☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14368

אשכול אן א טיטל #14368

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14368
בלאט: 1 2 3

— » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 11:03 pm

· #463830

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

הרב שיף » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 8:59 am

· #463845
ער האט גערעדט איבער דאס וואס מאנכע טענען וכו'?

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 9:16 am

· #463846
יא יא ווען איך ווארף ארויס מיין מאמע ווי א הונט אויפן גאס, וויל איך אויך נישט אז מ'זאל רעדן דערפון...

cictim » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 10:10 am

· #463847
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1p7934Kl3KL9xpxNh-0xPh635Aw5JtRe0/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1p7934K ... sp=sharing</a>

יא יא ווען זיין מאמע פירט זיך ווי א הונט אויפן גאס - מצער איר מאן בחייו ולאחר מותו צוזאמען מיט אלע חסידים, וויל איך אויך נישט אז מ'זאל רעדן דערפון...

צפור בודד » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 2:43 pm

· #463862
איך בין גראדע א פלאקעדיגער חסיד פון דעם וואן אנד אונלי סאדיגורער. א ראצער פון דריי און צוואנציג מיט דער קאנפידענס פון א פערציגער. ער רעדט קלאר אן קיין מורא, רוהיג און מיט א היימישן טעם. ער האט נישט גורם געווען דער מחלוקת און ער איז נישט מחוייב אוועקצוגעבן וואס איז קלאר זיינס. און אויף זיין מאמע איז נישט דא וואס רחמנות צו האבן. זי בונטעוועט קעגן אים און זי וועט אי"ה ווייטער האבן מער ווי איין דאך איבערן קאפ.

סאדיגור איז נישט מחויב צו ליידן די מחלוקת'ן וואס אירע פאטער האט אנגעדרייט אין וויזניץ. די מאמע האט גע'ירש'נט פון אירע פאטער שלגעגעריי און דער רבי האט גע'ירש'נט פון זיין פאטער א רבי'תטעווע. יאריך ימים על ממלכתו!

הרב שיף » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 3:46 pm

· #463867
צפור בודד
א ראצער פון דריי און צוואנציג מיט דער קאנפידענס פון א פערציגער.

נישט געוויסט אז דאס איז א מעלה.

וואלט איר געשריבען אזוי, א ראצער פון דריי און צוואנציג מיט שכל פון א פערציגער, וואלט איך פארשטאנען די מעלה.

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 3:47 pm

· #463868
פין א סטראטעגישע שטאנדפונקט, דארף ער געבן פאר זיינע חסידים א וועג ארויס ווען מען פרעגט זיי וואס גייט פאר. יעצט קיין זיי ציען מיט די אקסלען און זאגן דער רבי אדער דער תורה לאזט נישט רעדן.

גאונות.

הרב שיף » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 3:53 pm

· #463870
אישתישבי
פין א סטראטעגישע שטאנדפונקט, דארף ער געבן פאר זיינע חסידים א וועג ארויס ווען מען פרעגט זיי וואס גייט פאר. יעצט קיין זיי ציען מיט די אקסלען און זאגן דער רבי אדער דער תורה לאזט נישט רעדן.

גאונות.

טאקע גאונות, אבער עס איז פון איש תשבי.

דער רבי שיינט נישט צו זיין אזא גאון.

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 3:40 pm

· #463919
נאפ.... ער האט מיר כלל נישט געכאפט מיט די פינף מינוט רעקארדירונג
איך הער דא אן אפשפיגלונג פון א מנהל וועם ער פרובירט נאכמאכן אבער געלונגט אים שוואך

אפילו די צוויי דריי טייטשן וואס ער זאגט דא זענען נאריש

yn.NY » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 4:39 pm

· #463924
אישתישבי
פין א סטראטעגישע שטאנדפונקט, דארף ער געבן פאר זיינע חסידים א וועג ארויס ווען מען פרעגט זיי וואס גייט פאר. יעצט קיין זיי ציען מיט די אקסלען און זאגן דער רבי אדער דער תורה לאזט נישט רעדן.

גאונות.

בכלל נישט קיין גאונות, ס'איז די מאויסט טיפיקעל וועג זיך ארויסצדרייען פון געבן ענפערס... "רעד נישט! בלייב שטיל!"

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 1:16 am

· #463965
Wow אזא שטארקייט "איך" אסר

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 11:45 am

· #463970
קאצקע ציקער
Wow אזא שטארקייט "איך" אסר

איך זעה מ'האט דיר נישט געלערענט קיין "אמונת צדיקים"...

הרב שיף » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 7:35 am

· #463994
ב"ה געהאט די זכיה צו הערען יעצט די דברות קודש תשוח"ח פאר א חבר דא וואס האט עס פריער אויסגעשטעלט.

זענען מיר נייגעריג. זענען אלע ינוקא'ס געווען תינוק'ס, אזוי ווי דא?
איך בין געווארען רויט עטליכע מאל, פאר אים און זיינע חסידים (על אף וואס לפי פשוטו האלט איך אז ער איז די סאדיגורע רבי, ווער בין איך צו האלטען, אבער אזוי קוקט עס מיר אויס). איז נישטא דארט קיינער וואס זאל אים מסביר זיין נישט צו אנפילען וואסער מיט לופט, ווילסט זאגען עפעס זאג א מימרא.

אגב סגייט נישט ולמקללי נפשי, תדום. נאר ולמקללי, נפשי תדום. ווייל ולמקללי נפשי, תדום, מיינט לכאורה און צו ווער סטשעפעט מיר (דעם רבי'ן) זאלסטו שווייגען, לשיטתו וואלט געדארפט שטיין אדום.

אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 7:42 am

· #463995
ביסט גערעכט, קינד בלייבט קינד. הגם עס איז נישט ממש בזיונות, אבער זיין א פאליטישן זעהט נישט אויס צו זיין פין זיינע שטארקייטן.

נאך אלץ בעסער פין א בעלזער שובב.

יאסל ראקאווער » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 12:19 pm

· #464024
אפשר זאל ער זיך עפענען די אייגענע הארץ צו זיין מאמע?

אז ער קען נישט איז ער נישט קיין שגץ ער איז א בשר ודם און אריין געזינקען און א מלחמה מיט די מאמע איבער בילדינגס און געלט. אבער זיינע חסידים מעגן אויך. ס'איז זייער בילדינגס אויך. פארוואס פארלאנגט ער מער פון זיי ווי פון זיך?

מפיל קינד » מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 7:34 am

· #464076
שארפע בריוו פון בי"ד קעגן די מאמע און האדמו"ר מירושלים
📎 qlf34npn.jpeg

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 8:12 am

· #464204
יאסל ראקאווער
אפשר זאל ער זיך עפענען די אייגענע הארץ צו זיין מאמע?

אז ער קען נישט איז ער נישט קיין שגץ ער איז א בשר ודם און אריין געזינקען און א מלחמה מיט די מאמע איבער בילדינגס און געלט. אבער זיינע חסידים מעגן אויך. ס'איז זייער בילדינגס אויך. פארוואס פארלאנגט ער מער פון זיי ווי פון זיך?

העלא? ביסט צופראסקעט אינגאנצען? עפענען א הארץ צו א מאמע וואס רופט? פארקערט, די מאמע זאל עפענען אירע קליינע אויגן און אויפהערן קאנטראלירן א זאך וואס איז קיינמאל געוועהן איר'ס.

זיין פארלאנגען נישט צו רעדן איז קינדעריש, אבער פיל בעסער פין די קינדערישע אקציעס וואס דער בעלזער האט אנגעפירט בראשית ימיו. א דרשה נישט צו טוהן איז אייביג בעסער ווי א פאונטען א פינגער ביי הני כלבין דחציפין, און טראסקענען מענטשן וואס זענען נאך נישט געשוואוירן.

פארפאלן, דער ברודער רמ"ש קען זיין א רבי אבער נישט סאדיגורא, און דער מאמע וועט שעפען פונקט אזויפיל נחת פין דעם פיפטען זוהן.

איך קען אויך מאכן מחלוקת מיט מיין מאמעס הילף אז איך וויל זיין סאדיגורא רבי, און וועל האבן דער זעלבער פנים. דער טאטע האט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי, און מען זעהט עס אויך טריט און שריט, א שטילע שלאנג וואס פירט א גורילע מלחמה, אהן קיין ערנסקייט. שיינער שאו.

יאסל ראקאווער » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 9:05 am

· #464212
איך האב נישט געזאגט אז זי אדער ער איז גערעכט. איך ווייס נישט גארנישט פוןַ די מעשה, ווי פארשטענדליך אינטערעסירט מיר נישט זייער פייט. בשר ודם'ס פארטינקען און אני ואפסי. די מאמע מיט די ברידער.

אבער לאז די חסידים אויך. זיי זענען part די פון די שאו. וואס זענען זיי דאליס וואס מ'פייט פאר וועמען זיי באלאנגען? מ'פייט פאר זיי, אויף זיי און וועגען זיי אבער זיי טארן נישט רעדן דערוועגן.

אגב אויב אבער מיין טאטע לאזט מיר איבער מיליאנען און גיט גארנישט פאר מיין ברידער. גיב איך אים האלב פון מיינס.

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 11:50 am

· #464214

אגב אויב אבער מיין טאטע לאזט מיר איבער מיליאנען און גיט גארנישט פאר מיין ברידער. גיב איך אים האלב פון מיינס.

ווערי נייס, אבער איך גלייב דיך נישט, און די זאלסט דיך אליין אויך נישט גלייבן.

פארוואס וואלסטו עס געטוהן? דער גילטי פילינג גייט אוועק גאנץ שנעל, און די לאגיסטישע פילינגס קומען אריין גאר שנעל, אז די גיבסט אים, קענסטו מיר אויך געבן. עס איז דיין געלט און האט גארנישט מיט דיין ברודער.

און טאמער ביסטו טאקע אזא זנב'ל, קענסטו זיכער זיין אז די אנדערע האלב וועט אויך נישט האבן קיין אריכות ימים.

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 3:03 pm

· #464226
און אויב האסטו אזא טאטע, ביסטו דאך זיינס א קינד אויך....

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 4:32 pm

· #464242
ע"פ הלכה מעג א טאטע געבן זיין פארמעגן פאר איין זון בן בין הבנים, מ׳ דארף אראפגעבן א מינומאל סכום פאר די אנדערע יורשים
איך נעם נישט קיין שטעלונג דזאסט געלערנט פרק יש נוחלין פארצייל איך עס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Bloomingburg » זונטאג מאי 9, 2021 2:08 am

· #472764
איז אמת אז די סאדיגורא רבי איז Separate?

אינטערסאנטער » זונטאג מאי 9, 2021 11:47 pm

· #472807
Bloomingburg
איז אמת אז די סאדיגורא רבי איז Separate?

עס זעהט אויס ווי די נארמע דא, אז איינער ברענגט א באמבע נייעס און נאכדעים קען מען ווארטן חדשים צו הערן עפעס מער דערוועגן, אפצולייקענען אדער באשטעטיגן.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 9, 2021 11:55 pm

· #472808
דער אשכול זאגט דאך אז דער רבי אסר'ט צו רעדן פון מחלוקת, משמע אפילו מחלוקת בין איש לאשתו, אלזא קען מען דיר נישט ענטפערן....

אינטערסאנטער » זונטאג מאי 9, 2021 11:57 pm

· #472809
הייסט פרעגן לכתחילה לאזט די רבי יא? 😃

תרמב » מאנטאג מאי 10, 2021 1:16 am

· #472815
הייסט דא אויף קאווע שטיבל איז מען זייער מקפיד צו פאלגן די רביס......

אברך משי » מאנטאג מאי 10, 2021 10:49 am

· #472823
Bloomingburg
איז אמת אז די סאדיגורא רבי איז Separate?

ניין ער איז נישט סעפערעיטע"ד, זיין שווער הרב שטערנבוך איז געווען ביי עם ממש די שבת - פרשת בהר בחוקותי, און ער'ט געהאט גרויס כבוד דארט
(אויסער אויב ער איז געקומען ארויסהעלפן זיין טאכטער lol)

בעל דרשן » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 6:37 pm

· #481424
דעם ראש השנה האט רבי יהושע'לי פון סאדיגורא בני ברק געמאכט א מי שברך פאר זיין מאמע וועם ער שעצט גאר שטארק און פאר זיינע ברידערס רבי אפרים פישל און הבחור שמעון און די אנדערע ברידערס האדמורי"ם מסאדיגורא שליט"א נישט דערמאנט

מפיל קינד » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 11:00 pm

· #481439
בעל דרשן
דעם ראש השנה האט רבי יהושע'לי פון סאדיגורא בני ברק געמאכט א מי שברך פאר זיין מאמע וועם ער שעצט גאר שטארק און פאר זיינע ברידערס רבי אפרים פישל און הבחור שמעון און די אנדערע ברידערס האדמורי"ם מסאדיגורא שליט"א נישט דערמאנט

זאג אים אז די סאטמארע אדמורי"ם מאכן זיך יא מי שברך'ס יעדן ראש השנה.

בעל דרשן » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 11:16 pm

· #481441
ער איז א קליין קינד

אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 11:33 pm

· #481444
און דער מעשה איז מן הסתם נישט אמת.

דער ירושלימער ווייטער האט געמאכט א מי שברך און געזאגט אחי האדמור האמיתי.

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:04 am

· #481457
מפיל קינד
בעל דרשן
דעם ראש השנה האט רבי יהושע'לי פון סאדיגורא בני ברק געמאכט א מי שברך פאר זיין מאמע וועם ער שעצט גאר שטארק און פאר זיינע ברידערס רבי אפרים פישל און הבחור שמעון און די אנדערע ברידערס האדמורי"ם מסאדיגורא שליט"א נישט דערמאנט

זאג אים אז די סאטמארע אדמורי"ם מאכן זיך יא מי שברך'ס יעדן ראש השנה.

מאכן מי שברך קאסט נישט קיין געלט און איז נאו ביגוד דיעל. לאמיר זעהן די אדמו"רי סאטמאר זאלן זיך ריפן ערב ראש השנה און זיך איבערבעטן

אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 4:14 am

· #481463
זיי קענען עס טוהן פאר די ריכטיגע סיבות, דערווייל איז נישט געוועהן קיין סיבה. נאה להם ונאה לעולם. ווער דארף עס?

ייעעקקבב » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:12 pm

· #497009
איינער ווייסט אויב די ינוקא פין סאדיגורא איז געווען מנחם אבל זיין זיין מאמע?

שטורמישער » מוצ"ש מערץ 26, 2022 8:56 pm

· #497035
no
he was only by the men

ברוך שאמר » מאנטאג מערץ 28, 2022 4:49 am

· #497095
עוד משהו שקרה כשאדמו"ר מסדיגורא הגיע בחמישי האחרון לנחם בבית האבלים של משפחת הנגיד ר' חיים משה פלדמן ז"ל.

ר' הערשי אייכנשטיין, בנו הבכור של האד' מטריסק וגיסו של האד' מסדיגורא, הגיע 2 דק' לפני הסדיגורא והתפלא למה הפלדמנים לא מושיבים אותו בכסא המכובד באמצע, הוא חשב אולי הויז'ניצער רבי מגיע תכף, אבל אז הגיע גיסו הרבי מסדיגורא והראו לו לשבת שם.

אייכנשטיין התנפח מעצבים, משהו שלא ראיתי שנים, הוא גידף וקילל במסדרון בחוץ יחד עם אשתו הבת של הרבנית מסדיגורא, שזה חוצפה גדולה שהביאו אותו והם לא יתנו לסדיגורא להיכנס לנחם את אמא שלו הרבנית וכו' וזה היה פשוט בושות.

אחר כך הגיע מש"י ונכנס לחדר עם אמו ועם הזוג אייכנשטיין להתייעצויות מה לעשות נגד הפלדמנים על החוצפה שהזמינו את סדיגורא וכיבדו אותו.

כל זה אני כותב לך מעדות ראיה כמי שהיה שם בשטח, לצערנו זה סיפור עצוב שלא רואים את הסוף שלו..

כרם זית » מאנטאג מערץ 28, 2022 9:21 am

· #497100
@ברוך שאמר. אתה הייתה שם או זה פתקא שנפל מן שמים?

ברוך שאמר » מאנטאג מערץ 28, 2022 10:52 am

· #497103
זה פיסקא משלהם ואני רק copy paste

קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 28, 2022 5:08 pm

· #497115
דברתי עם כמה אנשים שהיה שם. וזה שטיות מבית היוצר מגוטמרכר (היה איזשהו סיפור. אבל בכלל לא זה)

נחום הסופר » מאנטאג מערץ 28, 2022 7:53 pm

· #497122
מה כן היה?

ברוך שאמר » מאנטאג מערץ 28, 2022 10:49 pm

· #497128
נו מה היה. ? למה אתה שקט עכשיו???

בורו פארק » מאנטאג אפריל 18, 2022 10:35 pm

· #498322
ס'איז שא שטיל אין סאדיגער, קיינער רעדט ניטאמאל פון זיי, זיי זענען צורוק צו זיירע רעכטפולע פלאץ אין כלל ישראל, א חסידות פון (לויט דער גרעסטע אפשאצונג) 200 משפחות מיט אן אדמו"ר וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא נאר ווייל ירושה ביזנעס. איך בין נייגעריג צו דער חסידים זענען אויך נמאס געווארען פון זיירע נייע יונגע רבי און הער'ן אויף צוביסלעך צו קומען צו עהם.

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 19, 2022 12:28 am

· #498330
בורו פארק
ס'איז שא שטיל אין סאדיגער, קיינער רעדט ניטאמאל פון זיי, זיי זענען צורוק צו זיירע רעכטפולע פלאץ אין כלל ישראל, א חסידות פון (לויט דער גרעסטע אפשאצונג) 200 משפחות מיט אן אדמו"ר וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא נאר ווייל ירושה ביזנעס. איך בין נייגעריג צו דער חסידים זענען אויך נמאס געווארען פון זיירע נייע יונגע רבי און הער'ן אויף צוביסלעך צו קומען צו עהם.

אין די בילדער אויסגאבעס ווערט ער ברייט געדעקט. מ'קען זעהן ווי ער גייט צו מים שלנו, מצות באקן, ברכת אילנות, שריפת חמץ, באזיכן, שמחות, מסיבות און וואס נישט.
פארפאלן, זיין אינגע אויסזעהן איז אטראקטיוו און מאכט די בילדער מאגאזינען קאלערפול צווישן די אלע ברייטע ווייס/גרויע בערד. וכבר אמר החכם שאין תעמולה חוזרת ריקם און ווי מער מ'איז געדעקט ביי די בילדער אלץ א גרעסערע רבי איז מען

בורו פארק » דינסטאג אפריל 19, 2022 1:27 pm

· #498342
ביסט גערעכט, אבער איך רעד פון דער גאס און קופקעס, ס'איז ניטאמאל קיין נושא מער. בילדער גייט אלעמאל זיין אזוי ווי יעדער קליינע רבי וואס ס'איז דא בילדער.

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 19, 2022 1:54 pm

· #498345
בורו פארק
ס'איז שא שטיל אין סאדיגער, קיינער רעדט ניטאמאל פון זיי, זיי זענען צורוק צו זיירע רעכטפולע פלאץ אין כלל ישראל, א חסידות פון (לויט דער גרעסטע אפשאצונג) 200 משפחות מיט אן אדמו"ר וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא נאר ווייל ירושה ביזנעס. איך בין נייגעריג צו דער חסידים זענען אויך נמאס געווארען פון זיירע נייע יונגע רבי און הער'ן אויף צוביסלעך צו קומען צו עהם.

אינטערסאנט וואס דו האסט באשלאסן אז ער איז נישט 'ראוי לאותו איצטלא', ער איז ראוי לפחות אזוי ווי זיין טאטע זצ"ל אויב נישט מער (ק"ו בן בנו של ק"ו קעגן זיין צוויי ברודערס) און ס'קוקט אויס דערווייל ווי ער איז סופער סוקסעספול.

בורו פארק » דינסטאג אפריל 19, 2022 2:11 pm

· #498348
קוק וואס איך האב רעאגירט ביי אדמו"רים וואס איך רעספעקט. ביי מיר מיינט א רבי וואס איז ראוי לאותו איצטלא אן אדמו"ר וואס וואלט געווען רבי בזכות עצמו ווייל ער האט וואס צו פארקויפן, און נישט נאר ווייל ער איז א יורש דער ביזנעס פון אדמו"רות. איך רעד זיך נישט איין אז זיינע ברודערס זענען יא ראוי לאותו איצטלא. דרך אגב זיין טאטע איז געווען פון די גאר שטארקע לומדים אין פאנאוויטשע ישיבה, און לערנען האט ער געקענט, איך זעה נישט אבער אז זיין חסידות האט ער געפירט אויף א תוכן'דיגע אופן.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג אפריל 19, 2022 3:25 pm

· #498350
די בעלזער, סטאלינער און באיאנער רבי'ס זענן געווען פונקט אזוי אלט אדער גאר יונגער ווען זיי זענן געווארן רבי'ס

עס איז אבער נישט געווען קיין סאושעל מידיא צו מאכן צימעס דערפון

בורו פארק » דינסטאג אפריל 19, 2022 7:13 pm

· #498359
א חסיד פון ווילנא
די בעלזער, סטאלינער און באיאנער רבי'ס זענן געווען פונקט אזוי אלט אדער גאר יונגער ווען זיי זענן געווארן רבי'ס

עס איז אבער נישט געווען קיין סאושעל מידיא צו מאכן צימעס דערפון

לויט מיין מיינונג זענען זיי אלע טאקע נישט ראוי לאותו איצטלא. נאר דער סיבה וואס מ'מאכט נישט חוזק פון זיי איז ווייל זיי אלע זענען געווארען פילקראפטע רבי'ס צוביסלעך, און אפגעזאגט פון אנהייב צו זיין רבי'ס.

סטאלין קען איך נישט, אבער לויט מיין ידיעה איז ער געווען ערשט רבי אין ניו יורק וואס איז א קליינע קהילה און דערנאך ערשט ארויף צו ארץ ישראל זיין רבי אין פולע קראפט.

בעלז איז נישט געווארען רבי גלייך נאך זיין חתונה, אזוי אויך באיאן ביז ער איז געווארען רבי האט געדארט אפאר יאר, און ביז ער האט אנגעהויבען פיר'ן טיש איז אריבער היפש אפאר יאר נאכ'ן מקבל זיין אדמו"רות.

I'm back » דינסטאג אפריל 19, 2022 9:19 pm

· #498364

איך זעה אז דו קענסט און ווייסט טאקע גארנישט.

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 19, 2022 10:16 pm

· #498367
בורו פארק
א חסיד פון ווילנא
די בעלזער, סטאלינער און באיאנער רבי'ס זענן געווען פונקט אזוי אלט אדער גאר יונגער ווען זיי זענן געווארן רבי'ס

עס איז אבער נישט געווען קיין סאושעל מידיא צו מאכן צימעס דערפון

לויט מיין מיינונג זענען זיי אלע טאקע נישט ראוי לאותו איצטלא. נאר דער סיבה וואס מ'מאכט נישט חוזק פון זיי איז ווייל זיי אלע זענען געווארען פילקראפטע רבי'ס צוביסלעך, און אפגעזאגט פון אנהייב צו זיין רבי'ס.

סטאלין קען איך נישט, אבער לויט מיין ידיעה איז ער געווען ערשט רבי אין ניו יורק וואס איז א קליינע קהילה און דערנאך ערשט ארויף צו ארץ ישראל זיין רבי אין פולע קראפט.

בעלז איז נישט געווארען רבי גלייך נאך זיין חתונה, אזוי אויך באיאן ביז ער איז געווארען רבי האט געדארט אפאר יאר, און ביז ער האט אנגעהויבען פיר'ן טיש איז אריבער היפש אפאר יאר נאכ'ן מקבל זיין אדמו"רות.

אפשר געב אונז ארויס דיין געהיימע רעצעפט וויאזוי מ'ווערט 'ראוי לאותו איצטלא' ?
בלאט: 1 2 3