☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים [ז"ל]

משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים [ז"ל]

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1447

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:43 pm

· #33843
משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים [ז"ל]
איך זוך משניות סייעתא דשמיא על מסכת שבת

ווער האט געשריבן הסכמות דערויף? וואס נאך איז געדרוקט געווארן אין דעם באנד חוץ די פירוש סייעתא דשמיא אויף משניות? קען איינער אריינסקענען עמודים 159-160?

די סיבה פארוואס איך וויל וויסן איז ווי פאלגנד:
אין תש"ל איז ארויסגעקומען אין ירושלים דער ערשטער באנד משניות סייעתא דשמיא פון הג"ר שמעיה גרינבוים על מסכת שבת. אייגענטליך איז אין דעם באנד נאך נישט געשטאנען די נאמען פונעם מחבר, אבער אין די קומענדיגע בענדער האט ער זיך שוין יא מגלה געווען.

אין פראפ' מארק שפירא'ס בוך "שאול ליבערמאן און די ארטאדאקסן" אויף עמ' 37 שרייבט ער ווי פאלגנד:
... R. Shemaya Grunbaum, a Satmar hasid, published a letter from [Professor Saul] Lieberman in one of his books, but instead of citing Lieberman by name, the letter writer is identified as "hakham ehad."138 However, Lieberman's identity is only slightly veiled, since Grunbaum did not delete the letter's reference to Ha-Yerushlmi ki-Feshuto. While the typical member of Grunbaum's community has never heard of this book, he obviously intended that those "in the know" would recognize with whom he had been corresponding. In what was perhaps a bit of mischief on Grunbaum's part, Lieberman's letter is published directly after hiddushim from R. Rafael Blum, one of the most fanatic adherents of the Satmar ideology. Blum stated, for example, that it is forbidden to read the work of anyone who has a connection to the State of Israel, such as a government rabbi or dayan. He also wrote a haskamah to Aaron Rosenberg's Torat Emet, which is devoted to explaining why all books by Zionist rabbis and other purveyors of heresy are forbidden reading. One can only imagine what Blum's reaction would have been had he know that his novellae were published together with a letter of Lieberman.
אין פוטנאוט 138 שטייט ווי פאלגנד:
Siyata di-Shemaya al masekhet shabbat (Jerusalem, 1970), pp. 159-160. The author's name is not given in this book, but appears in subsequent volumes of his Siyata di-Shemaya. Prof. Halivni was the first to call attention to this letter.
אין אידיש איבערזעצונג שרייבט שפירא ווי פאלגנד:
"הרב שמעיה גרינבוים, א סאטמארער חסיד, האט פובליצירט א בריוו פון [פראפ' שאול] ליבערמאן אין איינע פון זיינע ספרים, אבער אנשטאט אראפברענגן ליבערמאן ביים נאמען, אידענטיפיצירט דעם שרייבער פונעם בריוו אלס "חכם אחד". למעשה אבער איז ליבערמאן'ס אידענטיטעט נאר טיילווייז פארהוילן, וויבאלד גרינבוים האט נישט פארמעקט דעם בריוו'ס רעפערנץ צו הירושלמי כפשוטו (איינע פון ליבערמאן'ס ספרים - י.) כאטש דער טיפישער מעמבער אין גרינבוים'ס קהילה האט נאך קיינמאל נישט פון דעם ספר, האט ער דאך געוואלט אז די "וואס ווייסן וואס טוט זיך" זאלו כאפן מיט וועם ער האט זיך געשריבן. אין וואס איז אפשר געווען א שטיקל מעשה שובבות מצד גרינבוים, האט ער פובליצירט ליבערמאן'ס בריוו גלייך נאך חידושים פון הרב רפאל בלום [אדמו"ר מקאשוי זצ"ל], איינס פון די מערסט פאנאטישע אנהענגער אין די סאטמארע אידיאלאגיע. בלום טענה'ט, צום ביישפיל, אז עס איז אסור צו ליינען די ווערק פון סיי ווער עס האט א קשר מיט די ישראל'ישע רעגירונג, ווי א רב אדער דיין מצד די ממשלה. ער [קאשוי'ער רב] האט אויך געשריבן א הסכמה צו אהרן ראזענבערג'ס תורת אמת, וואס איז מוקדש צו מסביר זיין פארוואס עס איז אסור צו לערנען אין ספרים פון ציוניסטישע רבנים און אנדערע נאכפאלגער פון כפירה. מ'קען זיך נאר פארשטעלן וואס בלום'ס רעאקציע וואלט געווען ווען ער וואלט נאר געוויסט אז זיינע חידושים זענען פובליצירט געווארן צוזאמען מיט א בריוו פון ליבערמאן."

אין אייוועלט אין דעם העכסט-אינטערעסאנטן תפארת ישראל אשכול האט קרעמער געשריבן:
קרעמער אין אייוועלט
איך פרוביר צו לערנען אלע מפרשים אויסער תפארת ישראל, אבער אמאל אמאל איז מען ממש געצווינגען צו נעמען דעם גנב פון די תליה, ווען ער פארטייטשט גאר געשמאק א שורה אדער א ווארט.

איך האב באמערקט אז דער 'סייעתא דשמיא' וואס איז היבש אנגענומען אין אונזערע קרייזן, איז שטארק באזירט אויף תפארת ישראל.
און איך וויל וויסן וועלכע גנבים הרב גרינבוים האט גענומען פון תליה...

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:25 pm

· #33894
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב הנאה אז דו גיסט אזוי ארויס די שמועות פון ארבל... גיב מיר דעטאלן אויב מעגליך. פון פרופ' ליבערמאן איז דא בריוון צו הרב גרינבוים אבער אז פראפ' הלבני האט שייכות מיט אים איז שוין א חידוש!

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:55 pm

· #33955
ר' יידל דער גנב/תליה איז א בעלזר ווארט בנוגע דעם רש"ש.

יידל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:43 am

· #34105
איך אויך
ר' יידל דער גנב/תליה איז א בעלזר ווארט בנוגע דעם רש"ש.

יאך ווייס, כ'האב גענוצט דעם אויסדרוק ווייל קרעמער האט עס געניצט.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 7:13 am

· #567427
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
ברוך דיין האמת. די פארגאנגענע שבת קודש איז נסתלק געווארן די זעלטענע תורה ריז הגאון האדיר ר' שמעיהו גרינבוים זצ''ל.

די לוויה קומט פאר היינט זונטאג 'אין' בית מדרש סאטמאר ראדני וואו ער האט מרביץ תורה געווען מיט זיינע שיעורים פאר צענדליגע יארן, דערנאך וועט די לוויה זיין אין באנגעלאו קאלאני 'לפידות' וואו די מטה וועט אויך ווערן אריינגעברענגט 'אין' בית מדרש, דערנאך וועט די לוויה ארויסגיין פון בית מדרש סאטמאר קרית יואל מהר''א.

שטולענע אייער » זונטאג יולי 7, 2024 8:44 am

· #567429
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
בד״ה 😢

האט ר׳ שמעי׳ למעשה פארענדיגט זיין פירוש אויף גאנץ ששה סדרי משנה?

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 8:49 am

· #567430
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
געהערט אמאהל אז סיעתא דשמיא האט געדארפט זיין אנ'אלטערנאטיוו צו קהתי

טאמבל סאס » זונטאג יולי 7, 2024 9:34 am

· #567431
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
בד"ה!

ווי אלט? פון א מחלה ציוואס?

טאמבל סאס » זונטאג יולי 7, 2024 9:38 am

· #567432
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
שטולענע אייער #
בד״ה 😢

האט ר׳ שמעי׳ למעשה פארענדיגט זיין פירוש אויף גאנץ ששה סדרי משנה?
.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 9:43 am

· #567433
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים

שטולענע אייער » זונטאג יולי 7, 2024 9:50 am

· #567434
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
טאמבל סאס #
שטולענע אייער #
בד״ה 😢

האט ר׳ שמעי׳ למעשה פארענדיגט זיין פירוש אויף גאנץ ששה סדרי משנה?
כ'האף אז אויף טהרות האט ער געענדיגט.
א גרויסע רוב דערפון האט ער זיכער געענדיגט, איך האב גענוצט זיין פירוש פאר עטליכע טהרות מסכתות. איך האף נאר אז ער האט זוכה געווען צו מסיים זיין אינגאנצען, מסתמא וועט נאך ארויסקומען יעצט די מסכתות אויף וואס ער האט געארבעט בסוף ימיו.

טאמבל סאס » זונטאג יולי 7, 2024 9:53 am

· #567435
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
ווייסט עמיצער צו עני פון זיינע קינדער קען אריינפוהלן אין זיין בענקל?

אקטיווע שרייבער » זונטאג יולי 7, 2024 10:01 am

· #567436
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
טאמבל סאס #
ווייסט עמיצער צו עני פון זיינע קינדער קען אריינפוהלן אין זיין בענקל?
אין גם אחד!

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 10:05 am

· #567437
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
טאמבל סאס #
בד"ה!

ווי אלט? פון א מחלה ציוואס?
77 יאר
געווען נישט געזונט מיט די מחלה פאר עטליכע יאר

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 10:37 am

· #567439
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
א נקודה ארויסצוברענגן די הערצה וואס דער גדול געניסט, אפיציעל איז ער נישט געווען פארעכנט אלס חסיד פון סאטמאר מהר''יי ער איז באמת געווען א מעריץ פון סאטמאר מהר''א ער האט אנגעהאלטן די שיעורים אין סאטמאר ראדני און זיך נישט געמישט אין פאליטיק לכאורה די איינציגסטער רב אין אזא פאזיציע.

יעצט לאחר מותו באקומט ער די כבוד אז סאטמאר מהר''יי מאכט די לוויה אין בית מדרש וואס דאס איז מיוחד פאר יחידי סגולה ממש כאטש זיי האבן נישט קיין שום אינטרעסע ער גייט אפילו נישט ליגן ביי זייער בית החיים און מהר''א האט נאכנישט געמאלדן צו ביי זיי גייט אויך די לוויה זיין אין בית מדרש.

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 10:42 am

· #567440
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
שטולענע אייער #
בד״ה 😢

האט ר׳ שמעי׳ למעשה פארענדיגט זיין פירוש אויף גאנץ ששה סדרי משנה?
ניין עכ"פ וואס ס'איז געדרוקט

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 10:44 am

· #567441
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
[ציטאט אראפגענומען]
אינו דומה בכלל

קהתי איז פירוש פשט בעיקר און סיעתא דשמיא בעיקר, נאר וואס דען? פאר ס'איז געווען ארטסקרול האבן אסאך עס געניצט אויך אויף פשוטע פשט טייטש, ער האט זיך טאקע אסאך אפגערעדט איינמאל ארטסקרול איז ארויס אז ס'גייט אסאך ווייניגער.

מר. קלונימוס » זונטאג יולי 7, 2024 10:46 am

· #567442
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
[ציטאט אראפגענומען]
זיין פרוי איז א שטארקע מהרא פען, ער האט נישט געהאט א צד בכלל.

שטולענע אייער » זונטאג יולי 7, 2024 1:33 pm

· #567447
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
היימלינד #
שטולענע אייער #
בד״ה 😢

האט ר׳ שמעי׳ למעשה פארענדיגט זיין פירוש אויף גאנץ ששה סדרי משנה?
ניין עכ"פ וואס ס'איז געדרוקט
דא שרייבט איינער אויף אייוועלט אז עס פעלט נאך שבת חלק א, גיטין, ועוד.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5220816#p5220816

————
אגב, דא אויף אייוועלט צייכענט איינער אן די אויסטויש מיט פראפ. ליבערמאן:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5221680#p5221680

————
טאמבל סאס #
ווייסט עמיצער צו עני פון זיינע קינדער קען אריינפוהלן אין זיין בענקל?
עס איז נישטא באמת וואס אריינצופולן אויסער א חלל אינם עולם התורה, ר׳ שמעי׳ האט נישט געהאט קיין פאסטן, נאר געזעצן און געלערענט און געשריבען א גאנצע טאג בלי גוזמא, די איינציגסטע פונקציע אפשר איז זיין שיעור (וואס איז שוין גראדע געווען אביסל אויסגעשפילט די לעצטע פאר יאר רעלאטיוו צו וואס עס פלעגט זיין) וואס עס גלייבט זיך שווער אז די מקשיבי השיעור וועלן זיין אינטערעסירט אין א זון, פאר זיי איז אחד היה ר׳ שמעי׳ און ווען ער איז געגאנגען לעולמו בלייבט פאר זיי נאר די זכרונות פון עפעס וואס וועט מער קיינמאל נישט צוריקקומען אדער ווערן שטעלפארטרעטן.

אוהב ספרים » זונטאג יולי 7, 2024 2:07 pm

· #567450
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
עס איז דא א זוהן וואס פלעגט טייל מאל ממלא זיין מקומו ווען ער האט נישט געקענט פארלערנען

אסטראלאג » זונטאג יולי 7, 2024 2:21 pm

· #567453
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
מר. קלונימוס #
[ציטאט אראפגענומען]
זיין פרוי איז א שטארקע מהרא פען, ער האט נישט געהאט א צד בכלל.
הגאון הצדיק רבי שמעיה גרינבוים זצ״ל איז געווען גאר שארף קעגן מהרז״ל. סיי צוליב דעם חינוך און סיי צוליב די פערזענליכע פארדארבענקייט פון מהרז״ל. ואין כאן המקום להאריך כאן.

זיינע ספרים זענען געווען געשריבן בקדושה ובטהרה וואס ספעציעל געווען אפגעהיטן פון נייע אויסדרוקן און היברעישע וואקאבאלאר וואס ליידער, איז דאס זייער זעלטן צו זעהן אין די היינטיגע ספרים.

יהא זכרו ברוך

אסטראלאג » זונטאג יולי 7, 2024 2:31 pm

· #567458
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
קונטרס פון רבי שמעיה גרינבוים קעגן קליפת הציונות
https://drive.google.com/file/d/0B8Ztz_bSFsI0bHBnVmVTSHc1bzg/view?resourcekey=0-6S8XVbQgkvus1gMwLAnT0g

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 2:34 pm

· #567460
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
אסטראלאג #
קונטרס פון רבי שמעיה גרינבוים קעגן קליפת הציונות
קונטרס אהער קונטרס אהין, איז ער געווען אדער כאטש געשטיצט ברבים נטורי קרתא ?
אויב נישט דריי נישט קיין חרוסת

אסטראלאג » זונטאג יולי 7, 2024 2:52 pm

· #567461
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
היימלינד #
איז ער געווען אדער כאטש געשטיצט ברבים נטורי קרתא?

ווען הגה"ק רבי משה בער בעק זי"ע איז נפטר געווארן האט ער ביים וועכענטליכן שיעור אין ראדני ארומגערעדט איבער זיין גרויסקייט און ספעציעל ארויסגעהויבן די געוואלדיגע קידוש השם וואס ער פלעגט זוכה זיין צו טוהן צו פארשפרייטן פאר די וועלט אז דאס אידיש פאלק איז תורה און נישט רציחה און נקמה.

מען דארף מאכן אן עקסטער קונטרס פון דעם שמועס. ער האט זייער שטארק גערעדט א אנדערס מאל און אפגעשלאגן די נארישע אויסריידן אז מענטשן האבן א פראבלעם מיט נטורי קרתא אין די צייט וואס ליידער זענען די רבי'ס אנגעשטעקט מיט די ציוניסטישע וויירוס.

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 2:53 pm

· #567462
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
אסטראלאג #
וען הגה"ק רבי משה בער בעק זי"ע איז נפטר געווארן האט ער ביים וועכענטליכן שיעור אין ראדני ארומגערעדט איבער זיין גרויסקייט און ספעציעל ארויסגעהויבן די געוואלדיגע קידוש השם וואס ער פלעגט זוכה זיין צו טוהן צו פארשפרייטן פאר די וועלט אז דאס אידיש פאלק איז תורה און נישט רציחה און נקמה.

האסט מיר נישט גענטפערט.
אדער בעסער געזאגט, האסט יא, אויב נאר דאס, מיינט אז ער האט נישט געשטיצט די אידעלאגיע.

אסטראלאג » זונטאג יולי 7, 2024 3:02 pm

· #567463
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
ער האט שטארק געשטיצט נטורי קרתא.
איינער וואס פלעגט זיך וועכענטליך באטייליגן ביי זיינע שיעורים זאגט אז ער פלעגט אים ביים שיעור ארויסהייבן פארן פראטעסטירן און מקדש שם שמים זיין.

עמרם » זונטאג יולי 7, 2024 6:34 pm

· #567492
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
כ'האב הנאה אז סיי די ארוינים סיי די זאלונים און סיי נ''ק נעמען אים אויף זייער זייט, ווען אין אמת'ן אריין האט ער קיין איינס נישט געשטיצט

חדשים » זונטאג יולי 7, 2024 8:06 pm

· #567505
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
היה דבוק כל חייו ברבינו הקדוש, תרתי משמע.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 8, 2024 10:29 am

· #567560
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
עמרם #
כ'האב הנאה אז סיי די ארוינים סיי די זאלונים און סיי נ''ק נעמען אים אויף זייער זייט, ווען אין אמת'ן אריין האט ער קיין איינס נישט געשטיצט
דאס אליין איז שוין א גוטער סימן: אלע צדדים האבן געמיינט אז ער האלט מיט זיי.

[NAMELESS] » מאנטאג יולי 8, 2024 1:03 pm

· #567582
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
ווייזט א קלוגשאפט פון א מענטש

יעקב מענטש » מאנטאג יולי 8, 2024 1:53 pm

· #567585
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
דער וואס האט אים אפי' נאר אביסל געקענט, ווייסט אז ער האט אין ערגעץ נישט באלאנגט (מיינונגען האט ער מן הסתם געהאט, ער איז געווען אפינינעיטאד), אויסער רביה"ק זי"ע און די ד' אמות של הלכה האט אים גארנישט פאראינטערסירט. קיינער האט נישט געדמיונ'ט צו ער איז אויף די אדער אויף יענע זייט.

ער האט געהאט א שטארקע דאזע פון לא תגורו אויף ענינים וואס איז אים געגאנגען בנפשו און וואס ער האט געהאלטן פאר עוולות, און ער האט קיין איינעם נישט נושא פנים געווען, געלט און כבוד האט אים נישט געקענט אפקויפן.

אין א געזעלשאפט ווי זיצן און לערנען לשם לערנען איז נישט אנגענומען, איז זיין התמדה בתורה לשם תורה פילפאכיג מער געשעצט, אן קיין פינאנציעלע אדער געזעלשאפטליכע סופפארט סיסטעם.

מחצה''ק » מיטוואך יולי 10, 2024 7:09 pm

· #567809
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
אסטראלאג #
ער האט שטארק געשטיצט נטורי קרתא.
איינער וואס פלעגט זיך וועכענטליך באטייליגן ביי זיינע שיעורים זאגט אז ער פלעגט אים ביים שיעור ארויסהייבן פארן פראטעסטירן און מקדש שם שמים זיין.
וואס נאך?
רבי שמעי' פלעגט קענען פארציילן מעשיות פון כל גדולי ישראל נישט קיין חילוק צי וועלכע חלק כלל ישראל יענער האט געהאט שייכות

מענדל » מיטוואך יולי 10, 2024 8:48 pm

· #567816
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
מחצה''ק #
רבי שמעי' פלעגט קענען פארציילן מעשיות פון כל גדולי ישראל, נישט קיין חילוק צו וועלכע חלק כלל ישראל יענער האט געהאט שייכות

ווי למשל ?

מחצה''ק » דינסטאג יולי 16, 2024 1:17 am

· #568145
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
מענדל #
מחצה''ק #
רבי שמעי' פלעגט קענען פארציילן מעשיות פון כל גדולי ישראל, נישט קיין חילוק צו וועלכע חלק כלל ישראל יענער האט געהאט שייכות

ווי למשל ?
קלויזענבורגע רב

אינטערסאנטער » דינסטאג יולי 16, 2024 1:10 pm

· #568172
Re: משניות ע"פ סייעתא דשמיא - הרב שמעיה גרינבוים
רבי שמעי' איז געווען א זעלטנהייט פון א בעל מדות און איידלע איד, חוץ זיין אויסטערלישע אויסטערלישע גדלות און קלארקייט בכל התורה כולה, אבער דאס וואס די זאגסט אז ער פלעגט פארציילן פון קלויזנבורגער רב איז מיר אינטערסאנט צו הערן פון ווי די נעמסט עס. נישט אז עס קען נישט זיין, אבער כ'האב קיינמאל דאס נישט געהערט אויף אים, און ער איז דאך כל ימיו געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר.