☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage

פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14314
בלאט: 1 2

סאנטיאגא » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 2:32 pm

· #461969
פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage
איך שפיר נאך די טשילס נאכן קוקן די הערליכע אבער פיינפולע דאקומענטרי I Was a Child Bride: The Untold Story ס'רעדט זיך פון יונגע מיידלעך וואס זענען סעקסואל אביוזט געווארן און זענען נאכדעם געצווינגען געווארן צו הייראטן זייער אביוזער וואס האט זיי פארשוואנגערט. ס'קומט צו וויינען, איך האב אלס געוויסט אז געוויסע סטעיטס ערלויבן מיינערס חתונה צו האבן, לב טהור פלעגט דאך שיקן אויף מיזורי צו קענען באקומען מערידזש לייסענס ביי די פערצן יאר פאר א תקופה, אבער אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום מינימום עידזש אין טייל סטעיטס האב איך נישט געוויסט, ס'ווערט נאך ערגער, ס'איז א ביטערע געלעכטער צו טראכטן אז אין 2020 איז נאך לעגאל פאר עלטערן צו חתמ'נען זייער קינד'ס 14 יעריגע מערידזש לייסענס און דאס אומשולדיג קינד האט נישט קיין שום ווארט דערביי. ווי לעב מיר אונז אפריקע? און עבאורשען מאן דכר שמיה? דאס איז רציחה, אבער רעיפן א 9 יעריג קינד און נאכדעם איר צווינגען צו ווערן מיטאמאל א כלה און א מאמע מיט די לעצטע מענטש וואס זי וואלט אין ווילדסטן חלום געוואוינט! אויב איז זי נאכנישט גענוג געדעמעדשזט וועט Motherhood איר נאכמער קראנק מאכן און וועט נישט זיין קיין טובה פאר קיינעם, דאס איז נישט קיין רציחה...

אין א פארזוך אפצושטעלן די גרויזאמע טשיילד מערידזש אביוז האט פריידי רייז אן עקס חסידישע פרוי פון ברוקלין געעפנט Unchained at Last אן ארגענעזאציע געגרינדעט צו געבן שוץ פאר די יונגע פרויען וואס זוכן פטור צו ווערן פון forced marriage און ווי אויך צו לאביאיען און אויפפאדערן פון די סטעיטס צו העכערן די מינימאלע עידזש וואס מ'קען לעגאל ווערן פארהייראט צו לכל הפחות 18 יאר אלט.

ס'איז כדאי צו הערן פון א געליטענעם אויף די אייגענע הויט וואס האט איר געשטופט צו עפענען דעם ארגענעזאציע דא איז פריידי'ס טעד טאלק און איך בעט מ'זאל אוועקלייגן די אויטידי העיט פאר אייניגע מינוט, ווייל דא ליגט עפעס פיל טיפער ווי ווייטאג אויף איין געוויסע קאמיוניטי אדער חסידות. דאס איז א לעגאלע לאך וואס מאכט אן חורבנות פיזיש און גייסטיש יעדן טאג!

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 2:57 pm

· #461973
עס הערט זיך גוט אבער למעשה גייט נישט אן פאר רעליגיעזע גרופעס איבער די laws פונעם לאנד.
מען וועט נאך אלץ חתונה מאכן קינדער נאר נישט פיילן א לייסענס ביז 18.

עס דארף מיט קומען מיט א שטראף. מען זאל קענען קלאגן די עלטערן אין געריכט ביז יארן שפעטער, אבער דאס קען זיין שווער אויף צו ווייזן.

פאליטיקאנט » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 3:24 pm

· #461977
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
די סיבה פארוואס עס איז (נאך) נישטא קיין געזעצן איז די זעלבע סיבה פארוואס עס איז נישטא קיין געזעץ אז "מ'מעג נישט אויסגיסן אראנדזש דשוס אויף א צווייטנס קאפ אן רשות". יעדע בער דעת פארשטייט דאס אליין וכל מילתא דלא שכיחא לא גזרו ביה רבנן....

אבער יא ליידער דארף מען טאקע יא איינפירן געזעצן, און נישט נאר צו באשיצן אינטער אכצן....

[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]

סאנטיאגא » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 3:26 pm

· #461978
ריכטיג אבער כאטש זאל זיין א מינימום, אז ס'וועט זיין א מינימום וועט מען זיך אפשר נישט אזוי יאגן חתונה צו מאכן יונג, די רעליגעזע לאכן שוין גארנישט פון דעם פאפיר זיי ווילן זיין חתונה געהאט אויף די ביכער.

און נאך א רשעות וואס איז יעצט דא, נישט נאר וואס מ'צווינגט אריין יונג, ס'איז נישט דא קיין וועג ארויס ביז די אכצן! דאס מיינט אז אויב א מיידל איז חתונה געהאט ביי די 15 קען זי זיך הענגען אויף א צוקער שטריק פאר נאך 5 יאר ביז זי ווערט א ליגעל אדאולט צו קענען פיילן פאר דיווארס... וויאזוי ארבעט דעס?! ס'איז נאר דא א one way ticket הייסט? דאס איז נישט קיין קיין מערידזש דאס דארף הייסן א ליעס. היפאקריטן...

פאליטיקאנט » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 3:45 pm

· #461980
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
זעט זיך אויס זיי לויפן מיט די בריסקער שיטה לגבי גיטין.

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 4:43 pm

· #461987
פאליטיקאנט

[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]

און איך קען א מעשה ווי מען האט מודיעה געווען א בחור 3 שעה פארן בעשוי, און די מיידל זיצט און ווארט נאך אלץ...
נישט נאר האבן זיינע עלטערן אים נישט מודיעה געווען, זיי האבן נישט געמאלדן דעם שדכן אז ער קומט נישט אן...

סאנטיאגא » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 5:59 pm

· #461989
זינט די אינטערוויא האבן נאך צוויי סטעיטס פארבאטן child marriage פענסילוועניע און מינעסאוטע האבן ממש לעצטנס אינמיטן קאראונע געטוישט די געזעץ אין די זעלבע וואך! און marriage אונטער 18 איז געווארן איליגעל. צוביסלעך צוביסלעך וועקט מען זיך אויף...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/10omG_-QkRo">https://youtu.be/10omG_-QkRo</a>

ישעיה » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 8:42 pm

· #461997
אינטערסאנט, אויף די טיווי סיריס "דעזיגנעיטעד סארווייווער" טוט זיך, אין איינע פון די עפיזאדן, א דין ודברים איבער די טעמע און עס ווערט דערמאנט די אולטרא ארטאדאקס אידן...

סאנטיאגא » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 10:07 pm

· #462006
פאליטיקאנט
די סיבה פארוואס עס איז (נאך) נישטא קיין געזעצן איז די זעלבע סיבה פארוואס עס איז נישטא קיין געזעץ אז "מ'מעג נישט אויסגיסן אראנדזש דשוס אויף א צווייטנס קאפ אן רשות". יעדע בער דעת פארשטייט דאס אליין וכל מילתא דלא שכיחא לא גזרו ביה רבנן....

אבער יא ליידער דארף מען טאקע יא איינפירן געזעצן, און נישט נאר צו באשיצן אינטער אכצן....

אין א לאנד מיט אזויפיל קוריאזע געזעצן איז מיר א וואונדער אז ס'איז נאך קיינעם דאס נישט איינגעפאלן צ.ב.ש.

אין אלאסקא טאר מען נישט שיכור ווערן אין א באר און זיך אויפהאלטן דארט

אין דזשארדזשיע איז נישט ערלויבט צו נוצן סיי וועלכע געצייג פאר פרייד טשיקן נאר די פינגערס

אין מערילענד איז אנטקעגן געזעץ צו שעלטן ביים דרייוון

אין אלאבאמא איז אומלעגאל צו דרייוון מיט פארבינדענע אויגן

אין פלארידא מעג מען נישט פארקויפן די אייגענע קינדער

אין איידעהא איז פארבאטן צו עסן א צווייטע מענטש

אין ניו דזשערסי טאר מען נישט הארגענען איינעם און טראגן א בולעטפרוף וועסטל

אז מ'רעדט שוין איך האב אסאך קשיות:
איך וויל שוין לאנג וויסן, וויאזוי גייט צו דאס אויפקומען מיטן געזעץ? ווער שרייבט דאס? וויאזוי רעאגירט יעדער ארום אין קאנגרעס ווען איינער קומט אויף מיט א מאדנע געזעץ? און most importantly ווער אין די וועלט איז די בוכהאלטער פון געזעץ? ס'נעמט א דור מיט א מיטוואך צו אפדעיטן די געזעצן אין א וועלט פון טעכנעלאגיע פארוואס קען מען נישט אויסמעקן אלטע נארישע געזעצן פונעם דאטא בעיס???

סאנטיאגא » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 10:45 pm

· #462010
ישעיה
אינטערסאנט, אויף די טיווי סיריס "דעזיגנעיטעד סארווייווער" טוט זיך, אין איינע פון די עפיזאדן, א דין ודברים איבער די טעמע און עס ווערט דערמאנט די אולטרא ארטאדאקס אידן...

Nice
געדענקסט וועלכע? אדער א נאמען פון די עפיסאוד?

ישעיה » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 10:53 pm

· #462012
סאנטיאגא
ישעיה
אינטערסאנט, אויף די טיווי סיריס "דעזיגנעיטעד סארווייווער" טוט זיך, אין איינע פון די עפיזאדן, א דין ודברים איבער די טעמע און עס ווערט דערמאנט די אולטרא ארטאדאקס אידן...

Nice
געדענקסט וועלכע? אדער א נאמען פון די עפיסאוד?

S3 E2

מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 3:19 am

· #462025
סאנטיאגא
זינט די אינטערוויא האבן נאך צוויי סטעיטס פארבאטן child marriage פענסילוועניע און מינעסאוטע האבן ממש לעצטנס אינמיטן קאראונע געטוישט די געזעץ אין די זעלבע וואך! און marriage אונטער 18 איז געווארן איליגעל. צוביסלעך צוביסלעך וועקט מען זיך אויף...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/10omG_-QkRo">https://youtu.be/10omG_-QkRo</a>

לאס וועגאס פלאנט זיך אויפציוועקן אמאל ?

עזרא » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 8:33 pm

· #462081
פאליטיקאנט

[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]

וואס טוט ער היינט צו טאגס?

נישט ממש אז ס'מאכט אויס צום מאראלישן זייט פונעם דעבאטע. אבער דאך א שטיקל מקום עיון איבערן פראקטישן זייט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 4, 2020 8:44 pm

· #462082
און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 5:02 am

· #462090
עזרא
פאליטיקאנט

[געהאט א חבר וועלכע זיין טאטע האט עם אויפגעפיקט פון ישיבה און דריי שעה שפעטער איז ער דערקלערט געווארן חתן! צוריקקומענדיג אין ישיבה, האט ער געוויינט צו מיר (יא מיט טרערן און געכליפעצט) אז ער האט גארנישט געוויסט פארדעם און ער וויל באמת נישט די שידוך!!!! איך האב נישט געקענט שלאפן די קומענדיגע פאר נעכט.... - איך ווייס געזעץ קען נישט אפהאלטן אזא מיאוסע מנהג, ס'האט מיר פשוט אנגעכאפט א בערלבעלעגלה ווייב צו דערציילן פערזענליכע ערפארונגען]

וואס טוט ער היינט צו טאגס?

נישט ממש אז ס'מאכט אויס צום מאראלישן זייט פונעם דעבאטע. אבער דאך א שטיקל מקום עיון איבערן פראקטישן זייט.

אזויווי די רביזיכוינעבראכע האט ארויסגעברענגט זע איך נישט ווי עס איז דא א "פראקטישע זייט".

יענער האט למעשה חתונה געהאט און האט שוין קינדער, איך האב עם קיינמאל געפרעגט איבער זיין מצב.

סאנטיאגא » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 2:19 pm

· #462110
מה בכך
סאנטיאגא
זינט די אינטערוויא האבן נאך צוויי סטעיטס פארבאטן child marriage פענסילוועניע און מינעסאוטע האבן ממש לעצטנס אינמיטן קאראונע געטוישט די געזעץ אין די זעלבע וואך! און marriage אונטער 18 איז געווארן איליגעל. צוביסלעך צוביסלעך וועקט מען זיך אויף...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/10omG_-QkRo">https://youtu.be/10omG_-QkRo</a>

לאס וועגאס פלאנט זיך אויפציוועקן אמאל ?

דאס איז א סטעיט?
ווי קומט וועגאס דא אריין?

סאנטיאגא » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 3:03 pm

· #462112
רביה''ק זי''ע
און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?

ווייסט וואס מיינט זיין חתונה געהאט ווען מ'איז נאך נישט הומענלי גרייט פאר דעם? קומענדיג שוין פון א שווערע עבר, ווערן אביוזט? און נאך ווערן באשולדיגט דערפאר? נישט האבן קיין סופארט סיסטעם וואס זאל שענקען אביסל סימפאטיע? זיין אויסגעשטעלט צו לעבן אין ארעמקייט, און דאמעסטיק אביוז וואס איז מער שכיח ביי יונגע פארפעלקער, נאך הונדערט שעה טעראפי ווערט דאס נישט פארהיילט... ס'ווישט זיך נישט אלס אזוי אפ, איך בין זיכער ער האט נישט געלעקט קיין האניג.. אונזער דור ספראוועט זיך נאך יעצט מיט א חורבן וואס איז געשעהן באלד 80 יאר צוריק...

אוודאי זענען דא קעיסעס וואס האבן חתונה געהאט יונגער און האבן א גליקליך לעבן, אדער גליקליכער ווי ביז יעצט... אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אריינצוצווינגען א קינד, און עלטערן זאלן האבן די רעכט איבערן קינד לעגאל??? ווי איז דאס געהערט געווארן...

עזרא » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 6:19 pm

· #462126
רביה''ק זי''ע
און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?

אין הכי נמי, דאס איז איין מעגליכע זייט פון די מטבע. איך פרעג נאר אויב דער יונגערמאן היינט, קוקענדיג אויף צוריק באטראכט ער עס ווי אן חסרון אבר מיט אן אפגעווישטע נאז. אדער ער פארשטייט אז (לפי המצב) האבן זיינע עלטערן פשוט געהאנדלט מיט וואס איז געווען שייך.

עזרא » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 6:33 pm

· #462129
סאנטיאגא

ווייסט וואס מיינט זיין חתונה געהאט ווען מ'איז נאך נישט הומענלי גרייט פאר דעם? קומענדיג שוין פון א שווערע עבר, ווערן אביוזט? און נאך ווערן באשולדיגט דערפאר? נישט האבן קיין סופארט סיסטעם וואס זאל שענקען אביסל סימפאטיע? זיין אויסגעשטעלט צו לעבן אין ארעמקייט, און דאמעסטיק אביוז וואס איז מער שכיח ביי יונגע פארפעלקער, נאך הונדערט שעה טעראפי ווערט דאס נישט פארהיילט... ס'ווישט זיך נישט אלס אזוי אפ, איך בין זיכער ער האט נישט געלעקט קיין האניג.. אונזער דור ספראוועט זיך נאך יעצט מיט א חורבן וואס איז געשעהן באלד 80 יאר צוריק...

אוודאי זענען דא קעיסעס וואס האבן חתונה געהאט יונגער און האבן א גליקליך לעבן, אדער גליקליכער ווי ביז יעצט... אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אריינצוצווינגען א קינד, און עלטערן זאלן האבן די רעכט איבערן קינד לעגאל??? ווי איז דאס געהערט געווארן...

אויב רעדסטו פון וואס איז גערעכט ideally איז נישט קיין ספק אז לויט ווי מיר פארשטיין מאראל מיט עטיקס אין די היינטיגע מערב וועלט קענען קינדער נישט זיין די אייגענטום פון די עלטערן זאל עס זיין מיט די בעסטע כוונות וואס עס זאל זיין. מען רעדט דאך אבער פון מציאות, מ'קען נאר מאכן א טשולענט מיט די אינגרידיענס וואס מען האט. אין די ציווילעזאציע וואס אונזער ציבור לעבט און וואקסט איז אין פאקט (נאך) בכלל נישט דא קיין פלאץ פאר אייגענע שידוכים. יעצט פונקטליך וואס וויל מען, אן אויפגעקלערטע טאטע זאל זאגן זיין אכטצן יעריגע הלכות שבת בחור אדער ניינצען יעהריגע בנות ציון טאכטער איך זוך נישט קיינע זיווגים פאר דיר. גיי דיר אליינס ארויס יום כיפור ביינאכט טאנצען אין די וויינגערטנער א בחור שא נא עינך טאנץ און נעם דיר וואס דיין גאלדן הארץ באגערט? דאס פארשטייט יעדער אז אזא טאטע טוט סאך מער שאדן פאר זיין קינד ווי סיי וועלעכע אומגעלונגענע שידוך עלטערן האבן נאר אמאל אדורכ-געפאלן מיט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2020 6:35 pm

· #462130
ווער האט גערעדט פון וויינגערטנער? מ'האט גערעדט פון נישט אריינצווינגען א מענטש מיט א מיידל וואס ער וויל נישט, און ס'דא גענוג חסידישע עלטערן וואס טוען נישט אזעלכע זאכן, און דאס איז אן שיקן די קינדער טאנצן אין וויינגערטנער.

סאנטיאגא » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 12:21 pm

· #462320
עזרא
רביה''ק זי''ע
און וואס טוען די אלע אידן וואס כמעלניצקי האט אויסגעהארגעט? און וואס טוען די מענטשן וואס מ'האט זיי ליידער געדארפט אמפוטירן א פוס רח"ל? מ'געוואוינט זיך צו, מ'ווישט זיך אפ די נאז, און מ'גייט ווייטער אן מיט'ן לעבן. מילא איז וואס, איך קען דיר יעצט קומען אפשניידן דיין פוס מיט'ן חשבון אז דו וועסט שפעטער שלום מאכן מיט'ן מצב?

אין הכי נמי, דאס איז איין מעגליכע זייט פון די מטבע. איך פרעג נאר אויב דער יונגערמאן היינט, קוקענדיג אויף צוריק באטראכט ער עס ווי אן חסרון אבר מיט אן אפגעווישטע נאז. אדער ער פארשטייט אז (לפי המצב) האבן זיינע עלטערן פשוט געהאנדלט מיט וואס איז געווען שייך.

אה, דאס ווערט שוין זייער קאמפליצירט... ווייל ליידער ביי פילע קינדער הייראט פעלער איז דאס גאנצע (אדער א שטארקע פאקטאר פון) פריצײטיגע חתונה האבן אן escape פון די ביז יעצטיגע מיטמאכעניש, אזוי ווי ביי אונז אסאך ישיבה בחורים ווערן משוגע פון ליידיגיין און ווילן אנטלויפן פון דארט... קען איינער קומען זאגן; העי, קוק פאזיטיוו! ווען נישט דעם וואלט דאך יענער געליטן נאך אפאר יאר, במילא אין רעטראספעקט איז עס גאר געווען א טובה... די תירוץ אויף דעם איז אוודאי א גראבער ניין, ווי געשריבן, גארנישט בארעכטיגט דאס אריינצווינגען, שטופן, אונטעריאגן, בלעיקמעילן, קארנערן, אדער אפילו מוטשענען א קינד פאר זי/ער איז גרייט.

אז מ'האט פראבלעמען דארף מען גיין פאר הילף, אז מ'פאסט נישט אריין אין קיין מסגרת זאל מען נעמען א דזשאב, חתונה האבן איז בכלל נישט קיין אויסוועג!

איך פארשטיי אז מיין קאלעגע רביה"ק איז נישט מחלק מיט מיר לגבי די cause עוקר צו זיין דעם עקלהאפטיגן רעליגיעזע מנהג, איך האב נאר געמיינט מדגיש צו זיין אז אפילו מ'איז א חסיד קען זיין שווערע גייסטישע פראבלעמען אלס א דירעקטע תוצאה פון דעם, אפילו מ'איז נאר איין יאר יונגער! ס'מאכט א ריזיגע חילוק נישטא וואס צו רעדן, און אויף דעם ארויף האב איך געשריבן איך בין נישט אזוי זיכער אז יענער עסט שוין נישט היינט די ביטערע פירות דערפון ווער ווייסט? וויפיל מוטשענען זיך מיט שלום בית פאר יארן אדאנק דעם צובראכענעם 200+ יעריגן ערעינדזשד מערידזש סיסטעם, זאל עלטער גופא גארנישט קאנטריוביטן דערצו???

סאנטיאגא » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 12:37 pm

· #462323
עזרא
אין די ציווילעזאציע וואס אונזער ציבור לעבט און וואקסט איז אין פאקט (נאך) בכלל נישט דא קיין פלאץ פאר אייגענע שידוכים. יעצט פונקטליך וואס וויל מען, אן אויפגעקלערטע טאטע זאל זאגן זיין אכטצן יעריגע הלכות שבת בחור אדער ניינצען יעהריגע בנות ציון טאכטער איך זוך נישט קיינע זיווגים פאר דיר. גיי דיר אליינס ארויס יום כיפור ביינאכט טאנצען אין די וויינגערטנער א בחור שא נא עינך טאנץ און נעם דיר וואס דיין גאלדן הארץ באגערט? דאס פארשטייט יעדער אז אזא טאטע טוט סאך מער שאדן פאר זיין קינד ווי סיי וועלעכע אומגעלונגענע שידוך עלטערן האבן נאר אמאל אדורכ-געפאלן מיט.

אבי געזונט! איימסארי אזויפיל שטותים... ס'איז דא עטליכע אידישע דעטינג עפס, צענדליגע היימישע בחורים און מיידלעך שיקן רעזומעיס און גייען געהעריג דעיטן ווי נארמאלע מענטשן, ס'איז שוין נישט די נ' יארן, די עולם גייט פיין אין Dave and Busters און צו רופטאפ בארס אין מאנהעטן. פיין נישט חסידיש, רוף עס טונא בייגל (קיינער ווייסט נאך נישט די דעפענישן פון די ווארט, ווייל ס'איז rather א סטיריאטייפ) די מהלכים עקזיסטירן מ'דארף זיך נאר עפענען די אויגן.

אבער נישט דאס איז די נושא דא, איך האב דיך נאר געדארפט פארעכטן אומבאדינגט.

אונטער חכם » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:18 am

· #462392
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
דער פראבלעם ביים היימישן ציבור איז נישט אנדערעידזש מערידזש, אונטער 18 העכער 18 איז נישט וואס מאכט די זאך, עס האט אויך נישט מיט די געזעצליכע בעלבאטעווען אויף די קינדער ווייל קיינער מאכט נישט חתונה די קינדער מיט פיזישע פארס, עס איז ס"ה אז א בחור האט נישט די שטארקקייט אדער שכל אנצופייפן זיין טאטן, און דער געזעץ קען גארנישט טון וועגן אזעלכע פראבלעמען.

פאליטיקאנט » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 4:08 pm

· #462412
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
אמת, דאס איז די עיקר פראבלעם און דאס קען מען נישט פאררעכטן מיט'ן געזעץ. אבער ווי עלטער די בחור ווערט אלס מער באקומט ער די שכל / קוראזש זיך צו שטעלן אויף וואס ער וויל. און דאס איז די חילוק פון חתונה 'מאכן' ביי די 18 ווס. די 21.

יעקב מעקסוועל » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 5:02 pm

· #462415
די פראבלעם איז נאך מער. נישט נאר די גאווערמענט קען עס נישט אפשטעלן, אפילו די עלטערן קענען עס נישט אפשטעלן. וואס זאל א טאטע טון? ער קען אדער טרעפן א שידוך פאר זיין בחור, אדער ווערט ער אן אלטע בחור.

ווילאנג עס איז נישטא קיין גוטע אלטערנאטיוו ביי אונז, איז א טאטע געצוואונגען צו טרעפן א שידוך פאר זיין קינד, די בעסטע וואס ער קען.

איך פראביר צו דמיונ'ען, שטעל דיר פאר מיין טאטע זאגט מיר ווען איך בין געווארן 18 יאר. אוקעי יענקי, דו ביסט 18, איך גיי נישט טון קיין שידוך פאר דיר ווייל איך האלט נישט דערפון...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 5:10 pm

· #462416
יעקב מעקסוועל
די פראבלעם איז נאך מער. נישט נאר די גאווערמענט קען עס נישט אפשטעלן, אפילו די עלטערן קענען עס נישט אפשטעלן. וואס זאל א טאטע טון? ער קען אדער טרעפן א שידוך פאר זיין בחור, אדער ווערט ער אן אלטע בחור.
וואו איך בין אויפגעוואקסן האט 21 בכלל נישט געהייסן אלט, עכ"פ נישט גענוג אלט אז דערפאר זאל מען זיך חרוב מאכן דאס לעבן (אויב ס'איז אמת וואס סאנטיאגא טענה'ט).

יעקב מעקסוועל
איך פראביר צו דמיונ'ען, שטעל דיר פאר מיין טאטע זאגט מיר ווען איך בין געווארן 18 יאר. אוקעי יענקי, דו ביסט 18, איך גיי נישט טון קיין שידוך פאר דיר ווייל איך האלט נישט דערפון...
דארפסט נישט דמיונ'ען, איך ווייס פון גענוג בחורים און מיידלעך וואס מ'האט אפיציעל נישט געזוכט קיין שידוך ביז א געוויסע עלטער ווייל "זיי זענען נישט גרייט" (פארשטייט זיך אין די עלטערנ'ס אויגן... דאס איז דאך די גאנצע חורבן, אז דער טאטע זאגט "ביזט גרייט" איז מען גרייט, אז די מאמע זאגט "די מיידל איז וואס דו דארפסט" קען זיך דער בחור שטעלן אויפ'ן קאפ, און אז די מאמע זאגט "דאס הייסט נישט אביוז" ביזטו chained for life.)

יעקב מעקסוועל » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 5:18 pm

· #462417
רביה''ק זי''ע
דארפסט נישט דמיונ'ען, איך ווייס פון גענוג בחורים און מיידלעך וואס מ'האט אפיציעל נישט געזוכט קיין שידוך ביז א געוויסע יאר ווייל "זיי זענען נישט גרייט" (פארשטייט זיך אין די עלטערנ'ס אויגן...)

און וואס איז געווען נאכדעם? די בחור האט געטראפן א שידוך, אדער די עלטערן האבן געטון א שידוך?

אויב די עלטערן טוען די שידוך וואס איז די גרויסע נפקא מינה א יאר שפעטער אדער פריער. די מעלה פון זיין עלטער איז אז מען איז אביסל ערוואקסן און מען ווייסט שוין וואס מען וויל, אבער כמעט קיינער איז סייווי גארנישט מחליט אליין, וואס האסטו אויפגעטון.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 8:21 pm

· #462421
כ'האב נישט געוואלט ארויסברענגען אן אויפטוה, כ'האב נאר געזאגט אז ס'איז א נארמאלע זאך אפצושטופן.

מרדכי מרדכי » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 9:52 pm

· #462422
איך ביי די 18 האב איך געזאגט פאר מיין טאטע אז איך בין נישט גרייט האט ער עס אפגעלאכט
למעשה בין איך א חתן געווארן ביי די 21 אבער לויט זיינע תנאים סאו איך זעה נישט קיין חילוק אין דעם

סאנטיאגא » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 1:33 am

· #462477
אונטער חכם
דער פראבלעם ביים היימישן ציבור איז נישט אנדערעידזש מערידזש, אונטער 18 העכער 18 איז נישט וואס מאכט די זאך, עס האט אויך נישט מיט די געזעצליכע בעלבאטעווען אויף די קינדער ווייל קיינער מאכט נישט חתונה די קינדער מיט פיזישע פארס, עס איז ס"ה אז א בחור האט נישט די שטארקקייט אדער שכל אנצופייפן זיין טאטן, און דער געזעץ קען גארנישט טון וועגן אזעלכע פראבלעמען.

די שמועס איז נישט איבער די היימישע ציבור זעלבסט. מ'איז אביסל פארפארן

יא און ניין. ס'איז נישט "די" פראבלעם אבער לאמיר זיך נישט פאפן ס'איז א פראבלעם, איינס פון אסאך, אבער ער עקזיסטירט ביי אונזער חדר אויך. אונזערע טעכטער ווערן אפשר נישט טראגעדיג ביי די פערצן און קיינער צווינגט נישט א מיידל חתונה צו האבן מיט איר אביוזער ווי אין די פילם, אבער דער פראבלעם איז דא. Alive and kicking אמאל מיט א שווערע קינד וואס מ'זוכט צו פטר'ן, (וואס רעדסטו? ס'האט זיך געמאכט א געלונגענע זאך!) אמאל זענען די עלטערן די פראבלעם, אמאל פארבלענדט מען די אויגן מיט לעבנסלענגליכע קעסט ודו''ק איך קען אזעלכע פעלער ליידער...

און ווי כ'האב שוין דערמאנט אויבן; אויב איז די legal age אפיציעל אכצן אנע loopholes (און שטרענגע קנסות האפנטליך) איז נישט דא קיין incentive חתונה צו מאכן פריער, א טאטע טראכט פון טוהן א שיינעם שידוך די משפחות זאלן קלאפן ווי ס'דארף צו זיין, די מחותן זאל זיך איינרעדן אז איך בין בעל'בתיש, און די סטעיק זאל דינערן... אבער אין די בעק אף היס מיינד טראכט ער אויך פון דעם לעגאלן דאקומענט וואס שענקט זיין קינד א מעגליכקייט פאר א טוץ בענעפיטן אדאנק דעם קידושין

צווישן אנדערע:
Unlimited marital tax deductions
א קאפל צאלט נארמאלערהייט ווייניגער אין טעקס'ס ווען מ'פיילט א Joint tax return
איבערהויפט אויב איינער מאכט די עיקר פארדינסטן און די צווײטער מאכט נאר א פראקציע. א זאך וואס איז היבש שכיח במחנינו.
Child tax credit
Wic benefits
Food stamps
Better credit options
Social security benefits
IRA Benefits
און נאך אסאך זייטיגע עדווענטעדזשעס..

איך זאג נישט אז נאר פארדעם מאכט מען חתונה, בכלל נישט, באט מאך עס אן אכצענער, און קיינער וועט זיך נישט יאגן צום לחיים געבן... מ'עט אויסווארטן, אויסער א דזשיהאד אדער א פארגלייבטער יואל ראטה'ניק.

און דאס איז די ציל!

אונטער חכם » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 11:43 am

· #462495
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
איך זעה אבער נישט די גרויסע חילוק צווישן די זעכצן און די אכצן, 99% וועלן פונקט אזוי עקסעפטן די עלטערן'ס טשויס ביי די אכצן ווי ביי די זעכצן.

פריידי רייזס מעשה וואלט פונקט אזוי געקענט געשען ווען זי האט חתונה ביי די איין און צוואנציג.

בת קול » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:13 pm

· #462498

מען קען נישט טוישן wic און fs פאר נאר חתונה געהאטע.
דאס וועט אפעקטירן מינאריטעטן וואס זענען סינגל teenage מאמעס, און ווארטן נישט אויף חתונה צו האבן פאר זיי האבן קינדער.

מנחם ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 1:43 pm

· #462509
כ'פרוביר צו טראכטן ווי וואלט געווען אויב מ'הייבט אן שטופן אזא געזעץ.....
מען וואלט גוזר תענית געווען

סאנטיאגא » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 1:09 am

· #462571
ישעיה
סאנטיאגא
ישעיה
אינטערסאנט, אויף די טיווי סיריס "דעזיגנעיטעד סארווייווער" טוט זיך, אין איינע פון די עפיזאדן, א דין ודברים איבער די טעמע און עס ווערט דערמאנט די אולטרא ארטאדאקס אידן...

Nice
געדענקסט וועלכע? אדער א נאמען פון די עפיסאוד?

S3 E2

הגם שוין לאנג זיך אפגעלאזט פון דעי שאו, האב איך אויסגעטשעקט דעם עפיזאד, זייער זייער שטארק! א דאנק פארן עס ארויפברענגען, לכאורה האבן זיי גענומען ראט פון פריידי, זיי קענען צו גוט די פאקטן און ציפערן, הגם זי ערשיינט נישט אין די קרעדיטס. אין עני קעיס די ריסורטש איז אייזן. פארגעס פון די מעשה, די עקטן, די אויסטרעפן איידיעס, נאר די ארבעט וואס גייט אריין אין א דורכשניטליכע טיווי שאו אז פאקטן זאלן זיין אויסגעהאלטן איז נישט משיג צו זיין. איך האב ליב ווי Keifer Sutherland דערמאנט דעם slippery slope argument לגנאי, ס'איז איינס פון די בארימטע לעכערליכע סברות אין אקעדעמיקס, בעסער באקאנט אלס logical fallacies ווי די שטעלונג איז אז act A קאוזט act B און עווענטועל act Z אין דעם קעיס אז מ'שטעלט זיך אויף legal age, וועט מען אטאמאטיש אויך זיך שטעלן אויף נאך אנדערע ענינים, ווי אבאורשען וכו' און איינס וועט ברענגען דעם צווייטן וואס וועט ברענגען דעם דריטן וואס וועט ברענגען דעם פערטן אם כן אין לדבר סוף... ווי א זעהר קלוגער איד האט זיך אמאל אויסגעדריקט: "ס'הייבט זיך אן מיט א סענדוויטש ס'גייט צו א פיצא, ס'רוקט זיך צו א אייזקרים, ס'גייט צו א היטש, און כ'וויל נישט זאגן ווייטער" עד כאן לשונו.

מרדכי מרדכי » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:54 pm

· #462606
אין מדינת ישראל טאר מען נישט לעגאל חתונה האבן פאר די 18

סאנטיאגא » דינסטאג יאנואר 5, 2021 5:43 pm

· #465196
אונטער חכם
איך זעה אבער נישט די גרויסע חילוק צווישן די זעכצן און די אכצן, 99% וועלן פונקט אזוי עקסעפטן די עלטערן'ס טשויס ביי די אכצן ווי ביי די זעכצן.

פריידי רייזס מעשה וואלט פונקט אזוי געקענט געשען ווען זי האט חתונה ביי די איין און צוואנציג.

קוק די פילם וועסטו פארשטיין די סור מרע חלק, און אין הכי נמי אין תשנ"ד האט עס נישט עכט אויסגעמאכט פאר א געווענליכע בחור אדער מיידל אלס די עשה טוב, אבער היינט האלט איך איז דוקא יא דא א ריזן חילוק פון די גוטע זייט. נאך ווייט פון פערפעקט אבער ס'איז קלאר א חילוק

סאנטיאגא » דינסטאג יאנואר 5, 2021 6:07 pm

· #465198
מנחם ציון
כ'פרוביר צו טראכטן ווי וואלט געווען אויב מ'הייבט אן שטופן אזא געזעץ.....
מען וואלט גוזר תענית געווען

Lol
פארוואס אבער? ס'שטייט בן שמונה עשרה לחופה, ביי אכצן איז די געאייגנטע צייט. ס'שטייט נישט אז מ'מוז, און אוודאי נישט יונגער.. מה כל הרעש? ס'איז נישט ווי אונזער עולם דארף עפעס עטליכע יאר צו מאכן א שידוך, ווען זיי ווילן מאכן זיי עס איינס צוויי, אויסער אין די סקווירא קרייז ווי מ'קען אמאל האלטן דעם שידוך פאר א מיליטערישע סוד ביז די רבי געט די גרינלייט, און הערשט דעמאלטס שליסט מען אפיציעל

בת קול » דינסטאג מערץ 9, 2021 2:53 pm

· #468270
<a class="postlink" href="https://www.nysenate.gov/legislation/bills/2021/s3086?intent=support&fbclid=IwAR0pRFQqHs6O4AwjrWTRUCLUCIU2NhmbBMijp-KqO0YEkH_stmj9zHV6ZcA">https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... mj9zHV6ZcA</a>

סאנטיאגא » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:21 pm

· #468391
בת קול
https://www.nysenate.gov/legislation/bills/2021/s3086?intent=support&fbclid=IwAR0pRFQqHs6O4AwjrWTRUCLUCIU2NhmbBMijp-KqO0YEkH_stmj9zHV6ZcA

שכח פארן צוברענגען. די ביל ווארנט אז ווער עס פארלעצט דעם געזעץ וועט מוזן צאלן א הונדערטער קנס. אזוי ווייניג?? ס'דארף זיין א טויזנט דאלאר'דיגן סאמענס לכל הפחות. אזוי וועט מען טראכטן 2 מאל פאר מ'באשטעלט דעם gown צו מ'קען אפארדן ביידע...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:27 pm

· #468392
סאנטיאגא
מנחם ציון
כ'פרוביר צו טראכטן ווי וואלט געווען אויב מ'הייבט אן שטופן אזא געזעץ.....
מען וואלט גוזר תענית געווען

Lol
פארוואס אבער? ס'שטייט בן שמונה עשרה לחופה, ביי אכצן איז די געאייגנטע צייט. ס'שטייט נישט אז מ'מוז, און אוודאי נישט יונגער..

ס׳דערמאנט מיר פון יענער וואס האט געזאגט פאר׳ן רבי׳ן זי״ע אז ער פארכט זיך פאר׳ן בן ששים לזיקנה, האט איהם דער רבי געענטפערט אז ער האט זיך גארנישט וואס צו זארגן, זעהסט דאך אז פונעם בן ארבעים לבינה איז גארנישט געווארן... פארשטייסטו? מיט׳ן בן עשר למשנה, בן חמש עשרה לגמרא, און בן עשרים לרדוף האט מען זיך פיין אן עצה געגעבן, פונקט ביים שמונה עשרה לחופה איז מען שטעקן געבליבן, איך וואונדער מיך [נישט] פארוואס...

תרמב » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:29 pm

· #468393
סאנטיאגא
בת קול
https://www.nysenate.gov/legislation/bills/2021/s3086?intent=support&fbclid=IwAR0pRFQqHs6O4AwjrWTRUCLUCIU2NhmbBMijp-KqO0YEkH_stmj9zHV6ZcA

שכח פארן צוברענגען. די ביל ווארנט אז ווער עס פארלעצט דעם געזעץ וועט מוזן צאלן א הונדערטער קנס. אזוי ווייניג?? ס'דארף זיין א טויזנט דאלאר'דיגן סאמענס לכל הפחות. אזוי וועט מען טראכטן 2 מאל פאר מ'באשטעלט דעם gown צו מ'קען אפארדן ביידע...

טויזענט איז נישט קיין סאך אויך נישט, אז מ’קען צאלן איבער 5 אלפים פאר א שטריימל און איבער 5 אלפים פאר די גאון וכדומה, וועט מען שוין אראפווישן נאך אן אלף’ל צוזאמען מיט אלע חובות.

סאנטיאגא » זונטאג מערץ 14, 2021 7:48 pm

· #468510
רביה''ק זי''ע
סאנטיאגא
מנחם ציון
כ'פרוביר צו טראכטן ווי וואלט געווען אויב מ'הייבט אן שטופן אזא געזעץ.....
מען וואלט גוזר תענית געווען

Lol
פארוואס אבער? ס'שטייט בן שמונה עשרה לחופה, ביי אכצן איז די געאייגנטע צייט. ס'שטייט נישט אז מ'מוז, און אוודאי נישט יונגער..

ס׳דערמאנט מיר פון יענער וואס האט געזאגט פאר׳ן רבי׳ן זי״ע אז ער פארכט זיך פאר׳ן בן ששים לזיקנה, האט איהם דער רבי געענטפערט אז ער האט זיך גארנישט וואס צו זארגן, זעהסט דאך אז פונעם בן ארבעים לבינה איז גארנישט געווארן... פארשטייסטו? מיט׳ן בן עשר למשנה, בן חמש עשרה לגמרא, און בן עשרים לרדוף האט מען זיך פיין אן עצה געגעבן, פונקט ביים שמונה עשרה לחופה איז מען שטעקן געבליבן, איך וואונדער מיך [נישט] פארוואס...

איך הער דיין פשט. אזוי ווי מ'פייפט אן דעם בן עשר און דעם בן חמש עשרה פייפט מען אויפן בן שמונה עשרה פארשטענדליך...

סאנטיאגא » זונטאג מערץ 14, 2021 7:53 pm

· #468512
תרמב
סאנטיאגא
בת קול
https://www.nysenate.gov/legislation/bills/2021/s3086?intent=support&fbclid=IwAR0pRFQqHs6O4AwjrWTRUCLUCIU2NhmbBMijp-KqO0YEkH_stmj9zHV6ZcA

שכח פארן צוברענגען. די ביל ווארנט אז ווער עס פארלעצט דעם געזעץ וועט מוזן צאלן א הונדערטער קנס. אזוי ווייניג?? ס'דארף זיין א טויזנט דאלאר'דיגן סאמענס לכל הפחות. אזוי וועט מען טראכטן 2 מאל פאר מ'באשטעלט דעם gown צו מ'קען אפארדן ביידע...

טויזענט איז נישט קיין סאך אויך נישט, אז מ’קען צאלן איבער 5 אלפים פאר א שטריימל און איבער 5 אלפים פאר די גאון וכדומה, וועט מען שוין אראפווישן נאך אן אלף’ל צוזאמען מיט אלע חובות.

איך דינג מיך. א טויזנטער וואס ער ספענדט געט זיך גרינגער אויס. אוועקצאלן א טויזנטער א קנס!?! דאס שטעכט שוין. פרעג א געשעפט אייגנטומער וואס האט באקומען א ווייאלעישן אין קאוויד

בת קול » זונטאג מערץ 14, 2021 8:36 pm

· #468518
וואס איז טאקע פשט?
אויב מען האט חתונה ביי די 14 איז די גאנצע קנס ·$100?

סאנטיאגא » דינסטאג מאי 11, 2021 8:46 pm

· #472945
אפדעיט דער ביל איז היינט אדורך אין די סענעט

<a class="postlink" href="https://www.nysenate.gov/legislation/bills/2021/S3086?utm_content=FLOOR_VOTE&utm_campaign=subscriptions&utm_source=ny_state_senate&utm_medium=email">https://www.nysenate.gov/legislation/bi ... dium=email</a>

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 11, 2021 10:32 pm

· #472958
אז מ׳רעדט שוין, לעצטנס האב איך גערעדט מיט עפעס אן איזראעלי אינגערמאן, איך געדענק נישט ווי ס׳איז אריינגעקומען אינעם שמועס אבער בתוך הדברים האט ער געזאגט ״איך האב נישט אויסגעוועלט מיט וועם חתונה צו האבן, דאס האבן מיינע עלטערן אפגעמאכט...״ ער האט אינגאנצן נישט געמיינט זיך אפצורעדן אבער די טיפע פיין וואס האט זיך ארויסגעהערט פון זיינע ווערטער האבן מיר צושאסן אלע גלידער, איך פיל נאך די שטאך יעצט ביים טייפן די שורות!!! און דער איז אן ערנסטע אינגערמאן מיט 5 קינדער און האט ממש נישט קיין שלום בית אישוס און מ׳וואלט געקענט מיינען אז נאך אזויפיל יארן זאל ער שוין האבן שלום געמאכט מיט׳ן מצב, יא יא, דאס קאפ קען טאקע שלום מאכן מיט׳ן מצב אבער דאס הארץ בלוטיגט ווייטער, מ׳קען עס דערדריקן ווי טיעף מ׳וויל אבער טיעף אינעווייניג טראפט בלוט, איי ווי האלט מען אויס צרות ישראל! 😢 😢 😢

מיליאנער » מיטוואך מאי 12, 2021 3:03 pm

· #473014
רבונו של עולם ווי קען מען צוקוקן אזעלכע צרות אין אידישע הייזער?

#עיקבותא דמשיחא

סאנטיאגא » מיטוואך מאי 26, 2021 12:04 am

· #473737
רביה''ק זי''ע
אז מ׳רעדט שוין, לעצטנס האב איך גערעדט מיט עפעס אן איזראעלי אינגערמאן, איך געדענק נישט ווי ס׳איז אריינגעקומען אינעם שמועס אבער בתוך הדברים האט ער געזאגט ״איך האב נישט אויסגעוועלט מיט וועם חתונה צו האבן, דאס האבן מיינע עלטערן אפגעמאכט...״ ער האט אינגאנצן נישט געמיינט זיך אפצורעדן אבער די טיפע פיין וואס האט זיך ארויסגעהערט פון זיינע ווערטער האבן מיר צושאסן אלע גלידער, איך פיל נאך די שטאך יעצט ביים טייפן די שורות!!! און דער איז אן ערנסטע אינגערמאן מיט 5 קינדער און האט ממש נישט קיין שלום בית אישוס און מ׳וואלט געקענט מיינען אז נאך אזויפיל יארן זאל ער שוין האבן שלום געמאכט מיט׳ן מצב, יא יא, דאס קאפ קען טאקע שלום מאכן מיט׳ן מצב אבער דאס הארץ בלוטיגט ווייטער, מ׳קען עס דערדריקן ווי טיעף מ׳וויל אבער טיעף אינעווייניג טראפט בלוט, איי ווי האלט מען אויס צרות ישראל! 😢 😢 😢

Wow שכח פארן שעירן!

איך האלט ווי יונגער די קעיס איז אלס שווערער ווערט עס, לאמיך מסביר זיין, איינער וואס האט חתונה געהאט 25 יאר צוריק האט סאך ווייניגער געוויסט פון א היינטיגער יונגערמאן, אדער מיידל דאס איז מיט יעדע זאך אבער בפרט ביי דעם. יעדער מילעניעל קען שוין 10 חברים אין זיין עידזש וואס זענען סעפירעטעד אדער גע'געט, מ'זעהט מער און מער אז דאס ארבעט נישט, פון די אנדערע זייט ווערט מען פוילער צו ארבעטן אויף זיך אפשר, אבער די היינטיגע גייען זיך אזוי שנעל לאזן פירן. מ'דארף נאר ווערן מער ליבעראל, אז מ'איז שוין יא חתונה געהאט זאל מען וויסן פון בירט קאנטראל פאר מ'הייבט אן... נישט יעדער דארף האבן קינדער. ס'איז דא גענוג עלטערן וואס זענען clearly incompetent

סאנטיאגא » דאנערשטאג יולי 22, 2021 9:59 pm

· #478192
מזל טוב! גאווערנער קאומא האט היינט נאכמיטאג ענדליך געסיינט דעם ביל, ווערנדיג די זעקסטע סטעיט צו העכערן די יארגאנג צו אכצן יאר אלט.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:02 pm

· #478193
Unchained at last אפיציעלע מעלדונג היינט איבער די פריידיגע נייעס אויף סאושל מידיע
📎 IMG_20210722_215406.jpg
בלאט: 1 2