט די משנה ע"כ לאחר חורבן בית שני. אזוי אויך זעהט מען אין מס' יומא יט: אז די מנהג אין נהרדעא איז געוועהן אז מ'פלעגט אויף זיין יום כיפור ביינאכט אלס זכר למקדש, און די גמרא פירט אויס "אלא שהיו חוטאין" ופירש"י: שהיו משחקין אנשים ונשים יחד ובאין לעבירה.

איך כאפ נישט וואו פונקטליך די מנהג פון נהרדעא קומט אהער, יעדנפאלס, די טעם פארוואס די חולות בכרמים האט מען נישט אפגעשטעלט אלס באין לעבירה איז לכאורה ווייל די חולות בכרמים איז נאר געווען סינגלס ביי וועם די גאנצע חשש פון באין לעבירה (אשת איש) איז נישט שייך.

יין שרף » מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 8:51 pm

· #482086
יין שרף
ארויפגעברענגט לכבוד היו"ט הבעל"ט.

נעכטן תשעה באב ביינאכט, לערנענדיג אביסל איכה מיט מפרשים, זעה איך
תרגום אויפן פסוק בתולותיה נוגות והיא מר לה


בתולתהא ספדן על די פסקו למיפק בחמשא עשר יומין באב וביומא דכפוריא די הוא בעשרא יומין בתשרי לחינגא בחינוגין אף איהי מריר ליבא לחדא

איבערגעטייטש אין אידיש: די מיידאלאך האבן געיאמערט, אויף דעם וואס מען האט אויפגעהערט צו ארויסגיין - די פופצנטן טאג אין אב, און יום כיפור, די צענטן טאג אין תשרי - צו טאנצן מיט געטענץ, אויך זיי ביטערט דאס הארץ לחדא


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/409613">viewtopic.php?p=409613#p409613</a><!-- l -->

הקטן » מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 9:36 pm

· #482087
יין שרף
יין שרף
ארויפגעברענגט לכבוד היו"ט הבעל"ט.

נעכטן תשעה באב ביינאכט, לערנענדיג אביסל איכה מיט מפרשים, זעה איך
תרגום אויפן פסוק בתולותיה נוגות והיא מר לה


בתולתהא ספדן על די פסקו למיפק בחמשא עשר יומין באב וביומא דכפוריא די הוא בעשרא יומין בתשרי לחינגא בחינוגין אף איהי מריר ליבא לחדא

איבערגעטייטש אין אידיש: די מיידאלאך האבן געיאמערט, אויף דעם וואס מען האט אויפגעהערט צו ארויסגיין - די פופצנטן טאג אין אב, און יום כיפור, די צענטן טאג אין תשרי - צו טאנצן מיט געטענץ, אויך זיי ביטערט דאס הארץ לחדא


ווער האט זיי אפגעהאלטן צי טון אין גלות ווייס איך נישט, ווילסט זאגן מען האט דאס נאכאמאל מחדש געווען בבית שני? קיקט נישט אויס אזוי

הקטן » מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 9:47 pm

· #482088
רביה''ק זי''ע
עובדיה
איינע פון די טעמים וואס די גמרא געט אן פאר די שמחה חמשה עשר באב איז שבו ניתנו הרוגי ביתר לקבורה וואס לויט דעם רעדט די משנה ע"כ לאחר חורבן בית שני. אזוי אויך זעהט מען אין מס' יומא יט: אז די מנהג אין נהרדעא איז געוועהן אז מ'פלעגט אויף זיין יום כיפור ביינאכט אלס זכר למקדש, און די גמרא פירט אויס "אלא שהיו חוטאין" ופירש"י: שהיו משחקין אנשים ונשים יחד ובאין לעבירה.

איך כאפ נישט וואו פונקטליך די מנהג פון נהרדעא קומט אהער, יעדנפאלס, די טעם פארוואס די חולות בכרמים האט מען נישט אפגעשטעלט אלס באין לעבירה איז לכאורה ווייל די חולות בכרמים איז נאר געווען סינגלס ביי וועם די גאנצע חשש פון באין לעבירה (אשת איש) איז נישט שייך.

פין נהרדעא זעט מען דאס סאיז דא זאכן וואס מען האט קודם געטין אבער דערנאך געסטאפט (ירידות הדורת?)

אין די חולות בכרמים האבן אויך א טייל גענימען נידות און זיי האבן געמאכט א סוד דערפין וואו מען זעט דארט אין די סיגיא
אבער לויט דער אמת איז קושיא מעיקרא ליתא פינקט וואו נהרדעא איז קודם געווען OK ביז ס'איז געווארן צרות די זעלבע זאך קען זיין איז געווען מיט די טענץ

וואו לאנג ס'איז געווען די התאחדות הרבנים, האט מען געקענט טאנצען, אבער נאכן חרבון האט זיך די זאך טאקע געסטאפט

אמר רב חסדא, בראשונה היתה אימת סנהדרין עליהם ולא היו אומרים דברי נבלה בשיר, אבל עכשיו שאין אימת סנהדרין עליהם, הם אומרים דברי נבלה בשיר.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 10:55 pm

· #482090
הקטן
מצפצף
און וואס מאכט אייך טראכטן אז עס איז נישט געווען ביים בית שני?
פשטות אז די משנה פארציילט עס, מיינט עס זייערע צייטן.

איך זעה נישט וואו אזוי דו קימסט אן צי דעם מסקנה, פארקערט די משנה שרייבט "לא היו ימים טובים לישראל"
אנס-אפאן-עי-טיים, אמאל געווען... די לשון לא היו זאגט אז היינט איז דאס שוין נישט

יוסיפון ווייסט בכלל נישט צי זאגן פין די בעיטטעפאל קאלערפאל יום טוב, א יום טוב וואס אויך די גוים וואלט ענדשויט...

הקטן: יוסיפון איז נאך די שוואכסטע ראיה. זעה ביי באשרייבן די היסטאריע פון חורבן בית המקדש ווי ווייט (פארקערט) אנדערש ער באשרייבט די היסטארישע אנטוויקלונגען ווי די גמרא (אין מס' גיטין דף נו). ער שילדערט טיטוס הרשע אלס פיינער און ארנטליכער, העלדישער גענעראל, וועלכער האט נאר געוואלט איין זאך. אז די אידישע קעמפער זאללן זיך אונטערגעבן. איינמאל זיי האבן דאס געטון האט ער פאר זיי געגעבן צו עסן און טרינקען. און באהאנדלט זייער גוט. ער שרייבט נאך אז טיטוס האט געשריגן זייער הויך (ס'זעהט אויס ס'נאכנישט געווען קיין מייקס אין זיינע צייטן. אדער אפשר זענען די בעטעריס אויסגעלאפן) ביז ער איז הייזעריג געווארן---אז די אידן זאללן זיך אונטערגעבן...!

איך וועלל ענדערש גלייבן וואס די גמרא פארציילט איבער איהם און זיין גרויזאמע מיליטער וואס זיי האבן געטון צו די אידן. און וואס ער האט געטון אין בית המקדש...!

א סאך מענטשן זענען מלמד זכות אויף יוסיפון אז ער האט געמוזט אזוי שרייבן. זייענדיג געפאנגען ביי די רומיים...! איך קען דאס אננעמען. אבער באגלייבט איז ער נישט...!

זיו » מוצ"ש סעפטעמבער 25, 2021 11:33 pm

· #482091
Re: וירא את עניינו, זו פרישות דרך ארץ
ע'רעב בערל: יוספון לגבי טיטס וואס ער שרייבעט אנדערש ווי חז"ל איז נאר א וועג פון קוקען, נישט קיין פאקטען.

בכלל, די מעשה פון קמצא ובר קמצא לייגט זיך נישט אויפן שכל. דאס איז נישט ווי אזוי מדינות האנדלען צווישען זיך. די גמרא איז מער מסתבר צו רעדן פונעם חטא וואס האט גורם געווען די חורבן, "שנאת חינם" ווי איידער די פראקטעק ווי אזוי דער חורבן איז צוגעגאנגען.

און אלענס פאל, פון די משנה אין תעניות איז משמע אז די מחולות בכרמים איז אנגעגאנגען בזמן המשנה, און אט דאס איז וואס מאכט די יום טוב פון די גרעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.

כע,'האב גראדע געזען אן ארטיקעל וואס געבט פאר דעם מנהג פון די טאנצ'עדיגע מיידעך לעבעדיגע פארבען. זע דא
https://mobile.srugim.co.il/article/86473

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 12:11 am

· #482095
זיו: ייש"כ פאר דעם לינק. נאר איין קליינע נקודה. די גמ' (כ'מיין אין מס' תענית) זאגט אז די מיידלעך וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין נאטורליכע שיינקייט (ביוטי) האבן געזאגט צו די בחורים אז זיי זאללן נישט קוקן אויף די חיצוניות'דיגע מראה, נאר ענדערש אויפ'ן יחוס פון זייערע משפחות...! (אזוי ווי א סאך רעבישע קינדער...לאל)...!

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 3:48 am

· #482114
זיו

און אלענס פאל, פון די משנה אין תעניות איז משמע אז די מחולות בכרמים איז אנגעגאנגען בזמן המשנה, און אט דאס איז וואס מאכט די יום טוב פון די גרעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט.

א. זיי ביטע מסביר וואו אזוי ס'איז משמע פין די משנה אז דאס איז אנגעגאנגען בזמן המשנה
ב. פין די גמרא קימט אויס קלאר דאס די גרויסער יום טוב איז נישט געווען די טענטץ

א"ר שמעון ב"ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ:
בשלמא יום הכפורים משום דאית ביה סליחה ומחילה יום שניתנו בו לוחות האחרונות
אלא ט"ו באב מאי היא ???

... יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה
... יום שהותר שבט בנימן לבוא בקהל
... יום שכלו בו מתי מדבר (אפשר איז דאס אויך געווען בזמן המשנה?)
... יום שביטל הושע בן אלה פרוסדיות שהושיב ירבעם בן נבט על הדרכים שלא יעלו ישראל לרגל
... יום שנתנו הרוגי ביתר לקבורה
... יום שפסקו מלכרות עצים למערכה

א לאנגע ליסט, קיינעם פאלט נישט איין צי זאגן די טעם פין דעם גרויסען י"ט איז די טענטץ זעלבסט!!!
בלאט: 1 2 3