דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #14344
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14344
בלאט: 1 2
[ציטאט אראפגענומען]
פון די באריכטן האב איך פארשטאנען אז זי האט געהאט א מעדיקל היסטאריע. ממילא צו שרייען אויף געזונטע מענטשן וואס האבן נישט קיין היסטאריע זיך צו היטן מאכט נישט קיין סענס פון אזא מעשה.
ס'פילט זיך ווי די קאראנא איז העיר טו סטעי פאר די קומענדיגע פאר יאר זיכער, דאקטאר פאוטשי האט געזאגט אז אפילו עס קומט ארויס די וואקסין זאל מען נאכאלץ אנהאלטן די רעגולאציעס, מענטשן טראכטן ווי לאנג וועט מען אונז איינטיילן וואס צו טון, וויפיל וועט מען רודפ'ן פאר א זאך וואס מען זעהט נישט קיין ענד, צו אסאך שווערע זאכן האט מען זיך צוגעוואוינט, מענטשן רייכערן נאכאלץ אפילו מ'ווייסט אז סאיז נישט געזונט, מען עסן נישט געזונטע עסן אפילו מ'ווייסט אז ס'קען האבן שווערע נאכפאלגן, קיינער זוכט זיך נישט צו שווער מאכן די לעבן.
איך זאג נישט אז עס איז בארעכטיגט, אבער דאס איז לכאורה די מיינדסעט.

אפגערעדט אז מיר קוקט אויס אז מען קען אונזערע פאליטישאנס נישט טראסטן אויף גארנישט, זיי שפילן זיך ארום מיט די רעגולאציעס וויאזוי ס'שמעקט זיי, א לוי' ברענגט קאראנע אבער א פראטעסט נישט, ביז די עלעקשאנס איז געווען א סכנה צו גיין אין סקול אבער נאך די עלעקשאנס קען קאומא נישט פארשטיין פארוואס מ'מאכט צו די שולע'ס ועוד ועוד, זיי שפילן פאליטיק און אונז דארפן נאכטאנצן.
1) יא. אלע עקספערטן ופאוטשי בתוכם האלטן אז גרויסע פארזאמלונגן איז נישט קיין זאך וואס קען שאטן. ס'ווענדט זיך פשוט וואס פארא מין פארזאמלונג ס'איז. אויב איז די פארזאמלונג לטובת די לינקע לאגער איז עס אויסגעהאלטן. אויב איז עס פאר א קאנטרידיקטינג אידיי דאן איז עס יא א פראבלעם. אבער די עצם קאנצעפט פון א גרויסע פארזאמלונג איז נישט קיין פראבלעם.
2) יא. ס'דא עקספערטן וואס רעקאמענדירן אז געזונטע מענטשן זאלן דייקא נישט ארויסווייזן קיין שרעק און טוהן וואס זיי האבן צו טוהן. און ווידער די מער וואלנערבל זאלן זיך אויסהיטן. זיי צייכן אויך אן אז אזא מהלך וואלט בעסער אויפגעבויט אימיוניטי.
3) ניין. אבער עקספערטן שרייען אויך אז רויכערן הארגעט און א גרויסע עולם מאכט זיך נישט צוטון, טאָ פארוואס זאל איינער דא ערווארטן א בעסערע אדער אנדערע רעאקציע.
4) יא. אלע עקספערטן זענען מודה אז א מאסק איז סתם אזוי נישט געזונט. קיין איין שטודיע האט נאך נישט אויפגעוויזן אז א מאסק העלפט. ס'דא ראיות אז ס'שוואכט אפ די אימיוניטי ווייל ס'נידערט די אקסיגען. אפי' די CDC זאגט אז ס'איז נישט רעקאמענדירט צו טראגן א מאסק ווען מ'איז נישט ציווישן מענטשן. קיין איין עקספערט וועט נישט מתיר זיין אריינצוגיין מיט א מאסק ציווישן פאזיטיוו קאוויד פאציענטן, ווייל ס'ארבעט נישט. די אחריות פון איבערצייגן אויף מאסקעס ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין און קאוויד גייט שוין אן גענוג לאנג אז מ'זאל קענען וויסן. לעת עצה ווייסן זיי גארנישט.
די אחריות ליגט אויף יעדן באזונדער לויט זיין ריזיקע, די וואס דארפן זיך היטן זאלן זיך ווייטער היטן און די וואס דארפן נישט זאלן טוהן וואס זיי האבן צו טאן. יעדער קען אליינס מעסטן זיין אייגענע ריזיקע.

קורקלענד[ציטאט אראפגענומען]
פון די באריכטן האב איך פארשטאנען אז זי האט געהאט א מעדיקל היסטאריע. ממילא צו שרייען אויף געזונטע מענטשן וואס האבן נישט קיין היסטאריע זיך צו היטן מאכט נישט קיין סענס פון אזא מעשה.
עס איז אווממעגליך פאר מענטשן מיט קאנדישאנס זיך צו היטן ווען זייערע ארומיגע טוהן נישט די מינדסטע זיך אפצוהיטן.
און קאנדישאנס קען זיין פון קענסער ביז asthma, פארוואס איז ביי דיר נארמאל אויב זיי גייען יונג?
בת קול

פארוואס דארף מען פייניגן די מיט און אויך די מיט אן קאנדישאנס ווען ס'פעלט נאר אויס צו פייניגן די מיט. איך קען א שיינע פאר מיט קאנדישאנס וואס געבן זיך פיין א עצה. יעדער וואס וויל זיך היטן קען זיך היטן. און קיינער קען זיך סייווי נישט פארלאזן אויף אנדערע.
[ציטאט אראפגענומען]
איך גיי גלייבן אז איר זיצט טאקע אין שטוב איינגעשפארט, גענצליך איזאלירט פון די מענשהייט. בלויז אריין אין גראסערי און ארויס.
דאס איז פון וואשינגטאן פאוסט! איזאלירונגען הרג'ענען פאציענטן.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://www.washingtonpost.com/health/2020/09/16/coronavirus-dementia-alzheimers-deaths/&ved=2ahUKEwitvsHJpZHtAhUUFFkFHdtrCjQQFjAAegQICRAC&usg=AOvVaw3ohKqSmF2yY4ksqXPqyR9m">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... ksqXPqyR9m</a>
Dementia patients are dying from isolation amid coronavirus pandemic

אזוי ווי דו פרעגסט א שאלה אין הלכה, ווען דו זוכסט א היתר, למשל אויף הוצאת ז״ל, וועט דיך א פרימע יוד זאגן, קיין פרימע רב איז נישט מתיר. אויב וועסטו זאגן די אין די רב איז מתיר, וועט יענע זאגן, עה ער איז נישט א פרומע רב...
אויף גאגל קענט איר לייכט טרעפן דוגמאות פון דאקטוירים וואס האלטן אז מאסקס העלפט נישט, אז די בעסטע איז מזאל נישט מאכען קיין סגר, אין ענדערשט לאזן וואס מער מענטשן באקריגן די אנטי באדיס, סזאל זיין א נאטורליכע חיסון, וכדומה. אבער איר גייט דאך זאגן אז זיי זענען נישט קיין עקספערטס, איז האלט דיך מיט דיינע עקספערטס אין איך וועל טוען ווי מיין שכל פארשטייט.

מפיל קינד[ציטאט אראפגענומען]
איך גיי גלייבן אז איר זיצט טאקע אין שטוב איינגעשפארט, גענצליך איזאלירט פון די מענשהייט. בלויז אריין אין גראסערי און ארויס.
וואס עפעס אריין אין גראסערי? העניך קען נישט מאכן א ארדער אויף די טעלעפאן? פיקוח נפש דוחה הכל!
אנאנים, איז דא איין הוכחה אז עקספערטן ווייסן עפעס מער איבער קאראנע ווי איך און דיך?
אין וועלכע לאנד האבן אירע 'עקספערטן' באוויזן אפצושטעלן די מגיפה איינמאל פאר אלעמאל? וועלכע עקספערטן האבן נאכנישט געטוישט זייער מיינונג 70 מאל?
איז דא איין סיבה זיי צו גלייבן אויב זיי אליין ווייסן נישט וואס גייט פאר און טוישן מיינונגען יעדע מינוט?
די עקספערטן האבן שטודירט עפידעמיעס, אבער זיי קענען קאוויד פונקט ווי איך און דיך. יא, ווער ס'שוואך און אלט זאל זיך היטן. נארמאלע מענטשן זאלן אנגיין מיטן לעבן.

די געשעצטע CDC
<a class="postlink" href="https://www.aaha.org/publications/newstat/articles/2020-03/cdc-an-about-face-on-face-masks/">https://www.aaha.org/publications/newst ... ace-masks/</a>
סארי, אבער אונזער צענזורירטע גוגל לאזט נישט זוכן מיינונגען פון עקספערטן וואס האלטן אנדערש פון זייער פאליטיש-גענויגטע צד.
אויב ווילסטו דאס אויך לייקענען, דאן זיי מיר געזונט.
אויב ווילסטו דאס אויך לייקענען, דאן זיי מיר געזונט.
[ציטאט אראפגענומען]
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=2SlrVgbWq9k">https://m.youtube.com/watch?v=2SlrVgbWq9k</a>
[ציטאט אראפגענומען]
ווי קומט אריין דאקטוירים דא? ס'איז נישט קיין חילוק וואס זיי האלטן, די מעין פאקוס איז דאך אויף די פאליטישאנס, זיי מאכן א ליניע און נאכדעם ברענגט מען דאקטוירים וואס זאלן באשטעטיגן וואס זיי זאגן, און די איבריגע דאקטוירים און סייענטיסטן סענסארט מען, און מען שרייעט אז מען דארף פאלויען דאטא און סייענס, אין שוועדן איז דא אנדערע סייענס ווי ביי אונז.
קורקלענד[ציטאט אראפגענומען]
פון די באריכטן האב איך פארשטאנען אז זי האט געהאט א מעדיקל היסטאריע. ממילא צו שרייען אויף געזונטע מענטשן וואס האבן נישט קיין היסטאריע זיך צו היטן מאכט נישט קיין סענס פון אזא מעשה.
איר גאנצע מעדעקעל היסטארי אז זי האט געהאט יענע מעשה בערך 10 יאר צוריק. זי איז געווען געזונט און פריש די לעצטע פאר יאר, אן אקטיווער מחנכת אין תומר דבורה. אבער דאס איז בכלל נישט נוגע, איך זאג עס נאר אויף דיין ענטפער.
די טראגעדיע איז ביטער און עס רייסט ביים הארץ!
הוא הדבר אשר דיברנו.
איך גיי נישט אויפזיכן קיין מומחים אז דו זאלסט קענען מסביר זיין פארוואס עכט זענען זיי נישט קיין מומחים. הצלחה.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/No_true_Scotsman">https://en.m.wikipedia.org/wiki/No_true_Scotsman</a>
איך גיי נישט אויפזיכן קיין מומחים אז דו זאלסט קענען מסביר זיין פארוואס עכט זענען זיי נישט קיין מומחים. הצלחה.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/No_true_Scotsman">https://en.m.wikipedia.org/wiki/No_true_Scotsman</a>
מפיל קינד[ציטאט אראפגענומען]
איך גיי גלייבן אז איר זיצט טאקע אין שטוב איינגעשפארט, גענצליך איזאלירט פון די מענשהייט. בלויז אריין אין גראסערי און ארויס.
בעיסיקלי. איך ארבייט נאך אלץ נישט ארום מענטשן.
ווי אויך ווען מען באגעגנט א נאנטע געבט מען זיך נישט די הענט, און מען קישט נישט די קינדער. מען טראגט מאסקעס ווען מען גייט צום דאקטער אדער אין א טעקסי.
איך בין געווען ביי איין נאנטע חתונה זייט אדר צווישן די צוויי אויסברוכן.
מיין מאן ניצט נאך אלץ נישט דעם לאקאלן מקוה, און דרייט זיך נישט אין שוהל אזוי אפט ווי ער פלעגט.
אונזער הויזגעזינד האט נאך נישט געהאט דעם ווירוס.
איך בין נישט א ״געפייניגטע״ מענטש טראץ די אלע restrictions.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב נישט יעצט ספעציפישע נעמען, אבער איך האב געהערט אסאך די לעצטע האלבע יאר, מען זעהט דאך אז ציווישן די מדינות איבער די וועלט האט יעדער אנגענומען אנדערע מהלכים און געווענטליך איז עס געגאנגען לויט די תכונות הנפש פון די פירער, ווי צום ביישפיל טראמפ און קאומא.
[ציטאט אראפגענומען]
דא האט איר א פרישע שטודיע וואס זאגט אז מאסקעס זענען ווערדלאז.
אינטערעסאנט אהער צו ברענגען די העדליין פון די ניו יארק טיימס איבער די שטודיע;
[ציטאט אראפגענומען]
דו האסט געזוכט א מעדיצינישע עקספערט, האב איך דיך געברענגט א עקספערט.
יעצט האסטו א גאנצע ליסט מיט תנאים. סטייטש אז דו קענסט אייביג טרעפן א לופהאל פארוואס דער אדער יענער איז נישט גענוג גוט. וואס איז דעמאלטס די פוינט פין די גאנצע אשכול?
דאס אז דיינע באשטעטיגטע ״עקספערטן״ זאגן ווי דיך, ווייסטו דאך שוין. ווילסט וויסן וואס די אנדערע זייט זאגט? קוקט נישט אויס אזוי.
@מושב לצים
ווען עס וואלט געווען א שפע פון דאקטוירים וואלסטו גרינג געקענט טרעפן א דאקטער מיט אלע זיינע תנאים.
איך מיין דו פארשטייסט אליין אז א קייראפראקטער פארשטייט נישט צו קיין וויירוסן אדער פאנדעמיקס.

נאנט צו זעקס טויזענט מעדעצינישע עקספערטן און סייענטיסטן האבן שוין אינטערגעשריבן אנטקעגן לאקדאונס.
שטעלט זיך די פראגע, ווען דארף מען פאלויען די סייענטיסטן? און וווען נישט?

דר' סקאַט אַטלעס, שוין געהערט וועגן איהם? אויך א קייראפראקטור?
אצינד ווען די עסטאבלישמענט האט שוין געביטן זייער מיינונג איבער לאקדאון'ס, ווילט איר זיך 'נאר' שטעלן אויף מאסקעס. אויב האבן זיי נישט געוויסט מיט לאקדאון'ס פארוואס זאל איך זיי טראסטן מיט מאסקעס?
מיר האבן שוין געשמועסט אז איידער מ'איז מחייב איינער אויפציווייזן אז מאסקעס ארבעטן נישט, ברויך מען קודם ווייזן אז ס'ארבעט יא. איר זאגט אז ס'איז דא פילע שטודיעס אז נישט קעגן איינס אז יא. קודם לאמיר זעהן די שטודיעס וואס צייגן אז יא.
לעצטע מאל האט איינער געברענגט א שטודיע, און דארט איז געשטאנען אז מאסקעס ארבעטן צוזאמען מיט וואשן די הענט. ס'איז אזויווי זאגן מיט א קרעדיט קארד קענסטו נעמן וואס די ווילסט בחינם.

איך ווייס נישט וואס טראמפ זאגט, אבער איך ווייס אז ער מאכט פארזאמלונגען ווי עס קומען טויזענטער מענטשן אן סאושעל דיסטענסינג, און קאומא די זעלבע זאך ווען עס קומט צו זיינע זאכן, צום ביישפיל פראטעסטן.
בת קולמפיל קינד[ציטאט אראפגענומען]
איך גיי גלייבן אז איר זיצט טאקע אין שטוב איינגעשפארט, גענצליך איזאלירט פון די מענשהייט. בלויז אריין אין גראסערי און ארויס.
בעיסיקלי. איך ארבייט נאך אלץ נישט ארום מענטשן.
ווי אויך ווען מען באגעגנט א נאנטע געבט מען זיך נישט די הענט, און מען קישט נישט די קינדער. מען טראגט מאסקעס ווען מען גייט צום דאקטער אדער אין א טעקסי.
איך בין געווען ביי איין נאנטע חתונה זייט אדר צווישן די צוויי אויסברוכן.
מיין מאן ניצט נאך אלץ נישט דעם לאקאלן מקוה, און דרייט זיך נישט אין שוהל אזוי אפט ווי ער פלעגט.
אונזער הויזגעזינד האט נאך נישט געהאט דעם ווירוס.
איך בין נישט א ״געפייניגטע״ מענטש טראץ די אלע restrictions.
איך וואלט געטון פונקט ווי אייך אויב כ'וואלט עס נאכנישט געהאט יעצט!!
למעשה האבן עס שוין רוב אידן געהאט, און מאכן יעצט צוימונגען איז ווי א שירעם נאך א רעגן.
ווער ס'האט עס נאכנישט געהאט דארף און זאל זיך טאקע היטן ווי ווייט מעגליך. מ'דארף אבער נישט ארעסטירן די וועלט פאר די מיעוט צווישן אונז.
אין ארץ ישראל איז געוויס אנדערש די מציאות לגבי דעם, ממילא רעד איך נישט אריין. איך האלט גראדע אז די שטרענגע לאקדאונס זענען שולדיג אז אזויפיל אידן פאלגן נישט אויס דארט. מ'קען נישט האלטן אזוי לאנג. דאס איז איינער פון די פראבלעמען פון לאקדאונס, ואכמ"ל.
אטלאס אויף מאסקעס.
לייענט עס וויזוי איר ווילט.
Masks work? NO: LA, Miami, Hawaii, Alabama, France, Phlippnes, UK, Spain, Israel. WHO:"widesprd use not supported" + many harms; Heneghan/Oxf CEBM:"despite decades, considerble uncertainty re value"; CDC rvw May:"no sig red'n in inflnz transm'n"; learn why <a class="postlink" href="https://t.co/1hRFHsxe59">https://t.co/1hRFHsxe59</a>
— Scott W. Atlas (@SWAtlasHoover) October 17, 2020
לייענט עס וויזוי איר ווילט.
איך כאפ נאך נישט פונקטלעך וואס איז די חילוק ציווישן אין דאור און אוטדאור, מיר קוקט אויס אז די סיבה פארוואס טראמפ האט געמאכט אלע זיינע ראלי'ס אוטדאור איז געווען אז מען זאל נישט קענען האבן קיין טענות אויף אים, ווייל ער איז גארנישט ווייניגער פון די בלעק לייוו מעטטער פראטעסטן,
פארוואס זאל די ווירוס מבחין זיין ציווישן די גאס און אינסייד, די זעלבע זאך לגבי די וואס לייגן א גלאז פארנט פון זיך, און מ'שטייט נאנט צו אנדערע מענטשן אונטערן גלאז.

אויב איז אמת אז מאסקעס ארבעטן בכלל נישט זיך צו קענען היטן. און אויב עפעס העלפט עס 'מעגליך' צו רעדוצירן די שאנסן פון איבערגעבן פאר א צווייטע. און כמעט קיינער טראגט נישט קיין מאסקע. וואלט לכאורה מער געפאסט פאר העניך צו עפענען אשכולות יעדע מאנטיג און דאנערשטאג צו אפעלירן פאר די וואלנערבל אז זיי זאלן זיך בכלל נישט דרייען אינדאר ביי גרויסע פארזאמלונגען. מיט'ן שטופן א פאלשע טעאריע פון מאסקעס איז לייגט מען אריין א פאלשע אמונה אין די וואלנערבל אז זיי זענען אפגעהיטן ווען ס'הייבט זיך נישט אן.און העניך די בלוט איז אויף אייער הענט פונקט אזוי. ווייל אנטשטאט זיך צו האלטן צו די פאקטן אויף וואס ס'העלפט יא און נישט און ווער ס'קען יא אדער נישט זענט איר פארנומען מיט פאליטישע טאלקינג פוינטס ווי מאסקעס. ופשוט הוא!
ביטע טייל נישט איין פאר די מענטשהייט וואס צו טאן. יעדער איז גענוג קליג און ווייסט גענוי וואס ער האט צו טאן.
שכוח.
און א גוטן טאג!
שכוח.
און א גוטן טאג!
וואו טיילט ער איין? איך זעה דו טיילסט איין.
די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....
מ'מעג טאן וואס מען וויל. אז איר האט גוטע רעקאמאנדאציעס, אדער אז איר ווילט רעפארירן צו די סי. די. סי. וועבזייטל, כל הכבוד... אז עמיצער וויל קען ער עס איינהאלטן. און ווער ס'וויל נישט זאל טאן גענוי וואס ער האט צו טאן. מיר גלייבן אין פרייהייט. מיר וועלן ענדערש פייגערן אויף די פוס, ווי איידער לעבן אויף די קניען...
אין וואס וועט זיין ווען עס קומט ארויס א וואקסין קען מן איינעם ארויפצווינגען עס צו נעמען? וואס איז די פראבלעם אז מיין שכן וויל זיך נישט וואקסינען כ"ז איך בין וואקסינט אקעגען די שעדליכע וויירויס?
קאך_לעפלמ'מעג טאן וואס מען וויל... מיר וועלן ענדערש פייגערן אויף די פוס, ווי איידער לעבן אויף די קניען...
דאס איז דעת תורה? געזעץ? אדער פשוט אייער מיינונג און דער וואס "פייגערט", כלשונכם הזהב, זאל פייגערן אבי איר זאלט בלייבן אויף די פיס?
קאך_לעפלדי פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....
פארוואס זאגט איר "אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס" ווען די וואקסינען זענען קוים איצט אנגעקומען? טאקע ווייל ס'איז נישטא אדער געווען וואקסינען האבן די סייענטיסטן געזאגט אז מען דארף זיך אפזינדערן. דערווייל זע איך אז וואס גרעסער א רעפובליקאנער אלס ווייניגער אינטערעסירט זיי אז מען "פייגערט".
קאך_לעפלמיר גלייבן אין פרייהייט.
ווער איז עס דער „מיר”?
@אנאנים
1) ניין
2) ניין
3) ניין
4) כפי ששמעתי זענען דא אבער איך בין עס נישט נאכגעגאנגן
נעקסט, סטעפ 2?

מער איבערוואגיגע אידן שטארבן יערליך פון הארץ אטאקעס ווי פון קאראנע אין די יעצטיגע מאמענט.
געבן צו פרעסן ביי א וואך נאכט איז די זעלבע קאלטבלוטיגקייט און מאסן-מארד ווי גרויסע חתונות.
נאר וואס דען, דער וואס האט פראבלעמען מיטן עסן, זאל נישט גיין צו קיין וואך נאכטס. דאס זעלבע דא. ווער ס'האט געזונט פעלערן, אלט אדער איבערוואגיג, זאל נישט קומען צום חתונה.

אין די קהילות וואו מ'מאכט קלענערע חתונות שטארבט מען ווייניגער?
די אידן וואס היטן זיך נישט, גייען סייווי ארויס 6 מאל א טאג. און די וואס היטן זיך גייען נישט צו קיין גרויסע חתונות.
וואס גענוי גייט מען דא אויפטון מיטן איינצוימען די חתונות?

מפיל קינדמער איבערוואגיגע אידן שטארבן יערליך פון הארץ אטאקעס ווי פון קאראנע אין די יעצטיגע מאמענט.
געבן צו פרעסן ביי א וואך נאכט איז די זעלבע קאלטבלוטיגקייט און מאסן-מארד ווי גרויסע חתונות.
נאר וואס דען, דער וואס האט פראבלעמען מיטן עסן, זאל נישט גיין צו קיין וואך נאכטס. דאס זעלבע דא. ווער ס'האט געזונט פעלערן, אלט אדער איבערוואגיג, זאל נישט קומען צום חתונה.
וואס א מין פארגלייך איז דאס?
סאיז אויף יעדען איינעמס ״אייגענע אחריות״ זיך צו היטן זייער וואג. ווען ער גייט צו א שמחה הייסט אים קיינער נישט פרעסן ווי א חזיר... א מענטש דארף האבן self control.
איבערוואגיקייט איז נישט קיין מגיפה וואס ווערט פארשפרייט פון איין מענטש צו די אנדערע. משא״כ א מחלה וואס ווערט פארשפרייט אין די לופט איז נישט מעגליך פאר א מענטש זיך צו היטן. נאר אז ער בלייבט פארשפארט, און אז ער מוז יא ארויס גייען זאל ער כאטש גייען מיט א מאסק.
קאך_לעפלדי פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....
איך ווער בכלל נישט באטראפן ווען איינער רופט מיך א סאציאליסט! פונקט ווי דו ווערסט נישט באטראפן
ווען איינער רופט דיך א איד, א ארוני.
די פאקטן זענען אז די בעסטע פלעצער צו וואוינען אויף די וועלט היינטיגע צייטן, אין אלע הינזיכטן איז דווקא אין די אזוי גערופענע ״לינקע ראדיקאלע סאציאליסטשע לענדער״.
יעדער קען אויפקוקן וועלכע לענדער סאיז די בעסטע צו וואוינען אין. קאנאדא זענען סאציאליסטן איך זעה נאכנישט וואס איז שלעכט דערמיט.
און פארשטייט זיך אז ביי דיר און בערל בעלעגלה איז א קאמוניסט און א סאציאליסט ממש די זעלבע זאך- די בולשעוויקן- סטאלינס רעזשים גלייכן זיי צו, צו די היינטיגע שווייץ, שוועדן, דענמארק, פינלאנד, האלאנד, נארוועגיע, פראנקרייך, דייטשלאנד, אסטראליע, ניו זילאנד, קאנאדא וכו׳...
די רעכטע זענען נישט דא אוועק צונעמען יענעמס פרייעהייט!!!
נאר אין יענעמס בויך וועלן זיי זיך אריינמישן.... און יענעמס פריוואטע לעבן באזירט אויף זייערע קריסטליכע רעליגעיזע אידאלאגיעס....
דריי א קאפ פאר דיין באבען...
זיי זענען מיט סייענס??? נישטא ווער סזאל לאכן... זיי גלייבן אין יעזוס נישט אין סייענס. זיי זענען צוריקגעבליבנע פארצייטישע מענטשען וואס גלייבן אז יאשקעס מאמע האט געשוואנגערט מיט גאט... האסט שוין אמאל געהערט א דרשה פון טעד קרוז???
איך בין געוועהן אין אייאווע ווען בערני איז געלויפן פאר פרעזידענט די ערשטע מאל, איך בין דעמאלטס ארומגעגאנגען מיט מיין ידיד טורקס (טערקילטויב). איך בין געגאנגען צו א ראלי פון טעד קרוז און אויסגעהערט א דרשה פאר 45 מינוט. ער האט מעהר מאל דערמאנט די ווארט ״יעזוס״ ווי אמעריקע!!! כמעט נישט גערעדט פון קיין פובליק פאליסיס, אלעס וועגן זייער נערישע רעליגיע. ס׳האט אויסגעקוקט ווי א געווענטליכע זונטיג׳דיגע דרשה פון א גלח אין זיין קירכע!
ער גייט פירן דאס לאנד? אוי באשעפער!!!
העניך טייערע. איך האב איצט גענדיגט ליינען די גרייט בארינגטאן דעקלעראציע. אונטערגעשריבן דורך פילע עפעדימיאלאגיסטן. און איך זעה דארט.
1) יא
2-3) זיין געווארענט מיט וואשן די הענט
4) יא
זיי שרייבן קלאר אז מ'זאל מאכן גרויסע צוזאמענקומען, און אז מ'זאל 'נישט' אפהאלטן אפי' וואלנערבל פערזאנען פון זיך באטייליגן.
איך האף אז די קלארשטעלונג וועט פארמאכן אייערע ספיקות.
מאסקעס דיסקוסירן זיי נישט.

אנטשולדיגט!
דאס איז נישט פון די ״מעינסטרים סייענטיסן״...
ווען איך גיי צו א דאקטער וויל איך נישט הערן וואס די אנטי וועקסערס האבן צוזאגן.
איך וועל הערן וואס ״רוב דאקטורים״ האבן צו זאגן.
גענוג און נאך דאקטורים האלטן אסאך זאכן.
A Right-Wing Think Tank Is Behind the Controversial Great Barrington Declaration Calling for COVID-19 Herd Immunity
<a class="postlink" href="https://www.resilience.org/stories/2020-10-29/a-right-wing-think-tank-is-behind-the-controversial-great-barrington-declaration-calling-for-covid-19-herd-immunity/">https://www.resilience.org/stories/2020 ... -immunity/</a>
Scientists Are Slamming The Great Barrington Declaration’s Call For “Herd Immunity”
<a class="postlink" href="https://www.buzzfeednews.com/article/stephaniemlee/herd-immunity-great-barrington-backlash-letter">https://www.buzzfeednews.com/article/st ... ash-letter</a>

די צוויי ארטיקלען וואס איר ברענגט זענען נישט געשריבן דורך דאקטוירים, דעריבער איז עס נישט נוגע. מיין מבינות איז נאך אזוי גוט ווי מעין סטריעם מידיא. העניך האט געפרעגט פאר עקספערטן, דאקטוירים און עפעדימיאלאגיסטן. ביטע לאזן פאליטיק אינדערויסן.
גערעכט אז מ'דארף טוהן פיל מער בנוגע וואשן די הענט. יעדע זאל וואלט געדארפט האבן סעניטייזער דיספענסערס אויף אלע טישן פונקט ווי זאלץ און פעפער, און אויך אויף די ווענט און ביי יעדע טיר. אויך וואלט מען געדארפט שרייבן מערערע און גרעסערע דיסקלעימערס פאר די עלטערע לייט.
פערזענלעך בין איך גראדע רינג און געזונט. קאראונא האב איך נאכנישט געהאט, און אפי' איך האב כמעט נישט קיין שאנס פון האספיטאליזאציע וויל איך עס נישט כאפן. דעריבער שטיי איך אוועק פון חתונות און ווען איך גיי יא איז אריין ארויס. אדער שטייט מען אין א ווינקל. א מאסק טראגן איך נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז ס'ארבעט נישט.
דארף מען זעהן וויאזוי מ'קען אויפטוען אויף די געביטן. אראפרייסן מיט שפאנענדע שארפע ארטיקלען וועט לכאורה נישט ארבעטן. אבער צו עפענען האנט סעניטייזער ארגענעזאציע וואס שאפט די געלט און איז עס מפיץ אין זאלן און בתים מדרשים האט לכאורה אסאך א גרויסע פאטענציאל צו ראטעווען די סיטואַציע.

צו דרייען דעם טיש צו אייך @אנאנים
די וויירוס האט היבש נאכגעלאזט צווישן אונז היימישע אידן, זאגאר איבער'ן לאנד וואו עס הייבן זיך איצט די נומערן איז דאס אבער לכולי עלמא אויף א גרינגערע פארנעם, מיט ווייניגער פאטאליטעטן.צו זאל דאס זיין ווייל די וויירוס זעלבסט איז אויף א שוואכערע ווערסיע, צו ווייל מיט די צייט קומט די עקספערטיז וויאזוי זיך אומצוגיין.
יעצט, איך בין מסכים מיט אייך, -און איך מיין ס'וועט יעדער- אז די גענצליך איבעריגע, גרויסע פארזאמלונגען (און גענצליך איבעריג מיין איך וואס האט נישט מיט אידישקייט נאר איז קולטורעל א קלאסישע ביישפיל וואלט געווען כ"א כסלו מסיבות רבי'שע חתונות וכדו') דארפן נישט פארקומען, עכ"פ בפומבי, צו וואס אויסשטעכן די אויגן פון די באהערדע, מידיא, וכו'
איך וויל אייך פרעגן פון א אידישע שטאנדפונקט.
פעיס פעקט, א רובא דמנכרא פון אונז האבן שוין געהאט די וויירוס, רוב פון אונז וואס האבן דאס געהאט ימים טובים צייט איז געווען אויף א גריגע אופן, אפי' די עלטערע וואס האבן דאס יא געהאט שווער האבן דאס איבערגעלעבט. (נישט אז דאס בערעכטיגט זיי אויף די יסורים וואס זיי האבן יא געהאט)
מיר אלע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס למחצה ולשליש, און סאיז קיין פראבלעם, סיי ווייל מען זעהט נישט די טויטליכע תוצאות. און פון א געזעלשאפטליכע שטאנדפונקט איז דאס נישט קיין פראבלעם ווייל "קיינער" ,"קיינער" ,פאלגט דאס נישט פולקאם. און א פראמינענטע פראצענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג פייפט זיך אן אויף א "אידישליכע אופן" פונקט ווי אונז.
וויל איך אייך פרעגן, ביטע ענטפערן אויפריכטיג
1. וואס האלט איר בנוגע מאכן מנינים איצט?
2.גרויסע מעגא מנינים ימים נוראים?
3.הקפות?
4.מוסדות מעגן זיין אפן?
פארשטייט זיך, ווי מער מען קען זיך פארהוילן פון די גאס איז אלס בעסער און געזונטער. אבער צווישן אונז, וואס האלט איר בנוגע די אלע זאכן?