☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט

דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14294

לבי ובשרי » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:04 pm

· #461420
דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט
געשריבן אונטער'ן השראה פון ידידנו הרב @לעיקוואד



דאס רעדן מיט א מענטש, אפילו א קלוגער, איז אין מייסטנס פעלער, נישט דער בעסטער ישועה, לעזונג און הילפס מיטל.

ווי-נישט-ווי, א בשר ודם, און זיכער דער קלוגער, איז פיל מיט מחשבות, דעות און מיינונגען. דערפאר, אין מייסטנס פעלער, ווען מען וועט צו זיי רעדן, און זיכער זיך דורכשמועסן, וועלן זיי זאגן דאס וואס זיי האבן צו זאגן, לויט זייער אינטעלעקוטועלע ערפארונג. אויך ווען זיין ציל איז צו העלפן, אויסהערן און ברענגען א צווייטן צו מאכן דעם ריכטיגן באשלוס.

אין ליכט פון דעם, איז נישט מוכרח, אז דער דאגה בלב איש איז דער בעסטער לעזונג. אויך ווען דער 'איש' איז דא דיר צו אויסהערן אדער לינדערן דיינע פראבלעמען.

ווארום, דער מענטש, אפילו דער אייגענער טאטע, איז דאך אן אייגענער בעל דעה און מיט רעכט. דערפאר, אפילו ער וועט דיר פראבירן העלפן און לייזן דעם פראבלעם, איז דאך אבער זיין מיינונג אן אייגענעם און פארמאגט לעגענדעס וואס שטופן איר.
אלזא, איז דער כלי לקבל כמעט נישטא. דאס איז א יקר המציאות.

שטילערהייט, רעדנדיג איבער פראבלעמען מיט אנדערע, הער איך צוריק זייער אייגענע נעגאטיווע ווידער קלאנגען. פרעמדע כוואליעס רוישן דא אן ערלויבעניש.

*

דער פאפיר איז טאקע נישט קיין 'איש' וועלכער וועט דיר שאקלען מיט'ן קאפ אלס הסכמה אדער פארקערט. ער זאגט דיר נישט קיין גוט ווארט, אבער ער זאגט דיר די זעלבע נישט קיין קריטיק.

ער איז דא פאר דיר פיר-און-צוואנציג שעה א טאג און זיבן טאג א וואך. ער זאגט דיר נישט קיין מיינונגען, אבער ענדליך שפיר איך שוין ווי איך האב איינער וועלכער איז נייגעריג צו הערן וואס איך האב אלץ היינט מיטגעמאכט. לטב ולמוטב.

אזא סבלן ווי אים האב איך נאך קיינמאל נישט געזען. אזא מתון, אזא איידעלער ווי אים, האב איך אין ערגעץ נישט געפינען.

*

די ליידיגע ווייסע פאסן, געבן מיר די ערלויבעניש צו גיין א טריט פאראויס.

דער פאפיר איז מיין שופר וועלכער איז אזוי געטריי פאר מיר שלא על מנת לקבל פרס.

ווען איך בין פאר'אבל'ט, טוט ער מיר טרייסטן. ווען איך ווער באשמוצט, העלפט ער מיר מקבל זיין די נזיפה'לע. ווען איך ווער פארשיקט פון שטוב אדער פון בית המדרש, איז ער מיר מקבל מיט אפענע ארעמעס.

ער געט מיר דאס וואס איך וועל נישט באקומען פון אנדערע פאר'ן טייערסטן פרייז.

*

געלויבט גאט אז אלעס איז פיין און כהוגן. די ווייב לעבט, קינדער זענען געזונט, ברויט אויפ'ן טיש איז אויסגעלייגט. אבער מיין הארץ איז צעטרייסלט. פארוואס? וואס האט פאסירט? הלוואי ווען כ'ווייס ווען.

איך ווייס נישט און קיינער און דער וועלט ווייסט נישט.

איך פארשטיי מיר און נאר דער פאפיר טוט מיר אויך פארשטיין.

זיין שתיקה כהודאה איז ווערד א מאיאנטעק מיט געלט, א הון תועפות. ער איז דער בעסטער משפיע און מקבל ביינאזאם. אה, און אויך דער שענסטער מלחין ומנגן.

פאפיר טייערער, כ'ווייס אז אלעמאל ווארטסטו מיר אויפצונעמען מיט דיינע ברייטע ארעמעס. און ביי דיר שפילט מקום און זמן נישט קיין ראלע בכלל.

איי, וואספארא פאראדאקס.

דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט

קנדה » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:28 pm

· #461423
Re: דער פאפיר, מיין בעסטער פריינט
און די פראפעסיאנעל וועלט ווערט עס אנגערופן journaling

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:50 pm

· #461426
ולבי ער קול דודי וגו' (שיר השירים ה ב). "ער" עולה "נייר", וממשיך קול "דודי".

גרעפיקסער » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:27 am

· #461456
איך האב דערהערט דעם ווייטאג, און כ׳האב הנאה אז ס׳דא א שטיקל לעזונג... מאידך גיסא, פארוואס זאל דאס טאקע זיין אזוי? אויב דערזעט מען זיך אין א מאנגל פון אזנים קשבת׳לעך, לאמיר זען וואס ס׳האט פאסירט מיט אונז, וואס איז דער גורם? אפשר קען מען עפעס טאן מתקן צו זיין...

אפשר זעמיר געווארן מער סעלפיש? אולי איז טעקנאלעדזשי שולדיג? אדער, זעמיר פשוט שוואכלינגן וואס האבן נישט קיין כח צו זיין א ריקן ביין פאר א צווייטן?

אדער לפי דער מהלך פונעם פותח האשכול אפשר זעמיר געווארן צו one track minded? און מיר זעין נישט א צווייטער זייט פונעם מטבע?

נומער5 » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:33 am

· #461458
גרעפיקסער
איך האב דערהערט דעם ווייטאג, און כ׳האב הנאה אז ס׳דא א שטיקל לעזונג... מאידך גיסא, פארוואס זאל דאס טאקע זיין אזוי? אויב דערזעט מען זיך אין א מאנגל פון אזנים קשבת׳לעך, לאמיר זען וואס ס׳האט פאסירט מיט אונז, וואס איז דער גורם? אפשר קען מען עפעס טאן מתקן צו זיין...

אפשר זעמיר געווארן מער סעלפיש? אולי איז טעקנאלעדזשי שולדיג? אדער, זעמיר פשוט שוואכלינגן וואס האבן נישט קיין כח צו זיין א ריקן ביין פאר א צווייטן?

אדער לפי דער מהלך פונעם פותח האשכול אפשר זעמיר געווארן צו one track minded? און מיר זעין נישט א צווייטער זייט פונעם מטבע?

אוודאי איז טעקנאלידזשי שילדיג מען האט שוין נישט געדולד זיך ארפציזעצן רואיגערהייט אויסהערן א צווייטען דער מח פליט ארום איבעראל און מען פילט א דראנג צי קיקען נייעס לעטעסט אפדעיט סזאל זיין א קאנסטענט פלוי פון נייע סחורה.