☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויב ביידן גייט געווינען..

אויב ביידן גייט געווינען..

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14293

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 25, 2020 6:23 pm

· #461391
אויב ביידן גייט געווינען..
פאר 4 יאר צוריק אין 2016 האב איך געוואוט פאר הילערי ראדעם קלינטאן. איך בין געגאנגען קעגן מיין פארטייס אינטרעסט און געוואוט צום ערשטן מאל פאר א דעמאקראט, איך האב קאמפרעמייזט אויף מיינע ווירדן און פילאזאפיעס און געקעסט מיין וואוט פאר א דעמאקראטישע פרוי. איך האב מיך נישט געקענט צוזאמקלייבן צו וואטען פאר אן איש [רשע] וגס רוח, אזוי ווי מיין ידיד @אנאנים האט דאס אילוסטרירט. פונקט ווי טויזענטער אנדערע רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, האב איך נישט געקענט משיג זיין וויאזוי א מענטש קען וואטען פאר אזא געמיינער מענטש. א מענטש פון נידריגסטן קלאס, אן קיין שום ווירדן. איך האב געדזשוינט די היסטעריע פון די מעינסטרים מידיא, איך האב געגלייבט טאני שווארץ - דער גאסט-שרייבער פון די ארט אוו די דיעל – אז טראמפ גייט חרוב מאכן אמעריקע, די קאמקעסטס האבן מיך אלעמירט אז טראמפ גייט אריינגיין אין 5 מלחמות יעדן האלבע יאר, די סטאקס גייען טראסקענען אין סינגעל דיזשעטס, און אמעריקע גייט גיין פייפן אזוי ווי מיר ווייסן עס. אין די נאכט פון די וואלן האב איך פארלאזט א טרער, רבוש"ע וויאזוי קען זיין אז אזא ליידיגן מענטש גייט פירן די מאכטפולסטע לאנד אין דער וועלט.

די רעזולטאטן פון די עלעקשען יעדע 4 יאר זעט אויס ווי די רעזולטאטן פון א גאס קלינען-טראק, עס נעמט די שמיציגע ליידיגע סאדע באטל פון איין פלאץ און ריפלעסט עס מיט א ליידיגן סנעפל באטל אויפן זעלבן פלאץ. פאליטישענס שווערן זיך צו ריקן די נידל, מען זאגט צו אפיקומן, פון די בעסטע העלט אינשורענס ביזן ריקן די עמבעסי אין איזראעל, פון פריזן רעפורם ביזן שניידן טעקסעס.

א טאג נאך די עלעקעשען יעדע פיר יאר, הערט מען 2 ווערטער פון יעדן פאליטישען: "נעווער מיינד".

ביים ענדע פון די טערמין, האט שוין די פאליטישען א פארטיגע גאנצע ליסט פארוואס ער האט עס נישט געקענט טון, און ווי שטארק ער האט באמת יא פראבירט עס צוטון. און די "עפאלעדזשי טאאר" ווערט עקטעוועזירט ביי יעדן אינקאמבענד.

***
מיין שטימע אין 2016 איז געווען א רעפארענדום איבער איין מענטש: דאנעלד טראמפ.

אבער די אמעריקאנע וויילער האבן גענומען דעם געמבעל, און געמאכט א רעפערענדום אויף די גאנצע וואשינגטאן עסטעבלעשעמענט. אזוי ווי מייקל מאאור האט געשריבן אין זיין דאקעמענטערי: "די 2016 רעזולטאטן גייט זיין די גרעסטע מיטעלסטע פינגער אינעם היסטאריע פון די אמעריקאנער עולם צו די עסטעבלעשמענט".

אין 2016 האט די אמעריקאנער עולם צום ערשטן מאל געפליפט דעם קוין, און געזאגט פאר די פאליטישענס: "נעווער מיינד".

די נעווער מיינד צו דזשאן קערי, ווען ער האט זיך געשוואוירן מיט זיין גלעזער אויפן שפיץ נאז, אז עס גייט קיינמאל נישט זיין שלום אין מיטל מזרח, און ארץ ישראל קען זיך געזעגענען פון שלום מיט אראבישע לענדער.

פונקט ווי מיין ידיד העניך בין איך נישטא צו איבערצייגן קיינעם צו וואטען אויף איין וועג איבער די אנדערע, נאר צו הינטערצושטרייכן צוויי נקידות:

1. עס איז שוין געקומען די צייט צו רעטייערן די אטאקעס אויף טראמפ'ס נאטור – עס איבעלט שוין.
2. עס איז נישט אויפריכטיג צו סטיריוטייפן יעדער וואס וואט פאר טראמפ.

הכל יודעים וואס טראמפ האט געזאגט אין די לאקער רום, און מיר ווייסן אויך אז ער האט נישט רעליסט זיין טעקס רעטערן. עס איז נישט קיין סוד וואספארא נידריגע כאראקטער טראמפ פארמאגט, מיר ווייסן ווער סטארמי דעניעלס איז, און מיר האבן אלע געליינט די ביכער פון די דזשאן באלטן און מייקל כהן.

אבער אין 2020 גייט די רעפארענום זיין איבער מיין טאש, ווירדן און פיליזאפיע, נישט איבער איין איינציגע מענטש.

אויב איינער קומט צו צו @אנאנים, און ווייזט אים א רמז אין די תורה אז טראמפ האט אן 80% שאנס צו פארבעסערן זיין לעבן, און ביידן האט א 20% שאנס צו פארבעסערן זיין לעבן, און העניך איז איבערצייגט אין די פרעדיקשען, וואלט יעדער רעכדענקיגער מענטש געזאגט אז העניך וועט פארקיקען אויף טראמפס שלעכטער נאטור, און וואטן פאר "זיין לעבן". העניך וועט פארקוקען אויף זיין פארטיי, ער וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס דער ניו יארק טיימס זאגט, אפילו א שטילע חצופ'דיגע שטימע זאגט אים אז טראמפ האט נישט געהאט קיין איין מלחמה, און מ'זעט מער נישט קיין ווידיאוס ווי אייסעס האקט קעפ. אמת אז דער ניו יארק טיימס זאגט אז דאס איז נישט טראמפס קרעדיט נאר זיין פארגייער.

אבער העניך מאכט זיך דעם חשבון, אז נאך אלעמען איז דאס א ווערטער שפיל, אן עדיטאריעל שפיל פון ווערטער מיסעלס ווער עס קען בעסער אראפרייסן די צווייטע פארטיי. העניך איז אויך גענוג קליג נישט אוועק צו מאכן וואס די עקספערטן ווארענען אז טראמפ מיט זיין שלעכטע נארסאסיזם האט געמאכט די וועלט אין א ערגערע פלאץ, העניך קימערט זיך דוקא יא פאר די פארדארבענקייט פון די דער קאלעקטיווער אמעריקאנער נשמה וואס טראמפ האט דורכגעפירט די לעצטער 4 יאר. אבער מאכט זיך די חשבון אז ער וועט גארנישט האבן דערפון אויב אמעריקע וועט האבן גוי ביידן, ווייל נאך די וואלן לעשט מען אויס די טעלעוויזע און מ'דארף באצאלן גאזאלין און בילס, און עס וועט עקל'ן גאר שטארק אויב נעקסטע מאל ביים אנצינדן די נייעס, וועט מען זען א פרישע אייסעס ווידיאו.

פארשטייט זיך אויב העניך איז איבערצייגט אז גוי ביידן וועט מאכן זיין לעבן בעסער, דאן זאל ער זיכער וואטען פאר זיין קאנדידאט. אבער לדעתי ברעכט עס פון די נאז ווען מ'מאכט א רעפערענדום איבער טראמפס טעקס רעטורען, און טראמפ'ס אוממאראלישע מעשים, ווייל זיינע מעשים זענען נאר רעלעווענט פאר א גוטע סאונד בייט צו אטעקירן א טראמפ'סטער, אבער נישט אויף למעשה אויב זעצן מיר איין אז איינער איז איבערצייגט אז דער איצטיגער פרעזידענט גיין בעסער מאכן זיין לעבן.

אין 2016 האבן מענטשן אזוי ווי מיך גערעדט פון זיין כאראקטער, מיר האבן נישט געוויסט וואס צו עקספעקטן פון אזא מענשט, וויאזוי קען אזא משוגע'נער פירן דאס לאנד? עס איז אריבער 4 יאר, און טראמפ איז געבליבן טראמפ, און אמעריקע איז געבליבן אמעריקע. און טראמפ'ס חסידים וועלן שרייערן אז טראמפ האט געטון זאכן אין אמעריקע וואס קיין שום פאליטישען האט געקענט טון בעפאר און די דעמאקראטן וועלן שרייען להד"מ.

אויב איינער זאגט אז ער גייט ווערן אפגעפרעמדעט פון זיינע חסידישע ברידער ווייזט דאס אז ער מאכט דאס פרעזענדליך. נישט יעדער חסידישע וואטער האט דורכגעליינט מייקל כהן'ס בוך, און נישט יעדער חסידישע וואטער ליינט דער ניו יארק טיימס. מענטשן וואטען פאר די טאש און ווירדן.

יעדער מענטש ווען ער וואוט דארף ער צומאל קאמפרעמייזן, אמאל איז דא א פאליסי פון די אנדערע קאנדידאט וואס ער גלייכט, אבער אן אנדערע זאך פון זיין קאנדידאט וועגט איבער. אמאל איז דא א מענטש וואס איז גרייט צו וואטען פאר א קאנדידאט איבער ווירדן (אזוי ווי איך 4 יאר צוריק) און אמאל איז דא איינער וואס דארף א פרעזידענט וואס "מאכט זיך" ווי ער האט ליב אידן, איבער אן אנדערע קאנדידאט וואס מאכט זיך נישט.

נישט יעדער [חסיד] וואס וואוט פאר טראמפ קאנדאנט זיין פרעזענליכע לעבן געשיכטע.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ קאנדאנט זיין פריוואטע אוממאראלישע עפיזאדן.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ איז דיפלארעבל.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ איז אין אפוועזענד פון לאגיק און ראציאנאלזים.

א וואוט פאר טראמפ קען מיינען א וואוט קעגן די צווייטער אויפן דעמאקראטישן טיקעט.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען אלס הכרות הטוב פאר זיין "געמאכטע" פריינדשאפט פאר אידן.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען קעגן די ליידיגע סנעפל באטל וואס קען ריפלעסן די ארענדזשע מענטש.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען א מיטלעסטע פינגער פאר 100% פון די מעינסטרים מידיא.
א וואט פאר טראמפ קען מיינען א מיטעלסטע פינגער פאר וואשינגטאן, פעלאסי, און עדעם שיף.

פונקט אזוי ווי מיר פארשטייען דיך אז דו ווילסט וואטען פאר ביידן, ווייל טראמפ'ס ווירדן שפילט ביי דיך א נומער איינס פריארעטי, און מיר גלייבן אז אויב למשל מיט ראמני וואלט יעצט געלאפן וואלסטו פארשטאנען פארוואס איינער זאל וואטען פאר אים, די זעלבע דא זענען פארהאנען אן א שיעור מענטשן וואס קענען פארקיקען אויף א פרעזענדליכע נאטור פון א פרעזידענט, אין אויסטויש פאר קאנסערוועטיוויע פאליסיס, געמאכטע פריינדשפאט פאר אידן, אדער א פרעזידענט וואס פייט פאר די לאנד אז די דעמאקראטן זאל נישט דאס קענען אפשפארן אינמיטן די איצטיגע קריזיס.

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 25, 2020 8:39 pm

· #461414
ידידי @אנאנים האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

אין מוקדם ומאוחר.

1. פאטענציאלע נאציאנאלע מאסק מאנדעיט, דאס מיינט אז אין 2023 קענען מיר נאך אלע גיין מיט מאסקעס.
2. שאוטדאונס יעדן צווייטן מאנטאג און דאנערשטאג (האפענטליך איז דאס נאר געווען א פאליטישע טאקטיק און די דעמאקראטן גייען אויפהערן מיט די קרעפ)
3. איראן וועט צוריק אויפלעבן.
4. ארץ ישראל וועט ווידער ווערן געווארפן הונטער די באס.
5. פרישע נארט קארעא מיסעלס טעסט און אנציענגען.
6. פרישע אינוואנדירונגען פון רוסלאנד אין אנדערע לענדער.
7. מפטירין כדאתמול מיט כינע, אלע אלטע כינע שייגץ שטיק וועט אנגייען אומגעשטערט.
8. א מעגליכע אויפשיין פון פרישע עקסטירמע נאציאנאלע גרופעס און אינטערנאציאנאלע גרופעס אזוי ווי אייסעס.
9. בורא נפשות אויף פרישע איזרעלי-אראבאישע שלום אפמאכן.
10. אבאמא-קעיר וועט צוריק אויפלעבן, און די ענדלאזע דעבאטע וועט ברענען יעדן טאג (דאס וועט געשען ריגארדלעס)
11. פרישע אנטי איזרעלי רעזאלוציעס אין די יו ען.
12. 2-3 פרישע עקסטרים לינקע סופרים ריכטער.
13. פארשווענדן טעקס פעיערס מאני אין א פרישע פאריז קלימאט טויש אפמאך.
14. פייער צו פרישע כאאס און געוואלדטאטן און אומריען איבער דאס א לאנד.(דעמאקראטן זענען קלאר פאסיוו איבער דעם)
15. פארגעסן פון אזא מציאות אז א פרעזידענט זאל טעגן אדער מענטשענען די חרידים. (ויש דורשים לגנאי, אז בעסער מ'רעדט נישט פון אונז)
16. אין א גינסטיגע נאוט וויינגער ספענדן אויף סאשעל מידיא צוליב די לאנגוויילע בארינג פאליטישע דראמע.
17. דעמאקראטן גייען ווייטער חרוב מאכן דאס לאנד מיט קרעפי LGBT ביגעט פאליסיס וכו',
18. מאכן די נומער איינס פריארעטי פאקוס "קלימאט טויש".
19. העזעטענס צום אומברענגן וועלט ארכי טערעריסטן. אויב ביידן וואלט געווען פרעזידענט וואלט בין לאדין מעגליך נאך געאטעמט [באקאנט די רעפארטס] און סאלאמאני וואלט נאך אנגעזייט טעראר.
20. די אינעוורעבל פרעזידענטשאפט פון קאמאלע העריס, א גאר לינקע עקסטרימע קאנדיאדאט, א קערה פון עי או סי, גרין דיעל, נאך איראנע אפמאכן, האסטעל קעגן איזראעל.

פרייוויליג » זונטאג אקטאבער 25, 2020 9:01 pm

· #461416
[ציטאט אראפגענומען]

Well.. נאכן אפשרייבן מיין לאנגע אנאליז איז זייער גרינג צו מאכן א סך הכל פון די מוח. אויב ביידן געווינט..

גייט ער טוישן די פאליסיס אינעם לאנד, ווי ערווענט אויבן 19 בולעט-פוינטס.
רעפובליקאנער פארטיי? אויב ער געווינט גייט דאס זיין א slim margin. אויב געווינט ער מיט א לענדסלייט גייט דאס יא באדייטן, ענטוזיאזים, מעיל-אין בעלעטס מזל, און שפיי פון די רעפובליקענס אויף טראמפ.
אמעריקע? ווענד זיך אויך די שטארקייט פונעם געווינס אויב מ'וויל דאס אביעקטיוו באהאנדלן. אלעס איז געוואנדן אין דעם. און פארשטייט זיך מעיל-אין בעלעטס פעקטער וועט מען אויך דארפן אינטערטענען.
אויב געווינט ער לויט די פאולס און אנקעטעס באקומען זיי פרישע מאמענטום, בלי שום ספק.
מיין פאליטישע אפיליאציע האב איך ערווענט.
א טראמפ פארלוסט גייט זיין זייער שווער.

קומזיץ » זונטאג אקטאבער 25, 2020 11:23 pm

· #461433
צולייגן איין נקודה וואס פרייוויליג האט ארויסגעברענגט און קורצן
אויב ביידן (דעמאקראטען) געווינען פארלירט אמעריקא איר שאנס צו בלייבן א גרויסמאכט וואס מען דארף זיך רעכענען מיט איר,
און דעמאלטס קענען די אנדערע שפילערס ווי כינע און רוסלאנד פארברייטערן זייער אנפלוס אויפן וועלט וואס דאס איז נישט גיט פאר די מענטשהייט ,
איך ווייסט נישט אויב מקען צוריקדרייען דעם זייגער ,
אבער ער פרובירט און ביי געוויסע פעלער האט ער געהאט סוסקעס ווי 5g

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:21 am

· #461444
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
5G
רעדט ער פון די נייע סעליולער טעכנאלאגיע וואס איז נאך 4G (lte), לויט ווי איך פארשטיי רעדט ער פון טראמפ'ס מלחמה מיט'ן כינעזער טעכנאלאגיע ריז Huawei וואס לעצטנס האט טראמפ געזען א שטארקע געוויס.

@קומזיץ איך זע נאר נישט זיין געווינס אין 5G, סך הכל האט ער אונטערגעברענגט א גרויסע כינעזער פירמע, אבער די אמעריקאנער פירמעס האבן גארנישט בענעפיטירט - אלס איז געגאנגען פאר סעמסאנג (דרום קארעא) עריקסאן (שוועדן) און נאקיע (פינלאנד).

תרמב » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 1:22 am

· #461445
נאכאלץ בעסער ווי זיין אנגעוויזן אויף טשיינע.

החוקר » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 9:21 am

· #461453
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
קומזיץ
צולייגן איין נקודה וואס פרייוויליג האט ארויסגעברענגט און קורצן
אויב ביידן (דעמאקראטען) געווינען פארלירט אמעריקא איר שאנס צו בלייבן א גרויסמאכט וואס מען דארף זיך רעכענען מיט איר,
און דעמאלטס קענען די אנדערע שפילערס ווי כינע און רוסלאנד פארברייטערן זייער אנפלוס אויפן וועלט וואס דאס איז נישט גיט פאר די מענטשהייט

וויאזוי דעפינירסטו "גרויסמאכט"?
מער ספעציפיש, מיליטעריש אדער אנזען?

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 6:08 pm

· #461490
איינפלוס אויף דער וועלט אין יעדע הינזיכט

פרייוויליג » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 9:36 pm

· #462295
מען קען שוין טשעקן נומער איינס פון מיין ליסטע.
📎 Screenshot_20201108-213355_Twitter.jpg

תרמב » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 10:16 pm

· #462297
פרייוויליג
מען קען שוין טשעקן נומער איינס פון מיין ליסטע.

אויף נומבער דריי קען מען שוין אויך לייגן א טשעק, ביידען'ס געהילפן זאגן שוין אז ער גייט צוריקגיין צו די איראנע דיעל אין די ערשטע חודש פון זיין פרעזידענטשאפט.

פרייוויליג » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 8:35 am

· #462305
6 טעג נאך די עלעקשען, און דאס איז וואס מיר ווייסן ביזדערווייל:

נאציאנאלע מאסק מאנדעיט ווערט גערעדט אין די מידיא.

מידיא באריכטן אז ביידן'ס ערשטע אקטן גייט זיין: צוריק דזשוינען 1) די איראן דיעל, 2) פאריז קלימאט-אפמאך 3) פורים'דיגע WHO ארגענעזאציע.

אנאנסירט א וואקסין מיט 90% סוקסעס ראטע. מען דארף האבן שכל ווי די מוח פון א ווערימעל נישט צו זען די שיכות מיט די וואלן.

באריכטן אין די מידיא אז לאוקדאנס זענען מער נישט אפעקטירט.

מיליאנען ביידן שטיצער מארשירן אין די גאסן, און זענען נישט קיין סופער-פארשפרייטער, אין די מידיא.

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 2:59 pm

· #462336
פרייוויליג
ידידי @אנאנים האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

אין מוקדם ומאוחר.

1. פאטענציאלע נאציאנאלע מאסק מאנדעיט, דאס מיינט אז אין 2023 קענען מיר נאך אלע גיין מיט מאסקעס.
2. שאוטדאונס יעדן צווייטן מאנטאג און דאנערשטאג (האפענטליך איז דאס נאר געווען א פאליטישע טאקטיק און די דעמאקראטן גייען אויפהערן מיט די קרעפ)
3. איראן וועט צוריק אויפלעבן.
4. ארץ ישראל וועט ווידער ווערן געווארפן הונטער די באס.
5. פרישע נארט קארעא מיסעלס טעסט און אנציענגען.
6. פרישע אינוואנדירונגען פון רוסלאנד אין אנדערע לענדער.
7. מפטירין כדאתמול מיט כינע, אלע אלטע כינע שייגץ שטיק וועט אנגייען אומגעשטערט.
8. א מעגליכע אויפשיין פון פרישע עקסטירמע נאציאנאלע גרופעס און אינטערנאציאנאלע גרופעס אזוי ווי אייסעס.
9. בורא נפשות אויף פרישע איזרעלי-אראבאישע שלום אפמאכן.
10. אבאמא-קעיר וועט צוריק אויפלעבן, און די ענדלאזע דעבאטע וועט ברענען יעדן טאג (דאס וועט געשען ריגארדלעס)
11. פרישע אנטי איזרעלי רעזאלוציעס אין די יו ען.
12. 2-3 פרישע עקסטרים לינקע סופרים ריכטער.
13. פארשווענדן טעקס פעיערס מאני אין א פרישע פאריז קלימאט טויש אפמאך.
14. פייער צו פרישע כאאס און געוואלדטאטן און אומריען איבער דאס א לאנד.(דעמאקראטן זענען קלאר פאסיוו איבער דעם)
15. פארגעסן פון אזא מציאות אז א פרעזידענט זאל טעגן אדער מענטשענען די חרידים. (ויש דורשים לגנאי, אז בעסער מ'רעדט נישט פון אונז)
16. אין א גינסטיגע נאוט וויינגער ספענדן אויף סאשעל מידיא צוליב די לאנגוויילע בארינג פאליטישע דראמע.
17. דעמאקראטן גייען ווייטער חרוב מאכן דאס לאנד מיט קרעפי LGBT ביגעט פאליסיס וכו',
18. מאכן די נומער איינס פריארעטי פאקוס "קלימאט טויש".
19. העזעטענס צום אומברענגן וועלט ארכי טערעריסטן. אויב ביידן וואלט געווען פרעזידענט וואלט בין לאדין מעגליך נאך געאטעמט [באקאנט די רעפארטס] און סאלאמאני וואלט נאך אנגעזייט טעראר.
20. די אינעוורעבל פרעזידענטשאפט פון קאמאלע העריס, א גאר לינקע עקסטרימע קאנדיאדאט, א קערה פון עי או סי, גרין דיעל, נאך איראנע אפמאכן, האסטעל קעגן איזראעל.

אה די אידן גייען פארלירן זייערע ״ענטייטלמענטס״... מ׳גייט דארפן גייען מיט מאסקעס אין פאלל פון א ״טויטליכע פאנדאמיק״ פונקט ווי אין אלע ציוויליזרטע לענדער היל״ת...

אבאמאקעיר גייט צוריק אויפלעבן??? אבאמאקעיר לעבט! די רעפובליקאנער גייען נישט קענען אראפווארפן 25 מיליאן ארימע מענטשען אין אמעריקע און געבן די פריצים אלע געלט???? טאקע געפערליך!!!!

די אידן אין מדנ״י גייען מעהר נישט קענען ״געוועלטיגן״ איבער פאלעסטינע????
זיי וועלן ווערן געווארפן אינטער די באס????

יא ענדערש זאל מען אריינלייגן ספאנישע קינדער אין קעידזשעס. און די נאציס אין אמעריקע זאלן זיך הייבן דעם קאפ!!!
נאר מענטשען וואס זענען נישט ווי דיר זאל מען פייניגן!!!!

מ׳גייט געבן רעכטן פאר LGBT... א מין חוצפה!!! אמעריקע איז דאך א קריסטליכע לאנד!!! וואס דארפן מיר נאך מאכן אלע ״ציוויליזרטע לענדער״ ענדערש זאלן מיר זיך רעכענען מיט פוטין אונזער גרעסטע שונא. און אנשטאט מאכן דא ״קאנאדא״ זאלן מיר מאכן דא ״רוסלאנד״... ער איז דאך טראמפס בוזעם פריינד...

מ׳גייט ראטעווען די ענווייערמענט.... מ׳גייט זיך רעכענען מיט סייענס, reason, און לאגיק!!!

אוי א בראך!!!

ברענגט צוריק דעם רודף טראמפ וואס האט גערודפט יעדען וואס איז נישט ווייס ווי ער...

ברוך שפטרנו... סוועט דיר גארנישט העלפן. נעקסט טיים זאל ער זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש...

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:03 pm

· #462338
שלום עליכם... ברוכים הבאים בשם הביידען...

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:05 pm

· #462339
@קאך לעפל איר זענט גארנישט בעסער, מיר ווארטן אויף אייער קאנסעסיע רעדע....

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:07 pm

· #462340
שבת אחים

ברענגט צוריק דעם רודף טראמפ וואס האט גערודפט יעדען וואס איז נישט ווייס ווי ער...

ברוך שפטרנו... סוועט דיר גארנישט העלפן. נעקסט טיים זאל ער זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש...

עד כדי כך רודפ'ט ער זיי אז זיי האבן פשוט נישט געהאט די ברירה און געשטימט פאר אים אין ריזיגע ציפערן

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:08 pm

· #462341
מנחם ציון
@קאך לעפל איר זענט גארנישט בעסער, מיר ווארטן אויף אייער קאנסעסיע רעדע....

ס'וועט קומען אין יארע 2 טויזענט פיר און צוואנציג אי''ה...

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:12 pm

· #462342
ווער ברויכעס דעמאלטס? ער וועט דאך נישט לויפן מער

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:35 pm

· #462345
מנחם ציון
שבת אחים

ברענגט צוריק דעם רודף טראמפ וואס האט גערודפט יעדען וואס איז נישט ווייס ווי ער...

ברוך שפטרנו... סוועט דיר גארנישט העלפן. נעקסט טיים זאל ער זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש...

עד כדי כך רודפ'ט ער זיי אז זיי האבן פשוט נישט געהאט די ברירה און געשטימט פאר אים אין ריזיגע ציפערן

יא פארדעם האט ער טאקע געווינען מישיגען, אריזאנא, וויסקאנסין, ניו יארק, נעוועדא, ניו מעקסיקא, דשאורזשיע וכו׳

יא טראמפ איז א רודף! א אלטע רודף... און ער באלאנגט נישט אין די ווייסען הויז. ער האלט נישט איין קיין געזעצן נאר ווען סאיז פאר זיין בענעפיט. ער איז דא רייכער צו מאכן די רייכע און ארימער מאכן די ארימע. ער איז דא חרוב צו מאכן די ענוויייערמענט. ער איז דא זיך צו קריגן מיט אלע אונזערע allies. ער האט נישט קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט. און די קלעים אז ער גייט אריינלייגן די ״בעסטע מענטשען״ איז די גרעסטע וויץ וואס כהאב נאר געהערט??? ווער למשל???

א גוטן טאג! זיין צייט איז געקומען...

ער מיט זיינע קינדער גייען לכאורה זיצן אין תפיסה פאר זייערע גניבות און קאראפציע...

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:49 pm

· #462346
ביידען גייט דא מאכן א לאנד ווי די אבאמא ערא. דרייטס נישט קיין קאפ! איך האב געלעבט אין יענע צייטן...
עס איז געוועהן די בעסטע צייטן אין אמעריקע אין מיין לייף טיים!!! נישט קיין שום מלחמות, אמעריקע האט זיך געלעבט גוט מיט יעדען איינעם. די פרעזידענט האט נישט יעדע צווייטע מינוט געכאפט א קורצשלוס אויף טוויטער ווייל עפעס א pundit האט געזאגט דאס און יענץ.

מדינת ישראל איז נישט געווארפן געווארן אינטער די באס!!! אבי געהאקט א לאטקע!!!

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:49 pm

· #462347
שבת אחים

יא פארדעם האט ער טאקע געווינען מישיגען, אריזאנא, וויסקאנסין, ניו יארק, נעוועדא, ניו מעקסיקא, דשאורזשיע וכו׳

אורח'ל....

איך וואלט געזאגט אז ביידען איז געוואונען די אלע שטאטן מיט אלע ראסיסטן דארט
זאג, דו גייסט לייקענען די נומערן? דו נומערן ווייזן שטארקע ציפערן פון מינאריטעטן פאר טראמפ

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:51 pm

· #462348
מנחם ציון
שבת אחים

יא פארדעם האט ער טאקע געווינען מישיגען, אריזאנא, וויסקאנסין, ניו יארק, נעוועדא, ניו מעקסיקא, דשאורזשיע וכו׳

אורח'ל....

איך וואלט געזאגט אז ביידען איז געוואונען די אלע שטאטן מיט אלע ראסיסטן דארט
זאג, דו גייסט לייקענען די נומערן? דו נומערן ווייזן שטארקע ציפערן פון מינאריטעטן פאר

יא יא אזוי זאגט די ״דבר יום ביומו״...

מנחם ציון » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:54 pm

· #462350
וואס זאגט ער?

צופעליג ליין איך נאר לוח הציבור

פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 8:53 am

· #462387
שבת אחים
ביידען גייט דא מאכן א לאנד ווי די אבאמא ערא. דרייטס נישט קיין קאפ! איך האב געלעבט אין יענע צייטן...
עס איז געוועהן די בעסטע צייטן אין אמעריקע אין מיין לייף טיים!!! נישט קיין שום מלחמות, אמעריקע האט זיך געלעבט גוט מיט יעדען איינעם. די פרעזידענט האט נישט יעדע צווייטע מינוט געכאפט א קורצשלוס אויף טוויטער ווייל עפעס א pundit האט געזאגט דאס און יענץ.

מדינת ישראל איז נישט געווארפן געווארן אינטער די באס!!! אבי געהאקט א לאטקע!!!

מיר לעבן אויף די זעלבע וועלט?

עקאנאמיע אין די אבאמא עפאכע האט אויסגעזען ווי א הארץ-רידעם.

אין די אבאמא עפאכע איז מיטל מזרח געווען א בלוט באד, אייסעס האט געשפרידעלט, נארט קארעא איז געווען ביים שוועל פון א מלחמה.

אמעריקעס ווארט איז געווען א דזשואק.
פוטין האט איינגענעמען קריימיע דורכאויס די אבאמא עפאכע.

עניוועי, דאס איז נישט קיין אבאמא אשכול.

מנחם ציון » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 1:39 pm

· #462400

און די ווי א נער פרוביר גאר שטארק צו פארענטפערן זיין רעטאריק

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 8, 2020 3:09 pm

· #463863
נומער איינס ווערט יעצט סורעפייד.
📎 Screenshot_20201208-150812_WhatsApp.jpg

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 8:33 pm

· #464052
.

פרייוויליג » מוצ"ש פעברואר 13, 2021 9:05 pm

· #466942
נוער 4 יעצט סורטעפייטעד. די עפערענט דריטע אבאמא אדמיניסטראציע גרויליגע עטיטוד קעגן ארץ ישראל איז יעצט אין פילן שוואנג.
📎 Screenshot_20210213-210235_WhatsApp.jpg

א חסיד פון ווילנא » זונטאג פעברואר 14, 2021 11:18 pm

· #467025
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
צ"ק

וועט די פרייז פון געז ארויפשפרינגען צו א גאר הויכע פרייון

טאקע געשעןן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קורקלענד » מאנטאג פעברואר 15, 2021 12:36 am

· #467027
וואו זענען די אלע ביידן סימפּאַטיקער פארשוואונדן געווארן? זיי האבן עפעס איינגענומען א שטילשווייגעניש!

בת קול?
כלבא?
אנאנים?
העניך?
שבת?

תרמב » מאנטאג פעברואר 15, 2021 9:09 am

· #467034
זיי זענען געווען מעהר אנטי טראמפ ווי פרא ביידען, יעצט אז טראמפ איז שוין נישטא דארף מען זיך שוין נישט אננעמען פאר ביידען.

קורקלענד » מאנטאג פעברואר 15, 2021 12:31 pm

· #467046
איך דארף נישט זיי זאלן זיך אנעמען פאר איהם. איך וויל פשוט וויסן מיט וואס די לעבן האט זיך זיי פארבעסערט זינט טראמפּ איז נישט דא.

תרמב » מאנטאג פעברואר 15, 2021 4:08 pm

· #467060
די לופט איז ריינער.........

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 15, 2021 4:16 pm

· #467061
קורקלענד
וואו זענען די אלע ביידן סימפּאַטיקער פארשוואונדן געווארן? זיי האבן עפעס איינגענומען א שטילשווייגעניש!

בת קול?
כלבא?
אנאנים?
העניך?
שבת?

דאס לעבן איז אסאך רואיגער. צושטער נישט די מנוחה. 🙂

קורקלענד » מאנטאג פעברואר 15, 2021 6:17 pm

· #467076
[ציטאט אראפגענומען]

יש''כ פארן זיך לאזן הערן. נאך נישט געהאט קיין שאנס צו עפענען די ווערטער. אי''ה

בת קול » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 11:07 am

· #468969
קורקלענד
וואו זענען די אלע ביידן סימפּאַטיקער פארשוואונדן געווארן? זיי האבן עפעס איינגענומען א שטילשווייגעניש!

בת קול?
כלבא?
אנאנים?
העניך?
שבת?

איך זעה איר האט מיר געזוכט.

מיין סעפורט צו ביידן איז צוליב דעם אז ער איז אן ארענטליכע מענטש און מיר האבן אסאך פון די זעלבע values אלץ א moderate Democrat.
גארנישט האט זיך געטוישט.
די גרעסטע טענה פון רעפאבליקאנער איז געווען אז העריס וועט איבערנעמען, וואס ביזדערווייל איז דאס נישט אין פלאן.

וואס נאך ווילט איר וויסן?

פרייוויליג » דינסטאג מאי 11, 2021 9:37 pm

· #472953
פיינפול צו זען ווי אחת לאחת פון מיין פארקעסט קומען אריין אין קראפט.

אמעריקע האט טאקע פארשיקט א פרעזידענט וואס פלעגט שרייבן מין טוויטס, אבער האט אים ריפעלסט מיט א לעמען וואס קען נישט באהערשן א "ווינט" ארויפגייענדיג צום עיר פארס וואן.

אמעריקע פארט אויף א - צוויי הונדערט מייל שעה'דיגער שנעלצוג - אראפ אין אדמה אריין.

גאזאלין פרייזן איז ביים שוועל פון דזשימי קארטערס צייטן.
איראן שיינט.
רוסלאנד מארשירט.
מיטל מזרח פלאקערט.
כינע פייפט אריין.
נארט קארעא שארפט זיך ווידער די ציין.

לחיים אמעריקע!

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג מאי 11, 2021 11:05 pm

· #472963
למעשה אויף די עקאנאמיע בכלליות'דיג וויאזוי אויך אויף די וואקסין דיסטרוביושען טוט ער א פיינעם דזשאב.

אבער אוי ווי ריכטיג האט דאנעלד טראמפ געשריבען אין זיין סטעיטמענט היינט בנוגע מיטל מזרח.

פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 11, 2021 11:07 pm

· #472966
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
אויף די עקאנאמיע האט ער נאך גארנישט געטוען, אויב עפעס בלויז מער חרוב געמאכט (מיטן דרוקן און פארשווענדען אסטראנאמישע סכומים ממש אן קיין חשבון), נאר די רעזולטאטן זענען זיך נאך נישט אן.

מיט וואקסינען האט ער גארנישט אויפגעטון נאר זאכן פירן זיך ווי עס וואלט זיך געפירט אונטער יעדן פרעזידענט.

טמיר » דינסטאג מאי 11, 2021 11:39 pm

· #472969
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
פאליטיקאנט
אויף די עקאנאמיע האט ער נאך גארנישט געטוען, אויב עפעס בלויז מער חרוב געמאכט (מיטן דרוקן און פארשווענדען אסטראנאמישע סכומים ממש אן קיין חשבון), נאר די רעזולטאטן זענען זיך נאך נישט אן.

מיט וואקסינען האט ער גארנישט אויפגעטון נאר זאכן פירן זיך ווי עס וואלט זיך געפירט אונטער יעדן פרעזידענט.

די אסטראנאמישע פארטיילעכצער האט זיך נאך א געהויבן אונטער טראמפ. ער איז נאר ממשיך

קורקלענד » מיטוואך מאי 12, 2021 12:53 am

· #472975
די אסטראנאמישע פארטיילעכצער האט זיך 'אנגעהויבן' אונטער טראמפּ. און ס'האט זיך פירפאכיג געפריפּעלט אונטער ביידן און ער וויל נאך טיילן נאך. בעת ווען אונטער טראמפּ קען מען כאטשיג מאכן א ארגומענט אז ס'האט אויסגעפעלט איז היינט גאנץ קלאר אז נישט נאר ס'פעלט נישט אויס נאר ס'ברענגט אויך א חורבן!

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 12, 2021 3:49 am

· #472995
אינגערמאנטשיקל
למעשה אויף די עקאנאמיע בכלליות'דיג וויאזוי אויך אויף די וואקסין דיסטרוביושען טוט ער א פיינעם דזשאב.

אבער אוי ווי ריכטיג האט דאנעלד טראמפ געשריבען אין זיין סטעיטמענט היינט בנוגע מיטל מזרח.

דאס אז עס איז היינט צוטאגס בכלל דא א וואקסין, איז נאר אדאנק פרעזידענט טראמפ'ס צואיילן די גאנצע יארן לאנגע באשטעטיגונג פראצעדור.

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 18, 2022 4:20 am

· #500333
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
(הקדמה: איך בין נישט רעכט אדער לינק גענויגט, און האב נישט עכט קיין פאליטישע אנשויאונגען.)

כ'האב שוין מער ווי איינמאל ארויסגעשריבן מיין דעה דא אין שטיבל, אז פרעזידענטליכע סוקסעס איז מער מזל ווי שכל, דהיינו בדרך כלל מאכט נישט צופיל אויס די פאליסיס פונעם פרעזידענט נאר די אומשטענדן פון זיין טערמין.

רבותי איך צי צוריק.
די לעצטע יאר צייט קוק איך און איך שטוין ווי דער פרעזידענט און אנדערע מאכטפולע פירער פונעם לאנד קענען נישט ליינען און אדרעסן קיין פשוט'ע פאקטן.

אינפלאציע:
א יאר צוריק האב איך דאס געשריבן דא אין שטיבל
פאליטיקאנט
אויף די עקאנאמיע האט ער נאך גארנישט געטוען, אויב עפעס בלויז מער חרוב געמאכט (מיטן דרוקן און פארשווענדען אסטראנאמישע סכומים ממש אן קיין חשבון), נאר די רעזולטאטן זעען זיך נאך נישט אן.
איך האב פשוט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי זיי זעען נישט איין אז פרינטן פרישע געלטער לרחצה + די פעד'ס פרעצענדטלאזער QI (quantitative easing) פאליסי איז די פערפעקטע רעסעפי פון א באבל מיט א נאכפאלגענדע אינפלאציע און רעסעסיע?!
ביז אזוי שפעט ווי אקטאובער האט נאך די פעדעראל רעזערוו געשפענדט און געלייקנט אינפלאציע.
און לאמיר נישט פארגעסן אז קוים פינף חדשים צוריק האט ביידן נאך געשטופט פאר פרישע ספענדינג פון 3.5T ! ! !
אוואדי האט די מלחמה און אוקריינע און די סופליי טשעין אישוס פארערגערט, אבער נישט דאס האט עס געברענגט.

סופליי טשעין:
שוין איבער א יאר וואס עס זענען פארהאן סופליי טשעין אישוס + שיפמענט בעקלאג ביי די פארטן.
וואס האט ביידן געטוען? גארנישט.

ענערגיע:
די פרייזן פון גאז איז נישט קיין סוד, אבער נישט נאר אז אונזערע באנק אקאונטס ליידן איז די פראבלעם, אונז שטיי מיר בעפאר א מעגליכע דיזעסטער.

סרי לאנקא, סענעגאל, ניגעריע און נאך ארימע לענדער זענען שוין אויסגעלאפן פון גאז, און זענען צו ארעם צו ערלויבן פרישע... דאס מיינט אז די עסן וואס ווערט געפלאנצט דארט איז אויך אין געפאר...
אויב וועט מען נישט נידערן די פרייזן פון גאז בקרוב קען דאס אנשטרענגען די שוין איבערגעשטרענגטע עסן פראדוקציע (און פרייזן) ליין.
מיליאנען אין די ארימע לענגערע קענען באשיינפערליך הונגערן!

וואס טוט ביידן? גארנישט.
חוץ פון עפענען די רעזערוו (מעגליך נאך א טעות) האלט ער זיך שטארק קעגן נאכלאזן פון די גרינע פאליסיס, אמת סוספענדן די דשאונס אקט און עפענען די קיסטאון פייפליין וועט מעגליך אביסל שאדן די ענווייראמענט, אבער עס 'דארף' געטוען ווערן!
אז נישט קען עס קאסטן טייער.

אין מיין מיינונג איז ביידן א דורכגעפאלענע פירער.

קורקלענד » מיטוואך מאי 18, 2022 7:48 am

· #500334
פרינטען געלט אויף אזא אסטראנאמישע אופן איז שוין א זאך וואס טראמפ האט אנגעהויבן און ס'קומט איהם אויך קרעדיט. ווי אויך געדענק איך אז די פעד האט אנגעהויבן הייבן די ראטעס אונטער טראמפ און ער האט זיי אפגעשטעלט. אפשר איז יענץ געווען א טעות?

אלעס אנדערש זענט איר ווארשיינליך גערעכט.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 18, 2022 2:57 pm

· #500362
פאליטיקאנט
חוץ פון עפענען די רעזערוו (מעגליך נאך א טעות)
קענסט ביטע מסביר זיין פארוואס עס איז א טעות?

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 18, 2022 3:01 pm

· #500364
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
קורקלענד
פרינטען געלט אויף אזא אסטראנאמישע אופן איז שוין א זאך וואס טראמפ האט אנגעהויבן און ס'קומט איהם אויך קרעדיט. ווי אויך געדענק איך אז די פעד האט אנגעהויבן הייבן די ראטעס אונטער טראמפ און ער האט זיי אפגעשטעלט. אפשר איז יענץ געווען א טעות?

אלעס אנדערש זענט איר ווארשיינליך גערעכט.
גערעכט טראמפ האט אויך געפרינט אן קיין חשבון, און איז אויך באגאנגען א טעות לדעתי. אבער דאן איז געווען א קלער אז דאס דארף מען טוען צו ראטעווען די עקאנאמיע (גארנישט איז געווען דאלאר דאן), ווען ביידען האט ווייטער געגאנגען דערמיט און נאך צוגעלייגט האט עס שוין קלאר נישט אויסגעפעלט.

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 18, 2022 3:03 pm

· #500365
Re: אויב ביידן גייט געווינען..
שמעקעדיג
פאליטיקאנט
חוץ פון עפענען די רעזערוו (מעגליך נאך א טעות)
קענסט ביטע מסביר זיין פארוואס עס איז א טעות?
עפענען די רעזערוו ווען נאכנישט שטארק נויטיג אינמיטן א קריזיס וואס פארערגערט זיך פון טאג צו טאג "אן קיין פלאן עס צוריק אנצופילן".

ווען מען גייט עס באמת דארפן, וועט שוין נישט זיין, עס איז רעזערוו פאר א סיבה.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך מאי 8, 2024 11:11 am

· #561270
Re:
פרייוויליג #
ידידי @אנאנים האט אין א תגובה דערמאנט אז איך האב נישט ארויסגעברענגט וואס עס גייט יא געשען אויב ביידן גייט געווינען:

4. ארץ ישראל וועט ווידער ווערן געווארפן הונטער די באס.
ליידער שטעלט זיך דאס ארויס מער און מער. ובפרט מיט די יעצטיגע אפשטעלן די וואפן ליפערינג קיין מדינת ישראל.