☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14355

אשכול אן א טיטל #14355

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14355

— » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 7:36 am

· #463153

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:11 am

· #463174
איינער ווייסט די בערכ'דיגע השתלשלות הענינים פון די קלאגע?

מאן דאמר » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:33 am

· #463175
מ׳ברויך שוין טוישן דעים קעפל, ווייל דערווייל האט דער סופרים קאורט גארנישט ארויסגעשטויסן, ס׳איז נאר א צייטווייליגער עיקול (אין געריכט איז אן עיקול א דערגרייכונג, אנדערש ווי ביי א דין תורה להבדיל וואו עס איז א טעלעפאן קאל מיט א טשעק פאר שמואל פריעד)

ס׳זעהט מיר אויס ווי אלע ריכטערס האלטן אז אויב די קעיס גייט פאר א פראצעס האט עס א גוטע אויסזיכט צו געוואונען, במאי קמיפליגי? די וואס האבן געוועלט אנטקעגן דעים עיקול, האלטן אז דער עיקל פעלט יעצט נישט אויס וויבאלד אויף דער מאמענט זענען די געגענטער וואס די אנקלאגע בעט מען זאל דן זיין, שוין נישט קיין רויטע זאנע, און די געריכט דארף נישט דן זיין אויף א טעאריע


נאט אייך די פסק, לעזט עס און נאכער לאז מיר הערן אייער מיינונג

<a class="postlink" href="https://www.supremecourt.gov/opinions/20pdf/20a87_4g15.pdf">https://www.supremecourt.gov/opinions/2 ... 7_4g15.pdf</a>

מאן דאמר » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:41 am

· #463176
איך ציה צוריק, איך זעה אז ס׳איז דא אנדערע טענות פון די ריכטערס/רינס וואס זענען אנטקעגן דעים עיקול, בנוסף צו די טענה אז ס׳איז נישט יעצט רעלעוואנט

מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:01 pm

· #463178
[ציטאט אראפגענומען]

די סופרים קארט געט טאקע נישט קיין היתר, נאר דער באשעפער ווייזט פון אויבן אז ס'איז צייט זיך אויפהערן נאריש מאכן און ענדיגן מיט די זינלאזע קאמוניסטישע באגרעניצונגען וואס האבן שוין געקאסט גענוג קרבנות ברוחניות ובגשמיות.

לך לך » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:17 pm

· #463179
וואסי פשט אז סאיז ארויס אינמיטן נאכט?
זיי ארבעטן דעמאלטס?

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:21 pm

· #463180
מפיל קינד
די סופרים קארט געט טאקע נישט קיין היתר, נאר דער באשעפער ווייזט פון אויבן אז ס'איז צייט זיך אויפהערן נאריש מאכן און ענדיגן מיט די זינלאזע קאמוניסטישע באגרעניצונגען וואס האבן שוין געקאסט גענוג קרבנות ברוחניות ובגשמיות.


ווען די רעגירונג/קארט זאגט עפעס וואס איך האלט נישט ביים טון איז עס נישט קיין צייכן פון אויבן. נאר ווען די רעגירונג/קארט טוט וואס מיר איז באקוועם "ווייזט דער באשעפער פון אויבן".

האב איך קלאר ארויס דיין מהלך אין אמונה?


.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:32 pm

· #463186
מענדי מיט א גוטס, ווי אייביג.
📎 Screenshot_20201126-202406.png

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 8:37 am

· #463270
ווי עס שיינט איז אזוי.
ווען דער טיראן קאומא וואלט ווען אפגעשפארט אלעס, אריינגערעכנט וויין געשעפטן, קינדער-מארד צענטערן, און אויך רעליגיעזע אנטשטאלטן, וואלט דער סופרים געריכט זיך ווארשיינליך ווען נישט אריינגעמישט. נעמליך, ס'איז א אויסנאמליכע נויט סיטואציע, און פאר די געזונטהייט פון די פאפאלאציע איז פילייכט וויכטיג פאר די מענטשהייט אויפצוגעבן זייער ג-ט געשענקטע פרייהייטן. זאגאר די דאמאקראטישע טיראנען און אטאיסטן וועלכע האסן דעם אלמעכטיגען ג-ט מיט א וויסטע פיינטשאפט, האבן אנגעהויבן צו איינצוטיילן לויט זייער אייגענע אנטשאויאונגען וואס עס מעג יא זיין אפען און ווואס עס טאר נישט זיין אפען. דאס האט באוואויגן די פינף פון די געשעצטע העכסטע ריכטער אין לאנד, יוסטיץ גאָרסוטש, קאַוואַנאָו, באַררעטט, טאמעס, און יוסטיץ סעמיאל אַליטאָ אראפצושטעלן זייער פוס און אורטיילן אז די דאזיגע טיראניע איז אומקאנסטאטוציאל. זייער ארגומענט איז, היינט שפארט טיראן קאומא אפ רעליגיעזע אנטשטאלטן צוליב אן אינטערגאנג, און מארגן צוליב קלימאט ענדערונג, און איבערמארגן צוליב גלאבאלע ווארעמונג, און איבער איבער מארגן ווייל ער האסט פשוט ג-ט, גענוי ווי קייסער נאפאליען און ווי דער רוסישער צאר אלכסאנדער דער ערשטער. דאס איינציגסטע מאל וואס דער טיראן און מאכט-פארשיכורטער קאומא האט ארויסגעצויגן ג-ט פון זיין שופלאד, איז געווען ווען ער האט אים באשולדיגט אינעם אלטסהיים האליקאוסט וואס ער האט ברוטאליש אנגעווערטשאפט.
און דאס איז א דירעקטער אנגריף אויף די ערשטע אדמענטמענט פון די קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן וואס לויטעט: קאנגרעס זאל נישט מאכן קיין שום געזעץ איבער אן אנטשטאלט פון רעליגיע אדער א פארבאט אויף איר פראקטעצירונג. די קאנסטעטוציע זאגט נישט אין אין פאל פון נויט מעג מען יא! אין רעזולטאט האט דער געריכט פארבאטן טיראן קאומא צו פארפאלגן און טערארזירן רעליגיעזע אנטשטאלטן. וואס ער קען יא טאן איז, ער קען פארעפענטליכען רעגולאציעס וועלכע ער איז איבערגעצייגט אז עס קען עטוואס פארלאגזאמען די עפעדעמיע, און אויב די ניו יארקער בירגער ווילן זיך צושטעלן דערצו דאן וואויל איז זיי, און אויב א געמיינדע וויל זיך דווקא יא אריינלייגן אין א געפאר דאן איז דער שולד אויף זייער אייגענעם קאפ...

מנחם ציון » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 12:29 pm

· #463301
[ציטאט אראפגענומען]

איך מען אז מ'קען פונאנדערשיידן בתי מדרשים מיט חתונות

איך האב דאס בארירט צווישן די שורות דא

גרויסע חתונות איז נישט געבויעט אויף גארנישט משא"כ שוהלן