☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14368

אשכול אן א טיטל #14368

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14368
בלאט: 1 2 3

פיש כאפער » דינסטאג אפריל 19, 2022 11:21 pm

· #498369
מילא דעם ׳ראוי׳ קען איך נאך הערן, אבער ׳לאותה איצטלא׳!! דאס שוין נישט!

בורו פארק » דינסטאג אפריל 19, 2022 11:58 pm

· #498373
שאלתיאל
אפשר געב אונז ארויס דיין געהיימע רעצעפט וויאזוי מ'ווערט 'ראוי לאותו איצטלא' ?

איך מיין איך האב שוין געענטפערט פריער, ראוי לאותו איצטלא מיינט איינער וואס בזכות עצמו וואלטען מענטשען אנגעהויבען זיך שואל עצה זיין און באקומען תלמידים וואס ווילען זיך הייבען בדרך התורה והחסידות. דאס מיינט איינער וואס איז א צדיק דאס מיינט ער אליין איז א דוגמה פאר אן ערליכע יוד וואס אונז אלע שטרעבען אנצוקומען צו זיין מדריגה, און ער איז מדריך דער ציבור און מעורר את הלבבות צו דער דרך וואס ער האט אויסגעטרויטען צו דינען דער באשעפער, לדוגמה האדמו"ר מקאסוב, האדמו"ר מאמשינוב, גור ר' שאול, האדמו"ר מתולדות יהודה סטוטשין, וכו'.

סאדיגער רבי ז"ל האלט איך קומט נישט צו זיין אויף דער לעוועל, אבער נאך אלס מער ראוי ווייל ער איז געווען איינער וואס איז א תלמיד חכם וואס איז אנגעקומען ערגעץ, אבער איך זעה נישט ווי ער האט מדריך געווען זיין חסידים צו זיין אזוי ווי עהם.

I'm back » מיטוואך אפריל 20, 2022 7:38 pm

· #498402
דו האלטסט אז די וואס דו דערמאנסט וואלטן געווען רביס ווען זיי וואלטן געבוירן געווארן צו פשוטע אידן אויך? רוב מענטשן האלטן נישט אזוי.

בורו פארק » מיטוואך אפריל 20, 2022 7:57 pm

· #498403
איך ווייס נישט צו דו קענסט דער מציאות, אבער אלע פון זיי האבען נישט גע'ירשנט חסידים, נאר אליין געארבעט פאר דעם. אמשינוב איז דער איינציסטע צו ירשנ'ן אבער לכאורה וואלט ער געווען רבי צוליב זיין פערסאנאלעטי.

שאלתיאל » מיטוואך אפריל 20, 2022 8:55 pm

· #498409
בעלזער רבי האט אויך נישט געירשנ'ט חסידים.

I'm back » מיטוואך אפריל 20, 2022 9:06 pm

· #498410
בורו פארק
איך ווייס נישט צו דו קענסט דער מציאות, אבער אלע פון זיי האבען נישט גע'ירשנט חסידים, נאר אליין געארבעט פאר דעם. אמשינוב איז דער איינציסטע צו ירשנ'ן אבער לכאורה וואלט ער געווען רבי צוליב זיין פערסאנאלעטי.


ממש אזוי?

שמעון וואלף » זונטאג אפריל 24, 2022 3:22 am

· #498475
שאלתיאל
בורו פארק

איך ווייס נישט צו דו קענסט דער מציאות, אבער אלע פון זיי האבען נישט גע'ירשנט חסידים, נאר אליין געארבעט פאר דעם. אמשינוב איז דער איינציסטע צו ירשנ'ן אבער לכאורה וואלט ער געווען רבי צוליב זיין פערסאנאלעטי.

בעלזער רבי האט אויך נישט געירשנ'ט חסידים.

ער האט אבער גע'ירש'נט די נאמען בעלז. די האלטסט אז טאמער ער וואלט ער זיך געריפן אדמו"ר מ'בילגורייא וואלט ער געהאט אפילו א פרעקשאן פון וואס ער האט היינט?

בורו פארק » זונטאג מאי 1, 2022 8:23 pm

· #498959
בורו פארק
ס'איז שא שטיל אין סאדיגער, קיינער רעדט ניטאמאל פון זיי, זיי זענען צורוק צו זיירע רעכטפולע פלאץ אין כלל ישראל, א חסידות פון (לויט דער גרעסטע אפשאצונג) 200 משפחות מיט אן אדמו"ר וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא נאר ווייל ירושה ביזנעס. איך בין נייגעריג צו דער חסידים זענען אויך נמאס געווארען פון זיירע נייע יונגע רבי און הער'ן אויף צוביסלעך צו קומען צו עהם.
איך הער אז האדמו"ר הינוקא איז אויך נמאס געווארען היינט פון דער רבי'סטיווע און שלא כדרך אדמו"רי רוז'ין איז דער רבי ארויסגעקומען פון זיין פריוואטע שטיב און צוגעגאנגען צום עמוד פאר הלל און מוסף. ער האט זיך פארגליסט א ברעטל, נו נו.

פאלגזאם » זונטאג מאי 1, 2022 10:55 pm

· #498967
שיין!

היסטאריע » דינסטאג מאי 3, 2022 11:44 am

· #499172
רבינו סר מן הדרך

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 3, 2022 12:40 pm

· #499177
פערצופאל געהערט די הלל, ער דאווענט זייער שיין, א זיסער יונגערמאן

היסטאריע » דינסטאג מאי 3, 2022 5:40 pm

· #499200
אז ער וויל דאווענען פאר דער עמוד שלא כמנהג אבותיו הקדושים, מהיכי תיתי. אבער זאל ער נישט אנהייבן זאגן קיין פלפולים.

פאלגזאם » דינסטאג מאי 3, 2022 6:04 pm

· #499201
היסטאריע
אז ער וויל דאווענען פאר דער עמוד שלא כמנהג אבותיו הקדושים, מהיכי תיתי. אבער זאל ער נישט אנהייבן זאגן קיין פלפולים.
און איר זאגט דאס בתורת?

לאמיר זאגן » מיטוואך מאי 4, 2022 3:17 am

· #499236
היסטאריע
אז ער וויל דאווענען פאר דער עמוד שלא כמנהג אבותיו הקדושים, מהיכי תיתי. אבער זאל ער נישט אנהייבן זאגן קיין פלפולים.
פלפולים האבן זיינע הייליגע עלטערן אויך נישט געזאגט?

לך לך » זונטאג מאי 8, 2022 9:51 pm

· #499613
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !

בורו פארק » זונטאג מאי 8, 2022 9:53 pm

· #499614
לך לך
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !
קדוש מרחם, ווען גייט דער קינד פירען זיין ערשטע טיש?

פאלגזאם » זונטאג מאי 8, 2022 11:38 pm

· #499626
בורו פארק
לך לך
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !
קדוש מרחם, ווען גייט דער קינד פירען זיין ערשטע טיש?
ער איז נארוואס געבוירן. איך גלייב נישט אז מען ווייסט שוין.

מיליאנער » זונטאג מאי 8, 2022 11:42 pm

· #499627
בורו פארק
לך לך
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !
קדוש מרחם, ווען גייט דער קינד פירען זיין ערשטע טיש?
וואס פאלט דיך איין אז דעי קינד גייט זיין רבי? די רבי'נס אינגסטער זון וועט איבערנעמען די אדמו''רות.

ער זעט דאך ווי שיין ס'ארבעט זיך אויס מיט אזא מהלך...

פאלגזאם » זונטאג מאי 8, 2022 11:42 pm

· #499628
מיליאנער
בורו פארק
לך לך
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !
קדוש מרחם, ווען גייט דער קינד פירען זיין ערשטע טיש?
וואס פאלט דיך איין אז דעי קינד גייט זיין רבי? די רבי'נס אינגסטער זון וועט איבערנעמען די אדמו''רות.

ער זעט דאך ווי שיין ס'ארבעט זיך אויס מיט אזא מהלך...
חחחחח...
ווי האסטו געזען דער וויץ?

מיליאנער » זונטאג מאי 8, 2022 11:45 pm

· #499630
פאלגזאם
מיליאנער
בורו פארק
לך לך
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !
קדוש מרחם, ווען גייט דער קינד פירען זיין ערשטע טיש?
וואס פאלט דיך איין אז דעי קינד גייט זיין רבי? די רבי'נס אינגסטער זון וועט איבערנעמען די אדמו''רות.

ער זעט דאך ווי שיין ס'ארבעט זיך אויס מיט אזא מהלך...
חחחחח...
ווי האסטו געזען דער וויץ?
יארמער רב

שמן למאור » זונטאג מאי 8, 2022 11:49 pm

· #499631
בורו פארק
לך לך
מז"ט די רבי האט געבוירן א אינגעלע !
קדוש מרחם, ווען גייט דער קינד פירען זיין ערשטע טיש?
וואס עפעס ערשטע טיש אזוי שנעל? ער האט נאך אכציג יאר צו ווארטן...

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 9, 2022 12:13 am

· #499641
מזל טוב!

ב"ה אונזער דור האט איין רבי וואס איז נישט קיין פרוש און קען פארשטיין די היינטיגע נסיונות

בורו פארק » מאנטאג מאי 9, 2022 12:19 pm

· #499674
שמעון וואלף
מזל טוב!

ב"ה אונזער דור האט איין רבי וואס איז נישט קיין פרוש און קען פארשטיין די היינטיגע נסיונות
דער בראך איז אז ער רעדט זיך איין אז ער איז א פרוש. דער בענקעל מאכט אז מ'זאל אנהייבען גלייבען אין זיך, Power Corrupts!

היסטאריע » מאנטאג מאי 9, 2022 1:31 pm

· #499693
נו, אפילו א בענקל האט א כח אויב מען גלייבט אין אים.

שמן למאור » מאנטאג מאי 9, 2022 5:36 pm

· #499718
.

פרנס החודש » מאנטאג מאי 9, 2022 5:39 pm

· #499720
ער האט געכאפט א געזונטע שנעלקע פונעם מלאך…

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 9, 2022 7:22 pm

· #499726
עצי שטים
א בילד פארט ארים פון די הייליגע בעיבי
https://www.kidspot.com.au/shop/best-buys/newborn-baby-buying-checklist/news-story/609fb7b4a7d986cb3d2e5052e66b573e

ייעעקקבב » מיטוואך מאי 25, 2022 12:06 am

· #500850
סאדיגורא רבי הרב שיעלע גייט קימען צי זיין ברודערס חתונה?

מאנרא » מיטוואך מאי 25, 2022 1:22 am

· #500864
ייעעקקבב
סאדיגורא רבי הרב שיעלע גייט קימען צי זיין ברודערס חתונה?
האלטסט ער גייט קומען?

ער האט זיך נאכנישט באוויזן צו זיינע ברודער זייט אנהויב

היסטאריע » מיטוואך מאי 25, 2022 10:00 am

· #500875
ייעעקקבב
סאדיגורא רבי הרב שיעלע גייט קימען צי זיין ברודערס חתונה?
אויב מען וועט אים לאזן.

בעל דרשן » מיטוואך מאי 25, 2022 7:58 pm

· #500934
האט ער געלאזט זיינע ברודער קומען צום ברית ? קענסט פרעגן די קשיא אויף ביידע וועגן
ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז עס א ווייטאג אז ביי א ברודער'ס חתונה וועט ער ווארשיינליך נישט זיין

שולדיג איז ער אליין אדער די גרויסע קנאקער'ס אין בני ברק
אנפאנג איז געווען שלום ער איז נאך געווען ביי די בר מצוה אין סאדיגורא ירושלים ווי די עלטערע ברודער האט אים שיין מכבד געווען

ס'איז געווען א שטיק צייט שפעטער ווען ס'איז פארגעקומען די גניבה אין שטוב פון די מאמע הרבנית מסאדיגורא תליט"א דערנאך דאס פרובירן ענג צו מאכן די ברודער פון ירושלים מיט די מוסדות אין א בחינה פון וכל זה אננו שוה לי... און ער איז געזיצן בשתיקה די גאנצע צייט א בחינה פון ושתיקה כהודאה ער פארדינט זיך עס ערליך

בעל דרשן » מיטוואך מאי 25, 2022 8:06 pm

· #500936
אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך טאקע אויף די גרויסע חתונה אין די סאדיגורא הויף
שבת אויפריף וועט פארקומען אין ירושלים בצל הקודש פון די סאדיגורא רבי שליט"א מוצאי שבת די מסיבת פארשפיל אינאיינעם מיטן השתתפות פון חסידי סאדיגורא ובראשם גדולי ישראל

מיליאנער » מיטוואך מאי 25, 2022 8:09 pm

· #500937
בעל דרשן
האט ער געלאזט זיינע ברודער קומען צום ברית ? קענסט פרעגן די קשיא אויף ביידע וועגן
ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז עס א ווייטאג אז ביי א ברודער'ס חתונה וועט ער ווארשיינליך נישט זיין

שולדיג איז ער אליין אדער די גרויסע קנאקער'ס אין בני ברק
אנפאנג איז געווען שלום ער איז נאך געווען ביי די בר מצוה אין סאדיגורא ירושלים ווי די עלטערע ברודער האט אים שיין מכבד געווען

ס'איז געווען א שטיק צייט שפעטער ווען ס'איז פארגעקומען די גניבה אין שטוב פון די מאמע הרבנית מסאדיגורא תליט"א דערנאך דאס פרובירן ענג צו מאכן די ברודער פון ירושלים מיט די מוסדות אין א בחינה פון וכל זה אננו שוה לי... און ער איז געזיצן בשתיקה די גאנצע צייט א בחינה פון ושתיקה כהודאה ער פארדינט זיך עס ערליך
איך וועל נישט זיין סורפרייזט צו הערן אז עס באדערט אים נישט צו שטארק אז ער איז נישט געלאדנט.

אויב איז דאס די פרייז צו זיין רבי דאן צאלט ער עס גערן...

פאלגזאם » מיטוואך מאי 25, 2022 8:09 pm

· #500938
בעל דרשן
אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך טאקע אויף די גרויסע חתונה אין די סאדיגורא הויף
שבת אויפריף וועט פארקומען אין ירושלים בצל הקודש פון די סאדיגורא רבי שליט"א מוצאי שבת די מסיבת פארשפיל אינאיינעם מיטן השתתפות פון חסידי סאדיגורא ובראשם גדולי ישראל
ברוך השם! ואזכה לראות את מלכינו.

ייעעקקבב » מיטוואך מאי 25, 2022 9:06 pm

· #500942
אין אנדערע נייעס איז די זקן האדמורים כבו“ק אדמו“ר הרב יהושיע ני“ו געווארען היינט 26 יאר

בעל דרשן » מיטוואך יוני 8, 2022 12:04 pm

· #501725
די וואך איז די שבת אויפריף פון החתן בן אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל ס'קומט פאר ביים ברודער אדמו"ר מסאדיגורא אין ירושלים בהשתתפות א גרויסע ציבור חסידי סאדיגורא

בעל דרשן » מיטוואך יוני 8, 2022 12:06 pm

· #501726
.
📎 IMG_20220608_120504_189.jpg

כניאק » מיטוואך יוני 8, 2022 12:46 pm

· #501730
בעל דרשן
.
די רביצין האט א דירה אין ירושלים?

שמן למאור » פרייטאג יוני 10, 2022 12:37 am

· #501866
📎 IMG_20220609_181734_278.jpg

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 10, 2022 2:05 am

· #501880
.📎 Screenshot_20220610-020520_Twitter.jpg

כלבאשבוע » פרייטאג יוני 10, 2022 10:01 am

· #501884
נאך א נערישע מאוו פון די רעביצין און דער אח הגדול, די צו הרחקה ריקוועסט פאר די חתונה איז געווארן דענייט

עוה"ד של סאדיגורה הסביר בדיון כי "שלוות הנפש של הרבנית הופרה בגלל צוואת בעלה בה היא מסרבת להכיר ולא בגלל החסידים"
📎 87F23CA8-20E0-4158-A6AC-4891A1B5E8BB.jpeg

שמעון וואלף » זונטאג יוני 12, 2022 2:11 am

· #501935
פרטים ביטע.
ווי האט די רעבעצין געוואלט אז זיי זאלן נישט מעגן קומען? פארשפיל? באווארפן? אדער חתונה? און וועמען וויל זי נישט?

בעל דרשן » זונטאג יוני 12, 2022 12:51 pm

· #501958
ליין דעס
📎 IMG_20220612_014311_018.jpg

מחצה''ק » זונטאג יוני 12, 2022 1:58 pm

· #501962
בעל דרשן
ליין דעס
אדער יא אדער נישט...

פאלגזאם » מיטוואך יוני 22, 2022 8:06 pm

· #502769
די אחים הקדושים פון סדיגורא זענען אין אמעריקא, און זיי גייען צו רבנים באזוכען, און דערנאך גייען זיי אריין פריוואט.

וואס איז פשט פון דעם? וואס ווילן זיי פון אלע רבנים פריוואט?

היכי דמי » מיטוואך יוני 22, 2022 9:35 pm

· #502781
פאלגזאם
די אחים הקדושים פון סדיגורא זענען אין אמעריקא, און זיי גייען צו רבנים באזוכען, און דערנאך גייען זיי אריין פריוואט.

וואס איז פשט פון דעם? וואס ווילן זיי פון אלע רבנים פריוואט?
ביי וועם זענען זיי אריין פריוואט?
איך מיין דאס איז די שטייגער פון רבנים וויזיטס, זיי ווילן דאך רעדן פריוואטע ענינים וואס נישט יעדער דארף וויסן

סביב העולם » דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:04 am

· #502802
דאס האט גארנישט מיט סדר העולם. עס איז ווייל ווען צוויי גרויסע רבי'ס באזוכן זיך, וועלן זיי געווענליך ארויסשיקן די ארומיגע אויב זיי ווילן רעדן דברים העומדים ברומו של עולם.

די אחים הק' האבן פארלייגט כחות אז מ'זאל זיי לאזן זיין איינגעשפארט מיט ססקווירא רבי, דזשאסט צו ווייזן אז זיי זענען אויך גרויס

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:37 am

· #502804
פארוואס דארף מען זיין אזוי נעגעטיוו? ווען סיי ווער גייט צו א רבי (אדער עניבאדי) זיך דורכרעדן פריוואטע ענינים וויל ער נישט אנדערע זאלן מיטהאלטן. די אדמור"י סאדיגורא האבן פונקט אזוינע מענטשליכע געברויכן און געפילן ווי אונז אלע.
ווילאנג מ'שפילט נישט די געים כאילו דא האט מען דורכגעטון דברים העומדים ברומו של עולם איז נישט דא קיין סיבה דאס ארינטערצורייסן

אימיגראנט » מיטוואך יולי 20, 2022 11:58 am

· #504558

צפת » זונטאג מאי 26, 2024 10:06 am

· #563291
מזל טוב מזל טוב!

מען שמועסט אין די גאס, אז עס קומט זיך א מזל-טוב פארן סאדיגורע רבי שליט"א.

עס איז אים ארויסגעוואקסן א באק-ציין.

זאל זיין מיט מזל און ברכה!
בלאט: 1 2 3