דער שרי המאה איז געוועהן מיין פעווערעט ספר אין מיין יוגענט. דער לעצטער חלק איז זיין ציוניסטישע שטותים.
געטוישטע און פארגעסענע מצוות
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14134
בלאט: 1 2
גראדע האב איך עס געזען אין זיין ביאגראפיע געשריבן דורך זיין טאכטער גאולה.
זאגסט ציוניסטישע שטותים, וויל איך וויסן: איז גאנץ ציונות שטותים, אדער וואס ער שרייבט דארט איז גראדע שטותים...
זאגסט ציוניסטישע שטותים, וויל איך וויסן: איז גאנץ ציונות שטותים, אדער וואס ער שרייבט דארט איז גראדע שטותים...
רביה''ק זי''עא. דו ווייסט אז ס'נישט געווען הלכות תפילין?
ב. איך געדענק נישט ס'זאל שטיין אז גילוי איז א דאורייתא.
ג. דער רמב"ם זאגט אז א הלכה למשה מסיני קען נישט זיין קיין מחלוקת, יעדער איז מודה אז ס'איז א הלכה למשה מסיני, און די טעם פאר דעם הלכה למשה מסיני איז וועגן שדים/כשפים/וואטעווער.
ד. איך ווייז דיר אויף אז מ'האט מבטל געווען דאורייתאס קומסטו מיר פארקויפן דרבנן'ס, מיר האלטן שוין דא אסאך ווייטער. 😃
ה. דאס אז מ'וואלט געקענט זיך מקיל זיין אין מצוות איז נישט קיין קשיא, מ'איז שוין איינמאל מקיל, ביזדערווייל האבן מיר דא נאר אראפגעברענגט אפאר ביישפילן ס'איז אבער דא אסאאאך מער.
בקיצור, דער שליסל איז אױב זוגות איז א דאורייתא.
דער רמב"ם אין ממרים איז באקאנט אז עס איז נישט דער סוף דבר, למעשה איז דא פלענטי מחלוקת אין הלל"מ, אבער אפילו אהנדעם איז עס נאר ביי דריי זאכן.
איך רעד דאך פון די דריי זאכן (אויך די פערטע וואס איז א ספק דאורייתא).
כרם זיתגראדע האב איך עס געזען אין זיין ביאגראפיע געשריבן דורך זיין טאכטער גאולה.
זאגסט ציוניסטישע שטותים, וויל איך וויסן: איז גאנץ ציונות שטותים, אדער וואס ער שרייבט דארט איז גראדע שטותים...
גיי געדענק.
איך בין געווען היבש יונג, אפילו נישט בר מצוה. איך געדענק נאר אז ער איז שטארק מאריך אין אויפווייזן, און עס איז נישט געוועהן אינטרעסאנט.
עס איז ברייט מקובל אז קיין ווארט פון י.ל. מיימון איז נישט קראנט. אדרבא, קוק די אנדערע בענדער ווען ער רעדט פון אומפאליטישע זאכן, און צייל זיין גרייזן. זיין היסטאריא פאסט פאר א אינגעל אין בארא פארק אין תשפ"א. ביי מיר איז עס ניטאמאל א לידת הספק צו דער ערוה"ש האט געזאגט אזעלכע ווערטער, נישט ווייל ער האט עס נישט געקענט זאגן, נאר וואס עפעס יא? אפשר האט עס גאר געזאגט דער מאגלינצא צדיק? אדער גאר ר' דוד לייקעס? און אפשר האט ער עס דירעקט געהערט פון דער מהר"ש הלוי פון קושטא?
@ליטוואק פון בודאפעסט, גלייבן דארף מען קיין שום שרייבער נישט אויפן ווארט, אבער הרב מימון איז נישט געווען קיין שקרן. די סיבה פארוואס ''שרי המאה'' איז אנגעפיקעוועט מיט אסאך טעותים איז וויבאלד ער האט זיך אסאך פארלאזט אויף זיין זכרון אויף זאכן וואס ער האט געהערט אין זיינע אינגע יארן (ווי מזעט קלאר אסאך מאל אין די ביכל), און בכלל איז שרי המאה בכלל נישט דא אלס היסטאריע ביך (זע דא).
רביה''ק זי''ע
משה רבינו זעצט זיך אראפ ביים הינטערשטן שורה און נעמט זיך אויסהערן דעם שיעור, די שיעור איז איבער הלכות תפילין, רבי עקיבה לערנט פאר די קאמפליצירטע הלכות פון תפילין, און משה זעהט טאקע ווי די קרוינען קומען גוט צונוץ, יעדע הלכה טייטשט רבי עקיבה אריין אין א קרוין, ממש א מחיה. די תלמידים פרעגן אריין, רבי עקיבה ענטפערט, מ'טענה'ט זיך אהין און אהער, מ'איז זיך מפלפל אין די הלכות אהין און צוריק, די טענער ווערן העכער און העכער, ס'טוט זיך א ריתחא דאורייתא, אבער משה רבינו זיצט פון הינטן און פארשטייט נישט קיין ווארט וואס זיי רעדן. וואס איז דאס תפילין בכלל? - טראכט ער צו זיך אינגאנצן פארוואונדערט - עפעס רעדן זיי דארט פון א פסוק וקשרתם לאות על ידיך, די פסוק דארט רעדט דאך פון גאר עפעס אנדערש! ס'מיינט פשוט אז מ'זאל די תורה גוט אריינבאקן אין זיך און האבן גוט אין די האנט, מ'זאל האלטן די תורה קעגן די אויגן (רשב"ם שמות יג,ט), ווער האט בכלל גערעדט פון קעסטעלך מיט בענדלעך, פארמעט מיט טינט, וואס האט דאס מיט אידישקייט בכלל? האבן זיי שוין אינגאנצן פארגעסן פון מיר אז זיי דארפן זיך אויפבאקן אייגענע מצוות?
דאס איז דאך זיכער אז אין מקרא יוצא מידי פשיטו, ממילא האב איך געטראכט אז אינאמת'ן זענען סיי די פשט און סיי קבלת חז''ל אמת לאמיתו. דהיינו, דו פרשה רעדט דאך פון א טאטע וועלכע איז מסביר פאר זיין זון אויף חול המועד פסח די ענינים פון די נעכטיגע פעסטעבול, וואס אויף דעם פירט די תורה אויס אז מען זאל לייגן תפילין אלס זכרון פון די מצות. שטעלט זיך די שאלה, חול המועד לאו זמן תפילין היא? אלא מאי דא דארף מען טאקע צו קומען צו די בעלי הפשט אז מען דארף געדענקן די מצות פון די אייבישטער (וואס דאס איז טאקע די טעם פארוואס מלייגט נישט תפילין חול המועד וויבאלד מגעדענקט שוין סיי ווי דורך אן אנדערע זכרון). אבער אודאי ווען עס איז נישט דא קיין אנדערע ספעציעלע זכרון ווי א יום טוב וכדומה, האבן די חכמים מקבל געווען פון דער שוכן סנה אז מדארף זיך דערמאנען פון די מצות דורך אן אנדערע וועג...
כרם זיתאבער אודאי ווען עס איז נישט דא קיין אנדערע ספעציעלע זכרון ווי א יום טוב וכדומה, האבן די חכמים מקבל געווען אז מדארף זיך דערמאנען פון די מצות דורך אן אנדערע וועג...
מקבל געווען פון וועם? 😛
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז ברייט מקובל אז קיין ווארט פון י.ל. מיימון איז נישט קראנט. אדרבא, קוק די אנדערע בענדער ווען ער רעדט פון אומפאליטישע זאכן, און צייל זיין גרייזן. זיין היסטאריא פאסט פאר א אינגעל אין בארא פארק אין תשפ"א. ביי מיר איז עס ניטאמאל א לידת הספק צו דער ערוה"ש האט געזאגט אזעלכע ווערטער, נישט ווייל ער האט עס נישט געקענט זאגן, נאר וואס עפעס יא? אפשר האט עס גאר געזאגט דער מאגלינצא צדיק? אדער גאר ר' דוד לייקעס? און אפשר האט ער עס דירעקט געהערט פון דער מהר"ש הלוי פון קושטא?
איז דער מימרא בשםַ דער ערוך השלחן אזוי שלעכט אז מען ברויך עס אנלייקענען, אדער סתם אזוי ווילסטו נישט גלייבן מיימון.
אישתישביליטוואק פון בודאפעסטעס איז ברייט מקובל אז קיין ווארט פון י.ל. מיימון איז נישט קראנט. אדרבא, קוק די אנדערע בענדער ווען ער רעדט פון אומפאליטישע זאכן, און צייל זיין גרייזן. זיין היסטאריא פאסט פאר א אינגעל אין בארא פארק אין תשפ"א. ביי מיר איז עס ניטאמאל א לידת הספק צו דער ערוה"ש האט געזאגט אזעלכע ווערטער, נישט ווייל ער האט עס נישט געקענט זאגן, נאר וואס עפעס יא? אפשר האט עס גאר געזאגט דער מאגלינצא צדיק? אדער גאר ר' דוד לייקעס? און אפשר האט ער עס דירעקט געהערט פון דער מהר"ש הלוי פון קושטא?
איז דער מימרא בשםַ דער ערוך השלחן אזוי שלעכט אז מען ברויך עס אנלייקענען, אדער סתם אזוי ווילסטו נישט גלייבן מיימון.
נישט דאס און נישט דאס. נאר אז מ'זאל וויסן אז ער איז בכלל נישט באגלויבט
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן דאס וואס דר. גרשום שלום האט געשריבן:
Judaism, however, cannot be defined by or with any authority, or in any clear way, simply because it is a living entity, having transformed itself at various stages in its history and having made real choices, discarding many phenomena that at one time were very much alive in the Jewish world. And having discarded these phenomena, Judaism bequeathes to us the question of whether that which was historically discarded is also to be discarded by present-day Jews or by the future Jew who wishes to identify himself with the past, present, and future of his people
מי אני: Can we be a little more specific. Let's try to enumerate some of the things that were discarded by our forefathers.
My impression is that not only didn't we shake off some of the unimportant, burdensome stuff but we added extra baggage...!
My impression is that not only didn't we shake off some of the unimportant, burdensome stuff but we added extra baggage...!
berlbalagulehמי אני: Can we be a little more specific. Let's try to enumerate some of the things that were discarded by our forefathers.
My impression is that not only didn't we shake off some of the unimportant, burdensome stuff but we added extra baggage...!
איר זאגט דאס בדרך לא זו אף זו
מ'קען עס זאגען זו ואין צריך לומר זו, נישט די גאר אלטע, און אודאי נישט די נייע..
אישתישבידער שרי המאה איז געוועהן מיין פעווערעט ספר אין מיין יוגענט. דער לעצטער חלק איז זיין ציוניסטישע שטותים.
ווייסטעך אוודאי אז מען פלעגט זאגן ער האט געהאט א בעג מיט נעמען און א בעג מיט מעשיות, ער פלעגט אריינשטעקן די הענט אין איטש און מאכן שידוכים...אזוי איז די שרי המאה צושטאנדגעקומען.
איך אויך: דו דארפסט פארשטיין אז אישתישבי איז געווען א בעלז'ער און געווארן א סאטמער'ער...!
איך קען איינעם פארקערט. וואס ער איז געגאנגען א ..."פלאטשיג'ס"...(סאטמאר'ע משפחה) און ר'איז געווארן א בעלז'ער. ר'גייט שווארצע זאקן אינדערוואכן אויך...!
איך קען איינעם פארקערט. וואס ער איז געגאנגען א ..."פלאטשיג'ס"...(סאטמאר'ע משפחה) און ר'איז געווארן א בעלז'ער. ר'גייט שווארצע זאקן אינדערוואכן אויך...!
נאך א פארגעסענע מצוה וואס די רבנים פלעגן שלאגן די אטד'ס און רעפארמער וואס האבן עס נישט מקיים געוועהן ביז זיי זענען געשטארבן פון די שלעק(!) למעשה האבן זיך די אטד'ס געהאלטן שטארק און זיך נישט אונטערגעגעבן צו די רבנים'ס קאפריזן ביז די אטד'ס האבן אויסגעפירט און היינט טוט עס שוין קיינער אויסער די בלדי תימנ'ער.
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
א שיינע ידיעה, אבער אנדערש ווי די אנדערע דוגמאות אין די אשכול איז די רעדע דא נישט פון א דאורייתא.
איך געדענק זעהן ערגעץ שטיין אז ס׳איז א הלכה למשה מסיני אבער איך געדענק נישט וואו.
גראדע דאס האב איך נישט געברענגט סתם אלס די ידיעה דערפון נאר פאר די מוסר השכל וואס מ׳קען זיך ארויסלערנען דערפון אויף למעשה טאג-טעגליך וואס איז זייער נוגע היינטיגע צייטן 😛
גראדע דאס האב איך נישט געברענגט סתם אלס די ידיעה דערפון נאר פאר די מוסר השכל וואס מ׳קען זיך ארויסלערנען דערפון אויף למעשה טאג-טעגליך וואס איז זייער נוגע היינטיגע צייטן 😛
און וואס איז דער מוסר השכל?
היסטאריעhttps://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=509329#p509329און וואס איז דער מוסר השכל?
דערמאנסט מיר, לעצטנס האב איך געזאגט פאר מיין טאטע אז ס'שטייט אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, וואס איז דיעס רוח שטות? נאר דאס איז די שטותים מיט וואס מ'איז מחנך די קינדער און דאס גייט זיי אריין אין קאפ און פארדרייט זייער שכל און דאס מאכט אז זיי זאלן שפעטער זינדיגן. שוין, האט מיך מיין טאטע געפרעגט פון וועלכע שטותים איך רעד, האב איך איהם געזאגט דאס לאז איך פאר דיר מפרש צו זיין 😂 😂 😂
מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט בארבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
סקעפטיקערעס איז נישט ממש דומה. די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט באבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
כרם זיתאו יאמרו האומרים אז די גמרא איז מחדש די פילע דינים כדי ס'זאל קיינמאל זיין נוגע, און זאגאר למפרע קיינמאל האבן פאסירט.די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.
דרך אגב, להלכה פסק'ענט מען נישט ווי ר' יהודה ולסתם מתני' קען עס יא אויסקומען (חוץ לר"ש בברייתא שם).
כרם זיתאויב לויט די דינים קען עס נישט פאסירן פארוואס שרייבט עס די תורה? איך ווייס אז די תירוץ איז דרוש וקבל שכר, אבער מער מסתבר איז אז חז"ל האבן קאמפליצירט די דינים אז עס זאל נישט קענען געשעהןסקעפטיקערעס איז נישט ממש דומה. די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט בארבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
די זעלבע זאך איז אין מכות ז. "רבי טרפון ורבי עקיבא אומרים אילו היינו בסנהדרין לא נהרג אדם מעולם", ווי די גמרא איז מסביר אלע תירוצים וואס זיי וואלטן געגעבן. עס איז קלאר אז דאס איז נישט די כוונת התורה, נאר זיי האבן דאס געטון וועלנדיג מבטל זיין מיתת בית דין
בשעתו האב איך טאקע אויך געוואלט באשרייבן א דראמאטיזירונג פון די וויכוחים איבער מיתת בית דין בכלל, אריינגערעכנט די וויכוח צווישן דער ארטאדאקסישער רבי יונתן און די רעפארמער ר' יהודה און ר' שמעון איבער בן סורר ומורה, אבער איך בין געווארן פארנומען מיט אנדערע זאכן און היינט דערהייבט שוין נישט מיין קאפ די זאכן, וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן.
כרם זיתשטייט נישט אז מ’האט זיי געהארגעט וועגן די תרגום. די וואס פירן זיך נישט צו זאגן תרגום זענען אזעלכע וואס זענען מינים ואפיקורסים און מ’האט זיי געהארגעט אלס אפיקורסים שלא יאבדו את ישראל. דאס איז א מצווה וואס איז היינט געטוישט געווארן.א שיינע ידיעה, אבער אנדערש ווי די אנדערע דוגמאות אין די אשכול איז די רעדע דא נישט פון א דאורייתא.
אינמיטן שרייבן איז מיר בייגעפאלן די מקור צו די מצוה שנוהג אצל כמה חצירות להרוג אנשים שמתחצפים לרבם. די גמרא זאגט דאך אז אן אפיקורס איז דאך דער וואס איז זיך מתחצף צו די רבנים (סנהדרין צט:), און א אפיקורס איז דאך דינו למיתה אפילו בזמנינו אלה, שלא יאבדו את ישראל. ביי זיי איז די מצוה נישט געטוישט געווארן...
Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות
כרם זיתשטעל דיך פאר די גמרא זאל זאגן די זעלבע לגבי ביאת המשיח, אז בעצם דארף ער קומען נאר צוליב די פילע תנאים אין גמרא איבער משיח קען ער נישט קומען[emoji3525]. ווען איך זאל ווען אזוי זאגן וואלסטו געשריגן אז איך בין א כופר, פארוואס? ווייל דאס אז מען רעדט פון א מציאות איז self-evident אז עס איז דא במציאות. (איך פארשטיי אויך אז מיין משל איז נישט גלייך, וויבאלד איינס איז געזעץ איבער א מציאות, און די אנדערע איז פארזאגען א מציאות.) לויט דעם קען מען פארענטפערן די דיון אין שולחן ערוך איבער פויגל וואס וואקסן פון בוים אויב זיי דארפן שחיטה… דערמאנט פון די קענטאקי געזעץ וואס פארבאט דאס פאנגען פון וואלפיש. די עצם געדאנק פון זאגן אז די תורה האט געשריבן זאכן וואס פאסירן נישט, גיט אונז א שטיקל בליק ווי ווייט חכמינו האבן מחשיב געווען די תורה.סקעפטיקערעס איז נישט ממש דומה. די גמרא פראבירט נישט מבטל זיין די מצוה, נאר חשבנט אז לויט די פילע דינים קען עס נישט פאסירן.מ'קען מוסף זיין צו דעם שמועס די דין פון בן סורר ומורה וואס חז"ל האבן אנגעקוקט באבאריש און באשלאסן אז "לא היה ולא נברא", עיין סנהדרין עא.
כ'האב מיך דערמאנט איין ..."מצווה"... וואס האט זיך געטוישט אין א פאזיטיוון סענס. און מ'האט שוין פארגעסן וויאזוי די מצווה איז געלעיגן בקרן זווית...!
די הקפה פון עוזר דלים. אמאל איז געווען די גרעסטע ..."ביזיון"... און באליידיגונג ווען מ'האט איינעם מכבד געווען מיט אט די הקפה. משא"כ היינט רייסט מען זיך איבער דעים. און מ'פארקויפט עס פאר גרויס געלט.
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. האט דארט געדאוונט אן אימיגראנט פון די '56ער יוצאי אונגארן. מ'האט איהם מכבד געווען מיט די הקפה עוזר דלים. איז ער געווען אזוי גערירט און באליידיגט פון דעם. ער האט זיך אפגערעדט פאר א חבר. שטעל דיך פאר (די בזיונות). מ'האט מיר געגעבן עוזר דלים...!
די הקפה פון עוזר דלים. אמאל איז געווען די גרעסטע ..."ביזיון"... און באליידיגונג ווען מ'האט איינעם מכבד געווען מיט אט די הקפה. משא"כ היינט רייסט מען זיך איבער דעים. און מ'פארקויפט עס פאר גרויס געלט.
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל. האט דארט געדאוונט אן אימיגראנט פון די '56ער יוצאי אונגארן. מ'האט איהם מכבד געווען מיט די הקפה עוזר דלים. איז ער געווען אזוי גערירט און באליידיגט פון דעם. ער האט זיך אפגערעדט פאר א חבר. שטעל דיך פאר (די בזיונות). מ'האט מיר געגעבן עוזר דלים...!
אן אמת'ע מעשה?
היסטאריע: ס'זעהט אויס אז ס'האטציך געטוישט נאך פאר דו ביסט געבוירן. דו ביסט שוין באלד אזוי ווי עצי שיטים. וועלכער גלייבט נישט אין מעשה בראשית. (אפשר וואס דארווין זאגט גלייבט ער יא) א זאך וואס ער זעהט נישט מיט די אויגן קען ער נישט פארשטיין.
דעם שבת האט מען דאך געליינט די פרשה פונעם לאנג פארגעסענעם איסור דאורייתא פון הסבת נחלה, האב איך פונקט געזעהן אין דברי אמת פונעם רבי'ן פון לובלין א שיינעם טייטש. פרעגט ער, ביי די מיתוס פון בריאת העולם שטייט נאך יעדן מאמר "ויהי כן", גאט האט געזאגט ס'זאל וואקסן גראז "ויהי כן", גאט האט געזאגט די ים זאל זיך אנפילן מיט פיש "ויהי כן", ביים ערשטן טאג שטייט אבער "ויאמר אלהים יהי אור, ויהי אור", פארוואס שטייט נישט "ויהי כן" אזויווי ביי אלע אנדערע טעג? וואס איז דאס דאפלטע לשון? זאגט ער אזוי, "אור" מיינט מען די לעכטיגקייט פון די תורה, איז אזוי, גאט האט באפוילן "ויהי אור" - תורה שבכתב, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט גאר אן אנדערן אור - תורה שבעל פה... דערפאר שטייט נישט "ויהי כן" ווייל ס'טאקע נישט געוועהן דעם זעלבן אור נאר אינגאנצן עפעס אנדערש... ויאמר אלהים יהי אור - תורה שבכתב, ויהי אור - תורה שבעל פה.
בלאט: 1 2